סטאוו יא פיטא האט געשריבן:רוב שמועס דא בעלאנגט אין זכור ימות עולם, נישטא קיין שום פרישע אויפדעקונג. א שטיקל חידוש אז סאטמארע אידן האבן פון דעם נישט געוואוסט ביז היינט. דער מימרא פון הייליגן שינאווא רב זי"ע איז דאך פון די באקאנטסטע שארפע מאמרים קעגן פראדוקטן פון ציונים.
לעצם הענין, די ציונת חלק איז זיכער נישט חמור ווי בימי השינאווא רב ווען קויפן די פראדוקטן איז געווען א קלארע פראבלעם פון נמשכין אחריהם, משא"כ היינט וואס בכלל דער רעיון הציונות איז א אינטערגעגאנגענע זאך.
די חלק פון היתר מכירה דארף זיין א הכשר שאלה וואס איינער וואס פארלאזט זיך אויף די השגחה פון הרב רובין שליט"א האט א חוב צי וויסן וואס זיינע קולות אין דעם ענין זענען. (כ'דענק נישט ער זאל מקיל זיין אין עניני שמיטה אנדערש ווי דער חזו"א האט אוועקגעשטעלט)
למיטב ידיעתי: הרב רובין'ס הכשר הייסט זייער גוט אין אר"י, און איז פון די בעסטע און שטערקסטע הכשרים.
לא יעלה על הדעת אז ער איז סומך אויף די היתר מכירה, דע היתר מכירה פון כרמל איז קלאר נישט אונטער זיין הכשר.
חוג חת"ס ב"ב ווערט נאר צוגעלייגט אויף וויין וואס ווערט ארויסגעשיקט קיין אויסלאנד.
דע הכשר פון הרב רובין אויף כרמל איז נאר ארויף פאר בערך 20 יאר צעריק, פאר דעם זענען געוועין עפעס א רב, איני זוכר שמו, מיט טאקע אין אויסלאנד חוג חתם סופר (אויב געדענק'כ גוט)
בכלל אמאל האבן זיי געהייסן גוטע וויין פון זיסע, און האבן בכלל נישט געהאט עפעס אנדערש, אבער לעצטיגע יארן וואס דע יודישע וועלט און אויך אין אר"י האט זעך געטוישט און נוצען מער טריקענע, זענען זיי בכלל אסאך אראפ, אפילו זיי האבן שוין היינט אויך אסאך טריקענע.
און בכלל לעצטערע יארן איז דא אזוי פיל גוטע וויינען מיט הכשר פון עדה החרדית און נאך גוטע הכשרים (וואס איז אמאל כמעט נישט געוועין צו טרעפען), אז דע קאמפיטישן זייערע איז אסאך גרעסער, און עס איז בכלל נישט קיין תאווה צו טרינקן דווקא זייערע וויינען.....
אגב, יעך גלייך בכלל נישט די וויינען, דע קדם וויינען זענען בריוח גוט פאר מיר פאר פורים מיט פסח...