30 יאהר מיכאל שניצלער. וועלכע אזא סארט זאך געדענקט איר?

זכרונות פון די פארגאנגענע יארן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7049
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

30 יאהר מיכאל שניצלער. וועלכע אזא סארט זאך געדענקט איר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

די קינדער פרעגן איבער שמחת בית השואבה פארברענגענס, און מיך געפרעגט וואס פלעגט זיין אין מיינע צייטן ווען איך בין געווען זייער יאהרגאנג...

איז דען געווען?

אבער טאטי, עפעס איז געווען! ההמממ. איין נאכט פלעגט זיין א צוזאמקום אין גרויסן בית המדרש אין ק"י און שוין. איינער האט אביסל געשפילט אויף א ארגאן און אויב איינער האט געוואלט, האט מען יענעם געגעבן די מיקראפאון צו זינגען. ביידעWעי, איך דערמאן מיך טאקע, אז מיכאל שניצלערהאט גענומען דעם מיקראפאון אין די האנט "פאר די פאן אוו איט" און געזינגען! ענד די רעסט איז היסטארי!

אברהם הערש קליין איז דאן צוגעגאנגען צו אים און געגעבן א טיפ! לויט מיין חשבון איז דאס געווען אקוראט 30 יאהר צוריק.

האט איר אזא סארט דערהער מיטצוטיילן?
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
נעם אין אכט
שר האלפיים
תגובות: 2451
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 05, 2017 1:18 pm

Re: 30 יאהר מיכאל שניצלער. וועלכע אזא סארט זאך געדענקט איר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעם אין אכט »

יא טאקע אמאל געהערט פון אים ערגעץ די מעשה, אז אלעס האצעך אזוי אנגעהויבן.

צו איך קען אזא מין מעשה איך קען עטליכע… אבער נישט מיט אזא ענדע ווי מיכאל…
אוועטאר
מאניש בנבנשתי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5382
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 01, 2015 12:26 pm
לאקאציע: אין מיין גוף

Re: 30 יאהר מיכאל שניצלער. וועלכע אזא סארט זאך געדענקט איר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאניש בנבנשתי »

צום פותח האשכול, איך קען א ענליכע מעשה.... נאכער ווי מיכאל שניצלער איז געווארן באקאנט און געזונגען אויף כמעט אלע חתונות און מעמדים, האט אן אנדערע איד גערופן ר' משה יודא גאלדבערגער גענומען דעם מייק אין די האנט, און והוא פלאי, מענטשן האבן זיך געשוואוירן אז זיי הערן יעצט מיכאל.... און די רעסט איז היסטערי.....
אב''ד ור''מ קרעפלעך והגלילות יצ''ו

געב צוריק דאס געלט פאר'ן רבי'ן, די רבי ער זאגט נישט קיין ליגענט..(קרעדיט: מיכאל ע''ה.)

מיינע באקן זענען נישט פארגליווערט, ווייל איך מאך דערמיט איבונגען כסדר..

קרעפלאך והגלילות

דער שיעור שטיבל
אוועטאר
א גוטן
שר האלף
תגובות: 1350
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 19, 2016 3:07 pm

Re: 30 יאהר מיכאל שניצלער. וועלכע אזא סארט זאך געדענקט איר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גוטן »

יאפ, שווער צו גלייבן אז שוין 30 יאר אריבער מיט מיכאל. ב.ד.וו. איך האב לעצטענס געהערט א קאסעטע פון איינע פון די ערשטע חתונות מיט מיכאל, נישט קיין טאון נישט קיין ביעט. איינער זאל זיך היינט אויפשטעלן ביי א חתונה און זינגען אזוי, טראגט מען אים ארויס בשתי ידים, אדער קוקט מען אים ווי א חסר דעה ר״ל. נישט צו גלייבן ווי מיכאל איז למעשה אנגעקומען. די נשמה פלאם סידיס איז א חידוש וואס איז נאך קיינמאל נישט געווען אין די מוזיק היסטערי. ב.ד.וו. מען האט פריער דערמאנט ר׳ משה יודא, סתם נייגעריג צו ער זינגט נאך.
Hello, Hola, Bonjour, Hallo, Ola, Ahoj, Χαίρετε, مرحبا, א גוטן, שלום
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

Re: 30 יאהר מיכאל שניצלער. וועלכע אזא סארט זאך געדענקט איר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

איך געדענק אין די מ"ם יארן פלעגט זיין שמחת בית השואבה אין ויואל משה, אין קינגס טערעס, און אויך אין קליימער שול (כמדומה). עס פלעגט זיין פאר די בחורי חמד, ר' בנציון משה ראזענבערג האט געשפילט מיט זיין פיר אדער פינף מאן בענד, ער פלעגט שפילן אויף עטליכע כלי נשיפה (בעיקר קלארינעט, און סעקסעפאון), עס איז נישט געווען קיין זינגערס, אבער ס'האט געבאכעכט ביז אין די שפעטע נאכט שעות נאך חצות.

מיט די יארן האט זיך עס אויפגעהערט, מעגליך ס'האט געהאט צוטון מיט די שיינע אויפשטייגונג פונעם ברך משה'ס טישן, אין די סוכה הגדולה אויף בעדפארד אין די אנהייב נו"ן יארן.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אנכי הרואה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 286
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 06, 2020 12:15 pm

Re: 30 יאהר מיכאל שניצלער. וועלכע אזא סארט זאך געדענקט איר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנכי הרואה »

האבן מיר טאקע אנגעצינדן מיכאל'ס שמחת בית השואבה טעיפ אינדערהיים און געהאפקעט מיט די קינדער א-ווי מיכאל קען הייבן!

דאכצעך אז די ניגון "אוי ושמחת! אוי בחגך!" האט ער אריינגעברענגט, אזוי אויך והראנו בבנינו און נאך.
אוועטאר
נו שוין
שר האלפיים
תגובות: 2494
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 13, 2015 12:47 am

Re: 30 יאהר מיכאל שניצלער. וועלכע אזא סארט זאך געדענקט איר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו שוין »

אוודאי געדענקן מיר, און די ליין וויאזוי מהאט געטאנצן, אריין און ארויס.

ר דוד כהן ז"ל האט זיכער געמאכט אלעס קלאפט
אטעטשמענטס
animate-stroke-full.gif
animate-stroke-full.gif (8.89 KiB) געזען 3318 מאל
#בשיטה נישט
אוועטאר
ראש המערכה
שר חמש מאות
תגובות: 679
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 07, 2019 11:45 pm
לאקאציע: Upstate

Re: 30 יאהר מיכאל שניצלער. וועלכע אזא סארט זאך געדענקט איר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש המערכה »

איך האב אמאהל ציגענומען די מייק פונעם רעדנער ביי א פראטעסט אינמיטן די הויכע טעינער...
די רעסט איז היסטערי...
אויב מיינסטו ביזט צו קליין צו קענען אויפטוהן...
ביסטו קיינמאל געוועהן לעבן א מאסקיטא...
אוועטאר
מאניש בנבנשתי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5382
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 01, 2015 12:26 pm
לאקאציע: אין מיין גוף

Re: 30 יאהר מיכאל שניצלער. וועלכע אזא סארט זאך געדענקט איר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאניש בנבנשתי »

נא_שכל האט געשריבן:איך געדענק אין די מ"ם יארן פלעגט זיין שמחת בית השואבה אין ויואל משה, אין קינגס טערעס, און אויך אין קליימער שול (כמדומה). עס פלעגט זיין פאר די בחורי חמד, ר' בנציון משה ראזענבערג האט געשפילט מיט זיין פיר אדער פינף מאן בענד, ער פלעגט שפילן אויף עטליכע כלי נשיפה (בעיקר קלארינעט, און סעקסעפאון), עס איז נישט געווען קיין זינגערס, אבער ס'האט געבאכעכט ביז אין די שפעטע נאכט שעות נאך חצות.

מיט די יארן האט זיך עס אויפגעהערט, מעגליך ס'האט געהאט צוטון מיט די שיינע אויפשטייגונג פונעם ברך משה'ס טישן, אין די סוכה הגדולה אויף בעדפארד אין די אנהייב נו"ן יארן.


ריכטיג...קליימער שול האט נישט מאריך ימים געוועזן נאר ממש 2-3 יאר.....דענקעך פיינע שלעגעריי'ען מיט א שפילער וואס האט געהאט ארויפגעלייגט א כתובת קעקע אויפן ארעם....אוי איז געווארן טעגלאש'דיג דארטן....

פאר די ויואל משה שמחת בית השואיבה פלעגט מען צוזאמנעמען געלט פונעם ציבור.... מיט די יאר'ן האט זיך עס אויפגעהערט ווייל די געלט איז שוין נישט אריינגעקומען צו דעקן די לעכער....און דאס איז טאקע די סיבה פארוואס עס איז היינט דא מער לעכער אין אלע בעקערייען בריוח עיין ב'פארברענגען ותמצא חלות..... דאכטציך איין יאר געדענק איך ווי ר' יואל סאנדעל ע''ה בן ר' שלום זייענדיג א יונג בחור האט זיך צוגעזעצט צום דראם סעט, אוי האט ער געזעצט דארטן..... ר' יצחק בערנאטה פלעגט זיך אויך משתתף זיין דארטן מידי שנה בשנה.....
אב''ד ור''מ קרעפלעך והגלילות יצ''ו

געב צוריק דאס געלט פאר'ן רבי'ן, די רבי ער זאגט נישט קיין ליגענט..(קרעדיט: מיכאל ע''ה.)

מיינע באקן זענען נישט פארגליווערט, ווייל איך מאך דערמיט איבונגען כסדר..

קרעפלאך והגלילות

דער שיעור שטיבל
אוועטאר
נו שוין
שר האלפיים
תגובות: 2494
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 13, 2015 12:47 am

Re: 30 יאהר מיכאל שניצלער. וועלכע אזא סארט זאך געדענקט איר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו שוין »

ז"ל
#בשיטה נישט
אוועטאר
לאנגער שטעקן
שר מאה
תגובות: 192
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 16, 2023 5:54 pm
לאקאציע: צווישן קאסוב און וויזשניץ...

Re: 30 יאהר מיכאל שניצלער. וועלכע אזא סארט זאך געדענקט איר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנגער שטעקן »

ס'איז שווער צו שרייבן איבער אזא יוד ווי מיכאל ע''ה זיין גאנץ לעבן האט ער אוועק געגעבן צו משמח זיין יודישע קינדער כאטש ער אליינס האט נישט געהאט קיין גרינג לעבן
יהא זכרו ברוך
מצה בעקערי
שר חמש מאות
תגובות: 796
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 26, 2017 4:10 pm

Re: 30 יאהר מיכאל שניצלער. וועלכע אזא סארט זאך געדענקט איר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצה בעקערי »

א גוטן האט געשריבן: פרייטאג אקטאבער 01, 2021 12:32 am
יאפ, שווער צו גלייבן אז שוין 30 יאר אריבער מיט מיכאל. ב.ד.וו. איך האב לעצטענס געהערט א קאסעטע פון איינע פון די ערשטע חתונות מיט מיכאל, נישט קיין טאון נישט קיין ביעט. איינער זאל זיך היינט אויפשטעלן ביי א חתונה און זינגען אזוי, טראגט מען אים ארויס בשתי ידים, אדער קוקט מען אים ווי א חסר דעה ר״ל. נישט צו גלייבן ווי מיכאל איז למעשה אנגעקומען. די נשמה פלאם סידיס איז א חידוש וואס איז נאך קיינמאל נישט געווען אין די מוזיק היסטערי. ב.ד.וו. מען האט פריער דערמאנט ר׳ משה יודא, סתם נייגעריג צו ער זינגט נאך.
ר׳ משה יודא איז און די פעקעדש פון פרדס
שרייב תגובה

צוריק צו “זכרונות”