איש מתמיד אני
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
איש מתמיד אני
געווען איז עס הושענה רבה תשפ"א נאכמיטאג, די זון ריכטעט שוין אירע שטראל אויף מעריב זיך גרייטנדיג צו אונטערגיין און דערמיט אריינברענגען דעם הייליגן פרייליכן יום טוב שמיני עצרת און שמחת תורה אויף אונזער וועלט.
די קינדערלעך ווערן שיין אנגעטון לכבוד יום טוב, די קליינע יונגלעך האבן שוין מיט זיך זייער תורה'לע וואס זיי גייען האלטן אין די האנט אין שול ווען זיי גייען קומען צו די הקפות טאנצן מיט טאטי און זען וויאזוי אלע טאטעס טאנצן און פרייען זיך מיט די הייליגע תורה.
אלעס קלאפט ב"ה, די קינדערלעך זענען שיין אנגעטון מיט די הערליכע יום טוב'דיגע אנצוגן, נייע שוך, שיינע געמאכטע געקרייזעלטע פיאות. ס'איז דען עפעס א קלייניגקייט? די שאפינג פאר די קליידער און אנצוגן הייבט זיך שוין אן אינמיטן זומער ווען מען הייבט אן ארומגיין זוכן וואו מ'קען טרעפן די שיינע קליידער לכבוד יום טוב, אמער מ'גייט דאך גיין אין שול מיטהאלטן וויאזוי די טאטעס טאנצן די הקפות און מ'פריידט זיך מיט די הייליגע תורה, מ'גייט דארט טרעפן די שכנ'טע, קאזין, פריינדינע. מ'קען נישט קומען מיט סתם אן אנצוג, ס'מוז זיין 'סאמטינג ספעשל', יעדער ביי די הקפות וועט זאגן "וואו, דיינע קינדער זענען צוקער זיס קע"ה, כ'האב נישט געוואוסט אז זיי זענען שוין אזוי גרויס...". דערנאך ווערט די שמועס מער דעטאלירט, ווי אלט איז דיין עלטסטע יונגל? ווען הייבט ער אן חדר? ווער זיינע דיינע טעכטער'ס טיטשערס אא"וו..".
די שבת בעל קלינגט און דערמיט קומט צו אן אפשטעל אלע יאגענישן פון די לעצטע צוגרייטונגען לכבוד יום טוב. "גיימיר אין שול" האב איך געמאלדן פאר די קינדער און געוואונטשן א גוט יום טוב פאר די משפחה.
די יום טוב איז געווארן איינגעלייטעט דורך א שיינע בעל תפלה להנאת כל הציבור. נאך מעריב האט מען אנגעהויבן די הקפות, פארשטייט זיך מיט אתה הראת און אזוי ווייטער. פאר יעדע הקפה האט מען מכבד געווען אנדערע אידן צו קומען טאנצן מיט די תורה.
פאר איין הקפה הער איך ווי מען רופט מיר אויס מיט די טיטול צו ווואס יעדער איז זוכה דורכאויס שמחת תורה מורינו הרב ר' עולם הפוך איז מכובד מיט כבוד התורה (נו, גילו!!!!).
אז מען רופט גייט מען, איך נעם איבער דעם ספר תורה, דער רב פונעם שול זאגט פאר "מלך עולמים וכו' ", דערנאך הייבט מען אן טאנצן די הקפה, איך בין געטאנצן מיט די ספר תורה, גאנץ כלל ישראל פריידט זיך מיט די תורה. פארט האב איך אבער בשעת'ן טאנצן נישט געשפירט עפעס א מורא'דיגע שמחה מיט וואספארא שייכות איך האב מיט דעם ספר תורה.
איך האב ב"ה שיעורים, איך בין ב"ה מסיים מסכתות, אבער דאך, מיט די עצם די זאך מיט וואס מיר טאנצן שמחת תורה, נעמליך די הייליגן ספר תורה האב איך נישט קיין שייכות, איך לערן נישט קיין חומש רש"י, איך האב ווארשיינליך נאך קיינמאל נישט געענדיגט חומש רש"י אין מיין לעבן, דעריבער שפיר איך נישט אזא גרויסע שמחה ביים טאנצן מיט די תורה.
עס האט מיר אנגעהויבן עגבערן אין קאפ וואס איך קען טון צו דעם פראבלעם, לערנען חומש רש"י יעדע וואך מהחל ועד כלה איז נישט גרינג. עטליכע טעג נאך יו"ט האט זיך מיר אנגעהויבן אריינכאפו א געדאנק צו אנהייבן לערנען חק יעדן טאג און אזוי וועל איך קענען ענדיגן חו"ר יעדע וואך בס"ד.
טו בי האנעסט ווי מ'זאגט, איך האב נישט געהאט קיין השגה וויאזוי דער סדר פון חק גייט, איך בין אריין אין ביהמ"ד און גענומען א חק און אנגעהויבן צו לערנען חומש רש"י, דערנאך נביאים וכתובים אא"וו. מיט'ן אייבערשטענס הילף האב איך מיך געטראפן געענדיגט גאנץ פ' בראשית.
זונטאג נח האב איך אפגעמאכט אז איך ברויך גין איינהאנדלען א סעט חק לישראל, איך בין אריין אין א ספרים געשעפט און גענומען א חק אין די האנט, איך האב אזוי געקווענקעלט צו מיר, זאל איך עס אפילו קויפן? גייט עס נישט פארשטויבט ווערן אין שאנק?... פון וויפיל געלט רעדט מען שוין דא, איך האב געקויפט דעם קליינעם סעט חק לישראל וואס עוז והדר געבט ארויס און איך בין ארויס פון געשעפט.
מה עשה הקב"ה, אז איך האב שוין א חק מיט מיר זאל עס שוין גענוצט ווערן אויך האב איך צו מיר געטראכט.. און אזוי האט זיך עס אנגעהויבן ריקן וואך נאך וואך וואס איך האב ב"ה מסיים געווען חומש רש"י. פארלאפענעם חול המועד סוכות ווען איך ב"ה זוכה געווען צו מסיים זיין פ' וזאת הברכה האב איך צוגעמאכט דעם חומש און עס געהאלטן אין מיין הענט ווען פלוצים שפיר איך ווי עס רינען פון מיינע אויגן טרערן פון שמחה אז דאס יאר האב איך ב"ה זוכה געווען צו מסיים זיין די גאנצע חמשה חומשי תורה פון אנפאנג ביז'ן סוף, א זאך וואס איך האב נישט געגלייבט אז איך וועל אמאל זוכה זיין דערצו.
שמחת תורה תשפ"ב האט זיך עס שוין געשפירט גאר אנדערש, עס איז נישט בלויז געווען אז איך האלט דעם ספר תורה, עס איז א אמת'ע שמחה אז מען האט זוכה געווען צו מסיים זיין דעם גאנצן ספר תורה מיט וואס מיר טאנצן.
די געפיל נאכ'ן ענדיגן חומש רש"י איז א העכערע געפיל, עס שפירט זיך ווי מען איז מסיים א מסכת (היינט צוטאגס קומט ענדערש אויס צו מאכן א סיום אויף א מסכת ווי אויף חומש רש"י..). עס שפירט זיך אינגאנצן אנדערש ווען מען זיצט ביי די סעודה שב"ק און די קינדער קומען מיט זייערע צעטלעך און שאלות מען טראכט, איין מינוט, באשעפער אין הימל וועלכע סדרה גייט די וואך?! נאך א מזל אז נעבן די שאלות שטייט די תירוצים אזוי דערמאנט מען זיך גירסא דינקותא פון וואס די פרשה רעדט זיך...
ווען מען ענדיגט חומש רש"י שפירט מען זיך 'אין די זאך' מען קען ארומרעדן שיינע ענינים איף די סדרה נישט בלויז וואס מען האט געזען א ספר נאכברענגען נאר גאר אסאך מאל איז דא גאר אינטערעסאנטע זאכן נאכצוזאגן פשוט'ע חומש אדער פשטים וואס רש"י הק' ברענג אראפ און דאס געבט אן אנדערע באדייט פאר די שבת'דיגע סעודה. אזוי אויך שבת אינדערפרי ביים ליינען פארשטייט מען יעדעס ווארט וואס דער בעל קורא ליינט, ס'איז נישט בלויז די טראפן וואס מען ברומט מיט מיט'ן בעל קורא אדער ווען מען כאפט אים ביים מאכן א טעות..
מ'האלט שוין טאקע די וואך ביים פערטן פרשה פון די נייע מחזור אבער ס'איז קיינמאל נישט צו שפעט אנצוהייבן, און זיכער נישט צוליב דעם זאל דורכגיין נאך א יאר וואס מען איז נישט מסיים די גאנצע חו"ר. אויב לערנסטו נאכנישט חומש רש"י פרוביר עס אויס, כאפ דיך מיט און דו וועסט מיר דאנקבאר זיין, די געפיל קען מען נישט משער זיין.
דעם קומענדיגן שמחת תורה תשפ"ג ווען דו וועסט טאנצן מיט'ן ספר תורה וועט די שמחה זיין אסאך גרעסער. טעמו וראו כי טוב!!

לעצט פארראכטן דורך עולם הפוך אום מאנטאג אקטאבער 18, 2021 5:19 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
Re: איש מתמיד אני
שש ושמח האט געשריבן:בס''ד
דברים כדרבונות!
זכית!
מזכה הרבים! ( אין חטא בא לידו)
יישר כח, אמן ואמן!!
- בלייב געזונט
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4264
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 10:16 am
Re: איש מתמיד אני
זייער שטארק!
אבער נעקסטיים פליז שרייב דאס בעפאר יו''ט, ס'איז א שטארקע נקודה איך וואלט מיך ווען זיכער מיטגעכאפט
יעצט ביזטו מיר שוין מחזק אז ס'איז קיינמאל נישט צו שפעט...

הַחֹדֶשׁ אֲשֶׁר נֶהְפַּךְ לָהֶם מִיָּגוֹן לְשִׂמְחָה
- נו גוט נו שוין
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12231
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm
Re: איש מתמיד אני
געוואלדיגע געדאנק, און הערליך באשריבן,
די מחשבה איז בעצם א טעות, צוליב מאנגל אין אינפארמאציע אינעם באדייט פונעם יו"ט שמחת תורה...
עולם הפוך האט געשריבן:.
פאר איין הקפה הער איך ווי מען רופט מיר אויס מיט די טיטול צו ווואס יעדער איז זוכה דורכאויס שמחת תורה מורינו הרב ר' עולם הפוך איז מכובד מיט כבוד התורה (נו, גילו!!!!).
אז מען רופט גייט מען, איך נעם איבער דעם ספר תורה, דער רב פונעןם שול זאגט פאר "מלך עולמים וכו'", דערנאך הייבט מען אן טאנצן די הקפה, איך בין געטאנצן מיט די ספר תורה, גאנץ כלל ישראל פריידט זיך מיט די תורה. פארט האב איך אבער בשעת'ן טאנצן נישט געשפירט עפעס א מורא'דיגע שמחה מיט וואספארא שייכות איך האב מיט דעם ספר תורה.
איך האב ב"ה שיעורים, איך בין ב"ה מסיים מסכתות, אבער דאך, מיט די עצם די זאך מיט וואס מיר טאנצן שמחת תורה, נעמליך די הייליגן ספר תורה האב איך נישט קיין שייכות, איך לערן נישט קיין חומש רש"י, איך האב ווארשיינליך נאך קיינמאל נישט געענדיגט חומש רש"י אין מיין לעבן, דעריבער שפיר איך נישט אזא גרויסע שמחה ביים טאנצן מיט די תורה.
עס האט מיר אנגעהויבן עגבערן אין קאפ וואס איך קען טון צו דעם פראבלעם, לערנען חומש רש"י יעדע וואך מהחל ועד כלה איז נישט גרינג. עטליכע טעג נאך יו"ט האט זיך מיר אנגעהויבן אריינכאפו א געדאנק צו אנהייבן לערנען חוק יעדן טאג און אזוי וועל איך קענען ענדיגן חו"ר יעדע וואך בס"ד.
די מחשבה איז בעצם א טעות, צוליב מאנגל אין אינפארמאציע אינעם באדייט פונעם יו"ט שמחת תורה...
ווער איז צמח???? ערשט האנטיגע באריכטן פונעם שפיאנאזש הויפטקוואטיר
Re: איש מתמיד אני
בלייב געזונט האט געשריבן:זייער שטארק!
אבער נעקסטיים פליז שרייב דאס בעפאר יו''ט, ס'איז א שטארקע נקודה איך וואלט מיך ווען זיכער מיטגעכאפט
יעצט ביזטו מיר שוין מחזק אז ס'איז קיינמאל נישט צו שפעט...
אויב פילסטו אז דו קענסט זיך מיטכאפן, זיי נישט קיין נער!!! הייב אן יעצט, ס'גייט נאר פרשת וירא, העכסטענס וועסטו מאכן דיין סיום מוצאי שבת לך לך, דעמאלטס וועט זיין דיין גליקליכע מינוט פון האלדזן דעם חומש'ל מיט טרערן פון א מסיים. צופיל וואסער גייט נאך רינען אינ'ם האדסאן ריווער ביז קומענדיגע שמחת תורה און מ'קען נישט עפפארדען צו ווארטן ביז דענסמאל.
גלייב מיר דו וועסט טאנצן אסאך געשמאקער שמחת תורה תשפ"ג ווען דו ווייסט אז אין נאך דריי וואכן ארום ביסטו מסיים חמשה חומשי תורה!!!
- זאג א גוטס
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3279
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm
Re: איש מתמיד אני
נו גוט נו שוין האט געשריבן:געוואלדיגע געדאנק, און הערליך באשריבן,
די מחשבה איז בעצם א טעות, צוליב מאנגל אין אינפארמאציע אינעם באדייט פונעם יו"ט שמחת תורה...
ווי עס ווערט געברענגט אין ספרי חסידות אז דעריבער טאנצט מען מיט א "פארמאכטע" ספר תורה, אלס דער עצם קשר פון אורייתא וישראל וקוב"ה.
- אונגארישע הייזער
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8297
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
- לאקאציע: אין מאה שערים
Re: איש מתמיד אני
אברך משי האט געשריבן:בלייב געזונט האט געשריבן:זייער שטארק!
אבער נעקסטיים פליז שרייב דאס בעפאר יו''ט, ס'איז א שטארקע נקודה איך וואלט מיך ווען זיכער מיטגעכאפט
יעצט ביזטו מיר שוין מחזק אז ס'איז קיינמאל נישט צו שפעט...
אויב פילסטו אז דו קענסט זיך מיטכאפן, זיי נישט קיין נער!!! הייב אן יעצט, ס'גייט נאר פרשת וירא, העכסטענס וועסטו מאכן דיין סיום מוצאי שבת לך לך, דעמאלטס וועט זיין דיין גליקליכע מינוט פון האלדזן דעם חומש'ל מיט טרערן פון א מסיים. צופיל וואסער גייט נאך רינען אינ'ם האדסאן ריווער ביז קומענדיגע שמחת תורה און מ'קען נישט עפפארדען צו ווארטן ביז דענסמאל.
גלייב מיר דו וועסט טאנצן אסאך געשמאקער שמחת תורה תשפ"ג ווען דו ווייסט אז אין נאך דריי וואכן ארום ביסטו מסיים חמשה חומשי תורה!!!
מקען משלים זיין חומ"ר ביז שמיני עצרת, און אויב וועסטו האבן געלערנט אלע סדרות פון יעצט און ווייטער וועט דיר זייער גרינג אנקומען בעז"ה צוצוענדיגן די דריי פרשיות.
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
Re: איש מתמיד אני
זאג א גוטס האט געשריבן:נו גוט נו שוין האט געשריבן:געוואלדיגע געדאנק, און הערליך באשריבן,
די מחשבה איז בעצם א טעות, צוליב מאנגל אין אינפארמאציע אינעם באדייט פונעם יו"ט שמחת תורה...
ווי עס ווערט געברענגט אין ספרי חסידות אז דעריבער טאנצט מען מיט א "פארמאכטע" ספר תורה, אלס דער עצם קשר פון אורייתא וישראל וקוב"ה.
בס''ד
א גוט ווארט, וואו שטייט עס?
Re: איש מתמיד אני
שטארקע ארטיקל, ר' עולם הפוך, חילך לאורייתא!
(סתם נייגעריג צי דו לערנסט למעשה חק לישראל אויך, אדער דו נוצסט דעם חק'ל פאר חומש רש"י - אזוי ווי איך טו...)

- Masmid
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4854
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 12, 2019 1:53 pm
- לאקאציע: בית המדרש
Re: איש מתמיד אני
העי.. וואס ווילסטו פון מיין ניק האבן...? בחפץ לב!
כי לו נאה כי לו יאה!
קנאת סופרים תרבה חכמה
כי לו נאה כי לו יאה!
קנאת סופרים תרבה חכמה
המאור שבה יחזירנו למוטב!
- נו גוט נו שוין
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12231
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm
Re: איש מתמיד אני
שש ושמח האט געשריבן:זאג א גוטס האט געשריבן:נו גוט נו שוין האט געשריבן:געוואלדיגע געדאנק, און הערליך באשריבן,
די מחשבה איז בעצם א טעות, צוליב מאנגל אין אינפארמאציע אינעם באדייט פונעם יו"ט שמחת תורה...
ווי עס ווערט געברענגט אין ספרי חסידות אז דעריבער טאנצט מען מיט א "פארמאכטע" ספר תורה, אלס דער עצם קשר פון אורייתא וישראל וקוב"ה.
בס''ד
א גוט ווארט, וואו שטייט עס?
אין ספרי חסידות
ווער איז צמח???? ערשט האנטיגע באריכטן פונעם שפיאנאזש הויפטקוואטיר
Re: איש מתמיד אני
בלייב געזונט האט געשריבן:זייער שטארק!
אבער נעקסטיים פליז שרייב דאס בעפאר יו''ט, ס'איז א שטארקע נקודה איך וואלט מיך ווען זיכער מיטגעכאפט
יעצט ביזטו מיר שוין מחזק אז ס'איז קיינמאל נישט צו שפעט...
ישר כח!
בעפאר יום טוב האב איך נאכנישט געהאט מסיים געווען.
איך זאג דיר עס יעצט, פרוביר עס אויס, דו וועסט מיר דאנקבאר זיין.
Re: איש מתמיד אני
נו גוט נו שוין האט געשריבן:שש ושמח האט געשריבן:זאג א גוטס האט געשריבן:נו גוט נו שוין האט געשריבן:געוואלדיגע געדאנק, און הערליך באשריבן,
די מחשבה איז בעצם א טעות, צוליב מאנגל אין אינפארמאציע אינעם באדייט פונעם יו"ט שמחת תורה...
ווי עס ווערט געברענגט אין ספרי חסידות אז דעריבער טאנצט מען מיט א "פארמאכטע" ספר תורה, אלס דער עצם קשר פון אורייתא וישראל וקוב"ה.
בס''ד
א גוט ווארט, וואו שטייט עס?
אין ספרי חסידות
אודאי איז קוב"ה וישראל חד, פאר אבער איז זיכער סאך שטערקער ווען מ'לערנט די עצם ספוקי התורה פון אנפאנג ביז'ן סוף.
Re: איש מתמיד אני
לכאורה האט געשריבן:שטארקע ארטיקל, ר' עולם הפוך, חילך לאורייתא!
(סתם נייגעריג צי דו לערנסט למעשה חק לישראל אויך, אדער דו נוצסט דעם חק'ל פאר חומש רש"י - אזוי ווי איך טו...)
יישר כח.
יא, איך ךערן ב"ה חק אויך, מיין ציל איז בעיקר געווען די חומש רש"י. עס מאכט זיך טעג וואס איך בין פארנומען און איך האב נישט קיין צייט צו ענדיגן די גאנצע חק, אבער די חומש רש"י פונעם טאג לערן איך יעדן טאג חוק ולא יעבר.
די עוז והדר פירוש איז א אויסערגעווענליכע שטארקע ארבעט. עס צעגיסט יעדעס ווארט אין מויל אריין.
Re: איש מתמיד אני
masmid האט געשריבן:העי.. וואס ווילסטו פון מיין ניק האבן...? בחפץ לב!
כי לו נאה כי לו יאה!
קנאת סופרים תרבה חכמה
איך בין ווייט נישט אזא גרויסער מתמיד ווי דיר...
Re: איש מתמיד אני
יישר פאר אלע באדאנקער.
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 411
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 03, 2020 3:38 pm
Re: איש מתמיד אני
ווען איך האב עס געליינט האב איך געטראכט, אה... ווען קען מיך אזוי גוט, פונקט דאס איז די מעשה ביי מיר...
ברוך השם ס'איז געווען א סעיל אויף די קליינע חק לישראל פון עוז והדר
ס'פונקט אזוי גרויס וואו מיין בוזעם טאש און אזוי לערן ב"ה יעדן טאג
אנדערע ווערטער שבת קודש נאך א וואך וואס די האסט געענדיגט די פרשה

נו גוט נו שוין האט געשריבן:געוואלדיגע געדאנק, און הערליך באשריבן,עולם הפוך האט געשריבן:.
פאר איין הקפה הער איך ווי מען רופט מיר אויס מיט די טיטול צו ווואס יעדער איז זוכה דורכאויס שמחת תורה מורינו הרב ר' עולם הפוך איז מכובד מיט כבוד התורה (נו, גילו!!!!).
אז מען רופט גייט מען, איך נעם איבער דעם ספר תורה, דער רב פונעןם שול זאגט פאר "מלך עולמים וכו'", דערנאך הייבט מען אן טאנצן די הקפה, איך בין געטאנצן מיט די ספר תורה, גאנץ כלל ישראל פריידט זיך מיט די תורה. פארט האב איך אבער בשעת'ן טאנצן נישט געשפירט עפעס א מורא'דיגע שמחה מיט וואספארא שייכות איך האב מיט דעם ספר תורה.
איך האב ב"ה שיעורים, איך בין ב"ה מסיים מסכתות, אבער דאך, מיט די עצם די זאך מיט וואס מיר טאנצן שמחת תורה, נעמליך די הייליגן ספר תורה האב איך נישט קיין שייכות, איך לערן נישט קיין חומש רש"י, איך האב ווארשיינליך נאך קיינמאל נישט געענדיגט חומש רש"י אין מיין לעבן, דעריבער שפיר איך נישט אזא גרויסע שמחה ביים טאנצן מיט די תורה.
עס האט מיר אנגעהויבן עגבערן אין קאפ וואס איך קען טון צו דעם פראבלעם, לערנען חומש רש"י יעדע וואך מהחל ועד כלה איז נישט גרינג. עטליכע טעג נאך יו"ט האט זיך מיר אנגעהויבן אריינכאפו א געדאנק צו אנהייבן לערנען חוק יעדן טאג און אזוי וועל איך קענען ענדיגן חו"ר יעדע וואך בס"ד.
די מחשבה איז בעצם א טעות, צוליב מאנגל אין אינפארמאציע אינעם באדייט פונעם יו"ט שמחת תורה...
מיינסט מסתמא צו זאגן אז דער עיקר שמחה איז אויף דעם וואס דער ציבור האט געענדיגט ליינען די גאנצע תורה במשך דעם יאר, אפגעזען וואס ער האט געטון
דער אמת איז אבער אז להשלים פרשיותיו עם הציבור ווי א ירא שמים איז א חלק פון די זאך, סאו עס מאכט אסאך סענס צו פילן מער שייכות ווען מען לערנט און מען פארשטייט די סדרות וואס מען ליינט
- נו גוט נו שוין
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12231
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm
Re: איש מתמיד אני
קאודינג האט געשריבן:נו גוט נו שוין האט געשריבן:געוואלדיגע געדאנק, און הערליך באשריבן,עולם הפוך האט געשריבן:.
פאר איין הקפה הער איך ווי מען רופט מיר אויס מיט די טיטול צו ווואס יעדער איז זוכה דורכאויס שמחת תורה מורינו הרב ר' עולם הפוך איז מכובד מיט כבוד התורה (נו, גילו!!!!).
אז מען רופט גייט מען, איך נעם איבער דעם ספר תורה, דער רב פונעןם שול זאגט פאר "מלך עולמים וכו'", דערנאך הייבט מען אן טאנצן די הקפה, איך בין געטאנצן מיט די ספר תורה, גאנץ כלל ישראל פריידט זיך מיט די תורה. פארט האב איך אבער בשעת'ן טאנצן נישט געשפירט עפעס א מורא'דיגע שמחה מיט וואספארא שייכות איך האב מיט דעם ספר תורה.
איך האב ב"ה שיעורים, איך בין ב"ה מסיים מסכתות, אבער דאך, מיט די עצם די זאך מיט וואס מיר טאנצן שמחת תורה, נעמליך די הייליגן ספר תורה האב איך נישט קיין שייכות, איך לערן נישט קיין חומש רש"י, איך האב ווארשיינליך נאך קיינמאל נישט געענדיגט חומש רש"י אין מיין לעבן, דעריבער שפיר איך נישט אזא גרויסע שמחה ביים טאנצן מיט די תורה.
עס האט מיר אנגעהויבן עגבערן אין קאפ וואס איך קען טון צו דעם פראבלעם, לערנען חומש רש"י יעדע וואך מהחל ועד כלה איז נישט גרינג. עטליכע טעג נאך יו"ט האט זיך מיר אנגעהויבן אריינכאפו א געדאנק צו אנהייבן לערנען חוק יעדן טאג און אזוי וועל איך קענען ענדיגן חו"ר יעדע וואך בס"ד.
די מחשבה איז בעצם א טעות, צוליב מאנגל אין אינפארמאציע אינעם באדייט פונעם יו"ט שמחת תורה...
מיינסט מסתמא צו זאגן אז דער עיקר שמחה איז אויף דעם וואס דער ציבור האט געענדיגט ליינען די גאנצע תורה במשך דעם יאר, אפגעזען וואס ער האט געטון
דער אמת איז אבער אז להשלים פרשיותיו עם הציבור ווי א ירא שמים איז א חלק פון די זאך, סאו עס מאכט אסאך סענס צו פילן מער שייכות ווען מען לערנט און מען פארשטייט די סדרות וואס מען ליינט
ניין איך זאג אז די שמחה מיט די תורה איז א חלק פון שמחת היום, וואס דאס איז די שמחה מיטן אויבערשטן אליין, אפגעזען וואס מ’האט בכלל געטון א גאנץ יאר,