קבלת פנים בדחן האט א סדר היום? / טאג ביך – שאץ מאץ

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פעדער
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 02, 2011 4:23 am
לאקאציע: אין די הויזן!
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעדער »

אבער מיט איין תנאי, איך גראם נאר ביי די חתונה, אויסדריקליך נישט ביים "קבלת פנים" :smile:
כ'מיין נישט דיך! אבער אויב מיינסטו אז איך מיין דיך, זאלסטו וויסן אז טאקע דיך מיין איך!!
אוועטאר
notification
שר האלף
תגובות: 1465
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 12, 2022 2:15 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך notification »

פעדער האט געשריבן:
ה' שפתי תפתח ופי
חתן טייערע איידער איך נעם מיך דערצו
דיך מעורר צו זיין היינט כי יום קדוש הוא
ווי עס ווערט פון צדיקים געבראכט
דארף מען א חתן היינט נאכט
מעורר צו זיין אויף בכיות, כדי ער זאל נעמען אין אכט
וויאזוי דער עבר האט אויסגעזעהן
צו איז דאס אויסגעהאלטן געווען
און אויב נישט זאלסטו מיט געוויין תשובה טוהן אויף דעם
על כן אבקש לפני קודשא בריך הוא
ער זאל מיינע ווערטער באגלייטן, יערב נא שיחי
און זאלסט תשובה טוהן פאר'ן לו המלוכה

טייערע חתן הטה אזנך לדברי
והאזינה לאמרי
יעצט ווען דו האלטס יעצט אין די מינוטן די הויכע
צו א לעבן א נייע וועסטו זיין זוכה

די ימי הבחרות גייסטו היינט נאכט שליסן
מוזטו אבער איין זאך וויסן
אז איידער מ'טוט זיך שטעלן אינטער די חופה שטאנגען
א חשבון הנפש מוז מען אנפאנגען

היינט, ווען ס'איז יום זה מכובד מכל ימים
מען איז דיך דן, לפני יוצר כל עולמים
אן עקסטערע יו"כ האט דיך דער באשעפער געטוהן שענקן
תשובה טוהן באמת, זאלסטו געדענקען

אהוי, כל אחד יודע מרת נפשו
וויאזוי זיינען יארן האבן אויסגעזעהן גענוי
צו האט ער שכל געהאט און געוואוסט וויזוי אומצוגיין
אדער האט ער חלילה די נסיונות נישט געקענט ביישטיין

דער ארך אפים מיט געדולד ער ווארט
אויף אן אמת'ע טרער מיט חרטה פארצער'ט
חתן איז ר"ת, חשבון נפש תעשה
און אויך איז עס ר"ת, נפשך תחמול ותכסה

א משל צו א טאטע, וואס האט געהאט איין איינציג קינד
ער ליגט נעבעך אין שפיטאל, שטארק נישט געזונט
צו מאשינען צוגעבינדן, אטעמט זייער שווער
ל"ע נישט ביי זוך, געט צו קיינעם קיין קער

דער טאטע שטייט אין זייט, אויפ'ן קינד קוקט זיך איין
מיט א רחמנות וואס קיינער קען נישט משיג זיין
דער נאמען פון זיין קינד, טוט ער רופן מיט געוויין
דאס קינד אבער הערט אים נישט, און טוט אים נישט פארשטיין

אהוי דער טאטע צו הערן פון זיין קינד ער גייט אויס
כאטשיג אפאר ווערטער פון זיין מויל ארויס
דאס קינד אבער ליידער פארחלש'ט ער איז
ער הערט נישט דעם טאטן געוויס

אבער א טאטנס געוויין, טוט נישט פארלוירן גיין
און דאס קינד צוביסלעך וועקט זיך פון שלאף אויף,
"טאטע, וואסער וואסער" טוט ער בעטן מיט געוויין,
דער טאטע מיט ליבשאפט אויפ'ן קינד ער פאלט ארויף

דאס זעלבע פארשטיי מיינע רייד
אויב האט חלילה א מענטש אינגערהייט
נישט אויפגעפאסט אויף זיינע יארן
און ליידער זיך פארשמירט מיט זינד
הייסט ער חלילה נישט געזונט
ער דערקענט נישט דעם טאטן מיט א דעת א קלארן

דער באשעפער אבער ער ווארט
און ווי א טאטע אים עס ארט.
אז דאס קינד טוט ליידער אים נישט דערקענען
און ווען דער מענטש טוט תשובה ריכטיג
און זיין נשמה ווערט פון עבירות ציכטיג,
טוט דער טאטע אין הימל, מיט ליבשאפט אים צוריק נעמען

אוי טייערע חתן
טוה אויסניצן דעם יעצטיגן זמן
און בעט דעם טאטן דעם יוצר יצורים
אז ער זאל אלעס ביז היינט
דיך מכפר זיין
דער באשעפער איז אונזער טאטע, ער ווארט אויף די אמת'ע דיבורים

דער הייליגער רבינו יונה זאגט א משל א זיסע
פון א קעניג וואס האט אמאהל בדינא דמלכותא
ווען איינער האט זיך פארזינדיגט, אים איינגעשפארט אין תפיסה

שומרים געשטעלט ביים בית הסוהר
כדי מ'זאל נישט קענען אנטלויפן פון טויער
און דעם תפיסה ארומגעצוימט מיט א הויכע מויער

ביז איינמאל האט מען דעם שומר געטוהן אינטערקויפן
אז יעדער איינער זאל קענען אנטלויפן
און אזוי איז יעדער פון דארט אנטרינען (אז יעדער איז אטלאפן)
ווען דער קעניג איז געקומען, און געזעהן אז יעדער איז אנטלאפן
האט ער איינעם אבער, זיצן דארטן געפינען (האט ער איינעם אבער זיצן דארטן געטראפן)
יענער, האט דעם ברירה נישט אויסגעניצט, און ס'איז אפגעלאפן

האט דער קעניג מיט רוגזא געזעהן וואס איז געשעהן
און א הארבע עונש געגעבן עם
ווייל אויב האט ער נישט אויסגענוצט ווען ער האט געהאט די ברירה
איז נאך הארבער די עבירה.
ווייל דאס איז א סימן
אז ער האט זיך נאך נישט אינטערגענימען
פון עבירות זיך אפקערן.
דערפאר האט ער עס נישט אויסניצט, צו א נארמאלע לעבן זיך נישט געטוהן אומקערן.

דאס זעלבע ווען א מענטש זונדיגט, מיט'ן שאור שבעיסה
דאס טוט דעם נשמה אריינלייגן אין תפיסה
און דער באשעפער ער ווארט , ער איז מחכה
פון תפיסה ער זאל ארויסלויפן, תשב אנוש עד דכה.

דערפאר טייערע חתן, פארגיס יעצט אפאר טרערן
און צום הייליגן באשעפער טוה דיין הארץ אומקערן
בעט נא אל תשיבינו ריקם מלפניך
ויאמר ה' סלחתי כדבריך.

פאר א מענטש ווערט געבוירן, אין יענע תקופה
ווען די נשמה איז נהנה מזיו השכינה גופא
שיקט איר אבער דער באשעפער אראפ מיט א כוונה א טיפע
כדי אז די נשמה זאל נישט נהנה זיין מנהמא דכיסופא
כדי אז זי זאל זיין אין א וועלט פון נסיונות טאקע דערפאר
זי זאל די נסיונות ביישטיין און באקומען איר פארדינטע שכר

די נשמה אבער וויל נישט אראפ גיין זי וויל מיטן באשעפער ווייטער זיין מחובר
אבער בעל כרחך אתה חי, וירד אנוס ע"פ הדבור
לייגט דער באשעפער אריין אין איר, איידער זי קומט בהאי עלמא
א צלם אלוקים אשר יצר את האדם בצלמו

און די נשמה ער טוט באשווערן בתנאי כפול
אז ווען זי קומט אראפ בעולם השפל
תהי צדיק ואל תהי רשע
האט מען צום מענטש איין בקשה.

ווען אבער ליידער די מענטש מיט עבירות, ער טוט די נשמה פארשמירן
טוט ער פון זיך דעם צלם אלוקים צוביסלעך אראפ פירן
אזוי אז דער טאטע אין הימל טוט זיין קינד נישט דערקענען
ער האלט נישט ריין דעם פיקדון, וואס פון באשעפער ער האט געטוהן נעמען

האט דערפאר אבער דער אויבישטער, מקדים געווען בהקדמה
א מיטל פון תשובה אויסצורייניגן די נשמה
און ווען דער באשעפער זעהט באמת, ווי טיף ס'איז זיין חרטה
תעקת הדל תאזין תקשיב, ער טוט תשובה מיט אן אמת'ע החלטה

דאן טוט דער אויבישטער דער חומל על מעשיו, אויף זיין קינד זיך דערבארעמען
און ער וועט זיך מיט ליבשאפט, צו זיך ארומארעמען
ער וועט דיך אויפהעלפן אויפבויען א בית נאמן בישראל
געזונט, פרנסה, און ערליכע קינדער, ער וועט דיך שענקן אויף אמאל

וועגן דעם טייערע חתן, תקשיב אזנך, לגדולת בוראיך,
ווען דו גייסט אריינטראכטן אין דיינע לעצטע טריט וצעדה
למי אתה עתיד ליתן דין וחשבון, כאפט א פחד ורעדה

ס'ווערט געברענגט אין ספרי רבותינו
ווען א מענטש זאל אפ' וועלן כל ימי חיינו,
באצאלן נאר א רגע פונעם באשעפער'ס חסדים
איז עס נישט במציאות לשלם, כל ימי האדם.

הדבק במידותיו, דאס איז דאך א דבר ברורה
מכיר טוב זיין דעם בורא באהבה, לפנים מן השורה
מק"ו אזוי ווי א חבר טוט פארן צווייטן טובות שיינע
וויל ער די צווייטער, זאל אים באצאלן כהנה

דערפאר זיי דיך פון היינט און ווייטער מקבל
די שכינה שוין פון צער אויסלייזן, ווייל ס'איז שוין קשה כח הסבל
להתנהג פון היינט און ווייטער נאר ע"פ תורה
און בקדושה ובטהרה זיין שורה

און בפרט בדברים המותרים, מאכן גדרים
ווי אין זוה"ק שטייט, ווערט דורכדעם קוב"ה נתעלה למרום
אזוי גרויס איז דער ענין פון קדש עצמך במותר לך
אז די שכינה כביכול זאגט, חזא במאי ברא אתינא לגבך

דער הייליגער בלאזשובער, האט געשטעלט זיין אייניקל א שאלה
וואס איז דער ענין פון נישואין, וואס איז דער מעלה
מיט וואס איז מען מער נאך די חתונה וואס איז שאני
און זיין אייניקל דערויף האט נישט געהאט בפה, קיין מענה

האט דער צדיק געזאגט, כ'וועל דיר מבאר זיין דעם ענין
א משל צו א קעניג מיט משרתים א שיין פאלאץ א גרויסן בנין
איין עבד געהאט איבער אלעם אן עבד נאמן
אלעס אין פאלאץ האט ער געטרויעט עמ'ען
אבער די צייט נישט שטייט
און ס'וועט אמאל קומען א צייט
וואס דער עבד פון די וועלט גייט

האט דער עבד געטראכט צו זיך ווער נאך וועט אזוי גוט פארשטיין.
צו באדינען דעם קעניג, און מיט נאמנות זיך אומצוגיין
האט ער חתונה געהאט, און די קינדערלעך אויסגעלערנט צו זיין נאמנים
צו ממשיך זיין און באדינעם דעם קעניג בכל ענינים
אזוי האט ער זיך געטרייסט אז ער לאזט כאטש איבער בנים

די משל איז דאך פשוט בזו השעה
די יארן לויפן דור הולך ודור בא
קיין איין מענטש לעבט נישט אויף אייביג
ס'בלייבן נאר די קינדער וואס זענען צום באשעפער גלייביג
און אז די קינדער זענען עהרליך מיט דעם ווערט, די נאמען פאראייביגט

יעצט איז די צייט, אין א זמן, עת רצון ועת שמחה
בעט מיט טרערן אויף כל נטיעות שנוטעים ממך
וויפיל אידישע קינדער ווארטן מיט געגועים
זיי זאלן שוין הערן וויינען א ילד שעשועים
אבער זיי האבן נאכנישט זוכה געווען א קינד צו ערציען.

בעט ביים באשעפער כל עוונותי מחה
בעט אויך פאר כלל ישראל, שעוות עמך שעה
פארגיס יעצט איין אמת'ע טרער
ווי איידער אין די שפעטערע יארן אסאך מער
שערי דמעות לא ננעלו, דיינע טרערן לאז רינען אהן קיי שטער

חתן מ'הערט היינט ליידער פון אזויפיהל צרות
אזויפיהל טראגעדיעס, אזויפיהל לבבות נשברות
און די לעצט צייטן וויפיל אידן טוען ליידן
מיט תשובה שלימה קען מען אלעס פארמיידן
לא הנחש ממית, נאר דער חטא טוט שאדן.

די שכינה הק' איז אין גלות אין א קלעם
זיינע קינדער אויסצולייטערן איז געווען די רצון השם
אזויפיהל שוין אדורך במיצר גלותינו
שוין גענוג געליטן רצה עתירתינו
וקול השופר ישמע במחנתינו

יעצט ווען ס'איז ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם
דו גייסט בויען א מקדש מעט פארן שכינה לשוכן.
אז א ביהמ"ק פארן שכינה פון הימל, אין פייער
האב אינזין אין בעט אויס א בית א נייער
א גאולה שלימה פאר כלל ישראל, בעט לכל ישראל האיר.

ס'שטייט אז אלע תיקונים וואס מ'דארף פארן שכינה מאכן
קען מען נאר אין א זמן שמחה אויספועל'ן די גרעסטע זאכן
יעצט ווען עס איז דיר דיין גרעסטע זמן שמחה
איז ברור אז ישועת ה' עמך
בעט אם לא למענינו, עשה למען שמך

יעצט חתן איך וויל דיך נאך איין זאך דערמאנען
אין אזא געהויבענע צייט, ווען דו טוסט פון שמחה שיינען
דו גייסט יעצט פלעכטן דיין אייגענע קייט
זאלסטו אבער געדענקען דיין טאטע און מאמע
וואס האבן דיך אלע יארן מיט אהבה חמה
דיך געהאדעוועט און געשפייזט און אלעס צוגעגרייט

זאלסטו געדענקען יעצט ווען דו האסט די כוחות עצומים
זיי מתפלל פאר זיי, אריכות ימים ושנים בטוב ובנעימים
געזונט פרנסה בשעה טובה ומצלחת
און אויך זאלסטו בעטן פאר די מחותנים
מאוצרו הטוב משפיע זיין כל טוב עדי ישנים,
אויב ס'באשערט א טרער זאל עס נאר זיין פון נחת.

ווי ס'שטייט אז שלושה שותפים באדם איז פארהאן
בזמן שהבן מכבדן טוט עס ביים באשעפער חשוב זיין
און דער באשעפער ברעגט די שכינה אינעם שטוב אריין
ווען דו גייסט יעצט אויפשטעלן אן אייגענען משפחה
ווילסטו דאך זיכער ס'זאל אויף דיר חל זיין די ברכה
דערפאר זיי מתפלל כדי ס'זאל מקוים ווערן די הבטחה.

בעט אויך, אויף די טאטע און מאמע פון די כלה
משאלותיכם ה' בכל טוב ימלא
בעט אויף די גאנצע משפחה זאל חל זיין די ברכה
געזונט פרנסה און נחת
תורה וגדולה במקום אחת
און יעצט גיי אינטער די חופה בשעה טובה ומצלחת
אפשר לייגסטו צו אויף וועלעכע די זינגסט די גראמען
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”