מיינע שמעקלאזע טעג

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

מיינע שמעקלאזע טעג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

בס"ד

מיין ריח'לאזע לעבן איז א קייט פון ווייטאג און פיין. עס איז שוין אריבער מער ווי דריי מאנאטן פון יענעם ביטערן טאג וואס איך האב זיך דערזען מיט א נאז אן א צוועק. אויסגעפינען האב איך אויף א וואונדערליכע שטייגער, איך האב זיך אנגעטון דעם אויבערראק און אריינגעגאנגען אין קיך ווינטשן 'א גוטן טאג' פאר מיין צווייטע העלפט, ווען פלוצים האט זי זיך אנגערופן "דו שמעקסט פון ציגארעטלעך".

איך האב האסטיג צוגעשלעפט די קראגן צו מיין נאז, אבער איך האב גארנישט דערשפירט. איך האב איר געזאגט אז עס איז לכאורה אן איינרעדעניש. אבער יענעם טאג ווען איך האב אריינגענומען מיין פריינט און קאר, און ער האט מיט איידל אויפגעמערקט אז עס הערשט א גערוך פון ציגארן פארמישט מיטן שמעקערל פונעם וויהיקל, האב איך אנגעהויבן חושש זיין, אז אולי יש דברים בגו.

מענטשן זאגן אז איך שמעק נישט גוט, איך ווייס דאס, ווייל איך קען נישט שמעקן!

איך האב ארויסגענומען מיין געווער, דאס שפריץ באטעלע וואס שיצט מיר פון שוויץ, און איך האב געשפריצט א לענגערע וויילע אינעם קאר. איך האב זיך גענומען הוסטן מחמת די שטיקעניש וואס האט זיך אראפגעלאזט פון די מיליאנען שטויבעלעך וואס דאס באטל פון 'אלטע געווירצן' האט ארויסגעשאקלט פון זיך, אבער קיין ריח האט זיך נישט געלאזט הערן. און דאן איז עס מיר קלאר געווארן - איך שמעק נישט.

פיינפולע טעג זענען אריבער אויף מיר, אין יעדן אספעקט פון לעבן האב איך געליטן פון מיין צעקאליעטשטער נעזל וואס האט זיך ווי אפגעזאגט פון זיין שטעלע. איך בין אריינגעגאנגען צו שיינע שמחות און נישט געקענט שמעקן די געשמאקע עסן, איך בין אריין אין כבוד שטיבל נישט קענענדיג איבערגעבן באריכטן איבער וואס עס האט זיך דארטן אפגעשפילט בעפאר מיין באזוך. עס טוט באנג דאס הארץ.

פרייטאג צונאכטס זעה איך די חלות און די געטונקעכצער ווי אין א שווארץ ווייסער בילד, איך דריי זיך ארום מיט א פעקל ליסטערין אין טאש, איך האב דאך נישט קיין אהנונג צו דער קנאבל גערוך איז נאך אקטיוו אין מיינע געדערעם, און איך קען באשטיין צו פארמיידן אומגעוואונטשענע בליקן פון פארבייגייער וואס דערווייטערן זיך. עס שמעקט מיר בכלל נישט דער גאנצער עסק, איך וויל א געזונטע נאז.

ווען עס איז אריבער א מאנאט, האב איך איין טאג באשלאסן צו קוועטשן דאס באטל שאמפו ביי מיר אין שויער, און דערגיין צו איך האב נאכאלס נישט דעם מאכט פון גערוך. נאכן קוועטשן עטליכע מאל, ווערנדיג אנגעשפריצט מיט זייף באלאנען אין די אויגן, האב איך ענדליך דערשפירט א ריח - פון שוויץ און צעמענט אויסגעמישט. איך האב איבערגעשמעקט עטליכע מאל און דאן האב איך געזען מיין בראך. אלעס שמעקט אנדערש ווי עס ברויך צו זיין.

חוץ פון דעם וואס איך האב אנגעהויבן שמעקן אומריכטיגע גערוכן, האט דאס אויך דערגרייכט צו מיין כח פון דערשנאפן א טעם. ס'טייטש, ביז איצט האב איך געקענט טועם זיין און קריגן א טעם, אבער פון יענעם טאג האב איך באמערקט אויף געוויסע מאכלים, אז זיי זענען מיר אומאויסהאלטבאר. שניצל האט געקריגן א מערדערליכע טעם פון טויטע לייט צו מיין צונג און אזוי אויך סעלמאן פיש.

איין זאך האב איך בענעפיטירט דערפון, און דאס איז אז וויבאלד דער ציגארעטל האט אנגעהויבן געבן א טעם פון שווייס אין מיין מויל, האב איך עס אפגעלאזט גענצליך. איך רויכער שוין נישט. (איך פלעג פארצייען צוויי רויטע פושקעס א טאג, אדער צוויי און א האלב פארליעמענט, ווענדט זיך אין וועלכע תקופה) אבער עס העלפט מיר נישט צופיל. איך וויל שמעקן.

א דאנק באשעפער אלמעכטיגער פארן מיר ערקלערן דאס וויכטיגקייט פון דעם געלעכערטן נאז מיינער, אבער ביטע אקטיוויזיר עס צוריק... אן דיר בין איך אובד עצות.
און שוין!
שר האלפיים
תגובות: 2948
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 1:20 pm
לאקאציע: אין פיצא סטאר

Re: מיינע שמעקלאזע טעג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך און שוין! »

זאל דיר דער אייבישטער מחזיר זין דיין אבידה בקרוב ממש!!
און??
און שוין!!

מיינע טראפעלעך...
. . . . .
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

Re: מיינע שמעקלאזע טעג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

און שוין! האט געשריבן:זאל דיר דער אייבישטער מחזיר זין דיין אבידה בקרוב ממש!!

אמן!
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: מיינע שמעקלאזע טעג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

איז דעיס א שפראך! Wow!
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9899
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: מיינע שמעקלאזע טעג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

גוט גוט....

כוויל נישט לאכן פון דיינע צרות, אבער דעיס איז פיינע נייעס!
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7161
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: מיינע שמעקלאזע טעג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

הערליך אראפגעשריבן.

זאל דער אייבישטער העלפן דו זאלסט דיך בקרוב צוריקקערן מיט א הערליכע באריכט וויאזוי דו משפירסט נאכן צוריק באקומען די חוש הריח.
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6376
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: מיינע שמעקלאזע טעג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

זייער גוט באשריבן און ווייטאגליך צו ליינען. עס איז נישט צום גלייבן ווי מיר באנוצן זיך מיט די נאז טעגליך ערב ובוקר וצהרים און ניטעמאל כאפט מען ווי וויכטיג דאס איז ביז עס הערט אויף ארבעטן.

לאמיר דאנקען דעם טאטן אין הימל פאר אונזער חוש הריח, און אין דעם זכות (און אויך סתם אזוי אלס מתנת חנם....) זאל דער באשעפער העלפן אלע אידן זאלן צוריק באקומען דעם חוש הריח ויתחדש ימיהם כקדם.
כתוב וחתום
שר האלפיים
תגובות: 2168
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 23, 2021 12:47 pm

Re: מיינע שמעקלאזע טעג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתוב וחתום »

טישטוך, ביסט פיינע נייעס!
הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: מיינע שמעקלאזע טעג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר גריזים »

דער אייבערשטער זאל דיר שיקן א רפואה שלימה בקרוב ממש

זענען דא אנדערע חברים דא וואס האבן געליטן אויף דעם פראבלעם און זענען געווארן אויסגעהיילט?
אוועטאר
קאקאש קעיק מיט מילך
שר האלפיים
תגובות: 2921
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 28, 2019 3:29 pm

Re: מיינע שמעקלאזע טעג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאקאש קעיק מיט מילך »

הר גריזים האט געשריבן:דער אייבערשטער זאל דיר שיקן א רפואה שלימה בקרוב ממש

זענען דא אנדערע חברים דא וואס האבן געליטן אויף דעם פראבלעם און זענען געווארן אויסגעהיילט?

נעכטן
געבאקן נאך פסח תשפ"ב
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4132
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: מיינע שמעקלאזע טעג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

טישטוך האט געשריבן:איך האב זיך דערזען מיט א נאז אן א צוועק.

נישט ממש אן א צוועק.
למעשה קענסטו עס נאך אריינשטעקן דארט וואו דו דארפסט [נישט]...
די ארומיגע וועלן נישט וויסן אז ס'ארבעט נישט...

-------

יה"ר ס'זאל מקויים ווערן דער פסוק אַלּוּף תֵּימָן אַלּוּף אוֹמָר אַלּוּף צְפוֹ אַלּוּף קְנַז.

אַלּוּף תֵּימָן - מ'זאל קענען גוט הערן (מלשון שמעו"ן התימנ"י...).
אַלּוּף אוֹמָר - מ'זאל קענען גוט רעדן.
אַלּוּף צְפוֹ - מ'זאל קענען גוט זען.
אַלּוּף קְנַז - די נאז זאל גוט ארבעטן.
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

Re: מיינע שמעקלאזע טעג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

חוח בין השושנים האט געשריבן:
טישטוך האט געשריבן:איך האב זיך דערזען מיט א נאז אן א צוועק.

נישט ממש אן א צוועק.
למעשה קענסטו עס נאך אריינשטעקן דארט וואו דו דארפסט [נישט]...
די ארומיגע וועלן נישט וויסן אז ס'ארבעט נישט...

-------

יה"ר ס'זאל מקויים ווערן דער פסוק אַלּוּף תֵּימָן אַלּוּף אוֹמָר אַלּוּף צְפוֹ אַלּוּף קְנַז.

אַלּוּף תֵּימָן - מ'זאל קענען גוט הערן (מלשון שמעו"ן התימנ"י...).
אַלּוּף אוֹמָר - מ'זאל קענען גוט רעדן.
אַלּוּף צְפוֹ - מ'זאל קענען גוט זען.
אַלּוּף קְנַז - די נאז זאל גוט ארבעטן.

:lol:
הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: מיינע שמעקלאזע טעג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר גריזים »

חוח בין השושנים האט געשריבן:
טישטוך האט געשריבן:איך האב זיך דערזען מיט א נאז אן א צוועק.

נישט ממש אן א צוועק.
למעשה קענסטו עס נאך אריינשטעקן דארט וואו דו דארפסט [נישט]...
די ארומיגע וועלן נישט וויסן אז ס'ארבעט נישט...

-------

יה"ר ס'זאל מקויים ווערן דער פסוק אַלּוּף תֵּימָן אַלּוּף אוֹמָר אַלּוּף צְפוֹ אַלּוּף קְנַז.

אַלּוּף תֵּימָן - מ'זאל קענען גוט הערן (מלשון שמעו"ן התימנ"י...).
אַלּוּף אוֹמָר - מ'זאל קענען גוט רעדן.
אַלּוּף צְפוֹ - מ'זאל קענען גוט זען.
אַלּוּף קְנַז - די נאז זאל גוט ארבעטן.

;l;p- ;l;p-
חדשות
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:11 pm

Re: מיינע שמעקלאזע טעג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חדשות »

אפשר כדאי צו פראבירן Olfactory training, זעט אויס צו האבן א שיינע פאר קראנטע סטאדיס וואס באשטעטיגן עס אלס היבש עפעקטיוו.

Olfactory training and COVID-19-related loss of smell
Mar 8th, 2021
Dr. Scott Froum explains how essential oils can help retrain neurons damaged by coronavirus and speed along recovery.
Scott Froum, DDS
Img 5234

View Image Gallery
Temporary loss of smell (anosmia), partial loss of smell (hyposmia), and distorted loss of smell (parosmia) are common symptoms of COVID-19 infection.1 An average of 40%–60% (up to 80%) of people who test positive for COVID-19 can have some form of smell loss.2 In cases of patients with mild COVID-19 symptoms, 64% reported loss of smell to be the only symptom experienced and therefore may better predict positivity compared with other symptoms, such as fever and cough. Many patients also describe loss of taste, which is actually loss of the ability to distinguish food flavors and is a result of loss of smell, as 90% of this ability is derived from olfaction.

The mechanism behind COVID-19-induced smell loss is thought to be the result of viral invasion of the neural olfactory epithelium. One study suggests that the novel coronavirus changes the sense of smell in patients not by directly infecting these neurons but by affecting the function of supporting cells, called sustentacular cells.3 Because these cells have large amounts of angiotensin converting enzyme 2 (ACE2) receptors—the portal of entry for SARS-CoV-2—indirect damage to the olfactory nerve and olfactory pathway occurs.4 Fortunately, the olfactory nerve is the only cranial nerve that has a natural regenerative capacity. On average, 50% of patients will recover their sense of smell in the first two to three weeks and another 40% in the first eight weeks postinfection.

According to one study, out of 113 patients who had reported a COVID-19-related alteration in smell, 55 patients reported full recovery one month after initial positive diagnosis and 46 reported partial recovery.5 Unfortunately, 10% of patients will continue to have some form of smell loss after eight weeks, and 2%–5% can have permanent anosmia.

Img 5234
One method to help patients recover their sense of smell (used for those who don’t recover after two to three weeks post-COVID-19 infection) is called olfactory training. This technique was developed by otolaryngologists to treat cases of smell loss due to other viral infections prior to SARS-CoV-2.6 This simple technique involves smelling/sniffing each essential oil for 10–20 seconds twice a day for 12 weeks. The essential oils used are rose (flower), lemon (fruit), eucalyptus (resonance), and clove (spicy).
Patients are advised to think about how the scent smells during sniffing with the intention of increasing neuroplasticity of the olfactory nerve. If smell loss persists for more than three weeks and/or the patient experiences other nasal symptoms (congestion, discharge, etc.), referral to an ENT is recommended.7 Treatment may include smell identification tests to quantify and qualify smell loss, nasal endoscopy, continued olfactory training, and counseling for safety, nutrition, and psychology.
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17011
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: מיינע שמעקלאזע טעג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

דאס איז געהעריג א חלק פון די תוכחה..

ולא אריח בריח...
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
מי שברך
שר חמש מאות
תגובות: 849
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 3:32 pm

Re: מיינע שמעקלאזע טעג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי שברך »

חדשות האט געשריבן:אפשר כדאי צו פראבירן Olfactory training, זעט אויס צו האבן א שיינע פאר קראנטע סטאדיס וואס באשטעטיגן עס אלס היבש עפעקטיוו.

Olfactory training and COVID-19-related loss of smell
Mar 8th, 2021
Dr. Scott Froum explains how essential oils can help retrain neurons damaged by coronavirus and speed along recovery.
Scott Froum, DDS
Img 5234

View Image Gallery
Temporary loss of smell (anosmia), partial loss of smell (hyposmia), and distorted loss of smell (parosmia) are common symptoms of COVID-19 infection.1 An average of 40%–60% (up to 80%) of people who test positive for COVID-19 can have some form of smell loss.2 In cases of patients with mild COVID-19 symptoms, 64% reported loss of smell to be the only symptom experienced and therefore may better predict positivity compared with other symptoms, such as fever and cough. Many patients also describe loss of taste, which is actually loss of the ability to distinguish food flavors and is a result of loss of smell, as 90% of this ability is derived from olfaction.

The mechanism behind COVID-19-induced smell loss is thought to be the result of viral invasion of the neural olfactory epithelium. One study suggests that the novel coronavirus changes the sense of smell in patients not by directly infecting these neurons but by affecting the function of supporting cells, called sustentacular cells.3 Because these cells have large amounts of angiotensin converting enzyme 2 (ACE2) receptors—the portal of entry for SARS-CoV-2—indirect damage to the olfactory nerve and olfactory pathway occurs.4 Fortunately, the olfactory nerve is the only cranial nerve that has a natural regenerative capacity. On average, 50% of patients will recover their sense of smell in the first two to three weeks and another 40% in the first eight weeks postinfection.

According to one study, out of 113 patients who had reported a COVID-19-related alteration in smell, 55 patients reported full recovery one month after initial positive diagnosis and 46 reported partial recovery.5 Unfortunately, 10% of patients will continue to have some form of smell loss after eight weeks, and 2%–5% can have permanent anosmia.

Img 5234
One method to help patients recover their sense of smell (used for those who don’t recover after two to three weeks post-COVID-19 infection) is called olfactory training. This technique was developed by otolaryngologists to treat cases of smell loss due to other viral infections prior to SARS-CoV-2.6 This simple technique involves smelling/sniffing each essential oil for 10–20 seconds twice a day for 12 weeks. The essential oils used are rose (flower), lemon (fruit), eucalyptus (resonance), and clove (spicy).
Patients are advised to think about how the scent smells during sniffing with the intention of increasing neuroplasticity of the olfactory nerve. If smell loss persists for more than three weeks and/or the patient experiences other nasal symptoms (congestion, discharge, etc.), referral to an ENT is recommended.7 Treatment may include smell identification tests to quantify and qualify smell loss, nasal endoscopy, continued olfactory training, and counseling for safety, nutrition, and psychology.

איינער קען ארויסברענגען און אידיש וואס עס שטייט דא?
אין עוד מלבדו
חדשות
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חדשות »

א ליסטע פון 12 מינעראל אוילן וואס מען ברויך שמעקן 2 מאל א טאג. עפעס אזוי.
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: מיינע שמעקלאזע טעג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

געליינט דעם שבת... ;l;p- הערליך און ווייטאגליך

זאלסט נישט מיינען אז יענעמס נאז איז גרינער... דער באשעפער זאל העלפן אז ס'זאל דיר גוט שמעקן די עסק... זאל אוועק גיין די חרון 'אף'... בקרוב.
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
פעפערקארן
שר האלף
תגובות: 1661
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 08, 2013 8:06 am
לאקאציע: אויפן עולם התוהו

Re: מיינע שמעקלאזע טעג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעפערקארן »

Wow איז דעיס א שפראך שכוח פארן מיר אויפלעבן אין מיין צער, עמו אנכי בצרה שוין כמעט א יאר וואס די חרון "אף" האלט אן ממש נישט צום אויסהאלטן, וויפול איך טריי אלע עצות זילטש אפילו שארפע טאביק העלפט אויך נישט.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”