שראגי מחייב את כולנו - קבלות טובות אין ליכט פון די טראגישע פטירה פון ר' שרגא געשטעטנער זצ"ל

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2337
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

שראגי מחייב את כולנו - קבלות טובות אין ליכט פון די טראגישע פטירה פון ר' שרגא געשטעטנער זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

סטיטשינער האט געשריבן:מען האלט שוין מער ווי א וואך נאכן פטירה, און איך קען נאך אלץ נישט ארויס נעמען דעם נאמען 'שראגי געשטעטנער' פון מיין קאפ. איך פיל ווי איך מוז ערגעץ אראפ שרייבן מיינע געפילן.

ווי וואויל איז אונזער דור, וואס דער באשעפער האט אונז אראפ געשיקט אזא דערהויבענע נשמה אויף אונזער וועלט, א נשמה וואס האט זיך באהאלטן אונטערן שלייער פון הרב הצדיק ר' שרגא בן יבלחט''א ר' חיים אליעזר דוד געשטעטנער.
ווי גליקליך זענען מיר אז אונז האבן אזא וואוילע טאטע, וואס אינמיטן פון דעם הסתר פנים פון אונזערע ספיקות און קשיות האט ער אונז געגעבן א לעבעדיגע מוסר ספר במלוא מובן המילה.
ניין, מיר האבן אים נישט געקענט פערזענליך. ניין, מיר האבן אים קיינמאל נישט געטראפן. און אויסער דורך זיין סי די, האבן מיר ניטאמאל געהערט פון אים. אבער די מאס התעוררות וואס ער האט אנגעווערטשאפט ביי אונז, מאכט פילן ווי אונז זענען געווען שכנים.

פאר בערך א חודש צוריק האב איך געשמועסט מיט א חבר מיינער ארום די עולם הנגינה, און איך געב אים א פרעג "געדענקסט נאך שראגי געשטעטנער? נעבעך א דורכפאל געווען. ארויס געגעבען צוויי סי די'ס, איינגעזעהן אז עס גייט נישט, און נעלם געווארן פון די סצענע פאר אייביג. כאטש האט ער איינגעזעהן בעוד מועד..."

"וואס עפעס?" פרעגט ער מיך "ער האט גאר שיין געזינגען!"

"איך האלט אויך אזוי, אבער פארוואס איז ער נעלם געווארן אויב אזוי? פארוואס האט ער ארויסגעבעקט?" און דער האט נישט געהאט וואס צו ענטפערן.

עס איז מיר אין מיין וויסטע חלום נישט איינגעפאלן, אז שראגי האט זיך פשוט אפגעלאזט פון די גאנצע מעשה, און זיך געזעצט לערנען...

אונז קענען מיר אלע די מיני אינגעלייט, און אונז זענען ליידער אלע א חלק פון זיי, יעדער אויף זיין מדריגה. ליידער שפירט מען נישט אזא טעם אין אידישקייט. מען גלייבט אין באשעפער, און מען טוט נישט קיין עבירות, אבער, אלעס איז צו האלטן נאך דעם...
אידישקייט איז נישט אונזער לעבן, עס איז טאקע א שיינע חלק פון אונזער לעבן, אבער נישט "דאס" איז אונזער לעבן. אמאל איז געווען אידן וואס האבן געלעבט אידישקייט, אפילו היינט איז נאך דא צדיקים און עובדים. אבער איך? דער פשוטער אינגערמאן? נעה, ס'איז נישט פאר מיר. איך טשעק אפ אלע באקסעס, און צוריק צו מיין אייגענע לעבן. דעס איז וואס רוב מחנכים און משפיעים וויינען איז די בראך פון אונזער דור, די דיסקאנעקט, די נישט פילן ווי דעס איז וואס איך דארף, וויל, און בין.

איז געקומען אונזער הייליגע באשעפער, און אונז אריין געשיקט אריין אין אונזער עולם השפל, אונזער שוואכע דור, א אינגערמאן וואס הייסט שראגי געשטעטנער. און קבל תבל ומלואה, מיט א קידוש השם וואס האט אפגעקלינגען מקצה העולם ועד סופו (נאך די טראגעדיע, ווי איך גיי אביסל מרחיב זיין שפעטער) האט ער געגעבען א געשריי, ניין! דעס איז נישט מיך! איך בין טאקע א פשוטע אינגערמאן, נישט געווען די גרעסטע צדיק ביז אהער. אבער איך גיי מיך טוישן! פון היינט און ווייטער איז אידישקייט מיין לעבן! איך קען מיך ווייטער ענדזשויען, איך מוז נישט ווערן פארפרומט און הייליג, און דארף מיך נישט אפהאקן פון עולם הזה. אבער אידישקייט איז מיין לעבן! איך גיי זיין קאנעקטעד!

און שראגי מחייב את העניים. ואת העשירים. ואת השוואכע קעפ. ואת האויסגעלאשענע נשמות. ואת הפלעינע משפחות ואת ואת ואת! עס איז נישט דא קיין איינער וואס קען זאגן אז שראגי איז אים נישט מחייב. ער איז נישט געבוירען קיין צדיקל, א מלאך. ער איז אלץ געווען ווי אונז. א פשוטע אינגערמאן. ער איז נישט געבוירן צו עפעס א הייליגע משפחה, צו א טאטע א מחנך, א זיידע א מורה דרך.
ער איז נישט געווען קיין רייכער אינגערמאן בכלל. נאכן אויפהערן זינגען האט ער נישט געהאט קיין לחם לאכול, ווי עטליכע האבן געשריבן דא. ער האט געהאט גאר א שוואכע קאפ, ווי ער איז אליין מעיד. די קליפ וואס איז יעצט ארום געפארן ווי ער האט זיך געמוטשעט אויף א שורה'לע גמרא האט אויפגעשאקלט די וועלט. ער איז נישט געווען גארנישט. פונקט ווי מיך און דיך! און אז ער האט געקענט מאכן אזא 180, וואס איז דיין תירוץ? ער האט נאך געהאט אסאך בעסערע תירוצים ווי דיר, ביי אים איז זיין אזא מין אינגערמאן גאר געווען לצורך פרנסה... איז וואס איז דיין תירוץ? פארוואס קען ער יא און דו נישט?

הרב שמעון שפיצער האט ארויסגעברענגט א שטארקע געדאנק. עס טוט זיך א גאנצע פולמוס צי מען קען רופן די מתים קדושים. וואס מיינט א קדוש? איינער וואס האט מקדש געווען שם שמים מיט זיין שטארבן. שוין צענדליגער יאר וואס עס איז נישט ארויס געקומען אזא קידוש השם ביי איינעם'ס פטירה ווי ביי שראגי. צענדליגער טויזענטער אידן ארום די וועלט זענען געוואר געווארן וואס עס מיינט צו לעבן מיטן באשעפער, וואס די תורה קען טוהן פאר דעם מענטש, און ווי ווייט א איד קען אנקומען. איז דען דא א גרעסערע קדוש ווי אים?

און איך טראכט צו מיר נאך מער. ווי ווינדערלעך זענען די וועגן פון באשעפער. שטעלטס ענק פאר שראגי וואלט נפטר געווארן בשיבה טובה ביי די פינעף און ניינציג. וואס וואלט מען גערעגט אויף אים? א איד א עובד השם מנעוריו, געווען כל כולי קודש. געלערנט אכט שעה טאג (ער וואלט שוין מן הסתם געהאלטן דארט) הגם ער האט געהאט א געלונגענע ביזנעס. און איך וואלט געטראכט צו מיר "שיין, נאך עפעס א הייליגע נשמה, נעקסט." נאך מער פון דעם, לאמיר זיך פארשטעלן אז ער גייט טאקע ביי די 32, אבער פון יענע מעשה. דא וואלט מען אביסל מער גערעדט פון אים, וואס ער איז געווען, וואס ער איז היינט, און נעקסט. ער וואלט אפשר באקומען צוויי בלעטער אין בד''ה.

אבער ניין! די באשעפער האט געוואלט אויפשאקלן א וועלט! די באשעפער האט געוואלט אריין שיינען א ליכטיגקייט ביי אונז. דער באשעפער האט געוואלט ווייזן פאר יעדן אז קיין חילוק וואס דו ביסט, אידישקייט קען זיין דיין לעבן. תורה לייטערט אויס א מענטש. האט ער אים גענומען אויף אן אופן וואס פאר וואכן און וואכן גייט מען רעדן פון אים. אלע צייטונגען ארום די גאנצע וועלט רעדן פון אים. צענדליגער צענדליגער הערכות זענען שוין אפגעשריבן געווארן אויף אלע עקן פון די אינטערנעט. עס איז אנגעקומען צו יעדע חרדי'שער איד. נישט דא קיין איין חרדי אויפן כדור הארץ וואס האט נישט באקומען קיין קיצל. און דעס איז גראדע זיין שכר. שכר מצוה מצוה, און אויף דעם וואס ער האט אזוי שווער געארבעט בחיים חיותו , צו געבן פאר א צווייטע איד א טעם אין אידישקייט, האט דער אייבערשטער אים צוריק געצאלט מיט טויזענטער מאל אזויפיל. זיין מעסעדש איז אנגעקומען צו די גאנצע וועלט. די קליפ פון זיין סיום איז געזען געווארן צענדליגע טויזענטער מאל. ביז היינט האבן עס אפשר צוואנציג מענטשן געזען, און אויב וואלט ער געשטארבן כאחד האדם וואלט עס געבליבען ביי דעם. אבער יעצט האט עס מחזק געווען טויזענטער טויזענטער שוואכע קעפ! און איינער האט נאך קשיות? שראגי האט נישט געקענט באקומען א גרעסערע שכר ווי גיין אזוי יונג און אזוי טראגיש.

עס איז נאך דא א ים צו שרייבן, אבער עס ווערט שוין באלד דער זמן. שראגי איז פון די זמן געזעצן אין ביהמ''ד און געלערנט.

שראגי טייערער. וואויל איז דיין חלק. דו האסט ערפילט דיין תפקיד מיט אזא מין שלימות. לך בשלום, ותנוח על משכבך בשלום. זיי גליקליך אז דו האסט זוכה געווען דערצו. און מיר גיין זיך טרעפן צום ערשטן מאל מיט משיח'ן (אויב מען גייט מיר אריין לאזן במחיצתך), און דעמאלטס גיי איך דיר באדאנקן פנים אל פנים פארן טוישן מיין לעבן. אויף אייביג בעז''ה.



כאטש וואס @סטיטשינער'ס תגובה איז מער איבער צו טוישען די גאנצע מהלך החיים, און צוגאנג צו אידישקייט, וואס דאס איז אודאי די ריכטיגע זאך צו טאן, איז דאך באוואוסט אז נאכן זיך בארואיגען פון א התעוררות קען מען ח"ו דראפן אלעס, און דערפאר איז גאר וויכטיג זיך אויך אונטערצונעמען פרטיות'דיגע קבלות, איז אין דער אשכול קען מען סיי שרייבן פרטיות'דיגע קבלות און סיי כלליות'דיגע קבלות און דברי התעוררות.

און עס וועט אודאי אויך זיין א עילוי נשמה פאר ר' שרגא זצ"ל בן יבלחט"א ר' חיים אליעזר דוד שליט"א.
אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 19747
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

Re: שראגי מחייב את כולנו - קבלות טובות אין ליכט פון די טראגישע פטירה פון ר' שרגא געשטעטנער זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

פנימחדשות האט געשריבן:
סטיטשינער האט געשריבן:
און עס וועט אודאי אויך זיין א עילוי נשמה פאר ר' שרגא אליהו זצ"ל בן יבלחט"א ר' חיים אליעזר דוד שליט"א.
.

טעקסט בלויז די ווארט INFO צו 718-480-0545 און מען ארלעדיגט דיר א פאלעסי #קהלייף
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2337
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

Re: שראגי מחייב את כולנו - קבלות טובות אין ליכט פון די טראגישע פטירה פון ר' שרגא געשטעטנער זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

נאכן זעהן אז קיינער קומט נישט אריין דא שרייבען קבלות און/אדער דברי התעוררות, האב איך געטראכט צו זיך אז אפשר קוקט מען עס אן כאילו איך האב געעפענט א אשכול פאר מיינע אייגענע צוועקן, צו קענען מפרסם זיין מיינע קבלות, איז דערפאר מעק איך אויס מיין תגובה מיט קבלות, און האפענטליך וועט דער אשכול באקומען מער "טרעפיק".
shalsheles
שר האלף
תגובות: 1487
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

Re: שראגי מחייב את כולנו - קבלות טובות אין ליכט פון די טראגישע פטירה פון ר' שרגא געשטעטנער זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shalsheles »

הערליכע דיבורים, זאל עס אויפטון ביי אונז אלעמען און זאל זיין לזכותו.
איך טראכט נאך א נקודה (איך בין נישט זיכער, אדרבה אפשר קען איינער מסכים זיין אדער חולק זיין)
אז בנוסף צו די גאנצע שינוי אין זיין מהלך החיים איז א חידוש אין די היינטיגע וועלט אז כמעט קיינער האט נישט געוואוסט דערפון! אנדערע וואלטן זיך שוין געלאזט אינטערוויאען און פאטאגראפירן וכו׳ מיט ארטיקלען איבער די טויש וואס ער האט געמאכט וכד׳ און ער האט עס געטון בהצנע לכת.
אוועטאר
ינוקא
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ינוקא »

שטארקע געדנק שלשלת. איך האב אויך נישט געחלומט.

אין ליכט פון סטיטשי'ס ארטיקל און פנים חדשות'ס נעמען למעשה, נעם איך מיר אינטער, ווי שרגי האט געטוהן, נישט צו לערנען ווייניגער ווי צוויי שעה א טאג, אויסער שבת ויום טוב. זאל עס זיין לע"נ ר' שרגא אליהו זצ"ל בן יבלחט"א ר' חיים אליעזר דוד
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”