בילדער אין היימישע אויסגאבעס פון עמך אידן, איז דאס נארמאל???

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9970
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

בילדער אין היימישע אויסגאבעס פון עמך אידן, איז דאס נארמאל???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

יעצט ווען מ'שטיי מיר נאך פורים האב איך אזוי אדורך געבלעטערט די היימישע בילדער אויסגאבעס, האב איך מיר אסאך באגעגענט מיט אסאך בילדער פון סתם פשוט'ע עמך אידן מיט בילדער וואס זיי וואלטן קיינמאל נישט געוואלט דאס זאל ארויס גיין פון זיי... און ווער רעד נאך פון ווערן פארשפרייט אין די גאנצע וועלט.

איך וואלט מיך געוואלט דורך שמועסן דא מיט אונזערע חברים צי דאס איז א נארמאלע זאך... איך גיי נישט אריין איבער די גאנצע ענין פון בילדער בכלל, דאס וועל איך איבער לאזן פאר די מנהיגי העדה און יעדער זאל טון דאס וואס זיין רבי פארשטייט. אבער איך באציה מיך יעצט איבר סתם לייגן א בילד פון אן עמך איד, וואס אין בהמ"ד איז ער א שטילער, מאכט נישט קיין גרויסע נויז... אבער ווען ס'קומט א דוגמה פון פורים, און מ'טרינקט אביסל און מ'טאנצט אין די גאסן, פארוואס זאל בלייבן א בילד פון אים לדורות עולם ווי ער ליגט אויפן גאס? פארוואס זאל ער קומעדיגע יאר פורים דארפן טראכטן צוויי מאל צי ער זאל נאכאמאל אריין נעמען וויין אין זיין מויל?
איך זאג נישט אז ס'נישט זיס צו זען אזא בילד, ס'ברענגט נישט ארויס קיין זאך קעגן דעם מענטש, ער טוט גארנישט Wראנג מיט דעם וואס ער טרינקט פורים, אבער פארט מיין איך אז רוב מענטשען וואלן נישט געוואלט אז זיי זאלן זיין אין די בילדער וואס פארן ארום אין די וועלט (ס'פינקט גענוג אז די משפחה נעמט שוין בילדער פון אים און דאס ווערט איבער געקוקט יעדן טאג...)

און דאס איז נאך אפגערעד איבער אריין לייגן בילדער פון בחרים. יא, דער בחור האט געטרונקען און אפשר אביסל מער ווי ער וואלט געמעגט... און אפשר וואלט ער אפילו נישט געדארפט טרונקען (וואס דעמאלטס איז די קשיא נאך שווערער...) פארוואס דארף ליגן א בילד אין די היימישע אויסגאבעס וואס זיין טאטע וועט ליינען?!... פארוואס דארף זיין מחותן זען א בילד ווי דער נייער חתן ליגט אינטער א טראק און האלט א פלעשל וויין אין די האנט?!...
--
יעצט וואלט איך אויך סתם געוואלט וויסן ווער ס'געט די רעכט פאר א אויסגאבע וואס ווערט צושפרייט איבער די גאנצע וועלט, אריין צושטעלן א בילד פון א פשוט'ער מענטש, וואס וואלט זיך קיינמאל נישט ארויס געשטעלט ברבים טון א געוויסע זאך. אן אריין גיין אין צופיל פרטים פון וואס מ'לייגט אריין אלס בילדער, אבער צו קוקן די אלע זאכן כאפט ממש א גראל... וואס איז איינער שילדיג אז ער האט קע"ה א שטוב מיט קינדער, און דארף שלעפן כאטש 2 קפרות אויף אמאל וכו. וכו. וואס איך מיין אז יעדער דא פארשטייט וואס איך מיין...

איך האב גערעד מיט עטליכע אידן די לעצטע פאר טאג איבער דעם גראל פון די בילדער, האט זיך מיר ארויס געשטעלט א אינטערסאנטער פאקט, אז איינער וואס ליגט אין סאשעל מידיע דער וועט קיינמאל נישט פארשטיין דער פראבלעם דערפון, דער פרעגט פשוט " וואס איז דער פראבלעם דערפון?, וואס איז פאני פון לייגן אזא בילד"... אבער היות ס'נאך דא נארמאלע(?) מענטשען אויך, און זיי ליגן נישט אין די אלע זאכן, זיי קוקן נאך יא אן אזא זאך פאר מאדנע ביז גאר. אשע"כ וואלט איך געוואלט הערן פון אייך דא, וואס עפ"ר דרייט מען זיך נאר דא אויף אייוועלט ממילא האט מען יא דעם שכל אנושי...וואלט איך געוואלט וויסן אויב איך בין גערעכט דערמיט.


נ.ב. אויב געהערט דאס נישט אין דעם פארום. מנהלים, ביטע אריבער פירן על מקומו.
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
גלות איד
שר האלף
תגובות: 1000
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 10, 2017 8:48 pm

Re: בילדער אין היימישע אויסגאבעס פון עמך אידן, איז דאס נארמאל???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלות איד »

גוט געזאגט!!
בפשיטות
שר האלף
תגובות: 1119
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2019 6:01 pm

Re: בילדער אין היימישע אויסגאבעס פון עמך אידן, איז דאס נארמאל???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בפשיטות »

זייער א שטארקע פוינט!
יענקל פאטאש
שר האלף
תגובות: 1213
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2012 6:59 pm

Re: בילדער אין היימישע אויסגאבעס פון עמך אידן, איז דאס נארמאל???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענקל פאטאש »

דא האט איר מיין הסכמה.
איך פערזענליך דארף נישט קיין בילדער אפי' איך בין ניכטער. שוין לאנג נישט געווען ביי קיין דינערס מלוה מלכהס אבות ובניםס אתרוגים ירידס יו נעים איט כדי מקיים צו דעם והצנע לכת, איים סארי פארן עובר זיין אויף והיית משוגע.
אוועטאר
נקודהלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6503
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2019 10:58 pm

Re: בילדער אין היימישע אויסגאבעס פון עמך אידן, איז דאס נארמאל???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקודהלע »

אלטער זאגט שטארק. כ'האב גראדע מיטגעהאלטן דאס יאר פורים אזא סענזאציע, געווען א וואוילע אינגערמאן וואס האט מקיים געווען מצות היום בהידור, און גייט נישט דורך קיין פאר טעג און ער הערט נישט אויף צו הערן גריסן אז אויף די ... וועבזייטל ליגט א גרויסע בילד ווי ער וואלגערט זיך אין שיכורות. ס'האט אים שטארק פארדראסן און געברענגט גרויסע בושות.

ניין, נישט יעדער ווייל זיין אויפן פראנט קאווער פון די וואך/בליק וכו'!!! ס'איז נישט קיין שום יושר ארויסצושטעלן אזעלכע בילדער אן די רשות פונעם גע(פאר)כאפטן! אן אויסגאבע וואלט געדארפט צאלן דמי בושות פאר אזא זאך!

נישט לאנג צוריק האט טעסטער טשויס קאווע געדארפט איבערמאכן זייער פעקידזשינג נאך אן אנקלאגע פון די קאווע טרינקער אויפן לעבל.
ימים ידברו האט זיך קיינמאל געזאגט אזוי ריכטיג ווי היינט
אוועטאר
בעל דמיון
שר האלף
תגובות: 1753
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 09, 2012 9:34 pm
לאקאציע: בביתי נאוה קודש, ליד ה״שלחן ערוך״

Re: בילדער אין היימישע אויסגאבעס פון עמך אידן, איז דאס נארמאל???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל דמיון »

איין מינוט, נאר עמך אידן? און וואס איז מיט ערליכע אידן, אדמורי"ם וכדו' סיי היינטיגע און סיי פריערדיגע וואס האבן זיך געבעטן מיט שיינעם און מיט בייזן אז מ'זאל נישט לייגן פון זיי און די פוחזים וריקים פייפן זיי אן בשאט נפט!
מ'האנדלט דא מיט מענטשן וואס האבן מיט יודישקייט און תורה גארנישט! נאר מיט זייער טאש... צא ובדוק!
The bitterness of poor quality remains long after the sweetness of low price is forgotten
אוועטאר
נקודהלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6503
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2019 10:58 pm

Re: בילדער אין היימישע אויסגאבעס פון עמך אידן, איז דאס נארמאל???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקודהלע »

בעל דמיון האט געשריבן:איין מינוט, נאר עמך אידן? און וואס איז מיט ערליכע אידן, אדמורי"ם וכדו' סיי היינטיגע און סיי פריערדיגע וואס האבן זיך געבעטן מיט שיינעם און מיט בייזן אז מ'זאל נישט לייגן פון זיי און די פוחזים וריקים פייפן זיי אן בשאט נפט!
מ'האנדלט דא מיט מענטשן וואס האבן מיט יודישקייט און תורה גארנישט! נאר מיט זייער טאש... צא ובדוק!

ריכטיג, אבער כ'מיין דאס איז צוויי באזונדערע נושאים. די חוצפה וואס די אויסגאבעס האבן קעגן רבנים וצדיקים איז נישט צום אויסהאלטן!

ער רעדט בנוגע א זייטיגע פראבלעם, נישט די פראבלעם פון בילדער וואס דאס איז וואס באדערט ע"פ רוב די רביס און רבנים, נאר די פראבלעם פון נעמען א פריוואטע מענשט און אים לייגן אין פובליק אן זיין רשות.
ימים ידברו האט זיך קיינמאל געזאגט אזוי ריכטיג ווי היינט
קוואל וואסער
שר האלף
תגובות: 1162
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 5:44 pm

Re: בילדער אין היימישע אויסגאבעס פון עמך אידן, איז דאס נארמאל???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוואל וואסער »

גאמ, נישט נארמאל
אם אסק שמים שם אתה - ואציעה שאול הנך
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20743
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: בילדער אין היימישע אויסגאבעס פון עמך אידן, איז דאס נארמאל???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

די געזעץ איז אז ממעג נעמען פיקטשורס פון איינעם אין פאבליק פלעצער
חוץ אין דוביי
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
ידעתי
שר חמש מאות
תגובות: 981
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2017 9:40 am

Re: בילדער אין היימישע אויסגאבעס פון עמך אידן, איז דאס נארמאל???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידעתי »

,די געזעץ איז אויך אז דו מעגסט חתונה האבן מיט א שיקסע, און דרייוון שבת בשעת רייכערן א ציגארעטל
אוועטאר
יש בו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4464
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

Re: בילדער אין היימישע אויסגאבעס פון עמך אידן, איז דאס נארמאל???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש בו »

נארמאליזעם האט געשריבן:די געזעץ איז אז ממעג נעמען פיקטשורס פון איינעם אין פאבליק פלעצער
חוץ אין דוביי

סא אין קארט קען מען זיי נישט רופן, אבער צו דין תורה יא
The Divided States Of America
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20743
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: בילדער אין היימישע אויסגאבעס פון עמך אידן, איז דאס נארמאל???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

ווייס איך נישט
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9899
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: בילדער אין היימישע אויסגאבעס פון עמך אידן, איז דאס נארמאל???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

נקודהלע האט געשריבן:
בעל דמיון האט געשריבן:איין מינוט, נאר עמך אידן? און וואס איז מיט ערליכע אידן, אדמורי"ם וכדו' סיי היינטיגע און סיי פריערדיגע וואס האבן זיך געבעטן מיט שיינעם און מיט בייזן אז מ'זאל נישט לייגן פון זיי און די פוחזים וריקים פייפן זיי אן בשאט נפט!
מ'האנדלט דא מיט מענטשן וואס האבן מיט יודישקייט און תורה גארנישט! נאר מיט זייער טאש... צא ובדוק!

ריכטיג, אבער כ'מיין דאס איז צוויי באזונדערע נושאים. די חוצפה וואס די אויסגאבעס האבן קעגן רבנים וצדיקים איז נישט צום אויסהאלטן!

ער רעדט בנוגע א זייטיגע פראבלעם, נישט די פראבלעם פון בילדער וואס דאס איז וואס באדערט ע"פ רוב די רביס און רבנים, נאר די פראבלעם פון נעמען א פריוואטע מענשט און אים לייגן אין פובליק אן זיין רשות.

רוב רבנים לאזן היינט כאפן בילדער לצורך פרנסה. (און שטילערהייט.. ששש... קיינער הערט נישט?... א גרויס טייל רבנים שטעלן זיך פאר די בילדער און מאכן זיכער דערנאך אז ס'שיין געדעקט...)
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
קוואל וואסער
שר האלף
תגובות: 1162
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 5:44 pm

Re: בילדער אין היימישע אויסגאבעס פון עמך אידן, איז דאס נארמאל???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוואל וואסער »

הייסט די גייסט נאר מיט'ן געזעץ אין יעדע זאך. עהעם.
נארמאליזעם האט געשריבן:די געזעץ איז אז ממעג נעמען פיקטשורס פון איינעם אין פאבליק פלעצער
חוץ אין דוביי

ווילסט אויך האבן דיין פיקטשויר פון שיכורן פורים אין גרויסן אויף אלע פראנט פעידזשעס?
אם אסק שמים שם אתה - ואציעה שאול הנך
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9899
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: בילדער אין היימישע אויסגאבעס פון עמך אידן, איז דאס נארמאל???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

דער פראבלעם איז נאכמער. עס דרייען זיך אורם אידן וואס פייגערן מען זאל זיי זעהן אויך די בילדער און מאכן זיך שיכור בלויז פאר דעם. נו וואו נעמט מען יד רשעות נישט אריינצולייגן פון זיי?...
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
אוועטאר
זאג א גוטס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3279
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: בילדער אין היימישע אויסגאבעס פון עמך אידן, איז דאס נארמאל???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאג א גוטס »

קוואל וואסער האט געשריבן:הייסט די גייסט נאר מיט'ן געזעץ אין יעדע זאך. עהעם.
נארמאליזעם האט געשריבן:די געזעץ איז אז ממעג נעמען פיקטשורס פון איינעם אין פאבליק פלעצער
חוץ אין דוביי

ווילסט אויך האבן דיין פיקטשויר פון שיכורן פורים אין גרויסן אויף אלע פראנט פעידזשעס?

און נאך אונטערן נאמען פון נארמאליזם... :wink:
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9899
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: בילדער אין היימישע אויסגאבעס פון עמך אידן, איז דאס נארמאל???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

נארמאליזעם האט געשריבן:די געזעץ איז אז ממעג נעמען פיקטשורס פון איינעם אין פאבליק פלעצער
חוץ אין דוביי

נו שוין. ווי זאגט מען אין אזא סיטואציע? וואטעווער...
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20743
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: בילדער אין היימישע אויסגאבעס פון עמך אידן, איז דאס נארמאל???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

איינער האט אראפ געברענגט די מעשה פון טעיסטער טשאוס קאווע
האב איך מעתיק געווען אז היינט איז אנדערש די געזעץ

כהאב נישט גערעדט צו סאיז נארמאל

איך האב נישט קיין פראבלעם צו זיין אויף א פראנט דעקל
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
ידעתי
שר חמש מאות
תגובות: 981
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2017 9:40 am

Re: בילדער אין היימישע אויסגאבעס פון עמך אידן, איז דאס נארמאל???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידעתי »

פופציגער האט געשריבן:
נקודהלע האט געשריבן:
בעל דמיון האט געשריבן:איין מינוט, נאר עמך אידן? און וואס איז מיט ערליכע אידן, אדמורי"ם וכדו' סיי היינטיגע און סיי פריערדיגע וואס האבן זיך געבעטן מיט שיינעם און מיט בייזן אז מ'זאל נישט לייגן פון זיי און די פוחזים וריקים פייפן זיי אן בשאט נפט!
מ'האנדלט דא מיט מענטשן וואס האבן מיט יודישקייט און תורה גארנישט! נאר מיט זייער טאש... צא ובדוק!

ריכטיג, אבער כ'מיין דאס איז צוויי באזונדערע נושאים. די חוצפה וואס די אויסגאבעס האבן קעגן רבנים וצדיקים איז נישט צום אויסהאלטן!

ער רעדט בנוגע א זייטיגע פראבלעם, נישט די פראבלעם פון בילדער וואס דאס איז וואס באדערט ע"פ רוב די רביס און רבנים, נאר די פראבלעם פון נעמען א פריוואטע מענשט און אים לייגן אין פובליק אן זיין רשות.

רוב רבנים לאזן היינט כאפן בילדער לצורך פרנסה. (און שטילערהייט.. ששש... קיינער הערט נישט?... א גרויס טייל רבנים שטעלן זיך פאר די בילדער און מאכן זיכער דערנאך אז ס'שיין געדעקט...)


ביסט גערעכט אז ס'איז דא רבנים וואס "לאוון" די פיקטשערס, האלב מנהגים וואס היינטיגע רביס פירן זיך איז צו פארדאנקען די פיקטשער מאגאזינס. (לדוגמא, א שטענדער ביי תשליך/קידוש לבנה/מים שלנו וכו'. אדער די אלע הדלקות וכדומה וואס אמאל איז עס נישט דערהערט געווארן)
אבער עס איז נאך אלץ דא אידן, רבנים, רביס און עמך אידן וואס עקלען זיך דערפון און זיי בעטן זיך אז מזאל זיי נישט מצער זיין און ארומטראגן איבעראל ווייל דו ווילסט מאכן א עקסטערע דאלאר.
לעצט פארראכטן דורך ידעתי אום דינסטאג מארטש 16, 2021 1:13 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
קוואל וואסער
שר האלף
תגובות: 1162
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 5:44 pm

Re: בילדער אין היימישע אויסגאבעס פון עמך אידן, איז דאס נארמאל???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוואל וואסער »

די אישו איז נישט אויב דיר שמעקט א פראנט פעידש, די אישו איז וועגן די אלע אידן וואס זיי שמעקט נישט און מלייגט זייער בילד ברבים אן רשות
אם אסק שמים שם אתה - ואציעה שאול הנך
סענסיטיוו
שר חמש מאות
תגובות: 567
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 20, 2021 11:49 pm

Re: בילדער אין היימישע אויסגאבעס פון עמך אידן, איז דאס נארמאל???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סענסיטיוו »

יענקל פאטאש האט געשריבן:שוין לאנג נישט געווען ביי קיין דינערס מלוה מלכהס אבות ובניםס אתרוגים ירידס יו נעים איט כדי מקיים צו דעם והצנע לכת

ר' יעקב איך מיין אז איר נעמט עס צו צו א שארפע עקסטרים
קענסט נישט בלייבן אין טראקטאר אגאנצע צייט!...
למען לא ניגע לניק (ליפא)
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9899
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: בילדער אין היימישע אויסגאבעס פון עמך אידן, איז דאס נארמאל???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

ידעתי האט געשריבן:
ביסט גערעכט אז ס'איז דא רבנים וואס "לאוון" די פיקטשערס, האלב מנהגים וואס היינטיגע רביס פירן זיך איז צו פארדאנקען די פיקטשער מאגאזינס. (לדוגמא, א שטענדער ביי תשליך/קידוש לבנה/מים שלנו וכו'. אדער די אלע הדלקות וכדומה וואס אמאל איז עס נישט דערהערט געווארן)
אבער עס איז נאך אלץ דא אידן, רבנים, רביס און עמך אידן וואס עקלען זיך דערפון און זיי בעטן זיך אז מזאל זיי נישט מצער זיין און ארומטראגן איבעראל ווייל דו ווילסט מאכן א עקסטערע דאלאר.

מיש נישט גינוני מלכות מיט א פישטער תאוה
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

Re: בילדער אין היימישע אויסגאבעס פון עמך אידן, איז דאס נארמאל???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעם וריח »

כבין געזיצן אין מיין קאר פורים נאכמיטאג און עס איז דורכגעפארן א פארטאגרעפירער און 'געסנעפט א בילד' פון מיר. מוז איך גיין אויס טשעקן אלע אויסגאבעס אויב מיין בילד ערשיינט?
על "טעם וריח" אין להתווכח
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: בילדער אין היימישע אויסגאבעס פון עמך אידן, איז דאס נארמאל???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

יש בו האט געשריבן:
נארמאליזעם האט געשריבן:די געזעץ איז אז ממעג נעמען פיקטשורס פון איינעם אין פאבליק פלעצער
חוץ אין דוביי

סא אין קארט קען מען זיי נישט רופן, אבער צו דין תורה יא

מיינסט אז די וויזניצע און סקווערע רבי'ס שליט"א און זצ"ל וואלטן נישט גערופן צו דין תורה אויב וואלטן זיי ג'האט אפילו א קליינע טשאנס צו געווינען?
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
סענסיטיוו
שר חמש מאות
תגובות: 567
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 20, 2021 11:49 pm

Re: בילדער אין היימישע אויסגאבעס פון עמך אידן, איז דאס נארמאל???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סענסיטיוו »

טעם וריח האט געשריבן:כבין געזיצן אין מיין קאר פורים נאכמיטאג און עס איז דורכגעפארן א פארטאגרעפירער און 'געסנעפט א בילד' פון מיר. מוז איך גיין אויס טשעקן אלע אויסגאבעס אויב מיין בילד ערשיינט?

וויאזוי דען ווילסטו זיי זאלן מאכן געלט? :lol:
למען לא ניגע לניק (ליפא)
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”