Random אוויאציע ידיעות

פארשידענע רייכע ידיעות און וויסנשאפטליכע טעאריעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
Ivelt Cockpit
שר חמישים ומאתים
תגובות: 272
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2020 11:19 pm
לאקאציע: ביי די קאנטראלס

Random אוויאציע ידיעות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ivelt Cockpit »

צו מיין הונדערטסטע תגובה אויף אייוועלט נעם איך אונטער א נייע פראיעקט אויסצושמועסן פון צייט צו צייט איין נושא אין אוויאציע וואס קען זיין אינטערעסאנט פאר די ליינער.
אנדערש ווי די אוויאציע סעריע (צו וועלכע איך האף נאך צוריקצוקומען אויב די אינטערעסע וועט שטייגן) וועלכע גייט לויט א סדר פון נושאים איינס נאכן צווייטן, איז די דאזיגע ווינקל דעזיגנירט צו אויסשמועסן אין יעדע תגובה אן אנדערע שלא כסדר'דיגע נושא. די נושאים קענען זיין היסטאריע, א באוואוסטע עראפלאן געשיכטע, אן אינטערוויו מיט איינגעשטעלטע אין די אינדוסטריע, ביאגראפיע פון אוויאציע פיגורן, גאווערמענט רעגולאציע, עירליין פראצעדורן און וואס נישט...
איך האף אז דער עולם וועט הנאה האבן, און ביטע שיקטס א אימעיל צו אייוועלטקאקפיט@דזשימעיל.קאם אויב האט איר א שאלה וואס איר ווילט מ'זאל אויסשמועסן אין דעם ווינקל, אדער א נושא אויף וועלכע איר וואלט געוואלט הערן מער, און אויב וועל איך האבן א ידיעה אין דעם וועל איך שרייבן וועגן דעם אם ירצה השם. (איך פלאן נישט צו גוגלען די נושא ווען איינער פרעגט וועגן דעם, דאס קענט איר אליינס טוהן).

ביטע לייגן הערות נאר אין די אוויאציע דיסקוסיע אשכול.

צום באדויערן האט די ווארט "random" נישט קיין אידישע אפטייטש און איך זוך נאך א פאסיגערע נאמען פאר דעם אשכול, פליז קומטס אריין מיט הצעות.

און יעצט, לאמיר אנצינדן די סיעטבעלט סיין און האבן אביסל Block time!
לעצט פארראכטן דורך Ivelt Cockpit אום דאנערשטאג אפריל 15, 2021 12:23 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
Ivelt Cockpit
שר חמישים ומאתים
תגובות: 272
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2020 11:19 pm
לאקאציע: ביי די קאנטראלס

Re: Random אוויאציע ידיעות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ivelt Cockpit »

#1 - Block time
Block time האט ער געזאגט? וואס איז דאס?
לאמיר געוואויר ווערן!

פארהאן עטליכע וועגן צו רעכענען ווי לאנג ס'דויערט צו פליען פון איין פלאץ צום צווייטן. למשל, אויב איך וויל פליען פון ניו יארק קיין לאנדאן (א וועג וואס איך בין נאך קיינמאל נישט געפלויגן גראדע) ווייס איך אז די וועג דויערט ארום 7 שעה, אבער איך דארף צולייגן בערך צוויי און אהאלב שעה צו זיין אין עירפארט פאר די צייט פון די פלייט, און נאך ארום 45 מינוט (געוואנדן אין די עירפארט) צו פארן צום עירפארט, פלאס די צייט וואס ס'דויערט מיך צו דורכגיין פאספארט קאנטראל און baggage claim און פארן צו מיין דעסטינאציע ביים אנקומען אהין.
עירליינס האבן אויך אזעלכע און ענליכע חשבונות, ס'איז דא די צייט וואס ס'דויערט פאקטיש צו פליען, אבער זיי דארפן אויך האבן א חשבון ווען די עראפלאן דארף שוין זיין ביים געיט, און אויך די צייט פון ווען ס'פארט פון די געיט צום ראנוועי, א.א.וו.

איינס פון די קאטעגאריעס פון צייטן ווערט גערופן block time.
ווען אן עראפלאן פארקט ביים געיט קומען ארבעטער אויף די ערד (ground crew) און לייגן אראפ chocks ביי ביידע זייטן פון די רעדער וואס בלאקירט די רעדער פון זיך קענען דרייען ווייטער. די סיבה פארוואס מ'דארף האבן אזעלכע סטאפערס און ס'איז נישט גענוג עס צו לייגן אויף פארק אזויווי א קאר, איז ווייל די פינס וואס ווערן אריינגערוקט אין די רעדער עס צו פארקן ווערן געהאלטן דארט מיט א סארט פרעשור וואס קען אויסוועפן נאך אפאר שעה און די פליגער קען זיך נעמען אוועקראולן און ס'איז זייער אומפראקטיש אז אזאנס זאל פאסירן, פשוט ווייל מ'דארף עס האבן דארט פאר די נעקסטע פלייט…
דערנאך ווען די פליגער דארף זיך ווידער הייבן וועלן די ארבעטער אוועקרוקן די chocks און א טראק וועט קומען ארויסשטופן די פליגער פון די געיט, די עראפלאן וועט פארן ביזן ראנוועי (taxiing), זיך הייבן, לאנדן און chocks וועלן ווידער ווערן צוריקגעשטעלט.
די צייט פון ווען מ'נעמט אוועק די chocks פארן ארויספארן, און ביז ווען מ'לייגט עס צוריק נאכן אנקומען, דאס איז block time!
Chocks (1).JPG
Chocks (1).JPG (41.79 KiB) געזען 4918 מאל

די chocks צופיסנס פונעם פליגער (בילד קרעדיט: https://commons.wikimedia.org/w/index.php?curid=1719731)
די בלאק-טיים נעמט אריין מער צייט ווי די עצם פליען, ווייל דאס רעכנט אויך אריין דאס ווערן ארויסגעשטופט פון די געיט (pushback), פארן צום ראנוועי (taxiing), און taxiing צום געיט נאכן לאנדן.
דער צייט ווערט פארצייכנט ביי יעדן פלייט ווי לאנג עס האט געויערט און איז די סטאנדארט ביי עירליינס צו רעכענען לויט דעם אסאך זאכן. ערשטנס זענען דא אסאך עירליינס (נישט אלע) וואס די פילאטן און\אדער פלייט אטענדענטס ווערן באצאלט פאר זייערע שעות נאר פאר דעי צייט, אויך פארצייכענען זיך עס פילאטן אין זייערע רעקארדס צו וויסן וויפיל שעות פון עקספעריענס זיי האבן אין פאקטיש פירן דעם פליגער.

און וואו איז דאס נוגע פאר די מענטשן צווישן אונז וואס פירן נישט אן קיין עירליין?
לאמיר צוריקגיין צו מיין פלייט פון ניו יארק קיין לאנדאן, ווען איך וועל זוכן אויף גוגל פלייטס וועט ארויפקומען מיט יעדע פלייט א צייט ווי לאנג ס'דויערט, די צייט איז נישט ווי לאנג מ'גייט זיין אין די לופט - ווייל דאס איז כמעט די זעלבע פאר יעדעם - און אויך נישט ווי לאנג ס'וועט זיין פון boarding ביזן אראפשטייגן, נאר די צייט איז "בלאק טיים". די עירליינס שטעלן אויס זייער סקעדזשועל לויט די געפלאנטע "בלאק טיים" און דאס פובליצירן זיי.
JFK_LHR.JPG
JFK_LHR.JPG (62.33 KiB) געזען 4918 מאל

אבער דא דארף מען וויסן אז אלע עירליינס שטעלן טאקע אויס זייער סקעדזשועל לויט בלאק-טיים, אבער נישט יעדער רעכנט עס די זעלבע, ד.ה. אז געוויסע עירליינס קענען פלאנען מער צייט כדי צו רעכענען אויף מעגליכע דילעיס וכדו', אינדערצייט וואס אנדערע וועלן רעכענען א קורצערע צייט כדי צו אויסשטעלן א שמעלערע בודזשעט פאר די מאנשאפט קאסטן און צו פובליצירן קורצערע צייטן וואס מאכט עס מער ציענד פאר פאטענציאלע קאסטומערס. דאס מיינט אז אין אסאך פעלער וועט די פאקטישע צייט זיין די זעלבע צווישן איין פלייט און די אנדערע אפילו אויב די עירליין פובליצירט עס אנדערש.
עס זענען אבער יא דא זאכן וואס טוישן זיך פון איין פלייט צום צווייטן. ערשטנס איז עס די צייט אין טאג. אין די בילד אויבן קענט איר זעהן אז די פלייט וואס פארט ארויס 8:15 אינדערפרי רעכנט אז ס'וועט דויערן בלויז 6 שעה און 45 מינוט, און די פלייט פון 8 אזייגער אויפדערנאכט לייגט צו גאנצע 25 מינוט! ס'איז גאנץ א גרויסע חילוק פאר צוויי פלייטס וואס פארן אויף ממש די זעלבע רוט. אבער די תירוץ איז גאנץ פשוט, די חילוק אין זייגער מאכט א חילוק אין די פארנומענקייט פון די עירפארט, און צוליב דעם איז זעלבסט פארשטענדליך אז עירליינס דארפן רעכענען מער צייט פאר taxiing און אנדערע מעגליכע פארלענגערונגען.
נאכדעם זענען דא חשבונות ווי ווייט די געיט ביים ארויספארן און אנקומען איז פון די ראנוועי, דאס קען זיך אויך טוישן פון פלייט צו פלייט. נאך א מעגליכקייט איז די סארט פליגער אין וואס מ'פארט, די פראצעדורן קענען דויערן לענגער געוואנדן אין דעם. און אזוי ווייטער און ווייטער און ווייטער.

אקעי, איך האף אז איר האט הנאה געהאט פון די רייזע, לאמיר צוריקשטעלן די chocks אין פלאץ און מיר האפן אייך צו זעהן אויפן קומענדיגן פלייט!
און נאכאמאל, ביטע נאר שרייבן הערות אין די דיסקוסיע אשכול viewtopic.php?f=3&t=42537
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
Ivelt Cockpit
שר חמישים ומאתים
תגובות: 272
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2020 11:19 pm
לאקאציע: ביי די קאנטראלס

Re: Random אוויאציע ידיעות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ivelt Cockpit »

#2 - ILS - Instrument Landing System

וועלקאם בעק!
היינט וועלן מיר אויסשמועסן איין פרט וואס מיין ידיד @שלמה מולכו האט ארויפגעברענגט אינעם דיסקוסיע אשכול.
שלמה מולכו האט געשריבן:שכח קאקפיט,
איך וואלט געוועהן נייגעריג צו הערן וויאזוי ס׳ארבעט נעוויגאציע אין די לופטן,
און וויאזוי די פיילאט מאנעווירט דעם פליגער מיט א פונקטליכקייט צו לאנדן דרעקט אויפן ראנוועי.
מאטשא גראסיאס.

איז אזוי @שלמה, נעוויגאציע איז ווארשיינליך די שווערסטע נושא אין אוויאציע, ס'נעמט אריין אומצאליגע ידיעות און חשבונות וואס אפילו געשולטע פילאטן קענען זיך אפט נישט דערגרונטעווען צום אונטערפלאך פון דעם. ממילא וועלן מיר דאס יעצט לאזן אין א זייט און נאר ענטפערן די צווייטע חלק פון די שאלה.
לאמיר אוועקרוקן די cholks און זיך ארויסלאזן אויף די רייזע!

[align=center]***
[/align]פונקט ווי יעדע אנדערע זאך אין לעבן זענען דא צוויי וועגן צו לאנדן מיט א פונקטליכקייט - די גרינגע וועג און די שווערע וועג. איידער מיר קומען צו צום עיקר שמועס לאמיר אוועקגעבן אפאר שורות צו דערמאנען די שווערערע און מער קאמפליצירטע וועג.
אין פלייט טרעינינג ווערן פילאטן טרענירט וויאזוי צו לאנדן ריכטיג בלויז דורכן מעסטן פארשידענע חשבונות פון נעוויגאציע, מעסטן אסאך פאקטארן מיט די אויגן און וויסן וויאזוי צו באלאנסירן די פליגער. די חשבונות זענען שווער און קאמפליצירט און פארדעם דארף מען טאקע טרענירונג אויף דעם.
די אלע שווערע רעכענונגען ווערן נאך שווערער ווען מ'דארף לאנדן ריזיגע דזשעטס אין פארנומענע עירפארטס. די פאקט אז די פילאט דארף אלעס אויסרעכענען מיט זיין אייגענע קאפ הייבט די מעגליכקייט זיך טועה צו זיין, און א טעות - אפילו א קליינע - איז נישט פון די זאכן וואס מ'קען זיך ערלויבן אין אוויאציע.
דא קומט אריין די ILS וואס איז א אויטאמאטישע סיסטעם וואס שיקט א סיגנאלן צום פילאט וויאזוי זיך צו אויסגראדן פאר א סוקסעספולע לאנדונג.

די ILS האט צוויי עיקר חלקים צו זיך, 1) Localizer - דאס העלפט אויסגראדן דעם עראפלאן גלייך קעגן דעם ראנוועי צענטער. 2) Glide slope indicator - דאס ווייזט פארן פילאט זיך אראפצולאזן מיט די ריכטיגע ספיד און די ריכטיגע שיעפקייט כדי אנצוקומען אויף די ריכטיגע ספאט אויפן ראנוועי וואו ער דארף.
לאמיר עס בעסער צונעמען.

לאוקעלייזער:
א ראנוועי זעהט אויס היפש ענליך צו א וואן-וועי גאס מיט צוויי לעינס. די אספאלט איז אנגעצייכנט מיט צוויי ווייסע שטרייפן ביי די צוויי זייטן און א צוהאקטע ליניע אינצווישן (זעה בילד אונטן). אבער ביי א ראנוועי דינט נישט די dotted line אלס א דיוויידער צווישן צוויי לעינס, נאר עס צייכנט אן וואו עס איז די צענטער פון די ראנוועי. ביים זיך הייבן און ביים לאנדן איז זייער וויכטיג אז די פליגער זאל זיין זייער גראד, און דורכן האלטן די פאדערשטע רעדל אויף די אנגעצייכנטע צענטער פארט עס אויף א גלייכע שורה.
די ליניע ווערט גערופן: Runway centerline marking
Runway.JPG
Runway.JPG (68.24 KiB) געזען 4639 מאל

ביים זיך הייבן נוצט די פילאט זיינע אויגן זיכער צו מאכן אז די פליגער פארט טאקע גראד אויפן סענטערליין, אבער ביים לאנדן איז עס שוין א שטיקל עבודה אויסצורעכענען, ווייל כדי אז די לאנדונג זאל זיין סוקסעספול, דארף די פליגער שוין זיין שארף אויסגעגראדט קעגן די צענטער פון די ראנוועי היפש איידער מען קען אפילו זעהן די ראנוועי פונדערנאנט. עס איז אוממעגליך זיך צו געבען א רוק צום צענטער אויב זעהט די פילאט לעצט-מינוטיג אז ער האט אפגענויגט מיט אפאר פיס פונעם צענטער.

דא קומט די לאוקעלייזער אריין אין בילד... ספעציעלע מאשינען וואס זענען אינסטאלירט ביים עק פונעם ראנוועי שיקן ארויס צוויי באזונדערע סארטן ראדיא כוואליעס. איין סארט סיגנאל ווערט באצייכנט אלס א "150Hz כוואליע" און דאס ווערט ארויסגעשיקט אויף די רעכטע זייט פונעם ראנוועי, און א צווייטע סארט סיגנאל גערופן א "90Hz כוואליע" ווערט פארשפרייט אויף די לינקע זייט פון נעם ראנוועי.
די ראדיא סיגנאלן ווערן אויפגעכאפט דורך ספעציעלע דערשפירערס וואס זענען אינסטאלירט אויף די פליגער.די כוואליעס קענען אויפגעכאפט ווערן ביז 25 מייל ווייט אנטקעגן איבער דעם ראנוועי.
יעצט קומט די "כאפ". די צוויי סארטן סיגנאלן ווערן טאקע ארויסגעשיקט אויף די צוויי זייטן, און די 150Hz קען נאר געשפירט ווערן אויף די רעכטע זייט און די 90Hz אויף לינקס. אבער פונקט קעגן דעם צענטער פון די ראנוועי קענען יא געשפירט ווערן ביידע סיגנאלן אויפאמאל. דאס מיינט אז ווען די סענסארס כאפן אויף נאר א 90Hz זענדונג, מיינט דאס אז די פליגער איז צו שטארק אויף לינקס און דארף זיך רוקן מער צום רעכטס, און דאס פארקערטע איז אויב שפירט זיך נאר א 150Hz כוואליע. נאר ווען די סענסאר טוט אויפכאפן ביידע waives אויפאמאל מיינט דאס אז די עראפלאן איז פונקט קעגן דעם ראנוועי סענטערליין און קען ווייטער פליען אין א גראדע דירעקציע ביז צום לאנדן.

עס בעסער ממחיש צו זיין, שטעל דיך פאר אז א געלע קאליר לייט שיינט אויפן שטח רעכטס פונעם ראנוועי און א רויטע קאליר באלייכט די לינקע זייט. אויב פארסטו אין די געלע שטח ווייסטו אז דו ביסט צו שטארק אויף רעכטס, אויב זעהסטו רויט ווייסטו אז דו ביסט צו שטארק צום לינקס, אבער ווען ביידע קאלירן אינאיינעם שיינען אנטקעגן ווייסטו אז דו ביסט גוט.
Localizer.JPG
Localizer.JPG (22.56 KiB) געזען 4639 מאל


די ארבעט צו דעשיפרירן די סיגנאלן ליגט נישט אויף די פילאטן, נאר פארגעשריטענע אינסטרומענטן אינערהאלב דעם קאקפיט כאפן אויף און דעשיפרירן די סיגנאלן און עס ווער אנגעצייגט פאר די פילאטן אויף א סקרין אויב זיי זענען אין די ריכטיגע פאזיציע אדער דארפן זיך אויסגראדן. ביי עלטערע מאדעלס עראפלאנען ווערט עס נאך געצייגט דורך ווייזערלעך, אבער ס'ארבעט די זעלבע וועג.
ווי געשריבן קענען די סיגנאלן אויפגעכאפט ווערן ביז אזוי ווייט ווי 25 מייל אוועק פונעם ראנוועי, אזוי בלייבן די פילאטן מיט גענוג און נאך צייט אויב פעלט זיך אויס צו פאררעכטן סיי וואס.
[align=center]***
[/align]אקעי, זאכן האבן זיך פארצויגן לענגער ווי געפלאנט, אונזער פאראויס באשטימטע "בלאק טיים" איז שוין אויסגעלאפן. מיר וועלן יעצט דארפן צוריקשטעלן די cholks און קומענדיגן מיטוואך אינדערפרי וועלן מיר ממשיך זיין מיט די רייזע און מסביר זיין די צווייטע חלק - די "גלייד-סלאופ"- און נאך פאטענטן וואס העלפן די פילאטן לאנדן מיט אזא פונקטליכקייט.

אויב האט איר עפעס א שאלה אדער אינטערעסע אויף א נושא אין אוויאציע וואס איר ווילט אז מען זאל אויסשמועסן אין דעם אשכול, שיקט אן אימעיל צו אייוועלטקאקפיט@דזשימעיל.קאם
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
Ivelt Cockpit
שר חמישים ומאתים
תגובות: 272
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2020 11:19 pm
לאקאציע: ביי די קאנטראלס

Re: Random אוויאציע ידיעות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ivelt Cockpit »

#3 - ILS חלק ב'

שלום עליכם. ס'איז גוט אייך צו זעהן נאכאמאל אין דעם אשכול וואו מיר האבן אביסל "Block Time" געוואויר צו ווערן און אויסשמועסן פארשידענע ידיעות אין רענדאם אספעקטן פון אוויאציע.
אין פאריגן חלק האבן מיר אויסגעשמועסט וואס עס איז די "לאוקעלייזער", פארוואס עס פעלט זיך אויס, און וויאזוי עס ארבעט. היינט זענען מיר ממשיך מסביר צו זיין די אנדערע אינסטרומענטן וואס פילאטן באנוצן זיך מיט זיי ביים לאנדן.
א לאנגע צייט איז שוין דורך פון די פאריגע די פאריגע אפדעיט, על כן איז כדי שנעל איבערצוליינען די פאריגע ארטיקל אין די סעריע ווייל עס וועט זיין שטארק פארבינדן מיט די המשך.
און אויף יעצט, לאמיר אוועקרוקן די cholks און זיך ארויסלאזן אויף די רייזע!

גלייד סלאופ אינדיקעיטער:
איינע פון די הויפט אינגרידיענטס פאר א קארעקטע לאנדונג איז אז די פליגער זאל זיך אראפלאזן מיט די ריכטיגע ראטע פון ספיד און שיעפקייט. דהיינו, ס'איז זעלבסט-פארשטענדליך אז די עראפלאן קען נישט צופארן ביז גלייך פארן ראנוועי און זיך געבן א לאז אראפ הונדערטע פיס אויף איין מאל, ווייל די קישקעס פון די פאסאדזשירן וועלן זיך איבערקערן און די מאגנס וועלן ארויסשיסן זייער אינהאלט. נאר כדי עס צו מאכן באקוועם און סעיף דארף די עראפלאן זיך "אריינגליטשן" אויפן ראנוועי, ווי א קינד וואס גליטשט זיך אראפ אין פארק.
כדי דאס צו עררייכן איז דא א זאך וואס הייסט א glideslope. די glideslope איז א שיפע path וואס הייבט זיך אן טויזנטע מייל אין די לופטן, עטליכע מייל אוועק פון די ראנוועי, און עס פארט אראפ ביז צו די פוינט וואו די פליגער לאנדעט אויף די ראנוועי. פארשטייט זיך אז ס'איז נישט דא קיין שום צייכן אין די לופטן וואס צייגט אן וואו די path הייבט זיך אן, אבער צו בעסער פארשטיין קענט איר אויסדמיונען כאילו עס איז דא א גרויסע שיפע "גליטשער" אין די לופטן אויף וואס די פליגער גליטשט זיך אראפ אראפ ביז צו די לאנדונג פוינט.
די גלייד סלאופ איז געווענליך ביי א שיפקייט פון דריי דעגריס, דאס מיינט אז די פליגער לאזט זיך אראפ זייער smooth. אבער עס זענען דא פעלער וואו די די שיעפקייט גייט שארפער, צ.ב. ביי עירפארטס וואס זענען צווישן בערג און די איינציגסטע וועג אויסצומיידן אן עקסידענט מיט די בערג איז דורך אריינקומען זייער שיעף.
Mountains.JPG
Mountains.JPG (20.65 KiB) געזען 4424 מאל

נאך א ביישפיל אויף א שיעפע גלייד סלאופ איז London City airport וואו די גלייד סלאופ איז ביי א שיעפקייט פון 5 און אהאלב דעגרי, צוליב דעם וואס די עירפארט איז נאנט צו די גרויסע סיטיס און רעגולאציעס דיקטירן אז כדי די גערודער פון אריינקומענדע עראפלאנען זאל זיך נישט הערן אזוי שטארק דארפן די פליגער אריינקומען שיפער און אזוי ארום זיין העכער ביים לאנדן.
זעהט אין די בייגעלייגטע דיאגראם אז ווען די פליגער קומט אריין שיעפער איז עס אויטאמאטיש העכער פון די ערד וואו א פליגער וואס קומט אריין גראדער ביי די זעלבע ווייטקייט.
City.JPG
City.JPG (14.85 KiB) געזען 4424 מאל

ווייסן מיר שוין וואס א גלייד סלאופ איז און פארוואס עס איז געמאכט. אבער וויאזוי וועלן די פילאטן וויסן אז זיי זענען אויף די ריכטיגע ליניע אין די גלייד סלאופ?
דא קומט די גלייד סלאופ אינדיקעיטער אריין אין בילד. בעצם ארבעט דאס פונקט ווי די לאוקעלייזער שיקנדיג די זעלבע סארט 90Hz און 150Hz כוואליעס, נאר אנשטאט שיקן די רעדיאו וועיווס רעכטס און לינקס שיקט עס די כוואליעס אויף אויבן און אונטן.
די כוואליעס ווערן אויפגעכאפט דורך receptors אינעם פליגער און עס ווערט געוויזן פאר די פילאטן אויב זיי זענען גלייך, העכער אדער נידריגער פון די גלייד סלאופ.
GSI.JPG
GSI.JPG (20.98 KiB) געזען 4424 מאל

עד כאן זענען די צוויי הויפט חלקים וואס די ILS האט, צו העלפן די פילאטן לאנדן. עס זענען דא נאך פאטענטן וואס צייכנט אן אויב די פליגער איז אין די ריכטיגע פאזיציע, א שטייגער ווי א סיגנאל וואס לאזט וויסן ווי ווייט מען איז פון די עירפארט און אויך פארשידענע lighting וואס איז אינסטאלירט אויף די ערד בעפאר, אויף און ארום די ראנוועי. אבער דאס איז א גאנצע נייע נושא פאר זיך, אפשר וועט מען נאך איין טאג צוריקקומען צו דעם.

מיר האפן אז איר האט פארשטאנען און הנאה געהאט פון די היינטיגע פארזעצונג. מיר וועלן יעצט צוריקשטעלן די cholks, אויף צום ווידערזעהן קומענדיגן מיטוואך.

אויב האט איר עפעס א שאלה אדער אינטערעסע אויף א נושא אין אוויאציע וואס איר ווילט אז מען זאל אויסשמועסן אין דעם אשכול, שיקט אן אימעיל צו אייוועלטקאקפיט@דזשימעיל.קאם
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
Ivelt Cockpit
שר חמישים ומאתים
תגובות: 272
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2020 11:19 pm
לאקאציע: ביי די קאנטראלס

Re: Random אוויאציע ידיעות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ivelt Cockpit »

#4 - די פילאט און די קא-פילאט


שלום עליכם. ס'איז גוט אייך צו זעהן נאכאמאל אין דעם אשכול וואו מיר האבן אביסל "Block Time" געוואויר צו ווערן און אויסשמועסן פארשידענע ידיעות אין רענדאם אספעקטן פון אוויאציע.
היינט איז דאנערשטאג, אבער די ווינקל ווערט אי"ה אפדעיטעד יעדן מיטוואך נאכמיטאג, שטעלט אייך אן דעם קאלענדער אריינצוקומען אהער איידערן גיין עסן די מילכיגע נאכטמאל.
און אויף יעצט, לאמיר אוועקרוקן די cholks און זיך ארויסלאזן אויף די רייזע!

צום אלעם ערשט, אין פאל איר ווייסט נישט. יעדע גרויסע פליגער וואס פירט פאסאנדזשירן דארף ווערן געפירט דורך צוויי פילאטן, סיי ווייל עס פעלט זיך אויס טעכניש און סיי ווייל דאס איז די געזעץ. דאס מיינט נישט אז צוויי פילאטן דארפן פאקטיש דרוקן די קנעפלעך און רוקן די קאנטראלס, אויסדרוקליך נישט, אבער די אויפגאבעס ווערן צוטיילט צווישן צוויי טרענירטע לייט, איינער איז פילאט און דער צווייטער - קלענער אין ראנג - איז קא-פילאט.
קרישקעלע. לעגאל דארף אייביג זיין אין די קאקפיט איין פילאט וואס איז וואך, אפילו אז אונזערע פליגער זענען שוין אזוי פארגעשריטן און זענען סייווי רוב צייט אויף Auto pilot, טארן נישט ביידע פילאטן פארלאזן די קאקפיט אדער כאפן א דרימל אינאיינעם.

ס'וואלט געווען גוט צו וויסן, אז די מער בכבוד'יגע טערמינען וואס די צוויי טראגן (און האבן ליב ווען מ'רופט זיי), איז Captain פאר די פילאט און First Officer פאר די קא-פילאט. די ווארט "פילאט" רופט זיך אויף סיי וועמען וואס פירט א פליגער, אפילו א קליינס, וועגן דעם האלטן זיך עירליין פילאטן פיל מער פון סתם א פילאט, זיי זענען א קעפטעין און א פוירסט אפיסער. און איך מיין אז ווען מ'איז מגדיר אויף א זעכציג יעריגע איד אז ער איז שוין בא בשנים ווייל ער האט שוין אפילו א בארד איז עס א שטיקל פחיתת הכבוד קעגן אים.

פארשטיי מיר שוין אז ס'זענען דא צוויי פילאטן איינע העכער פון צווייטן, אבער וועלכע לייסענס איז פאר א פילאט און וועלכע פאר די סגן?
די תירוץ איז אז לעגאל איז נישט דא קיין חילוק צווישן די צוויי, ביידע גייען דורך די זעלבע טרעינינג פארן קענען פליען פאר די עירליין, זיי האבן ביידע די זעלבע סארט לייסענס, ATPL, און זיי זענען ביידע פונקט אזוי ביכולת אויסצופירן די זעלבע פונקציעס אינעם קאקפיט.
די קעפטעין טיטל באקומט מען פשוט פון די עירליין! די קאמפאני מענעדזשערס זענען די וואס באשליסן וועמען צו דערהייבן אין ראנג צו שפילן די הויפט ראלע אויף די פלייט דעק, געווענליך ווערט עס געשאנקען פאר פילאטן וואס ארבעטן שוין לאנג אין די קאמפאני, אין די ביזנעס וועלט ווערט דאס גערופן אז מען האט seniority מיט די קאמפאני.
ס'איז נישט דא קיין סכום פון יארן ווי לאנג עס דויערט ביז מ'ווערט פראמאוטעד, אמאל קען עס דויערן לענגער און אמאל שנעלער. עס ווענדט זיך צום ביישפיל אויב די עירליין לייגט צו נייע רוטס, און זיי דארפן האבן נאך קעפטעינס אדער עקזיסטירנדע פאזיציעס ווערן ליידיג ווייל א נאמבער פון קעפטעינס זענען רעטייערד\רעזיגנירט\אפגעזאגט\געשטארבן א.אוו.

ס'זענען דא בענעפיטס אינערהאלב די קאמפאני וואס פילאטן האבן מער ווי די קא. בראש וראשון איז די געהאלט גרעסער פאר א פרישע קעפטעין ווי פאר אן אלטן FO, אויך באקומען זיי מער רעכט צו קלויבן וועלכע טעג זיי זאלן פליען און ווען זיי זאלן האבן off (מער איבער דעם ווען מיר וועלן רעדן וועגן פילאט סקעדזשועלס) און ענליכע בענעפיטן.
היוצא לנו מזה, אז א פילאט קען לאנגע יארן זיין אין איין קאמפאני און שוין באקומען די קעפטעין סטאטוס דארט, אויב פאר סיי וועלכע סיבה לאזט ער איבער די קאמפאני (אדער די עירליין מאכט זיך צו) וועט ער אנהייבן פון אנהייב, פונקט ווי דעם אפרוח וואס קומט יעצט פון קאלעדזש און גייט פליען פאר די עירליין צום ערשטן מאל!
טרויעריג :(

כאטש וואס מיר האבן געזאגט אז ביידע קענען פונקט אזוי פירן אן עראפלאן, וועט אבער ביים פליען די קעפטעין באקומען די הויפט ראלע און די קא וועט טוהן די זייטיגע ארבעט. און לאמיר עס בעסער מסביר זיין.
ווען צוויי אדער מער פילאטן פליען אינאיינעם דארף אייביג זיין איינער וואס איז דעזיגנירט אלס די Pilot In Command, ד.ה. אז די אחריות איז זיינס אז אלעס זאל קלאפן. די PIC דארף אלעס איבערקוקן, ער וועט געווענליך פאקטיש דרייען די קאנטראלס און אין פאל פון סיי וועלכע פראגע איז ער דער וואס איז מחליט וויאזוי צו טוהן. די דאזיגע אויפגאבע וועט געווענליך די הויפט פילאט אויספירן, אינדערצייט וואס די קא וועט טוהן די קלענערע ארבעטס, ווי למשל קאמיוניקירן מיט די קאנטראל טאוער, פארליינען פארשידענע טשעקליסטס וואס דארפן דורכגעקוקט ווערן און אויספאקן און אוועקפאקן עקוויפמענט בעפאר אן נאך די פלייט.
אבער ווי געזאגט טויגן ביידע צו די זעלבע אויפגאבעס אזוי אז אויב די קעפטעינס האנט טוט וויי קען ער סוויטשן פאזיציעס מיט זיין קאלעגע, און ס'איז גאנץ מעגליך אז די פאסאדזשירן וועלן אים דאנקבאר זיין, ווייל זיין קאלעגע האט שוין מער עקספעריענס, אבער אנפארטשענעטלי האט ער איבערגעלאזט זיינע seniority רעכטן ביי זיין פאריגע קאמפאני.

ווען דו פליהסט נעקסטע מאל און דו ווילסט וויסן ווער ס'איז די פילאט און ווער ס'איז די קא, קענסטו טרייען צו כאפן א בליק אין די קאקפיט, די קעפטעין זיצט אלס אויף די לינקע זייט און די פוירסט אפיסער אויף די רעכטע.
In deck.jpg
In deck.jpg (165.29 KiB) געזען 3915 מאל

אויב קענסטו נישט קוקן אין די קאקפיט, אדער דו דארפסט א גרינגערע סימן קענסטו קוקן אויף די צאל שטרייפן וואס ער האט אויף זיין יוניפארם, 3 סטרייפס איז די פוירסט אפיסער און 4 איז די קעפטעין.
Stripes.jpg
Stripes.jpg (44.05 KiB) געזען 3915 מאל


מיר האפן אז איר האט הנאה געהאט פון די היינטיגע פארזעצונג. מיר וועלן יעצט צוריקשטעלן די cholks, אויף צום ווידערזעהן קומענדיגן מיטוואך.

אויב האט איר עפעס א שאלה אדער אינטערעסע אויף א נושא אין אוויאציע וואס איר ווילט אז מען זאל אויסשמועסן אין דעם אשכול, שיקט אן אימעיל צו אייוועלטקאקפיט@דזשימעיל.קאם
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
Ivelt Cockpit
שר חמישים ומאתים
תגובות: 272
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2020 11:19 pm
לאקאציע: ביי די קאנטראלס

Re: Random אוויאציע ידיעות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ivelt Cockpit »

#5 - בעיסיק ATC אפעראציעס
אלס הקדמה צו call signs

שלום עליכם. ס'איז גוט אייך צו זעהן נאכאמאל אין דעם אשכול וואו מיר האבן אביסל "Block Time" געוואויר צו ווערן און אויסשמועסן פארשידענע ידיעות אין רענדאם אספעקטן פון אוויאציע. היינט וועלן מיר אויסנוצן אונזער Block Time זיך אנצוהייבן באקענען מיט די זאך וואס הייסט א Call sign.
איך האב ווידער פארפאסט די מילכיגע נאכטמאל די וואך, אבער איין טאג וועל איך מיך נאך נעמען אין די הענט אריין, וועסט זעהן...
איך וויל מיך באדאנקן פארן מנהל אדער אחראי וואס האט אוועקגעפירט אלע הערות צום דיסקוסיע אשכול, הגם איך האב שוין שפעטער געטוישט מיין מיינונג אז ס'שאדט נישט אז די הערות פון די ליינער זענען אין דעם אשכול, היות עס איז נישט קיין המשך. אנדערש ווי די אוויאציע סעריע וואו די קאפיטלען זענען א המשך איינס נאכן צווייטן, און ס'איז גרינגער פאר איינעם וואס קומט אריין צו קענען ליינען אן איבערגעהאקט צו ווערן פון אנדערע תגובות.
און אויף יעצט, לאמיר אוועקרוקן די cholks און זיך ארויסלאזן אויף די רייזע!


א Call sign איז א אידענטיפיקאציע נאמען פאר אן עראפלאן, אז ווען די פילאטן און ATC קאמיוניקירן זאלן מען וויסן צו וועמען מען רעדט.
לאמיר עס בעסער מסביר זיין. ווען א פליגער פליהט פון איין פלאץ צום צווייטן, איז ער די גאנצע צייט קאננעקטעד צו די ראדיא דורך וועלכע די עיר טרעפיק קאנטראלערס געבן אינסטראקשנס וואו און וויאזוי צו פארן. אבער עס איז נישט די זעלבע טרעפיק קאנטראלער די גאנצע וועג, ווייל יעדע שטיק שטח ווערט קאנטראלירט דורך א צויייטע קאנטראל צענטער. למשל, א פליגער וואס פארט פון לאגווארדיע קיין מיאמי, צום ערשט וועט די פילאט קאמיוניקירן מיט די קאנטראלערס וואס זענען אין די עירפארט (tower) צו באקומען אינסטרוקציעס זיך צו הייבן, נאכן זיך הייבן וועט ער דארפן טוישן און רעדן צו קאנטראלערס וואס זענען הערשן אויף די גאנצע ניו יארק אומגעגנט, נישט נאר לאגווארדיע, דעי קאנטראלערס וועלן אים געבן אינסטרוקציעס אויף וועלכע ספיד און ראטע פארצוזעצן זיך צו הייבן (climb). איינמאל די פליגער איז שוין גענוג הויעך, וועט ער אריבערטוישן צו רעדן מיט די "ניו יארק סענטער" וואס דאס איז א צענטער וואס מענעדזשט אלע פליגער וואס פליען הויעך אין די לופט-רוימען העכער ניו יארק סיטי, און חלקים פון ניו דזערסי און פענסילוועניע.
נאכן פליען מער אראפציהר, ארויס פון ניו דזשערזי וועט די פליגער אריבערטוישן און קאמיוניקירן מיט די "וואשינגטאן סענטער" ווילאנג ער וועט דורכפליען דעלעווער, מערילענד, וואשינגטאן די סי און ווירדזשיניע. נאכדעם וועט ער אריבערגיין צו די "דזשעקסאנוויל סענטער" וואס וועט אים דירעטירן וויאזוי צו פארן העכער נארט און סאוט קארעליינע און חלקים פון פלארידע. און צום לעצט וועט ער ווערן אריבערגעשיקט צו "מיאמי סענטער" וואס וועלן אים געבן די לעצטע אינסטרוקציעס וויאזוי זיך אנצוהייבן אראפלאזן (descent) צו זיין דעסטינאציע.
ווען די פליגער איז שוין גענוג נידריג און נאנט צו די מיאמי עירפארט, וועט די פילאט ווידער דארפן רעדן צו לאקאלע אינסטראקטערס וואס זיצן אין די עירפארט טאוער און זיי וועלן אים אנווייזן וויאזוי צו לאנדן און צופארן צום געיט.
דאס איז זייער בקיצור און אויבערפלעכליך פארשטיין געגעבן וויאזוי עיר טרעפיק קאנטראל ארבעט, מיר וועלן נאך בעז"ה צוריקקומען עס אויסצושמועסן טיף און ברייט א צווייט מאל.
ATC Zones.jpg
ATC Zones.jpg (41.52 KiB) געזען 3217 מאל
א מאפע פון די פאראייניגטע שטאטן, און אויף וועלכע חלקים יעדע ATC סענטער באלעבאטעוועט.

די קאמיוניקאציע צווישן די פילאטן און טרעפיק קאנטראל גייט דורך ראדיא, יעדע פליגער קומט אינסטאלירט מיט א ראדיא-קאמיוניקאציע דעווייס, און די פילאט קען עס אנשטעלן וועלכע "פריקווענסי" ס'זאל אויפכאפן.
וואס מיינט א "פריקווענסי"? מיר וועלן עס נאך מסביר זיין באריכות אין אן אנדערע געלעגנהייט, אבער לאמיר עס אנקוקן ווי א קאוד אויף א conference קאל, אלע וואס לייגן אריין דעם קאוד קענען יעצט רעדן אויף די ספעציפישע קאנפערענץ, אויב וויל מען גיין צו א צווייטע קאנפערענץ, דארף מען אריבערטוישן און אריינלייגן יענע קאוד, אזוי וועט מען קענען דזשוינען יענע שמועס.
די זעלבע איז דא, ווען די פילאט פאר ארויס פון לאגווארדיע וועט ער אנשטעלן זיין ראדיא אויף 118.700, אויף דעם פריקווענסי קען ער רעדן צו טרעפיק קאנטראל וואס פארפיגט אויף לאגווארדיע, נאכן אים געבן רעכט זיך צו הייבן, וועט די לאגווארדיע קאנטראלער אויף די פריקווענסי אים הייסן "Monitor NY Depature one two zero point eight five" דאס מיינט אז יעצט דארף אונזער פילאט אנשטעלן זיין ראדיא און קאמיוניקירן מיט די קאנטראלערס וואס זענען אויף די 120.850, ווייל די לאגווארדיע טאוער קאנטראלער געבט איבער דעם פליגער צו די אחריות פון דעם נעקסטן קאנטראלער.
נאכן אים ארויפטראגן צו די ריכטיגע הייעך, וועלן די יעצטיגע קאנטראלערס אים שיקן ווייטער צו די קאנטראלער אין די "ניו יארק סענטער" וואס מיר האבן פריער דערמאנט, און אזוי ווייטער צו די נעקסטע סענטער ביז ער ווערט איבערגעגעבן צו די טאוער אין מיאמי עירפארט וואס העלפן אים לאנדן סוקסעספול.

יעצט קומען מיר צו צום נושא פונעם נעקסטן ארטיקל. די קאנטראלערס קאנטראלירן אלע פליגער וואס געפינען זיך אין זייער לופט-טעריטאריע, דאס קען צומאל זיין צענדליגע פליגער אויף איין מאל, און ווען א קאנטראלער געט ארויס א באפעל פאר א פליגער צו טוהן א געוויסע שריט ברויך מען דאך וויסן צו וועלכע פון די אלע פליגערס וואס געפינען זיך אויף די פריקווענסי ער רעדט.
פארדעם איז דא א Call sign! יעדע פליגער האט זיין אייגנארטיגע נאמען וויאזוי די קאנטראלער אידענטיפיצירט אים און רעדט צו אים, יעצט ווען די קאנטראלער וועט זאגן "אמעריקן 1664 פאר ארויף ביז 14 טויזנט פיס" וועט די פליגער וועמענס נאמען (רוף-צייכן) איז אמעריקן 1664 וויסן אז צו אים רעדט מען, און די אנדערע וואס זענען אויך אויף די קאנפרענץ קאל וועלן וויסן אז ס'איז נישט זיי נוגע.

דאס איז די הקדמה צו די נושא פון קאלל-סיינס, קומענדיגן מיטוואך וועט מען אי"ה אויסשמועסן וויאזוי מ'באשטימט קאלל-סיינס, באטראכטן אפאר אינטערעסאנטע נעמען וואס עירליינס האבן געקליבן פאר זייער Call sign און נאך ידיעות וואס ס'איז גאנץ מעגליך אז דו האסט עס קיינמאל נישט געוואוסט אבער וועסט הנאה האבן עס צו געוואויר ווערן.

מיר האפן אז איר האט הנאה געהאט פון די היינטיגע פארזעצונג. מיר וועלן יעצט צוריקשטעלן די cholks, אויף צום ווידערזעהן קומענדיגן מיטוואך.

אויב האט איר עפעס א שאלה אדער אינטערעסע אויף א נושא אין אוויאציע וואס איר ווילט אז מען זאל אויסשמועסן אין דעם אשכול, שיקט אן אימעיל צו אייוועלטקאקפיט@דזשימעיל.קאם
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: Random אוויאציע ידיעות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

אויסגעלאזט די גראונד קאנטראלערס….
אפשר באשרייב די לעגענדע קאנטראלער סטיוו פון קענעדי ערפארט. פון וועמען ס׳איז א ים מיט זייער אינטערסאנטע רעקארדינגס. היות אלעס ווערט רעקארדירט.
אוועטאר
ניין דו
שר האלף
תגובות: 1440
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 3:51 pm

Re: Random אוויאציע ידיעות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין דו »

הרב יואל קליין האט געשריבן:אויסגעלאזט די גראונד קאנטראלערס….
אפשר באשרייב די לעגענדע קאנטראלער סטיוו פון קענעדי ערפארט. פון וועמען ס׳איז א ים מיט זייער אינטערסאנטע רעקארדינגס. היות אלעס ווערט רעקארדירט.

גא"מ,
ואגב @ר' יואל אפשר לייגט איר ארויף די גוטע רעקארדינגס.
ערשינען!!! די סוכות שרייבער אויסגאבע איז שוין ארויס לאור עולם.
זייטס אייך מהנה, און זייטס מהנה אייערע חברים וידידים.

שרייבער אלול-סליחות שרייבער ראש השנה - יום כיפור שרייבער סוכות + ביילאגע
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: Random אוויאציע ידיעות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

ניין דו האט געשריבן:
הרב יואל קליין האט געשריבן:אויסגעלאזט די גראונד קאנטראלערס….
אפשר באשרייב די לעגענדע קאנטראלער סטיוו פון קענעדי ערפארט. פון וועמען ס׳איז א ים מיט זייער אינטערסאנטע רעקארדינגס. היות אלעס ווערט רעקארדירט.

גא"מ,
ואגב @ר' יואל אפשר לייגט איר ארויף די גוטע רעקארדינגס.

ס׳איז אויף די געוועב כהאב נישט קיין עקסעס
רק להתענג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 455
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 26, 2021 12:18 am

Re: Random אוויאציע ידיעות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רק להתענג »

Ivelt Cockpit האט געשריבן:#4 - די פילאט און די קא-פילאט


שלום עליכם. ס'איז גוט אייך צו זעהן נאכאמאל אין דעם אשכול וואו מיר האבן אביסל "Block Time" געוואויר צו ווערן און אויסשמועסן פארשידענע ידיעות אין רענדאם אספעקטן פון אוויאציע.
היינט איז דאנערשטאג, אבער די ווינקל ווערט אי"ה אפדעיטעד יעדן מיטוואך נאכמיטאג, שטעלט אייך אן דעם קאלענדער אריינצוקומען אהער איידערן גיין עסן די מילכיגע נאכטמאל.
און אויף יעצט, לאמיר אוועקרוקן די cholks און זיך ארויסלאזן אויף די רייזע!

צום אלעם ערשט, אין פאל איר ווייסט נישט. יעדע גרויסע פליגער וואס פירט פאסאנדזשירן דארף ווערן געפירט דורך צוויי פילאטן, סיי ווייל עס פעלט זיך אויס טעכניש און סיי ווייל דאס איז די געזעץ. דאס מיינט נישט אז צוויי פילאטן דארפן פאקטיש דרוקן די קנעפלעך און רוקן די קאנטראלס, אויסדרוקליך נישט, אבער די אויפגאבעס ווערן צוטיילט צווישן צוויי טרענירטע לייט, איינער איז פילאט און דער צווייטער - קלענער אין ראנג - איז קא-פילאט.
קרישקעלע. לעגאל דארף אייביג זיין אין די קאקפיט איין פילאט וואס איז וואך, אפילו אז אונזערע פליגער זענען שוין אזוי פארגעשריטן און זענען סייווי רוב צייט אויף Auto pilot, טארן נישט ביידע פילאטן פארלאזן די קאקפיט אדער כאפן א דרימל אינאיינעם.

ס'וואלט געווען גוט צו וויסן, אז די מער בכבוד'יגע טערמינען וואס די צוויי טראגן (און האבן ליב ווען מ'רופט זיי), איז Captain פאר די פילאט און First Officer פאר די קא-פילאט. די ווארט "פילאט" רופט זיך אויף סיי וועמען וואס פירט א פליגער, אפילו א קליינס, וועגן דעם האלטן זיך עירליין פילאטן פיל מער פון סתם א פילאט, זיי זענען א קעפטעין און א פוירסט אפיסער. און איך מיין אז ווען מ'איז מגדיר אויף א זעכציג יעריגע איד אז ער איז שוין בא בשנים ווייל ער האט שוין אפילו א בארד איז עס א שטיקל פחיתת הכבוד קעגן אים.

פארשטיי מיר שוין אז ס'זענען דא צוויי פילאטן איינע העכער פון צווייטן, אבער וועלכע לייסענס איז פאר א פילאט און וועלכע פאר די סגן?
די תירוץ איז אז לעגאל איז נישט דא קיין חילוק צווישן די צוויי, ביידע גייען דורך די זעלבע טרעינינג פארן קענען פליען פאר די עירליין, זיי האבן ביידע די זעלבע סארט לייסענס, ATPL, און זיי זענען ביידע פונקט אזוי ביכולת אויסצופירן די זעלבע פונקציעס אינעם קאקפיט.
די קעפטעין טיטל באקומט מען פשוט פון די עירליין! די קאמפאני מענעדזשערס זענען די וואס באשליסן וועמען צו דערהייבן אין ראנג צו שפילן די הויפט ראלע אויף די פלייט דעק, געווענליך ווערט עס געשאנקען פאר פילאטן וואס ארבעטן שוין לאנג אין די קאמפאני, אין די ביזנעס וועלט ווערט דאס גערופן אז מען האט seniority מיט די קאמפאני.
ס'איז נישט דא קיין סכום פון יארן ווי לאנג עס דויערט ביז מ'ווערט פראמאוטעד, אמאל קען עס דויערן לענגער און אמאל שנעלער. עס ווענדט זיך צום ביישפיל אויב די עירליין לייגט צו נייע רוטס, און זיי דארפן האבן נאך קעפטעינס אדער עקזיסטירנדע פאזיציעס ווערן ליידיג ווייל א נאמבער פון קעפטעינס זענען רעטייערד\רעזיגנירט\אפגעזאגט\געשטארבן א.אוו.

ס'זענען דא בענעפיטס אינערהאלב די קאמפאני וואס פילאטן האבן מער ווי די קא. בראש וראשון איז די געהאלט גרעסער פאר א פרישע קעפטעין ווי פאר אן אלטן FO, אויך באקומען זיי מער רעכט צו קלויבן וועלכע טעג זיי זאלן פליען און ווען זיי זאלן האבן off (מער איבער דעם ווען מיר וועלן רעדן וועגן פילאט סקעדזשועלס) און ענליכע בענעפיטן.
היוצא לנו מזה, אז א פילאט קען לאנגע יארן זיין אין איין קאמפאני און שוין באקומען די קעפטעין סטאטוס דארט, אויב פאר סיי וועלכע סיבה לאזט ער איבער די קאמפאני (אדער די עירליין מאכט זיך צו) וועט ער אנהייבן פון אנהייב, פונקט ווי דעם אפרוח וואס קומט יעצט פון קאלעדזש און גייט פליען פאר די עירליין צום ערשטן מאל!
טרויעריג :(

כאטש וואס מיר האבן געזאגט אז ביידע קענען פונקט אזוי פירן אן עראפלאן, וועט אבער ביים פליען די קעפטעין באקומען די הויפט ראלע און די קא וועט טוהן די זייטיגע ארבעט. און לאמיר עס בעסער מסביר זיין.
ווען צוויי אדער מער פילאטן פליען אינאיינעם דארף אייביג זיין איינער וואס איז דעזיגנירט אלס די Pilot In Command, ד.ה. אז די אחריות איז זיינס אז אלעס זאל קלאפן. די PIC דארף אלעס איבערקוקן, ער וועט געווענליך פאקטיש דרייען די קאנטראלס און אין פאל פון סיי וועלכע פראגע איז ער דער וואס איז מחליט וויאזוי צו טוהן. די דאזיגע אויפגאבע וועט געווענליך די הויפט פילאט אויספירן, אינדערצייט וואס די קא וועט טוהן די קלענערע ארבעטס, ווי למשל קאמיוניקירן מיט די קאנטראל טאוער, פארליינען פארשידענע טשעקליסטס וואס דארפן דורכגעקוקט ווערן און אויספאקן און אוועקפאקן עקוויפמענט בעפאר אן נאך די פלייט.
אבער ווי געזאגט טויגן ביידע צו די זעלבע אויפגאבעס אזוי אז אויב די קעפטעינס האנט טוט וויי קען ער סוויטשן פאזיציעס מיט זיין קאלעגע, און ס'איז גאנץ מעגליך אז די פאסאדזשירן וועלן אים דאנקבאר זיין, ווייל זיין קאלעגע האט שוין מער עקספעריענס, אבער אנפארטשענעטלי האט ער איבערגעלאזט זיינע seniority רעכטן ביי זיין פאריגע קאמפאני.

ווען דו פליהסט נעקסטע מאל און דו ווילסט וויסן ווער ס'איז די פילאט און ווער ס'איז די קא, קענסטו טרייען צו כאפן א בליק אין די קאקפיט, די קעפטעין זיצט אלס אויף די לינקע זייט און די פוירסט אפיסער אויף די רעכטע.
In deck.jpg

אויב קענסטו נישט קוקן אין די קאקפיט, אדער דו דארפסט א גרינגערע סימן קענסטו קוקן אויף די צאל שטרייפן וואס ער האט אויף זיין יוניפארם, 3 סטרייפס איז די פוירסט אפיסער און 4 איז די קעפטעין.
Stripes.jpg


מיר האפן אז איר האט הנאה געהאט פון די היינטיגע פארזעצונג. מיר וועלן יעצט צוריקשטעלן די cholks, אויף צום ווידערזעהן קומענדיגן מיטוואך.

אויב האט איר עפעס א שאלה אדער אינטערעסע אויף א נושא אין אוויאציע וואס איר ווילט אז מען זאל אויסשמועסן אין דעם אשכול, שיקט אן אימעיל צו אייוועלטקאקפיט@דזשימעיל.קאם

זייער זייער אינטערעסאנט. איז נאך קיינמאל געווען אז ביידע פילאטן זענען איינגעשלאפען? אויב יא פארט עס ביז אוסטרליה אנשטאט ארץ ישראל למשל?
איך פארשטיי אז נישט וויבאלד עס איז דאך Auto pilot
אבער לאנדען איז דאך יא manual.
ביטע אויסקלארן. שכח מיר באלעקן זיך מיט דיינע ארטיקלין.
בעל מדרגה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3875
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 11:51 pm
לאקאציע: ביים גמרא

Re: Random אוויאציע ידיעות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מדרגה »

רק להתענג האט געשריבן:זייער זייער אינטערעסאנט. איז נאך קיינמאל געווען אז ביידע פילאטן זענען איינגעשלאפען? אויב יא פארט עס ביז אוסטרליה אנשטאט ארץ ישראל למשל?
איך פארשטיי אז נישט וויבאלד עס איז דאך Auto pilot
אבער לאנדען איז דאך יא manual.
ביטע אויסקלארן. שכח מיר באלעקן זיך מיט דיינע ארטיקלין.


איך מעג ענטפערן?..

פילאטן שלאפן נישט לענגער ווי 40 מינוט און א צו, במילא קומט נישט אויס אז מען זאל פארשלאפן..

און אוטו פיילאט קען לאנדן די פליגער, מען ניצט עס נישט פאר סעיפטי אבער מען קען, (זיי האבן שוין אוטו פיילאט נאך ביפאר מיר האבן געהאט דזשי פי עס..)
אויב זיכט איר א גוטע אקאונטענט, קאנטעקט מיר אין אישי, אדער שיקט א אימעיל צו [email protected].
שרייב תגובה

צוריק צו “ידיעות און וויסנשאפט”