בילדער אין היימישע אויסגאבעס פון עמך אידן, איז דאס נארמאל???

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

געדענקסט נאך
שר חמש מאות
תגובות: 552
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 25, 2017 3:02 pm

Re: בילדער אין היימישע אויסגאבעס פון עמך אידן, איז דאס נארמאל???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געדענקסט נאך »

איך ווייס נישט וואס מען מעג און וואס נישט אבער אני הקטן האב מיך אמאל געטראפן אין איינע פון די מאגאזינען פארברענענדיג די חמץ, נישט צעווישן דעם עולם נאר א בילד טאקע דירעקט פון מיר ווי איך פארברען די חמץ און עס האט מיר גאר גאר שטארק געבאדערט, עכ"פ עס איז זיכער דא מענטשן וועם עס איז גורם עגמת נפש.
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4216
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע: אין פעלד

Re: בילדער אין היימישע אויסגאבעס פון עמך אידן, איז דאס נארמאל???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

גם אני מצטרף לדברי ר׳ אלטער,

איך טראכט נאר אז אין די היינטיגע וועלט איז די לייף ספען פון א פיקטשער ממש קורץ,
ס׳טוהט זיך אזא פארפלייצונג פון בילדער אז מ׳קען ניטאמאל זיך קאנצעטרירן אויף א בילד,
ממילא אפילו אויב מטרעפט זיך אין א אומבטעמטע בילד, גייט צוויי מינוט שפעטער זיין א אנדערע בילד און קיינער גייט נישט געדענקן.

בקיצור, די אטענטשן ספען פאר א בילד איז נאנט צו זירא.
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
אוועטאר
נקודהלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6503
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2019 10:58 pm

Re: בילדער אין היימישע אויסגאבעס פון עמך אידן, איז דאס נארמאל???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקודהלע »

יידישע קהילות האט געשריבן:
יש בו האט געשריבן:
נארמאליזעם האט געשריבן:די געזעץ איז אז ממעג נעמען פיקטשורס פון איינעם אין פאבליק פלעצער
חוץ אין דוביי

סא אין קארט קען מען זיי נישט רופן, אבער צו דין תורה יא

מיינסט אז די וויזניצע און סקווערע רבי'ס שליט"א און זצ"ל וואלטן נישט גערופן צו דין תורה אויב וואלטן זיי ג'האט אפילו א קליינע טשאנס צו געווינען?

כ'ווייס נישט וועגן אנדערע רביס, אבער ניין, מיין רבי וואלט קיינמאל גערופן אין דין תורה א צווייטע איד פאר א פערזענליכע זאך.
ימים ידברו האט זיך קיינמאל געזאגט אזוי ריכטיג ווי היינט
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9235
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

Re: בילדער אין היימישע אויסגאבעס פון עמך אידן, איז דאס נארמאל???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

שלמה מולכו האט געשריבן:גם אני מצטרף לדברי ר׳ אלטער,

איך טראכט נאר אז אין די היינטיגע וועלט איז די לייף ספען פון א פיקטשער ממש קורץ,
ס׳טוהט זיך אזא פארפלייצונג פון בילדער אז מ׳קען ניטאמאל זיך קאנצעטרירן אויף א בילד,
ממילא אפילו אויב מטרעפט זיך אין א אומבטעמטע בילד, גייט צוויי מינוט שפעטער זיין א אנדערע בילד און קיינער גייט נישט געדענקן.

בקיצור, די אטענטשן ספען פאר א בילד איז נאנט צו זירא.

זייער ריכטיג, דאס איז כאטש א נחמה פורתא ווען איינער טרעפט זיך אן מיט זיין פרצוף ארומפארן.
---
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8850
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: בילדער אין היימישע אויסגאבעס פון עמך אידן, איז דאס נארמאל???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

נקודהלע האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:
יש בו האט געשריבן:
נארמאליזעם האט געשריבן:די געזעץ איז אז ממעג נעמען פיקטשורס פון איינעם אין פאבליק פלעצער
חוץ אין דוביי

סא אין קארט קען מען זיי נישט רופן, אבער צו דין תורה יא

מיינסט אז די וויזניצע און סקווערע רבי'ס שליט"א און זצ"ל וואלטן נישט גערופן צו דין תורה אויב וואלטן זיי ג'האט אפילו א קליינע טשאנס צו געווינען?

כ'ווייס נישט וועגן אנדערע רביס, אבער ניין, מיין רבי וואלט קיינמאל גערופן אין דין תורה א צווייטע איד פאר א פערזענליכע זאך.

פערזענליכע זאך??
דאס איז דאך עפעס וואס איז זיי נוגע ללבם הטהור. אויב וואלט א בי"ד ג'אסרט אויף די אויסגאבעס, וואלטן זיי זייער שיין געהארכט.
דער תירוץ איז ווייל על פי תורה איז שווער צו אסר'ן.
החודש אשר ישועות בו מקיפות... ניס"ן בגימטריא ניסי"ם

שלא אחד בלבד עמד עלינו לכלותינו - והקדוש ברוך הוא מצילנו מידם
אוועטאר
נאכמיטאג
שר האלף
תגובות: 1268
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 08, 2021 2:32 pm

Re: בילדער אין היימישע אויסגאבעס פון עמך אידן, איז דאס נארמאל???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאכמיטאג »

טעם וריח האט געשריבן:כבין געזיצן אין מיין קאר פורים נאכמיטאג און עס איז דורכגעפארן א פארטאגרעפירער און 'געסנעפט א בילד' פון מיר. מוז איך גיין אויס טשעקן אלע אויסגאבעס אויב מיין בילד ערשיינט?

גראדע האב איך דיר געזעהן ערגעץ
;l;p-
אוועטאר
פארפלאנטערט
שר האלפיים
תגובות: 2480
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 11, 2014 2:28 pm

Re: בילדער אין היימישע אויסגאבעס פון עמך אידן, איז דאס נארמאל???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארפלאנטערט »

צ/ק
ניין!
[email protected]

סארי פאר מיין אידישע מעסעדזש, איך האב נישט קיין ענגלישע קיבאורד...
ותן ברכה
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 12:25 pm

Re: בילדער אין היימישע אויסגאבעס פון עמך אידן, איז דאס נארמאל???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ותן ברכה »

בדידי הוה עובדא, א פאר יאר צוריק אינמיטן זומער אין קאנטרי בין איך געווען פארמישט אין א שטיקל עקסידענט (וואו איך בין נישט געווען שולדיג) אזוי ווי איך קום ארויס פון די קאר זענען זיך א פאר מענטשן צוזאמען געקומען כדרכם, און איינער נעמט ארויס זיין טעלעפאן, איך בין געווען זיכער אז ער גייט רופען פאר הילף. סוף וואך הער איך צוריק פון אלע זייטן, אה! איך האב געזען דיין פיקטשער אין די ..... וואס איז געווען? וכו'. בפרט אין די פאזיציע וואס איך בין דאמאלטס געווען, איז עס נישט געווען בא'טעם'ט, מילד גערעדט.
איך זאג קלאר איך בין יענעם נישט מוחל.
אוועטאר
נאכמיטאג
שר האלף
תגובות: 1268
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 08, 2021 2:32 pm

Re: בילדער אין היימישע אויסגאבעס פון עמך אידן, איז דאס נארמאל???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאכמיטאג »

נארמאליזעם האט געשריבן:
איך האב נישט קיין פראבלעם צו זיין אויף א פראנט דעקל


נאכן טרינקען אדער פארן טרינקען?
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 21108
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: בילדער אין היימישע אויסגאבעס פון עמך אידן, איז דאס נארמאל???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

נישט קיין חילוק
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
ידעתי
שר חמש מאות
תגובות: 989
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2017 9:40 am

Re: בילדער אין היימישע אויסגאבעס פון עמך אידן, איז דאס נארמאל???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידעתי »

פופציגער האט געשריבן:
ידעתי האט געשריבן:
ביסט גערעכט אז ס'איז דא רבנים וואס "לאוון" די פיקטשערס, האלב מנהגים וואס היינטיגע רביס פירן זיך איז צו פארדאנקען די פיקטשער מאגאזינס. (לדוגמא, א שטענדער ביי תשליך/קידוש לבנה/מים שלנו וכו'. אדער די אלע הדלקות וכדומה וואס אמאל איז עס נישט דערהערט געווארן)
אבער עס איז נאך אלץ דא אידן, רבנים, רביס און עמך אידן וואס עקלען זיך דערפון און זיי בעטן זיך אז מזאל זיי נישט מצער זיין און ארומטראגן איבעראל ווייל דו ווילסט מאכן א עקסטערע דאלאר.

מיש נישט גינוני מלכות מיט א פישטער תאוה


גינוני מלכות מיין ......
זעהט אויס אז די פריערדיגע דור רביס זכותם יגן עלינו האבן נישט געהאט קיין אהבת התורה אדער גינוני מלכות אדער א געפיל צו א מצווה אדער צו א תנא.
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2356
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

Re: בילדער אין היימישע אויסגאבעס פון עמך אידן, איז דאס נארמאל???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

פארוואס דארף אזא נארמאלער וויכטיגער אשכול גלייך פארפירט ווערען צו גאנץ אנדערע נושאים, ווי פיקטשערס פון רבנים וואס לאזען נישט, גינוני מלכות, ל"ג בעומר הדלקות וכו'?
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9902
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: בילדער אין היימישע אויסגאבעס פון עמך אידן, איז דאס נארמאל???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

ידעתי האט געשריבן:
גינוני מלכות מיין ......
זעהט אויס אז די פריערדיגע דור רביס זכותם יגן עלינו האבן נישט געהאט קיין אהבת התורה אדער גינוני מלכות אדער א געפיל צו א מצווה אדער צו א תנא.

דאן האבן קרוינען און טויערן און א מאטארקאדע מיט טשערי לייטס געהייסן מלכות. (נישט אליינס געכאפט. הא?)

עניוועי, צוריק צום ענין, דיי פייער אלארם קלינגט שוין...
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9980
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: בילדער אין היימישע אויסגאבעס פון עמך אידן, איז דאס נארמאל???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

פנימחדשות האט געשריבן:פארוואס דארף אזא נארמאלער וויכטיגער אשכול גלייך פארפירט ווערען צו גאנץ אנדערע נושאים, ווי פיקטשערס פון רבנים וואס לאזען נישט, גינוני מלכות, ל"ג בעומר הדלקות וכו'?

;l;p- ;l;p-

איך האב שוין ערווענט אין די ערשטע תגובה אז דא רעד מען בכלל נישט איבער רבנים וואס איז א מסכת פאר זיך.

איך רעד פון נעמען א פשוט'ער מענטש וואס שטעלט זיך קיינמאל נישט ארויס אלס א ווייסעכווער און אריין שטעלן פון אים א בילד ווי ער איז שיכור..
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
אוועטאר
תרמב
שר שמונת אלפים
תגובות: 8520
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: בילדער אין היימישע אויסגאבעס פון עמך אידן, איז דאס נארמאל???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

איך געדענק די צייטן וואס די מאגאזינען האבן געהאט פיקטשערס נאר פון די זעלבע פאר רבי'ס, ס'איז בכלל נישט געווען אינטערסאנט, יעדע יאר די זעלבע פיקטשער, היינטיגע צייטן ווייזט מען שוין פונעם ציבור, אלץ דערקענט מען א צווייטן היימישן פנים, ס'איז אסאך אינטערסאנטער אזוי, איך קוק אלץ צו מ'זעהט מיך אויף פיקטשערס וואס מ'כאפט אין מיין שוהל אדער געגנט, פארשטייט זיך איך רעד נישט פון פאני פיקטשערס וואס מענטשן ווערן פארשעמט.
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9235
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

Re: בילדער אין היימישע אויסגאבעס פון עמך אידן, איז דאס נארמאל???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

אלטער האט געשריבן:
פנימחדשות האט געשריבן:פארוואס דארף אזא נארמאלער וויכטיגער אשכול גלייך פארפירט ווערען צו גאנץ אנדערע נושאים, ווי פיקטשערס פון רבנים וואס לאזען נישט, גינוני מלכות, ל"ג בעומר הדלקות וכו'?

;l;p- ;l;p-

איך האב שוין ערווענט אין די ערשטע תגובה אז דא רעד מען בכלל נישט איבער רבנים וואס איז א מסכת פאר זיך.

איך רעד פון נעמען א פשוט'ער מענטש וואס שטעלט זיך קיינמאל נישט ארויס אלס א ווייסעכווער און אריין שטעלן פון אים א בילד ווי ער איז שיכור..

און "דאס" איז טאקע זייער נישט ריכטיג.
---
קאכעדיגע
שר האלף
תגובות: 1603
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 27, 2014 4:17 pm

Re: בילדער אין היימישע אויסגאבעס פון עמך אידן, איז דאס נארמאל???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאכעדיגע »

1000% גערעכט, איך שריי שוין יארען וועגן דעים, ס'איז א אומרעכט אויפן העכסטן פארנעם
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: בילדער אין היימישע אויסגאבעס פון עמך אידן, איז דאס נארמאל???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

מיר זענען אמאל געווען ביי א מסיבה וואס איז נאכדעם שטארק געפאמפט געווארן פאר מארקעטינג, מה' מצעדי גבר אז צורת קדשי איז געזען געווארן אויף אן אופן וואס כ'וואלט נישט געוואלט, און פארשטייט זיך מ'האט עס טאקע גע'זאאמ'ט, מ'האב מיר זיך אבער געהאלטן שטיל, אז איינער מאכט געלט און כבוד, זאל זיין.

נארמאל איז דאס נישט. די וואס קויפן די אויסגאבעס זענען יא נארמאל?
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9237
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: בילדער אין היימישע אויסגאבעס פון עמך אידן, איז דאס נארמאל???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

היינט ווען איינער גייט אין א פאבליק פלאץ דארף מען וויסן אז מ'ווערט אפגעכאפט. ווי מ'גייט און ווי מ'שטייט זעמען דא קאמארעס ואדעתא דהכי גייט מען ארויס. פונדעסטוועגן וואלט איך נישט מפרסם געווען א בילד וואס איז נישט בכבוד'יג.
לדעתי אמז די גאנצע בילדער מאגאזין אינדוסטריע א צעדרייטע אנשואינג, געמאכט פאר קלעצער וואס קענען נישט ליינען. ואין איסור חל על איסור
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

Re: בילדער אין היימישע אויסגאבעס פון עמך אידן, איז דאס נארמאל???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעם וריח »

ואגב דאגב מענין לענין באותו ענין, וכן לענין סטאטוס'ן פון מענטשן.
על "טעם וריח" אין להתווכח
אוועטאר
נאכמיטאג
שר האלף
תגובות: 1268
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 08, 2021 2:32 pm

Re: בילדער אין היימישע אויסגאבעס פון עמך אידן, איז דאס נארמאל???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאכמיטאג »

צ/ק

א שאלה בכלל? ס'איז לכל הדיעות רכילות ושפיכות דמים......
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9980
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: בילדער אין היימישע אויסגאבעס פון עמך אידן, איז דאס נארמאל???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

טעם וריח האט געשריבן:ואגב דאגב מענין לענין באותו ענין, וכן לענין סטאטוס'ן פון מענטשן.

דאס איז דאך זיכער! און וועגן דעם האב איך געשריבן אז די וואס האבן סאשעל מידיע, זיי קענען בכלל נישט פארשטיין וואס דער פראבלעם דא איז
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: בילדער אין היימישע אויסגאבעס פון עמך אידן, איז דאס נארמאל???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

זייער גערעכט ר' אלטער. דו רעדסט מיט א שטארקע טעם זקנים.
איך האב מיך נאך קיינמאל נישט געזעהן אין קיין אויסגאבעס, אבער איך געדענק ווען הצלה האט געמאכט אפאר יאר צוריק א טשייניז אוקשען, און זייער בראשור איז געווען פול מיט קלאוז-אפ בילדער פון פריוואטע מענטשן, און איינער פון די באטראפענע האט זיך אויסגערעדט צו מיר אז ער ווייסט נישט וויאזוי אידן טוען אזאנס.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
רואיג!
שר האלף
תגובות: 1866
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

Re: בילדער אין היימישע אויסגאבעס פון עמך אידן, איז דאס נארמאל???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רואיג! »

קומסט אריין קלאר אלטער. אויב מען רעדט פון בילדער פון א גאנצע עולם צוזאמען, דאס גייט נישט אן פאר רוב מענטשן אפילו ווען מען קען דערקענען יחידים. אפילו בילדער פון יחידים קען איך אויך פארשטיין ווען עס קומט אריין נארמאל, למשל פאר סוכות איינער קויפט א לולב, א צווייטער זוכט א בלאט פלעק וכדומה. אבער ווען מען רעדט פון א בילד וואס איז נאר אינטערסאנט וועגן די מענטש, איז עס לדעתי אן עוולה צו טון אן רשות.

נישט לאנג צוריק האב איך געזען מיין הייליגע צורה אויף א וועבזייטל, און עס האט מיר היפש געשטערט. נאכדערצו אויב עס איז אנדערש ווי "נארמאל", קען עס וויי טון אסאך מענטשן.
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9902
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: בילדער אין היימישע אויסגאבעס פון עמך אידן, איז דאס נארמאל???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

שמואל בארג האט געשריבן:מיר זענען אמאל געווען ביי א מסיבה וואס איז נאכדעם שטארק געפאמפט געווארן פאר מארקעטינג, מה' מצעדי גבר אז צורת קדשי איז געזען געווארן אויף אן אופן וואס כ'וואלט נישט געוואלט, און פארשטייט זיך מ'האט עס טאקע גע'זאאמ'ט, מ'האב מיר זיך אבער געהאלטן שטיל, אז איינער מאכט געלט און כבוד, זאל זיין.

נארמאל איז דאס נישט. די וואס קויפן די אויסגאבעס זענען יא נארמאל?

קויפן איז נישט נארמאל???? איך וויל יא זעהן שמואל בארג'ן אריינבייסן אין א טשיז קעיק בשעת ווען זיין שטריימל פאלט אויף הונטערוויילעכטס. ס'טע געהערט אזאנס..
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”