מונה מספר לכוכבים, א אינטערעסאנטע חשבון

פארשידענע רייכע ידיעות און וויסנשאפטליכע טעאריעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מעכל קנעכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7129
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 27, 2021 9:31 pm
לאקאציע: קעגן איבער

מונה מספר לכוכבים, א אינטערעסאנטע חשבון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעכל קנעכל »

א גוטן אלע אידן
ס'די ערשטע מאל מעכל קנעכל עפענט א אשכול, איך האהף ס'וועט מצליח זיין און מען וועט הנאה האבן דערפון

אונז זאגן יעדן טאג מונה מספר לכוכבים לכולם שמות יקרא, וואס איז די גרויסע חכמה דערפון, וואס איז די גרויסקייט?
האב איך געמאכט א פשוטע גרינגע חשבון וואס איך וועל דא יעצט שרייבן און מען וועט קענען פארשטיין אביסל איבער וואס מען רעדט דא און וואס איז די גדלות דערפון

לאמיר אנהייבן אזוי
וויפיל נומבער'ס קען א מענטש ציילן אין א טאג? און אין א יאר? פרוביר צו שיסן א נומבער געשאצטערהייט, יעצט לאמיר מאכן א טריקענע חשבון וויפיל טאקע,

איך האב פרובירט און געזען אז די מאקסימום וואס א מענטש קען ציילן אין א סעקונדע איז צווישן זעקס און צען, גאר שנעל, איז לאמיר גיין ברייט און עס מאכן פאר צען,
און לאמיר אויך נישט רעכענען אז די מענטש ציילט גרעסערע נומבער'ס ווי עלף און הונדערט און טויזענט, דאס נעמט שוין סאך לענגער, לאמיר עס לאזן ברייט און זאגן ער ציילט יעדע מאל איבער פון איינס ביז צען, האמיר אין א סעקונדע צען נומבער'ס

קומט אויס אז אין א מינוט וואס איז זעכציג סעקונדעס, האמיר זעקס הונדערט נומבער'ס א מינוט
יעצט אין א שעה, זעכציג מאל זעקס הונדערט, איז 36,000

יעצט לאמיר זאגן אז ער ציילט 24 שעה א טאג, לאמיר זאגן ס'צוויי חברים וואס יעדער ציילט צוועלף שעה אינעם טאג, איז 24 מאל אזויפיל איז כמעט ניין הונדערט טויזענט, איז לאמיר גיין ברייט און אים געבן אזויפיל,
א טאג קען מען ציילן סף הכל 9 הונדערט טויזענט נומבער'ס

יעצט אז מען נעמט א יאר, איז לאמיר קודם מאכן אז א טאג קען מען ציילן א מיליאן, האמיר 356 מיליאן,
יעצט נעם אראפ פאר יעדע צען טאג א מיליאן האלסטו בערך ביי 330 מיליאן, א נישטיגע 330 מיליאן א יאר,
יעצט לאמיר רעכענען אז א מענטש ציילט 50 יאר אין א צי 24 שעה א טאג!.. האלט ער ביי א נישטיגע בערך 16 ביליאן, און דאס אלעס שוין ברייט גערעדט

יעצט לאמיר גיין צו די שטערנ'ס, און לאמיר קודם אנהייבן אזוי
מן הסתם ווייסט מען אז עס איז פארהאן גאלאקסיעס, וואס יעדע גאלאקסי אנהאלט א נומבער פון שטערנ'ס, אזויווי א גרופע פון שטערנ'ס איז עס
וויפיל גאלאקסיס איז דא?
2,000,000,000,000...
דאס איז 2 טריליאן!!!!!
און דאס איז בערך, ווייל קיינער האט נאך קיינמאל נישט געציילט אזעלכע נומבער'ס ווי מען האט יעצט געזען

יעצט פאר מען גייט צו די שטערנ'ס, לאמיר רעכענען נאר די גאלאקסיס, ווילאנג וואלט גענומען נאר צו ציילן די נומבער פון וויפיל גאלאקסיס ס'דא?
6,250 יאר! נאר ארויסצוזאגן די נומבער'ס פון דעם חשבון נאר פון גאלאקסיס און נאר פון וואס מען ווייסט

אבער דאס אלעס איז נאך זייער זייער ווייט, ווייל למעשה רעדט מען נאך נאר פון די נומבער, נישט פון עס געהעריג רעכענען און זיכער נישט געבן קיין נאמען,
איז לאמיר יעצט זאגן אז צו זען יעדע גאלאקסי און עס אויך געבן א נאמען נעמט 'נאר' צען מינוט..
יעצט יעדע צען מינוט איז דאך ווערד זעקס טויזענט.. דארפסטו יעצט מאכן דעם חשבון זעקס טויזענט מאל אזויפיל,
האלט מיר ביי 37 מיליאן און 500 טויזענט יאר!
אויב וואלט נאר גענומען צו טרעפן יעדע גאלאקסי צען מינוט און שנעל עס ארויסהאבן און געבן א נארמאלע נאמען וואלט עס גענומען 37 מיליאן יאר

יעצט דאס איז ווען מען האלט נאך ביי גאלאקסיס, אבער ווייטער פון דא צו גיין צו שטערנס איז שוין איבריג..
יעדע גאלאקסי האט בערך הונדערט ביליאן שטערנס, און אלעס נאר געשאצט, קען זיין סאך מער, ס'דאך נישט מעגליך צו ציילן אפילו נאנט צו דעם, יעצט מאך הונדערט ביליאן מאל דעם פאריגן חשבון און ווילאנג עס וועט נעמען דאס צו רעכענען און דיין קאפ וועט קראכן..
אפילו נאר צו רעכענען די הונדערט ביליאן שטערנ'ס אין אונזער אייגענע גאלאקסי וואלטן אונז קיינמאל נישט גענדיגט אין אונזער גאנצע לעבן, און נאך געבן נעמען פאר יעדע איינס!

און דאס זאגט דוד המלך פאר אונז 'מונה מספר לכוכבים', דאס איז די ערשטע שבח און גרויסקייט, נאר דאס ציילן אלע שטערנס איז ענדלאז אבער ביים אייבערשטן איז עס א גארנישט,
און נאך 'ולכולם שמות יקרא', ער רופט נאך א נאמען פאר יעדע איינס! טריליאנען טריליאנען שטערנס דרייען זיך ארום און יעדע איינס האט א נאמען און א ציל

און יעצט פארשטייט מען אויך בעסער וואס די גמרא אין ברכות זאגט אז אויף דעם זאגט די אייבערשטער אז דאס אלעס אלעס האב איך באשאפן פאר אונז אידישע קינדער, יעדע כוכב ומזל איז געשטעלט אויף א גראזעלע און זאמדעלע אוויף דער וועלט, און לויט ווי מען זעט יעצט איז דא גענוג און נאך פאר דעם..

און נאך א זאך, ווי גרויס עס קוקט נאר אויס די חכמה פון די טריליאנע כוכבים און גאלאקסיס קומט עס נאך אלץ נישט צו קיין פינטל צו די חכמה פון א פשוטע פליג אויף דער וועלט וויאזוי עס ארבעט, און בפרט צו די וואונדערליכע חכמה פון א מענטש וואס וויפיל מען גייט נאר אריין אין דעם נעמט עס נישט קיין ענדע וויבאלד אונז זענען טאקע די עיקר תכלית פון אלעם אלעם, מה רבו מעשיך ה'
חחח...
קיסריה
שר האלף
תגובות: 1603
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

Re: מונה מספר לכוכבים, א אינטערעסאנטע חשבון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיסריה »

הערליך מעכל קנעכל:

נישט מסכים מיט דעם זאץ:

״ווי גרויס עס קוקט נאר אויס די חכמה פון די טריליאנע כוכבים און גאלאקסיס קומט עס נאך אלץ נישט צו קיין פינטל צו די חכמה פון א פשוטע פליג אויף דער וועלט וויאזוי עס ארבעט״.

א פליג איז טאקע מורא׳דיג אינטרעסאנט וויאזוי ס׳ארבעט - אבער די טריליאנען גאלאקסיעס, קוועיזערס, שטערן - ביליאנען ליכט יאר אוועק - איז נעקסט - נעקסט - נעקסט - לעוול.
אוועטאר
?אפשרטאקע
שר חמש מאות
תגובות: 746
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 6:41 pm

Re: מונה מספר לכוכבים, א אינטערעסאנטע חשבון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ?אפשרטאקע »

Wow!!
בעל מדרגה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3875
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 11:51 pm
לאקאציע: ביים גמרא

Re: מונה מספר לכוכבים, א אינטערעסאנטע חשבון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מדרגה »

זייער א שיינע חשבון, מתוק לחיך.

בדרך אגב, לפענ"ד איז פשט פון המונה מספר אז מען קען עס נישט אויסרעכענען, נישט אז מען קען עס נישט ציילן.
אויב זיכט איר א גוטע אקאונטענט, קאנטעקט מיר אין אישי, אדער שיקט א אימעיל צו [email protected].
אוועטאר
מעכל קנעכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7129
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 27, 2021 9:31 pm
לאקאציע: קעגן איבער

Re: מונה מספר לכוכבים, א אינטערעסאנטע חשבון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעכל קנעכל »

קיסריה האט געשריבן:הערליך מעכל קנעכל:

נישט מסכים מיט דעם זאץ:

״ווי גרויס עס קוקט נאר אויס די חכמה פון די טריליאנע כוכבים און גאלאקסיס קומט עס נאך אלץ נישט צו קיין פינטל צו די חכמה פון א פשוטע פליג אויף דער וועלט וויאזוי עס ארבעט״.

א פליג איז טאקע מורא׳דיג אינטרעסאנט וויאזוי ס׳ארבעט - אבער די טריליאנען גאלאקסיעס, קוועיזערס, שטערן - ביליאנען ליכט יאר אוועק - איז נעקסט - נעקסט - נעקסט - לעוול.

ס'טאקע זייער דראמאטיש און מעכטיג גרויס און פאנטאסטיש די אלע זאכן, ס'מאכט זאגן א ריזיגע wow, אבער למעשה האט עס ניטאמאל די חכמה פון פשוטע פארדייאונג סיסטעם פון א פליג און זיכער נישט די געבוירן סיסטעם און נאך און נאך, די עיקר סיבה פון די התפעלות דערפון איז נאר וויבאלד ס'עפעס ווייט, אבער זאכן וואס אונז זענען צוגעוואוינט ברענגט נישט קיין התפעלות, אבער למעשה א פשוטע קערנדל פון א עפל איז שוין באלד מער וואונדערליך ווי אלע שטערנס וואס זענען נישט מער ווי אפאר סארט געז צאמגענומען
חחח...
בן טוב
שר האלף
תגובות: 1059
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 21, 2021 3:57 pm

Re: מונה מספר לכוכבים, א אינטערעסאנטע חשבון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן טוב »

הערליך
אוועטאר
ערעב איד
שר האלף
תגובות: 1188
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2020 11:47 pm
לאקאציע: אלל אווער דעי פלעיס

Re: מונה מספר לכוכבים, א אינטערעסאנטע חשבון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערעב איד »

Wow!
מ'קען נישט מער ווי אויסשרייען "מה רבו מעשיך השם!!"

א גרויסען ש'כח פארן אונז דערמאנען. זייער שיין געשריבען!
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: מונה מספר לכוכבים, א אינטערעסאנטע חשבון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

ר מעכל!! ;l;p- ;l;p-
הערליך שיין צולייגט דעם באדייט פונעם טעגליך געזאגטן פסוק
כתוב וחתום
שר האלפיים
תגובות: 2168
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 23, 2021 12:47 pm

Re: מונה מספר לכוכבים, א אינטערעסאנטע חשבון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתוב וחתום »

הערליך שיין!
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: מונה מספר לכוכבים, א אינטערעסאנטע חשבון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

הערליכע חשבון wow!
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: מונה מספר לכוכבים, א אינטערעסאנטע חשבון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

Wow

זייער שיין געשריבן

דער אייבערשטער איז נישט מוגבל צו איין ווארט אויף איינמאל, שמור וזכור בדיבור אחד.

שרייב נאך און נאך!
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: מונה מספר לכוכבים, א אינטערעסאנטע חשבון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

זייער שיין

אמר״ש יא
סדריקט מיר אייביג די שאלה, פון וואו ווייסן זיי די נאמבער פון די גאלאקסיעס?
אונז האבן א גמרא וואס רעכנט אויס, אבער זיי וואלטן דאך געדארפט ציילן יעדן גאלאקסיע כדי איהם אן צוצוייגן, און אפילו מיט חשבונות ווי למשל אז אונז ציילן 20 אויף איין זייט און 20 אויף ארויף קענען אונז רעכענען אז דארט איז דא 400

נאכאלס געפעלט מיר ווען זיי געבן א פונקטליכן נאמבער ווי למשל 2 טריליאן 500 ביליאן 657 מילאן 345 טויזנט מיט דריי און זיבעציג!
די טריליאנס און ביליאנס און מילאנס בין איך זיי נאך מוחל, אפילו די טויזנטער און הונדערטער נו שוין, אבער פון וואו אין די וועלט ווייסן זיי אז סאיז מיט 73 און נישט 74?..
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
דער יעניגער
שר האלף
תגובות: 1245
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2020 12:44 pm
לאקאציע: ביי מיר אין קעלער

Re: מונה מספר לכוכבים, א אינטערעסאנטע חשבון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער יעניגער »

גאר גוט!!! קיפ איט אפ!!
ראטשילד האט געשריבן:
Of course האט געשריבן:
דער עולם אין ווילי איז חתונה געהאט צו די באגעבוס און גפן מעינעיז.
א גוטע זאץ פאר אן אינטערשריפט.
אוועטאר
שאראש-פאטאק
שר חמש מאות
תגובות: 955
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 20, 2019 10:25 pm

Re: מונה מספר לכוכבים, א אינטערעסאנטע חשבון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאראש-פאטאק »

ווי שטייט אין גמרא איבער גאלאקסיעס ? ווי אזוי הייסט עס אין לשון הקודש?
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: מונה מספר לכוכבים, א אינטערעסאנטע חשבון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

שאראש-פאטאק האט געשריבן:ווי שטייט אין גמרא איבער גאלאקסיעס ? ווי אזוי הייסט עס אין לשון הקודש?

ברכות לב, ב:
ותאמר ציון עזבני ה' וה' שכחני. היינו עזובה היינו שכוחה? אמר ר"ל, אמרה כנסת ישראל לפני הקב"ה, רבש"ע, אדם נושא אשה על אשתו ראשונה, זוכר מעשה הראשונה, אתה עזבתני ושכחתני. אמר לה הקב"ה, בתי, י"ב מזלות בראתי ברקיע, ועל כל מזל ומזל בראתי לו שלשים חיל, ועל כל חיל וחיל בראתי לו שלשים לגיון, ועל כל לגיון ולגיון בראתי לו שלשים רהטון, ועל כל רהטון ורהטון בראתי לו שלשים קרטון, ועל כל קרטון וקרטון בראתי לו שלשים גסטרא, ועל כל גסטרא וגסטרא תליתי בו שלש מאות וששים וחמשה אלפי רבוא כוכבים כנגד ימות החמה, וכולן לא בראתי אלא בשבילך. ואת אמרת עזבתני ושכחתני?
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?

איינס האט געשריבן:נאכאלס געפעלט מיר ווען זיי געבן א פונקטליכן נאמבער ווי למשל 2 טריליאן 500 ביליאן 657 מילאן 345 טויזנט מיט דריי און זיבעציג!
די טריליאנס און ביליאנס און מילאנס בין איך זיי נאך מוחל, אפילו די טויזנטער און הונדערטער נו שוין, אבער פון וואו אין די וועלט ווייסן זיי אז סאיז מיט 73 און נישט 74?..

ווערט גיבט אן אזא פינקטליכן ציפער?
אטעטשמענטס
Capture.PNG
Capture.PNG (26.44 KiB) געזען 904 מאל
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
שאראש-פאטאק
שר חמש מאות
תגובות: 955
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 20, 2019 10:25 pm

Re: מונה מספר לכוכבים, א אינטערעסאנטע חשבון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאראש-פאטאק »

גרשון האט געשריבן:
שאראש-פאטאק האט געשריבן:ווי שטייט אין גמרא איבער גאלאקסיעס ? ווי אזוי הייסט עס אין לשון הקודש?

ברכות לב, ב:
ותאמר ציון עזבני ה' וה' שכחני. היינו עזובה היינו שכוחה? אמר ר"ל, אמרה כנסת ישראל לפני הקב"ה, רבש"ע, אדם נושא אשה על אשתו ראשונה, זוכר מעשה הראשונה, אתה עזבתני ושכחתני. אמר לה הקב"ה, בתי, י"ב מזלות בראתי ברקיע, ועל כל מזל ומזל בראתי לו שלשים חיל, ועל כל חיל וחיל בראתי לו שלשים לגיון, ועל כל לגיון ולגיון בראתי לו שלשים רהטון, ועל כל רהטון ורהטון בראתי לו שלשים קרטון, ועל כל קרטון וקרטון בראתי לו שלשים גסטרא, ועל כל גסטרא וגסטרא תליתי בו שלש מאות וששים וחמשה אלפי רבוא כוכבים כנגד ימות החמה, וכולן לא בראתי אלא בשבילך. ואת אמרת עזבתני ושכחתני?

תודה
אוועטאר
מעכל קנעכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7129
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 27, 2021 9:31 pm
לאקאציע: קעגן איבער

Re: מונה מספר לכוכבים, א אינטערעסאנטע חשבון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעכל קנעכל »

גרשון האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:נאכאלס געפעלט מיר ווען זיי געבן א פונקטליכן נאמבער ווי למשל 2 טריליאן 500 ביליאן 657 מילאן 345 טויזנט מיט דריי און זיבעציג!
די טריליאנס און ביליאנס און מילאנס בין איך זיי נאך מוחל, אפילו די טויזנטער און הונדערטער נו שוין, אבער פון וואו אין די וועלט ווייסן זיי אז סאיז מיט 73 און נישט 74?..

ווערט גיבט אן אזא פינקטליכן ציפער?

גראדע, לעצטנס זאגן די סייענטיסטן אז עס איז פארהאן נאר הונדערטער ביליאנען גאלאקסיעס, נישט צוויי טריליאן וואס איז די אפיציעלע נומבער וואס נאסא שטעלט פאר
דאס ווייזט אויך ווי צומישט און אומקלאר די אלע זאכן זענען.. אפילו אויב זיי רעדן מיט א זיכערקייט כאילו זיי זענען אליין דארט געווען..
חחח...
מי הוא זה
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 23, 2014 7:52 pm

Re: מונה מספר לכוכבים, א אינטערעסאנטע חשבון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי הוא זה »

שאראש-פאטאק האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:
שאראש-פאטאק האט געשריבן:ווי שטייט אין גמרא איבער גאלאקסיעס ? ווי אזוי הייסט עס אין לשון הקודש?

ברכות לב, ב:
ותאמר ציון עזבני ה' וה' שכחני. היינו עזובה היינו שכוחה? אמר ר"ל, אמרה כנסת ישראל לפני הקב"ה, רבש"ע, אדם נושא אשה על אשתו ראשונה, זוכר מעשה הראשונה, אתה עזבתני ושכחתני. אמר לה הקב"ה, בתי, י"ב מזלות בראתי ברקיע, ועל כל מזל ומזל בראתי לו שלשים חיל, ועל כל חיל וחיל בראתי לו שלשים לגיון, ועל כל לגיון ולגיון בראתי לו שלשים רהטון, ועל כל רהטון ורהטון בראתי לו שלשים קרטון, ועל כל קרטון וקרטון בראתי לו שלשים גסטרא, ועל כל גסטרא וגסטרא תליתי בו שלש מאות וששים וחמשה אלפי רבוא כוכבים כנגד ימות החמה, וכולן לא בראתי אלא בשבילך. ואת אמרת עזבתני ושכחתני?

תודה

הרב מנשה ישראל רייזמאן

https://www.kolhalashon.com/new/Media/P ... Lang=Idish
Disclosure: My references to Bitcoin exclusively mean Bitcoin, not other cryptos. It implies owning and holding Bitcoin in a physical hardware wallet, not on exchanges
אוועטאר
Borrower
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4527
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 10:21 am

Re: מונה מספר לכוכבים, א אינטערעסאנטע חשבון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borrower »

פיין
השמים מספרים כבוד א-ל
עברי טייטש
און די אלע בלי מספר שטערן (נישט פלאנעטן) - די קלענסטע איז אזוי גרויס ווי די זון.

שרייב נאך @מעכל קנעכל
אוועטאר
מעכל קנעכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7129
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 27, 2021 9:31 pm
לאקאציע: קעגן איבער

Re: מונה מספר לכוכבים, א אינטערעסאנטע חשבון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעכל קנעכל »

Borrower האט געשריבן:פיין
השמים מספרים כבוד א-ל
עברי טייטש
און די אלע בלי מספר שטערן (נישט פלאנעטן) - די קלענסטע איז אזוי גרויס ווי די זון.

שרייב נאך @מעכל קנעכל

נישט ממש, די זון איז א מיטעלע סייז שטערן,
די גרעסטע שטערן דערווייל געטראפן איז טאקע יא גאר גרויס, צוויי טויזענט מאל גרעסער ווי די זון!

יישר כח
חחח...
אוועטאר
Borrower
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4527
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 10:21 am

Re: מונה מספר לכוכבים, א אינטערעסאנטע חשבון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borrower »

דא זעסטו די וועלט (פאדערשטע טייני לינקס) און רעלאטיוו צו די ריזיגע זון.
בילד

און דא ווידערום דא זעסטו די זון און רעלאטיוו צו די אומבאגרייפליכע גרויסע שטערן - און ווידערום די אומבאגרייפליכע גרויסע שטערן און רעלאטיוו צו די סופער גרויסע שטערנס.
מה רבו מעשיך ד'
מה אנוש כי תזכרנו

בילד

כי אראה שמיך מעשה אצבעותיך
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: מונה מספר לכוכבים, א אינטערעסאנטע חשבון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

Wow!

דאס איז פונעם גרעסטן שטערן וואס איז באקאנט, גערופן UY Scuti. ס'איז פינף ביליאן מאל גרעסער ווי די זון, און די זון איז 1.3 מיליאן מאל גרעסער ווי די וועלט!

Capture.PNG
Capture.PNG (506.4 KiB) געזען 716 מאל
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
Haklal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3976
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: מונה מספר לכוכבים, א אינטערעסאנטע חשבון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

בעל מדרגה האט געשריבן:זייער א שיינע חשבון, מתוק לחיך.

בדרך אגב, לפענ"ד איז פשט פון המונה מספר אז מען קען עס נישט אויסרעכענען, נישט אז מען קען עס נישט ציילן.

יישר כח ר' מעכיל געוואלדיג שיין

ר' בעל מדרגה
רש"י ברענגט דעם פסוק אנהייב במדבר לגבי ציילן די יודן פארשטיי איך אז מען רעדט יא פין ציילן
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9970
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: מונה מספר לכוכבים, א אינטערעסאנטע חשבון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

זייער אינטערסאנט!

וואס מיינט א גאלאקס? איז דאס עפעס וואס האלט שטערנס? קען מען דאס זען?
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
שרייב תגובה

צוריק צו “ידיעות און וויסנשאפט”