שהחזרת בי נשמתי!

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18803
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

שהחזרת בי נשמתי!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

אומבא׳טעמ׳ט, אומאיינגענעם, ניין... סאך מער פון דעם, מיין אינערליכן געפיל זאגט ס׳איז באלד שטערבליך.

איך פלעג איהם אסאך באגעגענגען, נישט טעגליך, נישט וועכטנליך, אבער נישט נאר יערליך. איך ווייס נישט וואס ער האט מיר געכאפט, זיין כאראקטער, זיין צוגעלאזנקייט, אפשר גאר זיין שטייפקייט. כ׳מיין ס׳איז א קאמבינאציע פון אלעס אינאיינעם. נישט קיין קאלטער פאהארטעוועטער, אבער נישט איינער וואס ווערט פארוואסערט פון א בלאז. איך פלעג זיצן מיט איהם שעות, צומאל אפילו פארפירן א שמועס איבער א זאפטיגן עפל אדער א גלעזל טיי, געוואנדן אין די מוד. נע, נישט אז ער איז א ווערדזשעטיניען, ער קען פונקט אזוי איינגיין פאר א גוט שטיקל סטעיק. גראדע שוין געהערט ער זאל אזוי ש׳מיר ש׳דיר פאברענען גאנצעטע שטיקער בשר, איך גלייך איהם אבער רואיגער. נישט אויס מורא פון א אטאקע אדער איך ווייס וואס, מער א אינערליכע שטופ וואס לאזט מיר נישט, גיי פארשטיי, אביסל א מאדנער פארשוין, נו שוין.

איך בין נישט דא צו פארציילן זיינע נאבאלע מדות און גוט הארציגקייט, ווען יא וועל איך ענדערש אויסווארטן ביז נאכן טויט. מאנכע גלייכן אביסל לויב, ווערן ניטאמאל רויט, אבער איך בין נישט דער איינער זיי צו פארזעטיגן א מין פארקרימטע אפעטיט נאר ווייל זיי האט זיך דאס יעצט פארשמעקט.

אבער דאסמאל האט ער מיר געלערנט א לעסן, נישט סתם אביסל צו עסן, עפעס מער וואס איך וועל נישט פארגעסן, דאס קען איך נישט אזוי פעסן.

צעך מיר פארשמעקט א שפאנציר, צווישן ביימער און גראזן, זיך אביסל אויסבלאזן, און דעם מח צו לופטערן און דערפרישן. ווערקערעס וואס לויפן, מאסקיטאס וואס זוכן עפעס צו פארקויפן, די געזאנג פון פייגלעך איז גוט פארן געוויסן, און סתם מיטן נאטור אביסל זיך אויסשמועסן. צובראכן אפאר ביימער, אויסגעצויגן מיינע ביינער, כאמאזל דא זעהט קיינער. איך קען זיין א משתטה, שפילן תמ׳וואטע, און נאך אהיים גיין א גרויסער טאטע.

ער איז דארט שוין געווען פאר מיר, מיר אנגעקוקט מיט קרומע אויגן און געבליקט אויף מיר פון צווישן די רויזן, איך מערק אן א פייער אין די אויגן, א אויסגעשארפטן שווערד ארויסגעצויגן, עפעס איז ער מיר באפלויגן. פארוואס? גלייב מיר ער ווייסט אויך נישט. א מין משוגעת וואס ער האט, סייענטיסטן מיטשען זיך שוין יארן און זיכן וואס שטופט איהם צו פארקריכן.
עה.. עה.. איך לאך צו מיר אליין, ער איז דאך אזוי אומבהאלפן און פיצי קליין, דערמאנט מיר פון גלית מיט דוד אליין. קיינמאל געטראכט ווי אזוי ער האט געפילט ווען ער שטייט פון אויבן, ווען דער קליינער קוקט מיר ארויף מיט ריזיגע אויגן, מיר׳ט ניטאמאל געפאסט איך האב מיר נישט אראפגעבויגן.

אבער א שמועס לאמיר כאפן, נישט די ערשטע מאל וואס איך טרעף דיר, כאטש דאסמאל ביסטו געקומען בשינוי מקום ומראה, פושט צורה ולובש צָרה. נישט מיט די געשמאקע קאלירן און לעבעדיגקייט, נאר מיט א פאנצער שטייף געסטרייפט. קום נאר אהער דו קליינער, ווילסטו זיך פארמעסטן נו נו קיין פראבלעם. איך קוק מיר ארום און טראכט אביסל טיפער, קיין ריזן וואס דו עקזיסטירסט אויף די וועלט, וואס וואלטן אונז פארפעלט?, קליין מאכטלאז קוים אהער געשטעלט, חכמה איז ביי דיר פארהאנען, קענסט קוים שפאנען.

ס׳האט איהם אויפגעברויזט, זעהט אויס איך האב איבערגעטריבן, ווייזט אויס ער האט יא געפילן. אקעי נישט געמיינט אזוי ערנסט, ווענגלייך איך ווייס נישט צו איך וואלט דאס נישט נאכאמאל געטון...

ער קומט נענטער ווי כאילו ער גייט דא פארבלאזן א עוג, נו ריעלי? גיי בלאז דיר אויס, פארוואס גיין פון דיין וועג ארויס. איך וואלט זיך נישט געקימערט וועניש איך האב איהם נארוואס באליידיגט, איך וואלט קיין אויגן בליק נישט געשאנקען, אפשר א שמייכל און געגאנגען.

מיין אינסטינקט האט מיר געשטופט צו לייגן די הענט אין פארנט פון מיין פנים, ווען ער איז מיר פאריבער, נישט אנדערש ווי איך טוה ווען א פליג פליהט מיר פארביי, נישט ווייל איך מורא ער׳ט מיר ערלעידיגן אדער וואס, מער אז איך מאך איהם ביי-ביי. איך שמייכל זיך אונטער מיט א שמייכל, איך פיל מיר קעניג אין היכל, אפילו א קלאפ אויפן בייכל, זיי מיר געזונט איך גיי מיר צום טייכל.

שטילערהייט באהאלטן הינטער מיין רוקן, איך פול נישט גארנישט איך בין נישט גרייט אויף וואס זיך צו אומקוקן. מיט א פולן קראפט שליידערט ער אריין מיטן גאנצן קראפט אן טראכטן וואס דאס גייט איהם קאסטן, כאמאזל איך האב שוין געשטעלט א טריט איז איהם נאר געלונגען מיר צו כאפן אין קנעכל.

איי איי לאז איך א געשריי, איך אטעם קוים, נישט איך זעה נישט איך לעב. וואס יא? איך ווייס נישט. פייער אין די פיס פלאקער אין מח, איך פאליר מיין כח, איך אטעם קוים, כ׳פיל איך גיי שטארבן. מיט מיינע הענט פראביר איך איהם כאפן און פארשליידערן ווי די שווארצע פעפער וואקסט, ער איז אבער פלינקער פון מיר ויכה בשנית א צווייטן מאל, דאס מאל אין די האנט גאר שמאל. ביד ורגל פילט ער זיך א געווינער, ער מאכט פליטה ווי א זיגער, פאר איך זאל קענען כאפן און דערלאנגען וואס ס׳קומט איהם.

איך קוק איהם נאך, איך פול מיר א סענט מעגליך נאך ווייניגער, ביזי בזיונות וואס ער האט מיר אהער געשטעלט. אבער נאך א מינוט זעה איך ווי ער פאלט אנידער א טויטער, ער ליגט יעצט דארט מאכטלאז ער געבט זיין לעצטן גסיסה און מאכט ביי פארן שיינעם וועלט וואס ער וואלט נאך געקענט הנאה האבן וועניש זיין נארישן אקט.

יא יא , לאך איך צו מיר, קוק איהם אן נעבעך, מיין לעבן באשטייט פון דיין טויט, וואלט איך געלעגן אין קבר וואלט מיר דיין אטאקע נישט געטון רירן. דיין שניידן בבשר החי דערמאנט מיר אז איך לעב!, דיין שפיז וואס איז ביי מיר געבליבן, איז ווערד איך זאל דיר באליבן.

בא׳טעמ׳ט, איינגענעם, ניין... סאך מער פון דעם, מיין אינערליכן געפיל זאגט ס׳איז לעבערליך!

מודה אני לפניך שהחזרת BEE נשמתי.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17138
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: שהחזרת בי נשמתי!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

;l;p- ;l;p-
מדובשך ומעוקצך!!
חוח בין השושנים האט געשריבן:
געלט גייער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 453
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 06, 2021 4:23 pm

PDF

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלט גייער »

איינס.pdf
(109.71 KiB) געווארן דאונלאודעד 34 מאל
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18803
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: PDF

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

געלט גייער האט געשריבן:
איינס.pdf

יישר כח!
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
קאנסאלטענט
שר חמש מאות
תגובות: 925
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 02, 2021 4:50 pm

Re: שהחזרת בי נשמתי!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנסאלטענט »

זייער געשמאק!
א בין קען עסן א סטעיק?
ואני בתומי אלך.
אוועטאר
פארשיקט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 258
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 26, 2019 12:21 pm

Re: שהחזרת בי נשמתי!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשיקט »

איינס א געשמאק.
שוין לאנג נישט גערעדט
בלעכענער פנים
שר האלפיים
תגובות: 2660
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm

Re: שהחזרת בי נשמתי!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעכענער פנים »

מעסיוו!!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18803
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: שהחזרת בי נשמתי!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

קאנסאלטענט האט געשריבן:א בין קען עסן א סטעיק?

ער קען פונקט אזוי איינגיין פאר א גוט שטיקל סטעיק.
מ׳עסט א סטעיק מיט האניג

גראדע שוין געהערט ער זאל אזוי ש׳מיר ש׳דיר פאברענען גאנצעטע שטיקער בשר,
ווי סווערט געפסקנט אז א פליג וואס פאלט אריין אין האניג איז מותר ווייל ער ווערט פארציקט..

בענין זה דא די פלינדרום, וואס ליינט זיך אלע וועגן:

פ ר ש נ ו
ר ע ב ת נ
ש ב ד ב ש
נ ת ב ע ר
ו נ ש ר פ
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
תלישא קטנה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 280
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 26, 2020 2:43 pm

Re: שהחזרת בי נשמתי!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תלישא קטנה »

;l;p-
קאנסאלטענט
שר חמש מאות
תגובות: 925
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 02, 2021 4:50 pm

Re: שהחזרת בי נשמתי!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנסאלטענט »

איינס האט געשריבן:
קאנסאלטענט האט געשריבן:א בין קען עסן א סטעיק?

ער קען פונקט אזוי איינגיין פאר א גוט שטיקל סטעיק.
מ׳עסט א סטעיק מיט האניג

גראדע שוין געהערט ער זאל אזוי ש׳מיר ש׳דיר פאברענען גאנצעטע שטיקער בשר,
ווי סווערט געפסקנט אז א פליג וואס פאלט אריין אין האניג איז מותר ווייל ער ווערט פארציקט..

בענין זה דא די פלינדרום, וואס ליינט זיך אלע וועגן:

פ ר ש נ ו
ר ע ב ת נ
ש ב ד ב ש
נ ת ב ע ר
ו נ ש ר פ

...Wow!!! I wasn't thinking in that direction, didn't acknowledged how far your writings are going
ואני בתומי אלך.
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5453
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: שהחזרת בי נשמתי!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

הערליך שיין @איינס! באמת. איך בין פאר די ארטיקל מתחילה אן...
אוועטאר
שר התורה
שר חמש מאות
תגובות: 567
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2021 2:25 pm
לאקאציע: בין הרשב''א, להריטב''א,

Re: שהחזרת בי נשמתי!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שר התורה »

אחד מי יודע, אחד אני יודע!
העסטע מיינען אז איך האב נישט געזען דעם שטיקעלע זאג איך דיר, יא!
ווייל ווען מ'האמער אריין געבלאנדזעשט אין קרעטשמע אריין, און מהאמיר געזען אז עס איז דא פרישע ווארע פונעם איינסער, האבן מיר זיך געפרייט!
און יא פאר איך פארגעס, טענקס!
'תורה הוא' וללמוד אני צריך.
אוועטאר
מים חיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4988
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: שהחזרת בי נשמתי!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים חיים »

זייער שיין, הנאה געהאט
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8012
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: שהחזרת בי נשמתי!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

הערליך שיין ;l;p- ;l;p-

זייער פאעטיש, טיף און קלאר.

ווער ס'לייגט צו קאפ צו די גראמ'עלעך אזי ש'דיר ש'מיר... זייער שטארק!!
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
יעקב פריינד
שר ששת אלפים
תגובות: 6258
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 07, 2017 8:46 pm

Re: שהחזרת בי נשמתי!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב פריינד »

הערליך @איינס ממש א געשמאק צו ליינען!
אוועטאר
א שרייבערל
שר חמש מאות
תגובות: 994
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 9:43 pm
לאקאציע: נישט ממש דארט, אביסל אהינציר

Re: שהחזרת בי נשמתי!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א שרייבערל »

געליינט אינעם שרייבער אויסגאבע אבער הערשט יעצט אנגעקומען צו קאמאנטירן, ווי זאגט חאצקל 'בעסער שפעטער ווי פריער'

א נארטיקל אויפן "טויט אין די אויגן" שניט
האב איך נישט געטראכט אז איינס קען דאס אויכעט, כ'האב מיר מחי' געוועזן מיט יעדע שורה דיינע ווי א בין אינמיטן סעודה זיינע.
כדי צו קענען מאכן געלט מוזן קריעטיוו מענטשן זיין קריעטיוו וויאזוי נישט צו זיין קריעטיוו. (קרעדיט: גרויזאמער)
אוועטאר
זאג א גוטס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3285
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: שהחזרת בי נשמתי!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאג א גוטס »

איינס = טאלאנט.

?Need I say more
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”