סעיפטי ביי גרעסערע פארזאמלונגען

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
לייטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9019
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

סעיפטי ביי גרעסערע פארזאמלונגען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייטער »

שטייענדיג נאך די שוידערליכע טראגעדיע אין אתרא קדישא מירון תשפ"א, איז וויכטיג אויסצושמועסן געדאנקן וועגן סעפטי ביי גרעסערע פארזאמלונגען, זייער מעגליך אז עסקנים קאארדענעיטאר אנפירער און צייטונג שרייבער וועלן ארויסנעמען וויכטיגע פוינטס עצות געדאנקען בעז"ה

אישוס
שטארקע פארענטשעס, סמיז קענען דערהייבן די פרעשור פון טאנצן און שפרינגען

ארויסגענג exit
גענוג ארויסגענג, קאארדינאציע ביי איעדע ארויסגאנג

טרעפ ביי ארויסגענג וואס מקען פאלן ה'י אינטער שווערע דריק פון כסדרדיגע פיילס און כוואליעס מענטשן דאמינא ה'י

אין פאל עס ברעכט אויס א א פאניק און יעדער וויל ארויסלויפן

קענען אפשטעלן צייטליך מוזיק אדער ספיקערס שנעל אויב ספעלט אויס

מאכן זיכער אז די פלאר פינעם בנין קען דערהייבן פרעשור פון טאנצן און שפרינגען

גענוג הילף און אקוויפמענט על כל... שלא תבא

איינער אויפן אויבן אן זאל האבן בעסיק סקילס וויאזוי צו אנפירן און מענידזשן עני קאמליקעיטעד סיטואציע

און נאך און נאך אישוס וואס מדארף ארויפברענגן פראבלעמען און עצות
לעצט פארראכטן דורך לייטער אום זונטאג מאי 02, 2021 11:40 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
לשם ייחוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 18, 2020 10:49 pm

Re: סעפטי ביי גרעסערע פארזאמלונגען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לשם ייחוד »

א דאנק פארן עפענען די אשכול! זייער זייער וויכטיג.
פתחיה
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 9:16 pm

Re: סעפטי ביי גרעסערע פארזאמלונגען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פתחיה »

אה ענדליך רעדט איינער צום זאך. איך דערמאן זיך עטליכע יאר צוריק אין ארמארי ביי א אירוע. פאר וואס א סיבה איז דער אריינגאנג פון מארסי געווען אריין און ארויס אן א דיוויידער. עפעס אינמיטן נאך וואס דער רבי איז אריין האט א גרויסער עולם זיך געלאזט צום ארויסגאנג און הינדערטער זענען אריין פון זעלבן ריכטונג. בין געווען מיט א קינד עס איז געווארן א געפערליך פרעשור פנים כנגד פנים כ'האב געפילט סכנת חיים מען האט אנגעהויבן שרייען היסטעריש די אריינקומען זאלן זיך צוריקציען ביז מען האט געקענט ארויס. דעמאלטס פארשטאנען אז א קליינער דעטאל אז מען פארזעט קען קאסן מאסן קרבנות ל"ע.
לשם ייחוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 18, 2020 10:49 pm

Re: סעפטי ביי גרעסערע פארזאמלונגען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לשם ייחוד »

די זאכן וואס די דערמאנסט זענען בעסיקלי פאר די עסקנים.
מדארף אויך רעדן צו די עולם איבער סעיפטי, מזאל פאלגן וואס מהייסט, ווען מזעהט אז מענטשן פראנט פון דיך שטייען זאל מען חס וחלילה בשום אופן נישט שטופן.
און ווען משרייט סכנת נפשות זאל מען נישט מיינען אז סאיז איבערגעטריבן ווייל ליידער איז עס נישט...
פתחיה
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 9:16 pm

Re: סעפטי ביי גרעסערע פארזאמלונגען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פתחיה »

לשם ייחוד האט געשריבן:די זאכן וואס די דערמאנסט זענען בעסיקלי פאר די עסקנים.
מדארף אויך רעדן צו די עולם איבער סעיפטי, מזאל פאלגן וואס מהייסט, ווען מזעהט אז מענטשן פראנט פון דיך שטייען זאל מען חס וחלילה בשום אופן נישט שטופן.
און ווען משרייט סכנת נפשות זאל מען נישט מיינען אז סאיז איבערגעטריבן ווייל ליידער איז עס נישט...

טויזנט פראצענט. מען דארף אנהייבן צו חזר'ן מיט קינדער און בחורים "נישט שטופן". דאס גאנצע שטופן קאלטור, מען גייט זיך שטופן וכולי פעלט שוין נישט אויס אין תשפ"א.
געדענקסט נאך
שר חמש מאות
תגובות: 540
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 25, 2017 3:02 pm

Re: סעפטי ביי גרעסערע פארזאמלונגען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געדענקסט נאך »

איך זעה נישט דעם חידוש פונעם אשכול,

יעדע גרעסערע מקום האט סעיפטי גיידליינס וועלכע די שטאט שטעלט אוועק, ווי למשל, וויפיל מענטשן זענען ערלויבט זיך צו געפינען אינעם פלאץ, וויפיל עקסיטז עס דארפן זיין, יעדע עקזיט דארף האבן א סיין, יעדע גרויסע מקום האט לעגאל א עווועקיאציע פלאן אויף פאפיר, פארענטשעס האט א קלארע לימיטס וויפיל פונט עס קען פארנעמן, וכו' וכו' .

נאר וואס , די גבאים פונעם רבי'ן האבן גאנץ אנדערע חשבונות און גיידליינס, און די סעיפטי גיידליינס ווערן איגנארירט.
לעצט פארראכטן דורך געדענקסט נאך אום זונטאג מאי 02, 2021 11:47 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
פרישוואסער
שר האלף
תגובות: 1865
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 10, 2016 12:14 pm

Re: סעפטי ביי גרעסערע פארזאמלונגען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישוואסער »

לייטער האט געשריבן:שטייענדיג נאך די שוידערליכע טראגעדיע אין אתרא קדישא מירון תשפ"א, איז וויכטיג אויסצושמועסן געדאנקן וועגן סעפטי ביי גרעסערע פארזאמלונגען, זייער מעגליך אז עסקנים קאארדענעיטאר אנפירער און צייטונג שרייבער וועלן ארויסנעמען וויכטיגע פוינטס עצות געדאנקען בעז"ה

אישוס
שטארקע פארענטשעס, סמיז קענען דערהייבן די פרעשור פון טאנצן און שפרינגען

ארויסגענג exit
גענוג ארויסגענג, קאארדינאציע ביי איעדע ארויסגאנג

טרעפ ביי ארויסגענג וואס מקען פאלן ה'י אינטער שווערע דריק פון כסדרדיגע פיילס און כוואליעס מענטשן דאמינא ה'י

אין פאל עס ברעכט אויס א א פאניק און יעדער וויל ארויסלויפן

קענען אפשטעלן צייטליך מוזיק אדער ספיקערס שנעל אויב ספעלט אויס

מאכן זיכער אז די פלאר פינעם בנין קען דערהייבן פרעשור פון טאנצן און שפרינגען

גענוג הילף און אקוויפמענט על כל... שלא תבא

און נאך און נאך אישוס וואס מדארף ארויפברענגן פראבלעמען און עצות

1)נישט לייגען קיינמאל קיין פארענטשעס ביי א וועג וואס פירט צו א טיר (אין זיכער נישט בלאקירען א EXIT מיט פארענטשעס),

2)אויסשטעלען טישען ביי א גרויסע טיש אדער מסיבה אז די דורכגענג זאלען פירען צו א טיר אז אין פאל מען מיז לויפען זאל מען נישט ווערן געבלאקט דורך טישען,

3)בענק איז געווענטליך א גרויסער שטער אין פאל מען מיז לויפן, בענקליך איז גרינגער צו ריקען,

4) סזאל זיין א אינדעפענדעט זיכערהייט אויפזעהער אין א יעדע מוסד/קהילה אין זאל, וואס קען הייסן וואס יא אדער נישט צו טיען,

געדענקסט נאך האט געשריבן:איך זעה נישט דעם חידוש פונעם אשכול,

יעדע גרעסערע מקום האט סעיפטי גיידליינס וועלכע די שטאט שטעלט אוועק, ווי למשל, וויפיל מענטשן זענען ערלויבט זיך צו געפינען אינעם פלאץ, וויפיל עקסיטז עס דארפן זיין, יעדע עקזיט דארף האבן א סיין, יעדע גרויסע מקום האט לעגאל א עווועקיאציע פלאן אויף פאפיר, פארענטשעס האט א קלארע לימיטס וויפיל פונט עס קען פארנעמן, וכו' וכו' .

יא יא ווען מען פאלגט

נאר וואס , די גבאים פונעם רבי'ן האבן גאנץ אנדערע חשבונות און גיידליינס, און די סעיפטי גיידליינס ווערן איגנארירט.
געדענקסט נאך
שר חמש מאות
תגובות: 540
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 25, 2017 3:02 pm

Re: סעפטי ביי גרעסערע פארזאמלונגען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געדענקסט נאך »

פרישוואסער האט געשריבן:

דאס איז דאך גענוי וואס איך זאג
אוועטאר
פרישוואסער
שר האלף
תגובות: 1865
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 10, 2016 12:14 pm

Re: סעיפטי ביי גרעסערע פארזאמלונגען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישוואסער »

לערנען דעם עולם אין אפילו די קינדער אין די חדרים אין שולעס וואס דאס מיינט א EXIT
אוועטאר
פרישוואסער
שר האלף
תגובות: 1865
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 10, 2016 12:14 pm

Re: סעפטי ביי גרעסערע פארזאמלונגען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישוואסער »

פרישוואסער האט געשריבן:
לייטער האט געשריבן:שטייענדיג נאך די שוידערליכע טראגעדיע אין אתרא קדישא מירון תשפ"א, איז וויכטיג אויסצושמועסן געדאנקן וועגן סעפטי ביי גרעסערע פארזאמלונגען, זייער מעגליך אז עסקנים קאארדענעיטאר אנפירער און צייטונג שרייבער וועלן ארויסנעמען וויכטיגע פוינטס עצות געדאנקען בעז"ה

אישוס
שטארקע פארענטשעס, סמיז קענען דערהייבן די פרעשור פון טאנצן און שפרינגען

ארויסגענג exit
גענוג ארויסגענג, קאארדינאציע ביי איעדע ארויסגאנג

טרעפ ביי ארויסגענג וואס מקען פאלן ה'י אינטער שווערע דריק פון כסדרדיגע פיילס און כוואליעס מענטשן דאמינא ה'י

אין פאל עס ברעכט אויס א א פאניק און יעדער וויל ארויסלויפן

קענען אפשטעלן צייטליך מוזיק אדער ספיקערס שנעל אויב ספעלט אויס

מאכן זיכער אז די פלאר פינעם בנין קען דערהייבן פרעשור פון טאנצן און שפרינגען

גענוג הילף און אקוויפמענט על כל... שלא תבא

און נאך און נאך אישוס וואס מדארף ארויפברענגן פראבלעמען און עצות

1)נישט לייגען קיינמאל קיין פארענטשעס ביי א וועג וואס פירט צו א טיר (אין זיכער נישט בלאקירען א EXIT מיט פארענטשעס),

2)אויסשטעלען טישען ביי א גרויסע טיש אדער מסיבה אז די דורכגענג זאלען פירען צו א טיר אז אין פאל מען מיז לויפען זאל מען נישט ווערן געבלאקט דורך טישען,

3)בענק איז געווענטליך א גרויסער שטער אין פאל מען מיז לויפן, בענקליך איז גרינגער צו ריקען,

4) סזאל זיין א אינדעפענדעט זיכערהייט אויפזעהער אין א יעדע מוסד/קהילה אין זאל, וואס קען הייסן וואס יא אדער נישט צו טיען,

5)טירען מיט א EXIT סיין טאר בשו"א נישט ווערן פארשפארט 24 שעה א טאג 7 טעג א וואך
גליטשעדיג
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2014 7:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גליטשעדיג »

חברה הצלה צוזאמען מיט די קאמפאניס וואס פירן גרויסע עווענטס, דארפן האבן א Multi-Casualty Incident פלאן אין פלאץ, פאר יעדע ריזיגע פארזאמלונג פון טויזנטער מענטשן על כל צרה שלא תבא, אזוי ווי הקפות, הדלקות, גרויסע חתונה וכדומה.

ר' יצחק בערנאט ברענגט ארויס אין א אינטערוויו וויאזוי מען האט גענוצט רואיגקייט און חכמה אויסצוליידיגן דעם חצר המערה אן פאניק, נישט אויסגעפאלגט די פאליציי וואס איז געווען פארלוירן.

ביי איינע פון די ריזיגע פארזאמלונגען איז געווען א מדובר אז די סטאדיום לאזט נישט אויסלעשן די סקרינס, ווייל מען זאל קענען געבן אנווייזונגען פאר'ן ציבור, יעצט זעט מען אז די זאכן זענען נישט קיין זשאוקס, עס קען באמת ראטעווען לעבנס.
אוועטאר
פרישוואסער
שר האלף
תגובות: 1865
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 10, 2016 12:14 pm

Re: סעפטי ביי גרעסערע פארזאמלונגען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישוואסער »

פרישוואסער האט געשריבן:
לייטער האט געשריבן:שטייענדיג נאך די שוידערליכע טראגעדיע אין אתרא קדישא מירון תשפ"א, איז וויכטיג אויסצושמועסן געדאנקן וועגן סעפטי ביי גרעסערע פארזאמלונגען, זייער מעגליך אז עסקנים קאארדענעיטאר אנפירער און צייטונג שרייבער וועלן ארויסנעמען וויכטיגע פוינטס עצות געדאנקען בעז"ה

אישוס
שטארקע פארענטשעס, סמיז קענען דערהייבן די פרעשור פון טאנצן און שפרינגען

ארויסגענג exit
גענוג ארויסגענג, קאארדינאציע ביי איעדע ארויסגאנג

טרעפ ביי ארויסגענג וואס מקען פאלן ה'י אינטער שווערע דריק פון כסדרדיגע פיילס און כוואליעס מענטשן דאמינא ה'י

אין פאל עס ברעכט אויס א א פאניק און יעדער וויל ארויסלויפן

קענען אפשטעלן צייטליך מוזיק אדער ספיקערס שנעל אויב ספעלט אויס

מאכן זיכער אז די פלאר פינעם בנין קען דערהייבן פרעשור פון טאנצן און שפרינגען

גענוג הילף און אקוויפמענט על כל... שלא תבא

און נאך און נאך אישוס וואס מדארף ארויפברענגן פראבלעמען און עצות

1)נישט לייגען קיינמאל קיין פארענטשעס ביי א וועג וואס פירט צו א טיר (אין זיכער נישט בלאקירען א EXIT מיט פארענטשעס),

2)אויסשטעלען טישען ביי א גרויסע טיש אדער מסיבה אז די דורכגענג זאלען פירען צו א טיר אז אין פאל מען מיז לויפען זאל מען נישט ווערן געבלאקט דורך טישען,

3)נישט ניצען בענק ווייל בענק איז געווענטליך א גרויסער שטער אין פאל מען מיז לויפן, בענקליך איז גרינגער צו ריקען,

4) סזאל זיין א אינדעפענדעט זיכערהייט אויפזעהער אין א יעדע מוסד/קהילה אין זאל, וואס קען הייסן וואס יא אדער נישט צו טיען,
לשם ייחוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 18, 2020 10:49 pm

Re: סעיפטי ביי גרעסערע פארזאמלונגען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לשם ייחוד »

אויך דארף זיין איינער וואס איז אין קאמיוניקעישאן מיט די פאליציי אויף די פלאץ פון די סכנה וואס ער זאל איבערנעמען די מייק סיסטעם און געבן אנווייזונגען.
אין מירון קוקט נישט אויס ווי דאס איז געווען, די פאליציי האט פראבירט צו זאגן פאר די מענטשן פון אונטן זיך צוריצודרייען אבער מהאט זיי נישט געהערט.
פרעג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 271
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 11:43 pm

Re: סעפטי ביי גרעסערע פארזאמלונגען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעג »

געדענקסט נאך האט געשריבן:נאר וואס , די גבאים פונעם רבי'ן האבן גאנץ אנדערע חשבונות און גיידליינס, און די סעיפטי גיידליינס ווערן איגנארירט.

??
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

Re: סעפטי ביי גרעסערע פארזאמלונגען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

פרעג האט געשריבן:
געדענקסט נאך האט געשריבן:נאר וואס , די גבאים פונעם רבי'ן האבן גאנץ אנדערע חשבונות און גיידליינס, און די סעיפטי גיידליינס ווערן איגנארירט.

??

ווילסט וויסן וועלכע רבי?
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
פרישוואסער
שר האלף
תגובות: 1865
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 10, 2016 12:14 pm

Re: סעפטי ביי גרעסערע פארזאמלונגען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישוואסער »

פרעג האט געשריבן:
געדענקסט נאך האט געשריבן:נאר וואס , די גבאים פונעם רבי'ן האבן גאנץ אנדערע חשבונות און גיידליינס, און די סעיפטי גיידליינס ווערן איגנארירט.

??

וואאס "פרעג"סטו?
גליטשעדיג
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2014 7:04 pm

Re: סעפטי ביי גרעסערע פארזאמלונגען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גליטשעדיג »

געדענקסט נאך האט געשריבן:נאר וואס , די גבאים פונעם רבי'ן האבן גאנץ אנדערע חשבונות און גיידליינס, און די סעיפטי גיידליינס ווערן איגנארירט.

אבי געלייגט א נאס לאלעך...

די רבי'ס און די גבאים פון רבי'ן ווילן נישט עס זאל קומען לידי סכנה. ווען סתם א יוקעל (בעיניהם) קומט עפעס זאגן וועלן זיי אים אסאך מאל נישט אויסהערן טראכטנדיג אז ער וויל סתם דרייען א קאפ. אבער ווען א מענטש מיט אויטאריטי אדער עקספיריענס איבער א נושא וועט קומען זאגן אויף א זאך א ס'איז א סכנה, וועט מען אים בפירוש יא אויסהערן.
געדענקסט נאך
שר חמש מאות
תגובות: 540
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 25, 2017 3:02 pm

Re: סעפטי ביי גרעסערע פארזאמלונגען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געדענקסט נאך »

פרעג האט געשריבן:
געדענקסט נאך האט געשריבן:נאר וואס , די גבאים פונעם רבי'ן האבן גאנץ אנדערע חשבונות און גיידליינס, און די סעיפטי גיידליינס ווערן איגנארירט.

??

וועלכע חלק פארשטייט איר נישט?
ווערעצקי
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

Re: סעפטי ביי גרעסערע פארזאמלונגען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווערעצקי »

לשם ייחוד האט געשריבן:די זאכן וואס די דערמאנסט זענען בעסיקלי פאר די עסקנים.
מדארף אויך רעדן צו די עולם איבער סעיפטי, מזאל פאלגן וואס מהייסט, ווען מזעהט אז מענטשן פראנט פון דיך שטייען זאל מען חס וחלילה בשום אופן נישט שטופן.
און ווען משרייט סכנת נפשות זאל מען נישט מיינען אז סאיז איבערגעטריבן ווייל ליידער איז עס נישט...

גראדע זייער א וויכטיגע און שווערע נקודה, פאר ווער עס קען די מענטאליטעט פון די ארץ ישראל'דיגע מענטשן.
איך מיין ח"ו גארנישט פערזענליך, און לאו דוקא די קנאים, ירושלימער אידן, עס איז בכלל אזא מיטל-מזרח מענטאליטעט (היציגע בלוט ועוד).
די פאליציי ארבעט נאר מיט כח, נישט מיט מח, און דאס זעלבע די מענטשן.
דערפאר, גייען דארטן פראטעסטן ארויס פון קאנטראל אין פינף מינוט, נישט דוקא ביי די קנאי'שע, נאר יעדע סארט פראטעסט וואס קומט דארט פאר.
עס איז איינגעגעסן אין די בלוט זיך צו קריגן מיט די פאליציי, און עס וועט זיך זייער שווער טוישן.
דאס זעלביגע איז בנוגע דרייוון, מ'דרייווט דארט מורא'דיג ווילד און שנעל, די ראודס זענען פיל מאל געבויעט אויף א מסוכנ'דיגע וועג, און עולם כמנהגו נוהג.
ועוד ועוד יש להאריך בזה. אבער הצד השוה שבהם, אז די מענטאליטעט דארטן איז אנדערש פון אמעריקע אדער אייראפע.
ממילא, אלעס וואס מען קלערט - מיט א דרויסענדיגע בליק - אז מען קען טוהן, איז אפשר גוט אין אמעריקע, נישט אין ארץ ישראל.
השם ירחם.
זייט מתפלל אז נחמי' צבי בן דינה זאל באפרייט ווערן פון תפיסה בקרוב.
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: סעיפטי ביי גרעסערע פארזאמלונגען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

אין ישיבה גדולה סאטמאר אין קווינס האט די פייער דעפט. פארלאנגט צו אינסטאלירן א ספעציעלע מייק סיסטעם אינטעגרירט צוזאמען מיט די פיעער בעלס צו קענען אנאסירן אנווייזונגען אין פאל פון א עוויקאציע

אין מיינע צייטן פלעגט מאכן פייער דרילס, סגייט נאכאלס אן?
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
ישרן
שר חמש מאות
תגובות: 749
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 07, 2019 12:11 am

Re: סעיפטי ביי גרעסערע פארזאמלונגען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישרן »

זייער זיער א וויכטגע אשכול.
איז עמיצן שוין איינגעפאלן צו לייגן א מעטל דיטעקטאר ווען מגייט אריין צו גרויסע חסידישע אירועים?
יא א מעטל דיטעקטאר!!!!!!
וואס איז עס איז א גוי'שע זאך???
סוואלט געווען א מצוה גדולה דאס איינצופירן.
שטיגליץ
שר חמש מאות
תגובות: 731
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 01, 2016 11:23 am

Re: סעיפטי ביי גרעסערע פארזאמלונגען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטיגליץ »

איינע פון די וויכטיגסטע זאכן

מען זאל זיך ענדערש זארגן צוצושטעלן די ברייטסטע פלאץ פארן ציבור ענדערש ווי וויאזוי די בילדער וועלן אויסקומען.

ויותר ממה שנקרא בספר כתוב כאן.

אין אנדערע ווערטער, טוישן די פריאריטעט, סעיפטי איז נישט א זאך וואס די פייער דעפארטמענט פארלאנגט און מען מוז זיי נאכגעבן, אפילו ווען זיי פארלאנגען נישט זאל מען אנרופן זיי אדער אנדערע עקספערטן און פרעגן וויאזוי קען איך מאכן דעם מעמד פארזיכערט.
אמאל פלעגן מאנכע פראבירן איבערצושרייבן היסטאריע, היינט פראבירט מען דיר צו איבערצייגן אז אפילו דאס וואס דו זעהסט, הערסט, און שפירסט איז אויכעט פאלטש......
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5022
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: סעיפטי ביי גרעסערע פארזאמלונגען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעסיידס »

סאיז דא דא אין אמעריקע געהעריגע פארשריפטען ביי יעדע מסיבה אין עסקנים וואס זיצען אויף אלע דיטעלס, וויאזוי קען מען בכלל מדמה זיין א זאך וואס איין חסידות פירט אן צי מירון, סאיז אזוי אנדערש אויף אזויפיל וועגען,

סקוקט אויס ווי מענטשען דא זענען בכלל נישט באהאווענט אין די זאכען
סאיז סתם איבריג לדעתי אין אויב עפעס קען עס מאכען פראבלעמען, וואס מיינט עטס טוט מען אין קאמענד צענטער? אין די צייט וואס די מיט דיין בחורים פרענדס זענען ביזי חוזק צי מאכען פון די אלע לעלוס,
דא איז נישט ארץ ישראל בכלל נישט ביטע מישט נישט אויס

אין בכלל וואזוי קען מען מדמה זיין די קולטור וואזוי היימישע מענטשען עקטען צי די אלע ערליי ברואים וואס די איזרעלי קולטור געט ארויס? עטס מיינטס אז קיינער האט זיך נאך קיינמאל איבער געדרייט דא? די נעטשרול ריעקשען פון די מענטשען דא איז אינגאנצען אנדערש מלייגט צי קאפ אויף די סאראנדינג מטראכט פון יענעם רוב עולם אין שול קען זיך מפארשטייט זיך אויפן ווינק סאיז איינגעבאקען,

סקוקט אויס ווי געוויסע שרייבער דא זענען קיינמאל געווען אין מירון אז מקען מדמה זיין, האסט שוין אמאל געזען אין מירון ווי טויזענטע מענטשען טאנצען אין חצר אויף איין דירעקשען פינעף נאכמיטאג אן קיין טראפ לופט צינופגעפרעסט ווי הערינג אינמיטען פאנטשען זיך אריין א גרופע סאבראס בריונים מיט ווייסע ארויסגעלאזטע העמעדער -50 אין א צאל- עקס צהלניקעס אין גייען פארקערט ווי די רינג אין פאנטשען מיט געביילטע פויסטען אין דערשטיקען יעדעם מיט זייער עלענבויגען כאי קיינער עקזעסטירט נישט, בשבילי נברא העולם, כאי זיי ליידען אויף אויטיזעם אדער אויף אספערגערס,
אין דער עולם שלינגט עס ? זאג מיר האסטו שוין אמאל געזען אזא זאך דא ביי א כ"א כסליו אדער א מסיבה וואס יוצאי נייטרע מאכען?

און אין מירון האט יעדע בר דעת געוויסט אז סאיז ריזיגע פראבלעמס מהאט נאר נישט געקענט הענדלען די פאליטיק וואס קומט מיט מיט די איזרעליס פון "אלע" שיכטען אין קרייזען

מלייגט אריין מוראדיגע כוחות אין סעפטי אייביג דא
ודאי איז אייביג דא פלאץ איבערציקוקען אין אודאי ברויך מען אייביג האבען א סייתא דשמיא
לעצט פארראכטן דורך פאלעסיידס אום דינסטאג מאי 04, 2021 1:20 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
כמים שאין להם סוף
שר האלף
תגובות: 1310
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 18, 2019 4:30 pm

Re: סעיפטי ביי גרעסערע פארזאמלונגען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כמים שאין להם סוף »

פאלעסיידס האט געשריבן:סאיז דא דא אין אמעריקע געהעריגע פארשריפטען ביי יעדע מסיבה אין עסקנים וואס זיצען אויף אלע דיטעלס, וויאזוי קען מען בכלל מדמה זיין א זאך וואס איין חסידות פירט אן צי מירון, סאיז אזוי אנדערש אויף אזויפיל וועגען,

סקוקט אויס ווי מענטשען דא זענען בכלל נישט באהאווענט אין די זאכען
סאיז סתם איבריג לדעתי אין אויב עפעס קען עס מאכען פראבלעמען, וואס מיינט עטס טוט מען אין קאמענד צענטער? אין די צייט וואס די מיט דיין בחורים פרענדס זענען ביזי חוזק צי מאכען פון די אלע לעלוס,
דא איז נישט ארץ ישראל בכלל נישט ביטע מישט נישט אויס

אין בכלל אין מירון האט יעדע בר דעת געוויסט אז סאיז ריזיגע פראבלעמס מהאט נאר נישט געקענט הענדלען די פאליטיק וואס קומט מיט מיט די איזרעליס,

מלייגט אריין מוראדיגע כוחות אין סעפטי אייביג דא
ודאי איז אייביג דא פלאץ איבערציקוקען אין אודאי ברויך מען אייביג האבען א סייתא דשמיא

לאמיר אנכאפן א משל שמחת תורה ביי הקפות אדער סתם א גרויסע טיש ווי עס איז דא טויזנטער מענטשן און עס איז נישט דא קיין קאמענד צענטער וואס געשעהט אויב הונדערטער מענטשן אויפאיינמאל דארפן ארויס לויפן? עס דארף קלאר יא זיין א מהלך ווי אזוי צו פארזיכערן אז עס מען זאל ח"ו נישט צוקומען צו קיין סכנה.
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”