סיום מסכת יבמות - חמישה וארבעים יום אחר האסון נורא במירון

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

וללמוד אני צריך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 301
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 21, 2018 12:28 am

סיום מסכת יבמות - חמישה וארבעים יום אחר האסון נורא במירון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וללמוד אני צריך »

בס"ד

אין קהל יטב לב ד'סאטמאר - מאנסי' מאכט מען היינט נאכט דעם סיום מסכת יבמות.

(מנהלים, איך לייג עס דא אין ' די היימישע קרעטשמע' און נישט אין 'שיעורי הקהילות פארום' צוליב די שוואכע טרעפיק דארט. אויב איז עס נישט ריכטיג דאן אריבערפירן, ואתכם הסליחה).

מורי ורבותי! אִישׁ בְּשֹׂרָה אַתָּה הַיּוֹם! (שמואל-ב יח, כ)
ס'איז ידוע לכל אז די שווערסטע מסכתת הש"ס קומט ארויס פון דעם ווארט ענ"י - אן ארימאן - עירובין, יבמות און נדה, אנדערע זאגן נדרים. יא נאכן לערנען די מסכתת ווייסן מיר אלע אז ווער ס'האט נאכנישט זוכה געווען טועם צו זיין דעם טעם איז א ריכטיגער עני.

מיר האבן בעזרת השם שוין געלערענט פון דעם עני - דעם 'ע' - מסכת עירובין, און יעצט תהלה לקל האבן מיר מסיים געווען דעם 'י' - מסכת יבמות. רובו ככולו פונעם עני האבן מיר שוין משלים געווען. מיר האבן צובראכן די עניות ברוחניות ובגשמיות א שפע גדול קומט יעצט אראפ פון הימל אמן, כן יהי רצון!

מיר האבן מסיים געווען דעם 'י' - דעם יוד חכמה קדומה. מיר זאגן יעדן טאג (בִּטְחוּ ב-ה' עֲדֵי עַד), כִּי ביה ה' צוּר עוֹלָמִים. מיט דעם י-ה האט דער באשעפער באשאפן די וועלט. שטייט אין ספרים אז מיט דעם 'ה' האט דער באשעפער באשאפן עולם הזה און מיט דעם 'י' האט דער באשעפער באשאפן - עולם הבא. דער גאנצער תכלית איז אלעס אין גרייטונג צום עולם הבא, און אטא דאס האבן מיר יעצט משלים געווען.
__
כמה פעמים ווען א בעל הבית שטעלט זיך אויף רעדן, הייבט ער מיט אן הקדמה: "איך בין נישט קיין רעדנער אבער מ'האט מיר געבעטן רעדן וועל איך זאגן אפאר ווערטער". וויל איך זאגן אז איך בין טאקע נישט קיין רעדנער, אבער איך וויל זאגן וואס ליגט מיר אויפן הארצן. ווער עס וויל קען זיך מחולק זיין אויף מיר, איך בין סך הכל קוים א דעת בעל הבית.

כלל ישראל איז נאך אלץ אונטערן רושם, כלל ישראל קען זיך נאך אלץ נישט בארואיגן פון דעם טראגעדיע, דעם אסון נורא וואס האט באטראפן כלל ישראל מיט פונקט 45 טעג צוריק אין אתרא קדישא מירון בעיצומו של יום ל"ג בעומר - יומא דהילולא של התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי, ווי 45 נפשות יקרות פון כלל ישראל זענען נעבעך אוועקגעריסן געווארן באופן מבהיל.

וויינט דער פסוק אין מגילת איכה, ווי אזוי ס'קען זיין אז ירושלים די שיינקייט פון די וועלט איז געווארן אזוי בזוי ומבוזה. דער פסוק זאגט איבער דעם זעלבן דערהער נאכאמאל און נאכאמאל נאר אויף אן אנדערע דיטעיל פון ירושלים און די זעלבע וויינט פסוק און אויך די בעלי קינות אז א פלאץ וואו מ'האט מקריב געווען קרבנות און חטאים זענען פארצייט געווארן, האבן די גויים שולט געווען און אזוי גרינג חרוב געלייגט, ווי אזוי קען דען דאס זיין אז די גרעסטע א מקום קיבול תפילות דארט האבן די רשעים אפגעטוען דאס ערגסטע?

גנוי אזוי האבן מענטשן געפרעגט אויף אתרא קדישא מירון ווי אזוי קען דען דאס זיין אז די גרעסטע א מקום קיבול תפילות בימינו אלה, דער של"ה הקדוש רופט אן הר מירון - הר ציון!! איז געשעהן אזא אומגליק? קינד און קייט ווייסט אז רבי שמעון איז לכל און יכול לפטור את כל העולם כלו מן הדין, נאכדערצו בעיצומו של יום ל"ג בעומר?

ס'דא וואס האבן געפרעגט די קשיא און ס'דא וואס האבן גוטע תירוצים. ס'איז אבער דא אזעלכע וואס זענען ארויסגעקומען מיט הנחות. נישט קיין גוטע הנחות.

נאך די טראגעדיע בין איך איינמאל אריינגעקומען אין ביהמ"ד, הער איך א אינגערמאן מיט א לויזע צינג זאגט: "רבי שמעון'ס סטאקס זענען געפאלן די לעצטע וואך צייט". כ'האט אן הרגשה אז דער אינגערמאן האט דאס ארויס-געזאגט און א צווייטער טראכט אזוי, סאבקאנטשעסלי.

איך וויל מצרף נאך אן – אנסוקסעספול מעשה פון רבי שמעון אין מירון, [היינט גייט דאך יעדע זאך מיט סוקסעספול, ביזטו סוקסעספול ביזטו ווערט די וועלט, טאמער נישט ברגע אחת ווערסטו למפרע אפגעפרעגט מכל וכל].

דער קארלינער רבי ז"ל - רבי אברהם אלימלך פערעלאוו בן רבי ישראל הינוקא מסטאלין (בן רבי אשר מסטאלין [השני] בן רבי אהרן מקרלין בעל הבית אהרן, בן רבי אשר - דער גרויסער רבי אשר, בן רבי אהרן הגדול מקארלין), האט פון ראש השנה שנת תרצ"ט אנגעהויבן צו פארפירן אויף א מוראדיגן אופן אז ס'גייט קומען א חורבן אין אייראפע!

ר' זלמן בריזל זצ"ל שרייבט אין זיין ספר אלעס וואס ער אליין האט מיטגעלעבט. גנוי די זעלבע שרייבט הגה"צ ר' ישרא-ל גרוסמאן זצ"ל וואס האט דאס אויך מיטגעהאלטן.

ווען רבי אברהם אלימלך איז געפארן אויף ארה"ק סיון שנת תרצ"ט צוויי חדשים איידער די צווייטע וועלט קריג האט אויסגעבראכן.

תיכף ווען ער איז אנגעקומען צום האפן אין א"י, נאך פאר ער האט געגעבן שלום פארן עולם, האט ער זיך אנגערופן צו די חסידים: "איך בין נישט דא געקומען אויף א באזוך, אונז זענען מיר געקומען קיין ארץ ישראל צו מתפלל זיין פאר די אידן אין אייראפע און בפרט פאר די פוילישע אידן, יעצט איז נישט קיין צייט פון שמחה, יעצט ליגט אויף אונז א חוב צו גיין מתפלל זיין אויף די קברי צדיקים מבטל צו-זיין די ביטערע גזירה וואס שוועבט אויף כלל ישראל!"

אלע האבן זיך געוואונדערט פון וואס דער רבי רעדט, ווייל ס'איז נאך דעמאלס געווען פַאר די צווייטע וועלט קריג האט אויסגעבראכן, אבער ער האט נישט אויפגעהערט צו ליארמען און בעטן מ'זאל איינרייסן.

כ"ב תמוז תרצ"ט איז ער איז געפארן קיין מירון. ער איז אריין אינעם מערה ביחודית, ער האט געבעטן אז קיינער זאל נישט זיין בנוכח. ער האט דארט פארארבעט מעשים נוראים נאכן ארויסקומען פונעם מערה מיט געשוואלענע אויגן האט ער געזאגט "מיר האבן געמיינט אז מיר וועלין עפעס פועל'ן! "פולישע אידן זענען פארלוירן"... ס'איז ליידער נישטא וואס צו טוהן!

רבי אברהם אלימלך האט דווקא געוואלט צוריקפארן קיין אייראפע. די קארלינער חסידים פון ארץ ישראל האבן זיך געבעטן ביי אים ער זאל בלייבן אבער בשום אופן נישט מסכים געווען. רבי פישל בערנשטיין/פישל דיין, וואס איז געווען א דיין אין די עדה החרדית האט אים געפרעגט פארוואס ער גייט צוריק? האט ער ארויסגענומען א ספר אין געוויזן אז דארט שטייט אז ווען אידן זענען אין א צרה און דער מנהיג לויפט אוועק פון זיי איז ער א שונא ר"ל צום רבוש"ע.

ער איז צוריק געפארן שבור ורצוץ קיין אייראפע. ער האט אוועק געבן פאר זיינע נאנטע חסידים אסאך פון זיינע פערזענדליכע חפצים, זיין טלית, ברילן, איבער ציהער און זייגער. ער האט געזאגט דארט וועט מען גארנישט דארפן פון די זאכן, דארט וועט מען לויפן אין די וועלדער! עד כן המעשה בקיצור.

דעמאלס זענען ליידער די שערי רחמים אויך געווען פארשפארט אפילו ביי רבי שמעון אין אתרא דמר. וואס איז דעמאלס געווען מיט דעם יכול לפטור את כל העולם כלו מן הדין?

נאר ס'דא א באקאנטע גמרא: (שבת קלח:) ת"ר כשנכנסו רבותינו לכרם ביבנה אמרו עתידה תורה שתשתכח מישראל וכו' רבי שמעון בן יוחי אומר חס ושלום שתשתכח תורה מישראל שנאמר (דברים לא, כא) כִּי לֹא תִשָּׁכַח מִפִּי זַרְעוֹ וכו'

מ'זאגט יעדן איינציגסטן טאג: כי הם חיינו ואורך ימינו ובהם נהגה יומם ולילה. די תורה איז אונזער לעבן, ס'איז אונזער אטעם אן תורה קען מען נישט לעבן. אויב וואלט ח"ו מקיים געווארן וואס די חכמים האבן פאראויס געזאגט - אז עתידה תורה שתשתכח מישראל וואלטן מיר נישט געהאט קיין זכות קיים אפילו פאר איין טאג. רבי שמעון האט געמאכט אז "אנחנו אלה פה היום כולנו חיים".

לופט אקסיגען גיט אריין א מענטש לעבן, אמאל האט א מענטש נישט קיין אקסיגען ווי ס'איז נעבעך געשעהן ביי די קראונא. גייט ער אויס רח"ל.

רבי שמעון איז אונזער אקסיגען! און דאס קען זיין די סיבה וואס מענשטן האבן אזא השתוקקות צו רבי שמעון. איר האט שוין אמאל געזען ווען איינער זוכט אביסל לופט צו אטעמען? ווי ער טאנצט און שפרינגט צו דעם ביסל לופט כמוצא שלל רב.

געוויסע האבן ביי די קראונא מגיפה ר"ל געהאט אזעלעכע מאשינען וואס האט געגעבן אקסיגען, ליידער האבן טייל פון די מאשינען מקרב דעם יום האחרון. מיינט עס אז אקסיגען האט אויפגעהערט צו זיין דאס האלט אונזער לעבן? אוודאי נישט.

אבער רבי שמעון איז נישט אליינס, אויב ווילן מיר האבן אקסיגען דארפן מיר האבן די תורה פון זיינע רביס, זיינע חברים און תלמידים אונזער גאנצער תלמיד בבלי, ירושלמי און שולחן ערוך אלעס איז נכלל אין תורה שבע"פ. פון דעם האט רבי שמעון גערעדט, ווען ער האט געזאגט חס ושלום שתשתכח תורה מישראל!

און מ'רעדט דא דווקא פון 'תורה שבעל פה' ווי עס איז משמע דארט אין די דערמאנטע גמרא אין מסכת שבת.

נאך א מקום ווי מ'זעט אז דווקא תורה שבעל פה האלט-אויף די וועלט. ביים מעמד הר סיני ווערט געברענגט אין תנחומא (פרשת נח, פרק ג'): ואמר רב דימי בר חמא: א"ל הקב"ה לישראל: אם מקבלים אתם את התורה מוטב, ואם לאו שם תהא קבורתכם.

ואם תאמר על התורה שבכתב כפה עליהם את ההר, והלא משעה שאמר להן מקבלין אתם את התורה ענו כולם ואמרו: נעשה ונשמע, מפני שאין בה יגיעה וצער והיא מעט, אלא אמר להן על התורה שבע"פ, שיש בה דקדוקי מצות קלות וחמורות וכו'

די וועלט קען קיין נישט זיין אן תורה שבע"פ, ווי דער רקאנטי שרייבט: "ותורה שבעל פה נאצלת מתורה שבכתב והיא הכלה הכלולה מן הכל".

סאו ווען א איד פרעגט וואס טוט זיך מיט דעם יכול לפטור את כל העולם כלו מן הדין? זאגט מען דו ווייסט אז אן אים גארנישט דא, נישט קיין באנק נישט קיין טיש און נישט די אלע אידן וואס האבן געזאגט איהש"ר, געדאווענט און געלערענט ביזן אסון אן רבי שמעון האלט אונז אן יעדע רגע מיט זיין "חס ושלום שתשתכח תורה מישראל!"

יכול לפטור את כל העולם כלו מן הדין, מיינט נישט אז רבי שמעון האט מבטל געווען דאס מציאות פון א בית החיים, נאר וואס איז אונז האבן יא איז נאר בזכותו און נאר בזכת חבריו הקדושים והטהורים.

נישט נאר לעבן האט אונז רבי שמעון מיט זיינע חברים געגעבן, נאר די זיסקייט צו דער זייט האט ער אונז אויך געגעבן ווי עס שטייט אין זוהר הקדוש: תא חזי מה כתיב, וירא מנוחה כי טוב, זו היא תורה שבכתב, ואת הארץ כי נעמה, זו היא תורה שבעל פה, וכו'

רבי שמעון מיט זיינע חברים היטן אונז אפ מכל דבר רע ווי עס ווערט געברענגט אין ספר תולדות אדם מרבי יהושע מאוסטרובה בן רבי שלמה לייב מלנטשנא בן רבי ברוך מביקוסק תלמיד מובהק מהחוזה והיהודי הקדוש :

ברש"י שְׁלַח לְךָ, לדעתך וכו'

הנה ענין שליחת המרגלים היה לתור את הארץ ולהגביר כח הקדושה שבארץ ישראל ולהכניע כל כוחות הטומאה אשר בה, ויתעלה הקדושה לנגדם ויהא נוחה לכבוש לבני ישראל כנ"ל.

וידיע אשר לזמר ולהכרית הקוצים והחוחים הסובבים את השושנה העליונה והקדושה, הוא עיקר על ידי לימוד תורה שבעל פה הרבה יותר מתורה שבכתב. וזה רמז הגמרא (עבודה זרה לב:) גמרא גמור זמורתא תהא, והוא כנ"ל שעל ידי לימוד והעיון בהגמרא שהוא תורה שבעל פה על ידי זמירתא תהא, פירוש לזמר ולהכרית הקליפות.

ולזאת לא רצה השם יתברך ליתן ציווי על השליחות מרגלים בעצמו כי היה נעשה מצוה דאורייתא כנ"ל שהיא תורה שבכתב, ולפיכך אמר משה שלח לך לדעתך - שיהא השליחת על דעת משה רבינו ע"ה ויהיה מצוה דרבנן שהוא תורה שבעל פה, ובזה יהיה למרגלים כח יותר להכניע את כח הרע ולהגביר הקדושה של בארץ ישראל שתהיה נוחא לכבוש לבני ישראל

באמת איז עס א פסוק, ווי מיר זאגן אויך יעדן טאג: שלום רב לאהבי תורתך ואין למו מכשול (תהלים קיט קסה).

מיר האבן זוכה געווען צו מסיים זיין א מסכת, נישט סתם א מסכת נאר פון די שווערסטע מסכת אין ש"ס. תורה מיר האבן זיך מייגע געווען אויף דיר. כמים הפנים לפנים כן לב האדם אל אדם (משלי כז, יט) דו וועסט אונז מוסיף זיין חיים, דו וועסט אונז מוסיף זיין נעימת החיים, דו וועסט אונז אפהיטן מכל דבר רע. אן עקסטערע שפע גדול קומט יעצט אראפ נאדעם מיר האבן אונטערגעבראכן דעם עניות!

דער אייבישטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו די ישועה כללי, בעגלא ובזמן קריב!
הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: סיום מסכת יבמות - חמישה וארבעים יום אחר האסון נורא במירון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר גריזים »

געוואלדיגע דיבורים! און מזל טוב צום סיום!
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19772
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: סיום מסכת יבמות - חמישה וארבעים יום אחר האסון נורא במירון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

הערליכע דיבורים, זייער ערליך און מלא חיזוק ועידוד!
מזל טוב צי דיין גרויסע שמחה, זאלסטו אלץ קענען מבשר זיין אזעלעכע גוטע בשורות. כ'בין מקנא דיין שמחת הנפש!

----
די שילדערונג איבער הרה"ק ר' אברהם אלימלך מקארלין הי"ד איז מיר אינטערסאנט, קיינמאל נישט געהערט דעם ווערסיע אז ער איז צוריק געפארן קיין אייראפע מרצונו...
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24331
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: סיום מסכת יבמות - חמישה וארבעים יום אחר האסון נורא במירון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
----
די שילדערונג איבער הרה"ק ר' אברהם אלימלך מקארלין הי"ד איז מיר אינטערסאנט, קיינמאל נישט געהערט דעם ווערסיע אז ער איז צוריק געפארן קיין אייראפע מרצונו...


עס איז א דבר ידוע... שוין געהערט אין געליינט צענדליכע מאל פין דעם, אין די קארלינער חסידים רעדן כסדר פין דעם - ער האט זיך ממש מוסר נפש געוועהן אויף דעם
בעיקר האב איך דאס איינמאל זוכה געוועהן צו הערן פון כ"ק אדמו"ר מפינסק קארלין זצוק"ל ווי ער האט דאס אראפ געלייגט אין קורצן...
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
וללמוד אני צריך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 301
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 21, 2018 12:28 am

Re: סיום מסכת יבמות - חמישה וארבעים יום אחר האסון נורא במירון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וללמוד אני צריך »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:הערליכע דיבורים, זייער ערליך און מלא חיזוק ועידוד!
מזל טוב צי דיין גרויסע שמחה, זאלסטו אלץ קענען מבשר זיין אזעלעכע גוטע בשורות. כ'בין מקנא דיין שמחת הנפש!

----
די שילדערונג איבער הרה"ק ר' אברהם אלימלך מקארלין הי"ד איז מיר אינטערסאנט, קיינמאל נישט געהערט דעם ווערסיע אז ער איז צוריק געפארן קיין אייראפע מרצונו...


יישר כח אלע פאר אייערע דברי עידוד וחיזוק.

אין הגדה של פסח פרדס הצדיקים ברענגט ער די מעשה בשם רבי ר' זלמן בריזל מיט מער דיטעילס.
אוועטאר
עירמאנט'ער
שר האלפיים
תגובות: 2295
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 16, 2014 11:51 pm

Re: סיום מסכת יבמות - חמישה וארבעים יום אחר האסון נורא במירון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירמאנט'ער »

הר גריזים האט געשריבן:געוואלדיגע דיבורים! און מזל טוב צום סיום!
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו
Haklal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3975
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: סיום מסכת יבמות - חמישה וארבעים יום אחר האסון נורא במירון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

הערליך הערליך אין מזל טוב צים סיום
עס זאל מקיום ווערן די פסוק אורך ימים בימינה ובשמאלה עושר וכבוד.

די ערשטע מאל וואס איך הער די מעשה אז ר' אברהם אלימלך איז געגאנגען מתפלל זיין אין מירון

יישר כח
וללמוד אני צריך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 301
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 21, 2018 12:28 am

Re: סיום מסכת יבמות - חמישה וארבעים יום אחר האסון נורא במירון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וללמוד אני צריך »

אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2337
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

Re: סיום מסכת יבמות - חמישה וארבעים יום אחר האסון נורא במירון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

מזל טוב ר' @ללמוד, זייער שיינע דיבורים, זאלסטו זוכה זיין צו לערנען און קענען גאנץ ש"ס.

אולי כונת @סטאוו, בפרט במה שסיים עם שלש נקודות, להידוע שכמה מה"חסידים" לא רצו שיביא משפחתו משום ענין הפא"נ ואכהמ"ל, אבל עכ"ז אמר אחיו הרה"ק ר"י זצ"ל שחזר על דעת עצמו, ושלא יאמרו שהוא משום האנשים הנ"ל.
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19772
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: סיום מסכת יבמות - חמישה וארבעים יום אחר האסון נורא במירון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

פנים חדשות, אכן לכך התכוונתי, וכן שמעתי לאחרונה ממש מחסידי סטאלין (בלי ההוספה של ר' יוחנן זצ"ל)...
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
פאטעיטא טשיפס
שר האלף
תגובות: 1552
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 26, 2021 10:57 am
לאקאציע: לי עוועניו (וועלכע...?)

Re: סיום מסכת יבמות - חמישה וארבעים יום אחר האסון נורא במירון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטעיטא טשיפס »

יעצט פאלט מיר אזוי ביי, קוקטס וואס א קביעות'דיגע שיעור גמרא טוט מיט א אידן, עס גלייכט אויס די מחשבה און רייניגט אויס דעם הארץ צו קענען טראכטן (און שרייבן) ווי אן ערליכער איד. אשרי חלקך אשרי יולדתך.
אין עוד מלבדו
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: סיום מסכת יבמות - חמישה וארבעים יום אחר האסון נורא במירון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

מז"ט אלע מסיימים, שיינע ווערטער.
אדיר איום
שר חמש מאות
תגובות: 797
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 16, 2015 9:48 pm

Re: סיום מסכת יבמות - חמישה וארבעים יום אחר האסון נורא במירון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדיר איום »

מזל טוב וללמוד -ישר כח פאר די תוכנדיגע דיבורים
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”