משה מעכיל'ס מחשבות

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אסאך יודיש געלט
שר האלף
תגובות: 1392
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 28, 2021 10:33 am
לאקאציע: אין כולל - [email protected]

משה מעכיל'ס מחשבות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסאך יודיש געלט »

טאטי, ס'אמת אז ביי די לאנגע מוסף מעג מען זיך אראפ זעצן?

יעי! כ'קען קוים ווארטן, מיין רבי האט אונז פארציילט וועגן די שופר בלאזן, כ'גיי מעגן ברענגען א באק אין שיל?

טאטי, איך גיי מעגן נעמען מאמיס טאטע מחזור?

טאטי, גייסט מיר ווילן אויפהייבן אז איך זאל קענען זעהן די שופר בלאזער?

טאטי, פארוואס ענפערסטו מיר נישט?

ששששש... מ'האלט יעצט אינמיטן א ערנסטע דאווענען, פליז שטער נישט. שששששש... און... איך בין פארקלאצט... איך טראכט יעצט וויכטיגע זאכן...

אבער טאטי...

כ'האב געזאגט שטער נישט. אויב די גייסט ווילן צירוק קימען נאך ס'פסקה זאלסטו זיין שטיל יעצט, טאטי האט נישט קיין צייט פארדעם.

אזוי איז אריבער ביי משה מעכיל סיי ראש השנה און סיי יום כיפור.

---

משה מעכיל דערמאנט זיך פון וואס ער האט אזוי גע'חלום'ט ווי ער איז ביים פרעזידענט, זיין מיטינג, סיי אזוי ווי ער האט אייך שוין פארציילט – משה מעכיל האט א מיטינג., און סיי דיע וואס ער האט נישט דערציילט, דיע מיטינג וואס ער האט געהאט – און זיין מוח בשעת מוסף – נאכן זיך אינטערנעמען שיינע הייליגע קבלות, און ער האט געזעהן – און זיין דמיון – זיין געלונגענע מיטינג, ווי ער האט זיך גוט אויסגגעבעטן, און... ביידען האט אים עס נאכגעגעבן.

---

יעצט שטייט ער דא נאכן דאווענעון, יו''כ, ער לויפט אהיים, יעדע צוויי מינוט ווען ער וויל שרייען אויף זיין יונגעלע, ער זאלך צוריק קימען אויפן סיידוואק, ווייל א קאר קימט, גליטשט זיך אבער ארויס פון זיין מויל אן אנדערע געשריי...

"שכוח מיסיס פאר אים כאפן באצייטנס... איר האט געראטעוועט זיין לעבן..."

אזוי גייט אריבער יעדע פאר מינוט ווי אנדערע פרויען קענען נישט אויסהאלטן צו זעהן דער ש'מעכיל זיך פארקלאצן און זיין יונגעלע לויפט און די קאר קימט...

עס איז נישט נערמאל, די יונגאטשעס פליען מיט זייער קאר לייק נא טעמאראו, איז וואס? גייען זיי אויספאסטן צוויי מינוט שפעטער? איז וואס? יוש!!! ער האט כמעט אראפ געהאקט די יונגעלע... ווער איז זיין טאטע, כ'מיין... אביסעלע אחריות מעג מען האבן...

---

משה מעכיל טראכט זיך ווייטער ווי ער האט געזעהן און זיין דמיון וי מ'ווארפט אים ארויס פונעם ווייט האוז... מיט בישות וחרפות, אן די פרעזידענט מאכט אן צרות פאר גאנץ כלל ישראל וועגן דיע שלמזל וואס זיי האבן אים געשיקט...

פון די אנדערע זייט זעהט ער ווי מ'באגלייט אים ארויס מיט גרויס כבוד, אלע יודן ווארטן אים אפ... זייט דעמאלס איז ער געווארן ראש הקהל... דער עולם האט אנגעפאנגען צו קימען צו אים זיך דוירך שמיעסן זייערע פראבלעמען... ער זיצט אויף מזרח... דער בעל תפלה ווארט אז ער זאל ענדיגן שמו''ע, און הערשט דאן הייבט ער אן הויעך שמו''ע... בקיצור ער זעהט פאר זיינע אויגן דיע אלע פיינע זאכן...

ער טראכט צו זיך, וואס זאל מען טון... איך בין ש'מעכל'ין, קיין מזרח יוד בין איך נישט, און סתם א עמך יוד בין איך אויך נישט... נאא... איך בין ש'מעכל'ין... אבער פאר די טראכטן, פאר מיין דמיון איז עס פונקט גוט...

ער דערמאנט זיך וייטער, זיינע וועידשעס זענען געווארן בעסער...

ווער שרייט דא?

אה, שכוח מיסיס... יא יא, איך וועל אים בעסער וואטשן, ער זאל מער נישט אריין לויפן...

---

דרייט איבער דעם טעיפ צו הערן דעם אויספיר...

---

"וואטשט אינקער קינדער ווען אינק קימען אהיים פון שיל מוצאי יום הקדוש, ווייל איר ווילט נישט דארפן יעדע צוויי מינוט זיך באדאנקן פאר נאך א מיסיס..."

---

אבער, דאס איז נישט וואס איך וויל ארויס ברענגען, ווי אזוי פילט איר יעצט?

ווי משה מעכיל האט געפילט נאך זיין מיטינג?

אדער ווען משה מעכיל איז ארויס פונעם ווייסן הויז מיט גרויס כבוד און פאראדע?

---

קאמענטארן אר וועלקאמד.
זייטיגע נאטיץ
איך האב שוין נישט קיין צייט צו זיין אזוי אפט אויף אייוועלט. אפשר וועל איך עס נאך אמאל באקומען.
אוועטאר
מאניש בנבנשתי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5382
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 01, 2015 12:26 pm
לאקאציע: אין מיין גוף

Re: משה מעכיל'ס מחשבות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאניש בנבנשתי »

זייער שיין משה מעכיל, האסט נאך מחשבות???
אב''ד ור''מ קרעפלעך והגלילות יצ''ו

געב צוריק דאס געלט פאר'ן רבי'ן, די רבי ער זאגט נישט קיין ליגענט..(קרעדיט: מיכאל ע''ה.)

מיינע באקן זענען נישט פארגליווערט, ווייל איך מאך דערמיט איבונגען כסדר..

קרעפלאך והגלילות

דער שיעור שטיבל
אוועטאר
אלטע קוגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4843
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 03, 2021 11:34 pm
לאקאציע: דארטן

Re: משה מעכיל'ס מחשבות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטע קוגל »

מאניש בנבנשתי האט געשריבן:זייער שיין משה מעכיל, האסט נאך מחשבות???

:roll: :roll: :roll: ;l;p- ;l;p- ;l;p-
יומא דהילולא כ״א אדר ב' לחזק ידידינו נכד מרבי רבי אלימלך זצוק”ל לצרכי רפואה
צו געבן
https://go.thechesedfund.com/babyex7777gmailcom/grand
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: משה מעכיל'ס מחשבות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

מאניש בנבנשתי האט געשריבן:זייער שיין משה מעכיל, האסט נאך מחשבות???

הער אויף!!

זיינע מחשבות זענען סכנות נפשות..

האסט פארגעסן אז נשים זענען נישט ערלויבט דא?!

טא? ווער ועט ראטעווען ס'יונגעלע?
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
מאניש בנבנשתי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5382
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 01, 2015 12:26 pm
לאקאציע: אין מיין גוף

Re: משה מעכיל'ס מחשבות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאניש בנבנשתי »

אוראייניקל האט געשריבן:
מאניש בנבנשתי האט געשריבן:זייער שיין משה מעכיל, האסט נאך מחשבות???

הער אויף!!

זיינע מחשבות זענען סכנות נפשות..

האסט פארגעסן אז נשים זענען נישט ערלויבט דא?!

טא? ווער ועט ראטעווען ס'יונגעלע?



און פלוצלינג..............מיטאמאל................טראאאאאאאאאך....................דער האט געכאפט אזא זעץ, פון די גרודער און רעש האט ער האט זיך גלייך אויפגעוועקט!!!!!! ש'טא קיין נשים, קיין יונגעלע וועם צו ראטעווען, אלעס געווען פיינע מחשבות......... ביי אונז אין כיתה ווער פלעגט מען זאגן אזא צייט, איצטערט דרייט מען זיך די אנדערע זייט!
אב''ד ור''מ קרעפלעך והגלילות יצ''ו

געב צוריק דאס געלט פאר'ן רבי'ן, די רבי ער זאגט נישט קיין ליגענט..(קרעדיט: מיכאל ע''ה.)

מיינע באקן זענען נישט פארגליווערט, ווייל איך מאך דערמיט איבונגען כסדר..

קרעפלאך והגלילות

דער שיעור שטיבל
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: משה מעכיל'ס מחשבות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

אסאך יודיש געלט האט געשריבן:---

דרייט איבער דעם טעיפ צו הערן דעם אויספיר...

---

מאניש בנבנשתי האט געשריבן: ביי אונז אין כיתה ווער פלעגט מען זאגן אזא צייט, איצטערט דרייט מען זיך די אנדערע זייט!

כ'בין שוין אינגאנצן פארדרייט..

מ'דרייט זיך אדער דער טעיפ?
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
מאניש בנבנשתי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5382
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 01, 2015 12:26 pm
לאקאציע: אין מיין גוף

Re: משה מעכיל'ס מחשבות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאניש בנבנשתי »

אוראייניקל האט געשריבן:
אסאך יודיש געלט האט געשריבן:---

דרייט איבער דעם טעיפ צו הערן דעם אויספיר...

---

מאניש בנבנשתי האט געשריבן: ביי אונז אין כיתה ווער פלעגט מען זאגן אזא צייט, איצטערט דרייט מען זיך די אנדערע זייט!

כ'בין שוין אינגאנצן פארדרייט..

מ'דרייט זיך אדער דער טעיפ?


דו פאהרסט גוט, דריי דיך, מען דרייט כסדר, מען דרייט זיך אין בעט, און גאס, און שול, אין מקוה, אויפן וועלטל, מען דרייט איבער די טעיפ, מען דרייט איבער די עסן אין טאפ, און טייל מענטשן ווערן פארדרייט, אנדערע זענען צודרייט, געוויסע מענטשן דרייען נישט נאר מיט זיך, מען דרייט מיט די געלט אויך, אנדערע דרייען מיט יענעם'ס געלט, אדער האבן זיי ליעב צו דרייען יענעם'ס קאפ ווייל די אייגענע איז שוין אינגאנצן פארדרייט.

העיקר, די דריי און דריי ווייל די טאטע הערטיך אויף........
א וועלט עס דרייט זיך, יעדער פריידט זיך.........
א איד צו זיין איז דריי דיך, איד צו זיין איז גוט, איז לאמיר דרייען יעדע מינוט...........
אוי דריידל דריידל דריידל, נו דריי דיך שנעל ארום........
אב''ד ור''מ קרעפלעך והגלילות יצ''ו

געב צוריק דאס געלט פאר'ן רבי'ן, די רבי ער זאגט נישט קיין ליגענט..(קרעדיט: מיכאל ע''ה.)

מיינע באקן זענען נישט פארגליווערט, ווייל איך מאך דערמיט איבונגען כסדר..

קרעפלאך והגלילות

דער שיעור שטיבל
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: משה מעכיל'ס מחשבות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

@אסאך, דו האסט א זאפטיגע פעדער מיט טיפע, הומאריסטישע מחשבות. איך שטארק הנאה.

לגבי די 'דרייען' סומאטוכע דא, וועל איך ציטירן א פאר שורות פון הרב דורך געטראכטער:
דורך געטראכטער האט געשריבן:וואס מיט יעדעם דרייט זיך
און צוזאמען פריידט זיך
דרייט זיך ווי אין א דרייער
און ווערט אויס געטריקענט
פארדייט און פארדרייט

גענומען פון דא
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”