ישיבות למצויינים? איך דארף עס שוין פאר מיין חדר אינגל!

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פרינדזשעס..
שר האלף
תגובות: 1535
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 08, 2018 4:27 pm
לאקאציע: מונקאטש

Re: ישיבות למצויינים? איך דארף עס שוין פאר מיין חדר אינגל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרינדזשעס.. »

בבקשה האט געשריבן:לאמיר זיך פארשטעלען אז איינער האט א בחור, דער בחור איז א מציון, וכו'.

אין מילים....
אזוי צו די זאך.....
גילוי דעת
שלא יאמרו מדשתקי רבנן שמע מינה ניחא להו,
זענען מיר מוחה אויף כבוד התורה!

ולא חרבה ירושלים אלא שביזו בה תלמידי חכמים.
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6420
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: ישיבות למצויינים? איך דארף עס שוין פאר מיין חדר אינגל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

עס מאכט מיר נערוועז אז כמה ניקס ספעלן נישט גוט די ווארט מצוין אדער מצוינים
די ו' קומט פאר די י' --- נישט פארקערט!!
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: ישיבות למצויינים? איך דארף עס שוין פאר מיין חדר אינגל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

אמאליגע צייטן (ניין. נישט פאר די ערשטע וועלט'ס קריג נאר אפילו נאך די צווייטע) איז א כיתה אין חדר באשטאנען פון א גרופע קינדער פון אפאר יארגענג

די זעלבע רבי האט געלערנט אלף בית, חומש רש"י, משניות און צומאל אפילו גמרא

ווען א אינגל איז געווארן 3 יאר אלט האט מען אים געפירט צום רבי'ן און גלייכט אויפ'ן רבינ'ס שויס און דער רבי האט מיט אים געלערנט די אלף בית און ער איז דארט פארבליבן פאר די קומענדיגע פאר יאר ביז ער איז שוין געווען גרייט צו גיין ווייטער

היינט מיט די קאמערציאלע סיסטעם איז באשטימט געווארן אז א קינד פון פון א געוויסע עידזש מוז קענען כך וכך און אויב נישט איז ער נישט מן הישוב. דאס ברענגט א קייט מיט פראבלעמען

די פראבלעם מיט ישיבות איז ווי פילע האבן שוין דא אויסגעשמועסט. (טייל פרא און טייל אנטי אבער יעדער זאגט מער ווייניגער די זעלבע) אז די עלטערן ווילן עס

און דאס איז "די" פראבלעם. דער טאטע מיינט באמת אז די וועלט מוז צושטעלן א ישיבה וואס זאל נישט ארייננעמען שוואכערס ווי זיין טשאטשקע אבער זיין זוהן יא. און נאכדעם וויל ער נאך אז זיין זוהן זאל נישט זיין דער שוואכסטער איז זיין ישיבה

כ'האב נישט מער קיין צייט. וועלמערזעך אפשטעלן דא
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
אברהם אבינו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 445
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2018 3:37 pm
לאקאציע: אויפען בענקעל

Re: ישיבות למצויינים? איך דארף עס שוין פאר מיין חדר אינגל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם אבינו »

אין די ישיבה ווי איך האב געלערענט(חסידות ישיבה) האט די מנהל- וויסענדיג אז מ'דארף יעדעם אנעמען סייווי- געמאכט א געוואלדיגע סיסטעם,
פארטאגס -שיעור עיון( שוואכע בחור דארף נאכנישט קומען)
פארמיטאג - שיעור עיון בחברותא פאר 2 שעה,
נאכדעם איז די שיעור- שוואכע בחור גייט לערנען מיט פריוואט / אדער גייט לערנען מיט יונגערע בחור שיעור פשוט
סוף וואך איז דא 2 בחינות- מיט / אן מפרשים

לאנטש
נאכמיטאג - שיעור פשוט - מציון קען אויך לערנען תוספות
נאכט סדר- 4 קבוצות - חומש רש"י - מוסר/חסידות - הלכה- און די מציון איז משלים נאך גפ"ת

אויפטו איז געוואלדיג, יעדער פילט אין פלאץ,
פארן מתמיד איז דע עקסטרע בחינות/ מבצה
אין די ביניני ברענגט נאכאלץ אהיים א 100 אויפען בחינה
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7079
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

Re: ישיבות למצויינים? איך דארף עס שוין פאר מיין חדר אינגל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

הענדימען האט געשריבן:אמאליגע צייטן (ניין. נישט פאר די ערשטע וועלט'ס קריג נאר אפילו נאך די צווייטע) איז א כיתה אין חדר באשטאנען פון א גרופע קינדער פון אפאר יארגענג

די זעלבע רבי האט געלערנט אלף בית, חומש רש"י, משניות און צומאל אפילו גמרא

כ'האב נישט מער קיין צייט. וועלמערזעך אפשטעלן דא

ס'יז דא א באקאנטע קליפ פון הרב שטיינמאן איבער דעם. אקיצער. ער זאגט דארט פאר די וואס ווילען די שוואכערע אינדערויסען. וואו איך האב געלערנט איז אלעס געווען, "דזשוליקעס" רופט ער זיי אן, די שוואכערע סארט...
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6420
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: ישיבות למצויינים? איך דארף עס שוין פאר מיין חדר אינגל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

אברהם אבינו האט געשריבן:אין די ישיבה ווי איך האב געלערענט(חסידות ישיבה) האט די מנהל- וויסענדיג אז מ'דארף יעדעם אנעמען סייווי- געמאכט א געוואלדיגע סיסטעם,
פארטאגס -שיעור עיון( שוואכע בחור דארף נאכנישט קומען)
פארמיטאג - שיעור עיון בחברותא פאר 2 שעה,
נאכדעם איז די שיעור- שוואכע בחור גייט לערנען מיט פריוואט / אדער גייט לערנען מיט יונגערע בחור שיעור פשוט
סוף וואך איז דא 2 בחינות- מיט / אן מפרשים

לאנטש
נאכמיטאג - שיעור פשוט - מציון קען אויך לערנען תוספות
נאכט סדר- 4 קבוצות - חומש רש"י - מוסר/חסידות - הלכה- און די מציון איז משלים נאך גפ"ת

אויפטו איז געוואלדיג, יעדער פילט אין פלאץ,
פארן מתמיד איז דע עקסטרע בחינות/ מבצה
אין די ביניני ברענגט נאכאלץ אהיים א 100 אויפען בחינה

געוואלדיגע סיסטעם!
וויל זיין גוט
שר האלף
תגובות: 1069
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

Re: ישיבות למצויינים? איך דארף עס שוין פאר מיין חדר אינגל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויל זיין גוט »

דניאל אויערבאך האט געשריבן:

און קיין טאטע וועט היינט נישט לאזן זיין זון אריינגיין אין די סיסטעם פון די שוואכערע, וועגן ש-י-ד-ו-כ-י-ם
אם לא עכשיו אימתי
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17815
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: ישיבות למצויינים? איך דארף עס שוין פאר מיין חדר אינגל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

אלעס קומט צוריק צום זעלבן שורש, ס'פאסט יא, ס'פאסט נישט,...
וויל זיין גוט
שר האלף
תגובות: 1069
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

Re: ישיבות למצויינים? איך דארף עס שוין פאר מיין חדר אינגל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויל זיין גוט »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:אלעס קומט צוריק צום זעלבן שורש, ס'פאסט יא, ס'פאסט נישט,...

זייער ריכטיג
אם לא עכשיו אימתי
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 17530
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: ישיבות למצויינים? איך דארף עס שוין פאר מיין חדר אינגל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

האב איך גערעדט מיט א יונגערמאן וואס לערענט מיט בחורים, אין ער האט א שוואגער וואס איז א מנהל אין א אזוי געריפענע מצוינים ישיבה, אין ער האט איהם געפרעגט צו ער האט א בחור וואס זיכט א יונגערמאן? ריפט ער זיך אן מיט בוטל, אהע ביינוז אין ישיבה איז נישטא קיין יונגערלייט...... ודי
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

אויב מעקט מען דיינע תגובות, איז א סימן אז די שרייבסט.
אויב מעקט מען דיר אסאך, איז א סימן אז דו ביסט א גרויסע שרייבער.
דוק ותשכח
וויל זיין גוט
שר האלף
תגובות: 1069
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

Re: ישיבות למצויינים? איך דארף עס שוין פאר מיין חדר אינגל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויל זיין גוט »

בבקשה האט געשריבן:לאמיר זיך פארשטעלען אז איינער האט א בחור, דער בחור איז א מציון, פארשטייט זיך אז די טאטע וויל עם שיקן אין א מציונים ישיבה, הן צוליב דעם וואס ער וויל זיין זון זאל קונה שם זיין אלץ מציון, און הן צוליב דעם וואס ער קלערט אז א מציון קען מער קונה זיין אין א מציונים ישיבה. יעצט די טאטע וואס שטעלט אריין זיין בחור אין א מציונים ישיבה, פארוואס שטעלט ער זיין בחור אהין? וויבאלד יענער ישיבה נעמט נישט אן קיין בינונים, ווייל ווען די ישיבה נעמט אריין בינונים, דאן איז די ישיבה נישט קיין "מציונים" ישיבה, קומט אויס מיט דעם אליין וואס ער שרייבט איין זיין בחור אין די ישיבה וואס הייסט א "מציונים" ישיבה, זאגט די טאטע איך וויל שיקן מיין בחור אין א ישיבה וואס נעמט נישט אריין בינונים.

והנה, די מציונים ישיבה האט נישט אנגענומען זיין בחור, אדער צוליב דעם ווייל די טאטע האט איבערגעשאצט זיין בחור, אדער צוליב דעם וואס מאיזה סיבה שהוא האט די ישיבה מחליט געווען אז די בחור איז נישט "מציון" גענוג, קומט די טאטע און ער נעמט זיך מאכן קולות, "מציונים" ישיבות! הארגענען כלל ישראל!! רוצחים!!!, איי לעצטע וואך איידער די האסט באקומען די לא נתקבל פון די ישיבה, ביסטו געווען אינגאנצען דערפאר! דיין שכנ'ס קינד, האסטו דווקא געוואלט זאל באקומען א לא נתקבל! מיט וועלעכע רעכט שרייסטו יעצט אויף די ישיבה?

אויב וויל מען אונטערברענגען די "מציונים ישיבות" איז דא איין וועג, מיר שטיצן נישט די שפיכות דמים, מיר שרייבן נישט אריין אונזערע בחורים אין א ישיבה "למציונים"! מיר שטיצן נישט קיין שפיכות דמים. דאס איז די איינציגסטע וועג וויאזוי מען קען אונטערברענגען מציונים ישיבות איין מאל פאר אלעמאל, מודיע זיין פאר די ראשי ישיבות, אז מיר טוהן נישט שטיצן זייערע שפיכות דמים, און מיר טוהן נישט אריינשרייבן אונזער בחורים אין א ישיבה למציונים.

ס'איז זייער א שיינע טעאריע, וואס וועט אין פאקט נישט ארבעטן. 1 ס'איז שווער צו צאמנעמען א יעדן אויפן זעלבן פעידזש. 2 ס'איז אויך אזוי דא א מאנגל אין ישיבות, ווען יענע ישיבות וועלן זיך צושפארן וועט די מאנגל גרעסער ווערן.
אגב, ר' פעיק, דיין חתימה פון "חכם מיט טיפש" רעדט אביסל מצוינים'דיג. ביטע עס טוישן.
אם לא עכשיו אימתי
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: ישיבות למצויינים? איך דארף עס שוין פאר מיין חדר אינגל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

פונקט פארקערט. די מצוינים זענען די עדיוקעטעד טיפשים.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: ישיבות למצויינים? איך דארף עס שוין פאר מיין חדר אינגל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

דניאל אויערבאך האט געשריבן:
אברהם אבינו האט געשריבן:אין די ישיבה ווי איך האב געלערענט(חסידות ישיבה) האט די מנהל- וויסענדיג אז מ'דארף יעדעם אנעמען סייווי- געמאכט א געוואלדיגע סיסטעם,
פארטאגס -שיעור עיון( שוואכע בחור דארף נאכנישט קומען)
פארמיטאג - שיעור עיון בחברותא פאר 2 שעה,
נאכדעם איז די שיעור- שוואכע בחור גייט לערנען מיט פריוואט / אדער גייט לערנען מיט יונגערע בחור שיעור פשוט
סוף וואך איז דא 2 בחינות- מיט / אן מפרשים

לאנטש
נאכמיטאג - שיעור פשוט - מציון קען אויך לערנען תוספות
נאכט סדר- 4 קבוצות - חומש רש"י - מוסר/חסידות - הלכה- און די מציון איז משלים נאך גפ"ת

אויפטו איז געוואלדיג, יעדער פילט אין פלאץ,
פארן מתמיד איז דע עקסטרע בחינות/ מבצה
אין די ביניני ברענגט נאכאלץ אהיים א 100 אויפען בחינה

געוואלדיגע סיסטעם!

איך האב געלערנט אין ק"י און דארט איז אויך געווען א סיסטעם (ביי די עלטערע עידזשעס. כ'ווייס נישט ווי לאנג ס'איז אנגעגאנגען) אז ס'זענען געווען חבורות פון שיעור פשוט און חבורות פון שווערע מקצועות

איך בין געווען גאר א וואוילער בחור און זיך צוגעשטעלט צו די זמני הישיבה. קיינמאל אנטלאפן פאר די זמן פונעם סדר האט זיך געענדיגט און אפטמאל אפילו געלערנט לענגער. איך האב געלערנט מיט שוואכע בחורים און זיי הערליך ארויפגעברענגט ב"ה. אבער כ'בין נישט אריין אין די בעסערע חבורות (נישט ווייל מיין קאפ קען עס נישט פארנעמען נאר פאר אנדערע סיבות ואין כאן מקומו)

די ישיבה האט נישט איינגעטיילט ווער ס'דארף גיין וואו (כאטש מ'האט מיך מערערע מאל פארגעווארפן היתכן אזא בחור ווי מיר איז נישט אין די בעסערע חבורות)

פעיק ניוז האט געשריבן:פונקט פארקערט. די מצוינים זענען די עדיוקעטעד טיפשים.

אפשר נישט טיפשים אבער געווענליך בעלי גאווה. מוטב לי להקרא שוטה כל ימי, ולא ליעשות שעה אחת רשע לפני המקום
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
פארווייטאגט
שר האלפיים
תגובות: 2050
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 1:29 pm

Re: ישיבות למצויינים? איך דארף עס שוין פאר מיין חדר אינגל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארווייטאגט »

פעיק ניוז האט געשריבן:
בבקשה האט געשריבן:לאמיר זיך פארשטעלען אז איינער האט א בחור, דער בחור איז א מציון, פארשטייט זיך אז די טאטע וויל עם שיקן אין א מציונים ישיבה, הן צוליב דעם וואס ער וויל זיין זון זאל קונה שם זיין אלץ מציון, און הן צוליב דעם וואס ער קלערט אז א מציון קען מער קונה זיין אין א מציונים ישיבה. יעצט די טאטע וואס שטעלט אריין זיין בחור אין א מציונים ישיבה, פארוואס שטעלט ער זיין בחור אהין? וויבאלד יענער ישיבה נעמט נישט אן קיין בינונים, ווייל ווען די ישיבה נעמט אריין בינונים, דאן איז די ישיבה נישט קיין "מציונים" ישיבה, קומט אויס מיט דעם אליין וואס ער שרייבט איין זיין בחור אין די ישיבה וואס הייסט א "מציונים" ישיבה, זאגט די טאטע איך וויל שיקן מיין בחור אין א ישיבה וואס נעמט נישט אריין בינונים.

והנה, די מציונים ישיבה האט נישט אנגענומען זיין בחור, אדער צוליב דעם ווייל די טאטע האט איבערגעשאצט זיין בחור, אדער צוליב דעם וואס מאיזה סיבה שהוא האט די ישיבה מחליט געווען אז די בחור איז נישט "מציון" גענוג, קומט די טאטע און ער נעמט זיך מאכן קולות, "מציונים" ישיבות! הארגענען כלל ישראל!! רוצחים!!!, איי לעצטע וואך איידער די האסט באקומען די לא נתקבל פון די ישיבה, ביסטו געווען אינגאנצען דערפאר! דיין שכנ'ס קינד, האסטו דווקא געוואלט זאל באקומען א לא נתקבל! מיט וועלעכע רעכט שרייסטו יעצט אויף די ישיבה?

אויב וויל מען אונטערברענגען די "מציונים ישיבות" איז דא איין וועג, מיר שטיצן נישט די שפיכות דמים, מיר שרייבן נישט אריין אונזערע בחורים אין א ישיבה "למציונים"! מיר שטיצן נישט קיין שפיכות דמים. דאס איז די איינציגסטע וועג וויאזוי מען קען אונטערברענגען מציונים ישיבות איין מאל פאר אלעמאל, מודיע זיין פאר די ראשי ישיבות, אז מיר טוהן נישט שטיצן זייערע שפיכות דמים, און מיר טוהן נישט אריינשרייבן אונזער בחורים אין א ישיבה למציונים.

שטארקע נקודה.

אבי גערעדט.

א טאטע האט א בחור א בעל כשרון און א מתמיד, ווילאנג דער טאטע איז נישט קיין עם הארץ, ווייסט ער אז זיין תכשיט דארף לערנען אין א ישיבה וואס האט בערך 30 ביז 40% מצויינים.

אויב זענען רוב מצויינים אין אזעלכע מצויינים ישיבות האט דער בחור נישט קיין ברירה.
און בינוני בחורים האבן נישט קיין שום וועג צו בלייבן און וואקסען א בינוני.

רוב הצלחה פון דער בינוני, איז ווען עס איז דא אסאך גוטע בחורים.

(און דער הצלחה פון רוב גוטע בחורים איז ווען עס איז דא אלע סארטן בחורים אין ישיבה, חוץ אויב הצלחה מיינט צו וואקסן א פארשטינקענער בעל גאוה ודי בזה)

דניאל אויערבאך האט געשריבן:עס מאכט מיר נערוועז אז כמה ניקס ספעלן נישט גוט די ווארט מצוין אדער מצוינים
די ו' קומט פאר די י' --- נישט פארקערט!!

א מצויין וואס האט געלערנט מיט בינונים אין איין ישיבה, קען זיך צו דעם אויך צוגוואוינען.........
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5444
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: ישיבות למצויינים? איך דארף עס שוין פאר מיין חדר אינגל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

פארווייטאגט האט געשריבן:

אבי גערעדט.

א טאטע האט א בחור א בעל כשרון און א מתמיד, ווילאנג דער טאטע איז נישט קיין עם הארץ, ווייסט ער אז זיין תכשיט דארף לערנען אין א ישיבה וואס האט בערך 30 ביז 40% מצויינים.

אויב זענען רוב מצויינים אין אזעלכע מצויינים ישיבות האט דער בחור נישט קיין ברירה.
און בינוני בחורים האבן נישט קיין שום וועג צו בלייבן און וואקסען א בינוני.

רוב הצלחה פון דער בינוני, איז ווען עס איז דא אסאך גוטע בחורים.

(און דער הצלחה פון רוב גוטע בחורים איז ווען עס איז דא אלע סארטן בחורים אין ישיבה, חוץ אויב הצלחה מיינט צו וואקסן א פארשטינקענער בעל גאוה ודי בזה)

א מצויין וואס האט געלערנט מיט בינונים אין איין ישיבה, קען זיך צו דעם אויך צוגוואוינען.........

איך זעה נישט ווי אונז זען מיר מחולק, איך רעד פון א ישיבה וואס נעמט אן בלויז מצויינים, מען שטופט זיך אריין צו גיין דארט. עס פעלט זיי נישט קיין בחורים.
סמעטענע
שר האלף
תגובות: 1413
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 27, 2020 9:35 pm

Re: ישיבות למצויינים? איך דארף עס שוין פאר מיין חדר אינגל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמעטענע »

היינט איז שוין דא שטערקערע סיבות פארוואס מען זיכט די געקליבענע ישיבות- לאו דוקא וועגן מען וויל נישט האבן ארום זיין בחור א בינוני-בחור
נאר געווענליך דרייען זיך ווייניגער כלים-בחורים אין אזעלכע מקומות, ווען די גרעסערע אומגעקליבענע מקומות וועלן האבן עכט א סעלושען פאר די פארשפרייטונג פון די כלים-בחורים וועט ווערן פיל לייכטער צו קענען דארט שיקן א בחור.
קאנסאלטענט
שר חמש מאות
תגובות: 925
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 02, 2021 4:50 pm

Re: ישיבות למצויינים? איך דארף עס שוין פאר מיין חדר אינגל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנסאלטענט »

פעיק ניוז האט געשריבן:פארמיטאג וועט מען לערנען שיעור עיון, נאכמיטאג שיעור פשוט - גמ' תוס'. ביינאכט וועט מען לערנען גמ' רש"י אדער שו"ע אדער אנדערע לימודים.

מען דארף מאכן עקסעפטעבל אז נישט יעדער בחור מוז קענען מיטהאלטן אלע שיעורים. א שוואכערער בעל כשרון זאל נישט 'מוזן' מיטהאלטן שיעור עיון, אין דער צייט קען ער לערנען חומש רש"י אדער עפעס אנדערש. אבער אויב וויל יא פרובירן זאל מען אים לאזן. די ברירה צו ער זאל יא מעגן מיטהאלטן שיעור עיון, זאל ליגן אין דעם בחור'ס האנט, נישט אין דעם מגי"ש אדער מנהל'ס האנט.

ווידער דער מצוין בחור, איינמאל ער האט שוין דעם שיעור לימוד, קען ער זיך שוין אויך אראפלאזן צו לערנען 'פלעין' גמ' תוס' וכדו'.

אויב וועט זיין ווער עס זאל זיך זארגן פאר יעדן יחיד, אז ער זאל האבן די מעגליכקייט צו לערנען און שטייגן לויט זיין יכולת, און נישט אז מען זאל צוגיין מיט א 'כלליות'דיגע' הנהגה, וואלט יעדער בחור געקענט שטייגן אין אזא ישיבה, אפגעזען זיינע כשרונות און יכולת.

אזוי איז געווען אין מיין ישיבה הגם סהאט געהייסן א מצוינים ישיבה, די מעין זאך אויף וואס מהאט פאקטיש געקוקט איז געווען יראת שמים.
ואני בתומי אלך.
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 17530
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: ישיבות למצויינים? איך דארף עס שוין פאר מיין חדר אינגל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

סמעטענע האט געשריבן:היינט איז שוין דא שטערקערע סיבות פארוואס מען זיכט די געקליבענע ישיבות- לאו דוקא וועגן מען וויל נישט האבן ארום זיין בחור א בינוני-בחור
נאר געווענליך דרייען זיך ווייניגער כלים-בחורים אין אזעלכע מקומות, ווען די גרעסערע אומגעקליבענע מקומות וועלן האבן עכט א סעלושען פאר די פארשפרייטונג פון די כלים-בחורים וועט ווערן פיל לייכטער צו קענען דארט שיקן א בחור.

הוילע שטותים
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

אויב מעקט מען דיינע תגובות, איז א סימן אז די שרייבסט.
אויב מעקט מען דיר אסאך, איז א סימן אז דו ביסט א גרויסע שרייבער.
דוק ותשכח
ירקרקות
שר חמש מאות
תגובות: 556
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 11:40 am

Re: ישיבות למצויינים? איך דארף עס שוין פאר מיין חדר אינגל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירקרקות »

בבקשה האט געשריבן:לאמיר זיך פארשטעלען אז איינער האט א בחור, דער בחור איז א מציון, פארשטייט זיך אז די טאטע וויל עם שיקן אין א מציונים ישיבה, הן צוליב דעם וואס ער וויל זיין זון זאל קונה שם זיין אלץ מציון, און הן צוליב דעם וואס ער קלערט אז א מציון קען מער קונה זיין אין א מציונים ישיבה. יעצט די טאטע וואס שטעלט אריין זיין בחור אין א מציונים ישיבה, פארוואס שטעלט ער זיין בחור אהין? וויבאלד יענער ישיבה נעמט נישט אן קיין בינונים, ווייל ווען די ישיבה נעמט אריין בינונים, דאן איז די ישיבה נישט קיין "מציונים" ישיבה, קומט אויס מיט דעם אליין וואס ער שרייבט איין זיין בחור אין די ישיבה וואס הייסט א "מציונים" ישיבה, זאגט די טאטע איך וויל שיקן מיין בחור אין א ישיבה וואס נעמט נישט אריין בינונים.

והנה, די מציונים ישיבה האט נישט אנגענומען זיין בחור, אדער צוליב דעם ווייל די טאטע האט איבערגעשאצט זיין בחור, אדער צוליב דעם וואס מאיזה סיבה שהוא האט די ישיבה מחליט געווען אז די בחור איז נישט "מציון" גענוג, קומט די טאטע און ער נעמט זיך מאכן קולות, "מציונים" ישיבות! הארגענען כלל ישראל!! רוצחים!!!, איי לעצטע וואך איידער די האסט באקומען די לא נתקבל פון די ישיבה, ביסטו געווען אינגאנצען דערפאר! דיין שכנ'ס קינד, האסטו דווקא געוואלט זאל באקומען א לא נתקבל! מיט וועלעכע רעכט שרייסטו יעצט אויף די ישיבה?

אויב וויל מען אונטערברענגען די "מציונים ישיבות" איז דא איין וועג, מיר שטיצן נישט די שפיכות דמים, מיר שרייבן נישט אריין אונזערע בחורים אין א ישיבה "למציונים"! מיר שטיצן נישט קיין שפיכות דמים. דאס איז די איינציגסטע וועג וויאזוי מען קען אונטערברענגען מציונים ישיבות איין מאל פאר אלעמאל, מודיע זיין פאר די ראשי ישיבות, אז מיר טוהן נישט שטיצן זייערע שפיכות דמים, און מיר טוהן נישט אריינשרייבן אונזער בחורים אין א ישיבה למציונים.

גערעכט. אבער מיט דעם האקסטו אונטער דעם צווייג אויף וואס אלע שרייערס לאנען זיך אונטער. דו קענסט נישט שרייען אויף א מצוינים ישיבה אן אנערקענען אז די ווילסט עס בעצם. איז אויף וועם שרייסטו? ממה נפשך.
ירקרקות
שר חמש מאות
תגובות: 556
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 11:40 am

Re: ישיבות למצויינים? איך דארף עס שוין פאר מיין חדר אינגל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירקרקות »

די איינציגע וועלכע קענען יא שרייען אויף די ישיבות למצוינים זענען די אלגעמיינע ישיבות (נישט די עלטערן עי' תגובה הקודמת) צוליב וואס מען נעמט זיי אוועק די מצוינים.
אבער, און דער אבער איז זייער גרויס, די סיבה פארוואס עלטערן זוכן אריינצולייגן זייערע קינדער אין מצוינים ישיבות בדרך כלל איז ווייל דאס קינד איז נישט מצליח ווי ער איז.
אויב וואלטן די אלגעמיינע ישיבות זיך 'אפגעגעבן' מיט די תלמידים, וואלטן 1. פיל ווייניגער מצוינים ארויסגעגאנגען, 2. זיי וואלטן נישט געווען אזוי אנגעוויזן אויף די מצוינים. אויב ארבעט מען מיט וואס מען האט קען מען שיין מצליח זיין מיט א קלענערע פראצענט מצוינים אויכעט.
ירקרקות
שר חמש מאות
תגובות: 556
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 11:40 am

Re: ישיבות למצויינים? איך דארף עס שוין פאר מיין חדר אינגל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירקרקות »

ועוד, א אלגעמיינע ישיבה ברויך קעיטערן 'אויך' פאר מצוינים. אויב נישט ווערט דאס קינד בעולה'ט. די ישיבות שטעלן דאס אין גרויס חלק נישט צו.
אויב א פריוואטע ישיבה האט שטערקערע מגי"ש און א העכערע לערנען סטאנדארד, מיט וועלכן לאגיק ווילט איר אפהאלטן א בחור וועלכער פארנעמט דאס פון אריינגיין דארט?
ירקרקות
שר חמש מאות
תגובות: 556
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 11:40 am

Re: ישיבות למצויינים? איך דארף עס שוין פאר מיין חדר אינגל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירקרקות »

הכלל, דער גאנצער מצוינים'דיגער געשריי איז א דיסטרעקשאן. נישט דא ליגט דער פראבלעם. עס איז נאר א גוט מיטל אויפצוהייטערן די מאסן אקעגן די עליטע.
פארווייטאגט
שר האלפיים
תגובות: 2050
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 1:29 pm

Re: ישיבות למצויינים? איך דארף עס שוין פאר מיין חדר אינגל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארווייטאגט »

בבקשה האט געשריבן:
פארווייטאגט האט געשריבן:

אבי גערעדט.

א טאטע האט א בחור א בעל כשרון און א מתמיד, ווילאנג דער טאטע איז נישט קיין עם הארץ, ווייסט ער אז זיין תכשיט דארף לערנען אין א ישיבה וואס האט בערך 30 ביז 40% מצויינים.

אויב זענען רוב מצויינים אין אזעלכע מצויינים ישיבות האט דער בחור נישט קיין ברירה.
און בינוני בחורים האבן נישט קיין שום וועג צו בלייבן און וואקסען א בינוני.

רוב הצלחה פון דער בינוני, איז ווען עס איז דא אסאך גוטע בחורים.

(און דער הצלחה פון רוב גוטע בחורים איז ווען עס איז דא אלע סארטן בחורים אין ישיבה, חוץ אויב הצלחה מיינט צו וואקסן א פארשטינקענער בעל גאוה ודי בזה)

א מצויין וואס האט געלערנט מיט בינונים אין איין ישיבה, קען זיך צו דעם אויך צוגוואוינען.........

איך זעה נישט ווי אונז זען מיר מחולק, איך רעד פון א ישיבה וואס נעמט אן בלויז מצויינים, מען שטופט זיך אריין צו גיין דארט. עס פעלט זיי נישט קיין בחורים.

איהר באשולדיגט דער עלטערן פאר וועלן אהין שיקן.

איך זעה אז וויבאלד עס איז דא אזא ישיבה, און רוב מצויינים זענען דארט מיז איך אויך שיקן.....
ווייל מיין מצויין (און אויך מיין בינוני) קענען נישט מצליח זיין ווען דער בעסטע בחור און זיין ישיבה איז א בינוני ומטה.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: ישיבות למצויינים? איך דארף עס שוין פאר מיין חדר אינגל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

ירקרקות האט געשריבן:ועוד, א אלגעמיינע ישיבה ברויך קעיטערן 'אויך' פאר מצוינים. אויב נישט ווערט דאס קינד בעולה'ט. די ישיבות שטעלן דאס אין גרויס חלק נישט צו.
אויב א פריוואטע ישיבה האט שטערקערע מגי"ש און א העכערע לערנען סטאנדארד, מיט וועלכן לאגיק ווילט איר אפהאלטן א בחור וועלכער פארנעמט דאס פון אריינגיין דארט?

איינער זאגט דאס?

די נקודה איז מען דארף קענען קעיטערן ביידע.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
ירקרקות
שר חמש מאות
תגובות: 556
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 11:40 am

Re: ישיבות למצויינים? איך דארף עס שוין פאר מיין חדר אינגל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירקרקות »

פעיק ניוז האט געשריבן:
ירקרקות האט געשריבן:ועוד, א אלגעמיינע ישיבה ברויך קעיטערן 'אויך' פאר מצוינים. אויב נישט ווערט דאס קינד בעולה'ט. די ישיבות שטעלן דאס אין גרויס חלק נישט צו.
אויב א פריוואטע ישיבה האט שטערקערע מגי"ש און א העכערע לערנען סטאנדארד, מיט וועלכן לאגיק ווילט איר אפהאלטן א בחור וועלכער פארנעמט דאס פון אריינגיין דארט?

איינער זאגט דאס?

די נקודה איז מען דארף קענען קעיטערן ביידע.

די נקודה איז אז ווילאנג דער מצוין באקומט נישט אין ישיבה וואס ער ברויך וועט ער ארויסגיין און מיט רעכט.
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”