אייוועלט רוקט זיך פאראויס - שרייבער אויסגאבע! - הערות והארות

אידישע וועלט אויסגאבעס און מאגאזינען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
tesla
שר האלפיים
תגובות: 2875
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2020 7:37 pm

Re: אייוועלט רוקט זיך פאראויס - שרייבער אויסגאבע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך tesla »

wow wow wow
גאט זאל דיר בענטשן
אוי איך בין דער קעניג פין דער וועלט
אוועטאר
לייטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9019
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

Re: אייוועלט רוקט זיך פאראויס - שרייבער אויסגאבע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייטער »

הערליך נישט דא קיין ווערטער און שכוח פאר דיין ארבעט און פאר אלע וואס האבן דיר געהאלפן( אויב איינער האט בכלל געהאלפן.. )

איך טראכט אז מעגליך אסאך פון די שרייבער ווייסן נישט גארנישט ווי שיין זייער ארטיקל איז געגאנגען אין א הערליכע פארמאט סא אפשר איז כדי איינער זאל זיי צעטירן
אוועטאר
אחשוורוש דער דריטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3999
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 3:05 pm
לאקאציע: שבע ועשרים ומאה מדינה...

Re: אייוועלט רוקט זיך פאראויס - שרייבער אויסגאבע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחשוורוש דער דריטער »

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
ווי קען מען אריין שיקן ארטיקלען?
גייט עווענטשעלי געלינקט ווערן א יעדע ארטיקל צו זיין מקור אין אייוועלט??
איינע פון די הנאות פון ליינען די ארטיקלען דא אויף אייוועלט איז אז די ליינסט נישט קיין דעה יחידה פון א שרייבער וואס ווען ער שרייבט עפעס וואס איז דורש הערה/הגהה וכו’ קענסטו בלייבן מיט די צונג אינדערויסן און מקסימום זיך אנרופן ”יויש רעדט ער שטותים”.... משא”כ ביי אונזער אייוועלטל קען איעדער קאמאנטירן און מעיר זיין און אזוי צומאל ווערן ארטיקלען קלארער און שנער פון די מקור.
כה לחי!!
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: אייוועלט רוקט זיך פאראויס - שרייבער אויסגאבע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

אמת'דיג גערעדט.. איך שוין די טינט אויך. מסתמא אויב ס'וואלט געווען ווייניגער אנגעפאקט די גרעפיקס וואלט איך עס יא ארויסגעפרינט. אבער דיגיטאל ליינט זיך עס טאקע זייער געשמאק מיט די הערליכע גרעפיקס.
אוועטאר
חכם ממה נשתנה
שר האלף
תגובות: 1147
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 08, 2015 8:26 pm
לאקאציע: א גאנצע צייט אינטער די השפעה פון די אפיקומן

Re: אייוועלט רוקט זיך פאראויס - שרייבער אויסגאבע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חכם ממה נשתנה »

WOW א הערליכע ארבייט

איך האב נישט געוויסט אז עס איז דא נאך מענטשן וואס קומען נישט אן צו ליינען...

שוין ארויסגעפרינט...

איך וויל נאר פארשלאגן אפאר געדאנקען
א. אז עס וואלט געווען ראטזאם צו שיקן צו די שרייבער צו מגיה זיין און ארויסלייגן א דראפט למשל דאנערשטאג ווי די הגהות קען נאך ווערן פאראכטן פאר די זעלבע וואך
ב. שיקן אויף אימעל וואלט נישט געווען א שלעכטע געדאנק
ג. איך פארשטיי אז עס ליגט אסאך ארבייט אין דעם, אויב מען זעט אז עס איז שווער ארויס צוקומען יעדע וואך, וואלט איך רעקאמנדירט צו מאכן א אויסשטעל איינמאל און פראבירן צו אטאמטיזירן די פרצעדור (אפשר אן גראפיקס צו שפארן טינט)

ישר כח פאר די עונג שבת
חכם מה הוא אומר.. (הגדה של פסח)
אוועטאר
חכם ממה נשתנה
שר האלף
תגובות: 1147
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 08, 2015 8:26 pm
לאקאציע: א גאנצע צייט אינטער די השפעה פון די אפיקומן

Re: אייוועלט רוקט זיך פאראויס - שרייבער אויסגאבע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חכם ממה נשתנה »

אויך קען מען לייגן יעדע וואך איין אלטע ארטיקל פון אלטע זאכן
חכם מה הוא אומר.. (הגדה של פסח)
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

Re: אייוועלט רוקט זיך פאראויס - שרייבער אויסגאבע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

געוואלדיג שיין, ייש"כ מרובה
איך פול גוט, זיך צו געפינען דערינען, קלאר ס'געבט א געשמאק צו גיין ווייטער

שוין געפרינטעט

ייש"כ הרב איינס, וכל העומדים לימינו
חן חן לכם
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
פרישע קוגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3014
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא

Re: אייוועלט רוקט זיך פאראויס - שרייבער אויסגאבע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישע קוגל »

Wow, א הערליכע מעכטיגע ארבעט!
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 767
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: אייוועלט רוקט זיך פאראויס - שרייבער אויסגאבע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

איינס! מאסיוו! כ׳קען א גוטע אפאר אירע וואס מוטשען זיך יעדע וואך צאמצוקלויבן די גוטע ארטיקלעך פון אייוועלט יעדע וואך. שכרך הרבה מאוד! ביוטעפול גראפיקס ווי אלעמאל.
מען וועט עס ארויספרינטען אויף נעקסטע וואך שבת… כ׳האב נישט קיין פרינטער אין די קאנטרי…
[email protected]

אמאל האט מען גענוצט ניגונים מעורר צו זיין די געפילן בשעת עבודת הבורא, מען האט נישט געניצט דעם בורא פאר עבודת הגעפילן - פרידן
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: אייוועלט רוקט זיך פאראויס - שרייבער אויסגאבע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

@איינס, ס'דאך אפנארמאל וואס דו האסט געמאכט (און דו נעמסט ניטאמאל קרעדיט...) איך האב שטארק הנאה דערפון, שוין דאונלאודעד. מיין פרינטער איז פשוט צעבראכן.

איך גיי אויס פון התפעלות. גיי ווייטער אן. זאל דיר דער אייבערשטער באצאלן כפל כפלים.
אוועטאר
מתיא בן חרש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 304
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 21, 2020 4:22 pm

Re: אייוועלט רוקט זיך פאראויס - שרייבער אויסגאבע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתיא בן חרש »

WOW!!!!

דאס איז מאסיוו!!
אויב איר שפירט איך קען זיין בייהילפיג מיט עפעס קענט איר אלץ שיקן א אימעיל צו kakeroach&[email protected]
אוועטאר
א קליינע וועלט!
שר חמש מאות
תגובות: 509
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2020 9:33 pm

Re: אייוועלט רוקט זיך פאראויס - שרייבער אויסגאבע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א קליינע וועלט! »

;l;p- ניין.. ;1@ אויך נישט. 'צו אויסגעדראשענע celebrations צו ניצן פאר אזא עפאכע..'

thank you 'איינס' און יעדער 'איינער'
וואס האט אריינגעשטעקט א קאלט פינגער!!!
ס'איז נישט נארמאל..

אפשר קען מען עס באקומען אויף אימעיל יעדע וואך? ס'וואלט נישט געוועהן קיין שלעכטע איידיע
נאך אביסל דארף מען שוין אפילו נישט אריינקומען אין דעם אשכול.. נעקסטע וואך העט שוין זיין א "בריוון צום רעדאקציע" אפטיילונג אין די גליון..
אוועטאר
מקווה איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7626
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 4:53 pm

Re: אייוועלט רוקט זיך פאראויס - שרייבער אויסגאבע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקווה איד »

יעצט געפרינט העמיר האבן וואס צו ליינען שבת א דאנק
#איך-פארק-מענטשליך
אוועטאר
מעכל קנעכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7129
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 27, 2021 9:31 pm
לאקאציע: קעגן איבער

Re: אייוועלט רוקט זיך פאראויס - שרייבער אויסגאבע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעכל קנעכל »

א קליינע וועלט! האט געשריבן:אפשר קען מען עס באקומען אויף אימעיל יעדע וואך? ס'וואלט נישט געוועהן קיין שלעכטע איידיע
נאך אביסל דארף מען שוין אפילו נישט אריינקומען אין דעם אשכול.. נעקסטע וואך העט שוין זיין א "בריוון צום רעדאקציע" אפטיילונג אין די גליון..

;l;p- גוט גוט..
חחח...
אוועטאר
היסטאריש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3985
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: אייוועלט רוקט זיך פאראויס - שרייבער אויסגאבע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

Wow. א מעכטיגע איידיע, און עס נאך אויספירן אויך.

שוין דאונלאודעד, און גיימיר עס אי'ה פרינטן.
הערליכע דזשאב געמאכט.

שכח איינס און יעדער וואס האט ארויסגעהאלפן. האפמיר נאר אז ס'וועט אנהאלטן יעדע וואך, און זיך נאר פארברייטערן
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
מים חיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4973
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: אייוועלט רוקט זיך פאראויס - שרייבער אויסגאבע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים חיים »

א ריזיגע יישר כח כבוד הרב אברהם איינס
זייער הנאה געהאט פון אלעס, די אויסלייג, יעדע זאך אויף אן עקסטערע בלאט, די פרישע נעמען, די אויסוואל, די סדר, די אויסשטעל אויפן בלאט, די ארויסלאזן די אייוועלט רעפערענס

אפאר הערות,
די עם טי אי ווארטזאגער דארף נישט איבער זאגן די זעלבע זאך אזוי פיל מאל...
פאר ביסלי שמו וכדו' וואלט געקענט שטיין ב' שמ' וכו'

--
אן אינטערעסאנטע זאך האב איך אויפגעכאפט,
איינע פון די מעלות פון אייוועלט איז אז מקוקט נישט אן די שרייבער לויט זיין נאז, הייך, ברייט, שמעק, קאליר, וכו' נאר אויף זיין שרייבן
למעשה איז אפילו דא מיט די צייט באקומט מען אויף יעדעם א געוויסע בליק, עדווייס פון יודל און א גוט ווארט פון קליין האט א ספעציעלע חשיבות וכדו', און א נייע שרייבער קוקט מען סתם אזוי אן אביסל אזוי ווער ביסטו
יעצט האב איך הנאה געהאט פון דעם פאקט אז איך האב נישט געקענט עס אפ'פסק'ענען באלד נאכן זען ווער די שרייבער איז
אוועטאר
מים חיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4973
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: אייוועלט רוקט זיך פאראויס - שרייבער אויסגאבע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים חיים »

איז דא ערגעץ ווי איך קען זען לינקס צו אלע ארטיקלען צו קענען קאמענטירן?

אפשר קען מען לייגן לינקס אין דער מפתח אן דעם וואס מען זאל דערקענען אז סאיז לינקס ווען מען דרוקט עס ארויס
אוועטאר
א קליינע וועלט!
שר חמש מאות
תגובות: 509
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2020 9:33 pm

Re: אייוועלט רוקט זיך פאראויס - שרייבער אויסגאבע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א קליינע וועלט! »

און יעצט די after שבת rate!

ס'איז געוועהן געוואלדיג!!!
נאך קיינמאל געהאט אזא שבת! שכח אלע שרייבערס
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: אייוועלט רוקט זיך פאראויס - שרייבער אויסגאבע! - הערות והארות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

א גוטע וואך א מזל'דיגע וואך און א געבענטשטע וואך!


צום ערשט וויל איך מיר באדאנקען פאר די אלע וואס האבן געגעבן פידבעק, הן אין פובליק און הן אין אישי (איך דענק נישט איך זאל האבן באקומען אזויפיל אישיס אין איין קורצן פרייטאג..)
איך האב נישט גחלומט דער עולם גייט דאס אזוי שטארק אויפנעמען, זעהט אויס איך האב אביסל אונטערגעשאצט די איידיע... איבער 50 אידן האבן דאס ארויס געפרינט, און קרוב צו נאך 30 האבן געשריבן אז זיי וואלטן געוואלט פרינטן נאר נישט געהאט די יכולת. און דאס איז נאר אין איין פרייטאג, לכאורה נעקסטע וואך וועט שוין זיין מער...

גייען מיר ווייטער און מיר לאזן זיך אריין אין דעם גאלאפ, ווי יעדער האט געזעהן איז געפלויגן פלענער פון אלע זייטן, סאו לאמיר מאכן דא אביסל סדר און זיך אויסשומעסן אינאיינעם.

די איידיע איז געבוירן ביי אסאך אידן אין מח.. איינער פון זיי הנקרא כתוב וחתום האט מחליט געווען מ'גייט טוען למעשה, ער האט געקאנטעקט ידידינו ערעב קאפל וואס האט איהם צוגעפירט צו פופציגער, די דריי האבן אנגעהויבן פלאנען. האט מען מיר אנגעפרעגט איבער די גרעפיקס און דא בין איך אריינגעקומען.

למעשה איז די פלענער געווען אהער אהין, אבער וויבאלד דער הויפט ציל איז געווען צו נעמען די ארטיקלען וואס ווערן שוין עני וועי געשריבן, נאר נישט יעדער קומט אן צו ליינען, זאל מען זיי צאמקלאפן לפונדק אחד אז מזאל קענען ארויס פרינטן און ליינען משכן שבת. און דערפאר האט מען ארויס געלייגט א אויסגאבע מיט א נמען וואס מהאט מחליט געווען פון אין מינוט צום צווייטן, און די הגה ווי יעדער האט געזעהן איז אויך געווען כנוסח איינס....

משך די קומענדיגע וואכן וועט מען אי"ה צולייגן נאך און נאך אפטיילונגען און קאלומס, שענער מאכן די גרעפיקס, אויסאברעטן א מהלך פאר הג"ה וכו'

שוין געשריבן אין צווייטן אשכול: אזוי ווי סקומט אריין זייער אסאך הצעות איז שווער צו נאכלויפן יעדן, אבער האלט זיך נישט אפ פון אריינקומען מיט הצעות, מוועט אי"ה אנקומען צו אלעס, און מיטן אויבערשטנס הילף און יעדנס מעשים טובים וועט מען קענען דעליווערן איינס און אזעלעכס, און אפילו טאקע גיין נעקסט לעוול פאר א געפרינטע אויסגאבע, אבער לאמיר נישט כאפן קיין הייסע לאקשן, נתנהלה לאטינו לרגל המלאכה ובשם השם נעשה ונצליח!
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
א קליינע וועלט!
שר חמש מאות
תגובות: 509
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2020 9:33 pm

Re: אייוועלט רוקט זיך פאראויס - שרייבער אויסגאבע! - הערות והארות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א קליינע וועלט! »

Thank you so much איינס!
We can't thank you enough
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9223
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

Re: אייוועלט רוקט זיך פאראויס - שרייבער אויסגאבע! - הערות והארות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

דאס איז געווען "איינס" און א גוטס!

געליינט שבת, און געגעבן צו ליינען פאר אנדערע, שמחתי ושימחתי אחרים עמי.. דער עולם האט זיך מחי' געווען דערמיט.

און א הערצליכן ישר כוח פאר אלע אנדערע אשר ידם היתה במעל(ה) הזה.. "כתוב וחתום", "קאפל" (ווייסמיר נאכנישט וועם דאס מיינט, צו קאפעלע, קאפיל כ"ץ, אדער אפשר גאר "נשמה שבמוחי"... גיי ווייס!..), און "פופציגער".

אייער ארבעט איז גאר אפריציעטירט!
---
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: אייוועלט רוקט זיך פאראויס - שרייבער אויסגאבע! - הערות והארות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

בשבילי נברא האט געשריבן:דאס איז געווען "איינס" און א גוטס!

געליינט שבת, און געגעבן צו ליינען פאר אנדערע, שמחתי ושימחתי אחרים עמי.. דער עולם האט זיך מחי' געווען דערמיט.

און א הערצליכן ישר כוח פאר אלע אנדערע אשר ידם היתה במעל(ה) הזה.. "כתוב וחתום", "קאפל" (ווייסמיר נאכנישט וועם דאס מיינט, צו קאפעלע, קאפיל כ"ץ, אדער אפשר גאר "נשמה שבמוחי"... גיי ווייס!..), און "פופציגער".

אייער ארבעט איז גאר אפריציעטירט!

שבילי, דאסאמאל בלייבסטו מיט אונז!!!

שוין יארן וואס איך בעט דיר צו שרייבן, דיין שפראך איז נעקסט לעוול, אבער קיין אשכול פון דיר האבן מיר נאכנישט זוכה געווען צו האבן.. (די זוך האט געפונען 1 רעזולטאט), יעצט גייסטו נעמען אויף דיך א אפטיילונג (אזא געדאנקען איידיע...) און דער עולם וועט זיך באסמאקעווען!
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: אייוועלט רוקט זיך פאראויס - שרייבער אויסגאבע! - הערות והארות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

איינס ייש"כ

ווער איז דאס מענדל פעפער?
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
רעים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7309
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 2:29 pm
לאקאציע: אישי
פארבינד זיך:

Re: אייוועלט רוקט זיך פאראויס - שרייבער אויסגאבע! - הערות והארות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעים »

מומחה יוחס האט געשריבן:איינס ייש"כ

ווער איז דאס מענדל פעפער?

לכאורה מענדל נאך דיין אוועטער...
לקוטי בתר לקוטי
צו טון א אידן א טובה... בפרט ברוחניות...
~איך זיך א דזשאב~
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: אייוועלט רוקט זיך פאראויס - שרייבער אויסגאבע! - הערות והארות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

רעים האט געשריבן:
מומחה יוחס האט געשריבן:איינס ייש"כ

ווער איז דאס מענדל פעפער?

לכאורה מענדל נאך דיין אוועטער...

איך האב געזיכט א פען נאמען איז מיר דאס ארויף געקומען וועגן דיין אוועטאר
אדרבה אויב האסטו א אנדער נאמען לאמיר וויסן
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
שרייב תגובה

צוריק צו “אייוועלט פרעזענטירט”