קאנפידענשאל.

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

Re: קאנפידענשאל.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

אומר אני האט געשריבן:
אייגנארטיג האט געשריבן:וואס מיינט דער זאגן נומערן אין בעט 1 1 2 6 6 6

?

זעהט אויס א וועג אנציקומען צי א עפפ אדער ניצען א פונקציע פון איינער פון די עפפס
אוועטאר
סיז מסודר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4767
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 4:01 pm
לאקאציע: מזרח וואנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיז מסודר »

shimon7323 האט געשריבן:
אומר אני האט געשריבן:
אייגנארטיג האט געשריבן:וואס מיינט דער זאגן נומערן אין בעט 1 1 2 6 6 6

?

זעהט אויס א וועג אנציקומען צי א עפפ אדער ניצען א פונקציע פון איינער פון די עפפס

לכאורה א וועריפיקעישן קאוד אריינצוסיינען אין וואטסעפפ
רב ואב"ד דק"ק סיזמע והגלילות
פה סיזמע, טערקיי
אוועטאר
שם בן נח
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 23, 2021 5:56 pm
לאקאציע: אויף די הרי אררט

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שם בן נח »

סיז מסודר האט געשריבן:
shimon7323 האט געשריבן:
אומר אני האט געשריבן:
אייגנארטיג האט געשריבן:וואס מיינט דער זאגן נומערן אין בעט 1 1 2 6 6 6

?

זעהט אויס א וועג אנציקומען צי א עפפ אדער ניצען א פונקציע פון איינער פון די עפפס

לכאורה א וועריפיקעישן קאוד אריינצוסיינען אין וואטסעפפ

דאס איז וואוס עקסעס ס'ארבעט דורכן זאגן די נומער וואס קומט ארויף העכער די אפשונס ביי ספיציפישע עפפס (פאור פליפס) וואס סקרולינג ארבעט נישט
ה' יראה. אברהם קרא אותו יראה. שם קרא לו שלם. ומלכי צדק מלך שלם (בראשית יד יח). לפיכך נקראת ירושלים על שם שני הצדיקים האלה. (מדרש לקח טוב)

ווילסט מיר מענשענען? לייג אן אנדערע נאמאן און טויש זיין ID צו 19796. און טויש די נאמען צו מיין'ס.
אוועטאר
שם בן נח
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 23, 2021 5:56 pm
לאקאציע: אויף די הרי אררט

Re: קאנפידענשאל.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שם בן נח »

אמת ויצב וואס דא שטייט!!! די הארץ ווייטאגט און בליטיגט ווען מען ליינט דאס! זיצנדיג אסאך מיט בחורים ווייס איך אז יעדע פאקט איז 101% אמת!! אשריך דער גיבור וואס האט גענומען די מיה דאס אפצושרייבן!!!!! וואויל איז דיין חלק!
ה' יראה. אברהם קרא אותו יראה. שם קרא לו שלם. ומלכי צדק מלך שלם (בראשית יד יח). לפיכך נקראת ירושלים על שם שני הצדיקים האלה. (מדרש לקח טוב)

ווילסט מיר מענשענען? לייג אן אנדערע נאמאן און טויש זיין ID צו 19796. און טויש די נאמען צו מיין'ס.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: קאנפידענשאל.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

ירקרקות האט געשריבן:מען ברויך טוישן צוגאנג. אנשטאט אוועקצושטעלן דעם גאנצן חינוך אויף 'דעפענסיוו גיער', כלומר, וויאזוי באשיצט מען דעם בחור ער זאל נישט אנקומען צו קיין סמארט-פאון, ברויך מען עס אנשטעלן 'אפענסיוו', אוועקשטעלן דעם בחור אז אפילו ער זעט א סמארט-פאון זאל ער עס נישט וועלן, און אפילו אויב ער האלט שוין א סמארט פאון אין די הענט זאל ער נאך אלץ בלייבן א איד.

בס"ד

מיין עקספיריענס האט מיך געלערנט אז אזעלכע דיבורים זענען נישט עכט פאקטישע דיבורים. עס רעדט נישט פון אזאך וואס קען געשעהן.

די פאלגענדע דיבורים: ס'איז נישטא אזא זאך צו אויסלערנען א בחור אז אפילו ער האלט א סמארטפאון אין די הענט זאל ער עס נישט וועלן. טעכנאלאגיע רעדט זייער שטארק צו א בחור. ער האט עס זייער ליב און ער ווערט זייער אנטציקט דערפון. עס איז נישט אז ער וויל זעהן וואס מ'טאר נישט זעהן, ער האט ליב די איידיע דערפון, און זיך שפילן דערמיט. אפילו א פשוט'ע פליפפאון רעדט זייער שטארק צו א בחור.

די איינציגע זאך וואס דו קענסט טון צו ראטעווען א בחור איז נאר דורך דעם וואס דו אליין ביסט אפגעשיידט פון די אלע זאכן. און דו אליין ברענגסט אריין אין דיין שטוב אז מ'קוקט נישט קיין ווידעאו, און מ'זוכט נישט צו קוקען ווידעאו, מ'זוכט נישט צו טעקסטן, און מ'שטייט ווייט פון די אלע זאכן.

קענסט עס טון? אויב נישט איז ניש. ווייל דאס איז למעשה די איינציגסטע וועג. לאמיר זיין אויפריכטיג. לאמיר כאטש נישט לייקענען דעם פאקט אז ווען מיר ענדשויען קליפס, און ווידעאוס, און טעקסט, וועט דאס דער בחור'ל נאכאמאכן.

דאס איז דער אמת. לאמיר קוקען דעם אמת אין פנים.

איז עס ?DOABLE אבסעלוטלי! און קיינער קען מיר נישט פארלייקענען, ווייל קיינער האט עס נאכנישט פרובירט.

מ'האט יא פרובירט, און ס'ארבעט נישט. טעכנאלאגיע איז שטערקער ווי דעם טעאריע אז "זיי א יוד, השי"ת לאזט נישט".

די איינציגע זאך וואס ארבעט איז די כאניאקישע וועג פון פארעקלן יעדע זאך וואס האט מיט טעכנאלאגיע. לאמיר נישט זיין קיין בת היענה.

מען ברויך פארשטערקערן דעם חינוך, איינבאקן די יסודות פון אידישקייט קלאר און גרונטליך, און האבן אין די עולם הישיבות מענטשן בעלי השפעה וועלכע קענען איבערגעבן און איינעמען די הערצער פון די בחורים. דער מציאות איז ליידער אז עס איז דא ווייניג ישיבות ווי עס איז בכלל דא א כח השפעה אויף די בחורים, וממילא יעדע רוח שאינו מצויה פארשלעפט זיי אינגאנצן.

אזעלכע דיבורים מיין טייערער פריינד איז נישט אמת. א סמארטפאון האט גארנישט מיט איינבאקן יסודות פון יודישקייט קלאר און גרונטליך. א סמארטפאון האט מיט די פלענע זאך פון 'משוך ידך הימנו', טאטש עס נישט און פארטיג. דאס אלעס.

וויפיל קען א בחור'ל ווערן איינגעזאפט מיט יסודות פון יודישקייט?

לכה"פ העלפט בחורים זענען בעצם נישט קיין חלק פון די ישיבה און פון גארנישט וואס די ישיבה שטעלט מיט זיך פאר. זיי קומען צופרי און גייען ביינאכט אבער זענען בעצם דארט ווי א פרעמד געוואוקס.
עס איז פשוט מה יעשה הבן שלא יחטא, און דאן קומט מען און מען בויט אויף א שפיטאל נעבן דעם בריק.
מיר זענען נישט אין א מצב פון קענען ריכטיג אפשאצן די סכנה פון סמארטפאונס בעפאר אונזער חינוך איז אוועקגעשטעלט ווי עס דארף צו זיין.

לויט וויאזוי איך האלט מיט איז חינוך מיט סמארטפאונס צוויי באזונדערע זאכן. מ'קען נישט מיט חינוך פייטן א סמארטפאון, מ'קען נישט מיט חינוך לערנען אפענסיוו צו א סמארטפאון. דו קענסט אים סתם אויסלערנען "לאז עס אפ און טאטש עס נישט"

די נפש וואס ווערט אנטציקט פון א סמארטפאון קען נישט ווערן מחונך. ס'איז אזא סארט פרימיטיווע נפש. דו קענסט נישט רעדן צו עס. דו קענסט נאר זאגן "שעפעלע, מיר שטייען ווייט פון אזעלכע זאכן"

דאס איז דער אמת. צו מ'קען עס דערגרייכן אין אזא מצב, ווייסעך נישט. אבער דאס איז די פאקט. עפעס אנדערש ארבעט נישט.

לאמיר אלע אויסשרייען זייער קלאר: אונז גיימיר באגראבן אונזערע דורות (ח"ו) און זיי מקריב זיין אויפן קרבן פון טעכנאלאגיע ווייל מיר האבן נישט קיין ברירה, מיר מוזן עס האבן. לאמיר זיין אמתדיג, פיריעד.

וואס קאנען מיר טון?

והשם הטוב יעזור
ירקרקות
שר חמש מאות
תגובות: 549
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 11:40 am

Re: קאנפידענשאל.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירקרקות »

נשמה האט געשריבן:

1. מען קען ממשיך זיין טון אלעס קעגן סמארט פאונס ווייטער געזונטערהייט. כ'האב נישט געזאגט מען זאל נאכלאזן פון עפעס. (אגב: וואס עפעס דוקא סמארטפאונס? אינטערנעט קומט אין אלע פארמען, אבער דאס איז א שמועס פאר זיך)

2. די וועג וואס איר זאגט האט מען שוין אויך פרובירט, און מען האלט ווי מען האלט.

3. ס'איז נישט ממש 1+1 אז ווער עס האט א סמארט פאון "מוז" יעצט ווערן א גוי. אויב איז יא אזוי ברויך מען עפעס מתקן זיין. (אודאי טאר מען עס נישט האבן, אבער נישט דאס איז די נושא)
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: קאנפידענשאל.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

ירקרקות האט געשריבן:1. מען קען ממשיך זיין טון אלעס קעגן סמארט פאונס ווייטער געזונטערהייט. כ'האב נישט געזאגט מען זאל נאכלאזן פון עפעס. (אגב: וואס עפעס דוקא סמארטפאונס? אינטערנעט קומט אין אלע פארמען, אבער דאס איז א שמועס פאר זיך)

2. די וועג וואס איר זאגט האט מען שוין אויך פרובירט, און מען האלט ווי מען האלט.

בס"ד

איך בין נייגעריג וואס א בחור וואלט געזאגט ווען מ'זאל אים פרעגן: וואס וואלט דיך יא געטריבן צו כשר'ן דעם פליפפאון די ערשטע רגע, וואס וואלט דיך געמאכט אז דו זאלסט נישט וועלן קוקען אויף א SD מאוויס און ווידעאוס?

עניוועי, יעדע זאך וואס מ'טוט מיט א כוונה זיך צו דערווייטערן דערפון טוט אויף. און דער עיקר איז אויסצוגיסן אונזערע הערצער צו אונזער טאטע אין הימעל זאל רחמנות האבן.

איך האב לעצטענס געזעהן א זיסע בחור'ל מיט א סמארטפאון, איך האב נאך א חלום אז ס'איז נישט געווען א סמארטפאון, און ס'האט מיך אזוי וויי געטון.

איך געדענק דיך נאך אלץ יונגעל, איך געדענק ווי איך האב אלץ ארויסגעקוקט אז דו גייסט אויסוואקסן און שטייגן, און יעצט האסטו אזאנס? וואס טוישטו איין אויף וואס?
3. ס'איז נישט ממש 1+1 אז ווער עס האט א סמארט פאון "מוז" יעצט ווערן א גוי. אויב איז יא אזוי ברויך מען עפעס מתקן זיין. (אודאי טאר מען עס נישט האבן, אבער נישט דאס איז די נושא)

לאמיר אויפהערן רעדן אז מ'קען זיין א יוד אפילו מיט א סמארטפאון. לאז אפ. וואס א נפקא מינה צו מ'קען זיין א יוד אפילו מיט א סמארטפאון? און אויב מ'קען זיין מיינט עס אז מיר וואלט נישט געמאכט א בעסערע בחירה אויב וואלטן מיר געוואוסט פון פארדעם וואס פונקטליך דאס איז און וואס פונקטליך דאס ברענגט און ווי ווייט מיר דארפן דאס טאקע האבן? מ'קען וואוינען אין א לעכל אויך, אז מ'קען מיינט נישט אז מ'וואלט אזוי אויסגעקליבן ווען מ'ווייסט אין וואס מ'גייט אריין.

דו מוזט פארשטיין אז אויב מיר זענען אריינגעפאלן אינעם סמארטפאון, איז דער בחור נאך ריין פון די אלע זאכן. ער קען נאך מאכן א בחירה פון דאס ניי. ער קען נאך רואיג דורכטראכטן זיינע אפציעס. ער קען נאך רואיג טראכטן אין וואס ער גייט אריין. זיי כאפן פשוט נישט וואס זיי טוען. זיי כאפן נישט אז זיי וואלטן עס קיינמאל נישט געטון, אויב וואלטן זיי נאר געטראכט וואס דאס גייט זיי ברענגען.

מיר קענען נישט אנקוקען זייער בחירה צו אפשטופן דאס לייגן א פילטער, מיט אונזערע גלעזער וואס איז פארהויכט פונעם טעם פונעם סמארטפאון. דאס איז צוויי אנדערע זאכן. וואלטן מיר נישט געזאגט פאר א בחור'ל זאל שטיין ווייט דערפון ווי ווייט ער קען נאר? וואלט א יונגערמאן וואס האט א סמארטפאון, וואלט ער נישט געזאגט פאר א בחור'ל "איך בעהט דיך קויף עס נישט?"

נו, וואו קומט אריין דא אז מ'קען זיין א יוד אפילו מיט א סמארטפאון? אז מ'דארף זיך היטן די אויגן און שוין.

אונזער גאנצע האפענונג איז נאר די נייע דור. מער פון דעם האמער נישט קיין האפענונג. אונז האמער סך ווייניגער האפענונג אויף אונז וואס מיר האבן שוין טעם געווען פונעם סמארטפאון. אונזער גאנצע האפענונג פון אייביג אן איז אז די נייע דור וועט מאכן א בעסערע בחירה. וועט מער טראכטן, וועט שוין מער וויסן. וועט נישט נאכאמאל מאכן דעם זעלבן מיסטעק.

די החלטה פון א בחור צו אפשטופן דאס לייגן א פילטער קומט נישט פון די זעלבע החלטה אונזערע צו האבן א סמארטפאון. מיר ווייסן שוין וואס דאס איז וואס דערפאר איז שוין סך שווערער, גיי געב עס אויף, אבער דער בחור ווייסט גארנישט. ער האט דאס נאך אפילו נישט טועם געווען, ער קען נאך רואיג מאכן א בחירה צו עס לוינט אים.

איך מיין אז א בחור האט נאר מער בחירה ווי אונז ווען ס'קומט צו דעם.

און דער גוטער באשעפער זאל שוין העלפן.
שכח ר' נח
שר מאה
תגובות: 102
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 1:09 pm

Re: קאנפידענשאל.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שכח ר' נח »

קוים געווען א בחור די מצב איז אסאך ארגער ...
איך קום יעצט פון חצר פון שוהל ס'איז א שרעק וואס גייט פאהר
פון פאריגע בין הזמנים ביז יעצט די קרבנות זענען מער ווי מירון סרפסייד אוקראינה צוזאמען ה"י
דאנק דעם אייבערשטן!
איבעצייגט אייך אליינס ס'גוט ס'זיס. ווען סאיז גוט און ווען סאיז נאך בעסער אייביג!!!
די הייליגע זיידע'ס
שר האלף
תגובות: 1164
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 15, 2021 4:58 am

Re: קאנפידענשאל.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די הייליגע זיידע'ס »

אוי האבן אונז די פריערדיגע צדיקים אנגעזאגט;
”פאר משיח וועט קומען וועט מען זיך דרייפען אויף גראדע ווענט זיך צו האלטן מיט’ן ריינע אמונה”
מסתמא מיינט עס אויך די דאזיגע שווערע נסיונות...
מיט יארן צוריק, זענען מיר געווען
’די הייליגע אייניקלעך’
היינט זענען מיר
די הייליגע זיידע’ס’
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: קאנפידענשאל.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

איך וויל נאכאמאל זאגן מיין ארעמע דעת, (נישט אז מ'זאל טון אזוי ווי איך שרייב, נאר מ'זאל דאס נעמען אין באטראכט ווען מ'פראסעסד דעם ענין) מיין דעת איז גארנישט מיט גארנישט, אקעגן די דעת פון אמת'ע ערליכע רבנים דיינים וואס אונזער דור האט אוודאי. יעדע דור איז דא צדיקים. ודעתי בטל להם.

די צוגאנג פון חינוך פון אויסלערנען קינדער "אפילו אויב דו ביסט דיך מחבר מיט אינטערנעט געדענק אז דו ביסט א יוד און היט דיך אפ די אויגן, ליין נישט זאכן וואס מ'טאר נישט, ביסט נאך אלץ א יוד" מ'האפט אז די קינד זאל זיך אויסלערנען אזא סארט אייגענע אינערליכע שמירה דורך די ווערטער, אזא דרך ארבעט נישט. ס'ארבעט נישט. (איך זאג נישט מיט א זיכערקייט, אבער איך זאג לויט וויאזוי עס ליגט מיר אין קאפ)

מ'דארף נישט אויסלערנען א קינד דעם מהלך דירעקט אויפן אינטערנעט, מ'דארף אבער יא אויסלערנען א קינד בדרך כלל "אלעמאל און איבעראל היט דיך אפ פון פרעמדע השפעות, היט דיך אפ פון גליטשן אין יודישקייט און אזוי ווייטער, ווייל דו ביסט א יוד"

פארוואס טאקע ארבעט עס נישט? לכאורה, וואלט עס יא געדארפט ארבעטן, ווייל פונקט אזוי ווי מיר זאגן פאר א קינד אדער בחור'ל "אפילו ווען דו גייסט אויפן גאס זאלסטו דיך היטן די אויגן, און געדענקען אז דו ביסט א יוד" און אויב אזוי קען עס ארבעטן אויך ווען מ'איז אין קאנטאקט מיט אינטערנעט. אים אויסלערנען דעם זעלבן חינוך.

מיין תירוץ דערויף איז אז אינטערנעט האט א נאטור צו ציען א מענטש טיפער און טיפער. די גדר וואס מ'מאכט זיך רוקט זיך אלץ מער און מער אראפ. די גדר ווערט מער און מער אפגעשוואכט. חלילה

אפילו מיט א פילטער, דארף מען אויך אסאך סיעתא דשמיא אז די גדר זאל זיך נישט ריקען, מ'וואלט געדארפט יעדן טאג זיך ליינען וואס מ'האט אנהייב באשלאסן, ווייל ס'רוקט זיך.

ווען א יוד איז בוחר זיך צו היטן די אויגן, איז א מענטש אין א מצב צו בוחר זיין נאר דעם טוב, די מערסטע טוב שייך, צו האבן די ווייניגסטע שייכות מיט'ן נסיון. דאס איז וואס ס'טוט זיך אינערליך. אבער בעת א מענטש איז אין קשר מיט אינטערנעט, קען ער זיין אין אזא מצב? ווייל ער גייט נישט צו דערצו אז דאס איז עפעס פון וואס מ'דארף זיך היטן. ער אינטעראקט דערמיט מער און מער מיט א היימישקייט.

די צוגאנג אז דאס איז די זעלבע ווי "האב יראת שמים, השי"ת זעהט אלעס, און זיי בוחר זיך צו היטן" איז נישט די זעלבע בחינה ווי 'גאס שמירת עיניים'.

איך רעד נישט צי מ'קען זיך היטן, איך ברענג נאר ארויס אז דאס איז נישט די זעלבע ווי אויסלערנען זיך צו היטן די אויגן גייענדיג אויפן גאס, אדער ווי מ'דארף.

קוק: ווען א מענטש זאל זיין געצווינגען צו אינטעראקטן מיט אינטערנעט און באמת וואלט ער נישט געוואלט, און אגאנצן צייט פיהלט ער אז עכט וויל ער נישט, נאר ער האט נישט קיין ברירה, און ער אינטעראקט די מינימום, קענסטו זאגן אז דער מהלך ארבעט. אבער צו זאגן אז די צוגאנג צו אינטערנעט פיהלט זיך "איך בין געצווינגען דערצו?"

אפילו אויב מ'קען אינטעראקטן מיט די אינטערנעט בדרך היתר, מיט דעם אלעם, קען די פיהלינג פון די אינערליכע גדר, ווערן שוואכער און שוואכער, חוץ אויב מ'האט א פילטער און מ'דערמאנט זיך יעדן טאג וואס מ'האט באשלאסן.

עכ"פ, צו אדאפטירן די מהלך פון חינוך וואס ווערט גענוצט פאר רעגולער "האב יראת שמים, זיי א יוד, היט דיך אפ, השי"ת זעהט אלעס" עס צו אדאפטירן צו "אפילו אויב דו אינטעראקטסט מיט אינטערנעט געדענק אז דו ביסט א יוד" איז א טעות אין פארשטיין וויאזוי די נפש ארבעט ביי אינטערנעט.

אויב מיר ווילן בוחר זיין צו ראטעווען דעם נייעם דור פון אינטערנעט, פון די מכשולות פון אינטערנעט, איז עס נאר דורכ'ן אריינברענגען אין אונז אליין די אינערליכע "איך בין געצווינגען דערצו" "און איך היט מיך אפ דערפון" "איך וויל עס נישט" "איך האב עס נישט ליב"

פונקט אזוי ווען מיר גייען אריין אין א גאז סטעשן און דאס קינד זעהט ווי די טאטע איז אומבאקוועם צו רעדן מיט'ן גוי, ער איז נאר געצווינגען דערצו, אפילו ער רעדט גאר פריינטליך. דאס איז וואס אונזערע קינדער דארפן זעהן. אויב מיר ענדשויען קליפס, אויב מיר ענדשויען עס. אויב מיר ענדשויען גוגל ערד, וואס קענען מיר ערווארטן. אונזער אינטעראקשן מיט אינטערנעט דארף זיין אזוי? אדער עס דארף זיין א געצווינגענע סארט? איך מיין אז מיר דארפן אריינלייגן אין אונזערע קינדער אז ער זאל זיך אליין וועלן דערווייטערן דערפון.

און צום שליס: מ'דארף דאס אליין וויסן, און מ'דארף איבערגעבן פאר אונזערע קינדער, מ'קען זיך נישט היטן פונעם אינטערנעט נאר דורכ'ן פארשטיין די שרעקליכע קאנצעקווענצן דערפון, וואס עס דארף אמת'דיג העלפן איז מפיל זיין תחינתינו אז השי"ת זאל אונז ליכטיג מאכן די אויגן און קלאר מאכן דערין. מ'דארף האלטן אין איין בעטן.

ווען א טאטע זאל זיך אויסדרוקן, "אוי הייליגער באשעפער, איך וויל אזוי שטארק קוקען א קליפ, מאך ליכטיג מיינע אויגן אז איך זאל עס נישט זעהן, איך ווייס דאך אז דאס איז דאך אזא נישט גוטע זאך צו קוקען אזא קליפ" וועט זיך דאס קינד אויסלערנען צו טון די זעלבע. און בעהטן השי"ת. און האבן הכנעה.

מ'קען נישט צוגיין דערצו מיט א גאווה. "איך בין דער צדיק וואס היט זיך אפ" ניין "איך בין דער בינוני וואס האט א יצר הרע, און מיין יצר הרע וויל זייער שטארק קוקן יו טוב קליפס, נאר איך בעהט דיך הייליגער באשעפער איך זאל געראטעוועט ווערן דערפון, מאך ליכטיג מיינע אויגן, בטרם אלך ואיננו, איך זאל פיהלן אז ס'איז נישט גוט פאר מיר, איך אליין קען נישט, איך אליין מיין אז אזא נישט גוטע זאך איז יא גוט"

אויב מיר גייען צו דערצו אז מיט די אייגענע כוחות זענען מיר צדיקים, און מיר היטן זיך אפ פון די אינטערנעט, ווערט די רייץ דערצו זייער שטארק. ווייל ס'פעהלט הכנעה. די רייץ צום אינטערנעט שלאגט זיך מיט אונזער רייץ צו היטן אונזערע קינדער. אבער אונזער הכנעה נעמט אוועק די רייץ. אונזער הכנעה איז מבטל זייער תאווה. די צוגאנג פון 'יכולת' "אונז גיי מיר זיך שלאגן מיט די אינטערנעט" איז די וועג פון צדיקים? דאס איז די וועג וואס מ'האט אונז אויסגעלערנט די אלע דורות ביז אהער? די וועג איז הכנעה.

אגב די גמ' זאגט: כל מה דאסר רחמנא שרי לן דכוותיה. די טעם פון אינטערנעט איז תענוג. השגת שכליות וואס פיהלט זיך אלוקות'דיג. מ'דארף האבן תענוג פון אלוקות דקדושה.

והשם הטוב יעזור
אוועטאר
חכם ממה נשתנה
שר האלף
תגובות: 1147
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 08, 2015 8:26 pm
לאקאציע: א גאנצע צייט אינטער די השפעה פון די אפיקומן

Re: קאנפידענשאל.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חכם ממה נשתנה »

נשמה האט געשריבן:
עכ"פ, צו אדאפטירן די מהלך פון חינוך וואס ווערט גענוצט פאר רעגולער "האב יראת שמים, זיי א יוד, היט דיך אפ, השי"ת זעהט אלעס" עס צו אדאפטירן צו "אפילו אויב דו אינטעראקטסט מיט אינטערנעט געדענק אז דו ביסט א יוד" איז א טעות אין פארשטיין וויאזוי די נפש ארבעט ביי אינטערנעט.

אויב מיר ווילן בוחר זיין צו ראטעווען דעם נייעם דור פון אינטערנעט, פון די מכשולות פון אינטערנעט, איז עס נאר דורכ'ן אריינברענגען אין אונז אליין די אינערליכע "איך בין געצווינגען דערצו" "און איך היט מיך אפ דערפון" "איך וויל עס נישט" "איך האב עס נישט ליב"

איך פיל אז עס דארף ווערן ווי טריפות (ג"ע איז ערגער פון טריפות), קיין איין נארמאלע ישיבה בחור גייט נישט עסן אין מעק-דאנאלדס, פינטל. אן תירוצים, אז אנדערע אידן עסען טריפות, אז ער איז אויפן וועג, אז ער איז הינגעריג, (אגב טריפות איז נישט יהרג ובל יעבור...)
חכם מה הוא אומר.. (הגדה של פסח)
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

Re: קאנפידענשאל.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

געמאכט א הנחה און קאפ און וואנט אריין.
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6210
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: קאנפידענשאל.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

היינט אויסגעפונען מידועה ברורה אז די בריוו איז אויסגעזויגן פון פינגער.

די אינטערנעט איז טאקע שלעכט און די דור דארף טאקע רחמים. אבער צו פארקויפן ליגנט כדי צו פירן א מערכה איז WRONG. אזא מהלך א-ר-ב-ע-ט נ-י-ש-ט.
אני הוא הנער, נער המדבר
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17780
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: קאנפידענשאל.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

בניהו האט געשריבן:היינט אויסגעפונען מידועה ברורה אז די בריוו איז אויסגעזויגן פון פינגער.

די אינטערנעט איז טאקע שלעכט און די דור דארף טאקע רחמים. אבער צו פארקויפן ליגנט כדי צו פירן א מערכה איז WRONG. אזא מהלך א-ר-ב-ע-ט נ-י-ש-ט.

כ'ווייס נישט וואס ס'האט דיר געדויערט אזוי לאנג, יעדער האט געוויסט ס'איז לאו דוקא א מעשה וואס האט פאסירט במציאות, ס'איז מער א מעשה וואס האלט אין איין פאסירן...
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6210
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: קאנפידענשאל.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

היינט האב אויסגעפונען מיט א קלארקייט.

יעצט, איך זאג נישט אז דאס האט נישט געקענט פאסירן. אלעס וואס די ערליכע מנהיגי העדה זאגן דארף מען פאלגן! אבער א מערכה למען קדושת כלל ישראל טאר נישט(!!!) געפירט דורך בחורים, אדער געפיטערט ווערן מיט שקרים. ווען יא, צריך בדיקה אחריו.
אני הוא הנער, נער המדבר
אוועטאר
שם בן נח
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 23, 2021 5:56 pm
לאקאציע: אויף די הרי אררט

Re: קאנפידענשאל.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שם בן נח »

בניהו האט געשריבן:היינט האב אויסגעפונען מיט א קלארקייט.

יעצט, איך זאג נישט אז דאס האט נישט געקענט פאסירן. אלעס וואס די ערליכע מנהיגי העדה זאגן דארף מען פאלגן! אבער א מערכה למען קדושת כלל ישראל טאר נישט(!!!) געפירט דורך בחורים, אדער געפיטערט ווערן מיט שקרים. ווען יא, צריך בדיקה אחריו.

א) אלע מנהלים פון מתיבתא זענען אריינגעמישט דערין.
ב) ווייל זיי זענען די איינציגסטע וואס ווייסן ווי שלעכט די מצב איז עכט.
ה' יראה. אברהם קרא אותו יראה. שם קרא לו שלם. ומלכי צדק מלך שלם (בראשית יד יח). לפיכך נקראת ירושלים על שם שני הצדיקים האלה. (מדרש לקח טוב)

ווילסט מיר מענשענען? לייג אן אנדערע נאמאן און טויש זיין ID צו 19796. און טויש די נאמען צו מיין'ס.
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17780
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: קאנפידענשאל.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

איך האב אינזין געהאט צו קאמענטירן אז בעצם איז די בעסטע ווען עס קומט מצד די בחורים, ווייל זיי האבן פיל שטערקערע מאכט צו דרייען די 'ווינט' אין ישיבה, א זאך וואס די הנהלה קען נישט. אבער כ'האב געהאלטן אז ס'איז נישט ממש צום ענין.

אבער אז ס'פארט שוין סייווי זאל שוין פארן...
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2337
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

Re: קאנפידענשאל.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

איך בין נייגעריג אויב אין אלע קרייזען איז די מצב אזוי שלעכט רח"ל, אדער איז דא פלעצער ווי די מצב איז (פיל) בעסער, און טאמער איז אזוי, דאן וואלט מען געדארפט זעהן וואס טוט מען אין די אנדערע מקומות, אפשר מער פערזענליכע חינוך און אטענטשען, אדער אנדערע סארט חינוך, אדער עפעס אנדערש, און מען וואלט עס געדארפט פראבירען איינצופירען אין אלע פלעצער, ווייל גיין ווייטער נאר מיט די זעלבע מהלכים וואס האבען נישט צו פיל ארויסגעהאלפען ביז יעצט, אזויווי מען זעהט אין דער אשכול, איז טיפשות און זאגאר א מעילה בהקדש און גרמא להחטאת הרבים רח"ל.
אוועטאר
יקוש פייוויש
שר ששת אלפים
תגובות: 6651
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 16, 2021 12:34 pm

Re: קאנפידענשאל.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקוש פייוויש »

@בניהו, לכבודך האביך איבער געליינט מיט א שנעלקייט דעם גאנצן בריוו, כ׳מוז דיר זאגן אז ס׳איז זייער א גוטע בריו, און כ׳האף ס׳טוט אויף, פארוואס פרעגסטו, ווייל בערך פופצן אכצן יאר צוריק ווען איך בין געווען אין דעם סטעידזש.. איז געווען די זעלבע זאך (לפי המצב.. אנשטאט עסדי קארד איז געווען הארד דרייווס.. אנשטאט טעלעגרעם איז געווען טשאטשא וכו׳) אין יא ס׳דויערט נישט מער ווי איין חודש פון א תמימותדיגע בחור׳ל ביז די אלע שרעקעדיגע זאכן וואס ער ברענגט ארויס
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6210
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: קאנפידענשאל.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

שם בן נח האט געשריבן:
בניהו האט געשריבן:היינט האב אויסגעפונען מיט א קלארקייט.

יעצט, איך זאג נישט אז דאס האט נישט געקענט פאסירן. אלעס וואס די ערליכע מנהיגי העדה זאגן דארף מען פאלגן! אבער א מערכה למען קדושת כלל ישראל טאר נישט(!!!) געפירט דורך בחורים, אדער געפיטערט ווערן מיט שקרים. ווען יא, צריך בדיקה אחריו.

א) אלע מנהלים פון מתיבתא זענען אריינגעמישט דערין.
ב) ווייל זיי זענען די איינציגסטע וואס ווייסן ווי שלעכט די מצב איז עכט.

אויב דו ווייסט קלאר אז יא, ציה איך צוריק. ווי ווייט איך ווייס (קראנו) איז עס בחורים.

עניוועי, איך בין פולי מיט די (דעת תורה׳דיגע) מערכה קעגן אומגעפילטערטע אינטערנעט, און די נקודות וואס איך האב ארויסגעברענגט איז נאכאלץ גילטיג.
אני הוא הנער, נער המדבר
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6210
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: קאנפידענשאל.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

יקוש פייוויש האט געשריבן:@בניהו, לכבודך האביך איבער געליינט מיט א שנעלקייט דעם גאנצן בריוו, כ׳מוז דיר זאגן אז ס׳איז זייער א גוטע בריו, און כ׳האף ס׳טוט אויף, פארוואס פרעגסטו, ווייל בערך פופצן אכצן יאר צוריק ווען איך בין געווען אין דעם סטעידזש.. איז געווען די זעלבע זאך (לפי המצב.. אנשטאט עסדי קארד איז געווען הארד דרייווס.. אנשטאט טעלעגרעם איז געווען טשאטשא וכו׳) אין יא ס׳דויערט נישט מער ווי איין חודש פון א תמימותדיגע בחור׳ל ביז די אלע שרעקעדיגע זאכן וואס ער ברענגט ארויס

איטס ען האנער…

איך האב קלאר געזאגט אז די נקודות פון די בריוו קען זיין אמת אבל לא זו הדרך. מיט שקר קעמפט מען נישט פארן אמת.
אני הוא הנער, נער המדבר
קיינמאל אויפגעבן
שר חמש מאות
תגובות: 742
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2020 12:46 pm

Re: קאנפידענשאל.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיינמאל אויפגעבן »

בניהו האט געשריבן:היינט אויסגעפונען מידועה ברורה אז די בריוו איז אויסגעזויגן פון פינגער.

די אינטערנעט איז טאקע שלעכט און די דור דארף טאקע רחמים. אבער צו פארקויפן ליגנט כדי צו פירן א מערכה איז WRONG. אזא מהלך א-ר-ב-ע-ט נ-י-ש-ט.

הער צו, יא אויסגעזויגן נישט אויסגעזויגן, בעסער ווי גארנישט איז עס זיכער, און שאטן קען עס נישט.

ווייס איך נישט פינקטליך פארוואס, אבער מיך באדערט עפעס נישט אזוי אויב סאיז א עכטע מעשה אדער נישט, די נקודה שבו איז אמת סייווי.
אוועטאר
הערינג מיט ברוינפען
שר שלשת אלפים
תגובות: 3578
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 08, 2020 10:41 pm

Re: קאנפידענשאל.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערינג מיט ברוינפען »

קיינמאל אויפגעבן האט געשריבן:
בניהו האט געשריבן:היינט אויסגעפונען מידועה ברורה אז די בריוו איז אויסגעזויגן פון פינגער.

די אינטערנעט איז טאקע שלעכט און די דור דארף טאקע רחמים. אבער צו פארקויפן ליגנט כדי צו פירן א מערכה איז WRONG. אזא מהלך א-ר-ב-ע-ט נ-י-ש-ט.

הער צו, יא אויסגעזויגן נישט אויסגעזויגן, בעסער ווי גארנישט איז עס זיכער, און שאטן קען עס נישט.

ווייס איך נישט פינקטליך פארוואס, אבער מיך באדערט עפעס נישט אזוי אויב סאיז א עכטע מעשה אדער נישט, די נקודה שבו איז אמת סייווי.

גא"מ, עס שטערט מיך אויך נישט אז עס איז נישט קען אמת'ע בריוו, קען זיין ווייל איך האב פון די ערשטע מינוט פארשטאנען אזוי משא"כ בניהו האט אפשר קודם געמיינט אז יא און ער איז געווארען מרוגש ווי פון א עכטע בריוו ממילא פילט ער ווי מען נארט דא אויס מענטשען.
די עזה מיליטער האט פיר אפטיילונגען, די קאמאנדא איינהייט, פיס זעלנער איינהייט, ראקעט און מיסיל שיסער איינהייט, און די יומען שיעלד איינהייט.
אוועטאר
יקוש פייוויש
שר ששת אלפים
תגובות: 6651
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 16, 2021 12:34 pm

Re: קאנפידענשאל.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקוש פייוויש »

בניהו האט געשריבן:
יקוש פייוויש האט געשריבן:@בניהו, לכבודך האביך איבער געליינט מיט א שנעלקייט דעם גאנצן בריוו, כ׳מוז דיר זאגן אז ס׳איז זייער א גוטע בריו, און כ׳האף ס׳טוט אויף, פארוואס פרעגסטו, ווייל בערך פופצן אכצן יאר צוריק ווען איך בין געווען אין דעם סטעידזש.. איז געווען די זעלבע זאך (לפי המצב.. אנשטאט עסדי קארד איז געווען הארד דרייווס.. אנשטאט טעלעגרעם איז געווען טשאטשא וכו׳) אין יא ס׳דויערט נישט מער ווי איין חודש פון א תמימותדיגע בחור׳ל ביז די אלע שרעקעדיגע זאכן וואס ער ברענגט ארויס

איטס ען האנער…

איך האב קלאר געזאגט אז די נקודות פון די בריוו קען זיין אמת אבל לא זו הדרך. מיט שקר קעמפט מען נישט פארן אמת.

ס׳איז נישט דא קיין איין טראפ שקר דא, עפעס פעלט מיר דא? די קשיא צו די בחור ווא ס׳איז עס בעצם אדורך האטעס אליינס געשריבן, צו א פראפעסיאנאלער שרייבער האט געטוהן די ארבעט פאר אים, מאכט אויס? און אויב דער בחור האט נישט אליינס געדונגען דעם שרייבער, נאר איינער וואס איז געווען אינוואלווד מיט אים, מאכט א חילוק?
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6210
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: קאנפידענשאל.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

הערינג מיט ברוינפען האט געשריבן:
קיינמאל אויפגעבן האט געשריבן:
בניהו האט געשריבן:היינט אויסגעפונען מידועה ברורה אז די בריוו איז אויסגעזויגן פון פינגער.

די אינטערנעט איז טאקע שלעכט און די דור דארף טאקע רחמים. אבער צו פארקויפן ליגנט כדי צו פירן א מערכה איז WRONG. אזא מהלך א-ר-ב-ע-ט נ-י-ש-ט.

הער צו, יא אויסגעזויגן נישט אויסגעזויגן, בעסער ווי גארנישט איז עס זיכער, און שאטן קען עס נישט.

ווייס איך נישט פינקטליך פארוואס, אבער מיך באדערט עפעס נישט אזוי אויב סאיז א עכטע מעשה אדער נישט, די נקודה שבו איז אמת סייווי.

גא"מ, עס שטערט מיך אויך נישט אז עס איז נישט קען אמת'ע בריוו, קען זיין ווייל איך האב פון די ערשטע מינוט פארשטאנען אזוי משא"כ בניהו האט אפשר קודם געמיינט אז יא און ער איז געווארען מרוגש ווי פון א עכטע בריוו ממילא פילט ער ווי מען נארט דא אויס מענטשען.

ריכטיג. אנפאנג ווען כ׳האב געגלייבט אז דאס איז א אמת׳ע בריוו האט מיר געבאדערט דאס וואס ער האלט איז די סיבה פון די שוידערליכע טראגעדיע פון די דריי בחורים ע״ה (קענסט צוריקגיין צו איינע פון די ערשטע תגובות) יעצט ווען איך זעה אז דאס איז איינער וואס רייט פשוט אויף רויע געפילן האט מיר עס זייער אויפגערעגט.

איך האב שוין גענוג זיך מסביר געווען און פארענטפערט.. מצדי איז דאס פארטיג
אני הוא הנער, נער המדבר
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”