סארקאזי האט געשריבן:עניית דעתי הגדולה,
א חתונה איז זייער א גיטע אידישע אינטערטעינמענט וואס דער בחור האט, איך זעה נישט פארוואס מען זאל אים דאס צונעמען, ווילסט ער זאל גיין אין רעסטוראנט'ס זיך דרייען אין די גאסען, דאס איז בעסער,?
האסט א פראבלעם אז די ישיבה ווערט ליידיג מאך א ליסטע פון 20 חברים, מגייט איין מאל א חדש, א וואך, אבער בכלל נישט גיין וואס עפעס?
און ניין נישט דארט ליגען די פראבלעמען בעניני קדושה ווען מקען נישט ווייטער ציען אן ארגומענט הייבט מען אן שרייבען ודי והמבין יבין,
נאר סקען זיין אז וואספארא פראסטע פנים די חתונה'ס טראגען זענען זיי אפשר גערעכט,אז מגייט ווי ווייניגער אבער גיי צום שורש לערן אויס די בחורים ווי אזוי מטאנצט אויף חסידישע ניגונים, שיק מיט א משגיח זאל אריינברענגען דעם געשמאק אין די בחורים, וועט עס זיין א געלעגענהייט צו הייבען דעם בחור נישט פארקערט,
דאכט זיך איך האב געזען עטליכע חסידישע ישיבות ווי די בחורים האפקענען אריין אויף חסידישע ניגונים (און יא) צוזאמען מיט די משגיחים,
און זאגען אז דער רבי ז''ל האט שוין געמאכט די תקנה דאכט זיך אז דעמאלטס איז נישט געווען קיין נושא פון אינטערטעינמענט ביי בחורים ואכמ''ל
נאכ'ן ליינען אייערע ווערטער, טראכט איך ביי מיר אז אדרבא מ'קען נוצן די בחורים,
דהיינו דאס אז די חתונות קוקן וויזוי זי קוקן, עס אידאך סיי ווי פראבלעמען וואס מ'דארף פארעכטן, יידישע חתונות דארפ'ן אויסקוקן ווי א יידישע חתונות.
נאר וואס? די פראבלעם אז די חתן איז נאר א יונגעל, און ער פאלגט שוין נישט די משגיחים פון די ישיבה.
נאר, ווען מ'שיקט
יא די בחורים צו די חתונה, ממילא
האט הנהלת הישיבה יא רעכט צו זאגן דעות, וועלכע זינעגר'ס וועט מען באשטעלן, וכדומה נאך זאכן בנוגע וויזוי וועט זיך קוקן די חתונה. (וויל אויב די חתונה איז נישט לויט תקנות הישיבה, די בחוריםוועלן נישט קומן טאנגצן, און דאס איז די חשובסטע זאך ביים חתנים)