וויאזוי מאניש'ט מען א מאניש?

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מאניש בנבנשתי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5403
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 01, 2015 12:26 pm
לאקאציע: אין מיין גוף

וויאזוי מאניש'ט מען א מאניש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאניש בנבנשתי »

ווער איז מאניש?

צוויי שיינע אויגן האט ער, עס לייכט ווי די זון, זיינע אויגן לאזן א שיין ביז גאר ווייט, עפעס אזא הדרת פנים, ממש א פראכט! די אויגן ברעמען העכער די צוויי אייגעלעך, אוי מען קען דאך צאמפאלן פון זייער געשטאלט, אבער עס שטעלט זיך נישט אפ דא, כאפ נאר א בליק אויף זיין נאז, א כלילת יופי, די שפיץ דארטן, איך האב בכלל נישט דעם פעדער זיי אראפצומאלן, די שפראך איז צו ארים עס אראפצוגעבן, דעם שפיץ, אה! די ריפלעקשאן וואס דאס געבט, עפעס מורא'דיג! ווען ער קומט ארויף דעם בארג זעהט מען אים אלץ מיט א שמייכל! די צורה איז געוואלדיג! שוין פארוואס נייגעריג מאכן?! איך רעדט נישט פון מאניש יעצט, איך רעדט פון די לעצטע ווערסיע פון די טיאטא סיענע! אדרבה, כאפ א בליק אויפן פאדערשטן געזיכט, איך גיי אתרוגים פאר דעם!

הכלל צוריק צו מאניש, ווער איז שוין דער מאניש? און וויאזוי מאניש'ט מען אים?

גייט אלץ מיט אן איבערגעדרייטן שטאפן הוט, מער טונקל הויטיג, שיינע בעקעלעך וואס רינען איבער אלע גבולים, אביסל פינטעלעך אויפן פנים (פרעקל'ס בלע''ז) ארום און ארום, נישט געפערליך, ממש א ברכה צו מאכן, אבער דעס איז נאכאלץ נישט מאניש, דעס איז א פשוט'ע בראויני קאפ קעיק מיט ספרינקעל'ס!

אקעי, גענדיגט מיט די דברי כיבושין, ווער איז טאקע מאניש? איז אזוי, האסט געווארט אזוי שיין ביז יעצט, וועל איך דיר זאגן.

אבער פאר איך געב ארויס מיין אידענטיטעיט, לאמיר מאכן א שטיקל עקסערסייז, און נאכן דורכגייין דעם גאנצן עקסערסייז ביזן ענדע, וועסטו קענען האבן א שטיקעלע באגריף ווער מאניש איז.

די ערשטע זאך עפען אויף דיין מויל, גרויס! אויב האסטו זיך נישט געבראשט די ציין דאן טוה עס נישט אין פובליק! איצטערט לאמיר זעהן אויב די קענסט אויסצוהן דיינע באקן אין די ברייט, געב זיי א שלעפ צו די ברייט, אט אזוי, נאך אביסעלע! בוזט שוין כמעט דארטן, געב מער פלאץ, זייער שיין, נאך איין קליין ביסעלע, ניין מאניש איז נישט א דענטיסט! האסט נישט געכאפט!

איי דער שמייכעלע! דאס איז דאך אזוי געשמאק! עס איז די בעסטע גוט מארגן פאר דיינע חברים! און געס וואט, עס איז אויך די בעסטע גוט מארגן פאר דיינע שונאים! איי דער שמייכעלע! דאס איז אזא טייערע חפץ, עס האט דערהאלטן אזויפיל אידן ביים לעבן דורכאויס די ביטערע וועלט מלחמה, איי דער שמייכעלע! דאס איז דאך ווערט אלע געלטער, דער גרעסטער גביר אויב האט ער נישט דעם שמייכעלע פעלט אים אלעס! די גרעסטע ארימאן אויב האט ער דעם שמייכעלע האט ער אלעס! איי דער שמייכעלע! בוזט מיין בעסטע פריינד! אן אמתדיגער ידיד פאר'ן מענטש, ער העלפט מיר זיין געזונט, ער העלפט מיר צו מיין שלום בית, ער העלפט מיר מחנך זיין מיינע קינדער, ער העלפט מיר האבן אן אנגענעמע סביבה, איי דער שמייכעלע! דו קומסט מיר צוניץ ביי די שווערסטע צייטן, דער בעסטער אנטי-ביאטיק דער שמייכעלע! איך קען אפילו טוהן מיט דעם שמייכעלע א גמילות חסד פאר א אידן, עס קומט דאך אזויפיל צוניץ ביים רעדן מיט א צובראכענעם יתום ל''ע, אדער אפילו סתם א צובראכענע איד, איי דער שמייכעלע! בוזט דער בעסטע מתנה וואס מען קען האבן ביים לערנען א שטיקל גמרא מיט א געשמאק! אטא דאס איז מאניש! און אט אזוי מאניש'ט מען א מאניש!


*******

עטליכע האבן שוין געפרעגט איבער מיין חתימה, איז לכבוד דעם 500'סטן תגובה, וועל איך פותר חלום זיין די פשט פון קיטובער מגיד, ראשית איך האב ארומגעזוכט א קהילה וואס האט נאכנישט א געהעריגע רבנות מען זאל נישט קענען האבן קיין טענות אויף מיר, מעזיבוז, בארדיטשוב, ליזענסק, צאנז, קאסוב, אלעס איז פארנומען שוין, איך ווײס נישט פארוואס קיטוב איז עפעס געבליבן אויסגעשפילט צווישן אלע שטעט פון די תלמידי בעל שם, הכלל האב איך געקלערט איך ווייס דאך באמת נישט אין כיתה ווער איך באלאנג, האב איך געקליבן בשעתו יאר'ן צוריק דעם חתימה, אבער כדי נישט צו פוגע זיין אין די הייליגע שרפי קודש דער הייליגער בעל שם ותלמידיו, האב איך באשלאסן צו משנה צורה זיין מיין חתימה, צו אב''ד ור''מ פה כיתה ווער יצ''ו
לעצט פארראכטן דורך מאניש בנבנשתי אום דינסטאג אוגוסט 03, 2021 12:41 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אב''ד ור''מ קרעפלעך והגלילות יצ''ו

געב צוריק דאס געלט פאר'ן רבי'ן, די רבי ער זאגט נישט קיין ליגענט..(קרעדיט: מיכאל ע''ה.)

מיינע באקן זענען נישט פארגליווערט, ווייל איך מאך דערמיט איבונגען כסדר..

קרעפלאך והגלילות

דער שיעור שטיבל
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

Re: וויאזוי מאניש'ט מען א מאניש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

זעענדיג אז מאניש'נס פעדער איז פריש נאס פון טינט גיבט מען א בליק איבער זיינע אקסלען אריין אין זיין בויגען און מ'ווערט קיינמאל נישט אנטוישט.
אוועטאר
פרישע קוגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3014
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא

Re: וויאזוי מאניש'ט מען א מאניש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישע קוגל »

;l;p- ;l;p-
גוט? נעע.. גאר גוט? אויך נישט… מאסיוו! דאס איז עס!
מאניש בוסט גוטע נייעס!
הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: וויאזוי מאניש'ט מען א מאניש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר גריזים »

פיין צאמגעשמייכעלט!!
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8012
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: וויאזוי מאניש'ט מען א מאניש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

מאניש ביסטו אריינגעקומען דא ווי רוח שאינה מצויה... איינס נאכן דריטן... וואף אידאס סחורה!!

געלאכט, געפלאצט, געשמייכלט, געששונט, געשמחה'וועט, וכו' וכו'
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17132
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: וויאזוי מאניש'ט מען א מאניש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

געמאנישט!!

כ'מיין צו זאגן.. געצויגן די לעפצן..
חוח בין השושנים האט געשריבן:
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”