ברעקינג אפדעיטס פון די וויליאמסבורגער גאסן

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 31186
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

אלץ חלק פון דער גאו גרין אגענדע האט דער סיטי היינט געמאלדן אז די טראפיק סיגנאלן גייען בלייבן אייביג גרין אויף אלע זייטן...

עס זענען דאך במילא דא די הענט-ווייזענדע טראפיק קאנטראלירער ביי די אינטערסעקשאנס.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
בסד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3003
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 4:03 pm

Re: ברעקינג אפדעיטס פון די וויליאמסבורגער גאסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בסד »

די סיטי האט אינסטאלירט ווייערלעס עלעקטריק, געז טעלעפאן און ווייערלעס/פייפלאזע וואסער ליניעס.
ווי באקאנט וועט דאס רעדוצירן גאס קאנסריקציעס מיט 90 פראצענט.
בסד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3003
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 4:03 pm

Re: ברעקינג אפדעיטס פון די וויליאמסבורגער גאסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בסד »

בסד האט געשריבן:די סיטי האט אינסטאלירט ווייערלעס עלעקטריק, געז טעלעפאן און ווייערלעס/פייפלאזע וואסער ליניעס.
ווי באקאנט וועט דאס רעדוצירן גאס קאנסריקציעס מיט 90 פראצענט.

אין א טיפערע בליק איבער די פייפלאזע וואסער ליניע.
יעדע האוז האט באקומען אויפן דאך א די-יומידיפייער, וואס וועט ארויסנעמען וואסער פון די לופט און וועט סערווירן וואסער פארן בנין.

דאס וועט האבן א דאפעלטע עפעקט, אז עס וועט אוועקנעמען די שווערע נאסע לופט וואס די שטאט איז געבענטשט.
און שוין!
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 1:20 pm
לאקאציע: אין פיצא סטאר

Re: ברעקינג אפדעיטס פון די וויליאמסבורגער גאסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך און שוין! »

בסד האט געשריבן:

א שרעקליכע גזירה דאס! אן די באקאנטע נאסע שטאטישע לופט וואס וועט זיין די תירוץ פארוואס מען מוווווזזזז גיין אין קאנטרי??...
און??
און שוין!!

מיינע טראפעלעך...
. . . . .
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4524
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: ברעקינג אפדעיטס פון די וויליאמסבורגער גאסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

דאס איז שוין גארנישט קיין וויץ, א אידישע קאפ האט ערפינדען אזא פאטענט און ווערט שוין באנוצט
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
אוועטאר
בלוט בלבול
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4620
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 13, 2021 8:56 pm
לאקאציע: מ'קען נאכנישט אויסזאגן

Re: ברעקינג אפדעיטס פון די וויליאמסבורגער גאסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלוט בלבול »

:lol: :lol: :lol: :lol: פיינער אשכול דאס

אין אנדערע נייעס קומט אריין אז שעיפער וואסער גייט ווערן אויסגעטריקענט, צו מאכן פלאץ פאר א ריזיגע חברת תהילים יעדע פרייטאג נאכמיטאג, אונטער די פירערשאפט פון די OWNG ארגאניזאציע..
איינער קען קאנפירמען?
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: ברעקינג אפדעיטס פון די וויליאמסבורגער גאסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

טרעקטארס מאכן פלאך אלע הייזער צווישן מידעלטאן און לארימער, ביי מארסי עס קומט א ריזיגע פארק.
ווער עס האט פעטס דארט זאל שנעל קומען עס נעמען.
אטעטשמענטס
Park.PNG
Park.PNG (237.71 KiB) געזען 1129 מאל
פתחיה
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 9:16 pm

Re: ברעקינג אפדעיטס פון די וויליאמסבורגער גאסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פתחיה »

ברעיקינג ניוס. די קאמפאני וואס האט ארפגעברענגט די געביידע אין סורפסייד קומט קיין וויליאמסבורג. די עסקנים וואס שלאפן שוין יארן נישט איבער די גזירת הארטיסטן האבן דעם שטילן גוטסהייטונג פון נייעם מעיאר אדאמס יר"ה און גייט מען טוט למעשה. דאס ערשטע קומט אראפ די זאזא בילדינג וואס שטייט ווי א דארן אין אויג פאר שלומי אמוני בני ישראל. עס גייט ווערן דעמאלישד מיט דינאמייט און גיין גראד אראפ. די עסקנים בעטן נישט צוצוגיין צו די ברוכווארג וואס איז פול מיט ארטיסטישע זאכן.

וואס צו טהן מיטן שטח הייבט זיך אן א מבוכה, סאוט 8 שוהל בעט עס אלץ ווידערגוטמאכונג נאכן ליידן די אלע יארן באותו מקום. די עסקנים ווילן עס ליידיג און פערמענאנט אן ארט צו אויסשרייען די וויי געשריי און א למען ידעו פאר אלע ארטיסן פון די גאנצע וועלט וואס געשעט ווען מען קומט קיין וויליאמסבורג.

נעקסט אפ (ששש נאר בתוכינו) איז דער גרעטש בילדינג (פוי) עס קומט אראפ.

להעביר גילולים מן הארץ.
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: ברעקינג אפדעיטס פון די וויליאמסבורגער גאסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

פתחיה האט געשריבן:נעקסט אפ (ששש נאר בתוכינו) איז דער גרעטש בילדינג (פוי) עס קומט אראפ.
דאון מיינסטע. איא?

---------
א ציפקע באנדע זאפטיגע ליצים וואס די וועלט האט נאכנישט געזען
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: ברעקינג אפדעיטס פון די וויליאמסבורגער גאסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

ליקעריש האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:ליקי איז קריעטיוו!

:grin: און סינאך די ערשטע מיטוואך......

און יעצט???
פרץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 23, 2018 5:07 pm

Re: ברעקינג אפדעיטס פון די וויליאמסבורגער גאסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרץ »

פלענס פאר אפפער לעוועל אויף לי עוו. נארוואס אפפראווד
אוועטאר
גדל
שר האלפיים
תגובות: 2605
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 27, 2019 9:39 pm

Re: ברעקינג אפדעיטס פון די וויליאמסבורגער גאסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גדל »

געבראכענע נייעס פון לעבעדיגע צוקוקער!!!!

די וועלט בארימטע דיפארטמענט געשעפעט פון ר' מרדכי פישער אויף קליימער סטריט נעבן די שוהל, אויפן ארט פונעם געוועזענעם ווערצבערגער קלאוזאוט סטאר,
איז שוין ברייט אפן פארן פובליקום, מיט אירע ריזיגע עסקילעטערס און עלוועטערס צו פירן די קונדן צו די העכערע שטאקן, דאס געשעפט איז פילפארביג מיט אלע ערליי פראדוקטען און אייטעמס, אנגעפאנגען פון די אלטע פישער קארפעטס, און אזוי ווייטער מיטן עסן דיפארטמענט און מיט קליידער, און וואס נישט, עס לוינט זיך אריינצוקומען פון די בערג צו כאפן א בליק, קומט און ברענגט אייערע פריינט.
קאנסאלטענט
שר חמש מאות
תגובות: 925
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 02, 2021 4:50 pm

Re: ברעקינג אפדעיטס פון די וויליאמסבורגער גאסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנסאלטענט »

א גוטן האט געשריבן:די טראלי איז צוריק דא, אבער נישט פשוט, מיט נייע צוויי שטאקיגע קאוטש באסעס, יעצט ווילאנג דערוילעם איז אין קאנטרי איז עס פאר פרי!

דבר יום וועט ווייטער זיין צו באקומען אויפן באס, נאר פאר די טאטעס...
ואני בתומי אלך.
קאנסאלטענט
שר חמש מאות
תגובות: 925
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 02, 2021 4:50 pm

Re: ברעקינג אפדעיטס פון די וויליאמסבורגער גאסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנסאלטענט »

עסקנים האבן ערלעדיגט מיט די דעבלאזיא-קאומא אדמיניסטראציע כשרע אינטערהאלטונג אויף בערי סט. איעדע נאכמיטאג, געלערענטע שיסער וועלן שיסן ווער סכאפט נישט האט געוואונען
ואני בתומי אלך.
קאנסאלטענט
שר חמש מאות
תגובות: 925
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 02, 2021 4:50 pm

Re: ברעקינג אפדעיטס פון די וויליאמסבורגער גאסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנסאלטענט »

דזשאסט אין: נאך יארן שתדלן האט די תיפלה אויף מארסי-הופפער אנגעהויבן שפילן די זעקסטע הקפה
ואני בתומי אלך.
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: ברעקינג אפדעיטס פון די וויליאמסבורגער גאסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

קאנסאלטענט האט געשריבן:דזשאסט אין: נאך יארן שתדלן האט די תיפלה אויף מארסי-הופפער אנגעהויבן שפילן די זעקסטע הקפה

:lol: :lol: :lol:
רח"ל
הײמישער זײגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3289
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 14, 2020 11:46 am

Re: ברעקינג אפדעיטס פון די וויליאמסבורגער גאסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הײמישער זײגער »

א גוטן האט געשריבן:די טראלי איז צוריק דא, אבער נישט פשוט, מיט נייע צוויי שטאקיגע קאוטש באסעס, יעצט ווילאנג דערוילעם איז אין קאנטרי איז עס פאר פרי!

פאר די אינגע דורות... זכרונות..

troli.JPG
troli.JPG (46.79 KiB) געזען 858 מאל

https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 62#p105762

troli1.JPG
troli1.JPG (107.88 KiB) געזען 858 מאל

viewtopic.php?p=157228#p157228
און שוין!
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 1:20 pm
לאקאציע: אין פיצא סטאר

Re: ברעקינג אפדעיטס פון די וויליאמסבורגער גאסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך און שוין! »

גדל האט געשריבן:געבראכענע נייעס פון לעבעדיגע צוקוקער!!!!

די וועלט בארימטע דיפארטמענט געשעפעט פון ר' מרדכי פישער אויף קליימער סטריט נעבן די שוהל, אויפן ארט פונעם געוועזענעם ווערצבערגער קלאוזאוט סטאר,
איז שוין ברייט אפן פארן פובליקום, מיט אירע ריזיגע עסקילעטערס און עלוועטערס צו פירן די קונדן צו די העכערע שטאקן, דאס געשעפט איז פילפארביג מיט אלע ערליי פראדוקטען און אייטעמס, אנגעפאנגען פון די אלטע פישער קארפעטס, און אזוי ווייטער מיטן עסן דיפארטמענט און מיט קליידער, און וואס נישט, עס לוינט זיך אריינצוקומען פון די בערג צו כאפן א בליק, קומט און ברענגט אייערע פריינט.

און אן אנדערע ברעכעדיגע אפדעיט ווערט איבערגעגעבן, אז עס וועט זיך אויך עפענען דארט א שניידעריי אפטיילונג, אונטער די פירערשאפט פון די וועלט באקאנטע שטוהל ברידער, ווי מען וועט סערווירן אלע אייערע שניידעריי געברויכן, פון צונייען קנעפ, פארעכטן לעכער, מאכן פרישע לעכער, ביז אויפנייען ספעציעל פאר אייך די באקאנטע בלויע העמד און הויזן, וואס האט אן אפציע אז זאל שוין קומען מיט פוןפראנאויס צאמגעצויגענע שלייקעס, און ווייסע שטויב אויף אלע זייטן.
ילבשו ענוים וישמחו.
און??
און שוין!!

מיינע טראפעלעך...
. . . . .
אביונה
שר האלפיים
תגובות: 2330
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

Re: ברעקינג אפדעיטס פון די וויליאמסבורגער גאסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביונה »

פתחיה האט געשריבן:ברעיקינג ניוס. די קאמפאני וואס האט ארפגעברענגט די געביידע אין סורפסייד קומט קיין וויליאמסבורג. די עסקנים וואס שלאפן שוין יארן נישט איבער די גזירת הארטיסטן האבן דעם שטילן גוטסהייטונג פון נייעם מעיאר אדאמס יר"ה און גייט מען טוט למעשה. דאס ערשטע קומט אראפ די זאזא בילדינג וואס שטייט ווי א דארן אין אויג פאר שלומי אמוני בני ישראל. עס גייט ווערן דעמאלישד מיט דינאמייט און גיין גראד אראפ. די עסקנים בעטן נישט צוצוגיין צו די ברוכווארג וואס איז פול מיט ארטיסטישע זאכן.

וואס צו טהן מיטן שטח הייבט זיך אן א מבוכה, סאוט 8 שוהל בעט עס אלץ ווידערגוטמאכונג נאכן ליידן די אלע יארן באותו מקום. די עסקנים ווילן עס ליידיג און פערמענאנט אן ארט צו אויסשרייען די וויי געשריי און א למען ידעו פאר אלע ארטיסן פון די גאנצע וועלט וואס געשעט ווען מען קומט קיין וויליאמסבורג.

נעקסט אפ (ששש נאר בתוכינו) איז דער גרעטש בילדינג (פוי) עס קומט אראפ.

להעביר גילולים מן הארץ.

יא יא,
די פלאן האט שוין געהאלטן ממש ביי די לעצטע שטאפלען
עפעס האט עס זיך פארהאנקערט ווען איינער פון דיע וועלכע זענען בעובי הקורה פונם פלאן, האט ל"ע געהאט אן עקסידענט, זיך ציבראכן אפאר ביינער [זאל ער האבן א רפו"ש]..., עס איז דערווייל אויף האלד, ביז.....
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5641
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

קנאפער ידען האט געשריבן:אלץ חלק פון דער גאו גרין אגענדע האט דער סיטי היינט געמאלדן אז די טראפיק סיגנאלן גייען בלייבן אייביג גרין אויף אלע זייטן...

עס זענען דאך במילא דא די הענט-ווייזענדע טראפיק קאנטראלירער ביי די אינטערסעקשאנס.

קעניש זיין, זיי וועלען דאך נישט וויסען ווען צי לאזען די אנדערע זייט פארען
אוועטאר
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5988
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

קנאפער ידען האט געשריבן:אלץ חלק פון דער גאו גרין אגענדע האט דער סיטי היינט געמאלדן אז די טראפיק סיגנאלן גייען בלייבן אייביג גרין אויף אלע זייטן...

עס זענען דאך במילא דא די הענט-ווייזענדע טראפיק קאנטראלירער ביי די אינטערסעקשאנס.

חאחא!
אוועטאר
סעקאנד אפינניען
שר האלף
תגובות: 1174
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2020 1:21 am

Re: ברעקינג אפדעיטס פון די וויליאמסבורגער גאסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סעקאנד אפינניען »

הײמישער זײגער האט געשריבן:
א גוטן האט געשריבן:די טראלי איז צוריק דא, אבער נישט פשוט, מיט נייע צוויי שטאקיגע קאוטש באסעס, יעצט ווילאנג דערוילעם איז אין קאנטרי איז עס פאר פרי!

פאר די אינגע דורות... זכרונות..

troli.JPG

https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 62#p105762

troli1.JPG

viewtopic.php?p=157228#p157228

פאר ווער סגדענקט נישט די טראלי קען גיין זעהן די וובס״ג ב״פ באס. סאיז די זעלבע בחינה (גראדע איז דאס פון די איינציגסטע זאכן אין וובס״ג וואס זענען נאך ארגעניעל פון די צייטען פון רעביןזכרונילברכה)
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

Re: ברעקינג אפדעיטס פון די וויליאמסבורגער גאסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

אין סאטמארער ביהמ"ד הגדול האט מען פראכטפול איבערגעבויעט די מקוה מיט א שפאגל נייע איידיע, עס איז ערווארטעט אז יעדע אידישע קהילה איבער די וועלט וועט עס מיט די צייט נאכטוהן

עס איז נישט קיין סוד אז ריעל עסטעיט איז גאר טייער אין די געגענט, און עס איז דא א מאנגל אין שאוערס, וויפיל מען לייגט צו איז נישט גענוג, און עס איז נישט דא גענוג פלאץ צו לייגן נאך, און עס זענען דא אידן וואס רעכענען זיך נישט מיטן פאקט אז ס'איז נישטא גענוג און שטייען צען מינוט אין שאוער וואס פאראורזאכט א אומגעהויערע טראפיק

(די לעצטיגע שטודיע אז ניו יארק סיטי האט איבערגעשטיגן קאליפארניע מיט די שעות וואס מען זיצט אין טראפיק איז אריינגערעכענט די טראפיק אין די מקואות און נאך ערגעץ)

האבן די עסקנים אויסגעארבעט א שאוער סיסטעם וואס ארבעט ווי א קאר וואש!

מען האט אראפ געפליקט אלע אלטע שאוערס, און אויפגעשטעלט א סיסטעם וואס מען גייט אריין אנפאנג און עס פארט פון זיך אליינס, עס רינט קודם וואסער, מען קען אנשטעלן ווי הייס מען וויל, דערנאך שפריצט זייף, ביים אויבערשטן חלק קערפער איז עס שעמפו (עס האט ספעציעלע סענסארס וואס זעהט ווי הויעך/נידריג מען איז) (עס האט אפאר קנעפלעך פאר אפאר מינע, למשל גרין איז נא וויזויהייסטעס וואטעווער) דערנאך אזעלכע הארטע בראשעס וואס מאכן זיכער אז מ'איז ריין, דערנאך ווייכע בראשעס און דערנאך וואסער וואס וואשט אפ, און דערנאך שטופט עס אריין אין מקוה אריין

עס איז דא א פרימיום סערוויס וואס אויב איר צאלט איין צען דאלער א חודש עקסטערע באקומט איר נאכאמאל זייף און וואסער, און א עקסטערע האנטוך, עס ארבעט מיט שלאפעדיגע פעיס רעקאגנישען, אויך אויב איז מען היבש ברייט קאסט עס מער

דאס מיינט אז אויב מען כאפט זיך מיט מיט א צווייטן מוז מען זיכער מאכן צו זיין די זעלבע הייעך, און נאר צוויי דארע מענטשן

זיכער צו מאכן אז איר פארזוימט זיך נישט אין מקוה איז איינגעשטעלט א סענסאר וואס נאך צוויי מינוט פאנגט אן טראפן קליינע קאלטע טראפנס וואסער וואס ווערט מער און מער ביז איר גייט ארויס, דאס זעלבע ביים זיך צוריק אנטוהן, אזעלכע קליינע קאלטע טראפנס וואס לאנדעט פונקט אויף אייער גענאק, אויב דאס איז נישט גענוג גייען די קומענדיגע טראפנס אויף אייער פוס ביים קני

אויב מען שערט זיך ביים משמש קען מען באקומען פרימיום סערוויס יענעם טאג פאר אומזיסט

נעכטן נאכט זענען עסקנים פון צענדליגער קהילות געקומען צוקוקן דעם סיסטעם, און עס איז אין פלאן אז יעדע גרויסע ביהמ"ד אין גרעיטער ניו יארק וועט עס אינסטאלירן, דער ***** עסקן האט געזאגט אז ביי זיי גייט עס זיין מענדעטארי, מען וועט נאר קענען צוקומען צו די מקוה דורך די נייע סיסטעם אזוי וועלן זיי זיך שפארן וואסער און קענען טוישן די וואסער אין מקוה נאר איינמאל א חודש

מען ארבעט יעצט אויף א ענליכע פלאן פאר די פריוואטע שטיבלעך מיט די טראפנס וואסער, עס וועט לכאורה זיין אינסטאלירט ביז א שעה צוויי
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17132
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: ברעקינג אפדעיטס פון די וויליאמסבורגער גאסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

;l;p- :lol: ;l;p- ;l;p-

וואס וועט אבער זיין מיט די וואס זענען מקפיד זיך מטהר זיין בגשמיות וברוחניות אין די זעלבע וואסער (לייען: אנטי שויער געמיינדע)?
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

Re: ברעקינג אפדעיטס פון די וויליאמסבורגער גאסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

פארגעסן צוצולייגן, מען קען גיין אין רבינס בור צווישן די בענק אנעם גיין אין שאוער-וואש סיסטעם, די אנדערע בורות מוז מען דורכגיין דעם נייעם סיסטעם

פריער האט א בחור פרובירט אריינצולויפן פון די פארקערטע זייט, די בראשעס האבן אים פארכאפט, עסקנים און שומרים זענען אויפן ארט

די נייע שאוער-וואש סיסטעם קען מען צולייגן פולע אפציעס, דער עולם זאל אריינקומען מיט אפדעיטס ווען עס ווערט אינסטאלירט, מען האלט אין איין צולייגן
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”