וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28114
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

ביי יעדע שרעקליכע טראגעדיע אדער וועלטס פאסירונג וועט יעדער געדענקן פונקטליך וואו ער איז געשטאנען אינעם סעקונדע וואס די נייעס האט דערגרייכט זיינע אויערן

דער אשכול איז געווידמעט דער עולם זאל נאטירן וואו מען איז געשטאנען/געזעצן ביים הערן די טראגישע נייעס אז עפעס קאלאסאל האט ליידער פאסירט היי יאר ל"ג בעומר אין מירון
אוועטאר
חבקוק
שר עשרת אלפים
תגובות: 11919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 21, 2020 5:32 pm
לאקאציע: אין פארברענגען...

Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חבקוק »

ס'זייער זייער וויכטיג.

ווייל אין צען יאר גייט מען שוין זיכער נישט געדענקן, וועט מען קענען קומען דא זיך דערמאנען און נאכדעם זאגן:

"איך געדענק נאך ווי יעצט אז איך בין געפארן אויף די פאליסעידס רואיג ווען פלוצלינג בלא בלא בלא''...
ת'תרבה ש'יחות פ'ארברענגען א'ינסופיים...
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8836
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניס קראכער »

געזעצן ביי מיר אין אפיס, און געליינט אייוועלט בענאזאם מיטהאלטן'דיג די תולדות אהרן הדלקה לעבעדיג, ווען פלוצים פאנגט אן צו שטורעמען תגובות, אזאש אז איך בין פארגליווערט געווארן,

אהיים גייעדיג האב איך געזען מענטשן פריילעך און מינטער, נישט וויסנדיג וואספארא בשורות איוב קומט אריין, מיין קאפ איז מער נישטא געווען,
כ'האב ממש נישט געקענט וואקן גראד!
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
אוועטאר
מיט א פרישקייט
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2019 12:00 pm
לאקאציע: פריש'ידער

Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיט א פרישקייט »

איך בין געפארן אין קאר און גערופן א קליענט וואס כ'האב געוואלט דורכשמועסן אפאר דעטאלן פון א דזשאב מיט אים. האט ער מיר געזאגט "כ'קען נישט רעדן, פארענטשעס איז צוזאמענגעפאלן אין מירון, און ס'דא מער פון 15 הרוגים ה"י"... כ'האב מיר אפגעשטעלט אין א זייט, און ס'האט גענומען א שיינע פאר מינוט ביז כ'האב געקענט גיין ווייטער.

מער האב איך גארנישט אריינגענומען אין מויל ביז בערך צומארגנס 3'ע נאכמיטאג. כ'בין געווען ווי געפרוירן.
קלוגע מענטשן רעדן וועגן געדאנקען; דורכשניטליכע מענטשן רעדן וועגן געשעענישן; נארישע מענטשן רעדן וועגן מענטשן.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28114
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

צוליב די בעפארשטייענדע הדלקות און ל"ג בעומר סעודות, האב איך פאראויסגערוקט מיין נאכטליכע שיעור אויפ'ן טעלעפאן, און דאס געלערנט פון 5:52 ביז 6:52 (איבערגעקוקט יעצט מיין סעלפאון צו זען פונקטליך דעם זייגער). ביים עפענען די כלי תיכף נאכ'ן לערנען, האב איך גלייך געזען א שמועס אין די מנהלים-אחראים הענגאוטס איבער א ביטערע אומגליק וואס האט פאסירט אין מירון... סאכדעס האט געשריבן אום 6:47 אז עפעס גייט פאר און דער עולם איז מדווח...

דאן האב איך שוין געזען אויף די אייוועלט אימעיל גרופע א שמועס, און פון דארט האב איך אריינגעטאנצט אין אייוועלט און געפונען דעם ניי געגרינדעטן אסון נורא אשכול מיט עטליכע בלעטער. כ'בין געבליבן צוגעשמידט צו די כלי בערך א שעה, דאן בין איך ארויס דאווענען מנחה, געזאגט ספר חמישי שבתהלים, געדאוונט מעריב ביי זמן רבינו תם, און אנשטאט בלייבן צו הדלקות אדער סעודות, בין איך אהיים, זיך געוואשן צו א קליינע סעודה'לע און געהאלטן א וואכזאם אויג אויפ'ן וועלטל ביז שפעט ביינאכט.
אוועטאר
רינדעכיג
שר האלף
תגובות: 1829
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 14, 2015 1:16 pm
לאקאציע: אין טעלער

Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רינדעכיג »

פאררייכערט א ציגאר אויפן טעראסע און געליינט אייוועלט.
רעוואלטאלתי יותר מדי...
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

ריעלי האט מיר אריינגערופן און בתוך הדברים אריינגעווארפן עפעס פון די ערשטע פארנעפעלטע שמועות ..
אבער כהאב עס געשיקט ווייטער ... כ’האב נישט געוואלט אקצעפטירן.. ביז די נעקסטע קאל ווען ס’איז שוין געווען מער באשטעטיגט.. ווער קען פארנעמען
אזוי גוט
שר חמש מאות
תגובות: 733
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 22, 2020 12:47 pm

Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי גוט »

ניס קראכער האט געשריבן:געזעצן ביי מיר אין אפיס, און געליינט אייוועלט בענאזאם מיטהאלטן'דיג די תולדות אהרן הדלקה לעבעדיג, ווען פלוצים פאנגט אן צו שטורעמען תגובות, אזאש אז איך בין פארגליווערט געווארן,

אהיים גייעדיג האב איך געזען מענטשן פריילעך און מינטער, נישט וויסנדיג וואספארא בשורות איוב קומט אריין, מיין קאפ איז מער נישטא געווען,
כ'האב ממש נישט געקענט וואקן גראד!

גא"מ
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

לכאורה האט געשריבן:צוליב די בעפארשטייענדע הדלקות און ל"ג בעומר סעודות, האב איך פאראויסגערוקט מיין נאכטליכע שיעור אויפ'ן טעלעפאן, און דאס געלערנט פון 5:52 ביז 6:52 (איבערגעקוקט יעצט מיין סעלפאון צו זען פונקטליך דעם זייגער). ביים עפענען די כלי תיכף נאכ'ן לערנען, האב איך גלייך געזען א שמועס אין די מנהלים-אחראים הענגאוטס איבער א ביטערע אומגליק וואס האט פאסירט אין מירון... סאכדעס האט געשריבן אום 6:47 אז עפעס גייט פאר און דער עולם איז מדווח...

דאן האב איך שוין געזען אויף די אייוועלט אימעיל גרופע א שמועס, און פון דארט האב איך אריינגעטאנצט אין אייוועלט און געפונען דעם ניי געגרינדעטן אסון נורא אשכול מיט עטליכע בלעטער. כ'בין געבליבן צוגעשמידט צו די כלי בערך א שעה, דאן בין איך ארויס דאווענען מנחה, געזאגט ספר חמישי שבתהלים, געדאוונט מעריב ביי זמן רבינו תם, און אנשטאט בלייבן צו הדלקות אדער סעודות, בין איך אהיים, זיך געוואשן צו א קליינע סעודה'לע און געהאלטן א וואכזאם אויג אויפ'ן וועלטל ביז שפעט ביינאכט.

;l;p- ;l;p- ;l;p-
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

אפאר מינוט פארדעם געזיצען אין ארבייט און מיטגעהאלטען לייוו די תולדות אהרן הדלקה, איך האב מיר אריינגעזעצט אין קאר ארויסצופארען צי די קרית יואל הדלקה, איך עפען מיין פאון אין איך זעה מעסעדזשעס איבער עפעס שרעקליך אין מירון, ווי נאר איך האב געזעהן די ווארט אז מען רעדט פון טויטע האב איך שנעל צוגעמאכט די סעלפאון נישט וועלענדיג זעהן ווייטער פארן דרייווען, איך האב פשוט מורא געהאט איך וועל אריינפארן אין א בוים, אנקומענדיג קיין מאנרא אוי טאטע איך וויל נישט רעדן ווייטער,,,
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8836
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניס קראכער »

לכאורה האט געשריבן:צוליב די בעפארשטייענדע הדלקות און ל"ג בעומר סעודות, האב איך פאראויסגערוקט מיין נאכטליכע שיעור אויפ'ן טעלעפאן, און דאס געלערנט פון 5:52 ביז 6:52 (איבערגעקוקט יעצט מיין סעלפאון צו זען פונקטליך דעם זייגער). ביים עפענען די כלי תיכף נאכ'ן לערנען, האב איך גלייך געזען א שמועס אין די מנהלים-אחראים הענגאוטס איבער א ביטערע אומגליק וואס האט פאסירט אין מירון... סאכדעס האט געשריבן אום 6:47 אז עפעס גייט פאר און דער עולם איז מדווח...

דאן האב איך שוין געזען אויף די אייוועלט אימעיל גרופע א שמועס, און פון דארט האב איך אריינגעטאנצט אין אייוועלט און געפונען דעם ניי געגרינדעטן אומגליק אין אתרא קדישא מירון אשכול מיט עטליכע בלעטער. כ'בין געבליבן צוגעשמידט צו די כלי בערך א שעה, דאן בין איך ארויס דאווענען מנחה, געזאגט ספר חמישי שבתהלים, געדאוונט מעריב ביי זמן רבינו תם, און אנשטאט בלייבן צו הדלקות אדער סעודות, בין איך אהיים, זיך געוואשן צו א קליינע סעודה'לע און געהאלטן א וואכזאם אויג אויפ'ן וועלטל ביז שפעט ביינאכט.
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20734
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

אויפן קאוטש

מיין הענט איז געווארן זשעלי'דיג
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28114
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

ניס קראכער האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:צוליב די בעפארשטייענדע הדלקות און ל"ג בעומר סעודות, האב איך פאראויסגערוקט מיין נאכטליכע שיעור אויפ'ן טעלעפאן, און דאס געלערנט פון 5:52 ביז 6:52 (איבערגעקוקט יעצט מיין סעלפאון צו זען פונקטליך דעם זייגער). ביים עפענען די כלי תיכף נאכ'ן לערנען, האב איך גלייך געזען א שמועס אין די מנהלים-אחראים הענגאוטס איבער א ביטערע אומגליק וואס האט פאסירט אין מירון... סאכדעס האט געשריבן אום 6:47 אז עפעס גייט פאר און דער עולם איז מדווח...

דאן האב איך שוין געזען אויף די אייוועלט אימעיל גרופע א שמועס, און פון דארט האב איך אריינגעטאנצט אין אייוועלט און געפונען דעם ניי געגרינדעטן אומגליק אין אתרא קדישא מירון אשכול מיט עטליכע בלעטער. כ'בין געבליבן צוגעשמידט צו די כלי בערך א שעה, דאן בין איך ארויס דאווענען מנחה, געזאגט ספר חמישי שבתהלים, געדאוונט מעריב ביי זמן רבינו תם, און אנשטאט בלייבן צו הדלקות אדער סעודות, בין איך אהיים, זיך געוואשן צו א קליינע סעודה'לע און געהאלטן א וואכזאם אויג אויפ'ן וועלטל ביז שפעט ביינאכט.

ביסט גערעכט... איך זע אז אום 7:03 האב איך געמעקט א תגובה אויפ'ן צווייטן בלאט פון יענעם אשכול, און דער קעפל דארט איז טאקע "אומגליק" וכו'
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9970
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

געווען אויפן קאטש ווען די שוויגער קלינגט אריין אין שטוב אז זי האט מורא צו גיין צו די הדלקה אין קר"י וועגן פארענטשעס איז צאם געפאלן אין מירון. זעמיר געלאפן צום כלי און אויפגעמישט אייוועלט און שוין געטראפן דעם אשכול
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
אוועטאר
קראקאדיל
שר חמישים
תגובות: 59
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2021 1:51 pm

Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קראקאדיל »

איך בין געווען דא אויף אייוועלט, ווען איך זע פלוצלינג א אשכול וועגן א אומגליק. קודם האט די עולם דארט שארף געלייקענט און פארשריגן ווער עס רעדט צו שרעקעדיג, און אזוי האב איך אויך געוואלט טראכטן, אבער צוביסלעך האט מען אנגעהויבן הערן אז אזוי איז טאקע די אמת.
די גאנצע טאג בין איך שוין נישט געווען ביי מיך.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

איך האב געהאלטן אינמיטן ארבעטן און אזוי בין גברא לגברא האב איך אריינגעטשעקט אין אייוועלט. אינמיטן זע איך אן אשכול מיט'ן קעפל "אומגליק אין אתרא קדישא". א סקרוך איז מיר דורך די ביינער, באשעפער וואס איז שוין ווידער געשען. אבער איך האב געטראכט אז מסתם איז עפעס אראפגעפאלן און עס זענען דא פארוואונדעטע וכו'.

איך עפן דעם אשכול און איך הויב אן אראפצוסקראלן די תגובות, עס איז מיר שווארץ געווארן פאר די אויגן כפשוטו. איך בין געבליבן פארגליווערט אויפ'ן ארט. איך האב עס נישט פארנומען. איך האב זיך אנגעכאפט ביים קאפ נישט וויסנדיג וואס צו טון מיט זיך, און זיך גענומען מורמלען קאפיטלען תהלים אזוי פארנט פון דעם סקרין. איך בין נישט געווען דאהי ביז שבת אינדערפרי.

און כ@ניס קראכער, איך בין געגאנגען אין גראסערי עס האט בכלל נישט אויסגעזען ווי דער עולם ווייסט שוין עפעס, מענטשן האבן געשמועסט פרייליך און געלאכט. אינמיטן טרעף איך א חבר מיינער: "האסט געהערט וועגן די מירונ'ער פרשה?" ער זאגט מיר, "יא עפעס האב איך געהערט, אפאר מענטשן זענען פארוואונדעט געווארן". זאג איך אים: "רבי, מען רעדט דא פון איבער פערציג טויטע". ער איז געווארט שאקד: "וואס? פערצן?" "ניין" זאג איך אים, "פערציג!".

דער אינגערמאן איז שוין נישט דא געווען...

איך האב אנגעקלונגען מיין אשת חיל, און איך זאג איר "עס איז געשען עפעס שרעקליך אין מירון! ממש שוידערליך!" זי געבט א שריי אריין אין פאון: "זאג מיר נישט, איך וויל נישט הערן" און איך הער דעם באקאנטן קלינג וואס לאזט וויסן אז די אנדערע זייט טרייבל איז שוין עוועילעבל פאר'ן קומענדיגן רופער.

שפעטער ווען איך בין אהיים געקומען, האב איך איר דערציילט וואס עס קומט פאר. אבער ווי אינטערסאנט נאכ'ן דערציילן האט זי זיך הערשט בארואיגט (!!). זי האט זיך פארגעשטעלט, לויט וויאזוי איך האב גערעדט, אז אן אטאם באמבע האט אויפגעריסן אין א"י און דאס לאנד איז ארויף אין פלאמען. אזוי אז זי הערט אז בלויז(???) איבער פערציג אידן זענען אוועק, איז דאס איז איר געווען א דערלייכטערונג.... אויף אלע מיינע שונאים.

בקיצור, א רבי'צן וואס פארשטייט מיר האב איך אין דעם פאל שוין נישט געהאט...
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
שאשא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4146
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 05, 2020 12:16 am

Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאשא »

וואקענדיג אריין אין הויז
קוקענדיג אויף א טעקסט מעסעדזש
הצלחה
קוואל וואסער
שר האלף
תגובות: 1157
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 5:44 pm

Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוואל וואסער »

אייוועלט, גיזען די ערשטע תגובות שווער נאכדים שווערער און שווערער נישט גיווען בא זיך
אם אסק שמים שם אתה - ואציעה שאול הנך
אוועטאר
נתן בן ופסי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5511
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 04, 2019 8:34 am
לאקאציע: מחנה ישראל

Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נתן בן ופסי »

גערעדט מיט שלמה מלכו'נען איבער א וויכטיגע טעמע

פלוצלונג הער איך ער בלייבט שטום פרעג איך אים ביסט דא?

מיט א קול דמי אחיך צועקים מן אדמה! זאגט ער מיר וועגן די מעשה! נאכדעם האט ער שוין נישט געהאט צו וועם צו רעדן.. אוי טאטע עד מתי!
ה' נָתַן וה' לָקָח, יְהִי שֵׁם ה' מְבֹרָךְ (איוב א, כא)
אוועטאר
פרישע קוגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3014
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא

Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישע קוגל »

אין אפיס שוין מיט א האלבע פיס אינדעראויסן ווען די באריכטן אויף אייוועלט זענען געווען אז עפעס גייט פאר און מען מאכט סי פי אר אויף פיר מענטשן.

כ'בין געדגאנגען קיין ראדני פאר א מנחה ווען איך הער ווי איינער זאגט ''סדא פיפצן טויטע אין מירון''
שוין, טראכט איך צו מיר, פון פיפצן פארוואנדערטע איז געווארן פיפצן טויטע... אזוי גייט די וועלט.
גייענדיג צירוק צום אפיס פאר א קלייניקייט טרעפט מיר מיין חבר און איך זעי ער איז נישט ביי זיך.. כ'פרעג עם וואס גייט פאר? זאג, די ווייסט נישט? מען האלט שוין ביי צוואנציג טויטע אין מירון... ''דריי נישט קיין קאפ'' זאג איך עם, ''מען רעדט פון פיפצן פארוואנדעטע, ווי קומסטו אן צו צוואנציג טויטע'' ער קוקט מיר אן און זאגט מיר ''טאטעלע, איך האב געזען פיקטשערס פון מענטשן אין באדי בעגס...''

מיין וועג צום אפיס האט גענימען זייער שנעל, אייוועלט האט זיך געפענט פאר מיינע אויגן און....

דא שטיימער.
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9899
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

פרישע קוגל האט געשריבן:אין אפיס שוין מיט א האלבע פיס אינדעראויסן ווען די באריכטן אויף אייוועלט זענען געווען אז עפעס גייט פאר און מען מאכט סי פי אר אויף פיר מענטשן.

כ'בין געדגאנגען קיין ראדני פאר א מנחה ווען איך הער ווי איינער זאגט ''סדא פיפצן טויטע אין מירון''
שוין, טראכט איך צו מיר, פון פיפצן פארוואנדערטע איז געווארן פיפצן טויטע... אזוי גייט די וועלט.
גייענדיג צירוק צום אפיס פאר א קלייניקייט טרעפט מיר מיין חבר און איך זעי ער איז נישט ביי זיך.. כ'פרעג עם וואס גייט פאר? זאג, די ווייסט נישט? מען האלט שוין ביי צוואנציג טויטע אין מירון... ''דריי נישט קיין קאפ'' זאג איך עם, ''מען רעדט פון פיפצן פארוואנדעטע, ווי קומסטו אן צו צוואנציג טויטע'' ער קוקט מיר אן און זאגט מיר ''טאטעלע, איך האב געזען פיקטשערס פון מענטשן אין באדי בעגס...''

מיין וועג צום אפיס האט גענימען זייער שנעל, אייוועלט האט זיך געפענט פאר מיינע אויגן און....

דא שטיימער.

פארצייל דו מיין מעשה.
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

געדאווענט מנחה 6 אזייגער.

אויפן וועג ארויס 6:15 בערך באקום איך די קול העולם טעסקט מעסעדזש אז עפעס גייט פאר. וואוסנדיג אז יעדע יאר גייט דארט פאר זאכן און מענטשן חליש'ן האב איך נישט צופיל געקעירט.

א היימקומענדיג 6:30 האב איך שוין געהערט פון מיין טאכטער (זי האט געהערט פון א שכן מיט א סמארטפאון) אז פארענטשעס האבן געטראסקעט און ס'צרות דארט.

א שוידער האט מיך אנגעכאפט און איך בין ארויף פאר עטליכע מינוט אויף אייוועלט. איך בין געווען צושוידערט און נישט געוואוסט וואס צו טון מיט זיך.

ארום 7 אזייגער האב איך געזאגט קאפיטל כ מיט די קליינע קינדער, און ערליך מתפלל געווען מיט זיי אז אלע קראנקע אידישע קינדער זאלן האבן א רפו"ש.

7:30 האמיר זיך געזעצט עסן נאכמטמאל. נישט ווייל איך בין געווען אין די גיסטע צו עסן, נאר ווייל די ב"ב האט זיך באמיט צו קאכן קען איך עס נישט איגנארירן. איך האב זיך געשטופט צו עסן מיט מסר"נ ממש.

8:00 נאכן הערן אז די רעדע איז פון 20 צי 30 נפטרים ל"ע האב איך געזאגט מיינע קליינע צו גיין שלאפן, היינט איז נישטא קיין פייער. איך האב געהערט אז עטליכע האבן געקענסלט (סאטמאר, באבוב, מונקאטש...) און נישט געהאלטן אז אנדערע וועלן יא מאכן.

נאכן צוריקקומען קיין אייוועלט פאר א וויילע צו זען אפדעיטס, האב איך זיך געזעצט זאגן תהילים מיט בכיות. איך האב זייט מיין חתונה נישט פארלאזט קיין טרערן אין הויז, און דאסמאל האב איך נישט געקענט אויפהערן וויינען.

אויף א טעקסט גרופ מיט חברים האט מען זיך צוטיילט תהילים יום לחודש איך האב גענומען עטליכע. געווענליך זאג איך שנעל, אבער ס'נישט געגאנגען. יעדע פסוק האט גענומען צייט.

בשעת מעשה האט מיין שוועסטער נישט אויפגעהערט מיך צו רופן און טעקסטן איבער צוויי פון מיינע קרובים וואס זענען דארט און קיינער ווייסט נישט וואס גייט פאר. איך האב איר געגעבן נאמבערס פון עסקנים און ארגאניזאציעס צו רופן, אבער זי האט נישט געוואלט רופן, נאר זיך אויסרעדן...

בערך 10:00 בין איך געגאנגען דאווענען מעריב. אויפן וועג אהיים בין איך אדורך א הדלקה וואו כ'האב מיך אפגעשטעלט קוקן פאר א וויילע און פארלאזן טרערן ביי די ווארימע ניגונים. איך מוז זאגן אז די מוזיק דארט האט מיך שטארק בארואיגט ב"ה.

12:00 בין איך אהיימגעקומען און צוריקגעקומען אויף אייוועלט. ארום 1:30 בין איך געגאנגען זיך לייגן. (נאכן הערן פון מיין שוועסטער אז מיינע קרובים זענען שוין לאקירט און לעבן ב"ה. און זי האט ממשיך געווען פאר א וויילע אראפצולייגן ווי שרעקעדיג ס'איז געווען און וואס ס'האט אלץ געקענט געשען.)

2:45 בערך בין איך ארויס פון בעט נאכן נישט קענען איינשלאפן פון גרויס צומישעניש. איך בין צוריק ארויף אויף אייוועלט און געבליבן ביז ארום 4'ע.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
בדרך אפשר
שר ששת אלפים
תגובות: 6299
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 8:20 pm
לאקאציע: על חוט מתוח

Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בדרך אפשר »

בערך 12:30 א"י זייגער בין איך ארויס פון די תולדות אהרן הדלקה פון די בעק קיין תוא"י שטח נאך וואס סאיז געווען צו א גרויסע געדרענג. איך בין געגאנגען פון אונטן אויף די וועג צו די דרך מהדרין און גערעדט אויפן טעלעפון מיט מיין ב"ב וואס האט מיך געמאלדן אז זי איז אויפן וועג צו מיין אפיס צו מיטהאלטן די תו"א הדלקה מיט די קינדער.
ווען איך בין אנגעקומען צו די טענט פון האחים פריעד ( ווי מ'קען האבן די געוואלדיגער זכיה צו איכווייסוואס) האב איך געזען ווי מענטשען קומען צו לויפן פון אויבן און שרייען אז עפעס גייט פאר און תו"א, כ'האב גלייך געקאלט מיין ב"ב אז זי זאל נישט גיין אין ערגעץ וויל עפעס גייט פאר אבער איך בין אקעי אין מיין טעלפון האט זיך אפגעהאקט און כהאב מער נישט געקענט באקומן קאלס.
איך בין גלייך צוגעגאנגען צו מיין דירה וואס איז ב"ה געווען א שפאן אוועק אין כהאב גענמען מיין טאבלעט ווי כהאב געזען אפאר ענגהאוט מעסעדשעס פון חברים און קרובים וואס אינטרעסירן זיך און מיר און צו כהאב געזען דעם אין יענם. איך בין צוריק ארויס מיט מיין טאבלעט אויפן וועג צוריק ארויף ווען אגאנצע צייט קומען צו לויפן אלע מינע פירעסט ריספונדערס וכו' און פון אויבן קומען אראפ מענטשען מיט קולת אז סאיז דא געהרגעטע און אז מ'שרייט כהנים ארויס. איך האב אוודע נישט געגלייבט ביזן אנקומען אויבן לעבן די אריינאנג צום חצר ווען כהאב געזען אז די מיוזיק און חצר איז שטיל אין פאליציי שיקט ארויס די מענטשען, בין איך צוריק אראפ אביסל און אריין דא אויפן וועלט'ל ווען סאיז מיר שווארץ געווארן אין כהאב געפילט ווי א שטיין! כהאב פארלוירן אלע מיינע חושים כהאב געשפירט ממש ווי א ראבאט.
איך האב א גאנצע צייט באקומען אויף מיין מעסעדש פלאס עפפ טעקסט פון מענטשן וואס סגייט פאר און אויף מיין ענגהאוט האב איך באקומען א מעסעדש פון מיין משפחה אז איך זאל זיכן מיינע צוויי נעפיו'ס און טאמער איך טרעף זיי זאל איך גלייך מודיע זיין אזוי אויך האט מיין נאנטער משפחה געבעטן איך זאל העלפן זיין ברודער זוכן זיינע קינדער (די אנגלארד קינדער!!!) מיינע נעפיו'ס האבן זיך פארבינדן מיט די משפחה אבער די אנדערע נישט ליידער (ווען ארחיקה נדד האט געפרעגט צו כהאב געטראפן מיין משפחה האב איך געשריבן בערך ווייל כהאב נישט געוויסט וואס ס'גייט פאר.)
איך האב מיך ארום געדרייט ווי א שיכור כמעט נישט געקענט שלאפן ביז אינדערפרי ווען איך בין ארויף צום ציון און גענמען א תהילים און פראבירט אביסל צו זאגן עפעס און מזכיר זיין אידן וואס האבן געבטען אבער די קאפ איז אינגאנצן נישט דא געווען ביז ווען כהאב באקומען א מוראדיער הארה ווען א איד האט מסיים געווען תהילים ביים ציון און ער האט געזאגט מיט קולי קולת די יהי רצון, די קולות ביי ה' ה' וואס איז פארגעגאנגען ביים מערה א פאר פיס פון אוועק פון ווי די מעשה איז געשען האט מיך אויף געוועקט ווען כהאב געטראכט צו מיר, דער עולם שרייט "רחום" "חנון" "רב חסד" אונז גלייבן נאך אלץ אז מיר האבן א טאטע א קל רחום וחנון א גוטער טאטע וואס מאתו לא תצא הרעות און אונז גלייבן אז מ'פוילט ביי ר' שמעון כל מיני ישעות! קיינער האט נישט קיין תערמות ח"ו קיינער האט נישט קיין שאלות מיר גלייבן באמונה שלימה אז כל מה דעביד רחמנא לטב עביד.
אנטשאלדיגט פאר'ן מאריך זיין.
נישט געדאווענט נישט געלערנט נאר דעם בורא עולם נישט דערצערענט,
יא געשלאפען יא געגעסן אבי פון בורא עולם נישט פארגעסן.
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

איך האב גארנישט געוויסט פון די מעשה ביז ווען איך האב גערופן מיין חבר ארום 7:42 אויב ער וויל מיטקומען מיט מיר צו אן הדלקה, און ער האט ממש גערעדט וואו אן אבל און מיר געזאגט וואס איז געשעהן. למעשה בין איך געפארן אן אים, און אן א קאפ.
אוועטאר
בעסער אזוי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4617
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסער אזוי »

6:35 מ'האמיר זיך געהאלטן ביים אריינזעצן אין קאר אהיים צוגיין ווען פלוצלינג באקום איך א טעקסט מעסעדזש פון מיין ארבעטס קאלעגע אז עפעס שרעקליך איז געשעהן אין מירון, איך קום אן אהיים, איך זאג פאר די רעבעצן אז עפעס איז געשעהן אין מירון, איך האב איר אבער נישט פארציילט אז סאיז דא טויטע, נאכטמאל האב איך קוים אריינגעשטיפט מיט צרות

מזעמיר געגאנגען צו די הדלקה אין קרית יואל פשוט זיך אויסצווויינען אביסעלע, שטייצעך קיין איין טרער איז נישט געקומען, געווען נאם ווי א ציין פארן ווערן ארויסגעשלעפט
לעצט פארראכטן דורך בעסער אזוי אום דינסטאג מאי 04, 2021 10:09 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
(--ווערטערלאז--)
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”