פון אמעריקע האט געשריבן:כולי עלמא איז מודה אז עס זענען ליידער דא מענטשן אין דעם פיעלד וואס האבן נישט וואס צו זיכען דארט, און אז זיי מאכן אסאך מאל מער חורבן ווי ווען די פראבלעם איז לכתחילה אנגעקומען צו זיי, אבער ווי קומט דאס אריין אין די שמיעס דא? ס'זענען דא שטריימל מאכערס און פלאמבערס וואס האבן נישט וואס צו זיכען אין זייער פיעלד פונקט אזוי, לאמיר אפילו נישט רעדן פון מלמדים, משגיחים, חתנים רביס, און שלום בית מאכערס, אשע"כ איז וואס? זאל מען אויפהערן שיקן קינדער אין חדר?
א פלאמער קענסטו זאגען פריער וואס דיינע עקספעקטעישענס זענען, ער קען דיך קלאר אנווייזען וויאזוי ער גייט לייסטען דעם פראבלעם, און דו קענסט שפעטער טעסטען\בודק זיין צי דער פראבלעם איז פארראכטען.
דער זעלבע פאסירט ביי א שטריימל מאכער, א הארץ דאקטאר און אן עקאונטענט.
משא"כ טעראפיסטען, רוב מאל האט דער פאציענט נישט קיין קלארע גאול, דער טעראפיסט האט נישט קיין טיימפרעים און ניטאמאל א פלאן וויאזוי אנצוקומען צום גאול (וואס עקזיסטירט ניטאמאל בד"כ), און עס איז נישטא קיין וועג פון טעסטען צי עס האט געארבעט. ווער רעדט נאך אז טאמער נישט, איז נישטא קיין ריפאנדס.
איך וואלט מייעץ געוועהן יעדער וואס גייט צו טעראפי צו מאכען א קלארע חשבון פון פריער:
וואס וויל איך אויפטוהן? איז עס ריזאנעבעל צו קלערען אז איך קען דאס עררייכען? וואס זאגט דער טעראפיסט, ווי לאנג בערך וועט דויערען דאס צו עררייכען? וויאזוי גיי איך טעסטען נאך יענע צייט אפשניט צי איך בין טאקע געהאלפען געווארען?
בדרך משל, איך וויל קענען גיין אין אן עלעוועיטער אהן כאפען א פאניק אטאק. דער טעראפיסט זאגט אז נאך 6 סעשאנס מיט סיביטי וועל איך עס לכאורה קענען עררייכען. נאך זעקס סעשאנס טעסט איך טאקע צי איך קען טוהן דאס אויבערדערמאנטע, און דאן זאג איך ביי ביי צום טעראפיסט. ווייל ממה נפשך, בין איך געהיילט איז גוט, און טאמער נישט איז ער דאך סתם א סקעמער.
דער פראבלעם איז אז אויב יעדער וואלט אזוי צוגעגאנגען צו טעראפי, וואלט דער אינדאסטרי אונטער געגאנגען גאר שנעל.