וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

נאר צולייגען
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 27, 2015 7:18 am

Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר צולייגען »

איך האב געדארפט ארויספארען 1:00 ביינאכט קיין מירון, מיט א פריוואטע באשטעלטע באס דורך מיין בית המדרש.
1:00 פונקט איז זיך די עולם צאמגעקומען, די באס איז נאכנישט אנגעקומען.
1:10 האבען אפאר יונגערלייט געהערט אז מען האט עפעס פארמאכט די וועג קיין מירון, מען האט זיך בארואיגט אז עס מיינט גארנישט, ביז ווען אונז קומען אן וועט שוין זיין אקעי.
1:15 די באס איז אנגעקומען, מען איז זיך מסדר אויפן באס.
1:20 די באס פארט ארויס בשעטו"מ, שמועות הייבן אן אריינצוקומען אז עפעס א אייזן איז איינגעפאלען און עס איז דא פארוואונדערטע, מירון איז אפגעשפארט, די עולם אויפן באס רעדט זיך דורך וואס מען זאל טון, עס איז דא צדדים לכאן ולכאן, צו וועט נאך בלייבען פארמאכט ביז אונז קומען אן, ס"ה אפאר פארוואונדערטע.
1:35 מען האט מחליט געווען אויפן באס, - אז מען וועט געבן די מעגליכקייט פאר ווער עס וויל נישט נעמען די ריסק צו פארן אויף א ספק - אז קודם כל וועט מען זיך צוריק אויסדרייען צו ארפלאזען ווער עס וויל אראפגיין, און נאכדעם וועט מען פארען ווייטער.
1:50 מען קומט צוריק אן, איינצעלע זענען אראפ, מען גרייט זיך צו פארען ווייטער.
1:55 די דרייווער איז מודיע אז ער האט באקומען די אינפארמאציע אז עס נישט דא וואס צו פארען, די נייעס קומט אריין אז עס איז אויך דא טויטע, די עולם גייט אראפ פון די באס צושוידערט, מען האט געמאלדען אז 2:30 וועט זיך שטעלן א מנין אויף גאנץ תהילים ביי אונז אין ביהמ"ד.
2:20 בערך בין איך אנקומען אינדערהיים, נישט געהאט די כוחות צו גיין אין ביהמ"ד, אבער מיין בחור (וואס האט אויך געדארפט מיטפארען) איז יא געגאנגען.
מיין ווייב האט זיך אויפגעוועקט, און געווען שאקד אונז צו זען אהיימקומען, האב איך איר דערציילט די נייעס.
נאכן זיך אפדעיטען מיט די נייעס דא אויפן וועלטל, בין איך געגאנגען שלאפען בערך 3:30.

אויפוועקענדיג מיין בחור צו זמן קר"ש, זאגט ער מיר אז ער האט שוין געדוואווענט ותיקין, נאך תהילים איז ער אהיימגעקומען נעמען די תפילין, און דערנאך געדאווענט.

* צום באטאנען אז אויף די גאנצע באס איז נישט געווען קיין איין (יונגערמאן מיט א) סמארטפאון, וועגן דעם איז די נייעס נישט אריין געקומען אזוי שנעל.
אוועטאר
אל תדאג
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 19, 2015 4:32 pm
לאקאציע: אונטערן מאמע'ס פארטוך

Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אל תדאג »

צווישן איין דרימל אינעם צווייטן אויפן וועג אהיים פון מירון, האבנדיג זיך אויסגע'פועל'ט אלס גוט ביים הדלקה אין באיאן און ביי רבי מיילעך'ן.
אינמיטן הער איך רעדן אז ס'האט פאסירט עפעס אין מירון, אפאר מינוט שפעטער האט מען שוין געזעהן אמבולנס'ן פליען אן אויפהער.

דעמאלטס האב איך געזען אז ס'איז עפעס ערענסט, כ'האב זיך גענומען מאכן פאון קאלס, און פון יענע מינוט ביז פארטאגס בין איך געווען אין א געיעג פון איין טעלעפאן רוף צום אנדערן זיכערמאכנדיג (און אנדערע מאכן זיכער מיט מיר) אז אלע מיינע נאנטע און באקאנטע זענען ב''ה געזונט.

ליידער האב איך נישט געהאט קיין קאפ און קיין צייט צו זאגן אפאר קאפיטלעך תהילים פאר די חולים (כ'מיין אז אפאר שיר המעלות'ן האב איך יא געזאגט פון אויסעווייניג).
אבער נאך אינמיטן וועג אהיים - הערנדיג אז מ'הייבט שוין אן מאכן חשבונות ווער ס'שילדיג - האב איך געמאכט א פעסטע קבלה אז פאר די קומענדיגע צוויי דריי וואכן וועל איך נישט הערן און נישט ליינען גאר נישט קיין נייעס וועגן אלעס ארום די אומגליק זעלבסט, אז אויב די אייבערשטער האט פארט מיר אויך געמיינט מיט דעם, זאל נאך בלייבן אביסל התעוררות אין מיר צו קענען מאכן א שטיקל חשבון הנפש מיט וואס זיך צו פארבעסערן.

ב''ה אז דערווייל האלט איך נאך אן מיין קבלה!

זאל דער אייבערשטער טרייסטן די אלע צובראכענע משפחות און געבן פאר יעדעם איינעם די ריכטיגע דעת וויאזוי אנצונעמען אזא טראגעדיע. ובלע המוות לנצח.
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6416
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

ניס קראכער האט געשריבן:געזעצן ביי מיר אין אפיס, און געליינט אייוועלט בענאזאם מיטהאלטן'דיג די תולדות אהרן הדלקה לעבעדיג, ווען פלוצים פאנגט אן צו שטורעמען תגובות, אזאש אז איך בין פארגליווערט געווארן,

אהיים גייעדיג האב איך געזען מענטשן פריילעך און מינטער, נישט וויסנדיג וואספארא בשורות איוב קומט אריין, מיין קאפ איז מער נישטא געווען,
כ'האב ממש נישט געקענט וואקן גראד!

ניס קראכער מדבר מתוך גרוני, ממש אזוי איז ביי מיר געווען,
האבענדיג א שטארקע געפיל פאר מירון און רשב"י האב איך מיטגעהאלטן לייוו און זיך אונטערגעטאנצן אויפן אפיס בענקל "לכבוד התנא אלקי", ווען פלוצלינג הייבט זיך אן די מאויימ'דיגע קולות, מען שרייט, מען הייבט אן מוזיק און מען פארלעשט צוריק וחוזר חלילה, און מיין הארץ הייבט אן קלאפן שטארקער, איז דאס טאקע אזוי ערנסט אדער מען טרייבט איבער?
איך גיי אהין און צוריק פון די לייוו-הדלקה סייט צו אייוועלט, מיין מח פראבירט פראצעסירן, אבער נאך א קורצע צייט האב איך געפילט איך קען נישט מער דעהייבן! איך. קען. נישט.

זעהענדיג בילדער פון טויטע איבערגעדעקטע און די הענט און פוס שטעקן זיך נאך ארויס (!!!!) און וויסנדיג אז געציילטע מאמענטן האבן נאך די מענטשן געלעבט געזונט און שטארק און זיך געפרייט און געטאנצן און מקבל געווען עול מלכות שמים האט מיר פארגליווערט ווי א שטיקל גאלע,

עס איז מיר געקומען צו וויינען, אבער מיין קוואל פון טרערן איז אויך געווען הארטע גאלע. עס איז נישט געגאנגען. איך בין אהיים פון אפיס צושטורעמט און צעשוידערט און נישט געזען גראד. איך בין אריינגעפאלן אין א דעפרעסיע און איך בין ממש נישט געווען בכח זיך צו שטארקן און מחזק זיין (ווערט זאגט מען דארף זיך מחזק זיין ווען מתו מוטל לפניו?)

איך בין אזוי געווען פארפרוירן און נאמב ביז פרייטאג נאכמיטאג פאר'ן זמן ווען איך האב געזען דעם אנגאלרד טאטן מספיד זיין זיינע צוויי תינוקות של בית רבן ע"ה. דאן האט עס געפלאצט און די טרערן האבן געפלאסן אן רחמנות.......

#מיר וועלן דאס קיינמאל נישט פארגעסן.
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6379
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

הרבטייטעלבוים האט געשריבן:
נו גוט נו שוין האט געשריבן:
געפרואווטער האט געשריבן:
נו גוט נו שוין האט געשריבן:
הרבטייטעלבוים האט געשריבן:איך וויל שרייבען מיין טאג ביך פון ל"ג בעומר אבער איך האב נישט קיין כח

און ווען איר וועט שוין האבן כח וועט איר שוין נישט האבן קיין מח, די זכרונות וועלן שוין שוואכער ווערן, אז איר וועט יעצט שרייבן קען זיין אז ס’וועט געבן כח אויך דאס אויסגעבן

די רבי האצעך געפינען אויפן שטח בשעת מעשה, און דארף קומען ציזעך.

אוי געוואלד דאן וועט ער ווארשיינליך נישט אזוי שנעל פארגעסן..
א רפואה שלימה בקרוב ממש בתוך שאר חולי ישראל

מיינט ער נישט און די פייל רח"ל, נאר און די אומגעגענגט.

איר זענט גערעכט מגייט זיך נעמען שרייבן.

שוין ארויף געלייגט ח"א.
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

זעהר שעהן רב ט"ב!
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6379
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:זעהר שעהן רב ט"ב!

יישר כח.

חלק ב' ארויף
אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5474
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך maybeeynot »

פרובירנדיג צי כאפן א דרימל אופן באס אהיים גייענדיג פון די ארבעט הער איך א יונגערמאן אונטער מיך רעדט אופן טעלפאן אז עפעס איז איינגעפאלן ביי תו"א אין די מצב איז זייער ערענסט. איך האב אריין געטשעקט דא אין געזען וואס גייט פאר געכאפט א תהלים אין געזאגט אפאר קאפיטלאך. שפעטער געגאנגען צי די הדלקה אין ק.י. אבער געווען צי נאמב צי קענען וויינען מיטן רבין שליט"א. דערנאך געגאנגען צים ציון הק. אין געזאגט פון צ' ביז קח אינמיטן האט זאגן האט שוין ר' יענקל קעללנער זז"ג אויס געלאזט די יהר"צ אין הארט פאר די י"ג מדות האט ער מעירר געווען פאר רחמי שמים פאר א שיינע פאר מינוט
אוועטאר
פאסט טרעגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3223
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 17, 2020 5:50 pm

Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאסט טרעגער »

איך בין געווען שטארק פארנומען, מיין פאוין האט געדריזעלט יעדע האלבע מינוט אבער איך האב נישט געקוקט וואס גייט פאר זייענדיג זיכער אז עס שטייט דארט פונקטליך וויאזוי יעדע אדמו''ר האט געפראוועט זיין הדלקה, איך האב אפילו געגעבן א עפן מיין פאוין זעהנדיג די ווארט מירון האב איך עס גראד צוגעמאכט טראכטונדיג אז עס האט צייט שפעטער,

בערך 6:50 רופט מיר מיין ווייב אז איך זאל טשעקן אויף אייוועלט אויב עפעס גייט פאר און מירון זי האט יעצט גערעדט מיט א שוועסטער און יענער זאגט אז עס האבן זיך צוזאמגעלייגט פארינטשעס,איך האב גראד גע'עפענט אייוועלט זיך באגעגענט מיט א אשכול שוין מיט זעקס זיבען בלעטער אסון נורא אין מירון, מיינע פינגערס האבן געציטערט בשעת איך האב גע'עפענט די אשכול, נאכן ליינען אפאר צענדליגער תגובות האט איינער א צדיק איך געדענק נישט ווער אריינגעלייגט א לינק צו א אשכול צו נעמען תהילים איך האב גראד גענומען צוואנציג קאפיטלעך פאר מיר אין מיין ווייב,

נאכן ענדיגן תהילים האב איך שוין געזעהן אז מען רעדט פון 40 נפטרים אריינגערעכענט בני חו''ל, איך בין געזיצען צוגעשמידט א שטיק צייט ביז איך בין געגאנגען דאווענען מעריב איך בין געווען דיזי איך האב געפילט די פילינג וואס איך פיל תשעה באב נאך שחרית, אריינקומענדיג צו מעריב און איינע פון די בתי מדרשים פון די גרויסע חצירות אין שטאט האב איך געזעהן ווי מען לייגט צוזאם די פארענטשעס פון די טיש וואס האט געדארפט צו פארקומען דארט, איך בין געווארן נאם,

פרייטאג בין איך אויך געווען דיזי אבער אויסגעפלאצט אויף מיר האט עס ביים דאווענען פרייטאג צונאכטס ווען די בעל תפילה האט צוגע'ענדיגט מיט אזא טאן וואס פארט אויף אראפ ושמור צאתינו ובואינו ''לחיים ולשלום'' מעתה ועד עולם איך האב באקומען טשילס איך האב נאך קיינמאל נישט אזוי קלאר פארשטאנען די ווערטער, איך האב מיר דערמאנט אז אידן זענען ליידער געגאנגען דרך היציאה צו די פארקערטע פון לחיים, אזוי טראכטענדינג פיל איך ווי מיין פנים איז נאס (איך בין להדיא נישט קיין בעל בכי) א נס אז איך בין געשטאנען נעבן א פענסטער אזוי האב איך מיר געמאכט ווי איך קוק ארויס פון פענסטער אזוי פרובירענדיג אפציווישען די ארויסגעגנבעטע טרערן קיינער זאל חלולה נישט באמערקען, אבער עס האט מיר נישט געהאלפן, ווען די עולם האט זיך געשטעלע שמונה עשרה האב איך זיך ארויסגעשלייכט פון ביהמ''ד אפציוואשען מיין פנים, איך וועל קיינמאל נושט פארגעסן די פאר טעג, ליידער האט זונטאג שוין די גאנצע זאך אויסגעוועפט מען איז געווארן פארנומען צו יא געיט נישט געיט יא משטרה אדער נישט יא נאציס אדער נישט און דא איז ווי מיר שטייען יעצט,

איין זאך וואס איך נעם מיט פון די גאנצע מעשה וואס האט די מערסטע גרעדט צו מיין הארץ איז די לעבן'ס געשיכטע פון הצדיק ר' שרגא געשטעטנער ז''ל, איך האב נישט געקענט די איד פערזענדליך אבער זיין געשיכטע האט מיר צושמאלצן, איך לייג דא ארויף די ווידיא לזיכוי הרבים אויב אידן האבן עס נאכנישט געהערט.
לעצט פארראכטן דורך פאסט טרעגער אום פרייטאג מאי 07, 2021 2:36 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
לשם ייחוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 313
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 18, 2020 10:49 pm

Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לשם ייחוד »

איך האב געקענט עסן, געקענט שלאפן (אפשר זיך געוואלגערט אביסל אבער צום סוף ביניך איינגעשלאפן), געקענט דרייוון און וואקן.
בה מיינע גלידער ארבעטן ביי מיר אפילו מיין הארץ איז צושאסן, די אלע וואס האבן נישט ׳געקענט׳ עסן אדער וואקן וכו׳ זאלן זיך בעסער דיין פארזוכן, אדער זאל מען אויפהערן איבערטרייבן.
עושר וכבוד
שר חמש מאות
תגובות: 954
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 28, 2019 12:30 am

Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עושר וכבוד »

איך קען נישט שרייבן דא. ווייל איך בין דעמאלטס געזעצן, נישט געשטאנען.
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3809
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: ערגעצוואו

Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

לשם ייחוד האט געשריבן:איך האב געקענט עסן, געקענט שלאפן (אפשר זיך געוואלגערט אביסל אבער צום סוף ביניך איינגעשלאפן), געקענט דרייוון און וואקן.
בה מיינע גלידער ארבעטן ביי מיר אפילו מיין הארץ איז צושאסן, די אלע וואס האבן נישט ׳געקענט׳ עסן אדער וואקן וכו׳ זאלן זיך בעסער דיין פארזוכן, אדער זאל מען אויפהערן איבערטרייבן.

הונדערט פראצענט. איינער וואס האט נאכנישט עטליכע קינדער שפירט זיכער נישט דעם צער. זיך גיין אונטערזוכן איט איז.
געשטימט פאר ראשעק הול
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

צולייגער האט געשריבן:

צולייגער דו......
אוועטאר
ליינער
שר האלף
תגובות: 1911
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 13, 2009 9:20 am
לאקאציע: אינעם עולם הליין מאטריאל

Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליינער »

געווען ביים טיר ארויסצוגיין פון ארבייט ווען באמערקט אז עפעס איז געשעהן אין מירון
נישט נאר א ליינער בין איך נאר שרייבן קען איך אויך
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

לשם ייחוד האט געשריבן:איך האב געקענט עסן, געקענט שלאפן (אפשר זיך געוואלגערט אביסל אבער צום סוף ביניך איינגעשלאפן), געקענט דרייוון און וואקן.
בה מיינע גלידער ארבעטן ביי מיר אפילו מיין הארץ איז צושאסן, די אלע וואס האבן נישט ׳געקענט׳ עסן אדער וואקן וכו׳ זאלן זיך בעסער דיין פארזוכן, אדער זאל מען אויפהערן איבערטרייבן.

מיינסט עכט אז יעדער האט אויף די האר די זעלבע געפילן ווי דו?
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
גיבראלטאר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 280
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 16, 2018 8:23 pm
לאקאציע: אין אידישן קווארטל

Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיבראלטאר »

איך בין געווען אין א ווען מיט א גרופע מענטשן אויפען וועג צו מירון, אינמיטן וועג האט די דרייווער אויסגערופן אז סאיז איינגעפאלן פרענשעס ביי די תולדות אהרן'נע הדלקה אין מירון, (און אנפאנג האב איך געטראכט אז סאיז בעיקר תולדות אהרן'נע געשעדיגטע) און סאיז דא עטליכע פארוואונדערטע מען האט אנגעהויבן צו זאגן תהילם פאר די פארוואונדערטע מען האט נאכנישט געוויסט אז סאיז ליידער דא נפטרים,

ווי א מינוט סאיז אדורך אלץ מער איז קלארער געווארן דאס הארצרייסענדע בילד אז סאיז ליידער דא לפחות 40 נפטרים און איבער 100 פארוואונדערטע,

איך האב אנגערופן מיין ווייב און טאטע צו זאגען אז איך בין אקעי,

די פאליציי האט אפגעשטעלט די גאנצע פארקער אריין קיין מירון און מען האט נישט געקענט פארן ווייטער,

א האלבע שעה פאר מירון האט מען זיך אויסגעדרייט און צוריק געפארן פון ווי מען איז ארויסגעפארן,

ווען איך האב פארציילט פאר מיין וויייב וואס עס האט פאסירט האט זי נישט געוואלט גלייבען וואס סאיז דארטן געשהען, נאר אינדערפרי ווען סאיז געווארן מער קלאר וואס סהאט ליידער פאסירט דארט.
גם זה יעבור
אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר שבעת אלפים
תגובות: 7437
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף פריעדמאן »

צ/ק.
ביים טיש אין בעלזא, פארן וואשן מים אחרונים, לויפט ארום א שמועה אויפן פארענטשע - אין תולדות אהרן האט געפאלן א פארענטשע ס'דא 4 וואס זענען אומגעקומען.
נאכן בענטשן - ס'דא אכט טויטע, ממאכט ליידיג די דארף, משיקט צוריק אלע באסעס - דו האסט נישט וואס צו פארן דארט, מוועט דיך נישט אריינלאזן.
אויפן וועג אהיים הערט מען אז ס'דא צווישן 12 מיט 15 אומגעקומנע.

צופרו - 45
ס'שווער צו דאווענען, ס'שווער צו קאכן אויף שבת, מאיז אזוי צופאשט.
שבת ביינאכט ביים דאווענען, פלאץ איך אויס מיט א געוויין אינמיטן מזמור שיר ליום השבת, ווען איך טראכט אריין אין די הייליגע ווערטער:
מאוד עמקו מחשבותיך
וכסיל לא יבין את זאת
להגיד כי ישר ה'
צורי ולא עולתה בו
עדותיך נאמנו מאוד
ה' לאורך ימים.
כי לך טוב להודות

. ע . ע . ע . ש . ע . . ש . . ש . ע . ש . ש . ע ולשמחה נאה לזמר . ע . ע
ווען איך וואלט ...
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 02, 2021 5:57 pm

Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווען איך וואלט ... »

איך בין געווען אויפן וועג אהיים פין אפיס ווען איינער רופט מיר אן "האסט עפעס געהערט איבער א פארענטשע אין תולדות אהרן וואס איז צוזאמגעפאלן"??? איך האב גענפערט ניין אין אראפגעלייגט די טעלפאן אלס איינער וואס איז שוין כמה פעמים געווען אין מירון סיי לג בעומר אין סיי אגאנץ יאר אין ב"ה געזען דארטן אפענע זאכן האט מיר עס מורהדיג געכאפט איך האב עס ממש נישט אויסגעהאלטן אינדערהיים פרעגט מיר מיין ווייב צו עפעס גייט פאר מיט מיר האב איך גענפערט ניין איך האב שנעל אפגעגסן אין ארויס צו ראדני אויפן וועג האבן זיך געגאסן טרערן פון מיינע אויגן אין זיך מקבל געווען קבלות טובות אז עס זאל נישט שאטן פאר קיינעם אין יעדער זאל ארויסגיין לעבעדיג פון דארטן
אין ראדני האב איך מיך געשטעלט זאגן תהילים די התערורת איז געווען מורהדיג אין דערנאך האט מען געדאווענט מעריב געציילט ספירה געזינגען בר יוחאי אין אהיים
אינדערהיים האט שוין מיין רעבעצין געהאט געהערט דערפון האב איך איר געבעטן נישט צו רעדן צו מיר דערוועגן זי האט מיר בלויז איבער געגעבן אז מיין שליח וואס איז געווען אין מירון איז ב"ה נישט פון די געשדיקטע
אין איך האב אויסגעלאשן מיין טלעפאן אז קיינער זאל מיך נישט קענען רופן אין איך האב נישט אריינגערופן קיין שום האטליין אדער געקוקט די נייעס אויפן געוועב אין ווער עס האט געוואלט רעדן צו מיר האב איך געבעטן טוה מיר א טובה רעד נישט דערפון ווייל איך האלט עס נישט אויס
אזוי איז געווען ביז מוצ"ש, מוצ"ש בין אריין אין אפיס אין אנגעהויבן צו קוקן וואס איך האב פארפאסט געמיינט האב איך אז עס וועלן זיין 2-3 נפטרים אבער איך בין פאגליווערט געווארן זענדיג די נומער פון 45 קדושים אזוי בין איך געבליבן ביז 3 אזייגער אין אפיס ביינאכט האב איך שוין נישט געקענט שלאפן ציביסלעך האב איך מיר (ליידער) בארואיגט אבער שוין צוויי מאל דאס יאר וואס איך האב שוין ערענסט געדארפט פארן קיין מירון אין איך האב מיך נישט געקענט ברענגען דערצו צילוב די קאשמארן וואס קומען ארויף
אבער איך האף נאך צו פארן דאס יאר
אוועטאר
מיטל מזרח ווינטל
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2019 7:26 am

Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיטל מזרח ווינטל »

צק

באותו מקום ובאותו זמן!

איך האב נאך קיינמאל נישט גערעדט דערוועגן פריוואט אדער אין די עפנטליכקייט און איך שפיר אז איך לייד נאך פון דעמאלטס אויף א שטיקל טרואמע און עמאציאנאלן דיסארדער. (בפרט אז האלב כלל ישראל האט זיך שוין אויסגעשריבן און אויסגערעדט זייער נאכווייען אויף די היימישע פלאטפארמעס, טראכט איך אז מיין בויך וויי איז היפש נישט אינטרעסאנט).
אפשר אויב קען מיר איינער העלפן זאל ער אריינקומען אין אישי אדער ווייסעך ווי.

#איך_בין_דארט_געווען
דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1961
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 16, 2015 2:30 pm

Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דברים אלו »

מיטל מזרח ווינטל האט געשריבן:צק

באותו מקום ובאותו זמן!

איך האב נאך קיינמאל נישט גערעדט דערוועגן פריוואט אדער אין די עפנטליכקייט און איך שפיר אז איך לייד נאך פון דעמאלטס אויף א שטיקל טרואמע און עמאציאנאלן דיסארדער. (בפרט אז האלב כלל ישראל האט זיך שוין אויסגעשריבן און אויסגערעדט זייער נאכווייען אויף די היימישע פלאטפארמעס, טראכט איך אז מיין בויך וויי איז היפש נישט אינטרעסאנט).
אפשר אויב קען מיר איינער העלפן זאל ער אריינקומען אין אישי אדער ווייסעך ווי.

#איך_בין_דארט_געווען

דערצייל ביטע דא
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

מיטל מזרח ווינטל האט געשריבן:צק

באותו מקום ובאותו זמן!

איך האב נאך קיינמאל נישט גערעדט דערוועגן פריוואט אדער אין די עפנטליכקייט און איך שפיר אז איך לייד נאך פון דעמאלטס אויף א שטיקל טרואמע און עמאציאנאלן דיסארדער. (בפרט אז האלב כלל ישראל האט זיך שוין אויסגעשריבן און אויסגערעדט זייער נאכווייען אויף די היימישע פלאטפארמעס, טראכט איך אז מיין בויך וויי איז היפש נישט אינטרעסאנט).
אפשר אויב קען מיר איינער העלפן זאל ער אריינקומען אין אישי אדער ווייסעך ווי.

#איך_בין_דארט_געווען

ווייסעך וואו
שרייב דא
און מיטן כח הרבים וועט אלעס מסודר ווערן
אוועטאר
קו הישר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4201
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 5:42 pm

Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קו הישר »

מיטל מזרח ווינטל האט געשריבן:צק

באותו מקום ובאותו זמן!
...
#איך_בין_דארט_געווען

זיכער זיכער שרייבן דא.
מיר קוקן ארויס פאר אייער באשרייבונג.
שיעף גלייך איז אויך גלייך /___\
אוועטאר
שלג כצמר
שר האלף
תגובות: 1466
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 15, 2020 2:43 pm

Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלג כצמר »

מיטל מזרח ווינטל האט געשריבן:צק

באותו מקום ובאותו זמן!

איך האב נאך קיינמאל נישט גערעדט דערוועגן פריוואט אדער אין די עפנטליכקייט און איך שפיר אז איך לייד נאך פון דעמאלטס אויף א שטיקל טרואמע און עמאציאנאלן דיסארדער. (בפרט אז האלב כלל ישראל האט זיך שוין אויסגעשריבן און אויסגערעדט זייער נאכווייען אויף די היימישע פלאטפארמעס, טראכט איך אז מיין בויך וויי איז היפש נישט אינטרעסאנט).
אפשר אויב קען מיר איינער העלפן זאל ער אריינקומען אין אישי אדער ווייסעך ווי.

#איך_בין_דארט_געווען

שרייב'זשע ביטע דא.
ס'איז שוין א יאר אריבער.
מ'קען שוין איבערליינען.

העכסטנס ווער ס'וויל נישט, מוז נישט ליינען.

מיר ווארטן אויף דיין אשכול...
פארשטייסט נישט די שניי-מאפעס? דא איז א מאפע אנגעצייכנט וואו די היימישע געגנטער קומען אויס
פארשטייסט נישט קיין ווארט אינעם וועטער אשכול? דא האסטו די בעיסיקס פון די וועטער באגריפן
אוועטאר
וואלד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3333
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 17, 2021 4:38 pm

Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלד »

קו הישר האט געשריבן:
מיטל מזרח ווינטל האט געשריבן:צק

באותו מקום ובאותו זמן!
...
#איך_בין_דארט_געווען

זיכער זיכער שרייבן דא.

מיר קוקן ארויס פאר אייער באשרייבונג.

גא"מ.
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4023
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

קו הישר. האט געשריבן:
מיטל מזרח ווינטל האט געשריבן:צק

באותו מקום ובאותו זמן!
...
#איך_בין_דארט_געווען

זיכער זיכער שרייבן דא.
מיר קוקן ארויס פאר אייער באשרייבונג.

גא"מ
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
עולם הפוך
שר חמש מאות
תגובות: 724
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 16, 2020 11:01 am

Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם הפוך »

אוי איז דאס ציפעדיג, מ'האלט מיר שוין א יאר נאך די שרעקליכע טראגעדיע און משיח איז נאך אלץ נישט דא.

איך האב מיטגעהאלטן די הכנות פון די הדלקות פון תולדות אהרן און תולדות אברהם יצחק אויף שידור חי (די סאונד האב איך אויסגעלאשן וויבאלד דא איז נאך געווען ערב ל"ג בעומר), איך האב פשוט געקוקט מיט געשמאק און געשפירט די מירונ'ער ווייבס, טויזנטער מענטשן שטראמען אהין און צוריק, די פארענטשעס פילן זיך אן, מען גיסט אויל אויפ'ן הדלקה, טאטעס האלטן זייער בא'חנ'טע חאלאקע קינדער.

איך האב גראדע געטראכט צו מיר "א שאד איך בין נישט דארט". איך בין ארויס פון אפיס, כ'קום אן אהיים, שיקט מיר א חבר א מעסעדזש, עפעס ערנסט האט פאסירט אין מירון, "א פארענטשע ביי תו"א הדלקה איז צוזאמגעפאלן", איך האב ממש געכאפט א טרייסל, אמער, כ'האב דאך נארוואס מיטגעהאלטן וויאזוי אלעס גייט פאר הערליך און שיין, טויזנטער מענטשן שטיייען אויף די פארענטשעס און זינגען ווארימע ניגונים, כ'האב עס ממש נישט געגלייבט.

עטליכע מינוט שפעטער קומט אריין באריכטן אז א פארטש איז איינגעפאלן, נישט א פארענטש, למען האמת, איך האב מיך דאן היפש בארואיגט, וויבאלד עס איז א ריזן חילוק פון עטליכע מענטשן אויף א פארטש ווי טויזנטער מענטשן צוקוועטשט אויף א פארענטש. נאך עטליכע מינוט האבן זיך די באריכטן געטוישט צו אן אריינגאנג איז געווען בלאקירט און מענטשן זענען געווארן צעדריקט.

איך בין געווארן מורא'דיגע צעטראגן, נאכדערצו אז כ'האב געהאט א שוואגער וואס איז דארט געווען, איך האב געבעטן מיין ב"ב זאל רופן די די שווועגערין אויב איר מאן האט אהיימגערופן, זי האט נאך פון גארנישט געהאט געהערט, אין יענע מינוטן האט מיין שוואגער אריינגעביפט דערציילן אז ער לעבט ב"ה.
דאן האט אבער אנגעהויבן אריינקומען די שוידערליכע בילדער פון וויסע בעגס, כ'האב ערשטנס נישט געכאפט אפילו וואס דאס איז, כ'האב עס געשיקט ווייטער, און איינער שרייבט מיר צוריק "שיק דאס נישט ארום!!!!!", דאן האב איך איבערגעקוקט דעם בילד און דאס ערגסטע האט זיך פאר מיר אנטדעקט.

א שוערע נאכט פאריבער, ביז די באריכטן האבן אנגעהויבן איבערגעבן די ערשטע נעמען פון ר' שראגי געשטעטנער און פון הרב יאזשעף.

אוי דאס הארץ רייסט און בלוטיגט!!! טאטע נעם אונז שוין אהיים!!!

כרחם אב על בנים, כן תרחם ה' עלינו
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”