דער טאגבוך פון א מתמודד

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע: בין כל הרעשים

דער טאגבוך פון א מתמודד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

איעדער מענטש גייט אדורך פארשידענע התמודדיות אין זיין לעבן, דער קונץ איז נישט צו אויסדרייען דעם רוקן צו פאררויכערטע שלאכטן נאר ציען מסקנות מכאן ולהבא, אויף די בקשה פון מיינס א נאנטן פריינט האב איך אנגעהויבן שרייבן קאפיטלען פון מיינע קאמפן אלס בחור און אינגערמאן, די וואקלענישן צווישן גוט אין שלעכט, און די דילעמא אינעם אויסוואל צווישן טויט און לעבן, נאכן שרייבן די ערשטע פאראגראפן האב איך געקלערט אז עס וואלט כדאי געווען ארויפצולייגן דא ברבים אז אנדערע זאלן הנאה האבן און גלייכצייטיג שעפן דערפון אינספיראציע און חיזוק אין זייערע אייגענע דורכגענעג.

איעדער מענטש איז א געשיכטע פאר זיך דערפאר גלייב איך נישט אז מיין געשיכטע איז עפעס מער ספעציעל פון א צווייטן, אבער דער אמת איז אז איעדער קען שרייבן גאנצע ביכער איבער זיינע גייסטיגע מיטמאכענישן מען דארף נאר האבן די צייט און מאטיוואציע, דערפאר שפיר איך אז דער געשיטע וועט ציען אינטערעסע ביים ציבור ליינער נישט צוליב איר אייגנארטיקייט נאר בלויז צוליבן פאקט אז עס איז געשריבן מיט ווערטער.

וכאן הכותב שואל, מיר האבן נישט קיין פאקטישע טובת הנאה פון שרייבן און ארויפלייגן אט די ווערק, אדרבה עס איז גאר שווער אריינצוקריכן אין די טיפענישן פון הארץ, אויפדעקן אלטע וואונדן, און עס נאך מפרסם זיין ברבים, די איינציגסטע באצאלדונג איז ווען דער עולם קומט אריין מיט קאמענטארן אויסשמועסנדיג די נושאים וואס ווערן אויסגעשמועסט אין די קאפיטלען, אלזא לאדן מיר איין אלע לאקאלע פסיכאלאגן, אידעאלאגן, מיינונג זאגער, און סתם ליצים זאלן מיטקומען מיט אונז אין אט דעם אינטימען רייזע און זיך "נישט" האלטן שטיל נאר אריינקומען בקול רם בכל עת ובכל עונה, ובשם השם נעשה ונצליח.
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע: בין כל הרעשים

טריט צו לינקס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

הייב מיר אן דא, די יסוד פון מיינע פראבלעמען האבן זיך אנגעהויבן אין חדר, נישט אז כהאב טענות אויף איינעם אדער אז איך האלט מיר אומשולדיג אבער געוויסע גורמים אין חדר האבן געריכטעט מיינע פיס צו לינקס ווי פאלגענד.

רדיפות דורך אנדערע קינדער, אפטמאל פון רייכע אדער מאכטפולע משפחות וועלכע האבן אין מיר געזען א ציל ברעט פאר פיזישע און גייסטישע טשטעפערייען, לכאורה וויבאלד איך בין נישט געווען די שענסטע אנגעטון אדער דער מסודרדיגסטער אינגל, קען זיין אויך וויבאלד איך בין געווען א גרויסער אטענטשאן זיכער, סאמהאו בין איך געווען דער מיטל זייערע צו באווייזן זייערע פעאיקייטן פאר אנדערע קינדער אין חדר און אזוי באקומען כבוד און אטענטשאן.

די קינדער וואס האבן מיר גערודפט זענען לאוו דוקא געווען קלוגער און געלונגענער פון מיר, נאר פארקערט היינט צוטאגס נעמען זיי חיזוק און גוטע ווערטער ביי מיר, מאנכע קלעבן אפילו צו מיר ווי מאדנע סזאל נאר זיין…

די דורכגענג זענען געקומען צו א שיידוועג ווען איך בין אריין אין כיתה טית, א גורלדיגע יאר פארן קינד-בחור ווען דארטן פאסט ער באשלוס צו ער וויל זיין דער פרומער כאניאק אדער דער רייסערישער באם, קיין מיטלוועג איז דאן נישט פארהאן, זאכן שטעלן זיך און פלאץ דורכאויס די ישיבה יארן אבער דער החלטה דארף ווערן געמאכט ווען דאס קינד איז נאך קוים דרייצן.

ביי די קינדער ביז כיתה ט מעסט זיך די חשיבות פון א אינגל מיט מיידעלישע גלעזער, דהיינו מען לייגט געוויכט אויף חן, צו עס זאל זיין אויסזעהן אדער דער וועג פון רעדן און אזוי ווייטער, די פנימיות מאכט נישט אויס ווייל סקומט אין ערגעץ נישט צום אויבערפלאך, אפילו ביי די לימודים וועט א גוט אינגל נישט זיין דער וואס האט א שארף קעפל נאר דער וואס האט מער זיץ פלייש און געדולד, וויבאלד מען לערנט גרינגע זאכן אן קיין סאך דימענציעס ווי צו גיין ווייטער קומט אויס אז פונעם הבנהדיגן שטאנדפונקט איז אלעס בערך די זעלבע, די שאלה איז נאר ווער עס האט די בעסטע אויסגעהערט און אפטמאל וועט דער מלמד געבן דעם טיטל "גוטער אינגל" לויט זיינע חשבונות א שטייגער ווי געלט, אדער גאר א קינד פון א צובראכענע שטוב, קומט אויס אז פארן אינגל אן קיין ספעציעלע חן אדער שטוב וועט דער גוטער קאפ ווייניג העלפן.

הכלל, וואס עס געשעט אין כיתה טית איז אז די טערמינען פון "גוט" און "שלעכט" באקומען א גענצליך נייע באדייט, דער שטילער אינגל ווערט א העלד, און דער קעניג פון חדר ווערט אונטערגעזעצט פון זיין פון יארן אנגעווארעמטן בענקל, אויב וויל ער אז איינער זאל אים נאך אנקוקן האט ער צוויי אפציעס, 1.זיך זעצן לערנען אויב האט ער א גוטן קאפ. 2.אנהייבן דינען די נייע קעניגן מיט א געטריישאפט, אז נישט איז ער אויס, קיינער קוקט אים נישט אן, ער פאלט מבירא רמא לבירא עמיקתא.

ביי מיר איז די סיטואציע געווען אנדערש, פון אינמיטן כיתה חית האב איך אנגעהויבן צו זען די ליכטיקייט פון ענדע טונעל, אויף עפעס א וועג האבן די אזויגערופענע קעניגן פון חדר איינגעזען אז איך בין נישט סתם עפעס א שמוציגער האנטוך אין וואס מען ווישט זיך אפ, און איך האב אנגעהויבן געניסן פון זייער קאמפאניע און גלייכצייטיג געווארן א טייל פונעם סאציאלן חדר לעבן, מיין וועזן איז אקטיוויזירט געווארן און איך האב אריינגעלעבט ווי א פיש אין וואסער.

את חטאי אני מזכיר היום, כאטש עס רינען רייסט דאס הארץ ווען איך ריר אן דעם טייל פון מיין געשיכטע, אבער א גרויס חלק פון מיין דעמאלצדיגן ווידעראויפבוי איז געווען צו פארדאנקען דאס איך בין פארוואנדלט געווארן פון א נרדף צו א רודף, רדער לכל הפחות מיטגעשטאנען מיט די רדיפות כאטש כהאב ליידער זייער גוט געוואוסט דעם פיין וואס זי פאראורזאכט, אלע מיינע קינדערישע יארן האב איך געליטן פון רדיפות אבער איך האב גלייכצייטיג מקרב געווען אלע נרדפים וועלכע האבן אין מיר געזען א שטריק פון ווארעם גאלד אין וואס זיך אנצוכאפן אין צייט פון נויט, איך האב מיך מחיה געווען פון דעם געדאנק אז איך קען העלפן א צווייטן כאטש אין חבוש מתיר עצמו מן האסורים, ווי נאר איך האב געזען א וועג זיך ארויפצודראפען א שטאפל האב איך פון גרויס דערדריקעניש זיך באנוצט מיט יעדן מעגליכן מיטל.

מעגליך אז דער טויש איז געגאנגען צוזאמען, וויבאלד די אזויגערופענע קעניגן האבן שוין געפאקט פעק גרייטנדיג די שטוהלן פארן קומענדיגן דור שטערנס דהיינו לומדים און גוטע קעפ, איז סיי וועלכער אויער גוט געווען פאר זיי איז מיין ווערד ארויף, אבער בכל אופן האב איך מיר צוגעכאפט צו זייער פריינטשאפט און שטיצע נישט כאפנדיג אז ביז געציילטע חדשים וועלן זיי זיין די אונטערשטע פון שטייסל.

בקיצור דער טראנספארמאציע פון חדר צו ישיבה איז אנגעגאנגען אין פולן שוואונג, און איך האב אפערירט מיט מיינע קינדערישע השגות זעענדיג א סוף צו פיין אין מיין נייעם וועג נישט כאפנדיג אז דער באן צו סוקסעס פארט אין פארקערטן ריכטונג.

דער ערשטער קלאפ איז געווען מיין ערשטער וואך אין ישיבה קטנה, בעת דער עולם האט נאכגעהאנגען די אלטע שטילע נעבעכדיגע קינדער זיי זאלן לערנען מיט זיי בחברותא, בין איך געווען גאר צופרידן מיט צוויי נייע חדר חברים, קלוגשאפט און פארשטאנד איז ביי אונז נישט געווען קיין ארטיקל, אין דעם הינזיכט זענען מיר געווען מסתפקים במועט, בקיצור איך האב מיר קובע געווען מיט איינעם פאר שיעור עיון און שיעור פשוט און געפלאנט צו האקן א זמן אזויווי איך האב געשטרעבט אין חדר.
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
בפשיטות
שר האלף
תגובות: 1119
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2019 6:01 pm

Re: דער טאגבוך פון א מתמודד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בפשיטות »

שטארקער געדאנק! מתמודד קומסט אריין זייער קלאר!
גאלדענע פעדער און נאטורליכע שריפט!

מיר ווארטן מיט שפאנונג...
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: דער טאגבוך פון א מתמודד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

Wow
שוין לאנג וואס איך ווארט אויף אזא אשכול!
ווער רעדט נאך אז מתמודד שרייבט עס, קען נישט זיין בעסער!
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
אוועטאר
מיאושדיגער
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 24, 2017 8:39 pm
לאקאציע: ביז 2:00 אין בעט דערנאך אין ביהמ"ד און דערנאך אין...

Re: דער טאגבוך פון א מתמודד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיאושדיגער »

פיינער טאפיק מתמודד!
עס קען זיך מיר אפשר דאכטן אז איך האב קיין שום 'פראבלעם'. אבער דער אמת איז, אז מיינע 'פראבלעמען' זענען אזוי גרויס, אז איך בין שוין פשוט 'מיואש' צו האבן א 'פראבלעם' מיט זיי.
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: דער טאגבוך פון א מתמודד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

ווען דער אשכול ווערט פארטיג, גייט עס ווערן צוזאמענגענומען אין איין לאנגע פאעזיע?
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
Haklal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3978
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: דער טאגבוך פון א מתמודד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

Wow wow
דאס איז די שענסטע זאך וואס אייוועלט קען ברענגען
אין אמתן אריין וואלט מען ווען געדארפט פארלערנען אין די כתות וואס די שרייבסט דא
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: דער טאגבוך פון א מתמודד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

געוואלדיג! א דאנק פאר דיין קוראזש דאס צו טוען. כ'האב נאר געליינט די הקדמה דערווייל.

אפשר מאכן אן עקסטערן אשכול פאר קאמענטארן?
אוועטאר
הגות תבונות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 09, 2019 11:39 pm
לאקאציע: כעת פק"ק געטיסבורג, פא.

Re: דער טאגבוך פון א מתמודד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הגות תבונות »

איך ליין מיט דארשט. כ'וועל בל"נ נאר צוגעבן אויב כ'וועל האבן וואס.
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9899
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: דער טאגבוך פון א מתמודד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

wow
שטארקע אשכול. ווארטמיר אויף ווייטער
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
אוועטאר
בלא בלא בלא
שר האלף
תגובות: 1756
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 11:34 pm

Re: דער טאגבוך פון א מתמודד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלא בלא בלא »

איך מעג אריין רעדן לאורך הדרך מיט פאקטן?
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: דער טאגבוך פון א מתמודד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

בלא בלא בלא האט געשריבן:איך מעג אריין רעדן לאורך הדרך מיט פאקטן?

אזוי האט ער געבעטן אין די הקדמה
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
אוועטאר
בלא בלא בלא
שר האלף
תגובות: 1756
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 11:34 pm

Re: דער טאגבוך פון א מתמודד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלא בלא בלא »

Bissli האט געשריבן:
בלא בלא בלא האט געשריבן:איך מעג אריין רעדן לאורך הדרך מיט פאקטן?

אזוי האט ער געבעטן אין די הקדמה

פאקטן רעד איך איבער ''פאקטן איבער אים''...
און שוין!
שר האלפיים
תגובות: 2948
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 1:20 pm
לאקאציע: אין פיצא סטאר

Re: דער טאגבוך פון א מתמודד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך און שוין! »

געוואלדיגע געדאנק!
און??
און שוין!!

מיינע טראפעלעך...
. . . . .
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע: בין כל הרעשים

Re: דער טאגבוך פון א מתמודד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

Bissli האט געשריבן:ווען דער אשכול ווערט פארטיג, גייט עס ווערן צוזאמענגענומען אין איין לאנגע פאעזיע?

הלוואי....
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע: בין כל הרעשים

Re: דער טאגבוך פון א מתמודד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

ממוצע האט געשריבן:געוואלדיג! א דאנק פאר דיין קוראזש דאס צו טוען. כ'האב נאר געליינט די הקדמה דערווייל.

אפשר מאכן אן עקסטערן אשכול פאר קאמענטארן?

ווען מוועט האלטן מער אינמיטן אפשר.
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע: בין כל הרעשים

Re: דער טאגבוך פון א מתמודד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

בלא בלא בלא האט געשריבן:איך מעג אריין רעדן לאורך הדרך מיט פאקטן?

אונטער די קוליסן וועבט זיך א גאנצער מעמואר איבער @בלא בלא בלא.

דער כאפט נישט אז מיטן זיך אינדעטיפיצירן אלס מיינס א באקאנטער מיינט יעצט האלב איייוועלט אז ער וואוינט אין גואטעמאללע....
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
אוועטאר
בעסער אזוי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4617
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

Re: דער טאגבוך פון א מתמודד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסער אזוי »

הערליך שיין געשמאק, און די עיקר.. נאטירלעך ;l;p-
(--ווערטערלאז--)
אוועטאר
בלא בלא בלא
שר האלף
תגובות: 1756
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 11:34 pm

Re: דער טאגבוך פון א מתמודד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלא בלא בלא »

מתמודד האט געשריבן:
בלא בלא בלא האט געשריבן:איך מעג אריין רעדן לאורך הדרך מיט פאקטן?

אונטער די קוליסן וועבט זיך א גאנצער מעמואר איבער @בלא בלא בלא.

דער כאפט נישט אז מיטן זיך אינדעטיפיצירן אלס מיינס א באקאנטער מיינט יעצט האלב איייוועלט אז ער וואוינט אין גואטעמאללע....

:lol:
אוועטאר
מיאושדיגער
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 24, 2017 8:39 pm
לאקאציע: ביז 2:00 אין בעט דערנאך אין ביהמ"ד און דערנאך אין...

Re: דער טאגבוך פון א מתמודד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיאושדיגער »

מתמודד האט געשריבן:
בלא בלא בלא האט געשריבן:איך מעג אריין רעדן לאורך הדרך מיט פאקטן?

אונטער די קוליסן וועבט זיך א גאנצער מעמואר איבער @בלא בלא בלא.

דער כאפט נישט אז מיטן זיך אינדעטיפיצירן אלס מיינס א באקאנטער מיינט יעצט האלב איייוועלט אז ער וואוינט אין גואטעמאללע....

לץ! :lol:
עס קען זיך מיר אפשר דאכטן אז איך האב קיין שום 'פראבלעם'. אבער דער אמת איז, אז מיינע 'פראבלעמען' זענען אזוי גרויס, אז איך בין שוין פשוט 'מיואש' צו האבן א 'פראבלעם' מיט זיי.
מיכל
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 23, 2011 3:25 pm

Re: דער טאגבוך פון א מתמודד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיכל »

א נקודה וואס עלטערן אין קינדער צוגלייך פארזען זייער אפט:
א יעדער מקום אין די וועלט האט זיך זיינע תנאים צו קענען דארט מצליח זיין, קיין איינס איז נישט גלייך צום צווייטן, און חדר איז נישט קיין אויסנאם.
עס איז דא געוויסע 'טאלאנטן' וועלכע פעלן זיך אויס אדורכצושווימן די חדר יארן מיט הצלחה, נישט יעדער האט דאס, און עס איז נישט קיין אינדיקעיטאר אויף שפעטער אין לעבן.
עלטערן ווערן זייער צושאסן ווען זייערע קינדער זענען סאציאלע דורכפעלער אין חדר, זייער אסך מאל זאגט דאס אבער גארנישט איבער זייער כאראקטער אין די מינוט וועלכע זיי טרעטן ארויס פון דארט.
חדר איז נישט קיין גרינג פלאץ.
מתמודד האט זייער גוט ארויסגעברענגט אז קוואליטעט איז די לעצטע זאך וואס האט דארט א שויות.
כדאי צו וויסן.
אוועטאר
מיאושדיגער
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 24, 2017 8:39 pm
לאקאציע: ביז 2:00 אין בעט דערנאך אין ביהמ"ד און דערנאך אין...

Re: דער טאגבוך פון א מתמודד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיאושדיגער »

אמת. אבער אסאך מאל קענען די סאציאלע פראבלעמען צעשיסן א קינד עד דכדוכו אויף אייביג.
עס קען זיך מיר אפשר דאכטן אז איך האב קיין שום 'פראבלעם'. אבער דער אמת איז, אז מיינע 'פראבלעמען' זענען אזוי גרויס, אז איך בין שוין פשוט 'מיואש' צו האבן א 'פראבלעם' מיט זיי.
מיכל
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 23, 2011 3:25 pm

Re: דער טאגבוך פון א מתמודד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיכל »

נאך ווי...
עלטערן ברויכן זיין וואך דערצו און העלפן דאס קינד ווי ווייט מעגליך, איך האב נאר פרובירט אוועקצונעמען דעם זארג עלעמענט וואס אנבאלאנגט דאס קינד'ס שפעטערדיגע לעבן.
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: דער טאגבוך פון א מתמודד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

מתמודד, איך האב געליינט די הקדמה מיט די ערשטע פארזעצונג. דו ברענגסט מיר ארויף פארנעפלטע זכרונות פון ווען איך האב געלערנט אין חדר און איך בין געווען די צילברעט פאר רדיפות. מיר האט גענומען מער וואו ביז כתה ט' זיך ארויסצוזעהן פון דעם. און ס'זעהט אויס וואו איך וועל האבן וואס אריינצורעדן אין די נושא.

הצלחה רבה, איך גיב דיר חיזוק זאלסט אנגיין ווייטער מיט דיין עבודת הקודש, אפי' ס'קומט דיר אן שווער. גיי אן מיט א שטארקקייט.

הק' גרויסע עם הארץ
עכט היימיש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4289
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

Re: דער טאגבוך פון א מתמודד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט היימיש »

מתמודד האט געשריבן:
בלא בלא בלא האט געשריבן:איך מעג אריין רעדן לאורך הדרך מיט פאקטן?

אונטער די קוליסן וועבט זיך א גאנצער מעמואר איבער @בלא בלא בלא.

דער כאפט נישט אז מיטן זיך אינדעטיפיצירן אלס מיינס א באקאנטער מיינט יעצט האלב איייוועלט אז ער וואוינט אין גואטעמאללע....

אדער אז ענק ביידע ארבעטן פאר מאמענט.
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”