מיין דינסט אלס דזשוראר (פערטע חלק אריינגעלייגט)
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
Re: מיין דינסט אלס דזשוראר (דריטע חלק אריינגעלייגט)
שכח, נאר נייגעריג וויאזוי געדענקסטו אלע דעטאלען?
- maybeeynot
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5474
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
- לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז
Re: מיין דינסט אלס דזשוראר (דריטע חלק אריינגעלייגט)
Thanks for sharing
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2358
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 11, 2021 3:51 pm
- לאקאציע: ביי די ארבעט
Re: מיין דינסט אלס דזשוראר (דריטע חלק אריינגעלייגט)
נעקס טיים איך בייקימם א בריוו צי גיין העליך אי״ה גיין
אזוי זאג איך מיינט אז That's just my opinion
פאר עני low voltage דזאב אין מאנרא / מאנסי / אפסטעט קאנטעקט מיר אין אישי.
פאר עני low voltage דזאב אין מאנרא / מאנסי / אפסטעט קאנטעקט מיר אין אישי.
Re: מיין דינסט אלס דזשוראר (דריטע חלק אריינגעלייגט)
אזוי זאג איך האט געשריבן:נעקס טיים איך בייקימם א בריוו צי גיין העליך אי״ה גיין
קענסט נישט וויסען וועלכע קעיס עס וועט זיין, עס קען זיין וועגן די גוי׳אישער לייף סטייל און ניבול פה וכדומה
- פאליטישע עקספערט
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 17813
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
- פארבינד זיך:
Re: מיין דינסט אלס דזשוראר (דריטע חלק אריינגעלייגט)
יליד טאהש האט געשריבן:אזוי זאג איך האט געשריבן:נעקס טיים איך בייקימם א בריוו צי גיין העליך אי״ה גיין
קענסט נישט וויסען וועלכע קעיס עס וועט זיין, עס קען זיין וועגן די גוי׳אישער לייף סטייל און ניבול פה וכדומה
שמירת עינים וכדו' ועוד
אבער די עסקנים שרייען מ'זאל יא גיין
ברויך יעדער פרעגן זיין מורה דרך
Re: מיין דינסט אלס דזשוראר (דריטע חלק אריינגעלייגט)
אזוי זאג איך האט געשריבן:נעקס טיים איך בייקימם א בריוו צי גיין העליך אי״ה גיין
האט ער שוין עפעס אויפגעטון
פוצה פה ומצפצף
- נישטאמת
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3997
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
- לאקאציע: איך האף צו וויסן בקרוב
Re: מיין דינסט אלס דזשוראר (דריטע חלק אריינגעלייגט)
זייער אינטערעסאנט און געשמאק אראפ געלייגט. ווארט מיר אויפן המשך
Re: מיין דינסט אלס דזשוראר (פערטע חלק אריינגעלייגט)
המשך...
דער קומענדיגע טאג האט מען נישט געדארפט קומען, זעט אויס אז עס איז נישט פארגעקומען קיין סאך פארברעכנס...
די טאג נאכדעם זעמיר ווידער געקומען, און אזוי ווי די פריערדיגע מאל אזוי איז געווען יעצט. דער אנדערער איד איז נישט געקומען היינט, און ווי ער האט מיר געזאגט דעם נעקסטן מאל, האט ער געהאט אריינגערופן אז ער האט עפעס וויכטיגס פאר דעם טאג, און זיי האבן אים עקסקיוזט. בין איך געקומען אליין.
מען איז דורך די סעקיוריטי טשעק, ארויף צום שטאק און זיך באקוועם געמאכט אויף די האלצערנע זיצן, געשמועסט מיט די ארומיגע. דער קלערק האט גענומען אטענדענס, און עטליכע האבן דורכגעבלעטערט די פאלדער ווי עס שטייט די קעיסעס וואס מען גייט הערן היינט.
אביסל שפעטער קומט אריין דער סטענאגרעפער און אביסל דערנאך קומט אריין דער פראסעקיוטאר מיט א בינטעל פאפירן, גייט צו צום שטענדער און שטעלט זיך פאר, און פרעגט פונ'ם קלערק: איז דער א קווארום פרעזענט? (וואס ווי פריער דערמאנט דארף זיין לכה"פ 16 דזשורארס צו קענען פארשטעלן א קלאגע, וואס דאס רופט זיך א קווארום), און יענער ענטפערט אז יא. און ער הייבט אן צו זאגן וועלכע קלאגע ער גייט יעצט פארשטעלן. און ווי עס שטעלט זיך ארויס זאגט ער אז מען גייט הערן איבער א געשעעניש פון שכם בן חמור. אלע אויגן ווענדן זיך צו מיר, ווי צו זאגן: דו קענסט נישט הערן אזעלכע זאכן, עס איז נישט געמאכט פאר א חסיד'ישער איד. און ווירקליך –ווי אפגעמאכט פון פאראויס מיט'ן DA אז איך וועל נישט קענען הערן אזעלכע קעיסעס– האב איך מיר אויפגעהויבן און ארויסגעגאנגען צו אן אנדערן צימער, פאר די גאנצע צייט וואס דער קלאגע איז געווארן פארגעשטעלט. איך האב מיר ארויסגענומען מיין בינטל לייען מאטריאל וואס איך האב מיר מיטגעברענגט פאר אזעלכע סיטואציעס, און געלייענט דארטן במשך די צייט זייענדיג אליינס. ווען מען איז פארטיג געווארן, איז איינער מיר געקומען זאגן אז איך קען שוין אריינקומען, און איך בין צוריק צו מיין פלאץ. אלזא, אפילו אויב איר ווילט, קען איך אייך נישט געבן קיין דעטאלן איבער דעם קלאגע... מיינע שכנים האבן מיר געזאגט אז עס איז געווען עקלדיג.
דערנאך איז אריינגעקומען אן אנדערע פראסעקיוטאר מיט א בינטעל פאפירן און האט זיך פארגעשטעלט, און געזאגט אז יעצט גייט מען הערן א קלאגע פון די פיעפל קעגן דעם און דעם וואס האט דיפראודעט די גאווערמענט און גענומען פאבליק האויזינג סעקשען 8 סאבסידיס אומאויטאריזירט, און ווערט אנגעקלאגט מיט גרענד לארסעני (גניבה), וואס דאס איז א פעלאני. איך גיי יעצט אריינרופען מיין ערשטע עדות, דער עקזעקוטיוו דירעקטער פון דעפארטמענט אוו האד אין די און די געגענט.
ער גייט ארויס פונ'ם שטוב, און איינער קומט אריין מיט א פאלדער אנגעפילט מיט פאפירן. דער פראסעקיוטאר אזוי ווי די פריערדיגע מאל ווייזט אן צוצוגיין אין פארנט פון די foreperson און אויפהייבן די רעכטע האנט, צו באשווערן. הייבט אויף די האנט און דער foreperson זאגט פאהר די נוסח און שאקעלט צו מיטן קאפ און זאגט יא. דער פראסעקיוטאר ווייזט צו זיך צו זעצן ביים טיש וואס ליגט אין צענטער פונ'ם שטוב, און זאגט: א גוט מארגען.
האד: גוט מארגען.
פראסעקיוטאר: ביטע שטעל דיך פאר מיט דיין נאמען און ספעל עס פאר די רעקארד.
האד: מיין נאמען איז כך וכך, מען ספעלט עס _ _ _ _ _ _
פראסעקיוטאר: א דאנק. ביטע זאג פאר די דזשורי פאר וועם דו ארבעטסט און וואס דיין פאזיציע איז.
האד: איך ארבעט פאר די יו עס האוזינג דעפארטמענט פאר די און די געגנט און איך בין דער עקזעקוטיוו דירעקטאר.
פראסעקיוטאר: וואס נעמט אריין דיין פאזיציע אלס עקזעקוטיוו?
האד: איך בין פאראנטווארטליך אויף אלע אפליקאציעס און פעימענטס וואס גייט ארויס פון די האויזינג אפיס פון די און די געגענט, און איך דארף זיכער מאכן אז נאר בארעכטיגטע באקומען די סובסידיס, און איך דארף זיכער מאכן אז אלע אפליקאציעס זענען ריכטיג און אויסגעהאלטן.
פראסעקיוטאר: וואס איז די פראסעס וויאזוי דו מאכסט זיכער?
האד: יעדע אפליקאנט דארף אויספילן אן אפליקאציע מיט אלע אינפארמאציע פון די האויזהאלד און די אינקאם, און מען דארף צושטעלן פרוף אויף אלעס, אונז טשעקן דאס אויס, און דערנאך האלט איך אפ אן אינטערוויא מיטן אפליקאנט ווי מען גייט דורך אלע דעטאלן פון די אפליקאציע, און דער אפליקאנט סיינט אונטער אז אלעס וואס איז געשריבן אינ'ם אפליקאציע איז ריכטיג.
פראסעקיוטאר: ווילאנג ביזטו שוין אויף דיין פאזיציע?
האד: כך וכך יאר.
פראסעקיוטאר: איז דער און דער אן אפליקאנט ביי דיין דעפארטמענט?
האד: יא.
פראסעקיוטאר: האט יענער געחתמ'ט זייער אפליקאציע?
האד: יא.
פראסעקיוטאר: האט יענער געהאט אן אינטערוויא מיט דיר?
האד: יא.
פראסעקיוטאר: ווען און ווי איז דאס פארגעקומען?
האד: יענע און יענע טאג אין די האויזינג אפיס אויף די און די סטריט.
פראסעקיוטאר: וואוינט יענער דארט און דארט?
האד: יא.
פראסעקיוטאר: איז דאס אין די און די ווילעדזש?
האד: יא.
פראסעקיוטאר: וואס האסטו אויפגעמערקט ווען דו האסט יענעם אינטערוויאד?
האד: איך האב געזען אינ'ם אפליקאציע אז יענער האט געשריבן אז זיי האבן א געוויסע סכום קינדער אין זייער האוזהאלד, אבער בשעת'ן אינטערוויא האט יענער געזאגט אז זיי האבן אן אנדערע סכום קינדער אינ'ם האויזהאלד, און אויפן אנפראגע פארוואס אויפן אפליקאציע שטייט ווייניגער, האט יענער געזאגט אז דער אנדערער וואוינט נישט דארט, נאר קומט פון צייט צו צייט.
פראסעקיוטאר: איר האט אן אהנונג פארוואס האט יענער נישט געוואלט אריינשרייבן אינ'ם אפליקאציע אז דער אנדערער וואוינט דארט?
האד: איך שטעל מיך פאר אז וויבאלד יענער האט א קרימינאלע רעקארד. און לויט די פארשריפטן פון די האויזינג אוטאריטעט, מעג איינער מיט א קרימינאלע רעקארד נישט וואוינען אין א פאבליק האוזינג.
פראסעקיוטאר: און אויב וואוינט יא דארט איינער מיט א קרימינאלע רעקארד?
האד: ווערט דער אפליקאציע וואויד און יענע האויזהאלד מעג נישט באקומען סעקשן 8.
פראסעקיוטאר: איז דאס דער איינציגער דעטאל וואס דו האסט געטראפן צו זיין אומריכטיג?
האד: ניין.
פראסעקיוטאר: וואס נאך האסטו געטראפן?
האד: יענער האט אריינגעשריבן אז מען פארדינט כך וכך, וואס איז ווייניגער וואס יענער פארדינט באמת, און דאס האט גורם געווען אז יענער האט באקומען צוגעטיילט מער פון וויפיל יענער איז באמת בארעכטיגט.
פראסעקיוטאר: און לויט דיין קאלקולאציע וויפיל מער איז דער סכום וואס יענער האט באקומען אומבארעכטיגט?
האד: כך וכך.
פראסעקיוטאר: איז דאס מער פון טויזנט דאלער?
האד: יא.
פראסעקיוטאר: פון ווי האסטו גענומען אז דער אנגעגעבענעם סכום איז נישט ריכטיג?
האד: לויט די פארשריפטן פון די דעפארטמענט דארף מען מיט געבן די באנק סטעיטמענטס, און ווי אויך די סאשעל סערוויס אקאונט איי די, און מיר טשעקן דאס נאך. און מיר זענען געווארן אויפגעמערקט דערויף דורך די סאשעל סערוויס דעפארטמענט וואס האט דאס באמערקט.
פראסעקיוטאר: האסטו דא די אויסגעפילטע אפליקאציע פון יענעם?
האד: יא, דא ליגט דאס.
פראסעקיוטאר: איז דאס פון דעם און דעם?
האד: יא.
פראסעקיוטאר: איז דאס די אויטענטישע אפליקאציע וואס יענער האט געסיינט?
האד: יא.
פראסעקיוטאר: איך לייג יעצט אריין דעם אפליקאציע אלס גרענד דזשורי עווידענס עקזיביט כך וכך.
און איז צוגעגאנגען צום קלערק מיט דעם פאפיר, אז דער קלערק זאל חתמ'נען אז דאס איז עקזיביט כך וכך.
פראסעקיוטאר: וויפיל חדשים האט דער אנגעקלאגטער באקומען באצאלט פונ'ם סעקשען 8 פראגראם, זינט'ן אנגעבן די אומריכטיג אינפארמאציע?
האד: כך וכך.
פראסעקיוטאר: און וויפיל באטרעפט די סכום?
האד: לאמיר זען. און האט געבלעטערט אין די פאלדער און ארויסגענומען אלע רעסיטס פון די צאהלונגען וואס איז ארויסגעגאנגען פון די האויזינג באנק אקאונט, און געווארן דעפאזיטעט אין יענעם'ס אקאונט. אויסגערעכנט די טאטעל און געזאגט דעם סכום.
פראסעקיוטאר: איז דער סכום מער ווי אזוי סאך און אזוי סאך?
האד: יא.
דער פראסעקיוטאר איז צוגעגאנגען צום טישל און גענומען די פאפירן פונ'ם האד דירעקטאר און געזאגט: איך לייג יעצט אריין די פעימענט רעסיטס אלס גרענד דזשורי עווידענס עקזיביט כך וכך, וכך וכך און אזוי ווייטער לויט וויפיל רעסיטס עס איז געווען.
פראסעקיוטאר: א דאנק פאר אייער סערוויס.
פראסעקיוטאר: האט איינער עפעס א פראגע צו פרעגן? קיינער האט נישט קיין פראגעס, איר זענט יעצט באפרייט.
און יענער האט צאמגענומען די פאלדער און איז ארויסגעגאנגען פונ'ם שטוב.
פראסעקיוטאר: יעצט וועל איך אריינרופן די פיעפל'ס נעקסטע עדות, א דעדעקטיוו. און איז ארויסגעגאנגען.
ער קומט אריין און דער עדות נאך אים. ער ווייזט אים צו צוצוגיין צו די באשווערונג, און נאך וואס ער שווערט צו זאגן דעם אמת, ווערט ער צוגעוויזן צו זיצן ביים טיש.

דעדעקטיוו: מיין נאמען איז כך וכך, מען ספעלט עס _ _ _ _ _ _ .
פראסעקיוטאר: א דאנק. איך האב א פילונג אז דו ביזט אויף די שנעלערע זייט, ממילא לטובת די קאורט רעפארטער, וואס זאל קענען אניאגן צו אפטייפן אלעס וואס דו זאגטס, וויל איך פרעגן אויב דו קענסט אביסל פארשטייטערן דעם ספיד. בסדר?
דעדעקטיוו: יאפ, נישט קיין פראבלעם.
פראסעקיוטאר: ביטע זאג אונז דיין אקופאציע.
דעדעקטיוו: איך בין א דעדעקטיוו אין די קאונטי'ס אויספארשונג איינהייט פאר די און די אפטיילונג.
פראסעקיוטאר: ווילאנג ביזטו שוין אויף דעם דזשאב?
דעדעקטיוו: כך וכך יארן.
פראסעקיוטאר: וויפיל --- איך וויל דאס צוריקנעמען. (דאס מיינט אז ער וויל די ווארט ארויס פון די רעקארד, ווייל ער וויל עפעס אנדערש פרעגן). האסטו גענומען טרעינונג אויף אויספארשונגען?
דעדעקטיוו: יא.
פראסעקיוטאר: ווי?
דעדעקטיוו: אין די און די אקאדעמיע.
פראסעקיוטאר: וויפיל יאר האסטו שטודירט?
דעדעקטיוו: כך וכך יארן אין דעם אקאדעמיע און דערנאך אין די דעפארטמענט'ס שטודיע אפטיילונג.
פראסעקיוטאר: וואס שטודירט מען?
דעדעקטיוו: מען לערנט אויס וויאזוי אויסצופארשן זאכן, וואס צו זוכן, און וויאזוי זיך אומצוגיין דערמיט.
פראסעקיוטאר: אקעי. וואס איז דיין פאזיציע יעצט אינ'ם איינהייט?
דעדעקטיוו: איך טוה אויספארשונגען אויף אנגעבליכע מיסברויכן פון סאציאלע פראגראמען.
פראסעקיוטאר: און אלס טייל פון דיין דזשאב טוסטו אויספירן סורטשעס אויף סוספעקטעט אינדיווידואלען?
דעדעקטיוו: יא.
פראסעקיוטאר: האסטו אויסגעפירט א סורטש אויף דעם און דעם אדרעסס?
דעדעקטיוו: יא.
פראסעקיוטאר: און דאס איז געווען ארום יענע און יענע טאג אין דעם און דעם יאר?
דעדעקטיוו: יא.
פראסעקיוטאר: ביטע לייג אראפ וויאזוי דו האסט אויסגעפירט דעם סורטש.
דעדעקטיוו: אין דעם און דעם טאג בין איך געפארן מיט מיין אנמארקד קאר צו דעם און דעם אדרעסס, מיט מיין סורטש וואראנט און קעמערע, איך האב געפארקט מיין קאר אנטקעגן איבער די הויז, אריבערגעגאנגען דעם גאס און אריינגעקלאפט אינ'ם הויז. קיינער האט נישט געענפערט. האב איך פרובירט דעם טיר הענטל, און עס איז געווען אויפגעשפארט, בין איך אריינגעגאנגען אינעווייניג, און ---
סטענאגרעפער: איר ווילט רעדן אביסל שטייטער?
דעדעקטיוו: יא, און איך האב אנגעהויבן צו זוכן אויב עס איז דא עפעס וואס ווייזט אז יענער וואס איז אנגעבליך נישט קיין איינוואוינער אין דעם הויז, איז יא דא אן איינוואוינער.
פראסעקיוטאר: האסטו עפעס געטראפן?
דעדעקטיוו: יא.
פראסעקיוטאר: וואס האסטו געטראפן?
דעדעקטיוו: אין איין שטוב האב איך געטראפן וועש וואס זעט אויס צו זיין יענעם'ס, ארומליגן אויף די בעט און אויף די פלאר.
פראסעקיוטאר: האסטו גענומען א בילד דערפון?
דעדעקטיוו: יא.
פראסעקיוטאר: איך וועל דיר יעצט ווייזן א פאפיר. איז דער פאפיר אין פארנט פון דיר דער בילד וואס דו האסט געכאפט?
דעדעקטיוו: (קוקט) יא.
פראסעקיוטאר: און וואס זעט מען דארט?
דעדעקטיוו: מען זעט יענעמס וועש ארומליגן אויף די בעט און די פלאר.
פראסעקיוטאר: איך לייג יעצט אריין דעם בילד אלס גרענד דזשורי עווידענס עקזיביט כך וכך. און איז צוגעגאנגען צום קלערק מיט דעם פאפיר, אז דער קלערק זאל חתמ'נען אז דאס איז עקזיביט כך וכך.
פראסעקיוטאר: איז דאס דער איינציגער זאך וואס דו האסט אויפגעכאפט?
דעדעקטיוו: ניין.
פראסעקיוטאר: וואס נאך האסטו אויפגעכאפט?
דעדעקטיוו: איך האב געטראפן אויף א טישל אינמיטן די הויז, א גאנצע בינטל מיט פאסט אדרעסירט צו יענער וואס וואוינט אנגעבליך נישט דארט.

פראסעקיוטאר: איך וויל דיר ווייזן דעם פאפיר. איז דער פאפיר אין פארנט פון דיר, דער בילד פון וואס דו האסט יעצט גערעדט?
דעדעקטיוו: (קוקט) יא.
פראסעקיוטאר: און וואס זעט מען דערויף?
דעדעקטיוו: מען זעט דא אויפגעריסענע און פארמאכטע פאסט ארום ליגן אויף א טישל און אויף די פלאר ארום אין אן אומ'סדר, און מען זעט אז עס איז אדרעסירט צו יענעם און יענעם, אויף די אנגעגעבענעם אדרעסס.

פראסעקיוטאר: וואס האסטו געטון דערנאך?
דעדעקטיוו: נאכדעם בין איך צוריק אין מיין אנמארקד קאר, און געווארט צו זען אויב יענער גייט אהינקומען.
פראסעקיוטאר: האסטו געזען יענעם אהינקומען?
דעדעקטיוו: ניין.
פראסעקיוטאר: ביזטו נאכאמאל געגאנגען צו דעם אויבנדערמאנטען אדרעסס?
דעדעקטיוו: יא.
פראסעקיוטאר: ווען?
דעדעקטיוו: אין דעם און דעם טאג פארנאכטס.
פראסעקיוטאר: האסטו דעמאלס עפעס געזען?
דעדעקטיוו: יא.
פראסעקיוטאר: וואס האסטו געזען?
דעדעקטיוו: איך האב געזען ווי עס קומט אן א קאר מיט עטליכע יונגען, און פון די הונטערשטע טיר קומט ארויס איינער וואס זעט אויס צו זיין דער און דער, און גייט צו די אויבנדערמאנטע הויז, און גייט אריין. און דער קאר איז אוועק געפארן.
פראסעקיוטאר: האסטו באמערקט אויב יענער איז ארויסגעקומען דערנאך פונ'ם הויז?
דעדעקטיוו: איך בין געבליבן דארט זיצן א גוטע שטיק צייט, און קיינער איז נישט ארויסגעקומען פונ'ם הויז.
פראסעקיוטאר: ארום ווילאנג וואלסטו געזאגט ביזטו געזיצן דארט?
דעדעקטיוו: ארום א צוויי און א האלב שעה.
פראסעקיוטאר: און דו האסט געקוקט א גאנצע צייט אויף די טיר פון די הויז?
דעדעקטיוו: יא.
פראסעקיוטאר: און יענער איז נישט ארויסגעקומען?
דעדעקטיוו: ווילאנג איך האב געקוקט איז יענער נישט ארויסגעקומען.
פראסעקיוטאר: האסטו געכאפט א בילד ווי יענער גייט אריין אינ'ם הויז?
דעדעקטיוו: יא.
פראסקיוטאר: איך וועל דיר יעצט ווייזן א פאפיר. איז דער פאפיר אין פארנט פון דיר דער בילד וואס דו האסט געכאפט?
דעדעקטיוו: (קוקט) יא.
פראסעקיוטאר: און וואס זעט מען דארט?
דעדעקטיוו: מען זעט יענעם און יענעם אויף זייער סטעפס אין פארנט פון זייער הויז, עפענענדיג דעם טיר.

פראסעקיוטאר: איך האב מער נישט קיין פראגעס. איז דא איינער וואס וויל עפעס פרעגן?
דזשוראר: דאס איז דזשוראר 0000. איך וויל עפעס פרעגן. ווען דו ביזט געגאנגען אויספירן דעם סורטש, האסטו געוויסט וואס דו ווילסט זוכן?
דעדעקטיוו: נישט עכט. איך בין געגאנגען זען אויב איך וועל טרעפן עפעס וואס קען אנווייזן אז יענער וואוינט דארט. עכט האב איך אים געוואלט זען אריינגיין, וואס דעמאלס זעה איך קלאר אז ער וואוינט דארט.
פראסעקיוטאר: האט נאך איינער א פראגע? קיינער האט נישט קיין פראגעס, איר זענט יעצט באפרייט.
און יענער איז ארויסגעגאנגען פונ'ם שטוב.
פראסעקיוטאר: איך האב שוין נישט נאך עדות צו ברענגען, וועל איך יעצט פארלייענען די געזעץ וועגן גנב'נען מיט וואס די פיעפל קלאגן אן דעם און דעם. און דערנאך וועלן אונז ארויסגיין און עטץ וועטס דעליבערעיטן איבער די קלאגעס.
ער נעמט ארויס א דיקע געזעץ בוך פון אונטען אינעם שטענדער, און מישט אויף צו די פון פריער צוגעצייכענטע בלאט, און הייבט אן פארצוליינען די געזעץ: ניו יארק סטעיט פינאל לאו סעקשען 155.30.1 שטייט אזוי: א מענטש איז גילטי אויף גרענד לארסעני (גניבה) אין די פערדע גראד ווען ער גנב'ט עפעס, און די ווערט פון די סחורה איז מער ווי טויזענט דאללער. גרענד לארסעני אין די פערדע גראד איז א קלעס E פעלאני.
ער לייגט אוועק דעם בוך, און ווייזט פאר די סטענאגרעפער אז מען גייט ארויס פון צימער. און ווייזט אן אז די עווידענס ליגט אויף די עדות טישל, און זאגט אז מען זאל עס אריבער פירן צו אלע דזשורארס אז יעדער זאל זיך קענען אליינס איבער צייגן אין די עווידענס. און דערנאך בעט ער פון דער וואס זיצט נעבן די טיר, אז ווען מען ענדיגט דעליבערעיטן זאל ער זיי קומען אריינרופן. און זיי גייען ארויס.
אזוי ווי פריערדיגע מאל, איז איינער פון די וואס זיצן אויף די אונטערשטע שורה צוגעגאנגען צום טישל, און גענומען די עקזיביטס, אינ'ם יעצטיגן פאל די פאפירן, און עס דארכגעקוקט, און נאך וואס זיי זענען פארטיג געווארן, האבן זיי עס געגעבן פאר זייער שכנים, און דערנאך צו די נעקסטע שורה ביז יעדער האט עס שוין געזען. מען שיקט עס צוריק צו די טישל.
דער קלערק פרעגט: נו? וואס האלט איר, זעט אייך אויס די עווידענס פארלעסליך? דזשוראר 1? און יענער ענטפערט וואס יענער טראכט, און דער קלערק מאכט א טשעק ביי יענעם'ס נאמען ביי איינע פון די שורות, וואס איין שורה איז פאר יא, און איין שורה איז פאר ניין. דערנאך צו די נעקסטע דזשוראר, (ווען ער איז אנגעקומען צו מיר, האב איך געזאגט אז איך האלט אז עס איז נישטא קיין פראבעבעל קאוז, וויבאלד אויב עס קומט אן פאסט צו א געוויסע הויז, מיינט נאכנישט אז יענער וואוינט דארט. עס קען זיין אז איינער נעמט עס אריין פאר אים, און ער קומט אפנעמען וואס ער דארף. אזוי אויך מיט די וועש, קען זיין אז ער ברענגט זיינע וועש אז זיין מאמע זאל עס אים אויסוואשן, און דאס ווייזט נאכאלץ נישט אז ער וואוינט דארט. און אז ער קומט אהין מיינט אויך נישט אז ער וואוינט דארט, ער מעג קומען באזוכן זיין מאמע, און ער מעג אפילו איבערשלאפן פאר א טאג צוויי, עס מאכט אים נאכנישט קיין האויזהאלד מעמבער. און ווי אויך אז אפשר איז ער ארויס פון אן אנדערע טיר. למעשה אז יעדער האט צוגעשטימט אז יא, האב איך מיך נישט ארויסגעשטעלט דערקעגן. איך האב געטראכט אז איך וועל עס שוין איבערלאזן פאר א צווייטע געלעגנהייט, אויב עס וועט אויספעלן). דערנאך איז ער געגאנגען ווייטער ביז אלע 22 (איינער האט געפעלט) זענען שוין אויסגעפילט.
דער וואס זיצט נעבן די טיר, -יעצט איז דאס געווען אן אנדערער, ווייל דער אנדערע איד איז נישט געקומען היינט- גייט ארויס אין די האל און זאגט זיי אז מען האט שוין גע'ענדיגט.
זיי קומען אריין אינ'ם דזשורי צימער. דער סטענאגרעפער גייט צו די באשטימטע פלאץ, און דער פראסעקיוטאר גייט צו צו די קלערק, צו קוקן אין די בוך וואס דער עולם האט אפגעמאכט, און איז צופרידן פון די אויסגאנג, און דער סטענאגראפער טייפט אראפ אז די פיעפל קלאגן אן דעם און דעם, און עס איז אן אפיציעלן אינדייטמענט.
דערנאך לאזט דער פראסעקיוטאר וויסן אז מיט דעם איז מען פארטיג פארן היינטיגן טאג, און מען זאל אריינרופן קומענדיגע וואך אויף די אנגעגעבענעם נומער צו הערן אויב מען דארף קומען פאר א סעסיע.
די קלערק נעמט צוזאם אלע נאטיצן וואס דער עולם האט זיך אנגעצייכענט, און גיבט עס איבער צו שרעדן.
און אלע נעמען זייערע מאנטלען און אנדערע צוגעהער וואס מען האט אלץ מיטגעברענגט און מען גייט ארויס צופרידן אז מען האט נישט געדארפט פארברענגען צו סאך צייט, און מען קען שוין אהיים גיין.
המשך יבוא אי"ה

ייש''כ פארן פארזעצונג, זייער קלאר און דיטעילד!
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
Re: מיין דינסט אלס דזשוראר (פערטע חלק אריינגעלייגט)
העכסט אינטרעסאנט. א דאנק!
יענעמס נאז איז גרינער…
- אברהם אבינו
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 445
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2018 3:37 pm
- לאקאציע: אויפען בענקעל
Re: מיין דינסט אלס דזשוראר (פערטע חלק אריינגעלייגט)
זייער אינפארעמאטיוו, און רייך געשריבען
- דרייטצעך
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6222
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
- לאקאציע: וואו דרייטצעך א איד?
Re: מיין דינסט אלס דזשוראר (פערטע חלק אריינגעלייגט)
זייער שיין רייך און קלאר
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
Re: מיין דינסט אלס דזשוראר (פערטע חלק אריינגעלייגט)
זייער שיין אין קלאר
גאנץ אינטערעסאנט ווארט מיר שוין צו הערן אויב די האסט געהאלפן א איד

א איד איז הייליג, מען דארף היטן זיך נישט צי פארשמירן, און אפילו א פארשמיערטע איד, איז א הייליגע איד וואס דארף א וואש.
קרעדיט
@וועלטס מבין
קרעדיט
@וועלטס מבין
Re: מיין דינסט אלס דזשוראר (פערטע חלק אריינגעלייגט)
holy yid האט געשריבן:זייער שיין אין קלאר
גאנץ אינטערעסאנט ווארט מיר שוין צו הערן אויב די האסט געהאלפן א איד
ב"ה אז נישט. בעסער אזוי, דוכט זיך.