טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

4g קאפ
שר מאה
תגובות: 134
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 04, 2019 10:39 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 4g קאפ »

שמערי בערי האט געשריבן:ס'כמעט נישט דא וואס צוצולייגן צום באשרייבונג וועלכע דעקט יעדע רגע פון אונזער פליגער (ווענגלייך איך בין געשלאפן פאר בלויז א האלבע שטונדע דורכאויס דעם גאנצן פליגער).

גראדע איז געווען איין חשוב ניק מיט וועמען איך האב זיך געוואלט באקענען, און זיצנדיג אויפ'ן פליגער מיט ציידיגע לייט האב איך געעפנט מיין גוגל טאלק און געזעהן אז ער איז אנוועזנד אויפ'ן פראגראם, שרייב איך אים אויף אונזער נסיעה גרופע מיט א בקשה ער זאל זיך קומען באגריסן מיט מיר אויף זיץ נומער 38K. עטליכע סעקונדן שפעטער באקום איך א
פריוואטן זענדונג פון זיין קאנטע מיט די ווערטער:My husbands phone is probably on airplane mode...

יאך בין גראדע מיטגעגאנגען (ליין: זיך אונטערגעהאלטן) אין פראנקפורט מיט'ן דאיען און א גרעסערע צאל מיטגלידער שפרייזנדיג דעם דייטשן מארש לענגאויס שטרעקעס און מיילן פון עירפארט האלוועיס, עסקעלעיטארס און טרעפ, רייך-באצירטע גאניק'ס וועלכע קוקן אויס אלע אייניג אזש ס'האט זיך געהאלטן אין איין דוכטן אז מ'איז נארוואס צוריק געקומען צום ארט וואו מ'זעמער געווען א האלבע מינוט צוריק, און קוקנדיג מיט קנאה אויף עפעס א וועגעלע וועלכע האט טראנספערירט עטליכע עלטערע לייט... דורכאויס ס'גאנצע וועג האט מען שפעקולירט צי מען וועט דארפן דורכגיין א צווייטע מאל סעקיורעטי אדער נישט, ווען למעשה האבן די דייטשן אונז נישט געוואלט אריבערלאזן אויס מורא אז ערגעץ וואו צווישן איין פליגער און צווייטן האבן מיר חלילה איינגעהאנדעלט א פלעשל פון וואסער וואס קען אויפשיסן אין א ליאדע סעקונדע. די רואיגקייט מיט וואס די חברה זענען באגאסן ווען א גאנצער ציבור יאגט זיך צו כאפן א פליגער איז באגריסנווערד (וועא"מ).

האסט געהאט פון וואס מורא צי האבן... איך בין אריבער 2 מאל סעקיורעטי אין ערפארט הנ"ל פשוט ווייל איך האב געבלאנזעט
ווען מען מעלקט א קוה דארף מען זיך אראפ בייגען צו אים אפילו ער איז א בהמה...........
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5907
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

אדערווייל זעמיר געשטראנדעט אין קיעווער עירפארט שוין פינף טאג!
כבוד המנהל, ווען קומט א המשך?
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28114
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

כ'גיי יעצט ארבעטן אויף א קליינע פראיעקט, און אויב בלייבט נאך צייט ביז'ן שלאפן גיין, וועט מען פרובירן ארויסקריכן פון קיעווער לופטהאפן
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

די סטאוערט האט מיך יעצט אנגעשריגן פארן אראפרוקן די מאסקע פון די נאניע, זיצט מיר שוין דא כמעט א וואך פארשפארט אינעם עירפארט, עד מתי?????!!!!!!
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24331
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

קרייסלער האט געשריבן:די סטאוערט האט מיך יעצט אנגעשריגן פארן אראפרוקן די מאסקע פון די נאניע, זיצט מיר שוין דא כמעט א וואך פארשפארט אינעם עירפארט, עד מתי?????!!!!!!

אריין אין די פאנטאזירן אשכול....... :smile:
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9416
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

לכאורה האט געשריבן:כ'גיי יעצט ארבעטן אויף א קליינע פראיעקט, און אויב בלייבט נאך צייט ביז'ן שלאפן גיין, וועט מען פרובירן ארויסקריכן פון קיעווער לופטהאפן

למעשה?
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28114
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

למעשה האב איך געארבעט א שעה מיט 17 מינוט (אפגעקלאפט נאנט צו 25 טויזנט אותיות). איר מיינט עס איז נאך בכדי שיעשו? לאמיר עס באשטימען אויף מארגן אי"ה
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9416
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

לכאורה האט געשריבן:למעשה האב איך געארבעט א שעה מיט 17 מינוט (אפגעקלאפט נאנט צו 25 טויזנט אותיות). איר מיינט עס איז נאך בכדי שיעשו? לאמיר עס באשטימען אויף מארגן אי"ה

האבעך געוואלט פאר מארגן א דרייווינג לעסאן..שוין, ענדערש שרייב נאך א פארזעצונג.
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28114
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

לא קשיא, כאן פארמיטאג כאן שפעט ביינאכט
אוועטאר
ציגעלע
שר חמש מאות
תגובות: 738
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 6:12 pm
לאקאציע: אין טור גארטען

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציגעלע »

איך ווייס נישט אויב עס קומט אריין אין די אשכול אבער דאס האב איך די ערשטע געטראפען פרעג איך עס דא

איך זיך א וועבזייטעל וואס האט די פונקטלעכע אדרעסן פין אלע מקומות הקדושים אין אייראפע

ייש"כ
אוועטאר
KEWL
שר שלשת אלפים
תגובות: 3088
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2011 1:57 pm
לאקאציע: ס'מעדדיש ביי די גמרא

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך KEWL »

קרייסלער האט געשריבן:די סטאוערט האט מיך יעצט אנגעשריגן פארן אראפרוקן די מאסקע פון די נאניע, זיצט מיר שוין דא כמעט א וואך פארשפארט אינעם עירפארט, עד מתי?????!!!!!!

דערמאנסט מיר טאקע, אז אנקומענדיג אין פראנפורט דייטשלאנד האבן איינער פון חבירים געוואלט מקיים זיין דעם תמחה את זכר עמלק בפועל ממש.
האט ער אראפ גענומען די מאסקע און געגעבן א בלאז ארויס א גאנץ פעקל קאראונא...
מיין חתימה איז ליידיג, אויב האסטו עפעס א געדאנק פאר מיין חתימה, שיק אין אישי
יאנקעל פעדראטשיק
שר ששת אלפים
תגובות: 6090
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעל פעדראטשיק »

ציגעלע האט געשריבן:איך ווייס נישט אויב עס קומט אריין אין די אשכול אבער דאס האב איך די ערשטע געטראפען פרעג איך עס דא

איך זיך א וועבזייטעל וואס האט די פונקטלעכע אדרעסן פין אלע מקומות הקדושים אין אייראפע

ייש"כ

לכאורה דא

https://nesiyatova.com/web/home/cemetery
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5907
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

לכאורה האט געשריבן:למעשה האב איך געארבעט א שעה מיט 17 מינוט (אפגעקלאפט נאנט צו 25 טויזנט אותיות). איר מיינט עס איז נאך בכדי שיעשו? לאמיר עס באשטימען אויף מארגן אי"ה

עס איז מארגן אין אמעריקע!
כבוד המנהל, ווען קומט א המשך?
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28114
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

המשך בס"ד - דיסקלעימער: איז עס נאך 2 אזייגער ביינאכט, איך האב געהאט א שמחה ב"ה, אבער א ווארט איז א ווארט, און אויך צוליב דרוק פון מיין בעה"ב ארחיקה, שרייב איך אביסל

לאקאציע: דער לופטפעלד אין קיעוו וואס איז אויך באקאנט אלס 'באריספאל' (אפשר די נאמען פון די לאקאלע געגנט)

צייט: דאנערשטאג מיטאג, ארום 1:30 (לויט'ן פלאן האט מען געדארפט לאנדן 12:55, אבער דער פליגער האט געשפעטיגט מיט א גוטע האלבע שעה, אויב נישט מער). מען האט פארלוירן נאך א שעה צוליב וואס אוקריינע איז מיט נאך א שעה פאראויס ווי דייטשלאנד (דייטשלאנד איז זעקס שעה פאראויס פון ניו יארק, און אוקריינע זיבן).

אלע פאסאזשירן פון פלייט 1490 ריקן זיך צוביסלעך ארויס פונעם פליגער, נאכ'ן אפזיצן דערויף אזא צוויי און האלב שעה אדער מער, אבער ווי נאר מען שטעלט אפאר טריט אינעם עירפארט ווערט מען תיכף אפגעשטעלט דורך א בלאקאדע, דערמאנונג: עס איז קאוויד צייטן און מען לאזט נישט יעדן אריין אין יעדע לאנד, מען האט יעדן איינעם געמאסטן די היץ מיט א פיבער-מעסטער וואס האט פונדערווייטנס אויפגעכאפט די היץ שטאפל פונעם האנט געלענק, און אויסערדעם האט מען געבעטן דעם עולם די צייגענישן אז מען איז ווירוס פריי און אז מען האט איינגעקויפט די ספעציעלע געזונטהייט פארזיכערונג (אינשורענס) וואס אוקריינע זעלבסט פארקויפט.

איך האב מיך געכאפט נאך זיצנדיג ביים געיט אין נוארק, אז וויי געוואלד, אט די דאזיגע קריטיש וויכטיגע פאפירן וואס מען דארף צייגן תיכף ביים לאנדן, האב איך נישט געדענקט אינעם גרויסן בהלה ארויסצושלעפן פונעם קלענערן רענצל וואס איז בליץ שנעל געטוישט געווארן פון א האנט וואלוזע צו א געווענליכע אונטער-פליגער רענצל... וואס טו איך דא?

קיין קלוגע טעלעפאן אדער טאבלעט פארמאג איך נישט, מיין לעפטאפ האב איך געלאזט אינדערהיים (איך בין געפארן כמעט ווי די אמאליגע חסידים צום בעש"ט... געלאזט הינטער מיר אלע טעכנאלאגישע כלים, אריינגערעכנט דעם כשר'ן פליפ-פאון וואס איך האב בלויז גענוצט אלס זייגער, נישט איינזעענדיג די וויכטיגקייט פון לייגן עפעס סערוויס דערויף פאר די פאר מעת לעת. הער אויס, ווילאנג מען פארט מיט א גרופע גוטע אידעלעך וואס פארמאגן על פי רוב יא עפעס קאמיוניקאציע מיטלען, און זיי בארגן גערן סיי ווען אימער, קען מען זיך אהערשטעלן ווי א שיינער איד און נאך שפארן אפאר גרייצער אויך).

דא האט זיך ארויסגעוויזן די גוטסקייט פון די מיטרייזנדע, מיט'ן אנפירער ארחיקה-נדד בראשם. מען איז אויפגעקומען מיט א פלאן וואס האט זיך ב"ה זייער פיין אויסגעארבעט. איך האב אהיימגערופן פון לופטפעלד און געבעטן מ'זאל אימעיל'ן די אינשורענס צעטלעך פון אוקריינע צו די אימעיל אדרעסע פון ר' רינדעכיג, וועלכער האט באוויליגט צו פארבארגן זיין טאבלעט פאר מיר און שמערי בערי (איינער דארף דאך קענען זיך אן עצה געבן מיט דעם כלי, איך בין א שטיקל בטלן אין דיזע ענינים) פאר יענע פאר מינוט וואס מען וועט דאס באדארפן, און ווען עס וועט זיין נוגע למעשה וועט מען געבן א מיש אויף די אימעיל פון ר' רינדעכיג און צייגן מיינע צעטעלעך.

וכן הוה. עס האט זיך ב"ה וואונדערבאר אויסגעארבעט! די אפיצירקע ביים גרעניץ פונקט האט געכאפט א בליק אויפ'ן צעטל וואס איז ערשינען אויפ'ן סקרין, און געגעבן א מאך מיט די האנט אז מיר זענען פריי צו שטעלן ווייטערדיגע טריט אינעם לופטפעלד. מען איז געגאנגען פאראויס, אהער אהין ארויף אראפ, ווי דער שטייגער פון לופטפעלדער, און אט שטייט מען ביים גרעניץ קאנטראל. דער אפיציר פרעגט פארוואס מען איז דא געקומען, און מען זאגט אז מען וויל באזוכן אין בארדיטשוב / מעזיבוז / אומאן, יעדער לויט וועלכע שטאט ער האלט אז דער זכות וועט מער ביישטיין מ'זאל אים אריבערלאזן... דער אפיציר הייסט אראפרוקן דעם מאסקע אויף א רגע, כאפט א בליק אויב דאס איז ווירקליך דער זעלביגער פונעם פאספארט בילד (די זעלבע האט זיך אפגעשפילט ביי יעדע גרעניץ קאנטראל), און זאגט אז מ'קען ווייטער גיין.

מען גייט צו די פלאץ וואו די רענצלעך דרייען זיך, איך טרעף גאנץ שנעל מיינע 2 רענצלעך, וויבאלד איך האב מיט ווייסע פאפיר-קלעב געמאכט א גרויסן בוכשטאב (די אלפאבעט מיט וואס מיין פאמיליע נאמען הייבט זיך אן) אויף די גאנצע רוקן פונעם רענצל. דער עולם קלייבט זיך צוזאם, מען שלעפט אלע זעק און פעק, און מען שפאנט צום ארויסגאנג. הארט בעפאר דעם ארויסגאנג איז דא א געלט וועקסלעריי וואס קאסט נישט קיין געלט, מסתמא א סערוויס פונעם לאנד/לופטפעלד פאר די געטרייע באזוכער/קונדן, איך האב נישט געהאט קיין אורזאך צו וועקסלען געלט, אבער א גרויסער ציבור האט זיך יא צוגעשארט און אויפגעשטעלט אמעריקאנער דאלארן אויף אוקריינער גריוונע, און מען ווענדט זיך צום ארויסגאנג.

(מאמר המוסגר: די לעצטע שטייענדיגע אשר יצר איז געווען בעפאר תפלת שחרית אין פראנקפורט, ארום 2:30 פארטאגס אויפ'ן ניו יארקער זייגער, און יעצט איז שוין א גוטע 5 שעה שפעטער, צייט פאר א פרישע אפשטעל. און איך האב אפילו געזען דארט נאנט צום ארויסגאנג א פלאץ פון בתי כסאות, אבער מיין נערוועזיטעט אז איך דארף היטן אויף מיינע רענצלעך, און אז איך זאל חלילה נישט פארפאסן דעם פאיאכעלע באס וואס שטייט מכלומר'שט פארנט פונעם עירפארט און איז גרייט אונז אפצונעמען און אפפארן פון ארט, ובעיקר מיין איינרעדעניש אז די פאיאכעלע איז אויסגעשטעלט מיט א לייטישע בית הכבוד, כאטש ענליך צו דאס פונעם מאנסי באס וואס איך האב שוין צומאל גענוצט מיט צופרידנהייט, האט מיר געמאכט פרעה'ן נאך אפאר שעה, ווי עס וועט ווערן אויסגעשמועסט אינעם המשך...)

דער עולם קומט ארויס פונעם עירפארט, און נאך איידער מען קען זאגן "שלום עליך מורי ורבי" זענען שוין אלע מאסקעס לאנג אראפגעצויגן פון די פנימ'ער... נאך ארום 15 שעה וואס מען איז געווען צוגעשמידט דערצו און מ'האט געקענט באקומען א פעטע פארציע מוסר פאר'ן טראכטן דאס אוועקצורירן, האט זיך גאר אנדערש געאטעמט... דער עולם האט טיף אריינגעאטעמט די פארפעסטעטע אוקריינער לופט, ווען בשעת מעשה האבן די רויכערער זיך צוגעכאפט צום שאכטל ווי מוצאי יום הקדוש. אבער דער פאיאכעלע איז נישט דא...

מ'האט זיך תיכף פארשטענדיגט מיט "אלעקסיי", און עס איז געמאלדן געווארן אז היות מיר האבן א שפעטיגונג, איז דער באס אוועקגעפארן אויף אביסל, און ער קומט אט צוריק. די אנדערע גרופע וואס איז געקומען מיט'ן זעלבן פליגער, האט זיך שנעלער ארויפגעזעצט אויף זייער אויטאבאס, ויסעו קיין ווייסעך-וואו (אויף שבת זענען זיי געווען אין בארדיטשוב, איך בין נישט באקאנט מיט זייער פולע סדר הנסיעה).

די ערפארענע פעדלער/גנבים האבן דא געטראפן א מאסן ציבור מיט וועמען צו טון געשעפטן... און זיי האבן זיך א לאז געטון אויף אונז געשטראנדעטע ווי די בינען. אויסער אוקרייניש האבן זיי אויך גערעדט פארשידענע ווערטער אין ענגליש, אבער הויפטזעכליך האבן זיי פרובירט צו פירן מיט אונז א דיאלאג אויף העברעאיש! שטעלט זיך ארויס אז וויבאלד הונדערטער טויזנטער ישראלים דרייען זיך דורך אוקריינע במשך דעם יאר, בפרט אין די טעג ארום ראש השנה, האבן זיך מערערע אוקריינער צוגעלערנט דעם שפראך און פירן דערמיט האנדל-וואנדל.

וואס האבן זיי פארקויפט? בעיקר סים קארדס און נאך פארשידענע צוגעהערן פאר טעלעפאנען. ר' סאכדעס איז געווען נאטורליך און פריש, פרעגנדיג אויף אידיש אויב עס האט א פילטער, און ווען יענער האט געצויגן מיט די אקסלען אז ער ווייסט נישט בחייכון וואס אזאנס דאס קען מיינען, האט סאכדעס אים ערקלערט אויף אוקרייניש אז ער וואלט גערן געקויפט פון אים דעם סים קארטל, אבער וויבאלד עס האט נישט קיין פילטער - מוז ער דאס בלית ברירה איבערלאזן ביי אים.

אה, ענדליך, דער פאיאכעלע איז דא! דער עולם שטופט זיך צו פלאצירן די געפעק אין די אינטערעסאנטע אונטער-באס אפטיילונג (עס מאכט זיך אויף א דעקל, אבער אנשטאט עס זאל זיך אויפהייבן אויף ארויף ווי די באסעס דאהי, בלייבט עס שטיין אין די ברייט, אויסגעשטרעקט צו די מאסן... שפעטער אין בארדיטשוב האב איך מיך מער ווי איין מאל גוט צוזעצט דערפון, און געדאנקט דעם אויבערשטן אז איך טראג א הוט אויפ'ן קאפ וואס האט געדינט אלס שטיקל פאנצער איינצוזאפן די זעצעס). די רויכערער האבן נאך אסאך צייט, אבער איך מיט נאך אנדערע זענען שנעל ארויף אויפ'ן באס צו "כאפן א זיץ"... איך האב אריינגעשטעלט דעם טלית ותפילין בייטל אינעם קליינעם רענצל, און ארויסגענומען פון דארט צוויי שיין צוזאמגעפאקטע טעצלעך מיט פרוכט וואס מ'האט מיר איינגעפאקט אין שטוב לכבוד חמשה עשר בשבט, און דאס ארויפגענומען צום באס פאר צידה לדרך.

ארויפקומענדיג זע איך אז מאנכע האבן זיך שוין רעזערווירט א פיינעם זיץ... דער פון פארנט, דער פון הינטן (וואו עס איז געווען באקוועמע לאנגע זיצן זיך אויסצולייגן און דרימלען - ווי שוין מעגליך געשריבן). איך האב געכאפט א זיץ ביי איינס פון די צוויי טישן אויפ'ן באס, וואס איטליכע פון זיי האט געהאט צוויי בענקלעך צו יעדע זייט, דאס מיינט אז אכט אידן האבן געקענט פארברענגען ארום די צוויי טישלעך, וואס זענען געשטאנען איינס נעבן די אנדערע מער צו די פארנט פונעם באס. איך האב געדארפט דעם טישל כדי צו קענען אראפשטעלן די טעצלעך פרוכט, און אויך צו קענען געהעריג שמועסן און פארברענגען ארום א טיש...

שמערי בערי - דער ממונה אויף "הושיעה את עמך" - האט געמאכט אן אפעל, ציילנדיג צום ערשטן מאל דעם גאנצן ציבור בליעה"ר (קרוב צו צוויי מנינים) - און ווען קיינער האט נישט געפעלט, איז ארויס דער באפעל צום דרייווער "פאיאכעלע / יאללא", און דער אויטאבאס האט זיך גענומען רירן פון ארט.

המשך יבא אי"ה
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

;l;p- ;l;p- :grin: :grin:
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5907
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

לכאורה האט געשריבן:און אויך צוליב דרוק פון מיין בעה"ב ארחיקה, שרייב איך אביסל

אלס האצעך געלוינט פאר דעם ליין...
כבוד המנהל, ווען קומט א המשך?
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע: אין פעלד

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

די שפעטער אין די נאכט די שרייבסט, די בעסער איז די ארטיקל.

הערליך שיין.
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
אוועטאר
ווענגלייך
שר חמש מאות
תגובות: 857
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 26, 2021 11:39 am

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווענגלייך »

זאג מיר די מינוט וואסע געבליבן מיט פרעה כ׳בין שרעקליך אנגעצויגן, פליז לאמעך נישט הענגען.
לעצט פארראכטן דורך ווענגלייך אום דאנערשטאג אפריל 29, 2021 11:04 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
יענעמס נאז איז גרינער…
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9416
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

;l;p-
ארחיקה נדד האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:און אויך צוליב דרוק פון מיין בעה"ב ארחיקה, שרייב איך אביסל

אלס האצעך געלוינט פאר דעם ליין...

אז מען לעבט דערלעבט מען.
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28114
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

ווענגלייך האט געשריבן:זאג מיר די מינוט וואסע געבליבן מיט פרעה כ׳בין שרעקליך אנגעצויגן, פליז לאמעך נישט הענגען.

קיעווער שול...

Kollel האט געשריבן:;l;p-
ארחיקה נדד האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:און אויך צוליב דרוק פון מיין בעה"ב ארחיקה, שרייב איך אביסל

אלס האצעך געלוינט פאר דעם ליין...

אז מען לעבט דערלעבט מען.

נאר אין דעם אשכול איז ארחיקה מיין בעה"ב
בשעת'ן דרייוון - למשל - איז עס דו...
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28114
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

לכאורה האט געשריבן:דא האט זיך ארויסגעוויזן די גוטסקייט פון די מיטרייזנדע, מיט'ן אנפירער ארחיקה-נדד בראשם. מען איז אויפגעקומען מיט א פלאן וואס האט זיך ב"ה זייער פיין אויסגעארבעט. איך האב אהיימגערופן פון לופטפעלד און געבעטן מ'זאל אימעיל'ן די אינשורענס צעטלעך פון אוקריינע צו די אימעיל אדרעסע פון ר' רינדעכיג, וועלכער האט באוויליגט צו פארבארגן זיין טאבלעט פאר מיר און שמערי בערי (איינער דארף דאך קענען זיך אן עצה געבן מיט דעם כלי, איך בין א שטיקל בטלן אין דיזע ענינים) פאר יענע פאר מינוט וואס מען וועט דאס באדארפן, און ווען עס וועט זיין נוגע למעשה וועט מען געבן א מיש אויף די אימעיל פון ר' רינדעכיג און צייגן מיינע צעטעלעך.

מ'האט מיר דערמאנט אז למעשה האב איך נישט גענוצט רינדעכיג'ס טאבלעט (כ'געדענק נישט די סיבה דערצו, אפשר האט ער זיך געיאגט צו כאפן א סמאוק.. אבער מער מסתבר אז זיין טאבלעט האט זיך נישט געקענט פארבינדן מיט די סערוויס דארט אין לופטפעלד), נאר איך האב מיך אריינגעסיינט צו מיין אימעיל דורך א קלוגע טעלעפאן פון א צווייטער מיטרייזנדער (כ'ווייס נישט אויב ער ערלויבט צו ארויסגעבן אז זיין ניק נאמען איז מיטגעפארן, און אפילו אויב יא, אפשר וויל ער נישט מ'זאל וויסן אז ער פארמאגט א קלוגע טעלעפאן...). תשואת חן חן לו!
אוועטאר
רינדעכיג
שר האלף
תגובות: 1829
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 14, 2015 1:16 pm
לאקאציע: אין טעלער

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רינדעכיג »

לכאורה האט געשריבן:
ווענגלייך האט געשריבן:זאג מיר די מינוט וואסע געבליבן מיט פרעה כ׳בין שרעקליך אנגעצויגן, פליז לאמעך נישט הענגען.

קיעווער שול...

אוי האב איך הנאה געהאט דארט.... כ’בעל עס איבער לאזן פאר דיר צו שרייבן.
רעוואלטאלתי יותר מדי...
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16638
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

וואסע געווען דארט?
אוועטאר
KEWL
שר שלשת אלפים
תגובות: 3088
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2011 1:57 pm
לאקאציע: ס'מעדדיש ביי די גמרא

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך KEWL »

אה דארטן האמער גע'פרעה'ט, געמקווה'ט, געבאקען מצות, און גע'פיצא'ט.
מיין חתימה איז ליידיג, אויב האסטו עפעס א געדאנק פאר מיין חתימה, שיק אין אישי
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”