אנאליז אויף א רעגענדיגע ארבעט'ס זונטאג

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מה בכך
שר חמש מאות
תגובות: 628
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 30, 2020 2:28 am

אנאליז אויף א רעגענדיגע ארבעט'ס זונטאג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה בכך »

לכבוד מיין געקרוינט ווערן אלס שר המאה


א ווינטערדיגע רעגענדיגע זונטאג צופרי.
ס'וועקער זייגער נודזשעט מיטן רויטן דינעם פייף, און צווינגט מיר צו משלים זיין מיטן וואָרער רעאליטעט אז דער מארגנשטערן האט שוין לאנג ממלא מקום געווען דאס לבנה.
מיט א שנעלן חשבון האט ער פיינאליזירט אז אין א קנאפּע פינף און צוואנציג מינוט דארף זיך טרעפן מיט דעם בעל עגלה אויפן מאנסי טרעיל באס
דער פּגע'דיגער קוויטש מיט וואס דער עלעקטראנישער וועקער האט אים אנגעשריגן, האט אים אויפגעמערקט אז ער האט פארדרימלט צעהן מינוט. אָקעי.. ס'בזיונות! נאר נאך פיפצן מינוט.. דאָך מער פון צוועלף.ס’מקווה וועט מען מוזן משלים זיין בעיר הבירה. ער האט אראפּגענידערט פונעם געלעגער מיט אָנע כח. זיינע פּיאות האבן ערנסט געקענט קאנקורירן מיט א היסטארישער דערי לולב, ווען זיינע אויגן זענען פארקלעבט ווי א נאסע לאַלי, זיין מח שלאפט נאך מיט קראפט.
ער פּאַרקט אריין אין זיין העמד, בשעת זיינע אויגן ווידערשפעניגן אין זייער אויפגאבע. א שלויך פון קאלט וואסער האט אים צעוויסן געטאן איבער די פּאָגראָם וואס ס'פיס זיינער האט פאראנטווארטליכט. די שידוך צווישן נעגל וואסער און זאָקן איז א שוואכע, די פראגע איז נאר פארוואס די אומגעלונגענע שידוך איז ווידער געשלאסן געווארן. תיקו.
קנעפּל נומבער איינס צו לאָך נומבער צוויי. אזוי פארענדיגט ער דעם גאנצן העמעד, ביז. ביזן לעצטן קנאָפּ. 'די חשבונות שטומען נישט!' האט ער באנקראטירט מיט נידריגע קאָנפידענץ.
מיט שווערע פּלאג האט ער ענדליך דערגרייכט ס'דלת'ל פונעם הויז ב'צייטנס, איינגעפּעלצט אין א קאשמירער מאנטל. פראסקעט ארויף דאס רעכטע שאַל עק אויפן לינקע פּלייצע כדי מידת החסד זאל גובר זיין. און היידע! ער פּראלט אויף דעם טיר מיט עקסטאז.
'וואס היידע? ווען היידע? ס'דריזלט א גרויע זינטאגדיגער טוי!' האט ער געצערנט א גרימצארן (א וואס?) זיינע פיס שלעפּן זיך נאך ווי אומגעלאַדנטע אושפּיזין, לויפנדיג ווי א פּענגווין. ער גרייכט ענדע-בלאק ווען מיטאמאל כאפּט ער זיך אז זיינע טלית ותפילין האט ער איבערגעלאזט אין הויז, ער דרייט זיך אויס און נעמצעך לויפן. ער קומט אן אהיים, און באשליסט אינאיינוועגס מיטצונעמען א שירעם, כאילו וויי נאַט.
ר'גיבט א כאפּ די טוטפות מיטן רענצל מיטן רעכטן האנט, ווען מיטן לינקן יד פאנגט ער אַן איבערוואָגיגער שירעם. מיט א קורצע בליק אויפן זייגער איז ער געוואויר געווארן אז עס איז אים פארבליבן זיבן מינוט צום באס.
ס’האט געקווענקלט ציווישן 'יא קאווע' און 'נישט קאווע'. קום און הער די בני ישיבה האבן פּושט געווען די איבעיא. 'יא קאווע' האט געוואונען.
ער גיט א כאַפּאַרויס א האַט קאפּ, שמייסט אריין טעסטערס-טשויס קערלעך, לויפט צו צום פּערקולאטער און הויבט אן קוועטשן זיין קאפ. די עלעקטערישער קעסל האט אנגעהויבן שנארכן ארויסשפּייענדיג דערביי אביסל מים אחרונים, ער האצעך עס גענימען קוועטשן מיט אייפער, אבער די שנארכע איז געווארן העכער, ווי א ווארענונג אויף נקמה. צוביסלעך איז דער אומלעגאלער פאום-גלאז געווארן פארפילט ביז צו די ברעגעס, גיסט אריין קוען-זאפט.
תם ונשלם, די קאווע איז געפארטיגט.
יעצט ברויך מען ארגענאזירן די רענצל/שירעם אין איין האנט, און דאס כוס של קאווע אין דאס אַנדערס האנט‚ און די תפילין ווי סאיז נאך פארבליבן א ליידיגן שטיקל שטח. פיין, מסודר. און איצט הויבצעך אָן א געלויפעכטס.
"פארוואס גיסטו מיר אויס?!" האט ער געהערט זיין געטראנק פאָדערן מיט רעכט (עכט האט טרינקען אפילו נישט קיין מויל) זעענדיג די ווי די סיידוואָק טרינקט אויס זיין קאווע. דאס גאַלאָפ זיינער האט זיך פארשנעלערט, ווען זיין היט האט געקעקעצט אויף זיין קאפ. א שווייס האט אים אנגעהויבן ארומוואשן אונטער דאס שווערן מאנטל. און האט צוגעלייגט גרויע קאליר צום סיטואציע.
און דאן האט ער קאָמפּלעקסירט. 'עפענען דאס שירעם אדער נישט?' 'אייגנטליך, איך בין נישט קיין פייער, איך ברויך זיך נישט אזוי באשיצן פון א קליין דריזל'. 'ווידעראום, האלטן א שירעם פארמאכט אין א רעגן איז ווי נישט מיט'נוסח'ן "וטהר לבנו" מיטן חזן'. 'מצד שני קוקט עס אויס ווי או-סי-די, ס'רעגנט נישט גענוג צו דארפן עפענען א פּאנצער.'
ער האט אויסגעשטרעקט זיין האנט צו פיהלן אויב די רעגן האט זיך באגנאַדיגט און אוּלי זיך פארשטערקערט, כדי צו מעגן לעגאל האלטן אפן א באשיצונגס שטאנג. אבער ניין. היינט דריזלט א לוילעך ווענילע פּאַרע. צוויי פערזאָנען האבן אים געמיטליך דורכגעשפרייזט מיט פארמאכטע שירעמען. 'זעסטע כאָדיר געזאגט!' האט ער רעכט געגיבן פארן געדאנק זיינעם, נישט חלומ'ענדיג אז זיי זענען אחים לצרה בלאנדשענדיג אין זייער אייגן שירעם-געביידע שוין עטליכע מינוטן.
א שארפע דריי אויף דעם נעקסטן גאס און מ'איז שוין כמעט ביים באס סטאנציע.
די שווייס האט זיך שוין געטאָפלט, און אים געגליעט אונטער זיין פּעלץ.
אפאר בחורימ'לעך זענען אים פארבייגעגאנגען מיט ברייטע אפענע שירעמלעך, און ער האט ביי זיך אפגעמאכט מיט אסאך סעלף-קאָנפידענץ: "איך לעב נישט פאר יענעם. נישט. איך וועל עפענען ס'שירעם, און פארטיג!"
א ווילדן גערויש האט אים געמאכט אינסטיקטיוו אויסדרייען דאס אויסגעמאטערט קאפ. ער האט שווער געקענט צעקייען דעם פאקט. א גראבע פיר עקיגע וואגאן מיט א שרעקליכן גערויש, האט אים פארבייגעפלויגן מיט קענטליכע שפּאט. 'פלאן בי' האט ער באפוילן זיך אליין. א טיפער אטעם אויף אריין, און שמייס די פערד! ער האט זיך געהויבן א טפח, און געפעדערט זיינע שפרינגענדע פיס מיט אן אויסטערלישן טעמפּא.
די באס האט זיך שוין איינגעקנייטשט אויף דער עק גאס‚ ער נעמט זיך טרייבן זיינע טריט, זיך נישט וואגענדיג אויפצוהייבן זיינע אויגן אויס בושה פאביעס, דאס אויטא-באס האט זיך שוין אפגעשטעלט ביים היטש-מארק אויבן ביים ברעג אויף צו איינשלינגען דעם קהל
'הודו לשם! היינט איז דא אסאך אירע' האט ער געלויבט קודשא בריך הוא אז דער וועהיקל וועט זיך זוימען ביים אויפנאם-סטאנציע
ס’פענימל האט געטויפט אירע קאלירן ניצנדיג דערביי שמעון גרין'ס מהלך, ווען די פיר-רעדלדיגן-קאסטן הויערט נאך
'איך גיי עס מאכן!' האט ער זיך מחזק געווען אינעם נעפל, ארויפיאגענדיג דעם גאס, ווען טראפן שווייס שלענגלט זיך אראפ דעם תפלין בייטל. ער טרעפט זיך שטיין אינפארנט פונעם באס, ווען אירע טירן פארמאכן זיך שטאַטליך פארנט פון זיינע שיך. 'א מין חוצפה' האט ער זיך געבייזערט שטייענדיג צום פרצוף פון די הערמעטיש-פארשלאסענע טויערן. ערהאט זיך גענומען קלאפן מיט זיינע פויסטן אויף דעם שער, ווען ער מורמלט זיך אונטער דעם לייגן/בייגן גראם. דער בעלעגאלע האט זיך דערבארעמט און געעפנט דאס טיר און אריינגעלאזט דאס פעקל פלייש‚ ס’ענדליך נאכן זיך דורך שטופן א האלבן באס האב איך ענדליך געטראפן א מקום מנוחה צו פארזעצן מיין צוגעראבעוועטע שלאף, וישן ויחלום חלום שנית
* * *
דעסטענעשן ערייווט, אלט ווילאמסבורג, איך יאג אראפ פון באס מיינע פיסעלעך הייבן זיך ווייטער און א געלויף איך רייס אריין אין פאפא שוהל מיט האלבע אטעמעס, מיין בעה"ב וועט מיר טייטן אויב איך קום ווידעראמאל שפעט
מיין טו"ת זעקעלע ווערט סאליד סטאנציאנירט ביים תיקון-טישל. און דאן, א געלויף צום קאווע שטיבל ווי זיך צי פארזיכערן אז ער איז שוין א געטרינקענע.
אין איינשטימונג מיט די אינהאלט און קוואליטעט פונעם שמעק, פארשטיי איך אויפן ווינק אז דא סערווירט מען נישט קיין ׳טעסטערס-טשויס׳, נאר קאווע פון אנדערע בארימטע פירעמעס.
צוויי אידן (וואס לויט זייערע אפגעגאלטע הויכע-ביבע-היטן, זענען די אויסזיכטן פאזיטיוו אז זייערע פנימ׳ער וועלן ערשיינען אין די ראמען פון א ׳דרשו איד׳ קאמפיין) האבן דורכגעפירט געהיימניספולע ווערטער אויסטוישן, בלאקירנדיג די האט-קאפס.
״אהההעם... אמממ...״ האב איך געפריווט צו ציען אטענטשאן, אבער זיי הערן נישט.
״האאאטשו…״ איך האב באמת פראבירט ס׳זאל אויסקוקן עכט.
זיי ווידעראום, האבן ווייטער פארברענגט מיט א רואיגקייט.
איך האב זיך בארעכנט, און זיך געוואנדן זייער זייער נאנט צו זיי, אזש צו זערא סאציאל-דיסטענץ, און הערשט דאן האט איינער זיך טיילווייז אוועקגעריקט, גיבנדיג פלאץ בלויז פאר מיין פויסט צו קענען נעמען-און-גיין.
איך האב ארויסגעצויגן א גלעזל (די קוויטש דעמאלטס פאראורזאכט טשילס), און אין מיין האנט ליגט א קליין גלאטער פאום-כוס, אפילו פאר חרוסות ניצט מען שוין א מער בעל הבית׳ישער שיעור און
דאס גלעזל האט ערגעץ ווי געכאפט א שמייס, און איר זוים איז טראגיש אומגעקומען
דארף מען זיך איינהאנדלען א נייע. די צוויי שמועסן נאך געלאסן, מיט א צעגערנדע מנוחה.
איז וואס טוט מען יעצט?
איך האב מחליט געווען צו ריזיקירן אט די דאזיגע געוואגטע שריט, און זיי בעטן רשות צו באוויליגן מיט זייער גרויס ווארעמהארציגקייט, און מיר געבן צוטריט צו מיין האט-קאפ.
״אנטשולדיגט, מען קען צוקומען?״ האב איך גאר איידל און באשיידן געפרעגט.
זיי האבן זיך אוועקגעריקט, אבער מיר אינאיינוועגס פורע חוב געוועזן מיט אויגן ברעמען וואס דערמאנט פון ׳איוואן דער גרויזאמער׳.
איך האב געפאנגען א שפאגל-נייעם גלאז, און אריינגעגאסן פון די קאווע-זאמד. ׳איך האב מגזם געווען׳ האב איך געטראכט זעענדיג די גרויסע קוואנטום קאווע וואס איז בטעות אריינגעפלאסן. איך האב צוריקגעגאסן אין פושקע, און זיך געטראפן מיט א ליידיג גלאז, דאן האב איך אים נאכאמאל אנגעפילט. פערפעקט!

קאצקע-קוגעלעך איז נישט אויפן מעניו היינט. מיין האנט פארט גלייך צו צום בייטל דאמינא-צוקער, אינערווייניג אין זאַק האט זיך אנטפלעקט פיהל מיט פארהארטעוועטע צוקער שטיינער, ווי צו שפעטן אויף מיין התנגדות צו די קאצקע.

די הייס וואסער האט ארויסגעשטראמט פון די מעטאלענעם טאנק מיט אזא שנעלקייט וואס קען זיך ערנסט פארמעסטן מיט א מיסל, ווארפנדיג הייסע טינקעלע פלעקן אויף מיין אומשילדיגער האנט. די ברי איז געווען גענוג גרויס צו ציפן, און גענוג קליין אויף נישט צו מצב׳ן דערוועגן. נישט אראפצושלינגען, און נישט אויסצושפייען.

לעפלעך זענען נישטא (טיפּיקעל), אבער אויסמישן ס׳קאווע איז בפשטות א חוב.
שוין, העלעך נעמען א צווייט גלאז, און אזוי טוען מזיגת הכוס.
״אנטשולדיגט אינגערמאן!״ האט אן אומבאצאלטער וואלענטיר איבערגענומען דעם שמש׳נס אויפגאבע, ״בל תשחית איז ביי דיר ווי ניסלעך-שאלאכץ? ווער - למשל - וועט ניצן די איבערגעבליבענע האַט-קאָפ? וואס קוקסטו מיר אן אזוי?״

נישט אויסמישן. נישט.

דאן מעלקט מען מילך פון א אייזערנעם קאסע, די קוה איז געווען כמעט אינגאנצן ליידיג, די שטרוי האט געדארפט ווערן געבויגן און פארקירעוועט לארבע כנפות הארץ, און ברוך השם! דאס שאל איז אנגעפילט מיט א דערפרישונגס געטראנק.

א ברייטער איבערוואגיגער מחותן - וואס ניצט לכאורה אויס אן אייגן זיפקאוד פאר זיין קערפער - האט אריינגעפראלט מיט אימפעט, און האט גע׳רצון׳ט צו רעצעפטן א קאָפי אין א גאר-שנעלן צייט אפשניט.

פון דא ביז נאכן עקסידענט געדענק איך גארנישט.

פון מיינע ציצית פרינדשעלעך האבן געטריפעט קעפיען, ווען פון ציווישן מיינע בארד שטריקן האבן זיך געשלענגלט פון אט די דאזיגער קלעבעדיגע טרינק. עס איז נישט געווען קיין עדות אדער סיי וועלכע קראנטע באווייז צו די פאקט אז ׳ווייס׳ האט באדארפט צו זיין די אריגינעלער קאליר פון מיין העמעד.
צו נאך איין זאך איז נישט געווען קיין שום עדות אדער אנדענק. דער באטריגער איז אנטרינען פון שטח. נישט קיין ׳סאַרי׳, אוודאי קיין ׳אנטשולדיגט׳, ווער טראכט נאך פון אפפערן פאר הילף?
דער טעראריסט איז פארשווינדן.
דיינו.

זיך דערזען מיט ווייניג ברירות, האב איך זיך געטראפן שטיין אינפארנט פונעם מקוה טיר, טאפנדיג אויף מיין געהענגל שליסלעך, זיכנדיג דערביי מיין איינטריט קארטל.
צוליב פוילקייט, האב איך נישט אפגעזינדערט מיין מקוה-קארטל פון מיינע הויזן-העקעלעך, נאר פראבירט צוצוגיין צום מאשין און צולייגן דעם עלעקטעראנישן חפצ׳ל בשעת ער איז נאך צוגעטשעפעט צו מיר.
פאר א פוילער נעמט אלעס טאפלט די צייט׳ פלעגט מיין רעבע מיר מחנך זיין.
שטיי איך ביים מקוה-צעל און איך טאנץ ווי ביי קידוש לבנה, ווען דאס טשיפ ווידערשפעניגט פון זיך צופאסן צום ריכטיגן ארט. ׳אוי האט מיין רבי און חדר ריכטיג געזאגט׳.
נאכ׳ן זיך גוט אויסשפרינגען פאר א וויילע, האב איך געהויבן די הענט מיט יאוש. לויז געמאכט ס׳קארטל, צוגעלייגט צום באשטימטן פלאץ, און א גרינער לעקטערל ווייזט מיר אן ערלויבעניש אריינצוגיין.
״איין מינוט! ו-ו-א-ר-ט!!!״ קרייט עפעס א יעניגער פונדערווייטנס - מיט א פארשליימטן קול - מיינענדיג דערמיט טאקע מיר
׳דאס איז נישט קיין צווייטער ווי אונזער אויבנדערמאנטער מחותן!׳ ער לויפט ווי א פארסאפעטער שיכור, ווען זיינע צוויי הענט פלאטערן זייטוועגס ווי שטרענגלעך באנאנעס. ׳ברוך השם ער לעבט! כ׳האָזעך אזוי געזארגט פאר אים פריער ווען ער איז פלוצים פארשווינדן געווארן׳ האב איך פריי אפגעאטעמט.
״ווארט מיר א רגע! גיי נאכנישט אריין, איך קום שוין! איך וויל זיך פשוט מיטכאפן!״ האט ער מעורר רחמים געווען ביז כמעט טרערן.
ער איז געלאפן צו זיין לאַקער, ארויסגע׳לקח׳נט די נויטיגע זאלב, און אט איז ער דא. פון זיין שטערן גיסט זיך גאלאנען שווייס, מיך דערמאנענדיג פון א פרישע קאלטע פלעשל ביר אויף א ליל ששי. א גרויסער קאנטראסט האט זיך סימבאליש אנגעמערקט, ווען אויף זיין פנים האט זיך באמערקט אן איילעניש און אן ערנסטקייט, מה שאין כן זיין רעקל.
זיין רעקל האט געשמייכלט ביז כמעט הוללות, און זיינע קנעפלעך האבן געלאכטן ווי א ישיבה-קטנה-בחור פאר בין הזמנים, ווען זיי שטייען א קנאפע פאדעם אוועק פון צו גענצליך באפרייט ווערן.

אונז שטופן זיך אריין אינאיינעם ציווישן די אייזערנע ציינדלעך, אבער נישטא גענוג ארבטייל פאר ביידע. כ׳בין גארנישט אזוי זיכער אז ער אליינס וואלט עס דורכגעמאכט בסדר.
ער האט אנגעהויבן אטעמען געדעכט, זיך פארמעסטנדיג מיט דאס שווער געבוי זיינער. דאס געדרענג איז געווען אויף הויכע שטאפלען אזש אן אקספלאזיע..
אין מיין ווערטער-אוצר האב איך דאן נאר געפונען דאס: היץ; שווייס; דאמף; און קריזיס...
איך האב אנגעהויבן גיין אויף פאראויס מיט ס׳קלענסטע טריט שייך, שטופנדיג דערביי די געראטעס, ער האט אויך אביסל צוגעהאלפן (מער פינקטליך: אסאך געשטערט).
שטופ. שטופ. שטופ. און… יגעת ומצאת, די גרויס הארעוואניע איז נאמינירט געווארן מיט סוקסעס!
און יעצט א ציה אריין די פרייע קלארע לופט.
׳ווער עס האט געזאגט ׳קלארע לופט׳ זאל יעצט אויפהייבן זיין האנט!׳
׳אקעי, מען קען שוין אראפלייגן׳.
א שטיקעדיגע פארע האט פארהויכט מיינע ברילן, שענקעדיג מיר א שארפע בליטש גערוך.
דאס האנטעך-קאסע האט באזיצט עטליכע צעפליקטע שמאטעס.
איך האב געקליבן איין אפווישטיך, די שענסטע פון אלע זיינע קאלעגעס. ער איז געווען פורפל, ווען איין מערקבארער בליטש-פלעק האט באצירט אין צענטער אן בושה, צוגעבנדיג א העל-פינקע קאליר צו זיין שיקזאל. ביים סאמע עק איז ער געווען געלעכערט ווי א נעץ, צו ערגענצן דאס בילד.
ביי די זייפלעך איז שוין נישט געווען קיין אויסוואל, האב איך געמוזט נעמען דעם לעצטן איבערגעבליבענעם רייניגונגס בלעכל. ער איז געווען א שברי כלי, אן אומגליקליכער צעבראכן שטיקל, ווען דאס שמעק זיינער האט געענדלט צו טריקענע האלץ.
דיינו.
דערנאך איז געקומען אין די רייע צו דערווישן א פאסיגער רוה ארט פאר צייטווייליג.
דאס טערעטאריע איז געווען איבערגעפילט בריוח מיט אידן. דא צו געפונען א סטאנציע שיינט אויס צו זיין היפש קאמפלעצירנד.
דא האט זיך עפעס א באקוועמטער אידל אויסגעשפרייט אויף אפאר זיצן, אויפהענגעדיג יעדן מלביש באזונדער אויף אן אנדערן שרויף. דארט איז סתם אזוי געווען איבערגעפילט מיט מענטשן.
אבער דער מזווג זיויגים האט מיר אויך נישט איבערגעהיפט, און מיר צוגעפאסט דאס ריכטיג לאקאל. טאקע אביסל איינגעקורטשעט ערגעץ בקרן זויות, אבער דאך א עפעס.
דיינו.
דאס שויווער האט ארויסגעשפריצט דירעקט אויף מיר א שניי-קאלטער פלוס, און מיר פארגליווערט, פאראורזאכנדיג א מעטשליכע סטאטוע אונטערן פארפרוירענעם שטראם.
דער וואסער האט זיך באלאנסירט, און געגרייכט דעם פערפעקטן הייסער טעמפעטואר, געבנדיג פאר מיר דאס געלעגנהייט צו אפירקומען מיט כל מיני מאטיוולאזע געדאנקען, און אומנויטיגע קאנספיראציעס.
ווען פלוצים. און אן קיין פריערדיגער מעלדונג, האט זיך דאס זייפל געשיידט פון מיר, און מיר איבערגעלאזט אליינס אויפן וואסער.
דאס זייפישער קיכל האט זיך געגליטשט דורכאויס די לענג פונעם צימער, אונטערלויפנדיג אלע בעדער-סטאנציעס, און זיך אפגעשטעלט ביים סאמע לעצטע שויער.
דיינו.

צו פארוויילן דא אנע זאלב האָטעך קיין פשט, העמער גלייך כאפן א טבילה.

האסט גוט צוגעטראפן.
לוילעך.
קוקט אויס ווי א פאכמאן האט אנגעשטעל אז עס זאל זיין די פונקט נישט-גוטער קלימאט. ווער עס גלייכט הייס, זאל פילן קעלט. און וועמענס שטרעבן עס איז ליבערשט א קאלט בור׳כל, זאל אין אים אנקלאפן דאס ווארעמקייט.
איך האב געכאפט דריי טינקעס, און ארויסגעקראכן פונעם מקוה-בור.
א בליק אויפן גרויסן דיגיטאלן וואנט-זייגער קעגנאיבער מיין ווינקל, האט מיר דערמאנט פון דעם פארפרוירענעם בליק וואס ווערט געריכטעט במזיד פון מיין מנהל, ווארענענדיג דערביי א פריצייטיגע עושה שלום במרומיו.
׳מען ברויך זיך אונטערגארטלען׳.
איך האב זיך אנגעטוען געשווינד, ארויפשליידערנדיג אויף מיין לייב מיינע אומהענגען אן סדר.
מיינע פיאות האבן זיך געצויגן ווי צינגען פון פלאקס, און געשפיגן טראפנס מי גשמים.
די זאקן מיינע האבן אויפגעשפילט דעם ווארשעווער אויפשטאנד, זיך קעגנשטעלנדיג צו מיינע רצונות.
אויף צפון זייט האט מיין געניט אויג באמערקט א ׳דבר יום ביומו׳ וואס איינער האט איר אריינגעלעכערט א קויל אין קאפ, און אויפגעהאנגען אויף איינע פון די טשוואקן. איך האב איר פארכאפט צו מיין אייגנטום. אזוי ארום, בשעת׳ן פארקנאָפן ס׳העמעד העמיר עס לייזן.
איך האב נישט געדארפט ליינען מער ווי צוויי שידוכים געוואויר צו ווערן אז דאס איז א נעכטיג גליון.
דיינו.
איך זעקל זיך ארויס פונעם בית המרחץ, ווען מיינע פינגער שמוגלען זיך אריין אין קעשענע נישטערנדיג פאר קעמל.
נישטא קיין גמל. אבער העי! מיין הוט איז געבליבן אינערווייניג! אוי גאטעניו, ווי געפין איך איינטריט יעצט אויף אריין?.
מיין באשלוס איז געפאלן אויף: ווארטן אויף אן ארויסגייער/אריינדרינגער, און מזכה זיין מיט א חסד.
עס איז אריבער א לייטישער פינף שטילע מינוטן, ווען מיינע פיספלאַכן האבן געפויקט צום טאקט פון עפעס אן אַנאָנימער מעלעדיע.
א קליין בר מצוה בחור׳ל האט ארויסשפאצירט צאמדרייענדיג זיינע נאסע לאָקן מיט פראפעסעניאליזם.
״אנטשולדיגט בחור׳ל״ האב איך אים צוריקגעהאלטן פון זיך ארויסשלייכן פונעם גדר, ״ברענג מיר ביטע ארויס א ביבער-הוט, וואס ליגט ביים לעצטן באנק, ס׳לעצטער פלאץ אויפן לינקע זייט פונעם מאפע. ביזט א צדיק״

ער שפאצירט צוריק א זיגרייכער, מיט א אביעקט אין זיין רשות. ער דערלאנגט מיר עס, איך קאמפלימענטיר אים, און צאָמיר זיך געשיידט.
איך טוה אן דעם מצנפת, און עס פאלט מיר אריין ביז אונטער די אויערן, און פארשטעלט לגמרי מיין זעהן....
יענעמס הוט.!
די געשיכטע איז געווארן אביסל מער קאמפליצירט, איינער גייט ווארשיינליך אין די גאר נאנטע עתיד פארשן נאך זיין פארלאָרן קובע. און איך דארף סיי משיב זיין דאס הוט צום אייגנטומער, און סיי שאפן אן אייגן דאך איבער׳ן קאפ.
אן אומגע׳טובל׳טער האט זיך אנגעריקט צום טיר לעכצנדיג פאר א מקוה. ״מען קען זיך מיטכאפן?״ האב איך זיך אינטערעסירט ביי אים.
״גניבה! דארפסט באצאלן!״ האט נישט געשפעטיגט זיין רעאקציע מיטן מידת הגבורה.
״אבער איך האב איבערגעלאזט מיין צילינדער לפני ולפנים״ האב איך פארענטפערט אויף מיין בקשה.
״אַההה… נו שוין, נאדיר א היטש!״
און דאן האבן זיך זאכן געסעטלט.
געסעטלט? כמעט... אייגענטליך‚ אינגאנצן נישט. מיין קבלת פנים ביים טעגליכן מנין איז געווען ווי ערווארטעט מהאלט ערגעצוואו ביי יוצר המאורות, קענסט גיין בארן קלאפן‚ פלאס א כזית אויגן פון א זקן ווי צי זאגן סכ’נישט חלומ’ען חלילה וחס צי דאווענען ווי א גוי....
שוין גיימער צום נעקסטן מנין, ברירע האבעך
* * *
דער משמש האט הויעך פראקלאמירט די מעגליכע אפציעס.
״ברכות אין חדר ב׳!״
״הודו אין חדר א׳!״
״אין חדר ג׳ האט מען זיך נארוואס געשטעלט״
א קאווע האב איך שוין געטרינקען (אויך מיר געטרינקען) אזוי ארום, אז מען קען ארויסנעמען די אנאליז-גלעזער הערשט אויף צום דאווענען.
מיין טלית לאנדעט אויף מיינע פלייצעס מיט ענערגיע.
די זון בויט קשר מיט מיין זילבערנעם עטרה, שיינענדיג אריין פונעם הויכן רינדעכיגן חלון, דירעקט אויף אים, צוריקריפלעקטירנדיג ווי בליטשקעדיגע דימאנטן.
די פלעקיגע צייכענעס וואס האט זיך אנגעזען אויף מיין טלית׳ל האט נישט עספיעט אוועקצורויבן מיין פרישקייט.
״ברכו נפשי את השם״ האב איך זיך צולידלט בעת׳ן גלעטן מילד די פיר כנפות. ״כך אזכה לחלוקה דרבנן״ האב איך געמאכט אן איינדרוק ווי גלאטע צוואנציגער-באנקנאטן וואס ווערט איצט ארויסגעגעבן גראד פון מינט, ווען א פארע באשטעטיגט איר הייסקייט, און די ריזיקע פון פאפיר-שניטן זענען גרויסע.
׳צו יעדע פרישקייט קומט אמאל א נעק׳ לויטעט די שפריכווארט.
ביים עטיפה, האב איך בטעות אנגעפראסקעוועט א זיידע - וואס געדענקט נאך ווארשיינליך ווען וועלט איז געווען וועלט, און מיט אן עזות דקדושה האט ער זיך גענומען ווארפן לאוזונגען אין מיין ריכטונג.
״דו גראָביאַן איינער! איך וואלט געקענט זיין דיין טאטנ׳ס עלטער זיידע!״
זאגסט מיר
״ווער האט דיר מחנך געווען ווער? אַוואס? מעגסט זיך שעמען יונגאטש!״
געזאגט און געגאנגען. ער האט זיך ניטאמאל אויסגעדרייט צו קוקן אין מיין ריכטונג. נאר ווען ער איז שוין געשטאנען ביים טיר, האט ער זיך געגעבן א שארפע דריי אויף צוריק, און מיר געפאכעט א שטרענגע נאָ-נאָ.

די פאנטשער איז נאר געווען, אז ער האט בכלל נישט אדרעסירט מיין זינד, און פאר די נייגעריגע צושויער האט עס געזאלט אויסזען ווי איך האב דא חוטא געווען א געפערליכע פארברעכן, און איך האב ווי געזען אלעמענס אויגן זיך ווענדן צו מיר, און מאנען א תשובת המשקל.
׳נאך א מזל איך האב די דאזיגן וואלענעם צודעק, אין וואס איך קען זיך עטוואס מאסקירן פון די פרסום׳ האב איך זיך מחזק געווען אינעם שווערן מצב מיינער.
איך האב ביסלעכווייז גענומען קוראזש און ארויסגעבליקט פון צווישן די שפאלטן פון ס׳טלית'ל ווי א קינד ביים דיכענען, און געפריווט די וואסערן צו זיי זענען גענוג ריין, און אויב מען מעג זיך שוין ארויסשארן פון הונטערן שלייער.
צו מיין שטוינונג האט קיינער ניטאמאל געשאנקען א מילימעטער בליק צו מיין געגנט.
׳ווי ס׳איז משמע, האלט דער זקן פאַרן און נאכן אטאקירן נאך פילע פערזאנען. דר׳עולם איז - ווייזט אויס - געוואוינט צו אזא ווערטשאפט.
מיין געמיהט איז עטוואס צוריקגעקומען.

עטליכע גראשן האב איך ארונטערגעווארפן דאס טלית-בייטל, און מייחד געווען פאר פושקע-גייער.
דער טלית האט מקיים געווען דעם ושבור עול מעל צווארינו, און זיך אנגעהויבן אראפשלייכן פון מיינע איקסלען, פארראטנדיג זיין פליכט.
איך - לעומת זה, האב מיט אומבויגזאמקייט אויפגעהאנגען זיינע פליגלען אויף מיינע פאנדימענטן.
ער האט זיך טאקע געלאזט פאר אפאר מינוט, אבער דאן ווידעראמאל אנגעהויבן מיט זיינע שטיק.

דער מנינים-סדרן האט אריינגעשטורעמט מיט זריזות, נישטערנדיג פאר א בעל תפילה.
״ערעב שרגא, אפשר גייט איר צו?״ האט ער זיך געוואנדן צום ערשטן מתפלל; א בא בשנים, גרוי בארדיג, געלונגענע איידעמער, טוט פאסיגע שידוכים (פארוואס נישט). אין קורצן, תורה וגדולה.
(הגם, איז ער נישט דער גרעסטער בר הכי, נישט קיין עם הארץ חלילה, אבער פארט נישט ווער-ווייסט-וואס. און געלט איז אויך דארט נישט ממש אין סטייל. פאר ער מאכט חתונה למשל, זעצן זיך צאם אפאר וואוילע אידן אין א שיינעם אווענט, צו טרינקען טיי לכבודו. אבער פארט, זיין מהות אנאנסירט ׳תורה וגדולה׳. אזוי איז עס, און פארטיג! (אינפארמאציע דעליווערד ביי די זקנים היושבים ראשונה במקווה ותשחח"ל, ווער ס'קען די זיידעס אויפן ערשטע שורה אין פאפע מקווה, ווייסט פון וואס איך רעד...)
ער האט מיט א גאווה דקדושה אפגעזאגט דאס ברעטל. חכם ואינו לפי כבודו. פארפאלן.
דער גבאי, האט גענומען דאס וואנדער-שטעקן, פאָרשנדיג פאר א שליח ציבור.
״אה.. ר׳ קלמן! פילייכט ווילט איר זיך צושארן?״ האט ער פראבירט ביים צווייטן קאנדידאט; א איד אין די נידריגע דרייסיגער יארן, א פשוט׳ער דורכשניטליכער אינגערמאן אן קיין אייגנארטיגע פרטים (אדער אין קורצן: ווענילע).
איין ספעציפישער דעטאל אבער פארמאגט ער יא. נישט יעדער איז באקאנט דערמיט, אבער איינער מיט א שארף אויג, כאפט דאס אויף. און נאך ווי
ער פגר׳ט צוצוגיין צום תיבה.
ער האט זיך געקענט צומאל מילד חזנ׳עצן, אדער מאכן א פארצויגענעם צלותא, פשוט אויסצוציען דאס זאמדזייגער, און שפירן פאר לענגער דאס עונג

פון ווען דער בעל-תפילה-זיכער ערשיינט ביים אריינגאנג, קען מען פיהלן א פעשער שיכט פון סטאריק אין זיין אומגעגנט. בשעת ער קוקט ׳נישט׳ אויפן משמש, עקסטרעם שטארק ׳נישט׳
טאמער שיקט מען אים צו, וועט ער זיך בכל אופן נישט צוכאפן דערצו, ער וועט עס פאָרשטעלן זייער נאטורליך (אפילו אביסל צו נאטורליך). מען וועט ברויכן זיך איינבעטן ביי אים. און ער מיט זיין גרויס געטריישאפט, וועט ׳מסכים׳ זיין.
ר׳ קלמן האט זיך פאררויטלט, דאס איז דאך בפשטות דאס שווערסטן מינוט פון טאג: ׳מוותר זיין אן עמוד.
״כ׳בין הייזעריג היינט״ האט ער געצייגט אויף זיין מקום השחיטה - כאילו דארט קען מען אויפפּאסן די שטימע ראטע.
ער האט געמאכט ווייטע אויגן קאנטאקט מיט זיין האלצערנעם פיר-עקיגן חבר. און ווי געבעטן זייער קלאר, אבער אָן ווערטער: ׳פרעג מיר ביטע נאר נאך צוויי מאל, און איך לויף׳
דער פארוואלטער האט זיך אוועקגעדרייט פון אים.
א פארלייכטערונגס לופט האט זיך קענטיג פארשפרייט אינעם שטיבל.
אפאר מתפללים וועלכע האבן מיט אן ערנסטקייט געפלאנט זיך אריבערצוציען צו אן אנדערן כתה - צוליב אומאיינשטימונג צו ר׳ קלמנ׳נס כח הנגינה, און פארזוימטע דאווענען - האבן זיך צוריקגעשטעלט ביי זייערע מקומות, ווי גארנישט וואלט איצט פאסירט.

דער מסדר המנינים האט זיך געוואנדן צו מיר
״נו ביסטעך שוין אן ערוואקסן בחור’ל. אפשר דאך?״ (וואס בחור ?! זעהסט נישט מיין טלית ?!)
׳יא. ניין. אפשר טאקע? אבער... כ׳ווייס׳... אויב עמיצער קען אפליינען מחשבות, וואלט דאס געוויס אפירגעקומען אלס רעזולטאט.
״זאל זיין״ איז מחמת פחד געקומען מיין ענדגילטיגער באשלוס.מקען דאך נישט וויסן ווער סוועט זיך נאך אנריקן צום ברעטל און מיר ווייס מאכן די אזוי געריפענע ערוואקסן בערדל....
איך האב מחליט געווען אז מיין היינטיגער התחדשות איז ממש א בל תשחית צו לאזן פארבארגן ביי מיר אין קעשענע
איך האב אנגעהויבן צוגיין צום שטענדער מיט אימפעט, אבער מיינע ציצית-שטריקן זענען געבליבן פארקלעמט ערגעץ הונטערן באנק, אראפשלעפנדיג דאס פארטשיילע פון מיין קאפ
מיין קאריערע האט זיך אנגעפאנגען מיטן רעכטן פיס.
איך האב ערשינען ביים עמוד.
״רבי ישמעל אומר״ האב איך געהויבן מיין שטימע, פאָרגרייטנדיג דערמיט דאס קהל אז מיר גרייטן זיך ארויסצופארן ביז איין מינוט שארף.
ר׳ דן - זייער א זיסער אידל, נעבעך. אביסל טשיקאַוו. ער דרייט זיך אין בית המדרש טאג, נאכט, און אינצווישן. ער רויכערט שטחים פון ציגארעטליך, און טרינקט מיילן פון קאווע. ער קען פון מאל צומאל וואנדערן אין שוהל מיט א צדקה-פושקע פאר אן אנאנימער צוועק, און צולייגן צום ׳תזכה למצוות׳ עפעס א ווערטל וואס איז נישט ממש אויפן קאמישסטן סטאנדארט.
היינט האבן מיר די פריוויליגיע צו ר׳ דנ׳ן אין אונזערס א מנין.
איך בין שוין געווען אויפן שוועל פון הייבן דאס פליגער, אבער דאן האט זיך ר׳ דן אנטפלעקט ביים ש״ץ-קאַמער, און מיר געוואונקען מיט זיין אצבע: ׳נאכנישט אנפאנגען!׳
ער האט מיר געהייסן זיך אָפּריקן אביסל. ׳וואס קען ער יעצט באגערן?׳ האב איך זיך גענייגערט.
ר׳ דן האט אויפגעדעקט דאס עמוד-פרוכת׳ל, געעפנט דאס פארבארגענעם לעדל, און אנגעהויבן נישטערן, אריינשטעקנדיג דאס גאנצער קאפצאל אינעם שיפסלאד.
״נו נו?״ האב איך געפרעגט נישט אויסרעדנדיג.
״מען ברויך ליכט אויף צום דאווענען״ האט זיך ארויסגעהערט זיין קופערעם קול פון אינערווייניג דאס שענקל.
ער איז ארויסגעקומען פון דארט מיט א שאכטל נירות, האט אראפגעשטעלט צוויי פון די ווייסע מטלטלין אין די קליינע אפגעוואקסטע לייכטער. און... ״פייער! איינער האט פייער?״
ער האט מיר אריינגעשישקעט אין די אויער א וויצל לשם מצוה: ״נארמאל צינד איך אן מיינע ציגארעטליך מיט די פייער פון די ליכט, אבער צוערשט דארף איינער זיי אנצינדן, כאפסט?״

ווי צו גאראנטיען זיין גרויסקייט האט א דרייצן יעריג בחור’ל צוגעשפרייזט, און געשענקט ר' דנ'ן א העל גרינעם ליידער פונעם אלטוועלטליכן ביק-פירמע, ווארפנדיג שטאלצע/פחדנות׳דיגע בליקן צום פאטענציאלע שדכן וועלכע לאקערט אין די בחורישע פאנטאזיעס.
׳אויב וויל ער מיר נישט פאר א ניידעם, דאן ברויך איך אים נישט פאר א שווער! נישט׳.
די דאזיגער אלטער סלאגאן, האט אים געגעבן מוהט צו פארזעצן מיט פראכט.

נאך א קורצ-מינוטיגער שלאכט צווישן דעם הארטנעקיגן צינדער-רעדעלע אין ר' דן'ס אויסגעריבענע גידל-פינגער, האט דאס ראד נאכגעגעבן און באלאכטן דעם וואקס-שטעקעלע מיט א צאנקעדיגער פלעמל, נישט איידערן איבערלאזן קליינע אויסגעפלאסטערטע גריבער אין ר' דנ'ס פאדערשטן פינגער.

* * *

״ושם נעבדך ביראה כימי עולם וכשנים קדמוניות: יתגדל וית—-״ איך הער גוט? אונז האָמיר א שותף צום דאווענען..סווערט מיר גוט.
עפעס א דארע יעקישער אידל - א נידריג געוואוקסענער, געהל/ווייסער ציגן-בארד, צוויי גאלדענע פיאות ארויפגעדרייט ווי א צימרינג-ראָגעלע אויפן אוזן, ער טראגט שטענדיג א בלויען אפגעבראטענעם רעקל מיט א שווארץ פּאָר הויזן (ער קוקט אויס גענוי ווי גדי בן סיסי) - האט געזאגט קדיש.
קענטיג, אז זיין יעקישקייט האט אים נישט ערלויבט מיטצוגיין מיט מיין טעמפא, און ער האט פאוואליע ארויסגעזאגט יעדעס ווארט ב׳זינדער אינזינהאבנדיג דערביי די עברי-טייטש.
איך האב זיך אנגעשטרענגט צו מיטרייזן אויף זיין סטאנדארט, אריינשטעלנדיג לאנגע אטעמעס צווישן איין אמן און ס׳צווייטע.

א בנש״ק׳ל‚וועלכע חסידות איז נישט באקאנט ווארשיינליך אלס מסתפק במועט - מיט אלע ניין אקערלאנד. אנגעהויבן פון די ריפּס, און געענדיגט ביי די חובות - איז געזעצן אויבן-אן (אויך מסתם אלס גאווה דקדושה), און מתפלל געווען מיט אן אויסטערלישע מתוקות, אזש די נערוון קענען צעגיין.
זיין קול איז לכאורה פראדעצורט געווארן מיט טראמבאון מאטריאל. און געדינט ווי א סובסיטוט בעל תפילה צום מנין.און ווי גאז צי מיינע שוין אויסגעצויגענע נערוון.
אויב האב איך געוואלט פירן דאס רעדל, בין איך געווען געצווינגען צו אויסלאזן נאך אים, פאראורזאכנדיג א זוימענדיגער סטאטוס אין קלויז.

נחמן - א שלאנקער בעל מלאכה, זייענדיג עוסק על המחיה ועל תנובת השדה, זיינע לעדערנע פארבוימלטע האנטפלאכן האבן קלארגעשטעט אויף שווערע פיזישע ארבייט. א קליינער שווארצער בלוטוט-דעווייס וואס האט פערפעקט אריינגעפאסט אין זיין רעכטער אויער, האט צוגעלייגט פיטשיווקע צו זיין כאראקטער - האט ארומשפאצירט א נערוועזער אינעם היכל, דאווענענדיג מיט אן איילעניש, ניצנדיג זיין שווער-פאררייכערטן שטימע, וואס האט ערנסט געקענט איינשלינגען דעם רבניש׳ן קלאנג.
זיין יאגעניש איז געקומען מיט אן עקסטרעמער מידת הדין. ווען זיינע צוויי טיפע שטרענגע אויגן האבן ווי פאטראלירט דאס שחרית.

דער אויבן-אן-איד האט זיך נישט געקימערט מיט נחמיש׳ל - פארט, דעת תורה היפך דעת בעה״ב - און פארגעזעצט בקול רם מיט די שטייטע דאווענען, און מיר אפילו ערגעץ וואו געוואונקען אז איך מעג אויסלאזן אביסל מער פאמעליך.
איך בין געווארן צוקלעמט ציווישן טיר און שוועל, מתפלל זיין פלינק, אדער זיך זוימען?
איך האב אויפגעפאסט א קליין קאמפלעקס-בודקע זיך בויען ביי מיר אין רשות.
אנהויב האט מיר דער בנש״ק געכאפט אין באגייסטערונג, א רואיגער דאווענען, נישטא ווי זיך צו יאגן. אבער אויפפאסנדיג דאס צייט אויפן זייגער, האט זיך אין מיר אנגעטשעפעט א שטיקל שוידער. אידן דארפן גיין צום מסחר! מיין הויט ברענט! מעג דען נעמען צוואנציג מינוט פון הודו ביז ברוך שאמר? טאר מען?
האב איך גענומען נחמנ׳נס צוגאנג צום ענין, און אנגעהויבן ממש אויסלאזן גאנצעטע פאראגראפן פונעם שחרית(נישט ממש נאר אביסל גע’זמן תפילה’ט כידוע ליודעי ח"ן).
דא האבן זאכן אנגעהויבן ווערן צעפראסקעט. פון איין ווינקל האט זיך געהערט א הויכער ״הללוקה״, ווען פונעם אנדערן חלל האט זיך אויפגעכאפט א ״כמו אבן במים עזים״, דארט האט אפגעהילכט א ״ברוך גוזר ומקיים״. אין קורצן: איך האב גענצליך פארלוירן מיין שליטה.
איך האב געפילט ווי אן איבריגער טלית ביי כל הנערים..

* * *

איך האב אויסגעשריגן ״ישתבח״ מיט אייפער.
אפאר וואוילע אידן האבן געשישקעט כדי איך זאל קענען קדיש זאגן (איך וויל טאקע באטאנען א יישר כח פאר די אלע וואס האבן צוגעהאלפן), צוויי שטרענגע רבניש׳ע אויגן, און יאַלאַ! ״יתגדל ויתקדש שמיה רבא״

* * *

״ברוך אתה ה׳ גאל —-״
״ששששש״
צוויי קרעפטיגע קלאפעס אויפן בומה האבן מיר דערמאנט אז היינט איז ראש חודש.

גאנץ שמונה עשרה האב איך באמערקט די טויגליכע ארבייטער וואס ציען ארויף שווערע הויכע שטאקן אין מיין אינערליכער קאמפלעקס-דירה, אומלעגאל.
׳הלל? ביסט נארמאל? ניטאמאל אויף א פשוטער פסוקי דזמרי טויגסטו!׳ האט דער שטרענגער פעטער געשריגן אין מיין מח.
׳מ׳קען שוין מיינען ווי שלעכט ס׳איז געווען, קיינער האט אפילו נישט באמערקט. ס׳מאכסטעך נאריש?׳ האט סימפל-סיימען פאזיטיוו געענטפערט.
קיצור, די צוויי צדדים האבן זיך געריסן ביי די הערנער, אבער איך שטיי נאך מיט ביים שטענדער פארשטייפט.
׳איינער ווייסט פרטים פארוואס איך האב געמיזט צוגיין צום עמוד היינט?׳
א שווייס האט מיר בארעגנט אונטער ס׳טלית. ווען מיינע הענט האבן געקריגן א דיקן אויליגן פארציע שוויץ-מאטריאל.

״נו! נו!״ האט נחמן געווינקען צו מיר בייזערהייט, צייגנדיג מיטן פינגער אז עס איז שוין כמעט דא ששה עונים, און איך האב שוין געזאלט פון לאנג אנהייבן.
״ברוך אתה ה׳״ מיין ווידערקול האט מיר צוריקגעשטויסן אין פרצוף, פלאָס איין איינצלנע שטילן ׳כיוואָריך שמו׳ פון א מתפלל ביים דרום ווינקל.
מיין שטימע האט זיך אנגעהויבן פלאטערן ווי א פאן.
* * *

״ובדבר ישועה ברחמים חוס והו - - וחנינו ו - - ורחם ענ - - עלינו״
׳אויב איינער פארמאגט א טאשטיכל זאל עס שנעל ברענגען צו די מוזיק׳ מיין געזיכט האט געביטן פארבן ווי א צעבראכענעם דשול-לעקטערל, ווען די וועטער פון מיין שטערן איז געווען שטארק זיניג.

״ברכת כהנים!״ האבן אלע אין א קאפעליע אויסגעשריגן.
׳גוט מארגן א גוט יאר׳ א גאנץ חזרת הש״ץ האב איך קיין שארך פון זיי געהערט, מיטאמאל האבן זיי זיך אויפאיינמאל אויפגעוועקט ווי פון א שיעור-פשוט לעקציע.

* * *

א ניגון ביי הללו את ה׳ איז געווען ווי אוממעגליך צו דערווישן, אין מיין קאפ האט געבאכעט עפעס א רענדאם לידל און וויפיל איך האב אים פרובירט צו דערקוטשעווען און מרחק זיין, אלס מער און קרעפטיגער האט ער גערוישט.
איינער זאל זיך נאר דערוואגן צי צושטערן דעם מנהג המקום פון גארגלען ביי הלל‚ אחת דתו.
אפילו די זמר וואס כ׳האב למעשה געקליבן, האבן אויך ווייניג אירע געקאָנט. און ביי יאמרו נא יראי ה׳ איז דער הויכער פאל אוועקגעפלויגן פון שטייג.
איך האב פרובירט צו דערגיין עפעס א פאל למען ה׳, און אנגעהויבן זינגען טענער אן קשר ציווישן זיי. קיינער, אבער קיינער, האט נישט ארויסגעהאלפן אין מיין צער, נאר יעדער האט זיך שטייטליך פארדעקט אינעם וואלענעם טישטיך, און געלאזט די נושא זיך לופטערן.

* * *

ביי ברכו נפשי האב איך געדארפט אויסלאזן איר גאנצער אינהאלט אויב האב איך גע׳חשק׳ט צו ענדיגן אזוי שנעל ווי אלע אנדערע בעלי תפילה, וואס זיי ענדיגן פרי אויך נאר ווייל זיי זעען ווי ׳אנדערע׳ בעלי תפילה כיפערן.

* * *

״דאמירן בעלמא ואמרו אמן״
״אמן - - ששש...״
א וויסטע שטילקייט, קיין פיפס.
בלויז די פעטש פון די פלאסטישע שיידלעך - וואס זענען משמיע קול זיך אריינהאקנדיג פון די דאך צו זיין טאץ - האט זיך אנגעהערט.
איך האב זיך אפגעזאגט פון אמט, ווייזנדיג פאר ס׳ערשטן ברי’ קלה אז דאס ארט איז פאר אים פריי, און גרייט צו באוויליגן זיין געבעט.
אפאר אידן האבן מיר געפאכעט א ווארימער ש׳כח פונדערווייטנס, און מיר געמאכט שפירן ווי א פארציע פאלשע-פיש נאך פסח.

ר׳ דן האט זיך געהאלטן שווער באשעפטיגט צו סארטירן דעם טלית אויף דעם יונגען שליח מצוה צו מוסף. נישט פארגעסענדיג צוצילייגן אז עס קומט מיט א פעקעדש דיעל פון והשיב את הגזילה.

* * *

שרוליק׳ל - א אינגעלע, איידל, אומשילדיג, גראד ארויס פון די ׳למד-קאטשקע-ביכל׳, גרויסע תמימות׳דיגע אייגעלעך, זיינע אויגן-ברעמען זענען אים געלעגן א טפח העכער איר באשטומטער פלאץ, א לאנגע האלז, און זיינע ציצית-בענדלעך פעדימער זיך ארויס מיט א פינקטליכער סדר - האט ארומגעטראגן א פושקעלע, און מיט געלאסנקייט ארומגעגאנגען צו יעדנ׳ס פלאץ, אויפשאקלענדיג די מטבעות, אינמיטן שטילע שמונה עשרה.

* * *

נאך כתר האט מיין טאלאנטפול אויג דערווישט דאס לעצט פארבליבענעם רעפטל דריי-קאליר-טארט ביים תיקון-סטאנציע. איך האב שטארק אנגעקוקט דאס געבעקס, ׳דו ביסט מיינס!׳ האב איך גע׳פסק׳נט.
ער איז געווען שיין, בא׳חנ׳ט, און פיל מיט לעבהאפט.
מיינע שפיר-זענדערס האבן אנגעהויבן ארבעטן מיט פלייס, פראדעצירנדיג פרישע טראנספארטן שפיי-וואסער אין מיינע לעפצן.
דער יעקער האט פארענדיגט זיין ברייטפארצווייגטער קדיש-יתום, און כ׳האב אנגעהויבן אריינצויאגן די פינעף קאפיטלעך פלינקערהייט.
איך האב תמיד צוריקגעריכטעט מיין קאפ צו זען מה יעשה בשלום המזון, אבער געלויבט דעם קל חי, מיין קיכל איז פארבליבן אומבארירט.
דאס של"ה סידור’ל איז שוין אינעם בייטל, דאן פארמאכט מען דעם גאלדענעם זיפּער, די בענדל האט זיך בכוונה פאראנפערט ציווישן די זיפּ-ציינדלעך.
ווי א קעניג שפאן איך צו צום שלחן התיקונים, מיין האנט פארט שוין ארויס מיט פארגעניגן אין דירעקציע פונעם מזונות, און דאן.
דער קליינער שרוליק׳ל האט אים גענומען אין געפענגעניש.

מען קען דאך נישט בלייבן שטעקן אין די דורכפעלער, דארף מען זען וואס איז יא דא, בבחינת זה מה שיש.
אה… נישט שלעכט, ווי האב איך געקענט נישט באמערקן די הערינג?
עס איז געווען סטאנציאנירט אפאר ערליי הערינגען, מיט שאוולען פון מענקא.
איך האב געקליבן א פיש-טאנק פון די מאטיאשער סארט.
די אייער-קיכלען זענען געווען אויף א ווייטן לאקאל, ביים אנדערן עק טיש.
איך האב זיך איבערגעבויגן, איינקנייטשנדיג מיין זעהל אין העלפט, ווען מיין האנט שוועבט העכער דעם גאנצן מאפע.
איין שלעכטן בייג. מיין יד האט עפעס נישט גוט פאר׳חשבונ׳ט, און א טייער פלעשל שנאפס האט אראפגעפאלן א פאר׳חלש׳טער אויפן גלאנציגן פלאסטיק טישטיך. פאראורזאכנדיג אז מיין רעקל זאל ווערן פאר׳שיכור׳ט. און ווען איך האב אויפגעהויבן ס׳קריגל, איז שוין געווען לאחר המעשה. דאס פלאש איז לעהר.

די טאלאנפולע בויער האבן ארויפגעבויט נאך אפאר פליגלען צו מיין קאמפלעקס-פאלאץ.

איך האב צאמגעקליבן מיינע ליידיגע מחשבות, און מיט זערא זעלבסט-זיכערקייט זיך אנגעריפן צו ר׳ שמואל - וואס האט געהאלטן אינמיטן מאכן סדר אין זיין מויל - מיט זיינע צוויי פאדערשטע פינגער - די פאללאקס-לעמאן-קיכלען וואס ער האט שטארק געגליכן, ווען פון זיין שנויץ טראפן אראפ שיריים פון אן אלטער וויליאמסבורגער געטראנק: ״איר קענט ביטע ארויפשיקן די פישכאפער?״
״גערן״ האט ער אויפגעלייגט געגעבן זיין תשובה.

עס איז צוזאמגעשטעלט געווארן דאס אומגליקליך ברייטבאקאנטער חברותה׳שאפט פון ׳אייער קיכל׳ מיט ׳רעקל׳. און ווי מער איך האב זיי געפריווט צו צעטיילן, אזוי שטארק זענען מיינע קראגן מעהליג געווארן.

בלויז נאך איין קיכל, און איך יאַפעץ.
דאס טריקענע שפייז האט מיר געשאפן א מדבר אין מיין מויל. דאס מיז מען אפשווענקען מיט נאסקייט.
״שרוליק, האַו עבּאוט דו שיקסט מיר ארויף די מאראנצן זאפט?״ האב איך מיטגעטיילט מיין פלאן מיט׳ן ילד.
די פלאש מאראנצן-זופ האט געוואויגן צו ווייניג. ליידיג.
תהא נשמתה צרורה

* * *

איך האב ארויסגעשפאנט פון סמעדרעש מיט טריקענע ליפן, וואס האט געשפירט ווי א הארט שטיק מעבל שטעקט אין מיין האלז‚ נישטערנדיג און אלע קעשענעס פאר עפעס א זאכליכן תירוץ צו מיין פארשפעטיגן‚ דעם תירוץ אז איך האב עכט געוואלט אויפשטיין אין צייט איז שוין לאנג ארויס פון דינסט נאכן שוין זיין באגלייט מיט א מאנאטאנישע תירוץ פונעם באוס מיינער אז איך טריי שוין א האלבע שעה אויפציהייבן די טיש מיט מיין קליינעם פינגער און סגייט נישט.
שקויעך! ניץ דיין שכל וואס ווילסטע פון מיר?
צום סויף איז געבליבן אז קומען אין צייט ארבעט די בעסטע‚ בדוק ומנוסה.

פה נטמן די ערשטע האלב פון מיין גרייז גרויע זונטאג
וְיָדְעָה הַקֶּסֶת אֶת נַפְשִׁי
יוֹתֵר מֵאֲשֶׁר יְדַעְתִּיהָ
לִיבִּי לִיבִּי עַל מִלּוֹתֶיהָ
מֵעַי עַל שְׁתִיקוֹתֶיהָ
בְּנֶחָמָתָהּ אֲנֻחַם...
אוועטאר
מה בכך
שר חמש מאות
תגובות: 628
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 30, 2020 2:28 am

Re: אנאליז אויף א רעגענדיגע ארבעט'ס זונטאג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה בכך »

פאר קאמענטארן ביטע ניצט די שווארצע ווערטער נישט די קאלירטע עמאדשי'ס...(כהאמער אפגעהאלטן פון ניצן פינטלעך למען ירוצו הקוראים בו, באט יעצט קען איך מיר נישט איינהאלטן.....)

האצלאכע ובראכע, האטס מיר אלע א זיסע שמייכעלדיגע נאכט... ביי

מה בכך
וְיָדְעָה הַקֶּסֶת אֶת נַפְשִׁי
יוֹתֵר מֵאֲשֶׁר יְדַעְתִּיהָ
לִיבִּי לִיבִּי עַל מִלּוֹתֶיהָ
מֵעַי עַל שְׁתִיקוֹתֶיהָ
בְּנֶחָמָתָהּ אֲנֻחַם...
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: אנאליז אויף א רעגענדיגע ארבעט'ס זונטאג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

:lol: :lol: :lol: :lol: :lol:

מאכסט מיר קייכן נאך א רעגנדיגע דינסטאג.............................
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
מהיות טוב
שר חמש מאות
תגובות: 845
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 17, 2019 9:05 pm

Re: אנאליז אויף א רעגענדיגע ארבעט'ס זונטאג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מהיות טוב »

פלוץ פלצתי פלצה גדולה ויתפלוצצי כל הפלצים
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5453
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: אנאליז אויף א רעגענדיגע ארבעט'ס זונטאג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

:lol: :lol: :lol: :-e;/

אנבעליעוועבל... דו ביזט נעקסט לעוועל... וואף!
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17153
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: אנאליז אויף א רעגענדיגע ארבעט'ס זונטאג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

:lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
עתה ילחכו כל הקהל!!!!


מורא'דיג!!!

יעדע שורה אן אוצר!!
חוח בין השושנים האט געשריבן:
העלאו
שר האלפיים
תגובות: 2042
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 14, 2017 11:30 am

Re: אנאליז אויף א רעגענדיגע ארבעט'ס זונטאג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך העלאו »

יוי האב איך מיר געווארפען פאר געלעכטער יישר כח ווי וואנט מאר!!!!
אוועטאר
פארשיקט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 258
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 26, 2019 12:21 pm

Re: אנאליז אויף א רעגענדיגע ארבעט'ס זונטאג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשיקט »

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
דו ביסט פיינע נייעס , יעדע שורה גין גאלד.
שוין לאנג נישט גערעדט
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: אנאליז אויף א רעגענדיגע ארבעט'ס זונטאג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

wow האביך געלאכט :lol: :lol: ..דו ביסט פיינע נייעס, אונז ווארטמיר שוין פאר די צווייטע האלב.
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

Re: אנאליז אויף א רעגענדיגע ארבעט'ס זונטאג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

יעדע פאר פאראגראפן האבעך געהאט אן אנדער קאמענט, סאו איך זאג גארנישט איך בין געבליבן ווערטערלאז.
יו ביסטו גוט!
און שוין!
שר האלפיים
תגובות: 2954
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 1:20 pm
לאקאציע: אין פיצא סטאר

Re: אנאליז אויף א רעגענדיגע ארבעט'ס זונטאג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך און שוין! »

פארפאלען גוט איז גוט!!!!

אגב, פראדאקטיוו מאכט א שבת פאר אזאנע יודן וואס באשעפטיגען די פראפעסיניאלע בויער'ס וואס זענען באשעפטיגט ביי דיר, איך וואלט אבער זייער געבעטן דו זאלסט נישט אהין גיין, ווייל מיר וועלן דערלייגען נאך אפאר פון דיזע סארט ארטיקלען....
און??
און שוין!!

מיינע טראפעלעך...
. . . . .
רייכער איד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 330
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 11, 2019 12:15 am

Re: אנאליז אויף א רעגענדיגע ארבעט'ס זונטאג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רייכער איד »

סארא לעשוינעס די האסט!
האמיר זיך געקייקעלט פאר געלעכטער,
א דאנק, מיר האפען אז איר וועט אריין קומען עפטער.
Haklal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4033
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: אנאליז אויף א רעגענדיגע ארבעט'ס זונטאג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

יוש ביסטו פיין
אויסגעשאסן עטליכע מאל, אין קוים געקענט כאפן דעם אטעם
די חברה זאגן אז עס איז געזונט צי לאכן פין צייט צי צייט
אוועטאר
רעים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7404
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 2:29 pm
לאקאציע: אישי
פארבינד זיך:

Re: אנאליז אויף א רעגענדיגע ארבעט'ס זונטאג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעים »

[nfo].

[align=center]
☻שווארטץ איז שווארטץ☻
☻גוט איז גוט☻




☻☻☻ ☻ ☻☻☻☻☻
☻ ☻ ☻
☻ ☻ ☻
☻☻☻☻☻ ☻ ☻


☻☻☻☻ ☻☻☻☻☻ ☻☻☻☻☻
☻ ☻ ☻
☻ ☻ ☻
☻☻☻☻☻ ☻☻☻☻☻ ☻




☻☻☻☻☻☻ ☻☻☻☻☻☻ ☻☻
☻☻☻☻☻☻ ☻☻☻☻☻☻ ☻☻
☻☻ ☻☻ ☻☻ ☻☻ ☻☻
☻☻ ☻☻ ☻☻ ☻☻ ☻☻
☻☻ ☻☻ ☻☻ ☻☻ ☻☻
☻☻ ☻☻ ☻☻ ☻☻ ☻☻
☻☻☻☻☻☻ ☻☻☻☻☻☻ ☻☻☻☻☻☻
☻☻☻☻☻☻ ☻☻☻☻☻☻ ☻☻☻☻☻☻

☻☻☻
[/align]


.[/nfo]
לעצט פארראכטן דורך רעים אום דאנערשטאג יוני 24, 2021 4:25 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
לקוטי בתר לקוטי
צו טון א אידן א טובה... בפרט ברוחניות...
~איך זיך א דזשאב~
סענסיטיוו
שר חמש מאות
תגובות: 567
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 20, 2021 11:49 pm

Re: אנאליז אויף א רעגענדיגע ארבעט'ס זונטאג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סענסיטיוו »

|{}+
למען לא ניגע לניק (ליפא)
אוועטאר
מה בכך
שר חמש מאות
תגובות: 628
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 30, 2020 2:28 am

Re: אנאליז אויף א רעגענדיגע ארבעט'ס זונטאג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה בכך »

די רעקל דורך געווייקט, די ציצית שמעקן, פון די שיך דערהייסט זיך אן אומאנגענעמע גערוך, די גלידער קלעבן איינס צום צווייטן, פון די האר טראפן הייסע זאפט,די זאקן ווערן פארהארטעוועט (אוואס?) די העמדל איז דורכזיכטיג, די קאפל שמעקט ווי פריש געגאסענע פעך, די פעדער לויפט אומקאנטראלירט...

די ספעקטאל איז דיר קענטליך ? אה, דעיס איז מיין נעכטיגע ערפארונג...
וְיָדְעָה הַקֶּסֶת אֶת נַפְשִׁי
יוֹתֵר מֵאֲשֶׁר יְדַעְתִּיהָ
לִיבִּי לִיבִּי עַל מִלּוֹתֶיהָ
מֵעַי עַל שְׁתִיקוֹתֶיהָ
בְּנֶחָמָתָהּ אֲנֻחַם...
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17153
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: אנאליז אויף א רעגענדיגע ארבעט'ס זונטאג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

מה בכך האט געשריבן:די רעקל דורך געווייקט, די ציצית שמעקן, פון די שיך דערהייסט זיך אן אומאנגענעמע גערוך, די גלידער קלעבן איינס צום צווייטן, פון די האר טראפן הייסע זאפט,די זאקן ווערן פארהארטעוועט (אוואס?) די העמדל איז דורכזיכטיג, די קאפל שמעקט ווי פריש געגאסענע פעך, די פעדער לויפט אומקאנטראלירט...

די ספעקטאל איז דיר קענטליך ? אה, דעיס איז מיין נעכטיגע ערפארונג...

דאס איז שוין אויף א דינסטאג.. נו שטעל דיר פאר ס'איז א זונטאג...
לעצט פארראכטן דורך אוראייניקל אום מיטוואך יולי 14, 2021 9:06 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

Re: אנאליז אויף א רעגענדיגע ארבעט'ס זונטאג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

איך האב נאכנישט געליינט אזא גוטע און קאמישע באשרייבונג, מיט די אלע דעטאלן, און פארשטייט זיך די אויסברוכן. ס'מערסטע האב איך זיך געראנגלט פאר געלעכטער ביים טייל ווי דאס זייף קיכעלע האט געכאפט א שווים אונטער די שויער'ס.

איך בין גרייט צו צאלן פאר נאך אזאנס!
אוועטאר
tesla
שר האלפיים
תגובות: 2875
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2020 7:37 pm

Re: אנאליז אויף א רעגענדיגע ארבעט'ס זונטאג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך tesla »

צי די ווילסט יא אדער נישט דאס איז וואס ס'קימט דיר....
;l;p- :lol: ;l;p- :lol: ;l;p- :lol: ;l;p- :lol: ;l;p- :lol: ;l;p- :lol: ;l;p- :lol: ;l;p- :lol: ;l;p- :lol: ;l;p- :lol: ;l;p- :lol: ;l;p- :lol: ;l;p- :lol: ;l;p- :lol: ;l;p- :lol: ;l;p- :lol: ;l;p- :lol: ;l;p- :lol: ;l;p- :lol: ;l;p- :lol: ;l;p- :lol: ;l;p- :lol: ;l;p- :lol: ;l;p- :lol: ;l;p- :lol: ;l;p- :lol: ;l;p- :lol: ;l;p- :lol: ;l;p- :lol: ;l;p- :lol: ;l;p- :lol: ;l;p- :lol: ;l;p- :lol: ;l;p- :lol: ;l;p- :lol: ;l;p- :lol: ;l;p- :lol: ;l;p- :lol: ;l;p- :lol: ;l;p- :lol: ;l;p- :lol: ;l;p- :lol: ;l;p- :lol: ;l;p- :lol: ;l;p- :lol: ;l;p- :lol: ;l;p- :lol: ;l;p- :lol: ;l;p- :lol: ;l;p- :lol: ;l;p- :lol: ;l;p- :lol: ;l;p- :lol: ;l;p- :lol: ;l;p- :lol: ;l;p- :lol: ;l;p- :lol:
אוי איך בין דער קעניג פין דער וועלט
אוועטאר
קאקאש קעיק מיט מילך
שר האלפיים
תגובות: 2921
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 28, 2019 3:29 pm

Re: אנאליז אויף א רעגענדיגע ארבעט'ס זונטאג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאקאש קעיק מיט מילך »

נישט פאר די ניין טעג, פליז!!!!!!

:lol: ;l;p- :lol: ;l;p- :lol: ;l;p- :lol: ;l;p- :lol: ;l;p- :lol: ;l;p-
געבאקן נאך פסח תשפ"ב
אוועטאר
א שרייבערל
שר חמש מאות
תגובות: 994
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 9:43 pm
לאקאציע: נישט ממש דארט, אביסל אהינציר

Re: אנאליז אויף א רעגענדיגע ארבעט'ס זונטאג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א שרייבערל »

מה בכך האט געשריבן:

כמיין אז כ'האב נאך ביזדערווייל נישט געזעהן אזא הומאריסטישע ארטיקל נאכדערצו מיט אריינגעפלאכטענע שרייבערישע אויסדרוקן און לשונות אין יעדע שורה
מיין קלימאקס פון אויספלאץ איז געווען ביי די הוט סענזאציע נאכן ארויסקומען פון מקוה, דעמאלטס האט מיר באטראפן א לאכן אויסברוך וואס האט אנגעהאלטן ביזן ענדע, ס'האט אויסגעקוקט ווי איך וואלט ווען אויפגעווען צען טעג און איך קען פשוט נישט אויפהערן לאכן פון גרויס מידקייט
דיין קריעיטיוועטי אין הומאר איז נעקסט לעוועל און אויב איינער האט דיר עס שוין אמאל געזאגט האט ער בכלל נישט מגזם געוועזן

ס'איז איבריג צו מאכן אן אנקעטע וועלכע ארטיקל האט די מערסטע געמאכט לאכן און איז אויכעט שרייבעריש געשריבן פונעם יאר תשׁפ"א ווייל דעי ארטיקל האט עס מיט א לענדסלייד, איי ס'איז דא אזא שוואכע רעספאנד פונעם עולם בכמות אויף דעם ארטיקל און ווען די עולם וואס האט הנאה געהאט און געלאכט זאל ווען האבן שכל צו וויסן אז אן גאזאלין פון פידבעק איז נישט דא אפעטיט צו אריינלייגן כוחות אין ארטיקלעך און נאכדערצו אין אזא ארטיקל וואס אייוועלט האט שוין לאנג נישט זוכה געווען אין אזא גוטס וואלט מען זיך נישט באגנוגט מיט די פאר מגיבים,
זעהט אבער אויס אז די אנשי אייוועלט האבן נאך ביזדערווייל נישט געכאפט די וויכטיגקייט דערפון דעריבער העל איך דאס מאל קומען בשם אלע סיילענד שטיצער מעלדן פארן שרייבער אז ער האט משמח געווען און אויפגעלעבט הונדערטע אידן צווישן זיי צובראכענע אידן און אין די ארטיקל ליגט אסאך טאלאנט וואס דעי וועלטל האט שוין לאנג נישט באקומען
אונז ווארט מיר אויף נאך בכליון עניים אידן ברויכן היינט צוטאגס שמחה מער ווי אלעמאל און ווען א שרייבער מיט אזעלכע גרויסע טאלאנטן דעליווערד א נעקסט לעוולדיגע הומאריסטישע ארטיקל איז ער מזומן לחיי העולם הבא כדאיתא בגמ' הנהו תרי בדחני וכו' און איך זאג דיר אז דו האסט עס דעליווערד מיט אלע הידורים ב"ה, האסט זוכה געווען צו געבענטשע טאלאנטן נוץ עס אויס אויף די ריכטיגע פלעצער
כדי צו קענען מאכן געלט מוזן קריעטיוו מענטשן זיין קריעטיוו וויאזוי נישט צו זיין קריעטיוו. (קרעדיט: גרויזאמער)
אוועטאר
מה בכך
שר חמש מאות
תגובות: 628
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 30, 2020 2:28 am

Re: אנאליז אויף א רעגענדיגע ארבעט'ס זונטאג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה בכך »

א שרייבערל האט געשריבן:
מה בכך האט געשריבן:

כמיין אז כ'האב נאך ביזדערווייל נישט געזעהן אזא הומאריסטישע ארטיקל נאכדערצו מיט אריינגעפלאכטענע שרייבערישע אויסדרוקן און לשונות אין יעדע שורה
מיין קלימאקס פון אויספלאץ איז געווען ביי די הוט סענזאציע נאכן ארויסקומען פון מקוה, דעמאלטס האט מיר באטראפן א לאכן אויסברוך וואס האט אנגעהאלטן ביזן ענדע, ס'האט אויסגעקוקט ווי איך וואלט ווען אויפגעווען צען טעג און איך קען פשוט נישט אויפהערן לאכן פון גרויס מידקייט
דיין קריעיטיוועטי אין הומאר איז נעקסט לעוועל און אויב איינער האט דיר עס שוין אמאל געזאגט האט ער בכלל נישט מגזם געוועזן

ס'איז איבריג צו מאכן אן אנקעטע וועלכע ארטיקל האט די מערסטע געמאכט לאכן און איז אויכעט שרייבעריש געשריבן פונעם יאר תשׁפ"א ווייל דעי ארטיקל האט עס מיט א לענדסלייד, איי ס'איז דא אזא שוואכע רעספאנד פונעם עולם בכמות אויף דעם ארטיקל און ווען די עולם וואס האט הנאה געהאט און געלאכט זאל ווען האבן שכל צו וויסן אז אן גאזאלין פון פידבעק איז נישט דא אפעטיט צו אריינלייגן כוחות אין ארטיקלעך און נאכדערצו אין אזא ארטיקל וואס אייוועלט האט שוין לאנג נישט זוכה געווען אין אזא גוטס וואלט מען זיך נישט באגנוגט מיט די פאר מגיבים,
זעהט אבער אויס אז די אנשי אייוועלט האבן נאך ביזדערווייל נישט געכאפט די וויכטיגקייט דערפון דעריבער העל איך דאס מאל קומען בשם אלע סיילענד שטיצער מעלדן פארן שרייבער אז ער האט משמח געווען און אויפגעלעבט הונדערטע אידן צווישן זיי צובראכענע אידן און אין די ארטיקל ליגט אסאך טאלאנט וואס דעי וועלטל האט שוין לאנג נישט באקומען
אונז ווארט מיר אויף נאך בכליון עניים אידן ברויכן היינט צוטאגס שמחה מער ווי אלעמאל און ווען א שרייבער מיט אזעלכע גרויסע טאלאנטן דעליווערד א נעקסט לעוולדיגע הומאריסטישע ארטיקל איז ער מזומן לחיי העולם הבא כדאיתא בגמ' הנהו תרי בדחני וכו' און איך זאג דיר אז דו האסט עס דעליווערד מיט אלע הידורים ב"ה, האסט זוכה געווען צו געבענטשע טאלאנטן נוץ עס אויס אויף די ריכטיגע פלעצער

שנד'ר נאר א בליק... אראפ מיטן געלן קאמפלעקס בנין... טענקס פארן תגובה, באמת, די שיכטן גאזאלין זאמלען זיך...
אי"ה, די איי' העט געבן כח און צייט, העמיר זעך משתדל זיין..
וְיָדְעָה הַקֶּסֶת אֶת נַפְשִׁי
יוֹתֵר מֵאֲשֶׁר יְדַעְתִּיהָ
לִיבִּי לִיבִּי עַל מִלּוֹתֶיהָ
מֵעַי עַל שְׁתִיקוֹתֶיהָ
בְּנֶחָמָתָהּ אֲנֻחַם...
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: אנאליז אויף א רעגענדיגע ארבעט'ס זונטאג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

Wow wow
ריכטיג אלטע סחורה ווי אין די גוטע צייטן
די לשונות
דמיונות
די אויסדריקן
צום דערקוויקן
אוועטאר
מה בכך
שר חמש מאות
תגובות: 628
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 30, 2020 2:28 am

Re: אנאליז אויף א רעגענדיגע ארבעט'ס זונטאג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה בכך »

נו גוט נו שוין האט געשריבן:Wow wow
ריכטיג אלטע סחורה ווי אין די גוטע צייטן
די לשונות
דמיונות
די אויסדריקן
צום דערקוויקן

א קאמפלימענטל פון נויגוטל ... WOW ... סהאטזעכדעך שוין אלעס געלוינט פארדעם...
וְיָדְעָה הַקֶּסֶת אֶת נַפְשִׁי
יוֹתֵר מֵאֲשֶׁר יְדַעְתִּיהָ
לִיבִּי לִיבִּי עַל מִלּוֹתֶיהָ
מֵעַי עַל שְׁתִיקוֹתֶיהָ
בְּנֶחָמָתָהּ אֲנֻחַם...
אוועטאר
?אפשרטאקע
שר חמש מאות
תגובות: 751
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 6:41 pm

Re: אנאליז אויף א רעגענדיגע ארבעט'ס זונטאג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ?אפשרטאקע »

לאכטי כמה פעמים. א דאנק
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”