דער פלאָשינג עוו. - פארוואס?

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
אלטעבחורל
מ. ראש הקהל
תגובות: 1086
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 14, 2007 11:28 pm
לאקאציע: לעצטענס בינעך געווען אין א פאָפאָטש, היינט? אין אַ קראַקס
פארבינד זיך:

דער פלאָשינג עוו. - פארוואס?

תגובהדורך אלטעבחורל » מאנטאג יולי 07, 2008 4:53 pm

דער פלאָשינג עוו.

העי וואט עי טשעלענדזש... האסט ארייגנעטראסקעט אויפן פלאטשער עוו. – פלאש אראפ דיין טייערער צייט דארט – זיץ אין שעלט און טרעפיק.
קען איינער די גאס וואס איך מיין? אויב נישט וועט קרעטשמע פיטאגיפער באלד אינגיכן דארט זיין מיט זיין מאשקינע בילדער פראדוסער - הנקרא: קעמארע.

א מין ווערטשאפט וואס עס גייט דארט פאר, איך רעד פון די גאס וואס עס איז אנדער קאטנסטראקשען פון נאך א טאג וואס די צווילינג געביידעס האבן קאלעפסטירט.

מאנכע ליצים זאגן אז ווארשיינליך האט דער ווערייזאטן טראק (ווער עס ווייסט וואס איך רעד זאל ביטע איבערגעבן פאר די וואס ווייסן נישט, אבער נישט יעצט – נאר ביים חזר'ן מיט די צווייטע חברים – אזוי פלעגט מיין רבי זאגן, בשעתן ארויסנאגן מיטן צונג זיינע פארבליבענע גרינע פעפער הויעך ארויף אינעם פיסקל). אז דער טראק וואס איז געשטאנען ביים וואלאבאוט קאר. בעדפארד עוו. פאר גאנצע זעקס חדשים, האט אויך א שייכות מיט די פלאשינג עוו. קאנסטרקשען, וואס פון דארט איז מען דערגאנגען אלע גראבונגען ביזן 'ווארלד טרעיד צענטער'. אגב; עס איז נישטאט קיין דיטעילד באוויזן, אבער ווער עס ווייסט – ווייסט אז דאס איז נישט קיין גוזמאות.

לחרפתינו;

שטעלט זיך א געוואגטער פראגע - וואס טוט מען אויף דער פלאשינג עוו.?

אההה וואס מען טוט אויף פלאשינג? מע זאגט לחיים אין מען איז פרעעלאך... נעעעע מען גראבט גרובער, מען מאכט גרודער, אין מען צוהאקט די גאדער'ס – מען גייט אויף די נערווען פון א שטאט מיט מענטשן.

א באלאגאן וואס דארט גייט נישט פאר. ווער עס וויל קומט אהין אויף דער פלאשינג עוו. אויסטרייען זיין טראקטער, קומט דארט, איין טאג וועט נאך ח"ו זיך טרעקטערן א... היינט איז עס די DOT, קומען זיי די שטריקעס אין גראבן א לאך, למחר קומט אן א טראק פון ווייסעכ-וועם אין ברענגט מיט זיך מיט דריי שוארצע מיט ריזיגע געלע רעגן קויט'ס וואס זיי קארסירן די טראפיק. בסך הכל קומט דער צווייטער אין פארדעקט די ערשטע לעכל וואס דער ערטשער האט אנגעהויבן. אזוי גייט עס דארט דעלי.

צו האט איר אמאל מיטגעהאלטן פון די נאנט, וואס עס פאסירט יעדע פינעף מינוט דארט. קומט צו פארן א קאר אראפ 'ווייט עוו.' סאדענלי וויל ווייט עוו. מער נישט אנגיין, דארט טאקע באותו מקום ווי עס ווערט געגרענציט מיט פלאשינג עוו. נעמט איבער דער פרענקלין עוו. – קומט דאך אויס אז ווען איינער זאגט "פלאשינג קאר. פרענקלין' רעדט מען גאר פון די פלאץ! א שאנדע פאר פרענקלין צו אריינהאקן אינמיטן ווייט עוו. אבער ליסטען פיפעל דאס איז אמעריקע. נישט אומזינסט איז דאס טריפה.

איז דער פלאשינג עוו. אזא 'טו וועי' שטימט? איז אבער פארהאן נאך א חוצפה פון דער פרענקלין, הגם דא קען מען שוין זאגן אז דאס האט נישט אינגאנצן מיט די רשעות פון פרענקלין, עס האט מיסטאם אויכעט מיט די שלעכקייט פון 'פלאשינג עוו.' – וואס זי איז זיכער אנגעווייטאגט אז מען הערט נישט אויף בויען אין גראבן אויף איר.

איז דארט אזוי, אז עס ווערט אויס 'טו וועי' דארט על שפת הים – "פלאשינג עוו. פרענקלין". דאן פאסט אויף דארט קומט צו פארן א קאר וואס גייט נאך זיין 'דזשי פי עס', אין דער 'דזשי פי עס' זייענדיג געוואוינט צום רואיגער פלאשינג עוו. וואס האט נאך דורכגעלאזט די 'טו וועי' דירעקשאטן, שרייט אים אריין אין קאפ, "לעפט טוירן אהעיד" אבער ניין מען קען נישט, ביז דער מאשין שרייט "אימידיעט לעפט טוירן..." – ליסטען אז דער מאשין שרייט, גייט מען – אין?... והוא לחרפה ול'קרעש... שיער נישט שטייצעך. אזוי געשעהט יעדע פאר מינוט דארט, מען דרייט זיך לינקס, אין... כ'וויל נישט זאגן....

אלעס איז וועגן דער פלאשינג עוו. באלאגאן. יעצט ווייסט איינער וואס/ווען מען מאכט דארט? ווען די העק גייט מען ענדיגן בויען דארט?

איי ניד איט וויט ריטען דאקומענטס פליזזז. איף פאסיבעל.

*

אגב גררא נקטא; אזוי אז מען רעדט שוין פון פלאשינג עוו. איז אינטערעסאנט צו צולייגן, וואס נאך עס איז פארהאן דארט. היינט למשל האב איך געוואקט אויפן גאס, געשוויצט ווי א טערק אין א שטייג ווי אינמיטן די עשרת ימי תשובה האב איך, דאס ברויך איך ענק נישט זאגן, זאל איך נאר זאגן א 'מעין דמעין מן ה'שוויץ' וואס איך האב געפילט? עעעםםם... האלב אזוי שטארק ווי איך האב געשוויצט נאך מיין צווייטע-בעשוי. איף יו בעליוו אר נאט.

שפאציר איך אזוי געמוטליך נישט צו אנרייצן דער שוויץ צופיל ס'העטעך מיר נאר מאכן א קלעבעדיגער נאכמיטאג, זעה איך טאקע אויף יענעם קארנער ווי איך האב פריער גערעדט, א גרויסער געשעפט "הצלחה סופערמארקעט" מיט אויטאמאטיק טירן עפענען זיך אויף – אין מאכט זיך צו, איז א טיר אפען – זאגט א איד? אריין! יאאלא אריין אין געשעפט, קום איך אריין אהין, א ריזיגער געשעפט מיט אויסגעפאקטע שעלוו'ס. הקיצער א גראסערי צום דבר - אבער גוט.

איז געגאנגען דארט עיר קאנדישען אויף 'האקצענק אן מיט לופט ספיד' + געארבעט א טעיפ אין די זייט נאך אויך, קענט גאו ראנג! האב איך געטראכט צו מיר, וועם נאך זאל איך דאנקן אויב נישט דעם בורא כל העולמים פארן אריינגעבן די ריכטיגער דעת פון אריינסטעפן אהין אינעם ריזיגער פרידזשידער אםם.. גראסערי, מיט א טעיפ אין די זייט.

פארוואס זאג איך איך דאס? ווייל איך האב נישט געוואלט גיין זאגן א שכח פארן מענעדזשער דארט, ווייל איך האב געקענט באשטיין אז דער קרעטשמע זאל נאך געניסן פון יענעם פלאץ (אין קעיס פון א שווערן היץ). דעפאר טייל איך דאס מיט – מיט יעדן.

האב איך דען עפעס מיט דער סופערמארקעט דארט? יא! איך האב גענאסן פון זייער עיר קאנדישאן. האללאו זיי האבן גענאסן פון מיין באטעלע וואסער וואס איך האב געקויפט, או יע!
טענקס גראס-סערי!

*

בעק טו אייער סאבדזשעקט, ווייסט אייענר ווען מען וועט שוין פארטיגן מיט די פלאשינג גראבעריי? הארכטס אויס, אויב וועלן זיי נישט ענדיגן ביז א קורצער צייט, וועלן מיר מאכן אן הפגנה "ניתוחי פלאשניג עוו." – רעדי? אויב נישט געט רעדי...

אויפהערן גראבן אויף פלאשינג לאק סטאק ענד בעעעעטל!
לעצט פאראכטן דורך אלטעבחורל אום דאנארשטאג אפריל 15, 2010 1:21 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מאנטאג יולי 07, 2008 5:09 pm

אלטער, דאסי נאך בעסער ווי דיין איינצוגס רעדע, דו ביסט זיס.

איך וואוין טאקע נישט דארט, אבער כמה פעמים זיך שוין אנגעטראפן מיט די גרובער'ס.

כ'האב הנאה געהאט און גע'שמייכל'ט, (וואדען?) יישר כחכם.

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » מאנטאג יולי 07, 2008 5:39 pm

טענקס אלטער.

איך האב געטראכט צו שרייבן, אז יעצט נאכן ארטיקל וועלן זיי שוין זיכער ענדיגן ווי שנעלער די ארבעט, אבער איך זע אז ס'רעדט זיך פון אן הפגנה, זאלן זיי בעסר ווייטער אנגיין מיט די ארבעט...
לעצט פאראכטן דורך 3x0 אום מאנטאג יולי 07, 2008 5:40 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג יולי 07, 2008 5:39 pm

גיימער עס פרינטן אהין שפאצירן, מיר וועלן דאס ליינען פון די נאנט.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מאנטאג יולי 07, 2008 5:59 pm

געב אכטונג ווי דו גייסט, אז דו ווילסט ליינען, שטעל דיך אין א זייט, וואס מוזטע גיין פונקט אינמיטן וועג ליינענדיג? און יא, דו ווייסט ווי פאני ס'זעט אויס, ווען מ'וואקט אויף די גאס און מ'לאכט?

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » מאנטאג יולי 07, 2008 6:42 pm

אלטער,

יו רילי קרעקט מי אפ דיס טיים, יו אר וואן אף עי קיינד.

יישר כח.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מאנטאג יולי 07, 2008 8:07 pm

יעצט שטעלטס ענק פאר ווען א טרעילאר אויפ'ן וועג צום קאנטרי זאל פונקט אדורכפארן אויף פלאשינג עוועניו, אנשפריצן דעם באלי-הוט, און דער דרייווער זאל נאך צוכאפן זיין שעמפאו אויך... קענטס ענק פארשטעלן וואס איר וואלט געלייענט?

ישתבח שמו!
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מאנטאג יולי 07, 2008 9:18 pm

וואס זאגסטו ?!!
איז עס אלטער דארט מיט די געלע קאוט און דירעקטירט דעם טרעפיק !! דאנט טעל מי ??!!
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » מאנטאג יולי 07, 2008 9:37 pm

אלטער, כ'בין ערנסט חושש אויף גילוי.....

כ'שטיי און וואונדער זיך, שוין אזויפיל ראשעקאלישע ארטיקלען געשריבן, און וואו איז דער טיטול?
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג יולי 07, 2008 11:34 pm

שמערי;

געדולד. אין די שטאטוטן שטייט קלאר אז דינסטאג נאך די וואלן ערקלערט מען די אפיציעלע רעזולטאטן.

אלטער-בחור - ראש-הקהל-עלעקט;

דו ביסט מעכטיג, דיינע ארטיקלן זענען מעכטיג, און די גראבונגען אויף פלאשינג זענען יעצט געווארן באמעכטיגט דורך דיר. אויך הצלחה סופערמארקעט וועט זיכער באמערקן העכערע סעילס אין די קומענדיגע זומער חדשים א דאנק דיר.

ברוך
שר חמש מאות
תגובות: 641
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 08, 2008 4:13 pm
לאקאציע: וואקאציע

תגובהדורך ברוך » דינסטאג יולי 08, 2008 12:43 am

גם אני מצטרף? עעההה ס'איז צו פלעין. איי איך קען דאך נישט מער, וואלט ווען שוין בעסער געווען, אקעי לאמיר דאס לאזן אזוי,
קודם וויל איך דיר זאגן, אז עס שוין אט אט! איך געדענק נאך ווען איך האב מיך געגעסן דאס געזונדל ווען עס איז נאך געווען א וואן וועי ביי סייפרעס עוו.
און נאכדעם ביז ווייקאף, און נאכדעם ביז בושוויק עוו. און נאכדעם ביז בראדוועי, און ב"ה יעצט האלט עס שוין ביי.... איך וויל די נישט אנציען......
די זעלבע מחלוקה ווי ווייט און פרענקלין,.........נאר אנדערע חסידות'ער לי און נאסטרענד, דארט קען מען שוין מאכן א לינקס, סאו לכאורה ביז א יאר צוויי וועט עס שוין זיין מסודר.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » דינסטאג יולי 08, 2008 12:47 am

אלטער, איך האב נישט געקלערט וואס מ'קען אלץ מאכן מיט א צובראכענע ראוד... האסט מיך מחי' געווען מיט יעדע שורה דיינעם.

יישר כוח.

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6442
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » דינסטאג יולי 08, 2008 4:52 pm

אלטע באלי איך קען נישט אפמאכען וועם די האסט געמיינט די קאר'ס אדער די מענטשן אויפן סייד וואלק " אבער ס'גיט "
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

לעווי
שר האלף
תגובות: 1915
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

תגובהדורך לעווי » דינסטאג יולי 08, 2008 4:56 pm

אלטער, פון איין צבראכענע ראוד קומט ארויס א גאנצע ארטיקל!

A1!!! זייער געשמאק געווען.
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25697
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג יולי 08, 2008 5:43 pm

אוי איז דאס א עוועניו דער פלאשינג! לא די וואס מ'פלאשט דארט צייט און נרבונים, נאר מברויך לייענען אן אלטערישע ארטיקל איבער איר און אראפלאשן אלעס וואס האט זיך אויסגעגאסן און אנגעשפריצט פון די תוצאות.....

כלונו למערכה נגד קאן-עדיסאן, פרעס-טרעק, פלאשערס, גרובערס, דעקערס, אלטע בחורים, אופס... דאס שוין נישט לאז די באלי'ס ראולען מיר ברויכן נאך אזעלכע ארטיקלען.

וואט עי טשויס וויט דיס נו ראשאקול!

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

תגובהדורך יגרסהדותא » דינסטאג יולי 08, 2008 5:56 pm

העי יו מען, פליס מאף אן דע סייד, דו זעהסט נישט מ'גרובלט דא? אלטער, הערליך. דיינע לשונות, איינס אין אזעלכעס.

אוועטאר
cano
שר האלפיים
תגובות: 2322
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 5:25 pm

תגובהדורך cano » מיטוואך יולי 09, 2008 8:14 pm

איך אלץ אן אפסטעיט איינוואונער, בין שוין לאנג נישט געווען אויף פלאשינג, אבער פאר צוויי יאר צוריק ווען איך פלעג דעליווערען אין די סיטי פלעג איך אפט פארען פון ווילי קיין לעוואוניע באלעווארד, און איך פלעג דארפען פארען פון פלאשינג קיים בושוויק, און צוריק, דעמאלטס האט אויסגעזעהן וואו די ארבעט וועט זיין פערטיג ביז א יאר, און די ווילסט מיר זאגען אז עס איז נאכנישט פאטיג?

געוואלד אין געקוויטשעט, וואו לאנג נאך וועט עס נעמען, פארוואס דארף עס נעמען אזוי לאנג?

אבער יעצ אז בוחי האט געמאכט דערפון מטעמים האט זיך שוין געלוינט די גאנצע געווארטאכט'ס, איי העוו טו טעל יו איי לאווד עוורי ווארד אף יור ארטיקעל.
דיסקליימער: ווען איך מאך א ספעלינג טעות, איז דאס נישט דיירעקט, עס פשוט א טעות.

אוועטאר
נאטורליך
שר חמש מאות
תגובות: 947
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 3:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך נאטורליך » מיטוואך יולי 09, 2008 10:26 pm

קום איך יעצט פון פלאשינג, טאקע די פלאשינג וואס האט א מזל געהאט אז אלט בחורל האט זיך דארט אנגעשטאלפערט, ס'טוט זיך ס'לעבט זיך. קעפ אויף קעפ אזש ווי מען האלט אינמיטן פון א כאפצעם. עס שפראצען אלע היימלאזע מענער און די גאס איז איבערגעפילט. טייל מיט די טאשקע אויף די פלייצעס, זיי האלטען נאך איידער נאכטמאל.
מיין נייגער וואקסט פון מינוט צו מינוט, די פייער לעשער מיט די פאליציי שטייען ביים קארנער בעדפארד און פלאשינג, די גרויסע טיי אווענט לעקטער שיינען אויף די פארביי גייער. וואסי געשעהן פרעג איך דעם און יענעם, קיינער ענטפערט נישט. אלעס איז אנגעצויגן און נערוועז, מיין חבר פון די שומרים מיט'ן ראדיו אין די האנט זעהט מיך ניטאמאל ער איז פארנימען און פארשוויצט ביז די פלייצע.
פרעגסט וואס אי געשעהן? זעהסט נישט וואס דא גייט פאר? זאגט מיר א מיטעל יעריג אידעל מיט התפעלות. איינער א אלטער בחור סטראשעט מיט א פראטעסט, בלומבערג מיט שארפטאן, פעטארסאן מיט אבראהאם אלע בעטען זיך ברחמים ביי אונזער באליבטער בחורל ער זאל תומ"י צוריק ציעהן ווייל א נישט איז מען אויף געהאקטע צרות.
שטעלט אייך פאר די קאנסטראקשען קומט צו א שטילשטאנד, ווי וועט מען גראבען? וועם וועט מען נערוועז מאכן? ווער וועט וויסען אז די סיטי איז פארנומען מיט אריין לייגען נייע פייפס פאר לענגאויס ניי וויליאמסבורג. דיי שטיינערנע טראטוארען זענען אלע צועפנט ווי אינמיטן אן אפעראציע אויף א האלב טויטן מאן, די גארבידש טראק שטעלען זיך אין די ברייט און אלעס ווארט אויפן דערבארעמדיג הארץ פון א קליינע שחורה און געלע מונדירען וואס ווינקט מיט די האנט רעכט'ס אדער לינקס
גיי פארצייל די נערנים אז בקרוב ווערט פארטיג די גרויסארטיגע שטעטעל אין מידעלטאון און סאוט פאלסבורג, מיר וועלען אלע אהין אנטלויפען און איבערלאזען דא די טייערע הייזער מיט ריזיגע מארגעדזשעס.
אלזא אלט בחור'ל גיב נישט אויף, לאמיר קלעבען פלאקאטען, קומען זאלט איר אלע אין די מאסען, מען זאל שוין אויפהערן גראבן. אבער שוין! אינג און אלט ווארפט אייך אינטער די באלדאוזערס און לאמיר מאכן א עק צו די גראבונגען. שפרייט זיך אויס אין א רינג, לאמיר מאכען א עק צו די פייפערייען טאג און נאכט.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דאנארשטאג יולי 10, 2008 12:01 am

חחחח נאטורליך... זייער גוט...
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
אלטעבחורל
מ. ראש הקהל
תגובות: 1086
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 14, 2007 11:28 pm
לאקאציע: לעצטענס בינעך געווען אין א פאָפאָטש, היינט? אין אַ קראַקס
פארבינד זיך:

תגובהדורך אלטעבחורל » דאנארשטאג יולי 10, 2008 11:14 am

איך הער; פון ווי ווייסעך וואס דו האסט געטראכט ווען דו האסט געשריבן די תגובה? חכם דו פרעגסט פון ווי איך ווייס?!
דו שרייבסט דאך קלאר וואס דו האסט געטראכט... האטרך אויס דו זיסקייט. אויטש איך בין זיס? אהה טענקיו - איי לאטווד איט.
איך_הער האט געשריבן:כ'האב הנאה געהאט און גע'שמייכל'ט, (וואדען?).
איין ווארט זוי-דען! דאחנקע.

טריאו;
3x0 האט געשריבן:טענקס אלטער. איך האב געטראכט צו שרייבן...
איך וויס נישט וואס דו האסט געטראכט, אבער דער תגובה איז נערך געווארן איינמאל זיכער. "סאו אייל קיפ מיי ברעט, פאטר יעט", יו אר דזשאסט טיפיקעל גוד!

צייטליך;
זינט יענער שפאציר, האסטע געקוויט קרעטשמע - אוואו זענט איר? איר זענט געגאנגען געמבלען מיט איזאק?... אהו דאונט טעל מי.

יאנאש;
נאכאמאל דו האסט עס נישט געפרינט עס יוזשעל, ווען יא וואטלטעך געקרעקט דיין פרינטער, איא?

"מאשקע"
איי האסטו פאטני זיס צאחמגשטעלאחכץ, טרעילער מיט באטלי הוטן פארווישט מיט א שפריץ שעמפו, ביים קארנער פלאשינג. אייייטשש... יו אר סוויט!
מאשקע האט געשריבן:ישתבח שמו!
זאג נאר האסטע געשריבן אינמיטן פסוקי דזמרה פון דיין בלעקבערי? אהה... איך בין נישט חושד.

שוועמל;
וואס האט איר צאחמגעמורמעלט?

שמערי;
שכח פארן טראגן מיין שרעק אויף דיינע פלייצעס, אפשר נעמסטו איבער מייענ חובות אויכעט?

קרעמער;
צוליב וואס איך האב אראפ געשטעלט די קאחווע אין איבער געליינט דיין תגובה צווייען מאל, וועל איך עס איבערלייגן עוד הפעם.
קרעמער האט געשריבן:אלטער-בחור - ראש-הקהל-עלעקט;
דו ביסט מעכטיג, דיינע ארטיקלן זענען מעכטיג, און די גראבונגען אויף פלאשינג זענען יעצט געווארן באמעכטיגט דורך דיר. אויך הצלחה סופערמארקעט וועט זיכער באמערקן העכערע סעילס אין די קומענדיגע זומער חדשים א דאנק דיר.

נהניתי מפני שהחייתי.

ברוך; ווי פלעין דאס איז איז דאס צוקער זיס, ווי פארשאפסטו די לאזונגען, דו דרייסטעך נעבן?...

סאכדעזזז;
קוקט אויס אז געמיינט האסטע אזוי: אההה וואס מען טוט אויף פלאשינג? מען זאגט לחיים... אין מען איז פרעעעלאחך...; נאאא מען מאכט אנאחרטיקל דערפון.
שכח! סאכדעזזז. פארן אין קורצן ארויס ברענגן וואס אסאך האבן אין מוח. (...)

דארפסמאן;
ווי זאגט די וועלט: ווער ס'מיינט אז איך האב אים געמיינט, טאקע אים האב איך געמיינט. אבער דיר האב איך זיכער נישט געמיינט, יו אחר דזשאסט גוד!

לעווי;
טענקס פארן באצייכענען מיט א A איך האב דאס קיינמאל געקריגן אין מיינע יונגע יארן... יא איך האב געלערנט אין סאטמאר! גילו? סארי...

מיללער;
דערמאנסט מיר פון די גמ' אין חגיגה הטרעקטאר'ס נרבונים כמסמרות נטועות, א גראטבונג מיט נעגן עז איז איינגעזונקען מיט שווערע העלצער אינעם ערד אריין.
אבער דיין מליצה סינק לאזט נישט נאך, דעי קיפ שיסינג תגובות. דער לעצטער שורה איז ביי מיר פארצייכנעט, ביי די וועי.
דא האסטע:
מיללער האט געשריבן:וואט עי טשויס וויט דיס נו ראשאקול!


יגרררר;
חחח.... איך האב אויםגעריסן "מאטוו אטן די סיי" שרייט די פארשווארצעטער פארשוין. איי אידאטס ארגינעל.

קאנאו;
איך זעה אז דו ביסט א שטיקעלער מבין לויט די קאטנסטראקשען ווילאנג עס ברויך נעמען אזא אפעראציע.
ווייל פאראיאר האסטע געמיינט אז עס וועט נאך נעמען נאך א יאר, אבער איצט ביסטו שוין צומישט אין די ווייסט נישט ווילאנג עס וועט נאך אזוי אנגיין. כזו! דאס האב איך געמיינט, אז דאס וועט קיינמאל נישט זיין פארטיג, "על כרחך אני חי ועל כרחך הם גראטבונג..."

cano האט געשריבן:אבער יעצ אז בוחי האט געמאכט דערפון מטעמים האט זיך שוין געלוינט די גאנצע געווארטאכט'ס, איי העוו טו טעל יו איי לאווד עוורי ווארד אף יור ארטיקעל.
איי רילי עפרישיעיטעד!!

נאטורליך -נאטורליך;
חחח... כאב געטרייסעלט מיט א שטימע פול מיט געמישטע געלכעטער דערינען. אזויריעל אראפ צולייגן דאס, איך האב געשטווינט ווי א מענטש קען אזוי אריינקוועטשן אין א מעשה אזוי קורץ אין אזוי גוט, מיט אפאר שורות צו אראפ מאלן א סצענע וואס איז געווען אזוי שרייענד, אין אזוי זיסליך, איך האב גוט גאלעכט, אין שטייצעך הנאה געהאט. דאונט ווארי; מיר וועלן ווייטער פייטן, נישט אזוי זאגט אבראהאם? ער האט דאך געבראכן א 'דראטג רינג' נעכטן. שטימט?

לכבודך בינעך אהינגעלאפן מיט כאפון א בילד, פונעם קרעציגן שקלאפטע וואס באטריצירט די טראפיק דארט. אויך קען מען זעהן די ריזיגע שטיקער צעמענטענע רינדעכיגע בריקאדעס, וואס אין פאל פון א שלאחקס רעגן קען מען אהין אריינגיין, אין קעיס אויב אונטער אלע דעכלעך זענען אנגעפילט.

דא האסטע א בילד...
גל עיני ואביטה! לאמיר זעהן ווען עס וועט שוין קומען די סוף צו די גראטבונגען

נאכמאאל א גרויסער שכח יעדן איינעם, איך האב אלייןנישט געוואוסט אז דער עולם איז גרייט צו הערן וואס עס טוט זיך אויף פלאטשער עוו.
צוגעלייגטע
IMG001308888.jpg
IMG001308888.jpg (79.97 KiB) געזעהן 1564 מאל

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11184
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » דאנארשטאג יולי 10, 2008 11:24 am

נאטורליך זוי גאר?
מופסט אין די נייע שטעטל?
דזשאסט געקויפט א דירה
איינער געדענקט נאך די טאג בוך?

עניוועי שכח פאר דיין תגובה

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » דאנארשטאג יולי 10, 2008 3:43 pm

באכער, דיין צווייטע, האטצעך נישט וואס צו שעמען פאר דיין ערשטע. טענקס.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23365
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » זונטאג יולי 13, 2008 7:35 pm

קודם אלטער, וועלעך ענטפערן אויוף דיין פראגע, די סיבה פאוואס מ'גראבט אויף פלאשינג עוו. איז ווייל די זאלסט שרייבן א ארטיקל! און איך זאל הנאה האבן, דעטס ווערי סימפל!

און יעצט קאלט שוין ס'ווייבל, העמער שלח'ן און מעמער נאך רעדן, קעי?

וויכי!
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22086
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג אוגוסט 12, 2008 8:02 am

דאס איז אן אימעיל וואס מיר האבן ערהאלטן פון די DDC ווען די ארבעט האט זיך אנגעפאנגען:
Subject: Answers on project # HWK 472
Date: Fri, 9 Sep 2005 19:55:29
From: Tambasco, Geraldine <tambasg@ddc.nyc.gov>
To: 'farshlufen@yiddishworld.com' <farshlufen@yiddishworld.com >

Mr. Farshlufen,
In response to your inquiries on DDC project HWK 472

On August 29,2005 - Flushing Avenue, from Franklin to Broadway was
converted to one-way West-bound

The Transit Authority detoured the East-bound B57 bus off of
Flushing Avenue

The West-bound B57 bus is still on Flushing Avenue.

If we can be of further help you can reach me by e-mail-
tambasg@ddc.nyc.gov
or call me @ 718 250-5037
If you would like to speak to our project field office
Call Paul Kidder (the CCL for this project) @ 718 821-3528

Thank you,

Gerri Tambasco/ Brooklyn borough of
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 12, 2007 11:55 am

תגובהדורך איזאק » דינסטאג אוגוסט 12, 2008 11:51 am

יויש אלטער, ווי אזוי האב איך דאס פארפאסט, סא גוטס ! שכוח פארשלאפן פארן ארויפברענגן.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט