בילדער אין היימישע אויסגאבעס פון עמך אידן, איז דאס נארמאל???

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10226
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: בילדער אין היימישע אויסגאבעס פון עמך אידן, איז דאס נארמאל???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

גוט געזאגט אלטער!
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

Re: בילדער אין היימישע אויסגאבעס פון עמך אידן, איז דאס נארמאל???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

נקודהלע האט געשריבן:אלטער זאגט שטארק. כ'האב גראדע מיטגעהאלטן דאס יאר פורים אזא סענזאציע, געווען א וואוילע אינגערמאן וואס האט מקיים געווען מצות היום בהידור, און גייט נישט דורך קיין פאר טעג און ער הערט נישט אויף צו הערן גריסן אז אויף די ... וועבזייטל ליגט א גרויסע בילד ווי ער וואלגערט זיך אין שיכורות. ס'האט אים שטארק פארדראסן און געברענגט גרויסע בושות.

ניין, נישט יעדער ווייל זיין אויפן פראנט קאווער פון די וואך/בליק וכו'!!! ס'איז נישט קיין שום יושר ארויסצושטעלן אזעלכע בילדער אן די רשות פונעם גע(פאר)כאפטן! אן אויסגאבע וואלט געדארפט צאלן דמי בושות פאר אזא זאך!

נישט לאנג צוריק האט טעסטער טשויס קאווע געדארפט איבערמאכן זייער פעקידזשינג נאך אן אנקלאגע פון די קאווע טרינקער אויפן לעבל.


עטליכע יאר צוריק, א טאג צוויי נאך פורים, קאלט מיר א חבר אן אז ער האט געזען פון מיר א בילד פארשטעלטערהייט.
האב איך מיך דערמאנט אז דעליווערנדיג משלוח מנות פאר מיין מאמע זז"ג האב איך געזען ביים קארנער איינעם כאפן בילדער און פאר סאם ריזאן איז עם געווען גאר אינטערסאנט מיין קאפ צודעק און צוגעהערן און דער פיקטשער איז יענער יאר געווען פובליק אויף וואס איז נייעס וועבזייטל
צופעליג בין אין נישט אזא שעמעדיגער און עס גייט מיר נישט אן צו פיל אבער עס האט מיר געבאדערט פשוט ווייל פארוואס צושמירסטו מיר שלא ברשותי. פרעג כאטשיג. אפשר איז עס מיר אומבאקוועם?
אז וואס איז נייעס וואלט געפרעגט וואלט איך עם בתשואת חן געזאגט נאו פראבלעם
אוועטאר
א פוינט
שר חמש מאות
תגובות: 547
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 26, 2019 3:56 pm

Re: בילדער אין היימישע אויסגאבעס פון עמך אידן, איז דאס נארמאל???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א פוינט »

שלמה מולכו האט געשריבן:גם אני מצטרף לדברי ר׳ אלטער,

איך טראכט נאר אז אין די היינטיגע וועלט איז די לייף ספען פון א פיקטשער ממש קורץ,
ס׳טוהט זיך אזא פארפלייצונג פון בילדער אז מ׳קען ניטאמאל זיך קאנצעטרירן אויף א בילד,
ממילא אפילו אויב מטרעפט זיך אין א אומבטעמטע בילד, גייט צוויי מינוט שפעטער זיין א אנדערע בילד און קיינער גייט נישט געדענקן.

בקיצור, די אטענטשן ספען פאר א בילד איז נאנט צו זירא.

דאס איז מיינעך די איינציגסטע לימוד זכות אויף זיי... מ'געדענקט סייווי נישט א טאג נאכדעם.
ווארעמע מעלאנע
שר מאה
תגובות: 229
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 15, 2020 5:02 pm

Re: בילדער אין היימישע אויסגאבעס פון עמך אידן, איז דאס נארמאל???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארעמע מעלאנע »

ס'איז א סענסיטיוויטי. מען מעג נעמען בילדער, און מען מעג פארשפרייטן שיינע בילדער. דער פאטאגראפער דארף אבער האבן א סענסיטיוויטי אז אויב האט זיך אים געכאפט א אומגעלונגענע אדער נישט מכובדיגע בילד, זאל ער דאס תיקף אויסמעקן און זיכער נישט פארשפרייטן.
עס איז אלץ דא א מיטל וועג.
אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלפיים
תגובות: 2565
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

Re: בילדער אין היימישע אויסגאבעס פון עמך אידן, איז דאס נארמאל???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרוביר אויך »

על מה יצא הקצף?
לאמיר זעהן די בילדער און דן זיין דערויף!
אז יענער קען קענסטו אויך
אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5444
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

Re: בילדער אין היימישע אויסגאבעס פון עמך אידן, איז דאס נארמאל???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך maybeeynot »

גא"מ לאלטער
חזקי ג
שר מאה
תגובות: 177
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 06, 2020 7:40 pm

Re: בילדער אין היימישע אויסגאבעס פון עמך אידן, איז דאס נארמאל???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזקי ג »

עס איז שוין דא?
אוועטאר
ראש המערכה
שר חמש מאות
תגובות: 679
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 07, 2019 11:45 pm
לאקאציע: Upstate

Re: בילדער אין היימישע אויסגאבעס פון עמך אידן, איז דאס נארמאל???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש המערכה »

אלטער, כ'בין. מיט דיר! ס'וואלט מיר נישט געשמעקט זיך צו טרעפן און א אויסגאבע שיכור.
זאג כאטש וועלעכע אויסגאבע, לאמיר אלע הנאה האבן! :lol:
אויב מיינסטו ביזט צו קליין צו קענען אויפטוהן...
ביסטו קיינמאל געוועהן לעבן א מאסקיטא...
זיי אמתדיג
שר מאה
תגובות: 243
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2019 3:12 pm

Re: בילדער אין היימישע אויסגאבעס פון עמך אידן, איז דאס נארמאל???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיי אמתדיג »

זעה איך אז בה כמעט אלע ניקים דא האבן נאך דעם קאפ אויפן פלאטץ צו פארשטיין פשוטע זאכן וואס אפאר יאר צוריק האט יעדער 3 יעריגס פארשטאנען.
סאשעל מידיע איז זיכער שילדיג פאר דעם.....
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17019
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: בילדער אין היימישע אויסגאבעס פון עמך אידן, איז דאס נארמאל???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

לאלטער לחיים טובים!

אז מ'וועט פאלגן אלטער'ן, קען מען מאכן א לחיים טובים אן קיין פחד!
חוח בין השושנים האט געשריבן:
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: בילדער אין היימישע אויסגאבעס פון עמך אידן, איז דאס נארמאל???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

ותן ברכה האט געשריבן:בדידי הוה עובדא, א פאר יאר צוריק אינמיטן זומער אין קאנטרי בין איך געווען פארמישט אין א שטיקל עקסידענט (וואו איך בין נישט געווען שולדיג) אזוי ווי איך קום ארויס פון די קאר זענען זיך א פאר מענטשן צוזאמען געקומען כדרכם, און איינער נעמט ארויס זיין טעלעפאן, איך בין געווען זיכער אז ער גייט רופען פאר הילף. סוף וואך הער איך צוריק פון אלע זייטן, אה! איך האב געזען דיין פיקטשער אין די ..... וואס איז געווען? וכו'. בפרט אין די פאזיציע וואס איך בין דאמאלטס געווען, איז עס נישט געווען בא'טעם'ט, מילד גערעדט.
איך זאג קלאר איך בין יענעם נישט מוחל.


אופס, פליזז זאג שוין דריי מאל מחול לך
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: בילדער אין היימישע אויסגאבעס פון עמך אידן, איז דאס נארמאל???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

לויט די תגובות דא קוקט אויס אז סיז פארגעקומען אן ערנסטע קאנספיראציע, איינער איז ארומגעגאנגען כאפן בילדער אום פורים פון אלע ניקים און עס פארשפרייט, גילו במילואו

ערנסט גערעדט אלטער איז גערעכט הונדערט פראצענט, כ'קען פארשטיין א חילוק צווישן א בילד פונעם גאנצן ציבור ווי מזעהט אין קליין מיין פרצוף, אבער אריינזומען און פוקעסען דעם לענס אויף א ספעציפישע יחיד ווייל עס געפעלט אים יענעמס פארשטעלאכץ איז מילד גערעדט נישט שיין

אגב איז דא א פאטאגראפירער משלנו וועלכע גייט ארום כאפן בילדער א גאנץ יאר אין די היימישע געגענטער, כ'מוז זאגן ליידער האט ער גוטע זיסע בילדער, למשל פאר סוכות פון די הוא הא אויף לי עוו. צו ביי א שניי וויאזוי אידן שלעפן זיך אין שוהל ארום וכו', למעשה אבער איז מן הנימוס צו פרעגן דעם באטרעפענדען רשות צו מ'מעג עס מפרסם זיין
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9191
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: בילדער אין היימישע אויסגאבעס פון עמך אידן, איז דאס נארמאל???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: בילדער אין היימישע אויסגאבעס פון עמך אידן, איז דאס נארמאל???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

ס'איז זייער קריעטיוו, כ'האף ס'איז מיט רשות...
אטעטשמענטס
IMG_20210317_143433.jpg
IMG_20210317_143433.jpg (356.15 KiB) געזען 1001 מאל
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
ישרן
שר חמש מאות
תגובות: 749
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 07, 2019 12:11 am

Re: בילדער אין היימישע אויסגאבעס פון עמך אידן, איז דאס נארמאל???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישרן »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:ס'איז זייער קריעטיוו, כ'האף ס'איז מיט רשות...

כהאף טאקע אזוי ווייל דאס איז א משגיח פון א ישיבה און דער בחור כנראה איז זיין תלמיד ברויך מען דערגיין וואס ליגט אונטערן בילד.
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9971
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: בילדער אין היימישע אויסגאבעס פון עמך אידן, איז דאס נארמאל???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

פארוואס האב איך מיר היינט דערמאנט פון דעם אשכול?
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9418
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: בילדער אין היימישע אויסגאבעס פון עמך אידן, איז דאס נארמאל???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

אלטער האט געשריבן:פארוואס האב איך מיר היינט דערמאנט פון דעם אשכול?

איך ווייס. ואין מגלין אלא לצנועין
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22678
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

ווייל ווי געשריבן דארט, שכל איז א מתנה וואס נישט יעדער האט באקומען.
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: בילדער אין היימישע אויסגאבעס פון עמך אידן, איז דאס נארמאל???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

איך האב שוין אן אלטע רעקארד זיך צו טרעפן ווען נאר אימער אין די בילדער אויסגאבעס... מיר פערזענליך באדערט עס נישט עכט.. ווייל ב"ה ס'איז קיינמאל נישט געווען אויף א נישט מכובד'יגער מצב... ס'פארדרוסט מיר אבער זייער דאס חוצפה און אוממענטשליכקייט...
אוועטאר
מאניש בנבנשתי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5382
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 01, 2015 12:26 pm
לאקאציע: אין מיין גוף

Re: בילדער אין היימישע אויסגאבעס פון עמך אידן, איז דאס נארמאל???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאניש בנבנשתי »

דער פותח האשכול דערמאנט וועגן פורים'דיגע בילדער וואס איז באמת אן עון פלילי ווען מען טוט דאס אן יענעם'ס רשות, אבער איך וואלט געוואלט צולייגן דערויף, איז אינמיטן יאר יא נארמאל אריינצולייגן בילדער פון סתם עמך אידן אן רשות???

איך האב מיטגעהאלטן א שיינע צירקע יארן צוריק, א באקאנטע אויסגאבע האט אריינגעלייגט פון אן עמך איד א גרויסן בילד, א האלבע פעידזש סייז, און יענע איד איז געווען אין זייער נישט א בכבוד'דיגע פאזיציע, אבער פאר יענע אויסגאבע איז דאס געווען גאר טשיקאווע, און אז מען קען מאכן געלט אויף יענעם'ס בלוט, איז דאך עס דאפעלט ווערט! איז אריין. דער איד נעבעך האט נישט געוואוסט ווי זיך אהינצוטוהן פאר בזיונות, עס האט אנגעהאלטן אפשר איבער א חודש וואס ער האט נישט אויפגעהערט נאכהערן גריסן דערוועגן, הזאת נעמי?!

די זעלבע אויסגאבע לייגט אריין כסדר בילדער פון עמך אידן ווי זיי שלאגן כפרות, עמך אידן וואס זיי קויפן לולבים אדער אתרוגים, אידן וואס שלעפן סוכה ברעטער, עמך אידן ביי שריפת חמץ, די ליסטע איז ריזיג גרויס, יעצט לאמיר אייך מסביר זיין וויאזוי מען קלויבט בילדער דערפאר, מען נעמט נישט סתם אבי א בילד א איד שלאגט כפרות, ניין ארבייט נישט אזוי, מען זוכט עפעס טשיקאועדיג, אזוי קרעטשמעדיג, עפעס וואס דער לייענער זאל וועלן זעהן און באצאלן די פאר טאללער פאר די שמייכל וואס ער גייט האבן ביים זעהן דעם בילד, איך האב שוין מיטגעהאלטן אומצאליגע מאל ווי אידן זענען באמת געווארן בא'עוול'ט מיט אזוינע בילדער, די אידן האט עס באמת וויי געטוהן, איך האב גערעדט מיט די אידן און געהערט זייער ווייטאג, מר' .......... פון ........... אויסגאבע, עס קומט חודש אלול! איר ברויכט זיי גיין מפייס זיין לכאורה, אידן האבן אויף אייך זייער א שווער הארץ, עס איז זייער א פרייע מדינה, איר קענט דא טוהן וואס אייער הארץ באגערט, החנוני פתוח! כאפט אריין ווילאנג די געשעפט איז אפען, אבער עס קומט א זמן ווען די געשעפט דארף שפארן, די גראטעס לאזן זיך אראפ, און דאס געשעפט איז פארשפארט, און דענסמאל איז די אמעריקאנע קאנסטיטוציע ווערט נול, זילטש, עקספייערט! עס איז פעי בעק טיים! אלע אויסגאבעס מיט די פילע הלבנת פנים וועט מיטגיין מיט אייך דארטן, און דענסמאל וועט זיין זייער ביטער!

אלסדינג, צום רעדאקטער פון יענע אויסגאבע, איך בעהט אייך, חזור בך! חזור בך! חזור בך!
אב''ד ור''מ קרעפלעך והגלילות יצ''ו

געב צוריק דאס געלט פאר'ן רבי'ן, די רבי ער זאגט נישט קיין ליגענט..(קרעדיט: מיכאל ע''ה.)

מיינע באקן זענען נישט פארגליווערט, ווייל איך מאך דערמיט איבונגען כסדר..

קרעפלאך והגלילות

דער שיעור שטיבל
אוועטאר
Amazing
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

Re: בילדער אין היימישע אויסגאבעס פון עמך אידן, איז דאס נארמאל???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Amazing »

די מאמענט לייגט יעדע וואך א בילד וואס אלי' וואלהענדלער שטעלט צו, א קלאוז אפ פון א איד אין א געוויסע סצענע, למשל די וואך ווי א בחור א בנש"ק מיט א מקווה זעקל פראבירט צו כאן א היטש.
עס וואונדערט מיר אלס צו ער פרעגט רשות
א'מונה ב'טחון ג'עלט
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

Re: בילדער אין היימישע אויסגאבעס פון עמך אידן, איז דאס נארמאל???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

סתם לידיעה בעלמא, לעגאל איז נישטא קיין טענה אויב א בילד איז געכאפט אין פאבליק. דאס איז ווייל עס איז נישטא קיין expectation of privacy - ערווארטונג פון פריוואטקייט - ווען מען איז ברבים. נעמליך ווען איינער געפונט זיך ברבים, קען ער נישט ערווארטען זיינע מעשים אדער זיין צורה זאל בלייבען זיין פריוואטע אייגענטום.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2337
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

Re: בילדער אין היימישע אויסגאבעס פון עמך אידן, איז דאס נארמאל???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

אנעים זמירות האט געשריבן:סתם לידיעה בעלמא, לעגאל איז נישטא קיין טענה אויב א בילד איז געכאפט אין פאבליק. דאס איז ווייל עס איז נישטא קיין expectation of privacy - ערווארטונג פון פריוואטקייט - ווען מען איז ברבים. נעמליך ווען איינער געפונט זיך ברבים, קען ער נישט ערווארטען זיינע מעשים אדער זיין צורה זאל בלייבען זיין פריוואטע אייגענטום.

טאקע דערפאר האט דאך @מאניש געשריבען אזוי ריכטיג
מאניש בנבנשתי האט געשריבן:עס איז זייער א פרייע מדינה, איר קענט דא טוהן וואס אייער הארץ באגערט, החנוני פתוח! כאפט אריין ווילאנג די געשעפט איז אפען, אבער עס קומט א זמן ווען די געשעפט דארף שפארן, די גראטעס לאזן זיך אראפ, און דאס געשעפט איז פארשפארט, און דענסמאל איז די אמעריקאנע קאנסטיטוציע ווערט נול, זילטש, עקספייערט! עס איז פעי בעק טיים! אלע אויסגאבעס מיט די פילע הלבנת פנים וועט מיטגיין מיט אייך דארטן, און דענסמאל וועט זיין זייער ביטער!


אין הימל וועט נישט ארבעטן די שיינע תירוצים.
אז מען האט איינעם פארשעמט, ווער רעדט נאך ווען מען פארשעמט אידען וואך איין וואך אויס, איז דא א פרייז אויף דעם רח"ל, און אויף עבירות שבין אדם לחבירו העלפט אויך נישט קיין תשובה עד שירצה את חבירו, און טאמער האלט ער אין איין פארשעמן אידען וואס ער האט נישט קיין אנונג ווער זיי זענען, דערמאנט דאס פון די באקאנטע משל פון די ח"ח פון דער מענטש וואס האט צוריסן א קושען פון פעדערן איבער די גאס, און דאן פראבירט צוריקצוקלייבען די פעדערן.
אוועטאר
זילבערווערק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3815
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 08, 2021 2:40 am

Re: בילדער אין היימישע אויסגאבעס פון עמך אידן, איז דאס נארמאל???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זילבערווערק »

לאמיר פארשטיין, פון וועלכע שטאנדפונקט איז פארהאן אן הלכה'דיגע פראבלעם צו פובליצירן בילדער פון עמך אידן געכאפט אויפן גאס, און זענען נישט קיין דירעקטע ביזיון?
זייט נישט אזוי גערעגט, אידן צאלן שווערע פארמעגנס מ'זאל אריינלייגן זייערע בילדער, אז מ'האט געלייגט אייער בילד בחינם, זאגט: ישר כח!
אוועטאר
מאניש בנבנשתי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5382
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 01, 2015 12:26 pm
לאקאציע: אין מיין גוף

Re: בילדער אין היימישע אויסגאבעס פון עמך אידן, איז דאס נארמאל???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאניש בנבנשתי »

אנעים זמירות האט געשריבן:סתם לידיעה בעלמא, לעגאל איז נישטא קיין טענה אויב א בילד איז געכאפט אין פאבליק. דאס איז ווייל עס איז נישטא קיין expectation of privacy - ערווארטונג פון פריוואטקייט - ווען מען איז ברבים. נעמליך ווען איינער געפונט זיך ברבים, קען ער נישט ערווארטען זיינע מעשים אדער זיין צורה זאל בלייבען זיין פריוואטע אייגענטום.


קודם נאדיר א גרינע פאר די ידיעה ;l;p-

אויב איך מעג צולייגן צו דיינע ידיעות, פאלגענד האט איר נאך זאכן וואס איז לעגאל.

מלבין פני חברו ברבים - פרי ספיטש.
חילול שבת - סתם פרידאם
עבודה זרה - פרידאם אויף רעלידזשאן
גיין מיט שעטנז, עסן יום כיפור, עסן חמץ בפסח, די ליסטע איז זייער גרויס, עס אלעס לעגאל, און מען קען נישט האבן קיין שום טענה אויף די מענטשן וואס טוהן דאס!

----------

אבער קומען וועט א טאג, וועט מען קריגן געסט, מען וועט פרעגן איר די נאמען
זי וועט זאגן נאוי, ער וועט זאגן יעס, און וועט נעמען איר נשמה.
און צימבלען, אוי צימבלען, אוי אוי וועט מען דארטן צימבלען
אוי צימבלען, אוי צימבלען, אוי וועט מען איר דארטן צימבלען.

קרעדיט ר' יו''ט עהרליך ז''ל.
אב''ד ור''מ קרעפלעך והגלילות יצ''ו

געב צוריק דאס געלט פאר'ן רבי'ן, די רבי ער זאגט נישט קיין ליגענט..(קרעדיט: מיכאל ע''ה.)

מיינע באקן זענען נישט פארגליווערט, ווייל איך מאך דערמיט איבונגען כסדר..

קרעפלאך והגלילות

דער שיעור שטיבל
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”