ב"ה איך שמעק שוין!!

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
קאקאש קעיק מיט מילך
שר האלפיים
תגובות: 2921
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 28, 2019 3:29 pm

ב"ה איך שמעק שוין!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאקאש קעיק מיט מילך »

נישט פאר שוואכע הערצער!!!!

איינע פון די שווערע סימפטאמען פונעם קאראנע ווירוס וועלכער האט גאר שווער באטראפן דעם היימישן אידנטום איז געווען דאס אז א גרויס טייל פון אחינו בני ישראל האבן פשוט און פראסט אויפגעהערט שמעקן, אנדערע האבן אויך פארלוירן דעם טעם אבער בעיקר ביי אונזער היימישן עולם איז מען באטראפן געווארן פון דעם פארלוירענעם שמעק.

עס האט אונז אפעקטירט אויף גאר אסאך פראנטן, אנגעהויבן פון דעם אז שמעקן אויב א מילך איז פריש איז געווארן א ווייטע פארגאנגענהייט, א וואונדער אז די מוסדות קענען שיקן מילך אן דעם וואס איינער זאל אפילו פרובירן זיך צו דינגען איבער די פרישקייט דערפון.

פון אנדערע האט מען געהערט אז ביי זיי איז עס געגאנגען אפילו ביז פייער ווען די נשים האבן ווי אלעמאל פארפירט אז עס שמעקט פון גאז און דער כנגדה האט עס ווי שטענדיג אוועקגעמאכט אז עס איז גארנישט ווייל זיי האבן גארנישט געשמעקט זייענדיג אונטערן רושם פון די סימפטאמען, אזוי ארום איז עס שיעור צוגעקומען צו סכנת נפשות ממש.

איך האב אויך צווישן אנדערע פארלוירן דעם שמעק און איך האב מיך פלוצלינג דערזעהן אן דעם געשמאק פון אריינשפאצירן אין קאך און דערשפירן דעם געשמאקן גערוך פון דעם פריש אנגעגרייטן נאכטמאל, דער "אהההה שמעקט דא פיין" האט ליידער געדארפט קומען פאלשערהייט.

במשך די צייט האט מען זיך שוין מער ווייניגער צוגעוואוינט צו דעם אומבע'טעמ'טן מצב און מען האט זיך דערלערנט ווי אזוי צו האנדלען די אויבנדערמאנטע סיטואציעס אן זיך דארפן באנוצן מיטן נעזל.

כמעט וואס איך האב שוין פארגעסן ווי אזוי מען שמעקט.

פריער פאר איך אויף איינע פון די הויפט גאסן אין איינע פון די צענטראלע היימישע געגנטן און איך טרעף מיך אן ביי איינע פון די ווינקלען פון דעם גאס מיט א הויפן מיסט אויסגעזעהן האט עס פונדערווייטנס ווי א בער האט געבראכן דארט, אבער ממש די גאנצע ווינקל איז געווען איין שטיק שמוץ.

קומענדיג נענטער זעה איך אז עס איז מאטריאל וואס איז ארויסגערינען פון איינע פון די טרעילערס וואס פירט פלייש פון איינע פון לאקאלע שח'ט הייזער ארויס צום ברייטן ניו יארק, און דאסמאל איז עס געווען א טרעילער וואס האט געפירט גאלאנען מיט איבערבלייבענישן פון די באשעפענישן וואס וועלן אין צוויי חדשים ארום דינען אלס אונזער כפרה.

דאס אלעס איז געווען וואס איך האב געזעהן, איך האב אויך געזעהן ווי איינע פון די ארבעטער אין יענעם שלאכט הויז פרובירט עס אויפצורייניגן מיט גאנץ ווייניג ערפאלג, אבער דאס אלעס, איך האב בלויז געזעהן אבער גארנישט געשפירט.

געלאנדעט האב איך עטליכע הונדערט פוס ארויפציר פון דעם אינצידענט וואו איך האב מיך אפגעשטעלט אריינצונעמען מיין פאמיליע אין קאר.

ווי נאר דער טיר האט זיך געעפנט און די חברה האבן זיך אנגעהויבן אריינזעצן אין קאר האב איך שוין נישט נאר געזעהן וואס דארט איז פארגעגאנגען נאר איך האב אויך אנגעהויבן שפירן אויף די אייגענע הויט וואס דארט גייט אלס נישט פאר.
און אט הערט זיך א געריי ארויס פון מיין האלז

ב"ה איך שמעק שוין!!

צום ערשטן מאל אין איבער אנדערטהאלבן יאר האב איך דערשפירט דעם טעם פון א גערוך, גראדע זייער א אומבעט'טעמ'טע אבער פארט א גערוך, איך קען טאקע קוים אטעמען, אבער איך שמעק.

מיר שטייען שוין טאקע עטליכע שעה שפעטער און דער שארפער גערוך קיצלט מיר נאך אין נאז אבער איך בין איבערגליקליך און פול מיט לויב צו השי"ת אז איך שמעק.

זינגט אלע צוזאמען ווי עס זינגט יענקי דאסקאל:
איך שמעק איך שמעק איך שמעק, טאטעניו שכח איך שמעק, איך פיל א טעם א טעם, טאטעניו שכח א טעם, להודות להלל
לעצט פארראכטן דורך קאקאש קעיק מיט מילך אום מאנטאג יולי 26, 2021 10:12 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
געבאקן נאך פסח תשפ"ב
אוועטאר
ראש חדשים
שר חמש מאות
תגובות: 528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 02, 2019 5:41 pm

Re: ב"ה איך שמעק שוין!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש חדשים »

ב"ה
זאלסט שמעקן נאר גוטע זאכן ווי למשל קאקאש קעיק מיט מילך
החדש הזה לכם ראש חדשים
אוועטאר
כא כא כא
שר האלף
תגובות: 1642
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 5:28 pm

Re: ב"ה איך שמעק שוין!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כא כא כא »

אוי האט דאס געשמעקט און שמעקט נאך אלץ.....

דער גראך איז מיר נאכגעלאפן ביז מאנסי..
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: ב"ה איך שמעק שוין!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

הודו לה' כי טוב!!!



פרוביר נאר אז איך זאל דיר נישט שמעקן ביז דא....
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: ב"ה איך שמעק שוין!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
ב"ה!!!!
צהלתו בפניו
שר האלף
תגובות: 1483
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 15, 2020 8:02 pm
לאקאציע: אין מיין קאמפארט זאון

Re: ב"ה איך שמעק שוין!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צהלתו בפניו »

די מעשה איז אמת?
אויב יא א בילד אפשר?
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9899
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: ב"ה איך שמעק שוין!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

מזל טוב!!!
מזל טוב פאר דיין שמעק און מזל טוב אייוועלט פארן נייעם קאקאש ארטיקל!

נעבעך. ביז יעצט האסטו נישט געשמעקט?.. וואס האסטו געטון ביים נחמו גריל?...
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
אוועטאר
איש חמודות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3996
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

Re: ב"ה איך שמעק שוין!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש חמודות »

גוט צו וויסן... נעקסטע מאל דו ברענגסט מיר ארויס פון די כלים קלעב איך צי מיינע זאקן צו דיין נאז!!
אוועטאר
בשעה שיש
שר האלף
תגובות: 1201
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 26, 2018 5:35 pm
לאקאציע: עולם החלומות

Re: ב"ה איך שמעק שוין!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשעה שיש »

;l;p-
טענק יא!
לעולם חשבתי יותר משדברתי
ודברתי יותר ממה שכתבתי!
אוועטאר
א הייסע קאווע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3946
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 4:52 pm
לאקאציע: מער אין בית מדרש אבער אויך אין ביזנעס (און ווי נישט?)
פארבינד זיך:

Re: ב"ה איך שמעק שוין!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א הייסע קאווע »

די זעלבע איז ביי איינע פון די תלמוד תורה'ס דא אין שטעטעל, די גארביטש דארט איז נישט צום אויסהאלטן, איך מיין אז מ'מעג עס שוין פארעכטען.
בילד
אוועטאר
Borrower
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4526
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 10:21 am

Re: ב"ה איך שמעק שוין!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borrower »

די טרעילאר איז אפגעשטעלט געווארן נאך מיילן. כמיין אין דזשערסי.
אוועטאר
קאקאש קעיק מיט מילך
שר האלפיים
תגובות: 2921
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 28, 2019 3:29 pm

Re: ב"ה איך שמעק שוין!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאקאש קעיק מיט מילך »

יעצט ווארט מען אויף א גוטן רעגן זאל קומען רייניגן די שטאט און ארום
געבאקן נאך פסח תשפ"ב
אוועטאר
Borrower
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4526
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 10:21 am

Re: ב"ה איך שמעק שוין!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borrower »

צהלתו בפניו האט געשריבן:די מעשה איז אמת?
אויב יא א בילד אפשר?

איז אמת
כהאף אז סדא אינשורענס דערויף.
אוועטאר
קאקאש קעיק מיט מילך
שר האלפיים
תגובות: 2921
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 28, 2019 3:29 pm

Re: ב"ה איך שמעק שוין!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאקאש קעיק מיט מילך »

יישר כח פאר אלע קאמפלימענטן!
געבאקן נאך פסח תשפ"ב
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7161
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: ב"ה איך שמעק שוין!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

234196.jpeg
234196.jpeg (38.27 KiB) געזען 1774 מאל
אוועטאר
קאקאש קעיק מיט מילך
שר האלפיים
תגובות: 2921
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 28, 2019 3:29 pm

Re: ב"ה איך שמעק שוין!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאקאש קעיק מיט מילך »

האלצשטיין האט געשריבן:
234196.jpeg

ווידאס?
:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
געבאקן נאך פסח תשפ"ב
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

Re: ב"ה איך שמעק שוין!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

לאל

קאקאש קעיק מיט מילך האט געשריבן:
האלצשטיין האט געשריבן:
234196.jpeg

ווידאס?

:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:


אינגל קעמפ צווישן די לאנטש רום און די ביה"כ בארג
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: ב"ה איך שמעק שוין!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

געליינט דעם שבת,
פיין פיין! ;l;p-
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: ב"ה איך שמעק שוין!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

געליינט אום שבת גערעדט... הערליך באשריבן, ס'שמעקט מיר די שריפט... ;l;p- ;l;p-
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
קאקאש קעיק מיט מילך
שר האלפיים
תגובות: 2921
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 28, 2019 3:29 pm

Re: ב"ה איך שמעק שוין!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאקאש קעיק מיט מילך »

יישר כח אלע באדאנקערס!
געבאקן נאך פסח תשפ"ב
כתוב וחתום
שר האלפיים
תגובות: 2168
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 23, 2021 12:47 pm

Re: ב"ה איך שמעק שוין!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתוב וחתום »

קאקאש קעיק מיט מילך האט געשריבן:יישר כח אלע באדאנקערס!

מ'קען נאך באדאנקען? שטארק הנאה געהאט.
אוועטאר
קאקאש קעיק מיט מילך
שר האלפיים
תגובות: 2921
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 28, 2019 3:29 pm

Re: ב"ה איך שמעק שוין!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאקאש קעיק מיט מילך »

כתוב וחתום האט געשריבן:מ'קען נאך באדאנקען? שטארק הנאה געהאט.

זיכער קען מען. יישר כח!
געבאקן נאך פסח תשפ"ב
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: ב"ה איך שמעק שוין!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

האלצשטיין האט געשריבן:
234196.jpeg

פיין...
אוועטאר
סיז מסודר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4767
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 4:01 pm
לאקאציע: מזרח וואנט

Re: ב"ה איך שמעק שוין!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיז מסודר »

פון דיר האט דרעזדנער און שמעלצער גערעדט ליל שישי?
רב ואב"ד דק"ק סיזמע והגלילות
פה סיזמע, טערקיי
אוועטאר
קאקאש קעיק מיט מילך
שר האלפיים
תגובות: 2921
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 28, 2019 3:29 pm

Re: ב"ה איך שמעק שוין!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאקאש קעיק מיט מילך »

סיז מסודר האט געשריבן:פון דיר האט דרעזדנער און שמעלצער גערעדט ליל שישי?

וואס האט ער געזאגט?
געבאקן נאך פסח תשפ"ב
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”