מוטשע דעך…!

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פרישע קוגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3014
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא

מוטשע דעך…!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישע קוגל »

אין א גרויסע ישיבה אין ארץ ישראל מיט ארום פערציג יאר צוריק, דרייט זיך ארום דער משגיח ר׳ נטע און שעפט נחת פון די בחורים וואס זיצן און הארעווען אויף תורה.

די ישיבה איז באקאנט אלץ א פלאץ ווי מען אטעמט דעם אויבערשטען א גאנצן טאג, דער משגיח ר׳ נטע איז א הויפט פאקטאר דערצו, ווען מיט זיין ערליכקייט און תמימות באגלייט ער און איז כסדר מחזק די בחורים צו לערנען און דינען דעם אויבערשטען.

איין טאג זיך ארומדרייענדיג אין בהמ״ד צווישן די חברותות קומט צו אים צו א בחור און בעט דעם משגיח אויב ס׳וואלט געווען שייך צו כאפן א שטיקל שמועס איבער א וויכטיגער ענין. זיכער, ענטפערט ר׳ נטע, ער וועט זיך פרייען צו העלפן יעדן בחור ווען אימער.

די קאנטראסט צווישן די צוויי - דער בחור שלמה און דער משגיח ר׳ נטע - איז געווען מערקבאר, ווארום דער שלמה איז געווען אן אויסלענדישע בחור פון ארגעטינע, אלס קינד איז ער פאר'יתומ'ט געווארן פון זיין טאטע און ער איז געקומען לערנען קיין ארץ ישראל. און נעבן אים שטייט דער משגיח ' א ריכטיגער ירושלים׳ער פארצייטישע איד.

שלמה האט געקענט א פיינעם אידיש, אבער נאר דאס… מיט א געשטיקטע שטימע הייבט ער אן צו דערציילן פארן משגיח אז ער קומט פון ארגעטינע ווי ער איז אלעמאל געווען א גוט פאלגזאם קינד, זיין טאטע האט עם איבער געלאזט ביי די דריי יאר, ער האט ביז די פופצן יאר געוואוינט אליין מיט זיין מאמע אין ארגענטינע, ביז זיין געטרייע מאמע האט באשלאסן אים צו שיקן קיין ארץ ישראל אין א ישיבה ער זאל אויסוואקסן א תלמיד חכם אזויווי זיין טאטע איז געווען.

די פראבלעם איז אבער געווען - פארציילט שלמה ווייטער - אז איך האב קיינמאל נישט באמת געלערענט דארט אין ארגענטינע. איך בין געווען פאלגזאם און ערליך, געלערנט אביסל חומש און געדינט דעם אויבערשטן מיט תמימות און זייענדיג א יתום האט מיר קיינער קיינמאל געטשעפעט אדער געזאגט וואס צו טון.

איך בין אנגעקומען אהער קיין ארץ ישראל מיט פינעף יאר צירוק, איך בין שוין יעצט אין מיין דריטע ישיבה דא אין לאנד אבער איך הייב נישט אן צו קענען לערנען… איך האב טאקע די בעסטע חברותות, איך זיץ אנטעקגן איבער זיי און איך שאקל מיט די קאפ און מיט די הענט, אבער איך פארשטיי נישט קיין מילה אחת וואס עס קומט פאר ארום מיר…

מיין מאמע וויל מיר זען אלס תלמיד חכם, איך זיץ שוין פינעף יאר אין ישיבות און איך פאפ ארום מיט יעדעם איינעם, וואס וועט זיין דא?

"משגיח טייערע" פירט ער אויס מיט טרערן אין די אויגן, ״איך קען נישט לערנען…״

ר׳ נטע קוקט אים אן, ער פארשטייט נישט וואס ס'קומט דא פאר, די קענסט נישט לערנען?! כפארשטיי נישט וואס דאס מיינט... ״שלמה״ רופט ער זיך אן מיט זיין ארץ ישראל׳דיגן אקצענט, ״ דו קענסט נישט לערנען?! ״מוטשע דעך!״ ס׳געיט נישט אזעי… מען ברויך זיך מוטשענען…"

שלמה קוקט אן דעם משגיח און ער ווייסט נישט וואס ער וויל פון אים. משגיח טייערע, איך מוטשע זיך שוין פינעף יאר, איך זיץ ביי א גמרא פערצן שעה א טאג. איך בין גרייט זיך צו מוטשען וויפל עס פעלט אויס, אבער קיינער האט מיר קיינמאל נישט אויס געלערנט לערנען. קיינער האט מיר קיינמאל פארשטיין געגעבן וויאזוי מען טיישט אפ א תוספות, וואס הייסט מוטשע דיך?

ר׳ נטע לאזט זיך אבער נישט, ״שלמה, מוטשע דיך… אז דו וועסט זיך מוטשענען וועסטו קענען…״

שלמה טראכט צו זיך א מינוט און בעט די משגיח צו קומען מיט אים צו זיין שלאף צימער. זיי גייען אריין, שלמה שלעפט ארויס א בריוול פון זיין לעדל וואס ער האט באקומען פון זיין מאמע פון ארגענטינע און ער בעט די משגיח ער זאל עס אפליינען.

ר׳ נטע קוקט אריין אין דעם בריוו און ער ווייסט נישט וואס עס האט אים באטראפן. ״דאס איז דאך געשריבן אין ספאניש וויאזוי זאל איך עס קענען ליינען?"

״משגיח״ רופט זיך שלמה אן, ״מוטשע דיך…״

***

מען טרעפט זיך אמאל אין א מצב ווי מען ווייסט נישט וויאזוי צו גיין ווייטער, אמאל איז עס אין לערנען, אמאל איז עס אין ביזנעס, אמאל איז עס בין אדם לחברו, און אמאל בין איש לאשתו.

אסאך מאל ברויך מען זיך טאקע מוטשענען, אבער אמאל פעלט פשוט א יסוד. מען האט קיינמאל געלערנט. מען גייט און מען פלאפלט נאך וואס יענער טוט/זאגט און מען געט זיך נישט קיין עצה.

געדענק: ווען עפעס גייט נישט, כאפ א בליק אויף די יסוד, אסאך מאל דארף מען זיך גיין עפעס אויסלערנען און נישט סתם נאכזאגן די חברותא.
כתוב וחתום
שר האלפיים
תגובות: 2168
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 23, 2021 12:47 pm

Re: מוטשע דעך…!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתוב וחתום »

פרישע, גאר גוט… שרייב עפטער, איך האב זיך ממש באלעקט מיט דעם ארטיקל…
אוועטאר
פרינדזשעס..
שר האלף
תגובות: 1535
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 08, 2018 4:27 pm
לאקאציע: מונקאטש

Re: מוטשע דעך…!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרינדזשעס.. »

כתוב וחתום האט געשריבן:פרישע, גאר גוט… שרייב עפטער, איך האב זיך ממש באלעקט מיט דעם ארטיקל…
גילוי דעת
שלא יאמרו מדשתקי רבנן שמע מינה ניחא להו,
זענען מיר מוחה אויף כבוד התורה!

ולא חרבה ירושלים אלא שביזו בה תלמידי חכמים.
אוועטאר
בשעה שיש
שר האלף
תגובות: 1201
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 26, 2018 5:35 pm
לאקאציע: עולם החלומות

Re: מוטשע דעך…!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשעה שיש »

איך שטיי אין 'מוטשע זעך' וואספארא קאמפלימענט אריין צו שליידערן פארן פרישען ווארעמען קוגל.. אהה... איר רעד דאך אזוי צום זאך די ברענגסט ארויס א שטארקע נקודה! הערליך זאפטיג! אין דער געבוי איז אויך נישט אוועק צו-מאכן! יישר כח!
לעולם חשבתי יותר משדברתי
ודברתי יותר ממה שכתבתי!
אוועטאר
קאקאש קעיק מיט מילך
שר האלפיים
תגובות: 2921
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 28, 2019 3:29 pm

Re: מוטשע דעך…!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאקאש קעיק מיט מילך »

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
פיינע ווארימע קוגל דעיס!
געבאקן נאך פסח תשפ"ב
מר קאפלאווסקי
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 27, 2021 9:58 am
לאקאציע: אינעם מצוה מענטשי'ס שאכטעל

Re: מוטשע דעך…!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מר קאפלאווסקי »

איבער פרישע קוגעל ליינט זיצעך בעסער
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3635
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

Re: מוטשע דעך…!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלט מאנרא »

זאפטיג
שטארק הנאה געהאט
המול לכם כל זכר, און הימל געדענקט מען אלעס.
אוועטאר
חלקי
שר האלף
תגובות: 1281
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 6:16 pm

Re: מוטשע דעך…!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלקי »

איך זע נישט וואס די שעמסט דיר מיט דעם נאמען! דאס איז דאך ריכטיג פרישע קוגל.
מיין חלק אינעם שמועס...
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4214
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע: אין פעלד

Re: מוטשע דעך…!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

מוטשע דעך…!
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.

דערמאנט א זיסע מעשה,

געוועהן אמאל א חשובע רב וואס איז געפארן קיין קאנאדא צו א שמחה ביי אחד מבני קהלתו,
אינמיטן וועג פרעגט דער דרייווער דעם רב, פארוואס גייט דער רב צו צום עמוד די הייליגע טעג?
דער רב איז דאך נישט דער בעסטער בעל תפלה, פארוואס פעלט עס אויס?
זאגט דער רב, כשלעצמי וואלט איך שוין לאנג אויפגעגעבן דעם עמוד, אבער וואס קען איך טוען,דער עולם מוטשעט שטארק...

ס׳גייט דורך עטליכע שעה און פלוצים קומט דער קאר צו א האסטיגע אפשטעל, דער דרייווער רופט זיך אן,
רב לעבן כ׳קען נישט מער דרייוון, יעצט זאל דער רב מוחל זיין איבערנעמען דעם רעדל, דער רב קוקט איהם אן מיט וואונדער,
ביסט נאריש? כ׳קען דאך נישט דרייוון, זאגט דער דרייווער נו איז וואס? איך מוטשע שטארק...
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
כתוב וחתום
שר האלפיים
תגובות: 2168
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 23, 2021 12:47 pm

Re: מוטשע דעך…!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתוב וחתום »

שלמה, ;l;p-
אוועטאר
שמחת עולם
שר חמש מאות
תגובות: 842
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 7:35 am

Re: מוטשע דעך…!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחת עולם »

גאר גוט ;l;p-

יישר כח!
זייטיגע נאטיץ
"שבע יפול צדיק וקם"
נישט אלעמאל האט מען די ברירה, מען מוז זיך דרייען אויפן געוועב וועגן פרנסה וכדו', שבע יפול צדיק...
אבער ...דאט.קאם(com.) - עס מוז זיך ענדיגן מיט ...וקם!
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17148
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: מוטשע דעך…!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

;l;p- ;l;p-
יגעת ומצאת!!
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9902
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: מוטשע דעך…!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

הערליך הערליך!!!

ריכטיגע נקודה!!!
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: מוטשע דעך…!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

זייער גוט...

מוטשע דעך....
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
אוועטאר
מעכל קנעכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7129
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 27, 2021 9:31 pm
לאקאציע: קעגן איבער

Re: מוטשע דעך…!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעכל קנעכל »

הערליכע מעשה

צו פארשטיין די נמשל פונקטליך דארף מען זאגן: מוטשע דעך וועסטו פארשטיין..
גראדע האב איך אפאר נמשלים אויף דעם
חחח...
אוועטאר
לייטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9019
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

Re: מוטשע דעך…!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייטער »

ווי איז די לייק קענפל
מעסיוו אראפגעלייגט די מעשה אז כהאב ממש מיטגעוויינט מיטן בחורל און די שטארקע פוינט וואס די ברענגסט ארויס
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: מוטשע דעך…!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

פרישע קוגל האט געשריבן:

גוט גוט!
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף

שלמה מולכו האט געשריבן:דערמאנט א זיסע מעשה,

געוועהן אמאל א חשובע רב וואס איז געפארן קיין קאנאדא צו א שמחה ביי אחד מבני קהלתו.

אינמיטן וועג פרעגט דער דרייווער דעם רב, פארוואס גייט דער רב צו צום עמוד די הייליגע טעג? דער רב איז דאך נישט דער בעסטער בעל תפלה, פארוואס פעלט עס אויס?
זאגט דער רב, כשלעצמי וואלט איך שוין לאנג אויפגעגעבן דעם עמוד, אבער וואס קען איך טוען,דער עולם מוטשעט שטארק...

ס׳גייט דורך עטליכע שעה און פלוצים קומט דער קאר צו א האסטיגע אפשטעל, דער דרייווער רופט זיך אן, רב לעבן כ׳קען נישט מער דרייוון, יעצט זאל דער רב מוחל זיין איבערנעמען דעם רעדל, דער רב קוקט איהם אן מיט וואונדער, ביסט נאריש? כ׳קען דאך נישט דרייוון, זאגט דער דרייווער נו איז וואס? איך מוטשע שטארק...

;l;p- :lol:
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
שמואלי לענעראוויטש
שר האלף
תגובות: 1781
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 19, 2021 11:10 am

Re: מוטשע דעך…!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואלי לענעראוויטש »

פרישע קוגל האט געשריבן:

;l;p- ;l;p-
די ביסט לעצטנס געפארפול! זעהט אויס עס האצעך געלוינט צו איינהאנ---- שמואלי סטאפ!!
אוועטאר
Airplane
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 22, 2021 10:40 am

Re: מוטשע דעך…!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Airplane »

יישר כח!
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: מוטשע דעך…!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

@פרישי!!! ;l;p-
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
עולם הפוך
שר חמש מאות
תגובות: 724
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 16, 2020 11:01 am

Re: מוטשע דעך…!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם הפוך »

פריש אראפגעלייגט, פריש דעטאלירט, פריש ארויסגעברענגט מיט א פרישע חידוש ווי נאר @פרישע קוגל קען.

שרייב אפטער.
אוועטאר
פרישע קוגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3014
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא

Re: מוטשע דעך…!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישע קוגל »

כתוב וחתום האט געשריבן:פרישע, גאר גוט… שרייב עפטער, איך האב זיך ממש באלעקט מיט דעם ארטיקל…

טענקס.

פרינדזשעס.. האט געשריבן:
כתב וחתום האט געשריבן:פרישע, גאר גוט… שרייב עפטער, איך האב זיך ממש באלעקט מיט דעם ארטיקל…

פאר דיר אויך

בשעה שיש האט געשריבן:איך שטיי אין 'מוטשע זעך' וואספארא קאמפלימענט אריין צו שליידערן פארן פרישען ווארעמען קוגל.. אהה... איר רעד דאך אזוי צום זאך די ברענגסט ארויס א שטארקע נקודה! הערליך זאפטיג! אין דער געבוי איז אויך נישט אוועק צו-מאכן! יישר כח!

למעשה האסטעך אנייצע געגעבן… שכח פאר דיר!

קאקאש קעיק מיט מילך האט געשריבן:;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
פיינע ווארימע קוגל דעיס!

;l;p- א שמייכל איז אלעמאל עקסעפטעד

מר קאפלאווסקי האט געשריבן:איבער פרישע קוגעל ליינט זיצעך בעסער

נאכנישט פראבירט, אבער מאכט אסאך סענס..

אלט מאנרא האט געשריבן:זאפטיג
שטארק הנאה געהאט

שכח פאר די פעידבעק

חלקי האט געשריבן:איך זע נישט וואס די שעמסט דיר מיט דעם נאמען! דאס איז דאך ריכטיג פרישע קוגל.

סתם פאר דיין נאליזש, איך גלייך נישט קיין קוגל.
קאמפלעמענטס גלייך איך יא.. שכח!

שלמה מולכו האט געשריבן:דערמאנט א זיסע מעשה,

געוועהן אמאל א חשובע רב וואס איז געפארן קיין קאנאדא צו א שמחה ביי אחד מבני קהלתו,
אינמיטן וועג פרעגט דער דרייווער דעם רב, פארוואס גייט דער רב צו צום עמוד די הייליגע טעג?
דער רב איז דאך נישט דער בעסטער בעל תפלה, פארוואס פעלט עס אויס?
זאגט דער רב, כשלעצמי וואלט איך שוין לאנג אויפגעגעבן דעם עמוד, אבער וואס קען איך טוען,דער עולם מוטשעט שטארק...

ס׳גייט דורך עטליכע שעה און פלוצים קומט דער קאר צו א האסטיגע אפשטעל, דער דרייווער רופט זיך אן,
רב לעבן כ׳קען נישט מער דרייוון, יעצט זאל דער רב מוחל זיין איבערנעמען דעם רעדל, דער רב קוקט איהם אן מיט וואונדער,
ביסט נאריש? כ׳קען דאך נישט דרייוון, זאגט דער דרייווער נו איז וואס? איך מוטשע שטארק...

:lol: :lol: גוט גוט!

שמחת עולם האט געשריבן:גאר גוט ;l;p-

יישר כח!

סעים טו יא

אוראייניקל האט געשריבן:;l;p- ;l;p-
יגעת ומצאת!!

א שטיקל סתירה מיט מיין מעשה באט די צוויי גרינע פארווישט דאס…

פופציגער האט געשריבן:הערליך הערליך!!!

ריכטיגע נקודה!!!

יאפ. א דאנק

יש לו מנה האט געשריבן:זייער גוט...

מוטשע דעך....

אה… יש לו… אוי מוטשעט מען זיך…

מעכל קנעכל האט געשריבן:הערליכע מעשה

צו פארשטיין די נמשל פונקטליך דארף מען זאגן: מוטשע דעך וועסטו פארשטיין..
גראדע האב איך אפאר נמשלים אויף דעם

אדרבה, שרייב דיינע נמשלים

לייטער האט געשריבן:ווי איז די לייק קענפל
מעסיוו אראפגעלייגט די מעשה אז כהאב ממש מיטגעוויינט מיטן בחורל און די שטארקע פוינט וואס די ברענגסט ארויס

די לייק קנעפל איז אויפן וועג זאגן זיי. אלנפאלס, שכח פאר דיין פיעדבעק!

שמואלי לענעראוויטש האט געשריבן:
פרישע קוגל האט געשריבן:

;l;p- ;l;p-
די ביסט לעצטנס געפארפול! זעהט אויס עס האצעך געלוינט צו איינהאנ---- שמואלי סטאפ!!

סטאפ נישט… גיי ווייטער, דער עיקר מאך זיך וויסענדיג..
אז מ׳רעדט שוין, געפארפול בין איך אייביג געווען, האסט פשוט מיר קיינמאל נישט אויסגעהערט..

Airplane האט געשריבן:יישר כח!

אמן. וכן למר

שטומפיג האט געשריבן:@פרישי!!! ;l;p-

מיינסט אז פרישי וועל איך ענדערש גלייכן ווי פרישע קוגל? נאט סוי שאאר… די גרינע גלייך איך זיכער..

עולם הפוך האט געשריבן:פריש אראפגעלייגט, פריש דעטאלירט, פריש ארויסגעברענגט מיט א פרישע חידוש ווי נאר @פרישע קוגל קען.

שרייב אפטער.

אה… עולם הפוך, א קאמפלימענט פון דיר איז ווערט עפעס.
ווען נערווען איז א אייטעם אין גראסערי וואלט איך אפשר געשריבן אפטער..
אוועטאר
נישט פשוט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3356
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 1:12 pm

Re: מוטשע דעך…!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט פשוט »

This is something special ! !
!!THANK YOU BANAA#
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”