קול ביער אנכי שומע, קול מאב אשר הלב קורע

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

כתוב וחתום
שר האלפיים
תגובות: 2168
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 23, 2021 12:47 pm

קול ביער אנכי שומע, קול מאב אשר הלב קורע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתוב וחתום »

פאר איך הייב בכלל אן צו שרייבן דארף איך מקדים זיין איוב'ס הקדמה, כִּי כְאֵבִי מֵחוֹל יַמִּים יִכְבָּד עַל כֵּן דְּבָרַי לָעוּ. די נושא פון ווידערשפעניגע קינדער טראגט מיט זיך אזויפיל ווייטאג, אז איך בין פשוט נישט מצליח צו קומען צום ווארט. איך זיץ שוין פאר עטליכע מינוט מיט א אפענע ליידיגע ווארד פייל, און איך קלאץ אויפן סקרין. וואו הייב איך אן און וואו בין איך ממשיך?

וויפיל כח און מסירות נפש לייגן עלטערן אריין אין א קינד? וויפיל עמערס פון אהבה גיסן זיי אין אים אריין? וויפיל שלאפלאזע נעכט רעכטן זיי אן פאר זיינעטוועגן? און דאן ווען ער זיצט אויפן רבי'נס שויס און זאגט די אלף בית מיט אזא מתיקות, דאן איז צו זייער שמחה קיין גרעניץ נישט פארהאן. אבער ווען זיי זעען נעבעך ווי זייער אוצר גייט צוגרינד פאר זייערע אויגן, איז פאר זייער צער נישט דא קיין מעסטער.

איך האף אז עם כל זה וועלן מיינע מחשבות זיך קלאר מסדר זיין אויפן פאפיר, און מיינע ווערטער וועלן זיין פארשטענדליך צו זייער ליינער.

***

דינסטאג פארטאגס 3:47 am
די פיס מיינע זענען נאם פון טאנצן, די אויערן פארטייבט פון די הויכע מוזיק, און די מאגן פארדרייט פון די טשאקלעד אייזקריעם. מיט די שטריימל באקס אין איין האנט און א זעקל אינעם צווייטן שפאציר איך אהיים אין די בארא פארק'ער גאסן.

ס'איז קיל טונקל און שטיל, אויסער עפעס א דרייצן יעריג בחור'ל מיט נאסע מקוה פיאות וואס האלט ווארשיינדליך ביים שפיץ פון גדלות ראשון האב איך קיינעם נישט באגעגנט, און די אמת איז אז ס'איז בעסער אזוי, איך דארף יעצט גארנישט אויסער א בעט.

רעב איד! איך האב געכאפט א שטיקל טרייסל, איך זע דאך קיינעם נישט, ווער רופט מיך? אבער ער רופט מיך נאכאמאל. יעצט זע איך אים שוין, ער שטייט ביי א אפענע פענסטער מיט פארגלאצטע אויגן "האסט אפשר געזען א בחור אראפלויפן צוויי און פופציג?"

איך האב זיך כמעט אויסגעצויגן אויפן ערד. אין מיין דמיון זע איך געזען ווי די טאטע זיצט מיט א תהילימ'ל אויפן קאוטש, זיין הארץ לאזט אים נישט גיין שלאפן, די לעצטע תקופה קומט וואלווי אהיים אין די שפעטע פארטאגס שעה'ען, און דאס לאזט אים נישט מנוחה.

זיינע אויגן לויפן אויפן תהילימ'ל, זיינע ליפן שעפעשען די ווערטער, אבער זיין קאפ איז ערגעץ אנדערש. וואו דרייט ער זיך מיין צדיק'ל? מיט וועם דרייט ער זיך? וועלעכע סארט מענטשן זענען אויף אין אזעלעכע שעות?

אין זיין קאפ איז ער זיך מסדר די מחשבות, ער שלאגט זיך מיט זיך אליין, וויאזוי זאל איך רעאגירן? פון איין זייט וויל ער אים געבן א גלעט און זאגן, קינד מיינס, איך האב דיר ליב, איך וויל נישט דו זאלסט דיך קאליע מאכן דיין לעבן, דיין עתיד, ביינאכט דרייט מען זיך נישט אין די גאסן. וועט דאס עפעס אויפטון? וואלווי איז דאך לעצטנס הארט ווי א שטיין, ער טוט זיינס און ער גייט ווייטער, ער קימערט זיך בכלל מיט מיינע עצות. וואס האב איך צו רעדן שיין?

שרייען איז אויך נישט קיין מהלך, וויפיל מאל האט מיר די רב געווארנט, אז דו וועסט אים ווייזן דיין רוקן וועט ער דיך צוריקווייזן זיינס --- און אזוי אינמיטן טראכטן עפנט זיך די טיר, טאטי, ביסט נאך אויף?!

ער פלאצט אויס אין א געוויין, איך קען דען שלאפן?! דו ווייסט ווי איך וואלגער זיך אין בעט יעדע נאכט?! מאמי איז שוין קראנק, זי האט נישט קיין אפעטיט די לעצטע פאר וואכן, און איך? איך דארף איר מחזק זיין. ווער איז מיר מחזק?

אבער וואלווי איז שוין נישט דא. ער איז צוריק ארויס אזוי שנעל ווי ער איז אריין.

***

וואלווי האט שוין היינט חתונה געהאט, אבער איך האב זיך נאכנישט ערהוילט, איך ווער פון פריש צושוידערט יעדעס מאל וואס איך דערמאן זיך דערפון.

א מענטש קומט צומאל אן צו א מצב וואס ער קען זיך נישט קוקן אין פנים אריין, ער איז אויפגעוואקסן אין א ערליך שטוב, ער ווייסט אז די תורה'דיגע וועג איז ריכטיג, אבער ער קען נישט אפלאזן זיין יעצטיגע מהלך החיים, די געוויסן ביסן לאזט נישט נאך, אבער ער פארשטיקט עס.

ס'איז נישט שווער אוועקצוקוקן פון זיך אליין, מ'האלט זיך ביזי, מ'לאכט ארום, און די טאג גייט אדורך. ס'איז אבער דא איין זאך וואס פון דעם קען ער נישט אנטלויפן, דמות דיוקנו של אביו, זיין טאטע דארף גארנישט זאגן, ס'שרייט פון זיך אליין, זיין טאטע האט אים געבוירן, זיין טאטע האט אים געהאדעוועט, זיין טאטע האט אים געגעבן עסן און קליידונג, חיזוק און אהבה, ער איז אים שולדיג זיין לעבן. זיין טאטע פרעזענטירט וואס ער וואלט באמת געדארפט זיין, און ער קען דאס נישט קוקן אין פנים. ער אנטלויפט נישט פון זיין טאטע, ער אנטלויפט פון זיך אליין.

איך ווייס נישט אויף וועם איך האב מער רחמנות, אויפן טאטן אדער אויפן קינד.

המשך יבא בעזהשי"ת
לעצט פארראכטן דורך כתוב וחתום אום דאנערשטאג יוני 10, 2021 9:13 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלפיים
תגובות: 2565
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

Re: קול ביער אנכי שומע, קול מאב אשר הלב קורע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרוביר אויך »

OUCH!!!
אז יענער קען קענסטו אויך
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8012
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: קול ביער אנכי שומע, קול מאב אשר הלב קורע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

כתוב וחתום האט געשריבן: איך בין פשוט נישט מצליח צו קומען צום ווארט. איך זיץ שוין פאר עטליכע מינוט מיט א אפענע ליידיגע ווארד פייל, און איך קלאץ אויפן סקרין. וואו הייב איך אן און וואו בין איך ממשיך?
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
הערינג מיט ברוינפען
שר שלשת אלפים
תגובות: 3589
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 08, 2020 10:41 pm

Re: קול ביער אנכי שומע, קול מאב אשר הלב קורע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערינג מיט ברוינפען »

איך שפיר די ווייטאג וואס דו ברענגסט ארויס און איך האב הנאה פון דיין איינס-פון-טויזענט-שרייבעריי, אבער איך כאפ נישט די פערספעקטיוו וואס דו ווילסט אויפמערקזאם מאכען...
די עזה מיליטער האט פיר אפטיילונגען, די קאמאנדא איינהייט, פיס זעלנער איינהייט, ראקעט און מיסיל שיסער איינהייט, און די יומען שיעלד איינהייט.
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: קול ביער אנכי שומע, קול מאב אשר הלב קורע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

@כתוב וחתום, wow איז נישט דאס ווארט!

טאקע קורץ, אבער אייזן גוט געשריבן, זייער געפיליש און מיט קאפ אויכעט, האלט אן דיין גוטע ארבעט און זיי אונז ווייטער מהנה.
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3548
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: קול ביער אנכי שומע, קול מאב אשר הלב קורע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

הערינג מיט ברוינפען האט געשריבן:איך שפיר די ווייטאג וואס דו ברענגסט ארויס און איך האב הנאה פון דיין איינס-פון-טויזענט-שרייבעריי, אבער איך כאפ נישט די פערספעקטיוו וואס דו ווילסט אויפמערקזאם מאכען...

ווי אלט איז דיין עלטסטער?..
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: קול ביער אנכי שומע, קול מאב אשר הלב קורע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

הערינג מיט ברוינפען האט געשריבן:איך שפיר די ווייטאג וואס דו ברענגסט ארויס און איך האב הנאה פון דיין איינס-פון-טויזענט-שרייבעריי, אבער איך כאפ נישט די פערספעקטיוו וואס דו ווילסט אויפמערקזאם מאכען...

גא"מ.

ס'איז ווייטאגליך, און מ'טאר זיך נישט דרייען אויף די גאס אזוי שפעט ביינאכט. וואס יעצט?
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17154
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: קול ביער אנכי שומע, קול מאב אשר הלב קורע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
הערינג מיט ברוינפען האט געשריבן:איך שפיר די ווייטאג וואס דו ברענגסט ארויס און איך האב הנאה פון דיין איינס-פון-טויזענט-שרייבעריי, אבער איך כאפ נישט די פערספעקטיוו וואס דו ווילסט אויפמערקזאם מאכען...

גא"מ.

ס'איז ווייטאגליך, און מ'טאר זיך נישט דרייען אויף די גאס אזוי שפעט ביינאכט. וואס יעצט?

viewtopic.php?p=2767252#p2767252
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19809
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: קול ביער אנכי שומע, קול מאב אשר הלב קורע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

זייער א שטארקע אריינפיר. כתוב, דיין שריפט איז מבהיל׳דיג. זיי ביטע ממשיך מיטן אויספיר
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10239
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: קול ביער אנכי שומע, קול מאב אשר הלב קורע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

זאל איך עס אויך זאגן, אדער כ'זאל מיך לאזן מוציא זיין מיט די אנדערע?...

זייער א רירנדע ארטיקל, איך כאפ אבער נישט די פוינט דערפון.
באנאנא
שר האלפיים
תגובות: 2871
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 26, 2020 11:49 am
לאקאציע: אין די אידישע וועלט

Re: קול ביער אנכי שומע, קול מאב אשר הלב קורע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באנאנא »

גא"מ, הערליך און גאר רירענד געשריבען, ס'נעמט איבער דאס הארץ פונעם ליינער.
אבער וואס ווילסטו ארויסברענגען?
מיר זענען גרייט מקבל צו זיין!
אוועטאר
tesla
שר האלפיים
תגובות: 2875
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2020 7:37 pm

Re: קול ביער אנכי שומע, קול מאב אשר הלב קורע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך tesla »

איך פארשטיי אז ער וויל ארויסברענגען אז די קינד לויפט נישט אוועק פין זיין טאטע בדוקא. נאר ער אנטלויפט פין זיך אליינס, מיט זיין טאטע אינקלאדיט...







איז וואס איז וועגן דעם?..
אוי איך בין דער קעניג פין דער וועלט
העלאו
שר האלפיים
תגובות: 2042
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 14, 2017 11:30 am

Re: קול ביער אנכי שומע, קול מאב אשר הלב קורע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך העלאו »

א דרייצען יעריג בחור וואס האלט יעצט ביים שפיץ פון גדלות ראשון..... פלוץ פלצתי
כתוב וחתום
שר האלפיים
תגובות: 2168
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 23, 2021 12:47 pm

Re: קול ביער אנכי שומע, קול מאב אשר הלב קורע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתוב וחתום »

פרוביר אויך האט געשריבן:OUCH!!!

אוי, אנטשולדיגט.
נאר מיט שמחה האט געשריבן:
כתוב וחתום האט געשריבן: איך בין פשוט נישט מצליח צו קומען צום ווארט. איך זיץ שוין פאר עטליכע מינוט מיט א אפענע ליידיגע ווארד פייל, און איך קלאץ אויפן סקרין. וואו הייב איך אן און וואו בין איך ממשיך?

צווייטע ארטיקל מיינע ווי דו האסט נישט קיין ווערטער, מער וועט די תירוץ נישט ארבעטן...
הערינג מיט ברוינפען האט געשריבן:איך שפיר די ווייטאג וואס דו ברענגסט ארויס און איך האב הנאה פון דיין איינס-פון-טויזענט-שרייבעריי, אבער איך כאפ נישט די פערספעקטיוו וואס דו ווילסט אויפמערקזאם מאכען...

קודם כל האב איך הנאה אז איר האט הנאה געהאט פונעם עצם ארטיקל,
לגבי אייער הערה, איר זענט גערעכט, איך וועל בלי נדר שרייבן א המשך און זיך קלארער ארויסברענגען, ואתכם הסליחה.
יש לו מנה האט געשריבן:@כתוב וחתום, wow איז נישט דאס ווארט!

טאקע קורץ, אבער אייזן גוט געשריבן, זייער געפיליש און מיט קאפ אויכעט, האלט אן דיין גוטע ארבעט און זיי אונז ווייטער מהנה.

יישר כח!
איך האף אנצוהאלטן בעזר השם.
ר' יום טוב האט געשריבן:
הערינג מיט ברוינפען האט געשריבן:איך שפיר די ווייטאג וואס דו ברענגסט ארויס און איך האב הנאה פון דיין איינס-פון-טויזענט-שרייבעריי, אבער איך כאפ נישט די פערספעקטיוו וואס דו ווילסט אויפמערקזאם מאכען...

ווי אלט איז דיין עלטסטער?..

ר' יום טוב איז גערעכט, די מיט עלטערע קינדער אין שטוב וועלן בעסער פארשטיין וואס איך מיין.
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:זייער א שטארקע אריינפיר. כתוב, דיין שריפט איז מבהיל׳דיג. זיי ביטע ממשיך מיטן אויספיר

יישר כח סטאוועלע, בלי נדר בקרוב.
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:זאל איך עס אויך זאגן, אדער כ'זאל מיך לאזן מוציא זיין מיט די אנדערע?...

זייער א רירנדע ארטיקל, איך כאפ אבער נישט די פוינט דערפון.

זאל איך אייך ענטפערן, אדער זאל איך יוצא זיין מיט מיין תשובה צו די אנדערע?...

יישר כח פאר די קאמפלימענט, איך האף ממשיך צו זיין בקרוב.
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4023
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: קול ביער אנכי שומע, קול מאב אשר הלב קורע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

Wow. טאלאנט איז נישט דאס ווארט

כתוב. ווארט מיר אויפן אויספיר
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
גלאזער
שר האלפיים
תגובות: 2222
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

Re: קול ביער אנכי שומע, קול מאב אשר הלב קורע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלאזער »

ס'איז טאקע חסר הרבה מן הספר, אבער ביי אזעלכע ווייטאגליכע נושאים איז נישט מעגליך אנדערש, דאס איז דער כח פון פיוט פאעזיע ארויסצוברענגען טיף טיפע געפילן אויף פאפיר נאר ברמז, נישט שייך אנדערש, ווער ס'פארשטייט נישט דעם עומק וועט קלארערהייט אויך נישט פארשטיין. און מיט משל ונמשל מיט חידה ומליצה קומט אויס ארויס פילפאכיג, וידבר שלמה בכל אלו הלשונות ולאו למגנא.
פונקט זע איך אויף דעם הארץ-צאפלדיגן פיוט עוקד והנעקד והמזבח, אז דער מחבר האט עס פערפאסט נאך א פערזענליכע איבערלעבעניש, צי ס'איז אמת צי נישט כ'ווייס נישט, אבער ס'דערהערט זיך עפעס גאר אנדערש א סיפור עקידה מיט א אייגענע הקרבה. שווער מסביר צו זיין פאר ווער ס'האט עס נישט זעלבסט מיטגעמאכט.
עמער איבערגעבן דעם ווארט פאר די מעשה

יש האומרים שייתכן ור' יהודה בן-שמואל אבן-עבאס כתב את הפיוט בעקבות טרגדיה אישית שפקדה אותו: בנו סמואל אלמוגרבי (שמואל) התאסלם באזריביג'אן בשנת 1163, ולימים אף כתב ספר שנקרא "השתקת היהודים", בו הוא מנסה להפריך ולערער טענות בסיסיות של חכמי היהדות. לא ידוע בוודאות האם הבן התאסלם עוד בימי חייו של אביו או רק לאחר מותו. יש הסוברים שהתאסלם עוד בימי חייו של אביו ואולי צערו זה של האב משוקע בתוך פיוט העקידה, הרווי כאב.

בשלב מסוים בחייו, בעקבות מלחמות שפשטו במרוקו, עבר להתגורר בחלב שבסוריה. יום אחד יצא למסע אל העיר מוסול שם התגורר הבן שמואל. אולי קיווה האב שבפגישה פנים אל פנים יצליח לשכנע את הבן לחזור בו ולחזור הביתה. יהודה אבן עבאס נפטר בדרכו למוסול ולא זכה לפגוש את בנו.
אוועטאר
א שרייבערל
שר חמש מאות
תגובות: 994
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 9:43 pm
לאקאציע: נישט ממש דארט, אביסל אהינציר

Re: קול ביער אנכי שומע, קול מאב אשר הלב קורע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א שרייבערל »

גלאזער האט געשריבן:ס'איז טאקע חסר הרבה מן הספר, אבער ביי אזעלכע ווייטאגליכע נושאים איז נישט מעגליך אנדערש, דאס איז דער כח פון פיוט פאעזיע ארויסצוברענגען טיף טיפע געפילן אויף פאפיר נאר ברמז, נישט שייך אנדערש, ווער ס'פארשטייט נישט דעם עומק וועט קלארערהייט אויך נישט פארשטיין

ממש אזוי, בעסער געזאגט ווער ס'קען נישט אזא מציאות פונדערנאנט וועט עס ווארשיינליך נישט קענען פארשטיין
@כתוב ו... מעט בכמות ורב באיכות, לאז דיין פעדער'ל פליסן מיר ווארטן אויף נאך.
כדי צו קענען מאכן געלט מוזן קריעטיוו מענטשן זיין קריעטיוו וויאזוי נישט צו זיין קריעטיוו. (קרעדיט: גרויזאמער)
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: קול ביער אנכי שומע, קול מאב אשר הלב קורע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

זייער א שיינע שפראך און ציענדע שריפט.
די "המשך יבוא" ביים סוף האט מיך בארואיגט אז די "פוינט" וועט נאך נאכקומען.
האלט אן!
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: קול ביער אנכי שומע, קול מאב אשר הלב קורע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

@משה
יעצט?
אוועטאר
גרינע בלעטעלע
שר מאה
תגובות: 170
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 14, 2021 1:24 pm

Re: קול ביער אנכי שומע, קול מאב אשר הלב קורע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינע בלעטעלע »

רבי אפשר גייט איר ווייטער אביסל?!
ס’זעט אויס אז ס’ליגט דא עפעס א טיפע געדאנק, ביטע קומט אריין מיטן המשך
א געזונטן זומער
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: קול ביער אנכי שומע, קול מאב אשר הלב קורע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

א שרייבערל האט געשריבן:
גלאזער האט געשריבן:ס'איז טאקע חסר הרבה מן הספר, אבער ביי אזעלכע ווייטאגליכע נושאים איז נישט מעגליך אנדערש, דאס איז דער כח פון פיוט פאעזיע ארויסצוברענגען טיף טיפע געפילן אויף פאפיר נאר ברמז, נישט שייך אנדערש, ווער ס'פארשטייט נישט דעם עומק וועט קלארערהייט אויך נישט פארשטיין

ממש אזוי, בעסער געזאגט ווער ס'קען נישט אזא מציאות פונדערנאנט וועט עס ווארשיינליך נישט קענען פארשטיין
@כתוב ו... מעט בכמות ורב באיכות, לאז דיין פעדער'ל פליסן מיר ווארטן אויף נאך.

וואו האלט דער מצב?
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”