מיד און מאכטלאז-ז-ז-ז.....

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9899
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

מיד און מאכטלאז-ז-ז-ז.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

מיינע אויגן וועגן,
זיי ווילן זיך פארקלאפן,
ביושר זיי מעגן,
שוין דעם מידעקייט כאפן.

גיי פארשטיי עס,
דעם מאדנעם קולטור,
מען ארבעט בזיעת,
פאר א גוט געבענטשט יאר.

וואס פארדין איך,
און פארוואס זיץ איך דא,
די מחשבות שפין איך,
איך פיל ווי א קוקו.

מיינע פינגער שוואך,
קוים זיי רעאגירן,
איך זיץ און איך קראך,
לאמיך נאכאמאל פרובירן.

שוין געארבעט היינט,
מערערע שעות,
איך זאג עס קראנט,
דער מאקסימום דא איז.

וויפיל איך פרוביר,
זיך צוזאמצוקלויבן,
עס איז פארמאכט דער טיר,
ער טוט נישט ערלויבן.

מיין מח שרייט,
פון מידעקייט ארויס,
ביסט אינגאנצן צודרייט,
כאפסט באלד א שטויס.

גיי דיר אהיים,
גענוג שוין פאר יעצט,
דו ביסט שוין אווער טיים,
דו ביסט שוין דער לעצט.

און אייגענטליך טאקע,
וואס גייט דא פאר,
אן אמעריקאנער מכה,
פאר א גוט יאר.

די געלט נאכלויפן,
די רייץ עס צינדט,
אבער מ'קען נישט קויפן,
צופרידנהייט און געזונט.

מען דארף קוקן,
גראד און אויפריכטיג,
די תאווה דערשטיקן,
און טון וואס איז וויכטיג.

להתענג על השם,
מתוך אהבה ושלום,
זיך געבן א נעם,
אויפכאפן פון חלום.

געלט איז א מיטל,
און נישט קיין ציהל,
עס פארלירט דעם טיטל,
ווען מען ארבעט צופיל.

איך קען שוין נישט,
טראכטן גראד,
כבין שטארק צומישט,
ווי דער קלאון פון שטאט.

כהאב עכט געוואלט,
א פוינט קלארשטעלן,
אבער פארלוירן קאנטראל,
איר קענציך נישט פארשטעלן.

איך ענדיג די שורות,
ס'זאל בלייבן לזכרון,
דער מצב ווי שווער איז,
אין די גלות יארן.

מען ארבעט זיך איבער,
אווער טיים אסאך,
פארברענגען אין די שטובער,
איז אן אמאליגע זאך...

איך קען נישט מער,
מיין קאפ טוט וויי,
מיד ווי א בער,
ביי ביי.
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9899
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: מיד און מאכטלאז-ז-ז-ז.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

אפגעקלאפט פון אונטער האלב פארקלעפטע אויגן, מיט פינגערס וואס טוען שוין היינט נישט טויגן.
ס'נאריש גאנץ מעגליך, סאו בייס דיינע נעגלעך, טעגלעך, ביי.... כאניש קיין נערוון מער.
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
אוועטאר
קאקאש קעיק מיט מילך
שר האלפיים
תגובות: 2921
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 28, 2019 3:29 pm

Re: מיד און מאכטלאז-ז-ז-ז.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאקאש קעיק מיט מילך »

WOW!!!!!!!!!!!

שטארקע נייעס!!
געבאקן נאך פסח תשפ"ב
אוועטאר
לייטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9019
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

Re: מיד און מאכטלאז-ז-ז-ז.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייטער »

איך האלט מיר איין פון זאגן אז א שאד אז עריז נישט אייביג מיד אדם מיד לעולם נאר אזוי קימט מען ארויס אדם ניכר
א מעסיוו ארטיקל אינטער די און איבער די באוויסטזיין, אנפלוס פון שכורת ולא מיין
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: מיד און מאכטלאז-ז-ז-ז.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

גאר גוט!
א רעכטע אילוסטראציע פון מידעקייט...
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9416
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: מיד און מאכטלאז-ז-ז-ז.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

יו ביזטו גוט!!

פופצי, יאך אסר דיר זיך צו לייגען.
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: מיד און מאכטלאז-ז-ז-ז.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

גא"מ לאיסור הנ"ל...
חוח בין השושנים האט געשריבן:
כתוב וחתום
שר האלפיים
תגובות: 2168
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 23, 2021 12:47 pm

Re: מיד און מאכטלאז-ז-ז-ז.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתוב וחתום »

;l;p- ;l;p- ;l;p-
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: מיד און מאכטלאז-ז-ז-ז.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

אריין אין פארמעסט
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
אוועטאר
tesla
שר האלפיים
תגובות: 2875
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2020 7:37 pm

Re: מיד און מאכטלאז-ז-ז-ז.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך tesla »

אז די קענסט יא קימט זיך דיר טאקע גוטע פעטש... פלעגט מיין רבי זאגן אין אזא צייט..
אוי איך בין דער קעניג פין דער וועלט
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9970
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: מיד און מאכטלאז-ז-ז-ז.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

דאס איז פיינע נייעס!

לאמיר האפן אז פופצי וועט היינט אויך ארבעטן ביז שפעט...
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9899
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: מיד און מאכטלאז-ז-ז-ז.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

וואס איז דער אשכול????????
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: מיד און מאכטלאז-ז-ז-ז.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

פופציגער האט געשריבן:וואס איז דער אשכול????????

שקאנאאאאאאאאאאאאאאאאאאאנוג
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9970
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: מיד און מאכטלאז-ז-ז-ז.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

פופציגער האט געשריבן:וואס איז דער אשכול????????

איינער איז געווען א מידער און ארויס געזויגן פון אינטער זיינע פינגער אפאר שורת וואס טוט עפעס נישט קלעבן...
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: מיד און מאכטלאז-ז-ז-ז.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

נישט געוואוסט דו קענסט דאס אויך
הנאה געהאט פון די קריעיטיוויטי ביי געוויסע שורות!

לדוגמא
מערערע שעות,
דער מאקסימום דא איז.

--

וואוסנדיג וואס שטעקט אונטער די אשכול קאסט מיר דאס א שמייכל... (איי מיען א צינישע...)
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
נישט פשוט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3356
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 1:12 pm

Re: מיד און מאכטלאז-ז-ז-ז.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט פשוט »

;l;p-
!!THANK YOU BANAA#
אוועטאר
מים חיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4973
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: מיד און מאכטלאז-ז-ז-ז.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים חיים »

סאיז א דינסטאג ארטיקל נישט קיין זונטאג ?

די בעסטע ארטיקל אין די עקב שרייבער
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: מיד און מאכטלאז-ז-ז-ז.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

פיינע נייעס דאס
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: מיד און מאכטלאז-ז-ז-ז.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

געליינט (קרעדיט: 'שרייבער' אויסגאבע!!)

;l;p- ;l;p- זייער זייער פאני... כ'מיין שטארק און מעכטיג. אקיצער, פופצי האצעך גענומען פאעזיענען ווי ס'דארף צו זיין... איינס בעסער פונעם צווייטן.

דו האסט א ברייטע שפראך, אויף אלע באקן..
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”