דער באשעפער ליינט אייוועלט?
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 305
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 24, 2020 2:28 am
- לאקאציע: אין מירון והגלילות
דער באשעפער ליינט אייוועלט?
צ"ק ['צום קעפל' פאר מתחילים, בבחינת 'שנהיה לראש'], די ענטפער איז: יא.
איר האט אלע גוט צוגעטראפן. ער ליינט אייוועלט, ער ליינט אונזערע ליפן, אונזערע געפיהלן און אונזערע מחשבות. גארנישט איז פון איהם פארהוילן.
נו, אויב ליינט ער אייוועלט, וועל איך אויסנוצן דעם פלאטפארמע איהם צו איבערגעבן א מעסעדזש אין באפארברייטונג צום פארכטיגן יום הדין אין וועלכע ער זעלבסט דינט אלס זעלבסטשטענדיגע ריכטער צו פאר'משפט'ן יעדן איינעם פון אונז.
כאטש וואס ווי ערווענט, וואלט מען עס געקענט זאגן צו איהם פריוואט אדער עס אפילו טראכטן, דאך איז כדאי אז נאך אידן דא זאלן מיטהאלטן און מיטשטימען דערמיט.
באשעפער זיסע,
דו גייסט אונז אלע שטעלן צום משפט דעם יום כיפור און דורכקוקן אונזערע טעג און מעשים פון תשפ"א, צו זעהן אויב האבן מיר דיר אלס געפאלגט אדער נישט. איך גיב דיר א שטיקל העדס-אפ רבונו של עולם. די רעזולטאטן גייען זיין אז כי אדם אין צדיק בארץ.
מיר האבן גענומען די הענט און פוס וואס דו האסט אונז געגעבן איידערן געבורט, און וואס דו שטייסט דערויף שטענדיג אז זיי זאלן ארבעטן ווי געהעריג, די בלוט זאל צירקולירן, די מוסקלען זאלן פונקציענירן, און אפילו אז די נעגל זאלן וואקסן. און וואס האבן מיר געטוהן מיט זיי? איך שעהם זיך צו זאגן. אבער דו גייסט שוין זעהן דעמאלסט [וואס דו ווייסט יעצט אויך, אבער דאן איז די זמן משפט].
די וואונדערליכע מח און די שטוינענדע הארץ וועלכע דו טוסט כסדר אקטיוויזירן אין אונז מיט א חכמה וואס די גאנצע וועלט אינאיינעם האט ניטאמאל די צושטיקלסטע פראצענט פון א פראקציע דערפון, האבן מיר גענוצט צו דאונלאודן און סעיוון דערויף זאכן וואס אונזערע אויגן און אויערן האבן גרויזאמערהייט געזעהן און געהערט און קעגנזאץ צו דיין קלארע פארבאט אויף אלע פון די סארט.
פון די ערגערע מיסברויכן וועלכע די צוויי אויבנדערמאנטע האבן געקלערט, ציילט זיך א שעדליכע איינרעדעניש אז דאס ביסל לערנען און דאווענען איז גענוג און נאך אונז צו ווערדיג מאכן פאר א גוטן אויסקום אינעם משפט. ווארום דאס ביסל רוחניות פאר זיך, וואלטן מיר אויך נישט געטוהן ווען נישט דו קומסט אין אונז און דו מאכסט אונז לערנען, דאווענען און טוהן מצוות.
דאס ביסעלע צדקה וואס מיר טיילן, איז דיין אייגן געלט וואס דו לאזט אונז טיילן, גענוי ווי דער פעני די מאמע לייגט אריין אין קינד'ס בריעף-קעיס. אפילו אויב געט מען שוין אהנע געפילן פון כבוד אדער סיי וועלכע אינטערעסן, האבן מיר דאך אינזין דעם 'בשביל שתתעשר', און מיט רעכט טאקע, אבער וואספארא גרויסע גליקן זענען שוין זיי ארויפצוברענגן ביים משפט.
אין איין ווארט, אויב קומסטו צו אונז מיט א געהעריגע משפט, זענען מיר... שוין זאל נישט אויסגערעדט זיין. אויב רבי יוחנן בן זכאי האט געוויינט "ויש בפני שני דרכים ואיני יודע באיזו דרך מוליכין אותי", אנן בהאי פחדא קא יתבינן, דאיכא למיחש טובא דשמא ליכא תרי דרכי... [געשריבן אויף אראמיש, אז די וואס פארשטייען נישט לשון ארמי (ווי חז"ל זאגן אונז) זאלן טאקע נישט פארשטיין...]
נאר וואס'זשע דען, רבונו של עולם. דו קוקסט דיר דאך אום און דו זעסט ווי מיר עסן און טרונקן לכבודו של יום התשיעי, און אונזערע פנים'ער צייגן נישט קיין פחד מוות. דו זעהסט ביי אונז אין הארצן אז כאטש מיר ווייסן אז פאר דעם דארפן מיר זיך גרייטן און בשעת מעשה דארפן מיר וויינען דאך נאכדעם וועלן מיר זיך פרייען און אינ'אמת'ן גלייבן אז מיר זענען ארויס זכאי בדין.
ווייל נאך אלעמען, מיר זענען דיינע קינדער.
א טאטע בלייבט א טאטע, קיין חילוק וויאזוי די קינד קוקט אויס. זאל ער האבן רינגלעך אויפן נאז און טעטאאס אויפן גאנצע קערפער בשעת'ן סמאוקן דראגס בפרהסיא ביום כיפור שחל להיות בשבת. זאל ער האבן האר מיט לייז און זיין קרעציג פון אויבן אראפ בשעת די שפייעכטס פליסט און די ריח איז זעלטן שלעכט. אפילו אויב די קינד פארגעסט אז די טאטע האט איהם געבוירן, בבחינת "צור ילדך תשי", קען דער טאטע עס נישט פארגעסן קיינמאל. א טאטע איז א טאטע, אפילו אויב ער שפירט שוין אפילו נישט קיין ליבשאפט. דאס פינטעלע 'טאטע' פארבלייבט אלעמאל, און קען אויפפלאקערן יעדן ליאדע סעקונדע.
אויב זאל דאס קינד פון די מאראסט ארויס שרייען: 'טאטע, כ'וויל דיר פאלגן. כ'גיי פראבירן צו ווערן בעסער', מיט אן אמת'ע קרעכץ [וואס איז נאטורליך צו האבן], דאן ווערט דעם טאטן'ס טאטע-שאפט אויפגעפלאקערט ווי א טאנק בענזין פון א קליין שוועבעלע. איי, דער טאטע קען דאך זיין צדיק'ל און ווייסט אז עס קען זיין דאס וועט נישט צו לאנג אנהאלטן. איי, ער ער האט נאך די דראגס אין טאש. אבער יעצט וויל ער זיין גוט. יעצט האט ער געשריגן 'טאטי'.
ווען מיר זאגן "אם כבנים אם כעבדים", מיינען מיר נישט דערמיט אז אויב נישט ווי קינדער זענען מיר כאטש ווי קנעכט, אונזער איינציגסטע האפענונג ביים געריכט איז דאך דאס איז מיר זענען דעם שופט'ס קינדער. א ווידערשפעניגער קנעכט קען געשטראפט ווערן פונקט אדער מער ווי א פשוט'ע פערזאן. מיר מיינען צו זאגן, אז אויב איז אונזער קינדער-שאפט נישט גענוג אטראקטיוו, דאן לייגן מיר צו דערצו, אז אונז שווערן דיר אצינד געטריישאפט ווי קנעכט צום גרויסן קעניג. רצונינו לעשות רצונך. יעצט שרייען מיר 'המלך' און מיר ווילן אויספאלגן די געזעצן. זיין נישט בלויז קינדער נאר פרינצן, קינדער פון א קעניג וועמען'ס געזעצן מען פאלגט אויס. ווען 'כבנים' איז נישט גענוג, דאן זענען מיר איצטערט אויך 'כעבדים', און כאטש וואס אפשר וועט מען נאך צוריקפאלן חלילה, כאטש וואס געוויסע פלעקן און פראמבלעמאטישע התנהגות'ער איז נאך אונזער טבע שני, דאך דאך דאך, ווען דער טאטע הערט אז מיר ווילן איהם יעצט פאלגן, ער איז 'אבינו מלכנו', ווערט מען נאטורליך פארזיגלט צו חן וחסד ורחמים.
ווען דו גייסט מטייל זיין מיט בן ישי אין גן עדן, טאטע זיסע, גיי ביטע שפאצירן אויף דרייצנטע עוועניו [אדער סיי ווי] אין די נעכט פון פאר סוכות. זעה נאר די ערנסטע מינע פון טויזענטע אידן ווען זיי באקוקן דעם שוין-אזוי-אויך הדר'דיגן אתרוג פאר סיי וואספארא פינטעלע זאל זיך נישט מאכן, און באטראכט די אומשאצבארע שמחה אויף זייערע פנים'ער ווען זיי גייען ארויס מיטן קעסטעלע אין האנט. די דקדוקי מצוות מיטן הידור וחביבות ווייזן אויף פאלגזאמע קנעכט און ליבליכע קינדער ביינעזאם.
אונזערע לולבים זענען א סימן אויף 'דידן נצח', וויאזוי זעהט זיך עס אהן? גאנץ פשוט. ווייל מאטעמאטיש גערעדט, קינדער וואס אצינד ווילן זיי דינען געטריי ווי קנעכט, און לייגן אריין כוחות צו טוהן דעם טאטע-קעניג'ס ווילן מיט אלע הידורים על כל פנים אין די טעג, גייט דער טאטע זיי באגליקן, עס איז איינס מיט איינס אז זיי זענען ארויס זכאי בדין. און דערפאר הייבט מען אהן תיכף מוצאי יום כיפור זיך צו מתעסק זיין אין די סוכה, צו צייגן אויפן עבדות מתוך אהבת בנים מיט וועלכע מיר פירן זיך.
ותיטיב לנו החתימה.

לעצט פארראכטן דורך אור מופלא אום מיטוואך סעפטעמבער 15, 2021 2:02 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
Re: די באשעפער ליינט אייוועלט?
תוכנ'דיג.
לעצט פארראכטן דורך Mezofzef אום מיטוואך סעפטעמבער 15, 2021 3:26 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
פוצה פה ומצפצף
- מאניש בנבנשתי
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5382
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 01, 2015 12:26 pm
- לאקאציע: אין מיין גוף
Re: די באשעפער ליינט אייוועלט?
זייער שיין, ישר כח.
דידן נצח!
דידן נצח!
אב''ד ור''מ קרעפלעך והגלילות יצ''ו
געב צוריק דאס געלט פאר'ן רבי'ן, די רבי ער זאגט נישט קיין ליגענט..(קרעדיט: מיכאל ע''ה.)
מיינע באקן זענען נישט פארגליווערט, ווייל איך מאך דערמיט איבונגען כסדר..
קרעפלאך והגלילות
דער שיעור שטיבל

- אלטער
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9971
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
- לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל
Re: די באשעפער ליינט אייוועלט?
זייער שיין און קלאר ארויס געברענגט.
זאלן אלע אידן טאקע ארויס גיין זכאי בדין און האבן א זיס לעכטיג יאר

ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
- יקוש פייוויש
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6651
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 16, 2021 12:34 pm
Re: די באשעפער ליינט אייוועלט?
@אור מופלא, רום מעלה! יראתי מלהביט בה…
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 366
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מאי 31, 2014 10:45 pm
Re: די באשעפער ליינט אייוועלט?
רירענד.
יישר כח!
יישר כח!
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 305
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 24, 2020 2:28 am
- לאקאציע: אין מירון והגלילות
Re: די באשעפער ליינט אייוועלט?
Mezofzef האט געשריבן:דער באשעפער, נישט די באשעפער.
פארראכטן.
קוקט אויס ווי דו ביסט אריין אין אשכול נאר צוליב די הערה, און תיכף ארויס געיאפעצט...
אבער דאך עפרישיעיטעד...
- שלמה מולכו
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4181
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
- לאקאציע: אין פעלד
Re: דער באשעפער ליינט אייוועלט?
הערליך און הארציג.
געוואלדיגע ארטיקל
געוואלדיגע ארטיקל
פון רעמסס קיין ניו יארק
פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.
מיין וואקאציע - קאליפארניע
ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.

- היסטאריש
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3985
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
- פארבינד זיך:
Re: דער באשעפער ליינט אייוועלט?
שלמה מולכו האט געשריבן:הערליך און הארציג.
געוואלדיגע ארטיקל
גא"מ
צ"ח
גאר שטארק..
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
- האסט געמאכט מיין טאג
- שר חמישים
- תגובות: 86
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2020 9:03 pm
Re: דער באשעפער ליינט אייוועלט?
הערליך ארטיקל. געקומען טרערן בשעתן ליינען
- אלטע קוגל
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4845
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 03, 2021 11:34 pm
- לאקאציע: דארטן
Re: דער באשעפער ליינט אייוועלט?
הערליכע ארבעט!!!
יומא דהילולא כ״א אדר ב' לחזק ידידינו נכד מרבי רבי אלימלך זצוק”ל לצרכי רפואה
צו געבן
https://go.thechesedfund.com/babyex7777gmailcom/grand
צו געבן
https://go.thechesedfund.com/babyex7777gmailcom/grand
Re: דער באשעפער ליינט אייוועלט?
ש'כח פאר'ן זיך צופלאקערן דא אויף אייוועלט (וואו דער באשעפער ליינט יעדע תגובה) די סארט חיזוק, די סארט דן זיין יעדעס איד לכף זכות, איז זעלטן.
דיין רייכע שפראך און דיין גלאטע שריפט האט עס אזוי גוט ארויסגעברענגט. דו האסט מיין זעהל דערווארעמט און מעורר געווען.
א גמר חתימה טובה. זאל דיר די ארטיקל ביישטיין צוזאמען מיט אלע דיינע מצוות ביים משפט דרחמנא.
דיין רייכע שפראך און דיין גלאטע שריפט האט עס אזוי גוט ארויסגעברענגט. דו האסט מיין זעהל דערווארעמט און מעורר געווען.
א גמר חתימה טובה. זאל דיר די ארטיקל ביישטיין צוזאמען מיט אלע דיינע מצוות ביים משפט דרחמנא.
Re: דער באשעפער ליינט אייוועלט?
..........................................................................................................................................................................אין מילם..................................................
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.
אויב מעקט מען דיינע תגובות, איז א סימן אז די שרייבסט.
אויב מעקט מען דיר אסאך, איז א סימן אז דו ביסט א גרויסע שרייבער.
דוק ותשכח

- סחורה
- שר העשר
- תגובות: 32
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 24, 2020 2:28 am
- לאקאציע: די לעגאלע: אויפן טיש.
Re: דער באשעפער ליינט אייוועלט?
יעצט אנגעקומען... גיי מיר בויען די סוכה מיט אן אנדערע געפיהל טאקע
שכויעח
שכויעח
Re: דער באשעפער ליינט אייוועלט?
יעצט הערשט געזעהן
א פיינער שפראך!
א פיינער שפראך!
Re: דער באשעפער ליינט אייוועלט?
פיינע קעפל, נאך פיינערע ארטיקל. יישר כח!
- אוראייניקל
- רב הצעיר תשפ"ד
- תגובות: 17018
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am