די לעצטע קוש!
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 925
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 02, 2021 4:50 pm
די לעצטע קוש!
די זון אין פענסטער פארגייט פון האריזאנט, א טינקעלקייט נעמט איבער די שטוב, עס ווערט נאכט די צייט ווען די וועלט באהאלט זיך אין שלאף.
איך גיי צו צי מיין צדיקל איך נעם אים ארום, קום שעפעלע, סאיז צייט צי גיין שלאפן, מיין האנט גלעט זיין קעפעלע די פינגער פלעכטן זיך אריין אין די זיידענע הערעלעך, אין מיט א שטילע קול בארואיג איך מיין נשמה'לע, זארג נישט יענקעלע, אי"ה מארגן אינדערפרי ווען די זון שיינט אויף וועט טאטי דיר קומען נעמען, אין מיינע ליפן דערנענטערן זיך צי זיינע ווייכע בעקעלעך און איך גיב אים א.... קוש!!!!!!
מיינע מחשבות רוישן, איך קען זיי נישט בארואיגן, מיין קאפ איז צושפליטערט איך קען עס נישט אנהאלטן, איך האב יעצט געגעבן א קוש פאר מיין אינגעלע אין אים אריין געלייגט אין בעטל, איז וואס? סאיז נישט אויף אייביג נאר אויף ביז מארגן, איך טוה עס יעדן טאג נו וואס איז היינט געשען אז איך קען נישט באהערשן מיינע געפילען?
אה, ווייל היינט האט א טאטע געגעבן א קוש פאר זיין נשמהלע, אין אריינגעלייגט אין בעט אבער אויף.... איייייביג!!!!
אוי! טאטע אין הימל, אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים, איך גלייב באמונה שלימה אז די ביסט דער וואס פירט די וועלט!
קום מיין נשמה! לאז מיר דיר ארום נעמען, א קוש געבן, אין דאנקן דעם אייבערשטן אויף אזא מתנה ווי דיר! און לאמיר בעטן אויף ווייטער ואל תטשינו לנצח, זאלסט אונז קיינמאל נישט פארלאזן זאלסט אונז געבן געזונט אין כח אויפצוציען די הייליגע נשמות מתוך שמחה ונחת.

ואני בתומי אלך.
Re: די לעצטע קוש!
ציכטיג! די געפילן, די רעש, הערליך געשריבן. געפלאכטן ווי א מייסטער.
הלוואי ווען נישט אויף אזא טרויעריגע נושא.
שרייב נאך! דו קענסט די מלאכה.

- היסטאריש
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3985
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
- פארבינד זיך:
Re: די לעצטע קוש!
זייער שיין.
שטארקע געפילן.
גוט געשריבן..
שכח
שטארקע געפילן.
גוט געשריבן..
שכח
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
- האסטו וועסטו
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4621
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
- לאקאציע: דא
Re: די לעצטע קוש!
ליידער זייער גיט געשריבן
אבער שרייבט עפעס לענגער
אבער שרייבט עפעס לענגער
סענס הייבן אן מאכן זאכן...
(קר' ל.וו.)
#גיי קראך גרינע פעפער
דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!
נא נא!!!
נא'קע מיך נישט, איך דארף עס נישט
(קר' ל.וו.)
#גיי קראך גרינע פעפער
דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!
נא נא!!!
נא'קע מיך נישט, איך דארף עס נישט
- אוראייניקל
- רב הצעיר תשפ"ד
- תגובות: 17019
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am
Re: די לעצטע קוש!
פשוט צושמאלצן געווארן לייננדיג די שורות.
א סקריך איז דורך מיין הארץ און א טיפערע הבנה אין מח.

די חכמה איז נישט וואס מען זאגט יא, נאר וואס מען זאגט נישט.
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 925
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 02, 2021 4:50 pm
Re: די לעצטע קוש!
טשילס מיט טרערן.
@קאנסלטענט שרייב מער נאר אויף שמחות
@קאנסלטענט שרייב מער נאר אויף שמחות
אוי איך בין דער קעניג פין דער וועלט
- לאשתמודעתא
- שר חמש מאות
- תגובות: 581
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 01, 2021 10:25 am
- לאקאציע: עולם השקר
Re: די לעצטע קוש!
מיין רעבעצין פרעגט מיר מיט א ווינדער היינט אינדערפרי נאכן ארומהאלזן אן צאמקושן מיין טאכטער, וואס איז יעצט? וואס איז געשען?
זאג איך אז די @קאנסאלטענט האט גאזאגט דאס צו טוהן.
פאר מיר האבן זיך געעפענט א פאר אויגן!
וואס?
די גייסט צו א קאנסאלטענט און די זאגסט מיר גארנישט?
מיין ענטפער אז איך רעד פון די קאנסאלטענט פון אייוועלט האט איר געברענגט צו פארברייטערן איהר שוין ברייט אפענע אויגן מיט די צווייטע קשיא.
וואטס דעט? א נייע חינוך ארגענעזאציע?
שוין, האמיר זיך שנעל ארויסגעיאגט צום דאווענען מורמעלענדיג אז מ'וועט שוין רעדן שפעטער, און איהר געלאזט שטיין געפלעפט ווי לויט'ס ווייב.

ווען מ'וואלט געמעגט שווערן וואלט איך געשוואורן
Re: די לעצטע קוש!
לאשתמודעתא האט געשריבן:מיין רעבעצין פרעגט מיר מיט א ווינדער היינט אינדערפרי נאכן ארומהאלזן אן צאמקושן מיין טאכטער, וואס איז יעצט? וואס איז געשען?

מיר ערווארטן מער אזוינע תגובות (אשכולות? ארטיקלען?)
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 925
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 02, 2021 4:50 pm
Re: די לעצטע קוש!
היכי תמצא האט געשריבן:מיר ערווארטן מער אזוינע תגובות (אשכולות? ארטיקלען?)
די רעדסט צי מיר?
ואני בתומי אלך.
- פעיק ניוז
- שר עשרים אלף
- תגובות: 24206
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
- לאקאציע: אנאנימע סאורסעס
Re: די לעצטע קוש!
ניין. אזאנע ארטיקלען ערווארטן מיר נישט. גענוג געווען.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 925
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 02, 2021 4:50 pm
Re: די לעצטע קוש!
אין ספרים איז מבואר אז די תכלית פון די עונש איז מען זאך זיך אפלערנען אין תשובה טון, סא איי געס סאיז בידך אז די ווילסט נישט Do what you gotta do.
ואני בתומי אלך.
- פעיק ניוז
- שר עשרים אלף
- תגובות: 24206
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
- לאקאציע: אנאנימע סאורסעס
Re: די לעצטע קוש!
האסט נישט פארשטאנען. געמיינט צו שרייבן אז עס זאל מער נישט פאסירן אזאנע עונשים. דיין ארטיקל איז סופער טשילינג אויפ'ן העכסטן פארנעם.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
Re: די לעצטע קוש!
קאנסאלטענט האט געשריבן:היכי תמצא האט געשריבן:מיר ערווארטן מער אזוינע תגובות (אשכולות? ארטיקלען?)
די רעדסט צי מיר?
איך האב עס געשריבן צו @לאשתמודעתא ווען איך האב איהם ציטירט, און ער איז א שר העשר וואס האט געשריבן א זאפטיגע תגובה.
אבער אוואדאי פאר דיר אויך! איך האב שוין אויבן געשריבן צו דיר:
היכי תמצא האט געשריבן:ציכטיג! די געפילן, די רעש, הערליך געשריבן. געפלאכטן ווי א מייסטער.
הלוואי ווען נישט אויף אזא טרויעריגע נושא.
שרייב נאך! דו קענסט די מלאכה.
די ערשטע תגובה אויף דיין ארטיקל!
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 329
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 11, 2019 12:15 am
Re: די לעצטע קוש!
זייער שיין אפגעשריבען וואס איך האב נעכטען געפילט. (אין היינט אויך) לאמיר האפען אז איר וועט ארייקומען מיט נאך שיינע ארטיקלען אבער אויף געשיכטעס פון אן אנדערע קאליבּער .
- לאשתמודעתא
- שר חמש מאות
- תגובות: 581
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 01, 2021 10:25 am
- לאקאציע: עולם השקר
Re: די לעצטע קוש!
היכי תמצא האט געשריבן:לאשתמודעתא האט געשריבן:מיין רעבעצין פרעגט מיר מיט א ווינדער היינט אינדערפרי נאכן ארומהאלזן אן צאמקושן מיין טאכטער, וואס איז יעצט? וואס איז געשען?
זאג איך אז די @קאנסאלטענט האט גאזאגט דאס צו טוהן.
פאר מיר האבן זיך געעפענט א פאר אויגן!
וואס?
די גייסט צו א קאנסאלטענט און די זאגסט מיר גארנישט?
מיין ענטפער אז איך רעד פון די קאנסאלטענט פון אייוועלט האט איר געברענגט צו פארברייטערן איהר שוין ברייט אפענע אויגן מיט די צווייטע קשיא.
וואטס דעט? א נייע חינוך ארגענעזאציע?
שוין, האמיר זיך שנעל ארויסגעיאגט צום דאווענען מורמעלענדיג אז מ'וועט שוין רעדן שפעטער, און איהר געלאזט שטיין געפלעפט ווי לויט'ס ווייב.
מיר ערווארטן מער אזוינע תגובות (אשכולות? ארטיקלען?)
יישר כח.
מ'וועט זעהן אויב די צייט וועט צולאזן.
ווען מ'וואלט געמעגט שווערן וואלט איך געשוואורן
- פופציגער
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9899
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
- לאקאציע: זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם
Re: די לעצטע קוש!
געוואלדיג!!!!
געהאט אן ענליכער הרגשה נעכטן ביים אהיימקומען צו די טייערע קינדערלעך.

.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
-
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6791
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 2:10 am
- לאקאציע: Kollel
Re: די לעצטע קוש!
זייער שטארק! געהאט די זעלבע געפילן