גילוי דעת - איך בין ענק נישט מוחל

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אור מופלא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 305
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 24, 2020 2:28 am
לאקאציע: אין מירון והגלילות

גילוי דעת - איך בין ענק נישט מוחל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור מופלא »

שאק און שוידער אין די געסעלעך פון אייוועלט!!!
אזוי צו פארשעמען א איד?!
ווי איז שטומפיג'ס הארץ? היכי תמצי'ס געפיהל? פעיק'ס הרגש? נמש'ס רחמנות?

ס'איז נישט קיין סוד אז דא אין אייוועלט איז פארגעקומען א גראמען פארמעסט, און איך האב אויך געוואלט אנטייל נעמען, כאטש וואס טאלאנט איז נישט מיינס א זאך. כ'האב געטראכט לאנג, פראבירט שטארק, און צום סוף געשריבן א שטיקל אהן קיין גראמען אבער נאכאלס א שיינעם פוינט, עכ"פ אזוי מיינעך.

כ'האב זיי געבעטן, לייגטס עס אריין אפילו עס גראמט נישט, און זיי האבן מיר גע'שתיקה-כהודאה'ט א לאנגע צייט, און כ'האב זיך געפרייט.

יעצט אבער עפענען זיי די שטום בודקעס, און מיין שטיקל איז קיינמאל נישט ארויף!!! ואני אנה אני בא?!

דערפאר לייג איך עס דא, אין די נעקסטע תגובה, און קומטס אלע ארויס קעגן דעם דיעפ-סטעיט היפאקראטיע, דורכן עס ליינען און קאממענטירן, כאטש וואס שטומען איז ליידער נישט קיין אפציע...
אור מופלא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 305
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 24, 2020 2:28 am
לאקאציע: אין מירון והגלילות

Re: גילוי דעת - איך בין ענק נישט מוחל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור מופלא »

טייערע חברים, אפילו אויב איך קען טאקע נישט גראמען
ווייסעך נישט וויאזוי צו נעמען איין שורה מיטן צווייטן און באהעפטן צו...ם זאך
דאס קענען דאך נאר די אינגערלייט דא מיט פילע טאלאנטן
יעדער פאר זיך איז גאר א מפורסם, א באק...וועמע
מיינט אבער נישט דערפאר אז איך האב נישט וואס צו פארקויפן
פאר מיינע אינטרעסאנטע ידיעות טוט מיר יעדער נאכל...אקערן

איז לאמיר טאקע אנהייבן מיט א באקאנטע מאמר
איך זאג עס אהן קיין גראמען ווייל איך בין נישט קיין גרא...ף פאטאצקי
די הייליגע צאנזער רב פלעגט צו זאגן דעם ענין
ווען כ'בין געוועהן נאך יונג, אנגעהויבן בויען מיין ב...ית נאמן
געוואלט האב איך דאס גאנצע וועלט פאררעכטן
געמיינט איך קען מיט יעדעם איינעם פירן געפע...פערטע ויכוחים

מיט א גבורה פון א לייב, א שאגת אריה
א מסירות נפש ווי חנניה מישאל און אזא... פעסטקייט
מענטשעלעך וועקט אייך אויף, פון ענקערע מעשים וואס איז פשט
א דין וחשבון דארף מען אפגעבן אויף יעדן פר...ייז
טוישטס ענק ברודערלעך, פון די וועלט'ס אלע עקן
געמיינט אז זיי וועלן זיך פון מיר דער...ציטערט ווערן

יעצט ביים עלטער אבער טוה איך גוט פארשטיין
א כח צו טוישן האט מען נאר אויף זיך אל...ייכעם ועל בניכם
ביי זיך אליינס אין שטוב דארט זיך פארבעסערן כסדר
די מנהגים די קבלות, מיט די עסן, די מעשים, און די קליי...נע קינדער
הלוואי כאטש דארט יא האבן די ריכטיגע השפעה
אינוועסטירן ביי זיך אליינס איז די ריכטיגע השק...פה

איך וויל אבער ארויסברענגן מיט דעם יעצט א צווייטע נקודה
ס'איז וואויל באקאנט אז 'כעס' איז א שלעכטע מי...אוס'ע זאך
מענטשן זענען דערמיט אנגעשטעקט אזוי שווערליך
צו שטיין לעבן זיי בשעת הזעם איז ממש געפ...ארפול
יעדער דריטער מענטש קען זיי ארויסנעמען פון די כלים
שרייען אויף סיי וועמען, אידן און להבדיל א-ריי...ע אנדערע רעליגיעס

דער חזן וואס ציהט צו לאנג און דרייט געפארפול, ס'כאפט א ציטער
דער בעל קורא וואס האט זיך שוואך געגרייט, די מצב איז ב...זיונות
דער תמים וואס וויינט ווען מ'בעהט איהם נאר, קריכט אויפן געדולד
דער נודניק וואס פון זיין פארציע אין רעסטאראנט שיקט ער מיר א בי...לל
דער גולם וואס פיהלט אהן זיין קאווע ווי ביי הבדלה, און ס'רינט צו יעדע זייטל
דער חמור וואס שטעקט אריין זיין נאז צו זעהן די נאמען אויף מיין טלית ביי...ם דאווענען

דער וואס מארקעט א צדקה צוועק איז א פאלנער ליגענער
און דער וואס רופט מיר אויפן טעלעפאן אינמיטן נאכט איז א משו...מד
דער וואס שיקט מיר א לינק אין אימעיל, זאל איהם באטרעפן די שלאק
און אויב גאר א טעקסט מעסעדזש, אויף זיין קאפ א האק...עלע אפעראציע
דער וואס שאקעלט די מטבעות ווען איך בין כביכול פארטיפט אינעם סידור
און דער וואס 'קאנווינסד' מיר געבן 'חומש' איז א גרעסערע הי...פאקריט

די דרשן וואס רעדט צו לאנג, די שבע ברכות געמאכט פאר א לאסט
די מחותן וואס היפט מיר איבער ביים פארטיילן די ברכות, נישט ווי עס פאס...ירט געווענליך
די סערווירער וואס האט זיין אגודל אריינגעשטעקט אין מיין זופ טעלער
הע, איר האט שוין אוודאי אויך צוגעזעהן אזעלכע פע...רדן
די מצוה טאנץ וואס ענדיגט זיך פינעווער פאר קיין שום נארמאלע סיבה
דער משולח וואס מיינט כ'בין די מחותן און גיט מיר מזל טוב בכל לשון של... בקשה

די מקוה איד אוי ווי מ'דארף באזידלען ווען די האנטוכער זענען נאס
די קאר וואס פייפט העפטיג ווען איך גיי אריבער רואיג אינמיטן די גא...נצע סיטואציע
די גבאי וואס קען נישט טרעפן א בעל תפילה עפעס לייטיש
דער זקן וואס מוסר'ט מיר פארן שפעט דאווענען, ווייל ער איז דאך פארציי...כנט אלס צורודערט
דער קלאץ וואס בעהט מיר פונקט היינט פאר א היטש
דער פוילער האט איבערגעלאזט די שניי, האב איך געגעבן א גלי...קליכע אינגל מיין שאוול

נער הייתי גם זקנתי, געוואר געווארן האב איך אין טיפן עלטער
א שאד די אלע אויסברוכן, דערלייגט נעבעך אזויפיל רואיגע צייט אין געל...עגער
אזויפיל שעות האב איך זיך גערעגט אנשטאטס געלאכט
צום שיעור מיט א זויערע מינע געקומען יעדע נאכט נאך נאכט...מאל
אבער געטוישט האב איך קיינעם ממילא נישט
נאר איך אליין בין געבליבן אינגאנצן צומ...זיק'ט

יענער גייט ווייטער רופן, דער גייט ווייטער רייטן אויפן עולם
דער זיידע גייט ווייטער דרש'ענען אזויפיל שטותים ווי א גו...סס
טוישן קענסטו נאר ביי דיר אין מח אז ס'זאל דיר נישט שטערן
נישט אלעס דארפסו זעהן, נישט אלעס דארפסטו הע...צן
שלח-לח א לאך, און לאך דיר אויס, זאג צו דיר אזוי כנהוג
ווער נישט איבערגעהיצט, נאר האלט דיך רו...ם טעמפרעטור

איגנאריר זיי און צושמייכל זיך, ס'איז א SETTING אין דיין מח
אזוי וועט דיר יעדער קענען מיט דיין כו...סו כיסו וכעסו
אויב לאזטו נישט יענעם אריינדרינגן אין דיין הויז, פארוואס יא אין דיין הארץ
ווער זענען זיי בכלל צו מאכן דיין טאג אזוי שווא...כליך
ווען ס'פעלט זיך אויס, טוה דיר אהן אויערן שטאפערס און זון ברילן
און פיר דיין לעבן אזויווי עס איז דיין אמת'ע ווי...נטש

אפילו אויב עמיצער וויל דיר מיט א ווארט פארשעמען
ער טוט דיר נאכשרייען און אנרוהפן מיט פארשידענע נע...רווירנדע אויסדרוקן
דיין מח איז די קאנטראל-טורעם וואס דארף רשות געבן
צו די שטעכווארט מעג אין דיין הארץ לאנדן, און דיר דעקוטשען דיין לעב...ער
יענער האט בעלות אויף זיין מויל נישט אויף דיין הארצן טיעפן
ער וויל דיר מאכן בעצבות, אבער דו פארבלייבסט בשמחה ובגיל...ה

דיין גוטמוטיגקייט האלט אהן, דיין פרייד פריש און נישט פארדארבן
תנה בני לבך, ס'וועט זיין באוויליגט ווי א קר...טוב של דבש
האלט דיר שטארק ווי אייזן, פעסט ווי א פעלז
קיין חילוק צו דו ביסט פון סאטמאר, סקווירא אדער בע...רגסאז
אין מיט דעם גיי איך מיינע ווערטער געבן אן ענדיג
איך קען דאך נישט שטיין דא און רעדן פאר שטענד...ערס און ליידיגע זיצן
אור מופלא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 305
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 24, 2020 2:28 am
לאקאציע: אין מירון והגלילות

Re: גילוי דעת - איך בין ענק נישט מוחל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור מופלא »

דיסקלעימער:
כ'דערמאן זיך יעצט, אז צום סוף האב איך זיי געשריבן עפעס אנדערש אויך, און יענס האבן זיי יא אנגענומען.
סאו, ווייסטס וואס? כ'בין ענק יא מוחל!
אוועטאר
יקוש פייוויש
שר ששת אלפים
תגובות: 6651
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 16, 2021 12:34 pm

Re: גילוי דעת - איך בין ענק נישט מוחל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקוש פייוויש »

געפעפערטע נייעס
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5050
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: גילוי דעת - איך בין ענק נישט מוחל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

מ’האט נאר גענומען איינס פון א ניק
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5050
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: גילוי דעת - איך בין ענק נישט מוחל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

דו קענס צולייגן אפציעס צו שטימען אין דעם אשכול
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4214
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע: אין פעלד

Re: גילוי דעת - איך בין ענק נישט מוחל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

:lol: :lol: :lol:
גוט איז גוט!
לעצט פארראכטן דורך שלמה מולכו אום מיטוואך אוגוסט 25, 2021 1:20 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: גילוי דעת - איך בין ענק נישט מוחל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

און דער ניק וואס רייסט זיך אויף אויף עטליכע לעבעדיגע ניקים בריש גלי, איז א מ..... חיה נפשות

:lol: :lol: :lol: :lol:

שיגענער!!!!!
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
חלקי
שר האלף
תגובות: 1281
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 6:16 pm

Re: גילוי דעת - איך בין ענק נישט מוחל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלקי »

פיינע נייעס!
סהאט מיר גענומען גוטע פאר שורות צו כאפן די געדאנק!
א בחינה פון קריעטיוועטי שבקריעטיוועטי
מיין חלק אינעם שמועס...
אוועטאר
בלייב געזונט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4312
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 10:16 am

Re: גילוי דעת - איך בין ענק נישט מוחל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלייב געזונט »

גענומען א מינוט צו כאפן...

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
בניסן נגאלו בניסן עתידין ליגאל
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: גילוי דעת - איך בין ענק נישט מוחל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

חלקי האט געשריבן:פיינע נייעס!
סהאט מיר גענומען גוטע פאר שורות צו כאפן די געדאנק!
א בחינה פון קריעטיוועטי שבקריעטיוועטי

יאפ, פארגעסן צו רעדן פון די קרעיטיוויטי חלק. עס איז טאלאנט צו פראדוצירן אן ארטיקל וואס זאל אויסקוקן ווי איינער מאלט וואסער, אבער מיט א טיפערן בליק זעט מען א שטארקע נקודה, ארויסגעברענגט מיט אזויפיל הומאר און רייכער שפראך.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 791
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: גילוי דעת - איך בין ענק נישט מוחל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

איי איי איי דו ביסט געבענטשט... זייער זיס און הומאריסטיש
פארווייטאגט
שר האלפיים
תגובות: 2050
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 1:29 pm

Re: גילוי דעת - איך בין ענק נישט מוחל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארווייטאגט »

איך בין אויך פון די סארט וואס קען נישט גראמען, עס רעדט בכלל נישט צו מיר, (איך קען טאקע נישט!).
דערפאר בין איך בכלל נישט אריין אין די אשכולות פון דער פארמעסט, קיין איינס נישט געליינט, חוץ...... דער יעצטיגער אשכול.

דאס איז שוין טאלאנט.
און נאך ווי......

וואפ!

שכויח פאר מהנה צו זיין אויך אזעלכע ווי מיר - די נישט טאלאטנטפולע, - .

זייער שיין.
אוועטאר
בית לחם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 446
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2020 12:20 pm
לאקאציע: https://goo.gl/maps/dmKg7e6Dd8fEdKXg8

Re: גילוי דעת - איך בין ענק נישט מוחל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בית לחם »

עס ווארפט זיך מיר יעדע גליד
אור מופלא טענה'ט מען פארשעהמט א ... ניק
קומט ארויס מיט א גילו דעת
היתכן מען מאכט פון אים... חוזק

א מימרא פון צאנזער רב זכותו יגן
האט אויף דער עלטער געטון...אויסשמועסן
געמיינט האט ער אז ער וועט טוישן די וועלט
למעשה קען מען טוישן נאר ביי זיך אין... שטוב
אור מופלא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 305
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 24, 2020 2:28 am
לאקאציע: אין מירון והגלילות

Re: גילוי דעת - איך בין ענק נישט מוחל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור מופלא »

יישר כח אייך מגיבים נחשונים!

די פאוינט אין די ארטיקל איז נישט פשוט צו זאגן אן אנדערע גראם, וואס האט א געשמאקע [טעם]... געפיל

נאר ענדערשער זיך צו האלטן צום ווארט, נאר פארטוישן אינדערמיט. למשל:
זאגן א שיינע גראם. וואס האט א געשמאקע ט...אפיק.

אין געוויסע שורות טוישט עס די משמעות, למשל אין שורה:
דער וואס שאקעלט די מטבעות ווען איך בין כביכול פארטיפט אינעם סידור
און דער וואס 'קאנווינסד' מיר געבן 'חומש' איז א גרעסערע הי...פאקריט

אויב וואלט עס פארבליבן 'גרעסערע הידור' וואלט עס ארויפגעגאנגן אויפן געבן 'חומש'. יעצט אז ס'איז 'גרעסערע היפאקריט' גייט עס ארויף אויף דעם 'קאנווינסער'.

בקיצור...
אוועטאר
חלקי
שר האלף
תגובות: 1281
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 6:16 pm

Re: גילוי דעת - איך בין ענק נישט מוחל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלקי »

אור מופלא האט געשריבן:יישר כח אייך מגיבים נחשונים!

די פאוינט אין די ארטיקל איז נישט פשוט צו זאגן אן אנדערע גראם, וואס האט א געשמאקע [טעם]... געפיל

נאר ענדערשער זיך צו האלטן צום ווארט, נאר פארטוישן אינדערמיט. למשל:
זאגן א שיינע גראם. וואס האט א געשמאקע ט...אפיק.

אין געוויסע שורות טוישט עס די משמעות, למשל אין שורה:
דער וואס שאקעלט די מטבעות ווען איך בין כביכול פארטיפט אינעם סידור
און דער וואס 'קאנווינסד' מיר געבן 'חומש' איז א גרעסערע הי...פאקריט

אויב וואלט עס פארבליבן 'גרעסערע הידור' וואלט עס ארויפגעגאנגן אויפן געבן 'חומש'. יעצט אז ס'איז 'גרעסערע היפאקריט' גייט עס ארויף אויף דעם 'קאנווינסער'.

בקיצור...

פאר גראמען קען מען נעמען א ביכל. פאר פאזיע דארף מען נוצן געפיל. פאר דעס וואס די האסט געטון דארף מען נוצן קאפ און מוח. וועל דאן!
מיין חלק אינעם שמועס...
בעל מדרגה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3875
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 11:51 pm
לאקאציע: ביים גמרא

Re: גילוי דעת - איך בין ענק נישט מוחל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מדרגה »

;l;p- ;l;p- ;l;p-

גוטע ארבעט! אפשר אפילו בעסער ווי אסאך עכטע גראמען...
אויב זיכט איר א גוטע אקאונטענט, קאנטעקט מיר אין אישי, אדער שיקט א אימעיל צו [email protected].
Surface
שר חמש מאות
תגובות: 677
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 14, 2013 10:29 pm

Re: גילוי דעת - איך בין ענק נישט מוחל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Surface »

בעל מדרגה האט געשריבן:;l;p- ;l;p- ;l;p-

גוטע ארבעט! אפשר אפילו בעסער ווי אסאך עכטע גראמען...

אפשר בעסער? זיכער בעסער!
די מופלא'דיגע אור ווערט נאר גר... עסער,
די שורות אויבנאויף ליינט זיך אינגאנצן צוחישט,
דערווייל, טאלאנט און הומאר הערליך אויס... געמישט.
דער אור, אין די פינטעלעך אזוי מופלא'דיג באהאלטן,
שיין געשריבן, אסאך אידן געטוהן אינטער... האלטן.

שרייט'ס נישט!
כ'ווייס אז וואס איך האב געטוהן קיין קונץ ס'איז נישט,
אזוי זעהט אבער אויס ווען מ'קען ...נישט :grin:
Prime Free Trial
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases
בעל מדרגה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3875
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 11:51 pm
לאקאציע: ביים גמרא

Re: גילוי דעת - איך בין ענק נישט מוחל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מדרגה »

Surface האט געשריבן:
בעל מדרגה האט געשריבן:;l;p- ;l;p- ;l;p-

גוטע ארבעט! אפשר אפילו בעסער ווי אסאך עכטע גראמען...

אפשר בעסער? זיכער בעסער!
די מופלא'דיגע אור ווערט נאר גר... עסער,
די שורות אויבנאויף ליינט זיך אינגאנצן צוחישט,
דערווייל, טאלאנט און הומאר הערליך אויס... געמישט.
דער אור, אין די פינטעלעך אזוי מופלא'דיג באהאלטן,
שיין געשריבן, אסאך אידן געטוהן אינטער... האלטן.

שרייט'ס נישט!
כ'ווייס אז וואס איך האב געטוהן קיין קונץ ס'איז נישט,
אזוי זעהט אבער אויס ווען מ'קען ...נישט :grin:


:lol: :lol: :lol:

א ווערטל אויף א ווערטל...
אויב זיכט איר א גוטע אקאונטענט, קאנטעקט מיר אין אישי, אדער שיקט א אימעיל צו [email protected].
בעל מדרגה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3875
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 11:51 pm
לאקאציע: ביים גמרא

Re: גילוי דעת - איך בין ענק נישט מוחל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מדרגה »

בדוו, עס איז אמאל ארומגעפארן א ווידיא פון ארי אברהאמאוויטש ביי א חתונה ווי ער מאכט אזלעכע גראמען...
אויב זיכט איר א גוטע אקאונטענט, קאנטעקט מיר אין אישי, אדער שיקט א אימעיל צו [email protected].
אוועטאר
אומר אני
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 25, 2021 5:05 pm

Re: גילוי דעת - איך בין ענק נישט מוחל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אומר אני »

;l;p- ;l;p-
געוואלדיגע ארבעט! גליינט, געלאכט, און הנאה געהאט, עס האט מיר אביסל דערמאנט פון פעלדמאן-לאנגזאם ביי אינטערן שטיהל, איך גלייב אז מער קאפ איז אריין אין די ווערטער וואס צו שרייבן אשטאט די גראם ווי די גראמען אליין, איך שטים פאר דעס! טאקע א 'אור מופלא'.
מיט א רואיגקייט
הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: גילוי דעת - איך בין ענק נישט מוחל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר גריזים »

מלא מלא טאלאנט! WOWOW!!
אוועטאר
מעכל קנעכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7129
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 27, 2021 9:31 pm
לאקאציע: קעגן איבער

Re: גילוי דעת - איך בין ענק נישט מוחל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעכל קנעכל »

הערליך שיינע פוינט אזוי אמת.

און די קריעטיוויטי דערצו איז געוואלדיג!
מערערע מאל מיר אויסגעפלאצט.

יישר כח.
חחח...
אוועטאר
מעכל קנעכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7129
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 27, 2021 9:31 pm
לאקאציע: קעגן איבער

Re: גילוי דעת - איך בין ענק נישט מוחל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעכל קנעכל »

און נאך א מזל דו קענסט נישט גראמען.

ווען יא וואלט עס געווען פלעינע גראמען...
חחח...
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8012
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: גילוי דעת - איך בין ענק נישט מוחל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-

דאסי שוין נעקסט לעוול טאלאנט, קריעטיוו און הומאריסטיש!!

שוין געהערט עטליכע מאל דעם סארט געדאנק געוויס, אבער קיינער איז נאך נישט צוגעקומען צו דיין פי...נטל!!
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”