ישיבות למצויינים? איך דארף עס שוין פאר מיין חדר אינגל!

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: ישיבות למצויינים? איך דארף עס שוין פאר מיין חדר אינגל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

יוד אלף האט געשריבן:
א פיין שמועס האט געשריבן:איך מיין אז דערוילעם כאפט ניטאמאל ווי די פראבלעם הייבט זיך אן.

..
איך ווייס נישט וויאזוי מען קען דאס טון, אבער ווילאנג דאס געשעט נישט זענען מיר אויף געהאקטע צרות.

קלארע דיבורים
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 16943
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: ישיבות למצויינים? איך דארף עס שוין פאר מיין חדר אינגל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

זייער קלארע דיבורים
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

אויב מעקט מען דיינע תגובות, איז א סימן אז די שרייבסט.
אויב מעקט מען דיר אסאך, איז א סימן אז דו ביסט א גרויסע שרייבער.
דוק ותשכח
פארווייטאגט
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 1:29 pm

Re: ישיבות למצויינים? איך דארף עס שוין פאר מיין חדר אינגל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארווייטאגט »

ירקרקות האט געשריבן:טעארעטישע פראגע, אדרבה ענטפערט!

אלמלא עס וואלטן בכלל נישט געווען קיין ישיבות למצוינים, וואלט דער עולם הישיבות געשטאנען בעסער ווי יעצט אדער שוואכער?

מייין ענטפער: פיל פיל שוואכער...
דאס ביסל דרוק וואס די אלגעמיינע ישיבות האבן איז נאר צוליב דעם מצויינים קאמפעטישאן. אלזא, לייגט דעם דגוש דארט וואו מען ברויך.

עס וואונדערט מיר וואס דער עולם כאפט נישט דאס אין יעדע אינדאסטרי איז דער קאנסומער דער גרעסטער געווינער פון קאמפעטישאן. עלימינירן דאס ביסעלע קאמפעטישאן וועלכע עקזיסטירט נאך אינ'ם עולם הישיבות וואלט געווען דער גרעסטער בראך אויף כלל ישראל.

100% אז נישט!!!!!!

דער עולם הישיבות וואלט געשטאנען צען מאל בעסער ווי יעצט!!!!

פארווייטאגט האט געשריבן:

מיין ענפער: פיל בעסער!!!!!!!
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

אויב מעקט מען דיינע תגובות, איז א סימן אז די שרייבסט.
אויב מעקט מען דיר אסאך, איז א סימן אז דו ביסט א גרויסע שרייבער.
דוק ותשכח
פארווייטאגט
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 1:29 pm

Re: ישיבות למצויינים? איך דארף עס שוין פאר מיין חדר אינגל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארווייטאגט »

ירקרקות האט געשריבן:נאך א טעארעטישע פראגע, אדרבה ענטפערט!

איר האט א זון א בינוני אין כשרון והתמדה, וואספארא אינטערעסע האט איר אז אין זיין כתה פון 35 זאלן זיך געפונען 10 חריפים ומתמידים וואס ער קען נישט גרייכן לקרסולי רגליהם? ס'איז אים נישט גענוג 4 אזוינע?

כ'זאג אייך צו אז אויב ער איז נישט מצליח האט דאס גארנישט מיט דעם וואס פינף מצוינים חברים זיצן יעצט אין א ישיבה למצוינים.
באמת, קריכטס אראפ פון בוים, וואס איז די מצוינים קרעיז דא? איך קוק עס ווי שנאת ע"ה לת"ח און שנאת המון עם קעגן די עליטע.

מיין זוהן דארף א גוטע ישיבה, כדי ער זאל ארויסברענגען זיינער מעלות, אויף זיין פארנעם.

וואס מער גוטע בחורים עס איז פארהאנען, איז עס א בעסערע ישיבה.

קנאת סופרים תרבה חכמה.

פארשטייט זיך, עס איז נאר כל זמן מיין זוהן דארף נישט קיין ספיצעילע הילף, וואס דער ישיבה וועט זיין א סתירה צו זיין הילף. ודי.
ירקרקות
שר חמש מאות
תגובות: 549
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 11:40 am

Re: ישיבות למצויינים? איך דארף עס שוין פאר מיין חדר אינגל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירקרקות »

פארווייטאגט האט געשריבן:
ירקרקות האט געשריבן:נאך א טעארעטישע פראגע, אדרבה ענטפערט!

איר האט א זון א בינוני אין כשרון והתמדה, וואספארא אינטערעסע האט איר אז אין זיין כתה פון 35 זאלן זיך געפונען 10 חריפים ומתמידים וואס ער קען נישט גרייכן לקרסולי רגליהם? ס'איז אים נישט גענוג 4 אזוינע?

כ'זאג אייך צו אז אויב ער איז נישט מצליח האט דאס גארנישט מיט דעם וואס פינף מצוינים חברים זיצן יעצט אין א ישיבה למצוינים.
באמת, קריכטס אראפ פון בוים, וואס איז די מצוינים קרעיז דא? איך קוק עס ווי שנאת ע"ה לת"ח און שנאת המון עם קעגן די עליטע.

מיין זוהן דארף א גוטע ישיבה, כדי ער זאל ארויסברענגען זיינער מעלות, אויף זיין פארנעם.

וואס מער גוטע בחורים עס איז פארהאנען, איז עס א בעסערע ישיבה.

קנאת סופרים תרבה חכמה.
.

אההה. איר זוכט א מצוינים ישיבה... שגץ ארויס!
סמעטענע
שר האלף
תגובות: 1402
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 27, 2020 9:35 pm

Re: ישיבות למצויינים? איך דארף עס שוין פאר מיין חדר אינגל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמעטענע »

מי יודע האט געשריבן:
בבקשה האט געשריבן:בין וכך ובין כך, סברות קען מען זאגן פון היינט ביז מארגן, איינער האט קראנטע ידיעות טאמער ס׳איז מער אדער ווייניגער ביי מצויינים ישיבות?

איך ווייס פון א מצויין ישיבה וואס מ'האט געמוזט פארשפארן ערגעץ אין די לעצטע 10 יאר, ווייל די בחורים זענען נשפע געווארן פון פארקרומטע דעות (צו ביכער צו ווי אזוי מ'ליינט היינט על פי רוב)
מ'האט עס נאכנישט געהערט אויף א סיסטעם ישיבה

ב"ה אז אין קלענערע ישיבות כאפט מען עס פיל שנעלער און חלילה ווען ס'צרות קען מען שפארן
אין א גרויסע סיסטעם דארף מען רחמים מען זאל עס כאפן אויב ס'מאכט זיך חלילה
און שפארן וועלן זיי קיינמאל, ס'טאקע נישטא אזאנס.

ווען זיי זאלן ווען זיין אין א פחד פון דארפן אפשפארן פאר חורבנות וואס מאכן זיך, וואלט מען שוין געשפענדעט אויף מאכן תיקונים און אויפוואכונג פאר בחורים איבער די סכנת הכלים פיל מער וויפיל מען האט די לעצטערע צייטן אינוועסטירט אין שידוכים פאר די בחורים
צו אינוועסטירן 50 אלפים חודשליך פאר awarnes און אויפריכטיגע דרשות, וואלט מען עלימינירט א היבשער פראצענט פון די סכנה'ידגע כלים וואס פארפלייצען די גרעסערע סיסטעם ישיבות.
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: ישיבות למצויינים? איך דארף עס שוין פאר מיין חדר אינגל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

איז דען דא מער וואס מען קען טון? מען פרובירט מיט בייזנס, מען אסר'ט און מען סטראשעט און מען ווארפט - קיין איין ישיבה לאזט נישט האבן קיין סמארטפאון'ס און אפילו 3 זשי פליפ פאון'ס איז אין רוב פלעצער נישט לכתחילה, מען באהאלט דאס פונעם משגיח - א בחור מיט א סמארטפאון האט א שטארקער פרעשור די מנהלים זאלן נישט כאפן. מען פרובירט אויך מיט גוטנס צו האלטן דרשות און מאכן פילטער דרייווס פאר די עם פי 3 פלעיערס אן א עס די קארד... מען נעמט זיך כסדר אונטער קבלות מיט מעשיות. שוין 10 יאר וואס מען דרייט אראפ א קאפ פאר די עלטערן אז מען טאר נישט נוצן א קענדי באר טעלעפאון וויבאלד די בחורים קענען עס גלוסטן. בקיצור, מען פרובירט וואס מען קען.

א גענצליכע לעזונג וועט קיינמאל נישט זיין, און דער עכטער פראבלעם אין די ישיבות איז נישט דוקא דער אינטערנעט (ווי אייוועלט) אדער אפילו וואטסעפפ. דער עיקר נסיון איז די שעות לאנגע ווידיא'ס, וואס א בחור נוצט צו אפ'בטל'ן די יארן וואס מען גייט ליידיג. די איינציגסטע וועג אפצושטעלן די בלוטיגונג איז צו שאפן א באשעפטיגונג פארן עולם. אויב מען וועט זיין אזוי פארנומען מיט דברים המותרים, מצוות און עוסק זיין בישובו של עולם אז מען וועט אפילו נישט האבן קיין צייט פאר קיין דברים אסורים קען מען האפן אז מען זאל נישט אנקומען דערצו.
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
פארווייטאגט
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 1:29 pm

Re: ישיבות למצויינים? איך דארף עס שוין פאר מיין חדר אינגל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארווייטאגט »

ירקרקות האט געשריבן:
פארווייטאגט האט געשריבן:
ירקרקות האט געשריבן:נאך א טעארעטישע פראגע, אדרבה ענטפערט!

איר האט א זון א בינוני אין כשרון והתמדה, וואספארא אינטערעסע האט איר אז אין זיין כתה פון 35 זאלן זיך געפונען 10 חריפים ומתמידים וואס ער קען נישט גרייכן לקרסולי רגליהם? ס'איז אים נישט גענוג 4 אזוינע?

כ'זאג אייך צו אז אויב ער איז נישט מצליח האט דאס גארנישט מיט דעם וואס פינף מצוינים חברים זיצן יעצט אין א ישיבה למצוינים.
באמת, קריכטס אראפ פון בוים, וואס איז די מצוינים קרעיז דא? איך קוק עס ווי שנאת ע"ה לת"ח און שנאת המון עם קעגן די עליטע.

מיין זוהן דארף א גוטע ישיבה, כדי ער זאל ארויסברענגען זיינער מעלות, אויף זיין פארנעם.

וואס מער גוטע בחורים עס איז פארהאנען, איז עס א בעסערע ישיבה.

קנאת סופרים תרבה חכמה.
.

אההה. איר זוכט א מצוינים ישיבה... שגץ ארויס!

ניין!
ניין!!!
און נאכאמאל, ניין!!!!!!!!!!!

איך זיך א ישיבה וואס פארמאגט אלע סארטן אידישע קינדער, מחוטב עציך עד שואב מימיך, און אלעס אינדערצווישען.

גוטע קעפ, מיט שוואכערע קעפ, גרויסע לערנער'ס מיט נאכנישט גרויסע לערנער'ס, איידעלער שטילער, מיט רעש'דיגע בחורים, (כל זמן עס איז בגדר נארמאל...)
קלוגע, און נארישע, הויכע און נידעריגער.
ועוד ועוד, וואס עס קען זיך נאר פאר איינעם איינפאלן, ווילאנג ער האט אדער עכ"פ ער וויל זיין אן ערליכע אידישער איד, און אויך ווילאנג ער האט דער כלים דערצו. (למשל, נישט אויב ער וואוינט אין א פלאץ ווי עס ברענט טעלעוויזיא, - לאו דוקא דאס, נאר יעדער זאך וואס נעמט אוועק רוב מעגליכקייטן צו בלייבן אידישליך).

אזוי, האט מיין זוהן א טשאנס צו וואקסען אן ערליכער איד, און נאך א תלמוד חכם אויך.

אויב נעמסטו אוועק אלע מצויינים, אדער אויב נעמסטו אוועק אלע שוואכער קעפ, דעמאלס פאלט מיין זוהן'ס מעגליכקייט פאר הצלחה, כמעט ביז האלב.
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: ישיבות למצויינים? איך דארף עס שוין פאר מיין חדר אינגל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

זייער אינטערעסאנט. אמאל ווען די שוואכערע און בינוני קעפ זענען נישט געגאנגען אין ישיבה האט מען געקענט ווייניגער מצליח זיין ווי היינט?

סטאפ די דראמא. קיין איין ישיבה נעמט נישט אוועק 'אלע' מצוינים. אין יעדע גוט פונקציענירנדע פובליק ישיבה געפונען זיך נאך גענוג מצוינים כדי חיותן. אויב נישט דאן איז עס די פובליק ישיבה'ס שולד און נישט די ישיבה למצוינים.
ירקרקות
שר חמש מאות
תגובות: 549
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 11:40 am

Re: ישיבות למצויינים? איך דארף עס שוין פאר מיין חדר אינגל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירקרקות »

נישט נוגע צום שמועס, אבער אפשר ביסטו מיר מסביר וויאזוי די שוואכע זענען מוסיף צו דיין זונ'ס הצלחה?
ירקרקות
שר חמש מאות
תגובות: 549
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 11:40 am

Re: ישיבות למצויינים? איך דארף עס שוין פאר מיין חדר אינגל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירקרקות »

מאך א שנעלן חשבון וויפיל ישיבה בחורים זענען דא אין ניו יורק און וויפיל ישיבות למצוינים עס זענען דא, וועסטו זען אז זיי האבן טעכניש נישט קיין פלאץ פאר מער ווי א נישטיגע פראצענט בחורים. עס זענען דא פיל מער מצוינים ווי דאס, ולא כל שכן וואס נישט אלע וואס קומען אן דארט זענען באמת מצוינים.
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5426
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: ישיבות למצויינים? איך דארף עס שוין פאר מיין חדר אינגל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

ירקרקות האט געשריבן:מאך א שנעלן חשבון וויפיל ישיבה בחורים זענען דא אין ניו יורק און וויפיל ישיבות למצוינים עס זענען דא, וועסטו זען אז זיי האבן טעכניש נישט קיין פלאץ פאר מער ווי א נישטיגע פראצענט בחורים. עס זענען דא פיל מער מצוינים ווי דאס, ולא כל שכן וואס נישט אלע וואס קומען אן דארט זענען באמת מצוינים.

די עיקר פראבלעם לענ״ד זענען די בחורים וואס שרייבן זיך איין און באקומען א לא נתקבל, דאס קלאפט די סעלף קאנפידענס ביז אין די ערד אריין. די לעזונג דערפאר איז נישט איינצושרייבן אין די ערשטע פלאץ
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8715
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

Re: ישיבות למצויינים? איך דארף עס שוין פאר מיין חדר אינגל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

Programming האט געשריבן:
א גענצליכע לעזונג וועט קיינמאל נישט זיין, און דער עכטער פראבלעם אין די ישיבות איז נישט דוקא דער אינטערנעט (ווי אייוועלט) אדער אפילו וואטסעפפ. דער עיקר נסיון איז די שעות לאנגע ווידיא'ס, וואס א בחור נוצט צו אפ'בטל'ן די יארן וואס מען גייט ליידיג. די איינציגסטע וועג אפצושטעלן די בלוטיגונג איז צו שאפן א באשעפטיגונג פארן עולם. אויב מען וועט זיין אזוי פארנומען מיט דברים המותרים, מצוות און עוסק זיין בישובו של עולם אז מען וועט אפילו נישט האבן קיין צייט פאר קיין דברים אסורים קען מען האפן אז מען זאל נישט אנקומען דערצו.

גערעכט אז מ'דארף האלטן פארנומען די קעפ מיט דברים המותרים, אבער צו זיצן אויף א בלאט גמרא דריי וואכן איז לאו כל מוחא סביל דא
מיט לערנען חומש רש"י איז מען אויך מקיים מצות לימוד התורה, מ'לערנט דורך די סדרות מיט מפרשים און מ'האקט אריין אביסל אמונה, מיט לערנען שו"ע און הלכה למעשה בויט מען אויף אידישע בעלי בתים וואס דאס זענען די רובא דמינכר פון 'יעדע' ישיבה
פארוואס נאך די חתונה האבן אלע פרויען א ידיעת בית רבם פון הלכות, און דער יונגערמאן שטייט ווי אן עם הארץ און ווייסט נישט בין ימינו לשמאלו?
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
פארווייטאגט
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 1:29 pm

Re: ישיבות למצויינים? איך דארף עס שוין פאר מיין חדר אינגל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארווייטאגט »

Programming האט געשריבן:זייער אינטערעסאנט. אמאל ווען די שוואכערע און בינוני קעפ זענען נישט געגאנגען אין ישיבה האט מען געקענט ווייניגער מצליח זיין ווי היינט?

האמת אגיד, איך בין נישט געווען אמאל.

אבער..... דער אמאל האט געהאט אזויפיל אנדערע מציאות'ער אז עס איז נאריש עס צו פארגלייכן.
למשל, סמארטפון.
למשל, ווער איז נישט געגאנגען אין ישיבה, וואס איז פון איהם געווארן?
למשל, קוק טאקע אויף געוויסע ישיבות מיט בני ישיבות וואס איז פון זיי געווארן.

ירקרקות האט געשריבן:נישט נוגע צום שמועס, אבער אפשר ביסטו מיר מסביר וויאזוי די שוואכע זענען מוסיף צו דיין זונ'ס הצלחה?

כ'האב שוין געשריבן עטליכע נקודות. הגם עס איז דא נאך אסאך.

און דער הצלחה פון רוב גוטע בחורים איז ווען עס איז דא אלע סארטן בחורים אין ישיבה, חוץ אויב הצלחה מיינט צו וואקסן א פארשטינקענער בעל גאוה ודי בזה

ודי בזה האב איך געשריבן, ווייל רוב טאטע'ס זעהן דאס אליין.
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: ישיבות למצויינים? איך דארף עס שוין פאר מיין חדר אינגל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

מי יודע האט געשריבן:
Programming האט געשריבן:
א גענצליכע לעזונג וועט קיינמאל נישט זיין, און דער עכטער פראבלעם אין די ישיבות איז נישט דוקא דער אינטערנעט (ווי אייוועלט) אדער אפילו וואטסעפפ. דער עיקר נסיון איז די שעות לאנגע ווידיא'ס, וואס א בחור נוצט צו אפ'בטל'ן די יארן וואס מען גייט ליידיג. די איינציגסטע וועג אפצושטעלן די בלוטיגונג איז צו שאפן א באשעפטיגונג פארן עולם. אויב מען וועט זיין אזוי פארנומען מיט דברים המותרים, מצוות און עוסק זיין בישובו של עולם אז מען וועט אפילו נישט האבן קיין צייט פאר קיין דברים אסורים קען מען האפן אז מען זאל נישט אנקומען דערצו.

גערעכט אז מ'דארף האלטן פארנומען די קעפ מיט דברים המותרים, אבער צו זיצן אויף א בלאט גמרא דריי וואכן איז לאו כל מוחא סביל דא
מיט לערנען חומש רש"י איז מען אויך מקיים מצות לימוד התורה, מ'לערנט דורך די סדרות מיט מפרשים און מ'האקט אריין אביסל אמונה, מיט לערנען שו"ע און הלכה למעשה בויט מען אויף אידישע בעלי בתים וואס דאס זענען די רובא דמינכר פון 'יעדע' ישיבה
פארוואס נאך די חתונה האבן אלע פרויען א ידיעת בית רבם פון הלכות, און דער יונגערמאן שטייט ווי אן עם הארץ און ווייסט נישט בין ימינו לשמאלו?

100 פראצענט גערעכט. דאס טוט מען דאך היינט און מיר דיסקוסירן דאך דא די פירות דערפון.

די שאלה איז נאר וואס יא. וועלן חו"ר און שו"ע האלטן די עווערעזש בחורים מער פאראינטערעסירט? גמרא איז באמת א געשמאקערע לימוד, דארף מען פשוט לערנען אסאך בלעטער גמרא שיעור פשוט, בערך אזוי ווי אין חדר און אין ישיבה קטנה, די שאלה איז נאר צי דאס וועט יא ציען די בחורים אין ביהמ"ד אריין אנשטאט אין טעאטער (ביידע געפונען זיך אויפן ישיבה קעמפוס ודו"ק, דער בחור האט די בחירה וואוהין צו גיין).
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8715
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

Re: ישיבות למצויינים? איך דארף עס שוין פאר מיין חדר אינגל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

Programming האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:
Programming האט געשריבן:
א גענצליכע לעזונג וועט קיינמאל נישט זיין, און דער עכטער פראבלעם אין די ישיבות איז נישט דוקא דער אינטערנעט (ווי אייוועלט) אדער אפילו וואטסעפפ. דער עיקר נסיון איז די שעות לאנגע ווידיא'ס, וואס א בחור נוצט צו אפ'בטל'ן די יארן וואס מען גייט ליידיג. די איינציגסטע וועג אפצושטעלן די בלוטיגונג איז צו שאפן א באשעפטיגונג פארן עולם. אויב מען וועט זיין אזוי פארנומען מיט דברים המותרים, מצוות און עוסק זיין בישובו של עולם אז מען וועט אפילו נישט האבן קיין צייט פאר קיין דברים אסורים קען מען האפן אז מען זאל נישט אנקומען דערצו.

גערעכט אז מ'דארף האלטן פארנומען די קעפ מיט דברים המותרים, אבער צו זיצן אויף א בלאט גמרא דריי וואכן איז לאו כל מוחא סביל דא
מיט לערנען חומש רש"י איז מען אויך מקיים מצות לימוד התורה, מ'לערנט דורך די סדרות מיט מפרשים און מ'האקט אריין אביסל אמונה, מיט לערנען שו"ע און הלכה למעשה בויט מען אויף אידישע בעלי בתים וואס דאס זענען די רובא דמינכר פון 'יעדע' ישיבה
פארוואס נאך די חתונה האבן אלע פרויען א ידיעת בית רבם פון הלכות, און דער יונגערמאן שטייט ווי אן עם הארץ און ווייסט נישט בין ימינו לשמאלו?

100 פראצענט גערעכט. דאס טוט מען דאך היינט און מיר דיסקוסירן דאך דא די פירות דערפון.

די שאלה איז נאר וואס יא. וועלן חו"ר און שו"ע האלטן די עווערעזש בחורים מער פאראינטערעסירט? גמרא איז באמת א געשמאקערע לימוד, דארף מען פשוט לערנען אסאך בלעטער גמרא שיעור פשוט, בערך אזוי ווי אין חדר און אין ישיבה קטנה, די שאלה איז נאר צי דאס וועט יא ציען די בחורים אין ביהמ"ד אריין אנשטאט אין טעאטער (ביידע געפונען זיך אויפן ישיבה קעמפוס ודו"ק, דער בחור האט די בחירה וואוהין צו גיין).

מ'קען מאכן אויך שו"ע אינטערעסאנט, הלכה למעשה
כ'האב פאר דיר נייעס, נישט פאר יעדן איז גמרא געשמאק, איינער וואס פארשטייט גמרא איז עס געשמאק, אבער איינער וואס פלאגט זיך איז עס א נייט מער, קודם מאך זיכער אז יעדער בחור ווייסט ווי אזוי מ'לערנט אפ א שטיקל גמרא
איך האב עס שוין געהערט פון כמה מחנכים, ס'איז דא בחורים וואס ביי גמרא וועלן זיי ברעכן קאפ, און ביי שו"ע וועלן זיי בליען, זייער מח איז אנדערש אויסגעשטעלט, ס'איז דא בחורים וואס בקיאות איז געוואלדיג פאר זיי, עיון נישט, אונזערע מוחות זענען נישט וואן סיי פיט פאר אלל

א גלעזל ברוינפן איז זייער געשמאק, אבער איינער וואס פארשטייט נישט דערצו וויל עס נישט אנקוקן

מ'רעדט נישט חלילה פון אויסרייסן גמרא, אבער ס'דארף זיין א טשענס פאר אלע לימודים
שרייבט מיר פריער איינער אין אישי מיט גרויס ווייטאג, ער האט געשיקט זיין בחור אין א ישיבה וואס דער מייסד האט געלייגט א דגוש אויף לימוד שו"ע, און מאיזה סיבה עקזעסטירט דארט נישט דער לימוד שו"ע ווי גרויס די יאר איז
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
yahoo
שר חמישים ומאתים
תגובות: 267
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2014 3:35 pm

Re: ישיבות למצויינים? איך דארף עס שוין פאר מיין חדר אינגל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yahoo »

די מאיזה סיבה איז זייער פשוט, רוב בחורים גלייכן נישט די לימוד שו"ע און די ישיבה האט געמאכט א חשבון אז אנשטאט צו פאוקעסען אויף לימוד שו"ע ווייל אזוי האט די מייסד געוואלט און די (רוב) בחורים וואס האבן נישט קיין נערווען דערצו וועלן נישט מיטהאלטן די לימוד זאל מען ענדערש לייגן דגוש אויף עפעס וואס זיי האבן א בעסערע טשענס צו האבן די בחורים ביים שיעור

אגב, די טאטע וואס רעדט זיך אפ אז מ'לערנט נישט קיין שו"ע האט אויך געפרעגט זיין בחור וואס ער זאגט דערצו אדער דאס איז נאר די טאטע'ס פראבלעים?
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8715
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

Re: ישיבות למצויינים? איך דארף עס שוין פאר מיין חדר אינגל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

yahoo האט געשריבן:די מאיזה סיבה איז זייער פשוט, רוב בחורים גלייכן נישט די לימוד שו"ע און די ישיבה האט געמאכט א חשבון אז אנשטאט צו פאוקעסען אויף לימוד שו"ע ווייל אזוי האט די מייסד געוואלט און די (רוב) בחורים וואס האבן נישט קיין נערווען דערצו וועלן נישט מיטהאלטן די לימוד זאל מען ענדערש לייגן דגוש אויף עפעס וואס זיי האבן א בעסערע טשענס צו האבן די בחורים ביים שיעור

אגב, די טאטע וואס רעדט זיך אפ אז מ'לערנט נישט קיין שו"ע האט אויך געפרעגט זיין בחור וואס ער זאגט דערצו אדער דאס איז נאר די טאטע'ס פראבלעים?

א מין גערעדעכץ!
די צענדליגער צו אפשר הונדערטער בחורים וואס פארהערן זיך יערליך הלכות שבת און יו"ד זענען פון די רוב וואס גלייכן נישט קיין שו"ע?
אני הקטן האב אלס בחור מער געגליכן שו"ע, און לכה"פ איינע פון מיין זון אויך, ווייל ער זאגט מיר עס קלאר
יש ויש, ס'איז דא וואס גלייכן מער גמרא, דרייען מיט פינגער, און ס'איז דא וואס גלייכן מער שו"ע, הלכה למעשה

געווענליך די מנהלים וואס זענען מבטל לימוד שו"ע, זענען אזעלכע וואס מיינען אז הלכות הייבט זיך אן אין משנה ברורה, זיי ווייסן נישט אז שו"ע קען מען אויך לערנען בעיון רב, הייב אן ביים טור בית יוסף, ביזטו צוריק אין גמרא, און דו קומסט צו הלכה למעשה
איך דערמאן מיך די יארן וואס כ'האב דורגעהאקט די שווערע סימנים אין שו"ע הלכות שבת מיט די לאנגע מחצית השקל'ס, אה געשמאק שאין בדומה לו

זאת ועוד, איך מיין מ'זאל אנהייבן לערנען קוויקבוקס אדער גרעפיקס אין ישיבה, די בחורים וועלן דאס סאך בעסער גלייכן
וואס איז די ציל פון די ישיבה? געבן אקיופעישאן פאר די בחורים? אדער מחנך זיין א דור פון ערליכע אידן?
לעצט פארראכטן דורך מי יודע אום דינסטאג אקטאבער 12, 2021 3:27 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: ישיבות למצויינים? איך דארף עס שוין פאר מיין חדר אינגל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

א בחור וואס פארהערט זיך יו"ד (און צו סאם דעגרי גאנץ הלכות שבת) גלייכט על פי רוב דעם לימוד הגמרא.
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
אוועטאר
דעת בעל הבית
שר שבעת אלפים
תגובות: 7854
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 02, 2021 5:15 pm

Re: ישיבות למצויינים? איך דארף עס שוין פאר מיין חדר אינגל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעת בעל הבית »

Programming האט געשריבן:א בחור וואס פארהערט זיך יו"ד (און צו סאם דעגרי גאנץ הלכות שבת) גלייכט על פי רוב דעם לימוד הגמרא.

אמת ”על פי רוב”
אוועטאר
חלקי
שר האלף
תגובות: 1228
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 6:16 pm

Re: ישיבות למצויינים? איך דארף עס שוין פאר מיין חדר אינגל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלקי »

איך מיין אז ווען די דעפענישען פון א גוטע בחור וועט מיינען איינער וואס וויל זיין גוט / וויל זיין ערליך. אנטשטאט איינער וואס מאכט זיך גוט. וועט זיין א גרויסע תיקון.
מיין חלק אינעם שמועס...
אוועטאר
חלקי
שר האלף
תגובות: 1228
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 6:16 pm

Re: ישיבות למצויינים? איך דארף עס שוין פאר מיין חדר אינגל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלקי »

איך זעי גראדע יא א שטיקל מעלה אין דעי מציונים ישיבות. א גרויס חלק פון דעי בחורים וואלטן געווען גאר א גרויסע שטער אין גרויסע ישיבות ודי...
מיין חלק אינעם שמועס...
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8715
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

Re: ישיבות למצויינים? איך דארף עס שוין פאר מיין חדר אינגל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

חלקי האט געשריבן:איך זעי גראדע יא א שטיקל מעלה אין דעי מציונים ישיבות. א גרויס חלק פון דעי בחורים וואלטן געווען גאר א גרויסע שטער אין גרויסע ישיבות ודי...

;l;p-
די ווייטאג איז אבער אויף די פאר נארמאלע וואס פאלן דארט אריין
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”