סענסעטיוו ניק סינדראם - לכבוד מיין הונדערטסטע תגובה

אייוועלט אינערליכע אנגעלעגנהייטן

אחראי: אחראי

כתוב וחתום
שר האלפיים
תגובות: 2168
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 23, 2021 12:47 pm

סענסעטיוו ניק סינדראם - לכבוד מיין הונדערטסטע תגובה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתוב וחתום »

גוט מארגן טייערע חברים תושבי הקרעטשמע והגלילות הע"י

מיטן מפרסם זיין די דאזיגע תגובה ווער איך באטיטלט אלס א שר מאה, מיט הונדערט תגובות דא אויפן וועלטל, איך האף אז עטס האטס הנאה געהאט פון יעדעס איינס פון זיי, ווארום דאס איז דאך געווען זייער ציל, אייך מהנה צו זיין.

איך וויל ווידמען דעם תגובה אויף א וויכטיגע נושא לדעתי, א נושא וואס ווערט גאנץ אפט בארירט דא, אבער איך מיין אז איך ברענג צום טיש א נייע פרעספעקטיוו.

דורכאויס די לעצטע טעג האב איך זיך אנגעשטויסן אין א תגובות אויסטויש צווישט עטליכע ניקס מיט א געוויסע פרישע ניק. די אנגעגעבענע ניק האט געהאט 19 תגובות צו זיין נאמען, וואס 17 פון זיי זענען געווען אין איין אשכול ארום איין נארישע תגובה'לע וואס ער האט געשריבן. ( הבהרה, נאריש מיין איך נישט אז די תוכן איז געווען נאריש, נאר אז ס'איז נאריש אז ארום אזא קליינע תגובה זאל זיין אזא סומאטוכע.)

יעדנספאל, ווען איך האב דאס באמערקט האב איך זיך דערמאנט אין א אשכול וואס האט זיך געדרייט אויף אן ענדליכע אופן, א ניק האט געשריבן אומפארשטענדליכע זאכן, די עולם האט אים נישט פארשטאנען, ער איז געווארן באליידיגט, און ער האט זיך אפגעזעגנט מיט גרויס פאראד.

איך האב זיך אפגעשטעלט און אריינגעטראכט, וואס איז די פשט פון אזא ערשיינונג? האבן די ניק'ס א תאווה אז מ'זאל זיי נישט פארשטיין? פארוואס ווערן זיי אזוי שנעל באליידיגט? שוין, האט ער געשריבן חכם עתיק, קיינער האט דיר קיינמאל נישט גערופן אזוי? (עתיק מיינט דאך דאס, אז מ'רופט דיר שוין לאנג אזוי...) איז מה כל הרעש?

איך מיין אז א קלארקייט אין דעם נושא קען אונז העלפן אכטונג געבן בעסער איינער אויפן צווייטנס כבוד, און אלס צושפייז קען עס אויך אסאך צוגעבן צום קוואליטעט פון אייוועלט.

ס'איז פארהאן א זאך וואס רופט זיך "קאנסעפשן". קאנסעפשן הייסט, די אופן וויאזוי די מענשט'ס מח נעמט אויף א זאך. (עיין אייוועלט וויקיפידיע)

די קאנסעפשן פון א מענטש שטעלט נישט אלעמאל פאר די ריכטיגע מציאות, לדוגמא, דו וועסט כסדר הערן פראזן ווי "סקראול אראפ די פעידש" אדער "גיי אריין אין יענע סייט" ווען במציאות גייט מען נישט אריין און מ'גייט נישט אראפ, ס'דרייט זיך נישט און ס'ריקט זיך נישט, נאר וואס דען? די מענטש'ס מח איז צוגעוואוינט אז ווען זי זעט א אביעקט אויף איין פלאץ און א רגע שפעטער אויף א צווייטע, מיינט דאס אז דער אביעקט האט זיך געריקט, און פון דארט טייטשט די מח עס אויס אויף א קאמפיוטער סעקרין, נעמליך, אז ווען א אביעקט אויפן סקרין טוישט פלעצער מיינט אז ס'האט זיך געריקט.

כלפי מה הדברים אמורים?

די וועג וויאזוי ניק'ס רעאגירן איינער צום צווייטן האט מיט זייער קאנסעפשן פון אייוועלט, עס זענען פארהאן געציילטע ניק'ס וואס זעען אייוועלט אלס א באנדע גאר ערסטע און אינטעליגענטע מענטשן וואס האבן פונקטליכע חשבונות מיט יעדע ווארט וואס זיי שרייבן און ליינען.

וואס פאסירט צוליב דעם?

צוויי זאכן. איינס, ער שרייבט בקיצור און ער מיינט אז יעדער פארשטייט וואס ער רעדט, ווייל מ'רעדט דאך דא פון געשפיצטע אינגעלייט וואס ווייסן און פארשטייען אלעס (יעדער האט אוודאי געזען 'יענע אייוועלט' און יעדער כאפט אוודאי פונקט פון וואס ער רעדט).

צווייטנס, ווען איינער שרייבט א קרום ווארט (וואס צוויי מינוט שפעטער געדענקט יענער ניטאמאל אז ער האט עס געשריבן) נעמט ער עס אן ווי פון עפעס א הויעך געבילדעטע פערזאן. און ער ווערט באליידיגט.

היוצא מזה, ווען דו כאפסט אויף אז א געוויסע ניק שרייבט בקיצור / אומפארשטענדליך זאלסטו וויסן אז ער פארשטייט יא וואס ער שרייבט און ער מיינט אז דו פארשטייסט אויך, קענסט עס איגנארירן, אדער קענסטו אים שרייבן אין אישי (ווייל אין פאבליק האלטן דאך אלע אייוועלט שישקעס מיט, און זיי זעען זיין פעלער) אז ער שרייבט צו בקיצור און אז ס'איז א שאד אז די עולם זאל נישט נהנה זיין פון אים מחוסר הבנה.

און יעצט אפאר ווערטער צו די ניק'ס,

זייט וויסן, דא שרייבן נישט קיין חכמים אדער נבונים, דא שרייבן פשוט'ע אינגעלייט וואס מיט טייל פון זיי וואלסטו זיך אפשר געשעמט צו פארברענגען אין בית מדרש, זיי טראכטן נישט פארן שרייבן, און זיי מיינען גארנישט.

צוויי, פאר יעדע תגובה וואס דו שרייבסט, ליין הונדערט אנדערע, מיט די צייט וועסטו זיך דערלערנען וויאזוי די פלאץ פירט זיך.

דריי, ווען איינער אטאקירט דיך, זיי ממשיך די שמועס אין אישי, דו וועסט זיך שנעל דערוויסן אז ער האט גארנישט געמיינט, און ער וועט ווארשיינדליך פארעכטן זיין תגובה.

און צום לעצט, לאכט זיך אויס פון די וואס האבן נישט הנאה פון אייך, ס'זענען דא צענדליגע ניק'ס [און אומאיינגעשריבענע באניצער] וואס באלעקן זיך די פינגער. גייט אן ווייטער!

הלא כה דברי ידידכם

כתוב וחתום
לעצט פארראכטן דורך כתוב וחתום אום פרייטאג מאי 14, 2021 4:44 am, פארראכטן געווארן 3 מאל.
אוועטאר
לייטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9019
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

Re: א גאסט אויף א ווייל - לכבוד מיין הונדערטסטע תגובה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייטער »

שוין לאנג געווארט אויף אזא ארטיקל
שכח
כתוב וחתום
שר האלפיים
תגובות: 2168
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 23, 2021 12:47 pm

Re: א גאסט אויף א ווייל - לכבוד מיין הונדערטסטע תגובה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתוב וחתום »

לייטער האט געשריבן:שוין לאנג געווארט אויף אזא ארטיקל
שכח

שכח דיר, זאלן די ריכטיגע אויגן עס ליינען.
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: א גאסט אויף א ווייל - לכבוד מיין הונדערטסטע תגובה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

כתוב
וחתום.
כתוב וחתום
שר האלפיים
תגובות: 2168
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 23, 2021 12:47 pm

Re: א גאסט אויף א ווייל - לכבוד מיין הונדערטסטע תגובה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתוב וחתום »

נו גוט נו שוין האט געשריבן:כתוב
וחתום.

;l;p-
כתוב וחתום
שר האלפיים
תגובות: 2168
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 23, 2021 12:47 pm

Re: א גאסט אויף א ווייל - לכבוד מיין הונדערטסטע תגובה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתוב וחתום »

כתוב וחתום האט געשריבן:דריי, ווען איינער אטאקירט דיך, זיי ממשיך די שמועס אין אישי, דו וועסט זיך שנעל דערוויסן אז ער האט גארנישט געמיינט, און ער וועט ווארשיינדליך פארעכטן זיין תגובה.

זאת ועוד, פאר יעדע תגובה וואס דו שרייבסט אין א נושא וועלן עס מער און מער מיטגלידער ליינען, און דאס (די תגובות אויסטויש) קען שטערן דיין רעפוטאציע.
לעצט פארראכטן דורך כתוב וחתום אום מיטוואך מאי 12, 2021 4:08 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4132
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: א גאסט אויף א ווייל - לכבוד מיין הונדערטסטע תגובה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

אונז האמיר געליינט און געגליכן יעדעס ווארט דיינע.
אונז זעמיר די עדי כתיבה און עדי חתימה.
אזוי אויך עדי מסירה - עדים צו דיין איבערגעגעבנקייט...

שרייב נאר שרייב, און שטייג נאר שטייג. ווי זאגט דער פסוק? מ'וועט נאך זאגן אויף א 'בן מאה' אז ער איז א יונגער...
אוועטאר
חיים ברוך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 430
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 3:15 am
לאקאציע: אין בעט נעבן די פאלעסיידס

Re: א גאסט אויף א ווייל - לכבוד מיין הונדערטסטע תגובה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים ברוך »

Wow זייער שטארקע ווערטער
אוועטאר
נישטאמת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3942
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע: איך האף צו וויסן בקרוב

Re: א גאסט אויף א ווייל - לכבוד מיין הונדערטסטע תגובה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישטאמת »

שטארק געשריבן- דא און אויף די אנדערע פלעצער. מיר האפן אז איר פלאנט נישט צו זיין דא "א גאסט אויף א ווייל" נאר א פעסטע תושב
אוועטאר
בשעה שיש
שר האלף
תגובות: 1201
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 26, 2018 5:35 pm
לאקאציע: עולם החלומות

Re: א גאסט אויף א ווייל - לכבוד מיין הונדערטסטע תגובה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשעה שיש »

[quote="כתוב וחתום"]גוט מארגן טייערע חברים תושבי הקרעטשמע והגלילות הע"י













און יעצט אפאר ווערטער צו די ניק'ס,

זייט וויסן, דא שרייבן נישט קיין חכמים אדער נבונים, דא שרייבן פשוט'ע אינגעלייט וואס מיט טייל פון זיי וואלסטו זיך אפשר געשעמט צו פארברענגען אין בית מדרש, זיי טראכטן נישט פארן שרייבן, און זיי מיינען גארנישט.
לייק פאר די שורות.. ;l;p-
לעולם חשבתי יותר משדברתי
ודברתי יותר ממה שכתבתי!
כתוב וחתום
שר האלפיים
תגובות: 2168
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 23, 2021 12:47 pm

Re: א גאסט אויף א ווייל - לכבוד מיין הונדערטסטע תגובה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתוב וחתום »

נישטאמת האט געשריבן:שטארק געשריבן- דא און אויף די אנדערע פלעצער. מיר האפן אז איר פלאנט נישט צו זיין דא "א גאסט אויף א ווייל" נאר א פעסטע תושב

שכוח פאר דיר אום פאר די אנדערע דאנקער, עס גיבט מוט אנצוגיין.
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: א גאסט אויף א ווייל - לכבוד מיין הונדערטסטע תגובה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-

דיבורים של טעם. גיי ווייטער אן מיט א פרישקייט!! מיר האבן שטארק הנאה פון אייך.
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: א גאסט אויף א ווייל - לכבוד מיין הונדערטסטע תגובה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

נישט געקענט בעסער ארויסברענגען!
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6377
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

Re: א גאסט אויף א ווייל - לכבוד מיין הונדערטסטע תגובה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

כמותך ירבו באיי וועלט.

סאיז א אויגען עפענער.
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: א גאסט אויף א ווייל - לכבוד מיין הונדערטסטע תגובה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

ווי שרייבט מען די ייש"כ פאר דיר?

אין אישי, אדער אין פאבליק?
חוח בין השושנים האט געשריבן:
כתוב וחתום
שר האלפיים
תגובות: 2168
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 23, 2021 12:47 pm

Re: א גאסט אויף א ווייל - לכבוד מיין הונדערטסטע תגובה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתוב וחתום »

גרויסע עם הארץ האט געשריבן:;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-

דיבורים של טעם. גיי ווייטער אן מיט א פרישקייט!! מיר האבן שטארק הנאה פון אייך.


קלאָצקאָפּ האט געשריבן:נישט געקענט בעסער ארויסברענגען!


הרבטייטעלבוים האט געשריבן:כמותך ירבו באיי וועלט.

סאיז א אויגען עפענער.


יישר כח פאר אייך אלע.



(התגובות הובאו לפי סדר קבלתן.)
כתוב וחתום
שר האלפיים
תגובות: 2168
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 23, 2021 12:47 pm

Re: א גאסט אויף א ווייל - לכבוד מיין הונדערטסטע תגובה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתוב וחתום »

איז אזוי, ווער ס'וויל שרייבט אין פאבליק, ווער ס'וויל שרייבט אין אישי, און ווער ס'ווייסט נישט וואס ער וויל שרייבט כהאי לישנא:
אוראייניקל האט געשריבן:ווי שרייבט מען די ייש"כ פאר דיר?

אין אישי, אדער אין פאבליק?
כתוב וחתום
שר האלפיים
תגובות: 2168
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 23, 2021 12:47 pm

Re: א גאסט אויף א ווייל - לכבוד מיין הונדערטסטע תגובה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתוב וחתום »

אגב, לויט דעם קומט אויס אז ס'איז בעסער אין פאבליק.

כתוב וחתום האט געשריבן:
כתוב וחתום האט געשריבן:דריי, ווען איינער אטאקירט דיך, זיי ממשיך די שמועס אין אישי, דו וועסט זיך שנעל דערוויסן אז ער האט גארנישט געמיינט, און ער וועט ווארשיינדליך פארעכטן זיין תגובה.

זאת ועוד, פאר יעדע תגובה וואס דו שרייבסט אין א נושא וועלן עס מער און מער מיטגלידער ליינען, און דאס (די תגובות אויסטויש) קען שטערן דיין רעפוטאציע.
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2337
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

Re: סענסעטיוו ניק סינדראם - לכבוד מיין הונדערטסטע תגובה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

זייער שטארקע ווערטער, און זייער שיין פארשריבען.

כה לחי!
אוועטאר
בלוט בלבול
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4563
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 13, 2021 8:56 pm
לאקאציע: מ'קען נאכנישט אויסזאגן

Re: סענסעטיוו ניק סינדראם - לכבוד מיין הונדערטסטע תגובה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלוט בלבול »

פנימחדשות האט געשריבן:זייער שטארקע ווערטער, און זייער שיין פארשריבען.

כה לחי!
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9970
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: סענסעטיוו ניק סינדראם - לכבוד מיין הונדערטסטע תגובה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

הערשט יעצט דא אריין געקומען (מ'קומט דא אריין?...) זייער קלאר ארויס גערענגט!
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
סענסיטיוו
שר חמש מאות
תגובות: 567
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 20, 2021 11:49 pm

Re: סענסעטיוו ניק סינדראם - לכבוד מיין הונדערטסטע תגובה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סענסיטיוו »

איך בין זייער סענסיטיוו צום נייעם קעפל :P (ס'האט מיר געכאפט א שטיקל דראמא די ערשטע סעקונדע...)
אבער מער בין איך סענסיטיוו צו עפרישיעיטען דער קוואליטעט פונעם ניק החשוב כתוב וחתום, ישר כחך!!
למען לא ניגע לניק (ליפא)
כתוב וחתום
שר האלפיים
תגובות: 2168
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 23, 2021 12:47 pm

Re: סענסעטיוו ניק סינדראם - לכבוד מיין הונדערטסטע תגובה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתוב וחתום »

בלוט בלבול האט געשריבן:
פנימחדשות האט געשריבן:זייער שטארקע ווערטער, און זייער שיין פארשריבען.

כה לחי!

אלטער האט געשריבן:הערשט יעצט דא אריין געקומען (מ'קומט דא אריין?...) זייער קלאר ארויס גערענגט!

יישר כח
סענסיטיוו האט געשריבן:איך בין זייער סענסיטיוו צום נייעם קעפל :P (ס'האט מיר געכאפט א שטיקל דראמא די ערשטע סעקונדע...)
אבער מער בין איך סענסיטיוו צו עפרישיעיטען דער קוואליטעט פונעם ניק החשוב כתוב וחתום, ישר כחך!!

אריין אין דראמא אשכול...
אוועטאר
בעריש'ל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4027
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2017 3:36 pm

Re: סענסעטיוו ניק סינדראם - לכבוד מיין הונדערטסטע תגובה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעריש'ל »

שיין געשריבן!

יעדער קען נוצן א דבר חיזוק ווען מען ווערט צופיל אינוועסטירט אין עולם השטותים.
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְ' יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: סענסעטיוו ניק סינדראם - לכבוד מיין הונדערטסטע תגובה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

שיין קלאר און אמת

יישר כח
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
שרייב תגובה

צוריק צו “אידישע וועלט”