וויין וויין הארציגער ברודער וויין!!....
וואו ביסטו??? וואו זענען מיר???
וואו אהין ביסט געגאנגען????
די הארץ איז פארטעמפט, די געפילן פארשטייפט, גארנישט גייט נישט, עס דרייט זיך נישט רעכטס, עס דרייט זיך נישט לינקס, מ'שטייט פארגליווערט, נישטא קיין מחשבות, נישטא קיין דיבורים, נישטא גארנישט!!!! גארנישט!!!! גארנישט!!!!
.................................................................................
..................................................................................
..................................................................................
..................................................................................
..................................................................................
..................................................................................
...................................................................................
.....................................................
מער ווי דעם איז נישט שייך ארויסצוברענגען......
וואס איז דען שייך צו זאגן?....
הייליגער באשעפער דערבארעם זיך שוין אויף אונז!!
ווילאנג נאך? ווילאנג נאך וועלן מיר זיצן דא אין גלות און דערלעבן אזעלכע שווערע מאמענטן? ווילאנג וועט מען אונז נאך דארפן שלאגן ביז מיר וועלן זיך אויפוועקן?
א טייערער בחור'ל, א חסידיש קינד, נפש נקי וצדיק, געדינט דעם אויבערשטן און געלערנט פלייסיג אין זיינע יונגע יארן, אזוי יונג אוועקגעריסן....
א חתן פאר די חתונה, א צובראכענע צושאסענע משפחה, שוין ליידער נישט די ערשטע צרה וואס באטרעפט דעם שטוב, מיטגעמאכט אזויפיל די לעצטע האלבע יאר, אומגעהויערע געדאנקען וואס לייגט זיך ניטאמאל אויפן שכל, און אצינד אזא פראסק אין סאמע ברען פון געזיכט????....
רבונו של עולם, מה נאמר ומה נדבר, מיר פארשטייען נישט דיינע מעשים, מיר האבן נישט קיין פינטעלע השגה אין דיין וועלט פירערשאפט, אזויפיל אבער יא, זעה מיר זאלן זיך קענען מחזק זיין, מיר זאלן קענען ארויסנעמען די ריכטיגע שריט וואס מיר האבן צו טון, העלף אונז!!!! שטרעק אויס דיינע הענט ווייל מיר ווילן צו דיר שפרינגען, קיין אנדער וועג גייט נישט!!! נישטא אזאנס אין באטראכט, יעדער איד וויל זיין גוט, נעם אונז שוין צוריק אויף דיינע אקסלען, און באווייז דיינע ישועות אפענערהייט.
וויין וויין הארציגער ברודער וויין!!....
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- נארמאליזעם
- ראש הקהל
- תגובות: 21044
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
- לאקאציע: אין מיין בעט
Re: וויין וויין הארציגער ברודער וויין!!....
גאר הארציגע דיבורים
וואס נאך האבן זיי מיטגעמאכט?
וואס נאך האבן זיי מיטגעמאכט?