בעסיק פאקטן ארום ספעיס און שטערנ'ס

פארשידענע רייכע ידיעות און וויסנשאפטליכע טעאריעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מעכל קנעכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7129
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 27, 2021 9:31 pm
לאקאציע: קעגן איבער

Re: בעסיק פאקטן ארום ספעיס און שטערנ'ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעכל קנעכל »

סענסיטיוו האט געשריבן:וואס איז די מערסטע מיינד באגלינג, איז אז פונקט אונזער ברעקל מעהל (ערד קוגל) איז דער וואס איז אויסגעקליבן געווארן צו ענהאלטן לעבן = גילוי ה'

איך מיין אז ס'איז א גאנצע מדובר אויב אונזער סאולער סיסטעם (אדער געלעקסי?) איז כאטש אויף עפעס א וועג אין "צענטער" פונעם יוניווערס

יא, מען רעדט דערפון,
אבער זיי קענען גארנישט וויסן, ווייל זיי זעען דאך נישט די גאנצע יוניווערס, זיי זעען נאר ביז ווי זיי זעען, זיי האבן נישט קיין אנונג וואס עס טוט זיך ווייטער
חחח...
סענסיטיוו
שר חמש מאות
תגובות: 567
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 20, 2021 11:49 pm

Re: בעסיק פאקטן ארום ספעיס און שטערנ'ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סענסיטיוו »

מעכל קנעכל האט געשריבן:יא, מען רעדט דערפון,
אבער זיי קענען גארנישט וויסן, ווייל זיי זעען דאך נישט די גאנצע יוניווערס, זיי זעען נאר ביז ווי זיי זעען, זיי האבן נישט קיין אנונג וואס עס טוט זיך ווייטער

א דאנק.
די שאלה איז הייסט עס מער פילאזאפיש
(מיר פערזענליך געפעלט צו זאגן אז דער רבוש"ע האט ווי געווארפן א דייס, כלומר אריינגעלייגט א כח אין די יוניווערס אז כאטש איין פלאנעט זאל מוזן האבן לעבן אויף זיך, אבער דער שמועס האט, כנ"ל, נישט קיין שייכות אהער)
למען לא ניגע לניק (ליפא)
אוועטאר
לייטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9019
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

Re: בעסיק פאקטן ארום ספעיס און שטערנ'ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייטער »

וואס מיינט יוניווערס?
אוועטאר
מעכל קנעכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7129
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 27, 2021 9:31 pm
לאקאציע: קעגן איבער

Re: בעסיק פאקטן ארום ספעיס און שטערנ'ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעכל קנעכל »

די וועלט איז אסאך פארנומען מיט עליענ'ס, צו ס'דא מענטשן אדער בריאים אויף אנדערע פלאנעטן און שטערנ'ס,
איז דאס איז זיכער אז מענטשן מיט בחירה זענען נישטא, וויבאלד די אייבערשטער האט אונז אויסדערוועלט פאר בעלי בחירה צו אים מאכן א נחת רוח און מער נישט,
אבער אפשר קען זיין אז עס איז פארהאן נאך ערגעץ ברואים און באשעפענישן אזויווי דא בהמות און חיות
נאכדערצו אז די נארישע סייענטיסטן גלייבן (מיט אמונה אן קיין שכל) אז אלעס איז פערצופאל, איז פארוואס זאל נישט קענען זיין אזאנס אויך אויף א אנדערע פלאנעט?

די סייענטיסטן זאגן אז עס דארף צו זיין הונדערטער ביליאנען שטערנס וואס זענען די זעלבע ווי אונזער וועלט און קענען פונקט אזוי האבן לעבנס אויף זיך לשיטתם
דאס מיינט צו זאגן אז עס איז די זעלבע נאנט צו זייער 'זון שטערן' וואס מאכט עס זאל זיין פונקט די גוטע וועטער וואס אונזער וועלט האט צו קענען האלטן וואסער און לעבן

וועגן דעם האט זיך שוין אויך אנגעהויבן שפעקולאציעס אז די יו עף או'ס וואס מען זעט זענען גאר ברואים פון אנדערע פלאנעטן וואס קומען אונז באזוכן און באטראכטן און פארן נאכדעם צוריק צו זייער וועלט ווי זיי וואוינען

איז אויף דעם דארף מען פארשטיין אז ס'פשוט נישט מעגליך, און די סיבה איז גרינג צו פארשטיין
די נענטסטע אזא סארט פלאנעט איז 490 ליכט יאר אוועק, וואס איז גראדע אראונד די קארנער אין די ספעיס מושגים..
איז אפילו אויב אונז וועלן זאגן אז ס'דא דארט באשעפענישן, און זיי קענען אפילו פליען אזוי שנעל ווי די ליכט (וואס איז קעגן די שכל אז א הארטע זאך זאל קענען גיין אזוי שנעל), נאך אלץ אבער וואלט זיי עס גענומען 490 יאר צו אנקומען דא, וואס דאס איז אוודאי אומעגליך

גראדע האבן זיי געזאגט אז די שטערן פיר ליכט יאר אוועק פון אונז קען אפשר האלטן מענטשן, וואס דאס וואלט געווען זייער נאנט,
אבער אין יאר תשס''ט האבן זיי געלאזט וויסן די שלעכטע אומדערטרעגליכע נייעס אז אפילו אויב עס וואלט געווען דארט באשעפענישן איז אלעס דעמאלטס געשטארבן און געווארן אויס, וויבאלד די זון פון דעם פלאנעט האט פלוצלינג ארויסגעשאסן א היץ 14 טויזענט מאל מער ווי געווענליך און פארברענט יעדע מעגליכע זאך אויף דעם פלאנעט.. ויבכו בית ישראל את השריפה אשר שרף ה'..
חחח...
אוועטאר
מעכל קנעכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7129
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 27, 2021 9:31 pm
לאקאציע: קעגן איבער

Re: בעסיק פאקטן ארום ספעיס און שטערנ'ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעכל קנעכל »

סענסיטיוו האט געשריבן:
מעכל קנעכל האט געשריבן:יא, מען רעדט דערפון,
אבער זיי קענען גארנישט וויסן, ווייל זיי זעען דאך נישט די גאנצע יוניווערס, זיי זעען נאר ביז ווי זיי זעען, זיי האבן נישט קיין אנונג וואס עס טוט זיך ווייטער

א דאנק.
די שאלה איז הייסט עס מער פילאזאפיש
(מיר פערזענליך געפעלט צו זאגן אז דער רבוש"ע האט ווי געווארפן א דייס, כלומר אריינגעלייגט א כח אין די יוניווערס אז כאטש איין פלאנעט זאל מוזן האבן לעבן אויף זיך, אבער דער שמועס האט, כנ"ל, נישט קיין שייכות אהער)

עס איז יא אויך א פראקטישע קשיא, ווייל אפילו אין אונזער אייגענע מילקי וועי איז אונזער פלאץ נישט אין צענטער פונעם גאלאקסיע

לגבי די ארומגערינגלטע איז עס זייער דקות'דיג, ווייל דאס איז זיכער אז די בריאה איז פון איין זייט באשאפן זייער טבע'דיג, די אייבערשטער באהאלט זיך בדוקא אין די טבע און מען קען אים נישט טרעפן קלאר און דייטליך, און דאס איז פשוט אז די אייבערשטער איז גענוג קלוג כביכול עס צו מאכן זייער גוט אלעס זאל טאאקע אויסזען טבע און פונקט געלונגען..
ממילא ביסטו פון איין זייט גערעכט אז די אייבערשטער האט באשאפן די בריאה אויף א אופן אז עס זאל אויסזען ווי געווארפן א דייס און פערצופאל, אבער פון די אנדערע זייט האט דאס אליין אויך די אייבערשטער געמאכט און אויסגערעכענט, די השגחה איז באהאלטן אין די טבע
חחח...
אוועטאר
מעכל קנעכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7129
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 27, 2021 9:31 pm
לאקאציע: קעגן איבער

Re: בעסיק פאקטן ארום ספעיס און שטערנ'ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעכל קנעכל »

לייטער האט געשריבן:וואס מיינט יוניווערס?

די גאנצע בריאה וואס אונז זעען ביז ביליאנע ליכט יארן אוועק
חחח...
אוועטאר
מעכל קנעכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7129
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 27, 2021 9:31 pm
לאקאציע: קעגן איבער

Re: בעסיק פאקטן ארום ספעיס און שטערנ'ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעכל קנעכל »

די סייענטיסטן טוען אויך אסאך נארישקייטן אין דער נושא
למשל, די גאלדענע רעקארד וואס מען קען זען אין דעם אויבערשטע לינק,
דאס איז א רעקארד פלעיער וואס איז דעמאלטס אין יאר תשל''ז געווען אין באניץ, וואס די סייענטיסטן האבן אריינגעלייגט אינעם וואויזשער, מיט א דרשה רעקארדירט אויף אפאר שפראכן גערעדט און דערציילט וועגן אונזער וועלט און אלעס ארום..
פארוואס אין אפאר שפראכן? אז אויב די גרינע מענטשעלעך אין 300 טויזענט יאר ארום דארט וועלן נישט פארשטייען קיין ענגליש זאלן זיי אבער פארשטיין וואס מען רעדט צו זיי אין ספאניש.. איינער כאפט דער חשבון? ווייל איך נישט, און אויב זיי האבן עס יא געכאפט זאלן זיי זיצן אין משוגעים הויז, נישט אין נאסא אויף מיינע טעקס געלטער..

אויך שיקן זיי ארויס ראדיא כוואליעס די גאנצע צייט אין ספעיס אריין אז אויב עס איז דא ערגעץ א וועלט זאלן יענע מענטשן דארט אויפכאפן די ראדיא כוואליעס און זען ס'דא דא מענטשן (און וואס דעמאלטס? קומען קען מען ממילא נישט..)
אבער למעשה אזויווי מען האט שוין געזען וועלן די ראדיא כוואליעס אנקומען אין טויזנטער יאר ארום צו זיי..
אין אנדערע ווערטער, אויב א עליען פון א פלאנעט טויזענט יאר אוועק פרובירט יעצט צו קוקן אויף אונזער פיצקעלע אומזעבארע פלאנעט און זוכן צו ס'דא דא לעבן דורך אויפזוכן ראדיא כוואליעס, דאן טרעפט ער אונזער וועלט מיט טויזענט יאר צוריק און ער וועט נאר קענען שמעקן די שמעק פון פערד וואס שלעפן וועגענער.. גארנישט מער.. דאס איז וויבאלד ער באקומט יעצט אונזער ליכטיגקייט פון טויזענט יאר צוריק

און דאס אלעס איז שוין אויפן ווייטן הנחה אז יענע מענטשעלעך האבן פונקט אויפגעטראפן וואס אונז האבן אויסגעטראפן און זייער קאפ לויפט די זעלבע ווי אונז און אלעס האט זיך דארט דעוועלאפט די זעלבע ווי דא ביי אונז.. דאס איז א פראצענט פון א פראצענט פון א פראצענט וכו'.. און אויף אזעלכע חכמים פארלאזן אונז זיך..
חחח...
סענסיטיוו
שר חמש מאות
תגובות: 567
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 20, 2021 11:49 pm

Re: בעסיק פאקטן ארום ספעיס און שטערנ'ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סענסיטיוו »

א דאנק אייך ר' מעכל
למען לא ניגע לניק (ליפא)
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

Re: בעסיק פאקטן ארום ספעיס און שטערנ'ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

הפלא'דיג אראפ געלייגט!
אוועטאר
Borrower
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4526
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 10:21 am

Re: בעסיק פאקטן ארום ספעיס און שטערנ'ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borrower »

לייטער האט געשריבן:וואס מיינט יוניווערס?

די זאך וואס אלעס איז אין

What is the universe short answer?
The Universe is everything we can touch, feel, sense, measure or detect. It includes living things, planets, stars, galaxies, dust clouds, light, and even time. ... The Universe contains billions of galaxies, each containing millions or billions of stars. The space between the stars and galaxies is largely empty
אוועטאר
Borrower
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4526
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 10:21 am

Re: בעסיק פאקטן ארום ספעיס און שטערנ'ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borrower »

ווי גרויס איז די מילך וועג גאלאקסי?

בילד

און איין ליכט יאר איז 5,878,625,370,000 מייל (דער פינעווער איז טריליאן)
X 100,000
נאסא האלט און איין אפדעיטן די גאלאקסי ציילונג. - האלט יעצט ביי 2 טריליאן גאלאקסיס. געשאצטערהייט -

ווער קען טייטש.
השמים מספרים כבוד אל
אוועטאר
דער הימלישע איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7308
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אויפן ערד אינטערן הימל

Re: בעסיק פאקטן ארום ספעיס און שטערנ'ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער הימלישע איד »

מעכל קנעכל האט געשריבן:איך גיי דא נישט זאגן קיין גאר גרויסע חידושים, יעדע בר בי רב וואס ליינט נאר אביסל איבער ספעיס וועט וויסן דאס אלעס,
אבער נאכאלץ וועל איך עס שרייבן פאר אזעלכע וואס דארפן עס האבן אויף אידיש קלאר אראפגעשריבן, ליינטס און שטוינט די מעשה ה' הגדול

צום ערשט דארף מען וויסן, ווען ס'קומט צו די נומבער'ס פון שטח וואס מען רעכענט אין די ספעיס, דארף מען טוישן די גאנצע בליק און באקומען אנדערע מושגים אין גרויסקייט,
וואס ביי אונז פארנעמט אויף דער וועלט א גרויסע ריזיגע שטח, איז דארט ניטאמאל א לעפל וואסער אינעם פאסיפיק אקעאן – נישט גוזמא'דיג גערעדט

די משל וואס איך וועל געבן דערויף איז ווי פאלגענד,
ווי לאנג נעמט צו ארומפארן אונזער וועלט מיט א קאר ווען מען פארט זיבעציג מייל פער שטונדע 24 שעה א טאג?
די וועלט איז פינף און צוואנציג טויזענט מייל ארום און ארום ביים עקוועטאר די ברייטסטע פלאץ, דאס וואלט גענומען פערצן טאג, דאס איז די לענגסטע מען קען פארן ארום די וועלט.

יעצט לאמיר גיין ווייטער,
די מרחק צווישן אונז און די לבנה איז 250 טויזענט מייל, דאס איז זייער זייער אסאך אין אונזערע מושגים, גאנץ אמעריקע איז גרויס אין די ברייט נישט מער ווי 3000 מייל
מיט א קאר אויף דעם זעלבן מהלך וואלט עס גענומען 141 טעג צו פארן פון אונז צו די לבנה

יעצט, די מרחק פון אונז ביז די זון איז 92 מיליאן מייל, דאס איז אוודאי זייער זייער זייער אסאך.. אונז קענען ניטאמאל פארשטיין דעם גרויס אין סיי וועלכע היזיגע מושג
און צו פארן אהין מיט א קאר אויפן זעלבן מהלך וואלט גענומען 54,761 טעג - 150 יאר... בקיצור, קיינמאל נישט.. דאס איז שרעקליך ווייט..

אבער ווען מען נעמט דעם ריזיגן ריזיגן מהלך און מען רעכענט די לאנגע 150 יאר אונזערע איז לויט די ספעיס טערמס גרייכט עס א נישטיגע אכט מינוט..! 150 יאר דארט איז נישט מער ווי אכט מינוט..
אבער שפעטער וועט מען זען אז דאס איז נאך גארנישט גארנישט קעגן די איבריגע חלק ספעיס..

דער וועג פון רעכענען אין ספעיס איז באקאנט אלץ 'ליכט יארן', דאס איז די צייט ווי שנעל די ליכטיגקייט לויפט
וואס פאר מען גייט מסביר זיין וואס דאס איז דארף מען צולייגן אז דער מאסיווע פאנטאסטישע אומדערהערבארע גרויסע וועג פון רעכענען דורך ליכט יארן וואס מען וועט שוין זען, איז נאך אלץ גארנישט גארנישט קעגן די גרויס און ברייט פונעם ספעיס, ס'פשוט די גרעסטע וועג פון רעכענען נאר שייך און די שנעלסטע זאך אינעם בריאה וואס מען זעט

וואס איז טאקע א ליכט יאר? וועלן מיר זען אינעם קומענדיגן פאראגראף אי''ה

ממעכל עד קנעכל לא קם כמעכל קנעכל אזוי דעלישעס אראפצולייגן איינס פון די שווערסטע נושאים איך מיין איך וואלט עס נישט געמעגט ליינען אין די ניין טעג
מאנטאג - פרייטאג פארמאכט מוצ"ש - זונטאג אפן
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20734
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: בעסיק פאקטן ארום ספעיס און שטערנ'ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

יעצט א דורך געליינט דאס גאנצע אשכול
קנעכל גאר קלאר געשריבן

וואס איז פשט אז דעס קענסטו אבער מאכן די פיאות נישט ? :grin:
לעצט פארראכטן דורך נארמאליזעם אום מאנטאג יולי 12, 2021 9:43 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30695
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

נארמאליזעם האט געשריבן:יעצט א דורך געליינט דאס גאנצע אשכול
קנעכל גאר קלאר געשריבן

וואס איז פשט אז דעס קענסטו אבער מאכן די פיאות נישט? :grin:

ער האט פאות פון א ריכטיגע כוכב... :wink: :lol:
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
בעסער אזוי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4617
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

Re: בעסיק פאקטן ארום ספעיס און שטערנ'ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסער אזוי »

קלאר איז נישט דאס ווארט!

מעכי ענד קנעכי אין יוניווערס שאו!
(--ווערטערלאז--)
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4616
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע: דא

Re: בעסיק פאקטן ארום ספעיס און שטערנ'ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

דער הימלישע איד האט געשריבן:
מעכל קנעכל האט געשריבן:איך גיי דא נישט זאגן קיין גאר גרויסע חידושים, יעדע בר בי רב וואס ליינט נאר אביסל איבער ספעיס וועט וויסן דאס אלעס,
אבער נאכאלץ וועל איך עס שרייבן פאר אזעלכע וואס דארפן עס האבן אויף אידיש קלאר אראפגעשריבן, ליינטס און שטוינט די מעשה ה' הגדול

צום ערשט דארף מען וויסן, ווען ס'קומט צו די נומבער'ס פון שטח וואס מען רעכענט אין די ספעיס, דארף מען טוישן די גאנצע בליק און באקומען אנדערע מושגים אין גרויסקייט,
וואס ביי אונז פארנעמט אויף דער וועלט א גרויסע ריזיגע שטח, איז דארט ניטאמאל א לעפל וואסער אינעם פאסיפיק אקעאן – נישט גוזמא'דיג גערעדט

די משל וואס איך וועל געבן דערויף איז ווי פאלגענד,
ווי לאנג נעמט צו ארומפארן אונזער וועלט מיט א קאר ווען מען פארט זיבעציג מייל פער שטונדע 24 שעה א טאג?
די וועלט איז פינף און צוואנציג טויזענט מייל ארום און ארום ביים עקוועטאר די ברייטסטע פלאץ, דאס וואלט גענומען פערצן טאג, דאס איז די לענגסטע מען קען פארן ארום די וועלט.

יעצט לאמיר גיין ווייטער,
די מרחק צווישן אונז און די לבנה איז 250 טויזענט מייל, דאס איז זייער זייער אסאך אין אונזערע מושגים, גאנץ אמעריקע איז גרויס אין די ברייט נישט מער ווי 3000 מייל
מיט א קאר אויף דעם זעלבן מהלך וואלט עס גענומען 141 טעג צו פארן פון אונז צו די לבנה

יעצט, די מרחק פון אונז ביז די זון איז 92 מיליאן מייל, דאס איז אוודאי זייער זייער זייער אסאך.. אונז קענען ניטאמאל פארשטיין דעם גרויס אין סיי וועלכע היזיגע מושג
און צו פארן אהין מיט א קאר אויפן זעלבן מהלך וואלט גענומען 54,761 טעג - 150 יאר... בקיצור, קיינמאל נישט.. דאס איז שרעקליך ווייט..

אבער ווען מען נעמט דעם ריזיגן ריזיגן מהלך און מען רעכענט די לאנגע 150 יאר אונזערע איז לויט די ספעיס טערמס גרייכט עס א נישטיגע אכט מינוט..! 150 יאר דארט איז נישט מער ווי אכט מינוט..
אבער שפעטער וועט מען זען אז דאס איז נאך גארנישט גארנישט קעגן די איבריגע חלק ספעיס..

דער וועג פון רעכענען אין ספעיס איז באקאנט אלץ 'ליכט יארן', דאס איז די צייט ווי שנעל די ליכטיגקייט לויפט
וואס פאר מען גייט מסביר זיין וואס דאס איז דארף מען צולייגן אז דער מאסיווע פאנטאסטישע אומדערהערבארע גרויסע וועג פון רעכענען דורך ליכט יארן וואס מען וועט שוין זען, איז נאך אלץ גארנישט גארנישט קעגן די גרויס און ברייט פונעם ספעיס, ס'פשוט די גרעסטע וועג פון רעכענען נאר שייך און די שנעלסטע זאך אינעם בריאה וואס מען זעט

וואס איז טאקע א ליכט יאר? וועלן מיר זען אינעם קומענדיגן פאראגראף אי''ה

ממעכל עד קנעכל לא קם כמעכל קנעכל אזוי דעלישעס אראפצולייגן איינס פון די שווערסטע נושאים איך מיין איך וואלט עס נישט געמעגט ליינען אין די ניין טעג


א פיינע פען האט איהר ר’ איד
גייט קומען אן המשך?
סענס הייבן אן מאכן זאכן...
(קר' ל.וו.)

#גיי קראך גרינע פעפער

דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!

נא נא!!!
נא'קע מיך נישט, איך דארף עס נישט
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13864
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

Re: בעסיק פאקטן ארום ספעיס און שטערנ'ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

מעכל קנעכל האט געשריבן:די צווייטע בילד דארט איז פונעם מילקי וועי גאלאקסי, אבער אונזער סאולער סיסטעם איז א שפיי אין דעם גאלאקסי,
איך וויל נאך אנקומען צו דעם

די בילד איז פון די אנדראמעט גאלעקסי אונזער נעקסט דאר נעיבער
פון די מילקי וועי געלעקסי קען מען נישט האבן קיין פיקטשער זינט מיר געפינען זיך דערינען
צדוק
שר האלף
תגובות: 1876
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 23, 2021 9:11 pm

Re: בעסיק פאקטן ארום ספעיס און שטערנ'ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדוק »

איך האב לעצטנס געליינט צו קענען פארשטיין אביסל די ווייטקייט פון די וועלט צו די נענסטע שטערן אויסער אונזער זון וואס איז 'נאר' פיר ליכט יארן אוועק פון אונז

אויב וועט מען לייגן אונזער וועלטל אזוי גרויס ווי א שטויבל נעבן די זון אזוי גרויס ווי א בונדל אפגעריקט מיט דריי אינטשעס, וועט מען דער קומענדיגער שטערן דארפן שטעלן פינף מייל אוועק!!

רעכן אויס וואס דאס מיינט וועסטו כאפן א משהו ווי גרויסע די ספעיס איז, ווייל דער דאזיגער שטערן איז נאר פיר ליכט יארן אוועק ווען עס זענען פארהאן שטערנס מיליאנען ליכט יארן ווייט
אוועטאר
דער הימלישע איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7308
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אויפן ערד אינטערן הימל

Re: בעסיק פאקטן ארום ספעיס און שטערנ'ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער הימלישע איד »

צדוק האט געשריבן:
איך האב לעצטנס געליינט צו קענען פארשטיין אביסל די ווייטקייט פון די וועלט צו די נענסטע שטערן אויסער אונזער זון וואס איז 'נאר' פיר ליכט יארן אוועק פון אונז

אויב וועט מען לייגן אונזער וועלטל אזוי גרויס ווי א שטויבל נעבן די זון אזוי גרויס ווי א בונדל אפגעריקט מיט דריי אינטשעס, וועט מען דער קומענדיגער שטערן דארפן שטעלן פינף מייל אוועק!!

רעכן אויס וואס דאס מיינט וועסטו כאפן א משהו ווי גרויסע די ספעיס איז, ווייל דער דאזיגער שטערן איז נאר פיר ליכט יארן אוועק ווען עס זענען פארהאן שטערנס מיליאנען ליכט יארן ווייט
אונז אידן ווייסן אז ס'איז פארהאן נאך שטערנס, ווייל מיר גלייבן אינעם אייבערשטען און אין זיין תורה. אבער ווי אזוי ווייסן די סייענטיסטן אז ס'דא א שטערן א מיליאן ליכט יאר אוועק, זיי זענען דאך קיינמאל נישט דארטן געווען?
מאנטאג - פרייטאג פארמאכט מוצ"ש - זונטאג אפן
סענסיטיוו
שר חמש מאות
תגובות: 567
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 20, 2021 11:49 pm

Re: בעסיק פאקטן ארום ספעיס און שטערנ'ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סענסיטיוו »

צדוק האט געשריבן:
איך האב לעצטנס געליינט צו קענען פארשטיין אביסל די ווייטקייט פון די וועלט צו די נענסטע שטערן אויסער אונזער זון וואס איז 'נאר' פיר ליכט יארן אוועק פון אונז

אויב וועט מען לייגן אונזער וועלטל אזוי גרויס ווי א שטויבל נעבן די זון אזוי גרויס ווי א בונדל אפגעריקט מיט דריי אינטשעס, וועט מען דער קומענדיגער שטערן דארפן שטעלן פינף מייל אוועק!!

רעכן אויס וואס דאס מיינט וועסטו כאפן א משהו ווי גרויסע די ספעיס איז, ווייל דער דאזיגער שטערן איז נאר פיר ליכט יארן אוועק ווען עס זענען פארהאן שטערנס מיליאנען ליכט יארן ווייט
וואף!!
אגב, דער אבזערווירטע יוניווערס איז עטליכע ניינציג "ביליאן" ליכט יארן גרויס.
למען לא ניגע לניק (ליפא)
אוועטאר
בלוט בלבול
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4563
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 13, 2021 8:56 pm
לאקאציע: מ'קען נאכנישט אויסזאגן

Re: בעסיק פאקטן ארום ספעיס און שטערנ'ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלוט בלבול »

צדוק האט געשריבן:
איך האב לעצטנס געליינט צו קענען פארשטיין אביסל די ווייטקייט פון די וועלט צו די נענסטע שטערן אויסער אונזער זון וואס איז 'נאר' פיר ליכט יארן אוועק פון אונז

אויב וועט מען לייגן אונזער וועלטל אזוי גרויס ווי א שטויבל נעבן די זון אזוי גרויס ווי א בונדל אפגעריקט מיט דריי אינטשעס, וועט מען דער קומענדיגער שטערן דארפן שטעלן פינף מייל אוועק!!

רעכן אויס וואס דאס מיינט וועסטו כאפן א משהו ווי גרויסע די ספעיס איז, ווייל דער דאזיגער שטערן איז נאר פיר ליכט יארן אוועק ווען עס זענען פארהאן שטערנס מיליאנען ליכט יארן ווייט
וואו... אינטערעסאנטע רעכענונג...
אגב, וואס זאגן די סייענטיסטן. אז די יוניווערס האט א גרויס, אדער האט נישט קיין עק?
אוועטאר
sheetrock
שר עשרת אלפים
תגובות: 14217
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: בעסיק פאקטן ארום ספעיס און שטערנ'ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך sheetrock »

צדוק האט געשריבן:
איך האב לעצטנס געליינט צו קענען פארשטיין אביסל די ווייטקייט פון די וועלט צו די נענסטע שטערן אויסער אונזער זון וואס איז 'נאר' פיר ליכט יארן אוועק פון אונז

אויב וועט מען לייגן אונזער וועלטל אזוי גרויס ווי א שטויבל נעבן די זון אזוי גרויס ווי א בונדל אפגעריקט מיט דריי אינטשעס, וועט מען דער קומענדיגער שטערן דארפן שטעלן פינף מייל אוועק!!

רעכן אויס וואס דאס מיינט וועסטו כאפן א משהו ווי גרויסע די ספעיס איז, ווייל דער דאזיגער שטערן איז נאר פיר ליכט יארן אוועק ווען עס זענען פארהאן שטערנס מיליאנען ליכט יארן ווייט
אין די לינק אין די תגובה קענסטו כאפן אביסל א בעסערע בליק וואס ס'טוט זיך אין ספעיס. עפן אבער נישט די לינק אויב דו האסט נישט קיין איבריגע האלבע שעה...
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
אוועטאר
איל_משולש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4733
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
לאקאציע: אמעריטשקע.
פארבינד זיך:

Re: בעסיק פאקטן ארום ספעיס און שטערנ'ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איל_משולש »

איין זאך האט מעכי אויסגעלאזט אינעם ערשטן פאוסט. לאקאל, אין אונזער סאלער סיסטעם, רעכנט מען נאכנישט ליכט יאר. מען רעכנט AU. Astronomical units.
פון די זון ביז די וועלט איז איין AU, און אזוי רעכנט מען ביז פלוטו.
דאס הייסט אז איין אסטראנאמיקל יוניט איז דריי אין ניינציג מיליאן מייל.
- דיס ספעיס איז אוועילעבל פאר רענט, פאָר רעיטס קאנטעקט אין אישי.
שרייב תגובה

צוריק צו “ידיעות און וויסנשאפט”