ומניח טאנץ
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- נאר מיט שמחה
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8012
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am
Re: ומניח טאנץ
כ'זעה אז עפעס א זינגער מאטי גאלדמאן פון א"י האט שוין ארויסגעגעבן א סינגעל מיטן ומניח ניגון, אבער יצא שכרו בהספדו אז ס'קומט אן א קליפ, סאו וואס האסטע אויפגעטאן..
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
- הלבלר בקולמסו
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9999
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am
Re: ומניח טאנץ
פעטער שמואל האט געשריבן: .
אוי איז עס געווען בושות...
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.
- קאמעץ בארד
- שר האלפיים
- תגובות: 2777
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 05, 2021 5:51 pm
Re: ומניח טאנץ
לכבוד חנוכה! מיט די גאנצע כח! לאמיר לויפן אין די גאסן און שרייען הויעך! ומניח בקדושהָהָהָהָהָ. כ'הא שוין נישט קיין כח
לעצט פארראכטן דורך קאמעץ בארד אום מיטוואך דעצעמבער 01, 2021 1:27 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
- סאבאבא
- שר האלפיים
- תגובות: 2489
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 14, 2021 8:35 am
- לאקאציע: וואנזיניגאציע
Re: ומניח טאנץ
יצחק אייזיק האט געשריבן:ס'דא זינגערס וואס ארבעטן שוין דורי דורות צו ווערן סעלעברעטיס, אין די לעצטע פאר וואכן טאנצן זיי ומניח פאר צוויי שעה יעדע נאכט עס צו קענען די בעסטע, אבער דער עולם וויל נאר זען וויאזוי סאסכער מאכט עס...
גיי פארשטיי.
- איש חמודות
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3996
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am
Re: ומניח טאנץ
קאמעץ בארד האט געשריבן:לכבוד חנוכה! מיט די גאנצע כח! לאמיר לויפן אין די גאסן און שרייען הויעך! ומניח בקדושהָהָהָהָהָ. כ'הא שוין נישט קיין כח
שטימט שוין די "לעם מדושני עונג"!
- קאמעץ בארד
- שר האלפיים
- תגובות: 2777
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 05, 2021 5:51 pm
Re: ומניח טאנץ
איש חמודות האט געשריבן:קאמעץ בארד האט געשריבן:לכבוד חנוכה! מיט די גאנצע כח! לאמיר לויפן אין די גאסן און שרייען הויעך! ומניח בקדושהָהָהָהָהָ. כ'הא שוין נישט קיין כח
שטימט שוין די "לעם מדושני עונג"!
פארראכטן פייל נאמען
- קלמן יאסעלע
- שר חמש מאות
- תגובות: 959
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 19, 2019 9:33 am
- לאקאציע: ערגעצוואו
Re: ומניח טאנץ
אנכי הרואה האט געשריבן:עולם האמת האט געשריבן:פאקטען האט געשריבן:https://www.dropbox.com/s/6hji5s7vskqsmaj/VIDEO-2021-11-26-15-10-21.mp4?dl=0
פאר די מפקפקים!
דאס איז די "ארגינעלע" ווערסיע וועם יואל'י לעבאוויטש וכדומה מאכן אלעמאל נאך... חחחחח....
מ'זאל עס נאר נישט פאר'גוי'אישן ...
!Vox Populi, Vox Dei
- eller
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 10733
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
- לאקאציע: דאנקט השי"ת
Re: ומניח טאנץ
שוין די עולם גולם איז שוין אויך אנגעכאפט מיט די וויירעס
https://drive.google.com/file/d/13N4vB6 ... sp=sharing

א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
- איש חמודות
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3996
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am
Re: ומניח טאנץ
טאנץ הייב זיך! אוי ומניח בקדושה-האאאאא-האאאאא!
גימטריא
תשפ"ב
גימטריא
תשפ"ב
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4410
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
- פארבינד זיך:
Re: ומניח טאנץ
כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר

- דער יעניגער
- שר האלף
- תגובות: 1328
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2020 12:44 pm
- לאקאציע: ביי מיר אין קעלער
Re: ומניח טאנץ
מיין מאמע פלעג זאגן ווער סדערציילט א חלום איז א נאר, ווער ס'הערט אויס איז א גרעסערע, וה"ה בנידון דידן ודו"ק...
- איש חמודות
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3996
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am
Re: ומניח טאנץ
כ'הער אז ס'איז שוין דא א נייע ומניח טאנץ, דאס מאל פון בערי וועבער.
- eller
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 10733
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
- לאקאציע: דאנקט השי"ת
Re: ומניח טאנץ
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
- נאר מיט שמחה
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8012
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am
Re: ומניח טאנץ
איש חמודות האט געשריבן:כ'הער אז ס'איז שוין דא א נייע ומניח טאנץ, דאס מאל פון בערי וועבער.
א דזשאוק זאגט מען נישט איבער צוויי מאל.
זעהט מיר נישט אויס אז די צווייטע וועט 'מצליח' זיין... אחוץ אויב ס'וועט זיין עפעס א 'חידוש'.
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
Re: ומניח טאנץ
ערהאלטן פון א חבר:
"מגן אבות בדברו מחיה מתים במאמרו, הק-ל הקדוש שאין כמוהו" (ברכת מעין שבע)
הער צו א מעשה, פרייטיג צופריה טרעף איך א חבר מיינער אין ביהמ"ד, זאגט ער מיר מיט וויטאג, ווייסט וואס איך האב געזעהן נעכטן אין די 'קאנעקשנ'ס'? איך האב שוין געזעהן 'גראוליגע' גראבע עדווערטייזמענטס, אבער דאס גייט שוין איבער אלע גבולים, ממש איך האב דאס נישט אויס געהאלטן.
איך לייג צו אן אויער, וואס גייט שוין ווייטער פאר?
הער, זאגט ער מיר, אן עדווערטייזמענט פאר דעם רעסטעראנט-טעיק אאוט וואס רופן זיך "ליל שישי", (יא, איך האב שוין געהאט דערעך געטוהן מיט דעם חבר די גאנצע אבולוציע וואס איז דערעך פון ווען "ליל שישי האט געמיינט לערנען אוה"ח הק' א גאנצע נאכט, נאך דעם האט עס געמיינט לערנען אוה"ח הק' מיט טשאלנט, נאך דעם א קאמזיעץ מיט טשאלנט קיגל אין ביר, נאך דעם סתם קאלעצן מיט טשאלנט קוגל ביר, אאו. ביז ס'איז געווארן פלעין פרעס דינסטאג נאכט, אדער מאנטיג...) ביי די עדווערטייזמענט שטייט אין גרויסע קידוש לבנה אותיות "ומניח בקדושה לעם מדושני עונג" , אין פון אינטן איז דא בילדער פון טשאלנט, קוגל, מארעך ביינער, פליישן, וכו'.
וואס זאל איך דיר זאגן? א טרייס אין א מורא'דיג אומאנגענומענע געפיל האט מיר ארום גענומען, אפילו יעצט פיל איך אז טאמער דארף איך זוכן ווערטער ארויס צו ברענגען די שאט נפש וואס איך האב געפילט ווען איך האב דאס געהערט, מיינט עס אז יון איז טיף טיף אין אונזערע געדערן, מילא עמער דאס לאזן אזוי, איך שרייב דאך צו איינער וואס איז נאך מיט איין פיס אין אונזערע וועלט, האפנטליך, אבער אין קעיס אז דו ביסט שוין מיט מער פון איין פיס אינדרויסן וועל איך דיר פראבירן צו געבן א שטיקל משל וואו איך האב געפילט, לאמיר זאגן די ביסט א בעלזער חסיד צום ביישפיל אין דו זעהסט אן עדווערטייזמענט פון ביר, אין מען זעהט דארט בעלזער רב ז"ל טרינקען פון דעים ביר, צו די ביסט גאר א ליטוואק אין די זעהסט א בילד פון הרב שטיינמאן עדווערטייזן א טעסלא קאר.
יא גאט די פוינט? אז נישט, סטאפ שוין צו ליינען.
איך הער, איך צוטרייסל זיך, איך קרעכטס אביסל, אין מען גייט צום נעקסטע נושא.
פרייטיג צונאכטס פארצייל איך איבער כמשיח לפי תומי פאר א חבר מיינער, וואס איך האב היינט צופרי געהערט פון א חבר אונזערע, שפרינגט ער אויף און ער זאגט מיר, אההה, איך האב באקומען פון איינעם אן אימעיל די וואך מיט צענליגער קליפס וואו בחורים ביי חתונות טאנצן א געוויסער טאנץ מיט א ניגון אויף די ווערטער, "ומניח בקדושה לעם מדושני עונג".
און דאן האב איך ערשט געכאפט דעם יווני.
דאס איז גאר נישט קיין קויאינסעדענט, רעג דיך נישט אזוי אויף דעם מארקעטער וואס האט געמאכט דעם עדווערטייזמענט, ענק רעדן בכלל נישט די זעלבער שפראך, ער האט בכלל נישט געניצט די הייליגע ווערטער פון סידור וואס די זאגסט מיט אזא התלהבות יעדער פרייטיג צונאכטס פאר טשאלנט אין קוגל, עס איז גאר עפעס אנדערש.
איך וועל אביסל פארברייטערן מיין הסבר זאלסט פארשטיין מיין לימוד זכות דא,
וואס מיינט cool אויף ענגליש? "קאלט"
וואס מיינט cool אויף עגליש? "א טשילער" "קאל גיי"
וואס מיינט "חבל על הזמן" אויף היברעיש? "אשאד אויף די צייט"
וואס מיינט "חבל על הזמן" אויף היברעיש? "סאיז עפעס מוירעדיג"
וואס מיינט "ער איז הויעך" אויף אידיש? "ער איז זעקס פיס"
וואס מיינט "ער איז הויעך" אויף אידיש? "ער איז דראנק"
און אזוי ווייטער...
יעצט צוריק צו אונזער נושא, די הייליגע ווערטער וואס דו זאגסט יעדער פרייטיג צונאכט און שוהל זענען אריין געפאלן ליידער אין א זינגערס מאל, און ער האט געמאכט א ניגון דעראויף, נישט נאר א ניגון נאר אויך א טאנץ, איינער האט האט עם אויפגעכאפט אויף א קליפ, געלייגט אויף סטאטוס, און פון דארט אין ווייטער איז דער ניגון מיטן טאנץ געווארן וויראל, יעדע חתונה טאנצט מען דאס, מען לייגט אויף סטאטוס, און ס'איז שוין דא א גאנצער קאמפעטישן ווער עס קען האבן מער טאנצערס, מער קאריוזע טאנצערס, אויף דעם ניגון, אויף סטאטוס, און וועלכע האט געהאט מער וויאערס.
"ומניח בקדושה לעם מדושני עונג" איז שוין אויף יענער וועלט גארנישט קיין ווערטער פון סידור, עס איז א סטאטוס.
יעצט לאמיר צוריק גיין א מינוט צו אונזערע מיני "חנוכה פארטי געים" וואס אונז האבן פריער געשפילט.
וואס מיינט פאר דיר די ווערטער "ומניח בקדושה לעם מדושני עונג"?
"דאס זענען הייליגע ווערטער וואס קומען אין די זעלבע ברכה וואס מען זאגט "הק-ל הקדוש שאין כמוהו, המניח לעמו ביום שבת קדשו , כי בם רצה להניח להם, לפניו נעבוד ביראה ופחד, ווען די זאגסט די ווערטער ווערסטו דערהויבן א טפח העכער די ששת ימי המעשה וועלט, די ווערסט נענטער צום אייבישטן, די מאכסט דיך שוין גרייט פאר קידוש, די הייבסט אן צו פילן דעם עונג שבת.....
וואס מיינט פאר די 'סאושעליסטן' די ווערטער "ומניח בקדושה לעם מדושני עונג"?
"עס האט א שטיקל אבולוציע, קודם האט דאס געמיינט א שיינעם 'היפ אפ סאנג', נאך דעם האט דאס געמיינט א 'דענס', שפעטער האט דאס געמיינט א סטאטוס, יעצט שטייט דאס ביי א פרשת דרכים, דער מארקעטער פון ליל שישי למשל וויל עס זאל האבן א פירוש המילות, נישט סתם א סאנג מיט מיט א דענס, נישט סתם א סטאטאס, ער וויל ניצן די מאמענטאם וואס די ווערטער האבן יעצט צוליב די סאנג-דענס-סטאטוס, און דאס ניצן פאר זיך, די פירוש המילות וואס ער מארקעט פאר זיין קליאנטאר'ס (סאב)קאנטשעס איז אזוי: המניח: דאס איז "ליל שישי רעסטעראנט", בקדושה: דאס איז "פרעס אויף גאר א געשמאקע אטמאספערע", לעם מדושני עונג: דאס איז "פאר פרעסערס וואס האבן שוין געזעהן איו געשפירט אלע מיני פרעס".
איך ווייס, די פילסט אביסל אים באקוועם יעצט, די מיינסט אפשר אז איך טראב איבער, אבער די איינציגע סיבה פאר וואס די מיינסט איך טרייב איבער איז ווייל ער ניצט הייליגע ווערטער, אין די האלסט נישט ער טראכט אזוי טיף, די ביסט גערעכט, ער טראכט נישט אזוי טיף, אבער דאס טראכט ער.
וואס דען זאל ער שרייבן? "קומטס פרעסן 'לייק נעווער ביפאר' יעדער נאכט פאר אייער נישטיקייט"?
ניין, ער גייט דאס מלבש זיין אין "העכערס", ליל שישי, ומניח בקדושה לעם מדושני עונג, פשעווארסקע קוגל, ר' שעיעלעה'ס פלייש, ליזענסקע הערינג, .......
דאס איז יון!
דאס זענען די מתיוונים!
א קריסמעס בוים מיט א מנורה!
א טערעפיסט וואס איז א חסידישע איד!
א סטאטאס פון חיזוק!
א זינגער וואס גיט מוסר פאר רבנים!
דערהויבענע VIP נסיעות צו מקומות הקדושים!
סושי אין מעזיבוז!
א שוויץ אין אומן!
הלל מיט גיטארס!
חנוכה פארטיס!
גרויסע באלאנס אין שעיפ פון א מנורה מיט א דריידל אין פארנט פון דיין הויז! (נישט נאר די גויים האבן קריסמעס דעקערעישן אונז אויך)
ליל שישי!
דאס אלעס איז בקדושה לעם מדושני עונג!
"טבעתי ביון מצולה"

פאק פעק האט געשריבן:דאס איז יון!
דאס זענען די מתיוונים!
א קריסמעס בוים מיט א מנורה!
"טבעתי ביון מצולה"
ממש ככה ?
די יונים מיט די קריסטן פלעגן זינגען ומניח, רח"ל.
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 292
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 06, 2020 12:15 pm
Re: ומניח טאנץ
מקץ האט געשריבן:פאק פעק האט געשריבן:דאס איז יון!
דאס זענען די מתיוונים!
א קריסמעס בוים מיט א מנורה!
"טבעתי ביון מצולה"
ממש ככה ?
די יונים מיט די קריסטן פלעגן זינגען ומניח, רח"ל.
קע"ה א שנעלע קאפ,
אין בלויז 5 מינוט געכאפט דעם עיקר פוינט פונעם ארטיקל!!!...
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2506
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 01, 2012 5:11 pm
- לאקאציע: ערגעץ אויפן ערד קוגל
Re: ומניח טאנץ
@פאק פעק. דאס וואס דו רייסט אזוי אראפ דעם זינגער אז ער האט געמאכט א טאנץ פאר ומניח בקדושה, איז כולו שקר.
Re: ומניח טאנץ
ס'איז דא אלע סארט מענטשן ביי כלל ישראל, פארהאן איידעלע אידן, פארהאן מגושמים, ווילסט מעורר זיין אויף א געוויסן טאנץ אז ס'איז אביסל צו שטארק מגושם פאר דיין טעיסט, זייער ריכטיג.
פראבלעם איז אז לעצטנס ליידט מען פון ראדיקאל עקסטרעמע מענטשן, ביי זיי איז נישטא קיין גרעי עיריע, אלעס איז יהרג ואל יעבור, יונים, קריסטן, נאציס.
קוקט מען אויס וויאזוי מ'קוקט אויס.

פאק פעק האט געשריבן:ערהאלטן פון א חבר:
לעצטע איבערזעצונג פון "עסקינג פאר א פרענד"
נאר מיט א שמייכל
- שטומפיג
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6999
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
- לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי
Re: ומניח טאנץ
איך האב הנאה געהאט פונעם ארטיקל @פאק פעק
(איך האב אויך ענדזשויט די קליפס פון ומניח... סאו איי געס איך ענדזשוי אסאך מיני זאכן)

אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
Re: ומניח טאנץ
איך רעד פאר מיין חבר,
ער איז נישט א מתיווני (א פרישע מיילשטיין אין היינטיגע קנאות) און ער האלט נישט ווי אייך.
שטומפיג האקט

אני הוא הנער, נער המדבר
- מחמוד על זאגארי
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 264
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 11, 2021 2:56 pm
- לאקאציע: מיטל מזרח
Re: ומניח טאנץ
שטומפיג האט געשריבן:איך האב הנאה געהאט פונעם ארטיקל @פאק פעק
(איך האב אויך ענדזשויט די קליפס פון ומניח... סאו איי געס איך ענדזשוי אסאך מיני זאכן)
גא"מ
גראדע היפש אביסל שקרים און איבער געטריבן אינעם ארטיקל אבער כהאב הנאה געהאט, סא נאדיר
مرحبا لجميع الأصدقاء هنا في العالم
من فضلك لا تخافوا مني ، أنا لست عربيًا ، أنا يهودي أصلي فخور
اتمنى لك يوم جيد
من فضلك لا تخافوا مني ، أنا لست عربيًا ، أنا يهودي أصلي فخور
اتمنى لك يوم جيد
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2643
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 22, 2018 11:25 am
Re: ומניח טאנץ
וואס איז די פראבלעם מיט חסידישע טעראפיסטן? חנוכה פארטי'ס?
א קריסמעס בוים גאר.....
א קריסמעס בוים גאר.....
- פון אמעריקע
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4035
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 1:42 pm
Re: ומניח טאנץ
ס'מיינט ענק אלע האבן דורכגעליינט די גאנצע תגובה? פשיהא, wow
אויב פארמאגסטו נישט קיין סענס אוו הומער בעט איך דיר שוין איבער!
האבן ספיקות וועגן די אויפריכטיקייט פון די 2020 עלעקשינס = קאנספיראטער
זיין איבערצייגט אז טראמפ האט אנגעפירט אן אינסערעקשאן = אנשטענדיג און שכל'דיג