גמ"ח $4000 לכל מחותן לשדכנות מיט פעימענטס פון $100 א וואך: א פערמענאנטער לעזונג
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
גמ"ח $4000 לכל מחותן לשדכנות מיט פעימענטס פון $100 א וואך: א פערמענאנטער לעזונג
לאור הוצאות סמעטענע
viewtopic.php?f=3&t=35526&start=620
עפען מיר דעם אשכול פאר א שפאגל נייע "פערמענאנטע" זאליכע לעזונג צום שדכנים קריזיס.
מען קען זען אין יענעם אשכול די גאנצע משא ומתן ביז אהער. באטאם ליין איז אז מען דארף מאכן אז שדכנות זאל ווערן צוריק א געשעפט פון וואס א שדכן זאל קענען מאכן נארמאל פרנסה, און די איין שידוך וואס ער פירט יא אויס זאל דעקן די אנדערע 5 וואס ער פירט נישט אויס. אזוי פלעגט עס זיין אין די אמאליגע יארן.
די פרייז וואס אונזערע זיידעס פלעגן צאלן פאר א שדכן אין די כף יארן איז גווען $500, אין די למד יארן בערך $1000 ביידע קומט אויס בערך 5000-$4000 אין די היינטיגע ווערט פון געלט.
דער לעזונג איז, אז קהלות זאל האבן א ספעציעל גמ"ח פאר דמי שדכנות $4000 פאר יעדן מחותן, מיט פעימענטס פון $100 א חודש. נו, ווער איז נישט גרייט צו צאלן $100 א חודש צו מאכן זיין קינד א חתן אדער כלה?
אומר ועושה, עסקנים לאמיר אריינטאנצען..

לעצט פארראכטן דורך חדשות אום זונטאג אפריל 11, 2021 9:07 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
- אסדר לסעודתא
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 11191
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm
Re: גמ"ח $5000 לכל מחותן לשדכנות מיט פעימענטס פון $100 א וואך: א פערמענאנטער לעזונג
ווער איז גרייט צו נעמען הלוואות פיר חדשים פארן נעמען א הלוואה חתונה צו מאכן פאר 50,000 דאלער?
אסדר לסעודתא האט געשריבן:ווער איז גרייט צו נעמען הלוואות פיר חדשים פארן נעמען א הלוואה חתונה צו מאכן פאר 50,000 דאלער?
נאופס, דעם גמ"ח אפליקעישאן וכולי וועט מען אריינגעבן ווען דאס בחור מיידעל ווערט אכצען נישט נאכן שידוך און נישט ווען דאס מיידעל איז 22. דער גמ"ח וועט ארויסגעבן דאס געלט פארן שדכן תיכף נאכן שידוך און דעמאלט וועט דער נייער מחותן אנהייבן צאלן $100 א חודש.
יא, די קהלות ווען דארפן מאכן א שטיקל מצב אז יעדער זאל זיך איינשרייבן אזוי ווי זיי מאכן א מצב אז מען זאל נעמען והגית בחינות, אבער עס קען זיכער ווערן געטוען.
Re: גמ"ח $5000 לכל מחותן לשדכנות מיט פעימענטס פון $100 א וואך: א פערמענאנטער לעזונג
וועלעכע שדכן גייט באקומען דאס געלט?
Hello, Hola, Bonjour, Hallo, Ola, Ahoj, Χαίρετε, مرحبا, א גוטן, שלום
Re: גמ"ח $5000 לכל מחותן לשדכנות מיט פעימענטס פון $100 א וואך: א פערמענאנטער לעזונג
איך מיין עס איז שוין גערינגער צי צישטעלן פאר יעדע שידוך אפאר טויזענט דאלער ווי צי מאכן אזא גמ"ח וואס וועט מסתם נישט קענען אנהאלטען צי לאנג, אין עס וועט אויסקוקן ווי יחדוו ודי
Re: גמ"ח $5000 לכל מחותן לשדכנות מיט פעימענטס פון $100 א וואך: א פערמענאנטער לעזונג
וויפיל מען האט געצאלט אין די כ-ל יארן ווייס איך נישט, אבער אין די נ׳ יארן איז געווען נארמאל צו צאלן פאר א שדכן $1,000, ווייס איך נישט פארוואס היינט דארף עס זיין $5,000
Hello, Hola, Bonjour, Hallo, Ola, Ahoj, Χαίρετε, مرحبا, א גוטן, שלום
Re: גמ"ח $5000 לכל מחותן לשדכנות מיט פעימענטס פון $100 א וואך: א פערמענאנטער לעזונג
אזוי גוט האט געשריבן:איך מיין עס איז שוין גערינגער צי צישטעלן פאר יעדע שידוך אפאר טויזענט דאלער ווי צי מאכן אזא גמ"ח וואס וועט מסתם נישט קענען אנהאלטען צי לאנג, אין עס וועט אויסקוקן ווי יחדוו ודי
קום אריין קלאר, פארוואס עס קען נישט אנהאלטן לאנג. איך מיין, $5000 קרן חתנים פאר יעדן צווייטען בחור קען קרן חתנים געבן, און הלואה נישט?
יחדיו איז אן אנדערע מסכתא אינגאנצען, שניידן חתונה סטאנדארטען. דאס איז נישט די רעדע דא.
Re: גמ"ח $5000 לכל מחותן לשדכנות מיט פעימענטס פון $100 א וואך: א פערמענאנטער לעזונג
א גוטן האט געשריבן:וועלעכע שדכן גייט באקומען דאס געלט?
וועלעכע? דער שדכן וואס שטייט אין גוט מארגן לעבן דעם שידוך. ווער דען?
Re: גמ"ח $5000 לכל מחותן לשדכנות מיט פעימענטס פון $100 א וואך: א פערמענאנטער לעזונג
חדשות האט געשריבן:אזוי גוט האט געשריבן:איך מיין עס איז שוין גערינגער צי צישטעלן פאר יעדע שידוך אפאר טויזענט דאלער ווי צי מאכן אזא גמ"ח וואס וועט מסתם נישט קענען אנהאלטען צי לאנג, אין עס וועט אויסקוקן ווי יחדוו ודי
קום אריין קלאר, פארוואס עס קען נישט אנהאלטן לאנג. איך מיין, $5000 קרן חתנים פאר יעדן צווייטען בחור קען קרן חתנים געבן, און הלואה נישט?
יחדיו איז אן אנדערע מסכתא אינגאנצען, שניידן חתונה סטאנדארטען. דאס איז נישט די רעדע דא.
די קומסט מיט א געדאנק נישט בשם קיין שום קהילה, וועט עס אויסקוקען ווי יחדו וואס טראץ זיי האבן געהאט געלונגענע פלענער איז עס אלעס צי פארן ווי א זייפן בלאז.
אזוי גוט האט געשריבן:חדשות האט געשריבן:אזוי גוט האט געשריבן:איך מיין עס איז שוין גערינגער צי צישטעלן פאר יעדע שידוך אפאר טויזענט דאלער ווי צי מאכן אזא גמ"ח וואס וועט מסתם נישט קענען אנהאלטען צי לאנג, אין עס וועט אויסקוקן ווי יחדוו ודי
קום אריין קלאר, פארוואס עס קען נישט אנהאלטן לאנג. איך מיין, $5000 קרן חתנים פאר יעדן צווייטען בחור קען קרן חתנים געבן, און הלואה נישט?
יחדיו איז אן אנדערע מסכתא אינגאנצען, שניידן חתונה סטאנדארטען. דאס איז נישט די רעדע דא.
די קומסט מיט א געדאנק נישט בשם קיין שום קהילה, וועט עס אויסקוקען ווי יחדו וואס טראץ זיי האבן געהאט געלונגענע פלענער איז עס אלעס צי פארן ווי א זייפן בלאז.
פון דעם רעדט מען דאך. אז א קהלה זאל עס נעמען.
וואס האסטו געמיינט? אז איך נעם מארגן אפליקעישאנס??
Re: גמ"ח $5000 לכל מחותן לשדכנות מיט פעימענטס פון $100 א וואך: א פערמענאנטער לעזונג
איך האב געמיינט די ווילסט איינער זאל נעמען די געדאנק מכח אל הפועל אויף די איייגענע האנט
Re: גמ"ח $5000 לכל מחותן לשדכנות מיט פעימענטס פון $100 א וואך: א פערמענאנטער לעזונג
אזוי גוט האט געשריבן:איך האב געמיינט די ווילסט איינער זאל נעמען די געדאנק מכח אל הפועל אויף די איייגענע האנט
ס’נאר שייך א קהלה זאל עס מאכן כדוגמת בעידן חדוותא אין קרית יואל וואס בארגט פארן יחיד גרעסערע סומעס צו קענען חתונה מאכן
כל שכן צו צאלן לצורך קיום השדכנות פארן ציבור וואלט געדארפט צו קענען אזא איידיע צושטאנד צו קומען.
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 957
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 7:19 pm
Re: גמ"ח $5000 לכל מחותן לשדכנות מיט פעימענטס פון $100 א וואך: א פערמענאנטער לעזונג
נע געלט איז נישט די (עיקר) פראבלעם דא.
Re: גמ"ח $5000 לכל מחותן לשדכנות מיט פעימענטס פון $100 א וואך: א פערמענאנטער לעזונג
Growth hacker האט געשריבן:נע געלט איז נישט די (עיקר) פראבלעם דא.
נאר?
Re: גמ"ח $5000 לכל מחותן לשדכנות מיט פעימענטס פון $100 א וואך: א פערמענאנטער לעזונג
סמעטענע האט געשריבן:Growth hacker האט געשריבן:נע געלט איז נישט די (עיקר) פראבלעם דא.
נאר?
אביסל קאממאן סענס מיט אמביציע איז וואס פעלט אויס, עס צו ברענגן מכח אל הפועל.
Re: גמ"ח $5000 לכל מחותן לשדכנות מיט פעימענטס פון $100 א וואך: א פערמענאנטער לעזונג
חדשות האט געשריבן:לאור הוצאות סמעטענע
viewtopic.php?f=3&t=35526&start=620
עפען מיר דעם אשכול פאר א שפאגל נייע "פערמענאנטע" זאליכע לעזונג צום שדכנים קריזיס.
די פרייז וואס אונזערע זיידעס פלעגן צאלן פאר א שדכן אין די כף יארן איז גווען $500, אין די למד יארן בערך $1000 ביידע קומט אויס בערך $5000 אין די היינטיגע ווערט פון געלט.
דער לעזונג איז, אז קהלות זאל האבן א ספעציעל גמ"ח פאר דמי שדכנות $5000 פאר יעדן מחותן, מיט פעימענטס פון $100 א חודש. נו, ווער איז נישט גרייט צו צאלן $100 א חודש צו מאכן זיין קינד א חתן אדער כלה?
אומר ועושה, עסקנים לאמיר אריינטאנצען..
אין נאמבערס הייסט עס אז פאר די נעקסטע 4 יאר וועט מען דארפן באצאלן די שדכנות געלט, און פאר היימישע קינדער געבענטשטע משפחות מיינט עס אז נאך בערך 2 יאר וועט מען דארפן צאלן פאר 2 קינדער, און דערנאך א שטיק צייט פאר 3. כ'זעה נישט פארוואס ס'זאל זיך אויסארבעטן ארויפצולייגן נאך אזא הוצאה אויף א מענטש.
Re: גמ"ח $5000 לכל מחותן לשדכנות מיט פעימענטס פון $100 א וואך: א פערמענאנטער לעזונג
ערשט דארף מען אנערקענען אז די איצטיגער סיסטעם ארבעט פאר רובא דרובא מענטשן, און ערשט נאכדעם קען מען רעדן פון לעזונגען.
Re: גמ"ח $5000 לכל מחותן לשדכנות מיט פעימענטס פון $100 א וואך: א פערמענאנטער לעזונג
לדעתי איז דאס סתם ארויפגעברענגט נאך א הוצאה אויף די מענטשען וואס מאכען חתונה
פון איין זייט זאל מען נישט מאכען קיין מענטשליכע תנאים נישט געבן קיין עכטע דזולערי פון די אנדערע זייט זאל מען געבן פינעף טויזענט דאלער פארן שדכן וואס מיינט צוזאמען צען טויזענט דאלער פארן שדכן דאס איז דאך נישט נארמאל
א נורמאלער מענטש מאכט בערך טויזענט דאלער א וואך און יעדער וייסט אז שדכנות איז א סייד זאב אבער אפילו אויב ער ארבעט אויף דעם א גאנצען טאג איז צוויי טויזענט יעדע זייט וואס קומט אויס פיר טויזענט דאלער א שידוך איבער גענוג אז אפילו אויב ער פירט אויס איין שידוך א חודש קען ער לעבן שיין און אויב ער קען נישט אויס פירען צוועלעף שידוכים א יאר זאל ער מוחל זיין זוכן א צווייטע זאב
פון איין זייט זאל מען נישט מאכען קיין מענטשליכע תנאים נישט געבן קיין עכטע דזולערי פון די אנדערע זייט זאל מען געבן פינעף טויזענט דאלער פארן שדכן וואס מיינט צוזאמען צען טויזענט דאלער פארן שדכן דאס איז דאך נישט נארמאל
א נורמאלער מענטש מאכט בערך טויזענט דאלער א וואך און יעדער וייסט אז שדכנות איז א סייד זאב אבער אפילו אויב ער ארבעט אויף דעם א גאנצען טאג איז צוויי טויזענט יעדע זייט וואס קומט אויס פיר טויזענט דאלער א שידוך איבער גענוג אז אפילו אויב ער פירט אויס איין שידוך א חודש קען ער לעבן שיין און אויב ער קען נישט אויס פירען צוועלעף שידוכים א יאר זאל ער מוחל זיין זוכן א צווייטע זאב
Re: גמ"ח $5000 לכל מחותן לשדכנות מיט פעימענטס פון $100 א וואך: א פערמענאנטער לעזונג
העלאו האט געשריבן:א נורמאלער מענטש מאכט בערך טויזענט דאלער א וואך
פלצתי
סך הכל תגובות: 999
Re: גמ"ח $5000 לכל מחותן לשדכנות מיט פעימענטס פון $100 א וואך: א פערמענאנטער לעזונג
ראש לימבא האט געשריבן:העלאו האט געשריבן:א נורמאלער מענטש מאכט בערך טויזענט דאלער א וואך
פלצתי
ווייס איך נישט אויף וועלכע וועלט דו לעבסט טרעף מיר א מלמד וואס באקומט מער ווי טויזענט דולער א וואך
- צו געזונט
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7078
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
- לאקאציע: חשש גילוי
Re: גמ"ח $5000 לכל מחותן לשדכנות מיט פעימענטס פון $100 א וואך: א פערמענאנטער לעזונג
וועלכער שדכן איז אויפגעקומען מיט דעם פלאן? צען טויזענט רייניש פאר א שידוך? עס דארף זיין באזירט אויף עפעס קאממאן סענס.
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
Re: גמ"ח $5000 לכל מחותן לשדכנות מיט פעימענטס פון $100 א וואך: א פערמענאנטער לעזונג
משהלע האט געשריבן:ערשט דארף מען אנערקענען אז די איצטיגער סיסטעם ארבעט פאר רובא דרובא מענטשן, .
אהא. נישט געוויסט.
Re: גמ"ח $5000 לכל מחותן לשדכנות מיט פעימענטס פון $100 א וואך: א פערמענאנטער לעזונג
צו געזונט האט געשריבן:וועלכער שדכן איז אויפגעקומען מיט דעם פלאן? צען טויזענט רייניש פאר א שידוך? עס דארף זיין באזירט אויף עפעס קאממאן סענס.
באזירט אויף וואס אונזערע זיידעס האבן געצאלט און עס האט פיין געארבעט. היינט ארבעט דער סיסטעם "נישט" פרעג יעדעם וואס טועט אביסל דערין.
Re: גמ"ח $5000 לכל מחותן לשדכנות מיט פעימענטס פון $100 א וואך: א פערמענאנטער לעזונג
א פוינט האט געשריבן:חדשות האט געשריבן:לאור הוצאות סמעטענע
viewtopic.php?f=3&t=35526&start=620
עפען מיר דעם אשכול פאר א שפאגל נייע "פערמענאנטע" זאליכע לעזונג צום שדכנים קריזיס.
די פרייז וואס אונזערע זיידעס פלעגן צאלן פאר א שדכן אין די כף יארן איז גווען $500, אין די למד יארן בערך $1000 ביידע קומט אויס בערך $5000 אין די היינטיגע ווערט פון געלט.
דער לעזונג איז, אז קהלות זאל האבן א ספעציעל גמ"ח פאר דמי שדכנות $5000 פאר יעדן מחותן, מיט פעימענטס פון $100 א חודש. נו, ווער איז נישט גרייט צו צאלן $100 א חודש צו מאכן זיין קינד א חתן אדער כלה?
אומר ועושה, עסקנים לאמיר אריינטאנצען..
אין נאמבערס הייסט עס אז פאר די נעקסטע 4 יאר וועט מען דארפן באצאלן די שדכנות געלט, און פאר היימישע קינדער געבענטשטע משפחות מיינט עס אז נאך בערך 2 יאר וועט מען דארפן צאלן פאר 2 קינדער, און דערנאך א שטיק צייט פאר 3. כ'זעה נישט פארוואס ס'זאל זיך אויסארבעטן ארויפצולייגן נאך אזא הוצאה אויף א מענטש.
געווענליך די מענטשען וואס קאמפלעינען וועגן הוצאות זענען זייער ברייטהארציג פאר א 10 אלפים יערליך פאר א קאנטרי, אדער א שבת באווארפן סעודה, און נאך א מיליאן זאכן, אבער צו העלפן אז קינדער זאלן נישט אלט ווערן דאס איז שוין נישט גענוג וויכטיג. נישט יעדער איז אזוי, אבער בדרך כלל רוב פון די קאמפלעינערס זענען אזוי, ובכללם טייל פון די מגיבים דא.