אוקריינא - א רחמנות?

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

night walker
שר חמישים
תגובות: 88
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 4:15 am

אוקריינא - א רחמנות?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך night walker »

כמעט יעדער וואס האלט מיט די נייעס שפירט עפעס א מיטגעפיהל מיט די נעבעכדיגע רחמנותדיגע שעפעלע אוקריינא, וואס ווערט באקריוודעט פון א וואגאבונד פוטין וואס פירט זיך אויף ווי די גראבע באאלי פון די קלאס, איך האב אויך אזוי געפילט

ביז איך האב זיך דערמאנט אוקריינעס ראלע אין אויסהארגענען מיליאנע אומשילדיגע אידן מיט עטליכע און זיבעציג יאר צוריק

כהאב געהערט בשם ישראל מאיר גבאי וואס האט עס געהערט פון אפאר באבישקעס אין מעזשיבוש ווי אזוי זייער עלטערן האבן ארויס געכאפט בעיביס פון די לאגער און געמאכט קאנטעסטס ווער עס קען שנעלער הארגענען בעיביס דורכן אריין האקן אין ביימער

באבי יאר איז דאך געווען נאר די אוקריינע רוצחים

די לעמבערגע שחיטה וואס אויב איינער וויל נישט שלאפן ביינאכט זאל ער גאגלען וואס דארט איז פארגעקומען דורך די נעבעכדיגע אוקריינשע גוים

וכו וכו ימח שמם וזכרם

די נאציס האבן געהויבען ברענען פון די מאס רציחה וואס די אוקריינישע פאלק האט באוויזן

פון מיין זייט זאל פוטין מאכן א מעכטיגע דזשאב און ער זאל מצליח זיין עד הסוף אמן
אוועטאר
רעים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7305
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 2:29 pm
לאקאציע: אישי
פארבינד זיך:

Re: אוקריינא - א רחמנות?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעים »

נישט פארגעסען די רוסן זענען נישט געווען קליינע רוצחים.
אפשר נישט אויף אזא מאסן פארנעם.
לקוטי בתר לקוטי
צו טון א אידן א טובה... בפרט ברוחניות...
~איך זיך א דזשאב~
night walker
שר חמישים
תגובות: 88
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 4:15 am

Re: אוקריינא - א רחמנות?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך night walker »

רעים האט געשריבן:נישט פארגעסען די רוסן זענען נישט געווען קליינע רוצחים.
אפשר נישט אויף אזא מאסן פארנעם.

כמדומה שאינו דומה
night walker
שר חמישים
תגובות: 88
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 4:15 am

Re: אוקריינא - א רחמנות?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך night walker »

ובפרט ווען מען רעדט פון פאלק
אוועטאר
וואלד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3333
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 17, 2021 4:38 pm

Re: אוקריינא - א רחמנות?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלד »

רעים האט געשריבן:נישט פארגעסען די רוסן זענען נישט געווען קליינע רוצחים.

נאר גרעסערע.
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4616
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע: דא

Re: אוקריינא - א רחמנות?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

וואס הייסט סטאלין ימ”ש אליינס האט געהארגעט אזא 20מיליאן מענטשן
סענס הייבן אן מאכן זאכן...
(קר' ל.וו.)

#גיי קראך גרינע פעפער

דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!

נא נא!!!
נא'קע מיך נישט, איך דארף עס נישט
אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3642
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: פאר מער דרוקט נומער 7

Re: אוקריינא - א רחמנות?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעגאו מענטשעלע »

ה' ינקום דום

זאל מען נאר קענען אביסעלע היסטאריע....

אידיש בלוט האט זיך געגאסן אין די אכזריות'דיגע פאגראמען....

וינקום בימינו לעינינו נקמת דם עבדיו
טאטע העלף
שר מאה
תגובות: 184
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 29, 2016 10:01 pm

Re: אוקריינא - א רחמנות?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאטע העלף »

night walker האט געשריבן:
רעים האט געשריבן:נישט פארגעסען די רוסן זענען נישט געווען קליינע רוצחים.
אפשר נישט אויף אזא מאסן פארנעם.

כמדומה שאינו דומה


אפי’ אויב יא, נו וועם שטערט עס? אויב 2 רצחים קריגן זיך,
קיינער האט נישט געזאגט אז רוסלאנד דארף איינעמען נאר מזאל נישט אזוי רחמנות האבן אויף אוקריינע
אוועטאר
ווענגלייך
שר חמש מאות
תגובות: 857
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 26, 2021 11:39 am

Re: אוקריינא - א רחמנות?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווענגלייך »

אסאך ווילן קענען פארן אויף מקומות הקדושים.
יענעמס נאז איז גרינער…
night walker
שר חמישים
תגובות: 88
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 4:15 am

Re: אוקריינא - א רחמנות?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך night walker »

ווענגלייך האט געשריבן:אסאך ווילן קענען פארן אויף מקומות הקדושים.

מקען היינט רואיג פארן קיין רוסלאנד.
די חילוק וועט נאר זיין אז אינטער רוסלאנד וועט מען דארפן היטן די געזעצן…
אוועטאר
רעים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7305
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 2:29 pm
לאקאציע: אישי
פארבינד זיך:

Re: אוקריינא - א רחמנות?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעים »

night walker האט געשריבן:
ווענגלייך האט געשריבן:אסאך ווילן קענען פארן אויף מקומות הקדושים.

מקען היינט רואיג פארן קיין רוסלאנד.
די חילוק וועט נאר זיין אז אינטער רוסלאנד וועט מען דארפן היטן די געזעצן…

א אמירקאנע דארף א וויזע....
לקוטי בתר לקוטי
צו טון א אידן א טובה... בפרט ברוחניות...
~איך זיך א דזשאב~
אוועטאר
ווענגלייך
שר חמש מאות
תגובות: 857
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 26, 2021 11:39 am

Re: אוקריינא - א רחמנות?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווענגלייך »

night walker האט געשריבן:
ווענגלייך האט געשריבן:אסאך ווילן קענען פארן אויף מקומות הקדושים.

מקען היינט רואיג פארן קיין רוסלאנד.
די חילוק וועט נאר זיין אז אינטער רוסלאנד וועט מען דארפן היטן די געזעצן…

:lol:

אויב סווערט א מלחמה זאנע קעמעניש פארן
יענעמס נאז איז גרינער…
night walker
שר חמישים
תגובות: 88
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 4:15 am

Re: אוקריינא - א רחמנות?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך night walker »

פאגראמען האבן די לאקאלע רוצחים געמאכט ציזאמען מיט די נאציס
יעדע אוקריינא גוי האט א זיידע און א באבע מיט אידיש בלוט אויף זייער הענט
די אוקריינער זענען ארום געלאפן מיט ריזיגע טשוואקעס געשטאכען אין אידן
די אוקריינער האבן געהארגעט במיתות משונות בראש כל חוצות
די אוקריינער זענען געווען גאונים אין רציחה זאכן וואס מען האט נישט געהערט אין אנדערע לענדער

און נאכאמאל ימח שמם וזכרם
פארווייטאגט
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 1:29 pm

Re: אוקריינא - א רחמנות?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארווייטאגט »

מיין שכן, אן אוקריינא'ער אפשטאמיגער, האט א געשעפט דא נישט ווייט.
ווילסט קומען מאכן א יחלוקו?
וואס הייסט? זיין זיידע האט דאך געוואוינט אויף א פלאץ וואס כמעט יעדער איז דארט געווען א רשע, אכזר און אפשר אפילו א געפערליכע מאסן מערדער.....

השתא דאתית להכא, הייב איך שוין אהן צו פארשטיין אלע אונזערע ערוועלטע שטאטישע טאטע'ס, וואס זענען ערוועלט געווארן אונז צו באדינן און באשיצן, אבער למעשה זענען זיי געווען די וואס האבן מעודד געווען דאס פלינדעריי און גניבות אויף לאקאלע געשעפטן.
כ'האב עס קיינמאל נישט פארשטאנען.
יעצט איז דאך פשוט.
ווייל דער אמעריקאנער זיידע'ס האבן דאך געהאט קנעכט, ממילא קומט זיך ד' מיתות פאר יעדער אייניקל, אדער פאר יעדער וואס וואוינט דארט ווי די אדוני העבדים האבן געוואוינט.

יחי המלך פוטין


וויפיל פון די היינטיגע אוקריינא'ער זענען ליידער גארנישט אנדערש ווי אידישער קינדער וואס דער אוקריינא'ער רוצחים האבן גע'גנב'עט?
זיי מעג מען אויך הרג'נען ווייל זיי וואוינען אויף א פלאץ ווי עס האבן אמאל געוואוינט רוצחים?
לעצט פארראכטן דורך פארווייטאגט אום מאנטאג דעצעמבער 06, 2021 3:04 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20734
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: אוקריינא - א רחמנות?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

צוביסלעך גייט דעי אשכול אנקומען צו טראמפ כווייס פאר א פאקט
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20734
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: אוקריינא - א רחמנות?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

די אוקריינישע פרעזידענט איז א איד
עס וואוינען דארט אסאך אסאך אידן
זיי זענען אויך אין די מיליטער
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
זילבערווערק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3815
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 08, 2021 2:40 am

Re: אוקריינא - א רחמנות?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זילבערווערק »

נארמאליזעם האט געשריבן:די אוקריינישע פרעזידענט איז א איד
עס וואוינען דארט אסאך אסאך אידן
זיי זענען אויך אין די מיליטער

סיי דער פרעזידענט און אויך דער פרעמיער, ביידע זענען אידן, כך מדומה לי.
אוקריינע מעג ליידן א מפלה, ס'זאל אבער נישט שאטן פאר קיין שום איד.
רוסלאנד קומט זיך נישט ווייניגער פארן מקיים זיין דער להשכיחם תורתיך דורך אירע קאמוניסטישע נעגל
שִׂישִׂי וְשִׂמְחִי בַּת אֱדוֹם יוֹשֶׁבֶת בְּאֶרֶץ עוּץ גַּם עָלַיִךְ תַּעֲבָר כּוֹס תִּשְׁכְּרִי וְתִתְעָרִי
אָבִינוּ מַלְכֵּנוּ נְקוֹם נִקְמַת דַּם עֲבָדֶיךָ הַשָּׁפוּךְ
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: אוקריינא - א רחמנות?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

די פותח האשכול ברענגט ארויס א גוטע פוינט, די אוקריינישע זענען רוצחים און וויסטע אנטיסעמיטן ביז צום היינטיגען טאג, די פארצייטישע אוקריינישע פויערן האסן נאך דעם איד אין די עפענטליכקייט,

ערשט יעצט איז געווען אין די נייעס ווי אין עטליכע באזונדערע פעלער זענען חנוכה מנורות אראפגעווארפן געווארן און וואנדאליזירט געווארן.

זעה דעם בילד. דאס האט זיך אפגעשפילט נעכטן, א שליח חב"ד אין אוזהאראד, אין מערב אוקריינע האט געפינען זיין מנורה אריינגעווארפן אין טייך.

photo1638709614.jpeg
photo1638709614.jpeg (79.74 KiB) געזען 2144 מאל


עטליכע טעג צוריק איז א מנורה אראפגעווארפן געווארן אין שטאט דניפראו אין צענטרעל אוקריינע

photo1638289857.jpeg
photo1638289857.jpeg (98.17 KiB) געזען 2144 מאל


בקיצור, איך מיין ארויס צוברענגען אז אנטיסעמיטישע איבערפעלער אויף אידן איז א טאג טעגליכע ערשיינונג אין אוקריינע, שוין נישט פון היינט.

רוסלאנד קומט זיך אויך א מפלה, זיי זענען נישט ווייניגער רוצחים ווי די אוקריינע, וויפיל אידיש בלוט איז דארט פארגאסן געווארן? וויפיל אידישע נשמות זענען פארלוירן געגאנגען דורכאויס די ביטערע קאנטאניסטן תקופה? וכו' וכו' ס'איז נישט יעצט די צייט פארדעם.

אונז דארפן נאר מתפלל זיין אז ס'זאל נישט שאטן קיין פאר קיין שום איד און די טויזענטע פארווארפענע אידן וועלכע געפינען זיך אין רוסלאנד און אוקריינע זאלן צוריק קומען צום שורש און דאן זאל דער איין איינציגסטע באשעפער נקמה נעמען אין זיי.

נקום נקמת דם עבדיך השפוך!
night walker
שר חמישים
תגובות: 88
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 4:15 am

Re: אוקריינא - א רחמנות?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך night walker »

כווייס נישט צי די אלגעמיינע רוסקי האט אזוי גערודפט אידן ווי די אלגעמיינע אוקריינער
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: אוקריינא - א רחמנות?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

א שמועס פון פינחס גלויבער איבער גזירות ת"ח ת"ט, אוקריינע האט זיך געגרינדעט דורך די קאזאקן, סאיז זייער אינטערעסאנט, נישט קיין ווינדער, אנטיסעמיטיזם איז פון זייערע סאמע גרונדן

https://www.yiddish24.com/analysis/41/49767
לעצט פארראכטן דורך מסתמא אום מאנטאג דעצעמבער 06, 2021 9:40 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
קאודינג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 290
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 25, 2021 7:53 pm

Re: אוקריינא - א רחמנות?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאודינג »

די רציחות פון אינדיווידועלע אוקריינער אונטער די אנפירערשאפט און דירעקציע פון די נאצי'ס (און אפילו די אייגן ארגאניזירטע פאגראמען אין יענער צייט) איז לכאורה פיל ווייניגער דער קאלעקטיווער שולד פון דאס אוקריינישע פאלק, ווי די שרעקליכע פאגראמען אין די תקופה נאך די ערשטע וועלט מלחמה דורך די אפיציעלע זעלנער פון די אפטרעטנדע אוקריינישע רעפובליק ביים פארלירן זייער קאמף קעגן די קאמוניסטישע רויטע ארמיי. 60 פאגראמען זענען דאן דורכגעפירט געווארן דורך זיי ווי זיי האבן זיך אויסגעגעבן זייער כעס און פרוסטראציע אויף די אידישע באפעלקערונג, און עס האט געקאסט דאס לעבן פון צענדליגער ביז הונדערטער טויזנטער אידן, אן קיין שום צוריקהאלט פון דעם גענעראל און פירער פון לאנד אין יענע תקופה, פעטליורא. (א איד האט אים עטליכע יאר שפעטער דערשאסן אלס נקמה זייענדיג אין גלות אין לאנדאן).
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: אוקריינא - א רחמנות?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

קאודינג האט געשריבן:די רציחות פון אינדיווידועלע אוקריינער אונטער די אנפירערשאפט און דירעקציע פון די נאצי'ס (און אפילו די אייגן ארגאניזירטע פאגראמען אין יענער צייט) איז לכאורה פיל ווייניגער דער קאלעקטיווער שולד פון דאס אוקריינישע פאלק, ווי די שרעקליכע פאגראמען אין די תקופה נאך די ערשטע וועלט מלחמה דורך די אפיציעלע זעלנער פון די אפטרעטנדע אוקריינישע רעפובליק ביים פארלירן זייער קאמף קעגן די קאמוניסטישע רויטע ארמיי. 60 פאגראמען זענען דאן דורכגעפירט געווארן דורך זיי ווי זיי האבן זיך אויסגעגעבן זייער כעס און פרוסטראציע אויף די אידישע באפעלקערונג, און עס האט געקאסט דאס לעבן פון צענדליגער ביז הונדערטער טויזנטער אידן, אן קיין שום צוריקהאלט פון דעם גענעראל און פירער פון לאנד אין יענע תקופה, פעטליורא. (א איד האט אים עטליכע יאר שפעטער דערשאסן אלס נקמה זייענדיג אין גלות אין לאנדאן).

* מקען נישט באשולדיגן אמעריקע אלץ א פאלק אין ראסיזם

* בלעים איינער וועלכער עקזיסטירט שוין נישט היות די אוקריינער זענען כרגע שוואך

איינער האט גערעדט פון די אוקריינער ארמיי? סאיז בכלל רעלעוואנט אז זיי זענען געווען גרעסערע רוצחים פון די פשוטי המון עם?

פשט?
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
אוועטאר
Borrower
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4527
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 10:21 am

Re: אוקריינא - א רחמנות?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borrower »

night walker האט געשריבן:כמעט יעדער וואס האלט מיט די נייעס שפירט עפעס א מיטגעפיהל מיט די נעבעכדיגע רחמנותדיגע שעפעלע אוקריינא, וואס ווערט באקריוודעט פון א וואגאבונד פוטין וואס פירט זיך אויף ווי די גראבע באאלי פון די קלאס, איך האב אויך אזוי געפילט

ביז איך האב זיך דערמאנט אוקריינעס ראלע אין אויסהארגענען מיליאנע אומשילדיגע אידן מיט עטליכע און זיבעציג יאר צוריק

כהאב געהערט בשם ישראל מאיר גבאי וואס האט עס געהערט פון אפאר באבישקעס אין מעזשיבוש ווי אזוי זייער עלטערן האבן ארויס געכאפט בעיביס פון די לאגער און געמאכט קאנטעסטס ווער עס קען שנעלער הארגענען בעיביס דורכן אריין האקן אין ביימער

באבי יאר איז דאך געווען נאר די אוקריינע רוצחים

די לעמבערגע שחיטה וואס אויב איינער וויל נישט שלאפן ביינאכט זאל ער גאגלען וואס דארט איז פארגעקומען דורך די נעבעכדיגע אוקריינשע גוים

וכו וכו ימח שמם וזכרם

די נאציס האבן געהויבען ברענען פון די מאס רציחה וואס די אוקריינישע פאלק האט באוויזן

פון מיין זייט זאל פוטין מאכן א מעכטיגע דזשאב און ער זאל מצליח זיין עד הסוף אמן

נישט אז די רוסן האבן א שענערע רעקארד - די חילוק וואס איך גלייך דא איז "פוטין" א שיינער יודן פריינט. אין קעגן אוקריינע פארגין איך אים א שיינע זיג - אפגעזען וואס ביידען אין בלינקין האבן צו זאגן -
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6209
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: אוקריינא - א רחמנות?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

וואס די אוקריינער האבן געטוהן צו די אידן פיזיש האבן די רוסן געטוהן גייסטיש.

פוטין׳ס שעצונג צו אידן איז אבער באמת א פלא.
אני הוא הנער, נער המדבר
גוט פאריקט
שר חמש מאות
תגובות: 756
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 27, 2019 6:00 pm

Re: אוקריינא - א רחמנות?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוט פאריקט »

עס איז דא נאך א נקודה בנוגי אוקריינא וואס רוב מענטשען ווייסן נישט
אז די עצם לאנד אוקריינא איז נישט אזוי אלט בכלל איך מיין אז עס האט זיך געפארעמט נאך די ערשטע וועלט מלחמה הגם די אוקריינער זענען א אנדערע פאלק פון די רוסן און האבן זיי גאר שטארק פיינט (עס דרייט זיך אין גרויסע בית המדרש אין קרית יואל א גוי מיטן נאמען וואלדעק וואס רעדט א פליסיגע אידיש פראביר נאר צו רעדן וועגן פוטין אין זיין געגענווראט וועסטו זעהן וואס מיינט אוקריינישע קללות אויף די אידישע שפראך )
יארן לאנג האבן זיי געקעמפט פאר זייער אומאפהעגיקייט און נישט באקומען נאר כסדר געוועהן די אינטערדריקטע פויערן. וואס דאס האט גורם געוועהן אז ביי יעדע אויפשטאנד זענען זיי מיט געגאנגען
ווי אויך האבן זיי געטראגן א איינגעבאקענע שנאה צום איד וואס האט אייביג געטראפן א וועג צו פארדינען שיין אינדערצייט וואס ער האט קוים פארמאגט אפאר פרוטות און וואס ער האט פארמאגט האט ער אויסגעגעבן פארן ביטערן טראפ וואס עד היום הזה זענען זיי נאך ציגעבינדן דערצו
עס איז כדאי צו באמערקן אז די לעצטע חלוקה פון די רוסן דהיינו נאכדעם וואס אין רוסלאנד איז געפאלן די קאמיוניזעם איז אוקריינא געבליבן אויסגעזעקלט פאר צוויי סיבות וואס איז עכט איינס
איינס אין די צייט פון קאמיוניזעם איז אוקריינא געוועהן די ברויט געבער פאר רוסלאנד דהיינו די אגריקולטער (מיט וואס אוקריינע איז געבענטשט נאר זיי ניצן עס נישט אויס ) ווי אויך די פארבריקן און די שווערע ארבעטער זענען געוועהן פון אוקריינא אבער אוקריינע האט נישט געהאט קיין שום אהערגעשטעלטע שטעט נאר געבליבען מיט די שווערע ארבייטער
ווי אויך די אנפירער פון די פאבריקן זענען געוועהן רוסן
וואס דאס האט געמאכט אז ווען קמיוניזעם איז געפאלן האבן זיי נישט געהאט די ריכטיגע מעטשן וואס זאלן קענען פירן א נארמאלע רעגירונג ווירטשאפט און עס האט זיך אננגעפאנגען א רעגירונג פול מיט קארופציע
וווי אויך איז אוקריינע כסדר אין א קריזיז ווייל זייער מטבע איז כמעט גארנישט ווערד זייער אייגענע עקנאמיע איז גאר נידריג א צעקריפעלטע אינפעסטקטשור ומה יעשה הבן שלא יחטה

יעצט די מעלות וואס אוקריינע האט איז אז זיי זענען למעשה שווערע ארבייטער זיי זענען גרייט צו ארבעטן שווער
זיי האבן גאר גוטע ערד וואס געבט ארויס גאר גוטע פירות תבואה וכדומה
זיי שטייען אויף א גוטע סטראטעגישע פלאץ אויף די מאפע מיט גאר גוט פארטנעס וואס אויב וואלט זיי עס גוט געווארן אויסגעניצט וואלטן זיי גאר אסאך פארדינט
עס איז דא געגנטער אין אוקריינע נעבן אדעסע וואס האט גאר פרישע ליפט וואס מענטשן פארן אהין פאר וואקאציע וואס וואלט זיי אסאך ארויסגעהאלפן ווען עס איז ווען אויפגעארבעט
די הויפט חסרון צו דאס אלעס איז א אומקאמפיטענטע רעגירונג פול מיט קארופציע
די אפשאצונג איז מיר געקומען נאכן אסאך מאל דארט פארן און עס איז מיר שווער געוועהן די היסטארישע קשיא וואס גייט דא פאר מיט די לאנד ביז איך בין ציגעקומען צו די מסקנות
אגב זיי ארבעטן גאר שווער איבערצוארבעטן זייער אינפסטראקטשער שמעתי אז דאס איז די הויפט תנאי זיי זאלן קענען ארייקומען אין די EU וואס זיי קוקן שטארק ארויס
לעצט פארראכטן דורך גוט פאריקט אום מאנטאג דעצעמבער 06, 2021 1:26 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”