טיפס צו זיין א שיינער בעל תפילה

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

טיפס צו זיין א שיינער בעל תפילה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

געווארן אפגעטיילט פון אן פארברענגען אשכול. ותשוח"ח פארן אחראי וואס האט דאס מסדר געווען.
---

איך האב גראדע אסאך הערות צו זאגן פאר בעלי תפילה וואס וואס ווילן אראפלייגן א שיינעם דאווענען. אבער ווייס איך נישט צו דא איז צוגעפאסט פאר דעם.. אבער ארויס פון בויך דארף ער עניוועי גיין.. סא יאללא...

די ערשטע זאך איז, "זיי רואיג און ווייס וואס דו טוסט". נערוועזיטעט איז דער שליסל פאר א צופראסקעטע דאווענען. זיי מחליט מתחילה אז יעצט איז דער עמוד דיינס, און דו דאווענסט וויאזוי דו פילסט ס'קומט. און וויפיל דו ביזט באקוועם. קיינמאל זאלסטו נישט טוען קיין שטיקלעך וואס דו ביזט נישט באקוועם אז דו ווייסט הונדערט פראצענט וואס דו טוסט.

זינג נישט קיין "ממקומך" נאר אז דו פילסט באקוועם אז דו ווייסט אז דער עולם קען דעם ניגון. און אויב דו פלאנסט צו פארזינגען דעם ניגון, מאך זיכער אז דו קענסט עס גוט זעצן אויף די ווערטער. הייב קיינמאל נישט אן צו אוועקדרייען מיט די "האפענונג" אז דו וועסט שוין טרעפן דעם וועג ארויס. "ווייס" דיין נוסח, און זאג עס מיט א פעסטקייט. רוק דיך נישט ארויף און נישט אראפ. זיי מחליט מתחילה וואס דו ווילסט יא אדער נישט מאכן, און צו דעם האלט דיך מיט א רואיגקייט.

"זאג קלאר". איינע פון די סאמע יסודות וואס מאכן א שיינע בעל תפילה. איז זיין חיתוך הדיבור. איך מיין נישט ווי שנעל ער קען כיפערן.. נאר ווי "קלאר" ער זאגט ארויס די ווערטער. זעה אז דו זאלסט פילן דיינע ביידע ליפן ווען דו דאווענסט. לייג אביסל "לחץ" אויף די כלי הדיבור. ווען דו זאגסט א מ"ם זאלן די ליפן זיין צוזאמגעפרעסט. (מיט רחמנות... צופיל איז נישט געזונט בגשמיות וברוחניות...) און דאווען מיט א "ברייטע מויל". עפן עס גרויס. דאווען גרויס. אז איינער זאגט קלאר ארויס די ווערטער, גייט עס מער אריין אין הארץ. ס'ווערט בעסער דערהערט. אפילו אויב ער זאגט נישט דעם בעסטן נוסח. איינער וואס דאווענט אונטערן נאז, "הערט" מען נישט, אפילו ער דאווענט א שיינעם נוסח.

"דרייע קלאר". דרייען דארף א שטארקע תיקון ביי אסאך בעלי תפילה. דער יסוד איז אלעמאל די זעלבע. "ווייס יעדע קליינטשיקע תנועה פונקטליך וויאזוי און פארוואס דו טוסט עס". טראכט, צו אויב דו וואסלט אויסגעצויגן דעם דריי, וואלסטו געקענט זאגן יעדער נאוט, און ס'וואלט געמאכט סענס, אדער ס'וואלט זיך געהערט ווי דער וואש מאשין בשעת'ן זיך אויסלעשן... ענדערש דרייע ווייניג, אבער יעדער דריי זאל זיין אין פלאץ. איך מיין אז דאס איז פון די סאמע יסודות וואס מאכט איין נוסח מער געשמאק פונעם צווייטן. ענדערש דרייען ווי ווייניגער, אבער דער צוהערער זאל קענען אידענטיפייען יעדע קנייטש און תנועה. ער זאל "הערן" פונקטליך וואס דו טוסט. פאפ אים נישט אויס....

"דאווען פיל".
עפן דיין שטימע. ברייט. א ברייטע שטימע הייטערט אויף דעם עולם. א גוטע פולע שטימע ברענגט אריין א פרישקייט. אויב דער שטימע איז צוקוועטשט, איז עס פארשלאפן.

"דאווען אין א גוטע טאן". דאס איז בעצם א המשך צו די פריערדיגע זאך. דאווען אויף א "פילע" טאן. נישט צו הויעך און נישט צו שטיל. נישט ווי איינער וואס וויל אנשרייען זיין אינגל וואס האלט אינמיטן מאכן טענטראמס... און נישט ווי איינער וואס לערנט חומש רש"י פאר זיך אליין... זאג נארמאל הויעך. און פעסט.

בנוגע דעם טאן. מ'דארף געדענקן, אז נאך אלעם דארף מען זיך זעלבסט אליין טראסטן. ווען דו פילסט אז דיינע שטים בענדער זענען צו איבערגעשטרענגט. שעם דיך נישט און גיי אראפ א טאן. אויב דו פילסט אז דו געסט זיך נישט גענוג אויס. ס'איז דא אין דיין הארץ מער ווי דאס וואס דו געסט ארויס. ס'איז צו לייכט. גיי ארויף א טאן. דו ביזט א מענטש ווי יעדער. און וואס דו קענסט קענען רוב מענטשן. חוץ אויב דו ביזט א 'באַס' אדער א 'טענאר', דהיינו אז דו ווייסט אז דיין רעינדזש גייט העכער אדער נידעריגער ווי רוב מענטשן.

און דאס איז פאר ווער ס'קען. פרוביר צו האלטן די דיינעמיקס פון דיין שטימע אייניג. ווי מער אייניג דיין שטימע לויפט, אלץ מער סמוד און קלארער הערט זיך עס. פרוביר אז ס'זאל נישט קראצן. אסאך מאל ווילן מענטשן דאווענען "מיט א פולע שטימע", אבער עס גייט שוין טא מאטש, און ער פארלירט קאנטראל... און ס'קראצט און גריצלט. אויב דאס איז די קעיס.. ציה איין אביסל. ווי אויך פרוביר אז די הויעכקייט פון דיין שטימע זאל בלייבן די זעלבע. איך רעד נישט פון די "טאן", איך רעד פון די וואליום.
לעצט פארראכטן דורך ממוצע אום מיטוואך יולי 28, 2021 6:57 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

Re: אונזערע הערות צו בעלי תפלות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

דארף מען עס לייגן ביין עמוד אין שול.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: אונזערע הערות צו בעלי תפלות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

סאכדעס האט געשריבן:דארף מען עס לייגן ביין עמוד אין שול.

ס'איז גענוג אז די בעלי תפילות באטראכטן נישט דעם שויתי דארט..
חוח בין השושנים האט געשריבן:
הקולמוס שלי
שר האלפיים
תגובות: 2645
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 03, 2020 8:01 am
לאקאציע: אומאן!

Re: אונזערע הערות צו בעלי תפלות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הקולמוס שלי »

;l;p-
אוראייניקל האט געשריבן:
סאכדעס האט געשריבן:דארף מען עס לייגן ביין עמוד אין שול.

ס'איז גענוג אז די בעלי תפילות באטראכטן נישט דעם שויתי דארט..
ווען א איד וואלט געוואוסט וואס מיינט א איד, וואלט ער געשפרונגען מיט שמחה תמיד!

משיח…? למספרם!
אוועטאר
עומד מן הצד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3393
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 2:18 pm

Re: אונזערע הערות צו בעלי תפלות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עומד מן הצד »

;l;p- ;l;p-

זייער קלאר, אבער פארוואס אין פארברענגען??, דאס פארדינט אן אשכול ביי די אקטיווע.
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: אונזערע הערות צו בעלי תפלות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

ש'כח מורינו הרב @סאכדעס, @קאפעלע (מזל טוב) דער סענטער פיעס... און דער @עומד מן הצד.

גיי עפן אן אשכול.. (בניגון ידוע.. מיט די אויגן ברעמען אויף ארויף, און אזא נישטיגע שאקל מיט קאפ פון פון רעכטס אויף לינקס[פרוביר נישט ברבים, משום גילוי])

ס'עט שוין גוט זיין...
אוועטאר
איידעלער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 310
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 08, 2021 2:40 pm

Re: טיפס צו זיין א שיינער בעל תפילה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איידעלער »

א גוטן,
איך בין איינער וואס האט ליב און קען נוסח
אין איך ענדזוי אריינצוווארפן שיינע שטיקלעך ביים ברעטל, איז מיין שאלה וואזוי וייס איך אז איך פאף מיר נישט ?
וויאזוי ווערט מען געוואר צו דער עולם האט באמת הנאה צו נישט?
דער עולם זאגט'עך נישט דעם אמת, ווער האט אן עצה?.
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: טיפס צו זיין א שיינער בעל תפילה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

איך מיין אז די טיפס זענען נישט אייניג פאר יעדעם. איינער איז שנער ביים דרייען, א צווייטער ביים ארויפציען און א דריטער ביים ענדיגן...

איך קען גוטע בעלי תפילה וואס מאכן נאך אנדערע גוטע בעלי תפילה, אבער דאס איז זייער חורבן. יעדע שטימע איז אנדערש, יעדעמ'ס קרעכץ איז אנדערש און איינער קען גוט דרייען אבער א צווייטער וועט פארן אףף טאן מיט די זעלבע קנייטשן. איינער וועט זיך הערן שענער ביים אויסציען ווערטער און דער צווייטער וועט גאר נערוועז מאכן. איין נוסח איז נישט אלץ געמאכט פאר צוויי מענטשן.

הכלל, מ'קען קיינמאל נישט וויסן. בעסטע איז ווען מ'האט א מבין (וואויס טיטשער איז די בעסטע, אז נישט איז א גוטער חבר, ברודער אויך גוט) וואס זאגט קלאר וואס יא און וואס נישט. אויב נישט ווייסט מען קיינמאל נישט.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
מאניש בנבנשתי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5382
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 01, 2015 12:26 pm
לאקאציע: אין מיין גוף

Re: טיפס צו זיין א שיינער בעל תפילה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאניש בנבנשתי »

איידעלער האט געשריבן:א גוטן,
איך בין איינער וואס האט ליב און קען נוסח
אין איך ענדזוי אריינצוווארפן שיינע שטיקלעך ביים ברעטל, איז מיין שאלה וואזוי וייס איך אז איך פאף מיר נישט ?
וויאזוי ווערט מען געוואר צו דער עולם האט באמת הנאה צו נישט?
דער עולם זאגט'עך נישט דעם אמת, ווער האט אן עצה?.


זינג די שטיקלעך ביים שווער אינדערהיים, ער וועט דיר שוין זאגן דעם אמת......
אב''ד ור''מ קרעפלעך והגלילות יצ''ו

געב צוריק דאס געלט פאר'ן רבי'ן, די רבי ער זאגט נישט קיין ליגענט..(קרעדיט: מיכאל ע''ה.)

מיינע באקן זענען נישט פארגליווערט, ווייל איך מאך דערמיט איבונגען כסדר..

קרעפלאך והגלילות

דער שיעור שטיבל
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: טיפס צו זיין א שיינער בעל תפילה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

גאנץ גוטע טיפס ממוצע. דער וויכטיגסטער טיפ איז אבער: זיי אמת'דיג מיט דיר אליין צו דו קענסט אדער נישט. אויב נישט, קוק נישט די אנדערע טיפס...
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
איידעלער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 310
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 08, 2021 2:40 pm

Re: טיפס צו זיין א שיינער בעל תפילה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איידעלער »

מאניש בנבנשתי האט געשריבן:
איידעלער האט געשריבן:א גוטן,
איך בין איינער וואס האט ליב און קען נוסח
אין איך ענדזוי אריינצוווארפן שיינע שטיקלעך ביים ברעטל, איז מיין שאלה וואזוי וייס איך אז איך פאף מיר נישט ?
וויאזוי ווערט מען געוואר צו דער עולם האט באמת הנאה צו נישט?
דער עולם זאגט'עך נישט דעם אמת, ווער האט אן עצה?.


זינג די שטיקלעך ביים שווער אינדערהיים, ער וועט דיר שוין זאגן דעם אמת......

גלייב מיר איך האלט שוין נאכדעם :oops:
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8573
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

Re: טיפס צו זיין א שיינער בעל תפילה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

טיפ;
אויב ווייסט איר נישט די חילוק צווישן ברכו/ופרוש פון שלש רגלים און ימים נוראים, איז דער מערבית ברעטל נישט געמאכט פאר אייך.
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
עטרת תפארת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 321
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 18, 2021 3:15 pm

Re: טיפס צו זיין א שיינער בעל תפילה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עטרת תפארת »

איך הייס ביים עולם און מיין שול א גוטע בעל תפילה.. (איך זינג אויף חתונות) אבער איך טוה כל טצדקי אויף די וועלט נישט צו צוגיין צום עמוד....
וואס קען איך טוהן נישט צו אזוי שטארק מורא האבן פון די עמוד...
און ניין ביי חתונות בין איך נישט אזוי אונגעצויגן ווי ביים עמוד..
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17780
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: טיפס צו זיין א שיינער בעל תפילה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

אויב דער ציבור קאמפלימענטירט דיר 'צו שטארק' צריך בדיקה אחריך...
אוועטאר
א גוטן
שר האלף
תגובות: 1350
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 19, 2016 3:07 pm

Re: טיפס צו זיין א שיינער בעל תפילה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גוטן »

@ממוצע האט ארויסגעברענגט שטארקע טיפס אבער איך וויל צולייגען אז ווען מען מאכט א שיינעם דריי מאך זיכער אז עס קומט ארויס נעטראל און סמאאד, מאך זיכער אז דיין קאלירוטור ערלויבט עס. ווייל יענער האט געזאגט די תנועה און דער עולם האט הנאה געהאט מיינט נאך נישט אז ביי דיר וועט עס אויך אזוי זיין, אויב קומט עס נישט ארויס סמאאד און נעטראל וועט דער עולם שפירן ווי די גייסט סתם אויף די נערווען.

דאווען מיט א בעטעדיגע שטימע, טראכט למשל פון יאסעלע. ווען די ווילסט ארויסברענגן א תנועה און מען דארף ארויף ציען, מאך מיט די האנט א בעטעדיגע תנועה און די תנועה פון מויל וועט ארויס קומען סך שטערקער, און דער עולם וועט עס שפירן. דברים היוצאים מן הלב נכנסים ללב.

אויב איז דא געוויסע חלקים אין דאווענען וואס די האסט נישט עפעס ספעציעל ארויס צוברענגען, מאך עס ווי שנעלער. סתם אויסציען ווערטער גייט דעם עולם אויף די נערווען. ביי הויך שמו״ע פון שחרית שבת ויו״ט פון אתה קדוש ביז המברך את עמו ישראל בשלום מאך עקספרעס, חוץ די פאר באקאנטע תנועות ווי למשל ביי ישמחו עאאאאם מקדשי שביעי אדער וטהר ליייביינו.
Hello, Hola, Bonjour, Hallo, Ola, Ahoj, Χαίρετε, مرحبا, א גוטן, שלום
אוועטאר
איידעלער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 310
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 08, 2021 2:40 pm

Re: טיפס צו זיין א שיינער בעל תפילה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איידעלער »

מיסטעריעז האט געשריבן:טיפ;
אויב ווייסט איר נישט די חילוק צווישן ברכו/ופרוש פון שלש רגלים און ימים נוראים, איז דער מערבית ברעטל נישט געמאכט פאר אייך.

כ'קען די חוליק אין אויך די חילוק צווישן מחיה המתים פאר נקדישך און פאר כתר און אויך קדיש צווישן טל און נעילה
ווי געזאגט נוסח קען איך גוט
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7783
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

Re: טיפס צו זיין א שיינער בעל תפילה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

טיפ:
האב אינזין פירוש המילות און לאז דיין קול טוהן דאס זייניגע.

וויאזוי באווייזט מען דאס?
לערן פירוש המילות פון תפילות וואס עס קומט דיר אויס צו דאווענען (בעצם לערן פירוש אויף אלעם..)

ווען דו ווייס פראנאויס אז דו גייסט פארדאווענען זאג עס איבער פאר דיר מיט די נוסח, בפירוש המילות.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6378
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: טיפס צו זיין א שיינער בעל תפילה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

איידעלער האט געשריבן:כ'קען אויך די חילוק צווישן מחיה המתים פאר נקדישך און פאר כתר

וואס איז דער חילוק? קיינמאל נישט געהערט א חילוק צווישן די צוויי
אוועטאר
קאפעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5640
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 25, 2020 11:59 pm
לאקאציע: בעדפארד סטייוועסענט נ.י.

Re: טיפס צו זיין א שיינער בעל תפילה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאפעלע »

דניאל אויערבאך האט געשריבן:
איידעלער האט געשריבן:כ'קען אויך די חילוק צווישן מחיה המתים פאר נקדישך און פאר כתר

וואס איז דער חילוק? קיינמאל נישט געהערט א חילוק צווישן די צוויי

די ערשטע גייט מחיה המ-י-י-יתים (מער אויף אראפ..), די צווייטע גייט מחי-י-ה המתים (ארויף...) פארשטייסט?...
לינק?
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4132
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: טיפס צו זיין א שיינער בעל תפילה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

איידעלער האט געשריבן:
מיסטעריעז האט געשריבן:טיפ;
אויב ווייסט איר נישט די חילוק צווישן ברכו/ופרוש פון שלש רגלים און ימים נוראים, איז דער מערבית ברעטל נישט געמאכט פאר אייך.

כ'קען די חוליק אין אויך די חילוק צווישן מחיה המתים פאר נקדישך און פאר כתר און אויך קדיש צווישן טל און נעילה
ווי געזאגט נוסח קען איך גוט

דאס זענען בעיסיקס.
כאטש אסאך 'בעלי תפילה' מעגן מאכן חזרה אויפן חילוק פון די מחיה המתים'ס.

די 'מחיה המתים' פון שחרית שטימט מיטן 'נקדישך'. בטעם התחתון.
'מחיה המתים' פון מוסף איז ווי 'כתר', בקול רם.
אוועטאר
איידעלער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 310
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 08, 2021 2:40 pm

Re: טיפס צו זיין א שיינער בעל תפילה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איידעלער »

;l;p-
חוח בין השושנים האט געשריבן:
איידעלער האט געשריבן:
מיסטעריעז האט געשריבן:טיפ;
אויב ווייסט איר נישט די חילוק צווישן ברכו/ופרוש פון שלש רגלים און ימים נוראים, איז דער מערבית ברעטל נישט געמאכט פאר אייך.

כ'קען די חוליק אין אויך די חילוק צווישן מחיה המתים פאר נקדישך און פאר כתר און אויך קדיש צווישן טל און נעילה
ווי געזאגט נוסח קען איך גוט

דאס זענען בעיסיקס.
כאטש אסאך 'בעלי תפילה' מעגן מאכן חזרה אויפן חילוק פון די מחיה המתים'ס.

די 'מחיה המתים' פון שחרית שטימט מיטן 'נקדישך'. בטעם התחתון.
'מחיה המתים' פון מוסף איז ווי 'כתר', בקול רם.

;l;p-
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4132
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: טיפס צו זיין א שיינער בעל תפילה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

ווען א בעל תפילה גייט צו יו"ט צו שחרית, הער איך זיך צו וויאזוי ער זינגט דעם הא-ל בתעצומות עוזך.
אויב לייגט ער אראפ דעם 'עוזך' כדבעי, איז עס א סימן מובהק אז ער יכול'ט.
רוב קענען נישט דעם 'עוזך' הונדערט פראצענטיג און מ'דרייט זיך ארויס מיט אלטערנאטיוון.
קיינמאל אויפגעבן
שר חמש מאות
תגובות: 742
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2020 12:46 pm

Re: טיפס צו זיין א שיינער בעל תפילה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיינמאל אויפגעבן »

חוח בין השושנים האט געשריבן:ווען א בעל תפילה גייט צו יו"ט צו שחרית, הער איך זיך צו וויאזוי ער זינגט דעם הא-ל בתעצומות עוזך.
אויב לייגט ער אראפ דעם 'עוזך' כדבעי, איז עס א סימן מובהק אז ער יכול'ט.
רוב קענען נישט דעם 'עוזך' הונדערט פראצענטיג און מ'דרייט זיך ארויס מיט אלטערנאטיוון.



איך כאפ עפעס נישט דער גרויסער טשאלענדש פון דעם 'עוזך', אפשר ביסטו בעסער מסביר? (אויב ס'איז שייך)
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4132
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: טיפס צו זיין א שיינער בעל תפילה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

כ'קען נישט ארויפלייגן א אודיא. אבער כ'וועל פרובירן צו ערקלערן:
וויבאלד די דריי ווערטער זינגט דער בעל תפילה אלס סאלא, איינער אליין און עס איז דער סאמער אנהייב פון זיין צוגיין צום ברעטל, קען ער זיך פארלירן און אפכאפן דעם עוזך א טראפ צו שנעל (אויסלאזן אפאר קנייטשן), אדער צוליבן זיך פאררעכענען מיטן נישט גענוג אריינאטעמען צווישן די ווערטער.
דאס ווארט 'עוזך' דארף דויערן בערך דאפלט ווי 'הא-ל'.
מר קאפלאווסקי
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 27, 2021 9:58 am
לאקאציע: אינעם מצוה מענטשי'ס שאכטעל

Re: טיפס צו זיין א שיינער בעל תפילה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מר קאפלאווסקי »

הערליכע שיינע טיפ'ס

וואס קען מען טוהן אז ווען מען זינגט מיט א פולען מויל הייבען אהן די בעק ציינער צו ווייטוען?
שרייב תגובה

צוריק צו “פארשידענע הילף”