המשך בס"ד [קרעדיט פאר'ן היינטיגן המשך, קען טיילווייז צוגעשריבן ווערן צו א חשוב'ע ניק וואס האט מיך היינט אנגערופן פון איבער'ן ים, מיטהאלטנדיג די נסיעה פון רבי יוסף חיים גרינוואלד שליט"א, און ער האט זיך באדאנקט פאר די ערשטע האלב פונעם טאגבוך וואס ער האט ארויסגעפרינט צו קענען ליינען אונטערוועגנס און ער האט ב"ה שטארק הנאה געהאט. אז א איד קען אינזין האבן צו רופן פון אויסלאנד דערפאר, מעג איך אים אינזין האבן מיט'ן שרייבן ווייטער. אויך האב איך היינט באקומען א שטיקל חיזוק פון ידידי ר' אסדר לסעודתא, וואס אויף מיין קאמפלימענט אין זיין ריכטונג אויף די ל"ג בעומר תשפ"א רעפעראט אין מיין געגרינדעטע "וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן וכו'" אשכול, האט ער מיר געזאגט אז דער קרעדיט איז מיינס, ווייל ביים שרייבן א טאגבוך סטיל תגובה פרובירט ער זיך אריינצושטעלן אין מיין מהלך. נו, אודאי האט מען גאזאלין צו גיין ווייטער. אה יא, אויסערדעם האט מיין בעה"ב (נאר אין דעם אשכול איז ער מיין בעה"ב, זארגט נישט) ר' ארחיקה נדד זיך פאראינטערעסירט ביי מיר אויף גוגעל הענגאוטס אויב אלעס איז בסדר, ווייל מ'הערט נישט פון מיר לעצטנס... גיי ערקלער אים אז זונטאג איז געווען א פארברענג וואס האט מיר אראפגעשיילט אפאר שעה, און דא איז מען געווען פארנומען מיט די טראגעדיע אין מירון וכו'. אבער אז עס איז דא א פארלאנג, וועט מען זיך פרובירן צוצושטעלן דערצו]
צייט: דאנערשטאג מיטאג, ארום 2-3 אזייגער
לאקאציע: פארנט פון דער אינטערנאציאנאלער לופטפעלד אין קיעוו, אוקריינע
נאך איידער דער עולם האט זיך געהעריג אריענטירט אויפ'ן פאיאכעלע, האט איינער פון די מיטרייזנדע ספאנטאן אנגעהויבן זינגען א זמר'ל וואס איז פונקט דאן באקאנט געווארן אין די גאס. דער ניגון איז גראדע אן אלטער (לויט סטאוויא: א קאסאניער, וואס וויזניץ האט אדאפטירט אלס אייגנס), וואס ווערט אפט געזינגען אין שולן אויף "לא תבושי", אבער איז לעצטנס אדאפטירט געווארן אלס "לימנובער הימנע", ווען עס איז געווארן ביי א געוויסע 'שבתון' צוגעטשעפעט דערצו ווערטער בנוגע קהל לימנוב און זייער רב שליט"א. (דא קענט איר הערן דעם ניגון נאך די ימי הספירה:
https://drive.google.com/file/d/15lZs-r ... 3GoIM/view) איינער האט זיך געגעבן א צעזינג דעם תנועה'לע, און ווי א פאקל אויף טריקענע דערנער האט זיך דער געזאנג געגעבן א שפרייט אויס איבער'ן גאנצן באס אויף די העכסטע טענער, ווען איך הייב אן טראכטן ביי מיר אין הארץ אז איך דריי מיך צוריק... איך בין נישט געקומען אזא ווייטע נסיעה צו זיך אונטערהאלטן מיט אזעלכע סארט ניגונים... אבער ב"ה מיין זארג האט נישט אנגעהאלטן צו לאנג, ווען צוליב סיבות וואס איך געדענק נישט איז דער באס געקומען צו א שטילשטאנד, מעגליך ווען ארחיקה האט גענומען דעם מיקראפאן צו אויסרופן דעם יושב ראש וואס זאל איינלייטן די נסיעה, און מעגליך ווען ער האט געעפנט דעם ריזיגן רענצל וואס איז געווען אנגעפילט מכל טוב וטוב און דער עולם האט זיך פארשטאפט די מיילער מיט מילי דמיכל אדער משקה. (אגב, אין מיין לעבן האב איך נאך אזא סייז רענצל נישט געזען! גאנצע 'איילס' פון די גראסערי האבן זיך באקוועם געמאכט דערין, אין צוגאב צו מערערע פלעשער וויין וואס ליגן אין האלצערנע האלטערס צו פארמיידן מזל-טוב'ס. דער רענצל איז ארויפגעלאזט געווארן אויפ'ן פליגער מיט'ן אויסרייד אז דאס באלאנגט צו איינער פון אונז וועלכער איז געפארן 'ביזנעס' קלאס, און ווייזט אויס אז דארט לאזט מען ארויף רענצלעך אן קיין באגרעניצונגען).
די ערשטע זאך וואס איך האב געטון אויפ'ן פאיאכעלע, איז געווען צו עפענען די טעצער פרוכט וואס מ'האט מיר מיטגעשיקט און פראווענען א סעודת חמשה עשר כיד המלך. אפיציעל איז געווען אפגעשמועסט אז אין בארדיטשוב וועט זיין צוגעגרייט א פירות טיש פאר די גאנצע נסיעה, אבער א בליק אויפ'ן זייגער האט קלארגעשטעלט אז מיר וועלן אנקומען קיין בארדיטשוב ממש פארנאכטס, און אויב מיר ווילן צוערשט גיין צום ציון הקדוש (ווי דער אריגינעלער פלאן האט געלויטעט), וועט אונז שוין נישט בלייבן קיין צייט צו פראווענען דעם פירות טיש בעצם היום. עס איז מיר געווען א חידוש אז אנדערע האבן נישט אינזין געהאט מיטצוברענגען פירות אויפ'ן וועג, עס איז דאך "ראש השנה לאילנות", וואלט דען איינער אוועקגעפארן אויף ראש השנה און נישט מיטגענומען א שופר על הצד אז ער וועט בלייבן שטעקן ערגעץ אונטערוועגנס?... ברם תזכר לטובה די חשוב'ע ב"ב תחי' וואס האט ממש אהערגעשטעלט א סעודה שלימה, אפגעזייפט די טרויבן, מיטגעלייגט ציין שטעכערס צו קענען עסן דערמיט די פארשידענע צעשניטענע פרוכטן, און אפילו א קליין טעלערל אתרוג קאמפאט האט זיך אפגעפונען דארט. [קעגן עין הרע: א לעפעלע פאר די קאמפאט איז נישט מיטגעליגן, און מ'האט דאס געדארפט עסן מיט די צאן שטעכער... פרובירט דאס נישט אין שטוב]. הונגעריג בין איך געווען, און חמשה עשר איז אויך געווען, האט מען געמאכט א "בורא פרי העץ" אויף די טייטלען [כ'מיין אז איילבירטן האט מען נישט מיטגעגעבן], און געגעסן פון אלע מינים, ווי אויך פון די ניסלעך, ווען א טייל פון די אנוועזנדע זענען זיך אויך מכבד נאכ'ן פרעגן רשות.
נאך די פירות טיש האב איך געמאכט אן על העץ, זיך אפגעווישט די פינגער מיט א סערוועטל, געלאזט די שיריים ארומליגן אביסל אויפ'ן טיש אין פאל איינער וויל נאך דערפון, אבער למעשה מיין איך אז עס איז געבליבן דערין א היבש ביסל שיריים וואס איז שפעטער אנגעקומען אין מיסט. [וואס דערמאנט מיך א ווערטל וואס איז מיר בייגעפאלן דעם שבת... חסיד פון אדמו"ר פלוני רופט זיך אן: ביי מיין רבי'ן איז דא אזא יראת הכבוד און מורא רבך, אז ווען עס בלייבט איבער נאכ'ן טיש שיריים פון די שיריים, וועט מען דאס אריינשטעלן אין 'שמות' אנשטאט אין מיסט ח"ו. רעאגירט זיין חבר, א חסיד פון אן אנדערן רבי'ן: א רבי וואס עס בלייבט שיריים פון זיינע שיריים, קען מען דעם רבי'ן אליינס אריינשליידערן אין מיסט...]
נאך די גרויסארטיגע פירות טיש, האב איך געפרעגט דעם עולם ווער עס האט א סידור'ל וואס פארמאגט אין זיך שיר השירים [פון אלע זאכן וואס איך האב געדענקט מיטצונעמען, האב איך פארגעסן צו אינזין האבן דעם שיר השירים'ל, א זאך וואס איך זאג שוין א דריי-פערטל יאר טעגליך]. סטאוו יא האט זיך דאן אנגערופן פון אנדערן עק פאיאכעלע אז ער פארמאגט אזאנס, איך האב מיך אויפגעשטעלט און דאס געגאנגען בארגן. [פרייטאג האב איך געזאגט דעם שיר השירים אין ביהמ"ד הבעש"ט, שבת צופרי אין היכל הבעש"ט, און זונטאג אויפ'ן פאיאכעלע תיכף נאך שחרית און דער יום תהילים, דאסמאל אין א סידור'ל וואס איך האב געבארגט פון ארחיקה נדד].
מען פארט און מען פארט, אבער נישט אויף א הייוועי ווי עס וואלט געווען דער שטייגער אין אנדערע מדינות, נאר דורך פארשטופטע געסלעך און געדרייטע שאסייען. נישט ווייט פונעם עירפארט לויפט דער טייך 'דניעפער', וואס האט א רייכע היסטאריע אין די אידישע מעשה ביכער. אונזער וועגווייזער ר' סאכדעס האט געצייגט פאר'ן עולם דעם טייך, און דער נייגעריגער עולם האט זיך אויפגעשטעלט פון די ערטער און באטראכט דעם וואסער מיט גרויס נאסטאלגיע. אונזער ערשטע דעסטינאציע איז געווען דער גרויסער בית המדרש אין די הויפטשטאט קיעוו, נישט אזוי ווייט צו באזוכן דעם היסטארישן שול, ווי צו טועם זיין פון די געשמאקע מזונות (ליין: פיצא) וואס ווערט דארט ערצייגט מיט א גוטע הכשר, וואס וועט עטוואס זעטיגן דעם הונגעריגן ציבור ביז מיר קומען אן צום נאכטמאל סטאנציע אין בארדיטשוב.
אונטערוועגנס זעט מען די אוקריינער בירגער, יעדער פאר זיך האט אונטער זיך א גאנצע ביאגראפיע און געשיכטע, אבער מיר זעען בלויז אויסערליך, באבושקעלעך און פויערן קומען און גייען, דער שלעפט א וועגעלע און דער אנדערער וואקלט זיך ביים גיין, ער האלט קענטיג נאך א לחיים אויף א פלאש וואדקע. דער טרעפיק איז אויך אינטערעסאנט צו באטראכטן, אלע כללים פונעם בוך ווערן ארויסגעווארפן פון פענסטער און מען באנוצט זיך הויפטזעכליך מיט'ן אומגעשריבענעם כלל פון כל דאלים גבר וכל הקודם זכה, ווען פון מאל צו מאל קען מען זיך אונטערהערן צו סלאווישע קללות באגלייט מיט שווערע באוועגונגען פון די הענט און פנים. מ'פארט ארום א שטונדע און מ'דערגרייכט ענדליך דעם אור אלטן רויטן שול וואס איז באקאנט פון די נאוועלן און די ווירקליכע היסטאריע ביכער. איך מיין אז דער שול רופט זיך "הרב בלייך'ס שול" און באלאנגט היינט צו די קארלין סטאלינער ציבור.
א טעלעפאן רוף גייט ארויס פון די סדרנים צו אלעקסיי'ן, און ביז א מינוטקעלע ערשיינען אויפ'ן באס עטליכע שאכטלעך פיצא וואס ווערט צעכאפט דורכ'ן הונגעריגן ציבור. אני הקטן בין געווען עטוואס זאט פון די פירות טיש קוים א האלבע שעה פריער, און אויסערדעם האב איך נישט געוואוסט וועלכע הכשר עס פארמאגט, האב איך נישט גענומען דערפון. טייל נוסעים זענען אראפ פון באס צו כאפן א ציגארעטל, אבער נאך קורצע מינוטקעלעך האט מען שוין אנגעהויבן טרייבן דעם ציבור ארויפצוקומען, וויבאלד דער נסיעה דארף צוריקגיין אין שוואונג, נאכ'ן האבן א פארשפעטיגונג ביז אהער, ווי געשמועסט.
איך האב באשלאסן אז איך קען נישט - נישט אראפגיין פון באס און באטרעטן דעם היסטארישן באדען. איך גיי אראפ און באטראכט דער פארנט פונעם געביידע. דער צוים ארום דעם בוים ביים טראטואר פארמאגט אידישע סימבאלען, ווי אויך דער גאנצער גדר ארום דער שול און דערנעבנדיגן געביידע. און אט ווער איך געכאפט אין איבערראשונג... דער דאיען ערשיינט מיט נאסע פיאות פריש פון בור ארויס... איך האב נישט געטראכט פון כאפן מקוה, ניטאמאל גע'חלומ'ט אז דער שול פארמאגט אזאנס, און אט האט ער עספיעט אין די קנאפע פינף מינוט שוין צו זיין צוריק מיט נאסע פיאות! און ער איז קיין בן יחיד נישט געווען, הינטער אים שפאנט רינדעכיג מיט'ן האנטוך אויף די פלייצע ווי ער וואלט זיך געפינען אין די קאנטרי... שטעלט זיך ארויס אז עס זענען דא אידן וואס זייער קאפ לויפט אין אן אנדערן ריכטונג ווי מיר, און ווען זיי קומען אן אויף א פלאץ אין א טאג וואס מען איז נישט געווען אין מקוה יענעם אינדערפרי, לויפט מען די ערשטע זאך זען אויב עס איז דא א מקוה. אז איך בין שוין געשטאנען נאנט צום שול, האב איך מיך אריינגעכאפט אינעם געביידע און אויפגעזוכט א בית הכבוד. אינדרויסן האט מען שוין אונטערגעאיילט דעם עולם ארויפצוגיין אויף די באסעס, האב איך נישט געהאט קיין צייט צו באטראכטן דעם היסטארישן געביידע פון אינעווייניג, נאר געכאפט א הכנה'לע, א וואש די הענט, און ארויסגעלאפן מאכן זיכער אז מ'לאזט מיך נישט איבער אין קיעוו...
מ'גייט ארויף אויף די באסעס, שמערי בערי רעכט אפ דעם אפעל צו זען אויב יעדער איז דא, ויסעו, ווען די נעקסטע סטאנציע איז דער הייליגער שטאט "בארדיטשוב"!
המשך יבא אי"ה