דא האט איר הארטע קלארע באווייזן און דעטאלן איבער דעם "געיט" און אלעס ארום.
• סיגעיט – א שטעטעלע אין ברוקלין, וואס זיצט ביים ים און איז ארומגענומען מיט א געיט.
• געיטסהעד – א בארימטע ישיבה, פאפולער פאר וואקסמאן בחורים אויפן וועג קיין בריסק.
• בעריקעיד – א פאליצייאישע בלאקאדע וואס בלאקירט ביי גרעסערע פארזאמלונגען, שריפת חמץ, הדלקות, ראשית הגז, וכדו'.
• ֵֵגעבט – ווען איינער געבט עפעס פאר א צווייטן, געווענליך 100 דאלער.
• גייט – ווען איינער וואקט, שפאצירט, קלאצט, טעקסט, און זעצט אריין אין א פאול.
• ער גייט ער גייט – אויפ'ן וועג צום מצוה טאנץ, איידער מען געבט שבת געלט פאר'ן בדחן.
• גוטס – א פעטיציע אשכול אז איינער האט שוין לאנג נישט געהערט קיין גוטס.
• גווווט – א רעאקציע ווען איינער זאגט א קארני דזשאוק.
• גאָטס – ווען איינער האט קוראדזש. ער גייט צו צום עמוד אפילו ער דאווענט אףף טאן.
• גאַט – ווען איינער כאפט עפעס, געווענליך א פראסק.
• גאטשע – [פארמעקט]
• געטס – ווען מ'געט עפעס אריין, געווענליך א נחמה'לע אדער 'געטס אים אריין ווי ס'דארף צו זיין'.
• געסט – א גאסט אויף א ווייל שפירט זיך ביז א מייל.
• געבעט – א תפילה וואס מען בעט, אין רוב פעלער: א שטימע געבעט וואס מען נוצט בעיקר ביי סקול פלעיס.
• געט – ווען מען פראטעסטירט אין די גאסן און מען שרייט "גיוו עי געט".
• ראשע-געיט – ווען טראמפ געווינט די וואלן אומגעראכטן.
• אוקריינע-געיט – ווען טראמפ איז שוין פרעזידענט פאר דריי יאר.
• גאָט – דער וואס לאכט ווען א מענטש לאכט.
• געטליך – דעם רבי'נס געטליכע צורה נאכ'ן צינדן די הדלקה, א זאך וואס מען קען נישט מסביר זיין.
• געטוי – וואו די אידן זענען געהאלטן געווארן צונויפגעפרעסט ביים וועלט מלחמה.
• גע'טובל'ט און ארויס – פאפולערע סלאגאן פון זומער רבי'ס און מדריכים ארויסצוטרייבן די קינדער פון בור.
• געטרונקן – וואס מען טוט געווענליך נאכן עסן, אדער פורים נאכמיטאג.
• געטאנצן – אוי האט מען לעבעדיג געטאנצן ביי די חתונה.
• גוֹט – אזא סארט קרעטשמע וואס די אידן האבן געדינגען פון די פריצים אין יענע צייטן פון די מחניים ביכלעך.
• גיטו וידו באין כאחד – א גמרא טערמין ווען צוויי זאכן קומען אויף איינמאל, וואס איינס איז מתיר דעם צווייטן.
• גֶייט – ווען ר' יום טוב ערליך וויל זאגן גייט.
• געשעט – ווען עפעס פאסירט, געווענליך פלוצלינג.
• געץ / געצל – נעמען פון פארשידענע מענטשן.
• געטיסבורג – א ביטערע שלאכט ביים ציווילן קריג, וואו לינקאלן האט געהאלטן א באקאנטע רעדע.
• געיט – א צוים וואס בלאקירט מען זאל נישט קענען ווייטער גיין, אדער מען זאל נישט אראפפאלן פון א דאך.