טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6379
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

דברי פרי חכם חן.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28197
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

קרייסלער האט געשריבן:זאפטיג

ווען מ'פארט מיט א קאר אדער ווען קען מען צופארן זייער נאנט צום טויער פונעם בית בחיים אין אניפאלי און מ'פארמיידט אויס די גאנצע בלאטיגע וועג

אמת. די "אלעקסיי" סארווירער זענען טאקע צוגעפארן מיט זייער ווען ביז צום בית החיים, און אויפ'ן וועג ארויס האבן מיר נאר מטכס עצה געווען וויאזוי דער גאנצער עולם קען זיך מיטכאפן מיט'ן ווען... אבער איידער וואו-וואס-ווען איז שוין דער ווען אנטרינען פון ארט
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5912
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

לכאורה האט געשריבן:
קרייסלער האט געשריבן:זאפטיג

ווען מ'פארט מיט א קאר אדער ווען קען מען צופארן זייער נאנט צום טויער פונעם בית בחיים אין אניפאלי און מ'פארמיידט אויס די גאנצע בלאטיגע וועג

אמת. די "אלעקסיי" סארווירער זענען טאקע צוגעפארן מיט זייער ווען ביז צום בית החיים, און אויפ'ן וועג ארויס האבן מיר נאר מטכס עצה געווען וויאזוי דער גאנצער עולם קען זיך מיטכאפן מיט'ן ווען... אבער איידער וואו-וואס-ווען איז שוין דער ווען אנטרינען פון ארט

בלויז אנצומערקן, דאס איז נישט געווען אלעקסיי סארווירער, זיי וואלטן אזאנס נישט געטאן נאר געמאכט אפאר שיפטס צו טראגן יעדן צום באס, ווי אויך וואלט נישט געפעלט קיין טרינקן און די קראך פון די פיקל.
זיי זענען געווען א פרעמדע קאמפאני פון איינע פון די הכנסת אורחים געשיקט דורך אלעקסיי.
כבוד המנהל, ווען פאהר מיר?
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6809
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

סאכדעס האט געשריבן:
Kollel האט געשריבן:זייער שיין! שכוח פארן ממשיך זיין!

_____

דענקעך אז ווען אונז זעמיר געוועזן האט מען אויסגעטוהן די שיך דארט..
דוכצעך סידא א סיין "של נעליך מעל רגליך, כי המקום וגו' אדמת קודש היא"

וואו רעדסטו, ביין מגיד? קיינמאל נישט געהערט אזא זאך.

עס איז דא א בילד פון פארן קריג, עס איז געווען דארט א טאוול אז מען זאל אויסטון די שוך

לכאורה, ר׳ לייב מוכיח ליגט דארט
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

יעצט זעמער אנגעקומען קיין אניפאלי
יישר כח רבי
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28197
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

איך וויל מיך זייער שטארק אנטשולדיגן פאר מיינע ליבע לעזער, צוליב פארשידענע געצווינגענע זאכן בין איך ליידער געווען אפוועזנד א לענגערע וויילע (געפארן אין קאנטרי, נישט געהאט אייגענע צוטריט פאר א שרעקליך לאנגע וואך צייט, דאן געווען פארנומען מיט א שמחה ב"ה). איך האף זייער שטארק צו פאראויסגיין מיט'ן טאגבוך ווי אמשנעלסטן. (אגב, דער קומענדיגער קאפיטל איז זייער שווער אפצושרייבן... עס רעדט זיך פון פירע-פינעווע פארטאגס געשפרעכן צווישן אידן וואס די אויגן האט שוין מער נישט געקלעבט... מ'האט שוין געהאלטן דריי שטאפלעם נאך אווער-טייערד... עס איז אזעלכע סארט שמועסן וואס האבן געשלעפט מיט זיך א מעמד בקשת מחילה ביים ענדע פון די נסיעה - וואס איז למעשה קיינמאל פארגעקומען...)
בעל מדרגה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3875
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 11:51 pm
לאקאציע: ביים גמרא

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מדרגה »

ווי קענט וועיט...
אויב זיכט איר א גוטע אקאונטענט, קאנטעקט מיר אין אישי, אדער שיקט א אימעיל צו [email protected].
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28197
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

מוצאי שבת קודש ואתחנן (מיט א פת"ח אונטער די נו"ן, ווי עס שטייט אין חומש), אור ליום ט"ז מנחם אב (וואס באנונז וועט מען מסתמא נישט זאגן קיין תחנון מארגן אלס יום שלאחר חמשה עשר באב) תשפ"א לפ"ק

דעם שבת האב איך מיך געכאפט אז מיר שטייען שוין א גאנצע האלבע יאר נאך די דערהויבענע נסיעה, און דא בין איך נאך שטעקן געבליבן אינעם טאגבוך ביי פרייטאג פארטאגס. איי וויי געוואלד, מ'דארף גנב'ענען מער צייט צו אפענדיגן דעם טאגבוך, אנדערש וועט ארחיקה נדד מיך מער נישט וועלן מיטנעמען אויף א נסיעה ח"ו.

האלטן מיר אונטערוועגנס אין יענעם ליכטיגן נאכט אקוראט זעקס מאנאטן צוריק - אור ליום ט"ז שבט העעל"ט - ווען מיר רייזן ארום אויף קברי צדיקים אין אוקריינע, און מיר זאגן איבעראל תהלים און רייסן איין פאר ישועות, וואס ב"ה טייל זענען שוין אנגעקומען - און השי"ת זאל העלפן אז אויך די איבריגע זאלן נאכקומען גאר אין גיכן.

שטייט מען יעצט ביי א האקעלן טעמע, און איך וויל בעטן מחילה פון פאראויס ביי אלע וואס גייען זיך טרעפן דא און שפירן באטראפן... מיר בלייבן ווייטער גוטע ידידים, אבער דער טאגבוך פרובירט זייער צו זיין אויטענטיש און אויפריכטיג, און ער מוז באריכטן זאכן לויט ווי ער האט דאס מיטגעלעבט...

[הגה: די טעמע איז געווען צו האקל און ריזיקאליש, און מיר זענען געצווינגען געווארן דאס משפר צו זיין, ואתכם הסליחה טויזנט מאל]
בקיצור א מעשה, איר קענט זיך אליין פארשטעלן וואס האט צוגעברענגט דעם מצב וואס מיר גייען אט אט שילדערן ווי ווייט מעגליך, נעמליך אז מען נעמט ניינצן אידעלעך און מען לאזט זיי פליען קיין אויסלאנד (מיט מאסקעס במשך די גאנצע לאנגע וועג!), מען שלאפט נישט איבער אין ערגעץ נאר מען לאזט זיך גלייך ארויס אויף דער יארכע, און דא איז שוין פירע-פינעווע פארטאגס פון פרייטאג, נאכדעם וואס דער עולם איז שוין שרעקליך לאנג אויף דער וואך, לייג צו אסאך וואדקע, און דא האסטו דעם גאנצן געשעפט.

הכלל, עס האט זיך נעבן מיין זיץ ארט פארמירט א קופקעלע (מסתמא האט ענליך פאסירט לענגאויס דעם גאנצן באס, אבער דער טאגבוך קען דאך נאר באשרייבן וואס ער האט מיטגעהאלטן פון זיין קוק ווינקל), וואס משום כבוד הנאספים גיי איך מיך אפהאלטן פון שרייבן נעמען, אדער אפילו ניק נעמען...

פונקט יענע צייט האב איך געבארגט א טעלעפאן פון מיין קעגנאיבערדיגער שכן און אהיימגערופן. עס איז געווען 5:30 אין אוקריינע, און איך האב אויסגערעכנט אז 10:30 אין אוונט איז די פאסיגע צייט צו רופן אהיים, ווען אלע זענען שוין צוריק פון ישיבה און נאכנישט אין די בעטן. למעשה, האט קיינער נישט אויפגעהויבן, און איך האב תיכף געכאפט וואס דא פאסירט: די משפחה האט גערעדט פון אוועקפארן אויף שבת קיין וויליאמסבורג, איז ווארשיינליך האט מען זיך שוין ארויסגעלאזט דאנערשטאג אויפדערנאכט, נישט צו דארפן כאפן דעם באס אין א קורצן פרייטאג.

איך האב איבערגעלאזט א קורצע מעסעדזש צום שטימען מאשינקע אין שטוב, נישט כאפנדיג ווי טייער די הינטערגרונט פון מיין וואויסמעיל וועט זיין... איך האב דעם מעסעדזש שפעטער איבערגעהערט מערערע מאל בעפאר'ן פארמעקן, און יעדע מאל האט עס מיך צוריקגעפירט צו יענעם פארטאגס אויפ'ן פיאכעלע...

און אזוי פארט ווייטער דער פאיאכעלע אויף די פארשנייטע וועגן אין אוקריינע, און דא דארט זעט מען שוין עטליכע רייזנדע אויפגעבן דעם קאמף מיט'ן שר החלומות, א שטייגער טאקע ווי דער מנהל הנסיעה ארחיקה-נדד, וועלכער האט זיך געגעבן א צי אויס אויף די רינדעכיגע זיצן פון הינטן, און אריינגעשמיסן אויף תולי ארץ אן רחמנות. מתוקה שנת העובד.
הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר גריזים »

שכח לכאורה! דערווייל די בעסטע שטיקל פון די נסיעה, (דארף מען איבער ליינען די אנהייב זען ווער ס׳האט מיטגעשלעפט די רענצל נאש..)
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7223
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

הערליך און דראמאטיש!

האף מיר אז ס'וועט נישט נעמען נאך א האלבע יאר ביז די קומענדיגע טייל.
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9420
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

שטארק, קלאר און גוט צונימען דעם זאך..

שיק מיר נאר דעם נאמען אינישי..
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
בעל מדרגה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3875
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 11:51 pm
לאקאציע: ביים גמרא

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מדרגה »

הר גריזים האט געשריבן:שכח לכאורה! דערווייל די בעסטע שטיקל פון די נסיעה,

האלצשטיין האט געשריבן: הערליך און דראמאטיש!

האף מיר אז ס'וועט נישט נעמען נאך א האלבע יאר ביז די קומענדיגע טייל.

גאמ
אויב זיכט איר א גוטע אקאונטענט, קאנטעקט מיר אין אישי, אדער שיקט א אימעיל צו [email protected].
בעל מדרגה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3875
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 11:51 pm
לאקאציע: ביים גמרא

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מדרגה »

Kollel האט געשריבן:שטארק, קלאר און גוט צונימען דעם זאך..

שיק מיר נאר דעם נאמען אינישי..

פאר מיר אויך...
אויב זיכט איר א גוטע אקאונטענט, קאנטעקט מיר אין אישי, אדער שיקט א אימעיל צו [email protected].
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17132
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

שיין שיין.
לכאורה האט געשריבן:מוצאי שבת קודש ואתחנן (מיט א פת"ח אונטער די נו"ן, ווי עס שטייט אין חומש)

די חילוק איז אז דארט איז עס נישט קיין אתנחתא..

(וכן הדין בפרשת במדבר)
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19805
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

אףף! אכן נודע וואס דארט האט זיך אפגעטוהן, אינזער קרעמל איז געזעצן בס"ה א פיס אפגעריקט פון דעם קאך לעפל און מיר האבן גארנישט מיטגעהאלטן, ניטאמאל געהערט געניג אויף צי פרעגן וואס דארט גייט פאר, מיר האבן אויסגעזינגען די גאנצע ברסלב'ע זמירות שבת פון אשת חיל ביז ידיד נפש פון של"ס כנהוג ליל ששי אויפן וועג קיין יאמפאלי... ווען מיר האבן געענדיגט האמיר אויסגעזינגען גאנץ סליחות, מלכיות זכרונות שופרות, און פארשטייט זיך אלע ניגונים פון הייליגן זלאטשובע מגיד, אינזער קרעמל איז באשטאנען פון 5-6 גרויסע מבקשים און צווישן די ניגונים האמיר געשמועסט איבער די מחברים הקדושים זכותם יגן עלינו...פאר גאנצע 6 חדשים האב איך זיך איינגערעדט אז די גאנצע באס דרייט זיך ארום אינזער טיש...לכאורה יו טאטעלי דיסעפוינטעד אס!...
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
בדרך אפשר
שר ששת אלפים
תגובות: 6315
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 8:20 pm
לאקאציע: על חוט מתוח

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בדרך אפשר »

יישר כח! זייער שיין און שרעקעדיג.
איך שוין ענקער בעל עגלה
נישט געדאווענט נישט געלערנט נאר דעם בורא עולם נישט דערצערענט,
יא געשלאפען יא געגעסן אבי פון בורא עולם נישט פארגעסן.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28197
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

אור ליום ג' שנכפל בו כי טוב לסדר והיה עקב תשמעון, ח"י מנחם אב תשפ"א לפ"ק

דער שיירא איז אנגעקומען קיין יאמפעלע - מקום מנוחת קדשו פון הרה"ק ר"ר מיכלע זלאטשובער זי"ע און א טייל פון זיינע פאמיליע מיטגלידער - פרייטאג פארטאגס נאנט צום עלות השחר. דער פארמאטערטער עולם האט זיך צעביסלעך אראפגעריקט פונעם פאיאכעלע און ארויף אויף די פרישע שיכט שניי וואס די לעצטע פאר שעה האבן אנגעברענגט אויפ'ן ראיאן. איך האב זיך אראפגעבויגן צו דער ערד, איינגעטינקען ביידע הענט אין די שניי במקום נעגל-וואסער (כ'ווייס נישט אויב דאס איז אויסגעהאלטן להלכה), און געזאגט מודה אני מיט ברכת התורה.

אין די זעלבע צייט, אביסל אהינציר אבער פארהוילן פון מיין אויג, האט ידידינו ר' טוב ה' לכל געשטעלט א קרומען טריט אויף א שטיקל אייז, און געכאפט א טראסק ל"ע פון וואס ער האט זיך פעסט אויסגעדרייעט דעם פוס. ער האט נישט געקענט שטעלן קיין טריט פאראויס, און טייל געטרייע חברים האבן אים אונטערגעלייגט א האנט ער זאל זיך קענען אנלענען און צושפאנען די שטיקל מהלך וואס איז געווען פונעם באס ביז'ן ציון הקדוש.

יאמפעלע איז א שיין דערפל, און וויבאלד מיר זענען אהין אנגעקומען ווען עס האט שוין אנגעהויבן טאגן, האבן מיר געהאט א פיינע פאנאראמע און א טייל עולם האט זיך געשטעלט כאפן בילדער (סעלפיס בלעז) ווי זיי שטייען (מיט'ן ציגארעטל על פי רוב) צווישן די פרישע שניי און דעם אויפקומענדן זון. עס האט געהייסן אז מיר וועלן דארט צופארן צו א מקוה וואס משפחת לאנדא הנודעים האט געלאזט בויען (עפעס א רעדע איז אמאל געווען צו אויפהאלטן א געהעריגע ישיבה דארטן, ווייס איך נישט אויב עס איז עפעס געווארן דערפון), אבער צוליב דעם וואס מיר זענען שוין געווען עטליכע שעה ארויס פון אונזער סקעדזשועל (צוליב די שווערע וועטער וואס האט אונז געצווינגען צו פארשטייטערן דעם ספיעד אויפ'ן ראוד), האבן מיר זיך באגענוגט מיט'ן זיך משתטח זיין ביים ציון הקדוש.

ר' טוב ה' לכל הינקעט אריין צום אוהל הקדוש, און מיר רעכטן תיכף אפ א מעמד בקשת רחמים ביים פארפאסער פונעם "רחמים רבים" ניגון. איך האב געפרעגט דער נאמען פון זיין מוטער, און אויסגערופן הויך אז אין זכות פון דעם צדיק וואס ליגט דא, זאל פלוני בן פלונית האבן א גענצליכע רפואה אויף די ווייעדיגע פוס, ווייל מיר זענען דאך געקומען צום הייליגן רבי'ן, און דער רבי דארף זען אז עס זאל גארנישט פעלן פאר די אלע וואס קלאמערן זיך ארום אים. (שטילערהייט האט מען געשמועסט, כאילו מיר האבן אן אנונג אין די זאכן, אז די נפילה ל"ע איז געקומען אלס רעזולטאט פון מטריח זיין ר' פנחס'ל קאריצער ביי איינע פון די פריערדיגע סטאנציעס, צו ברענגען אליהו הנביא בדמות דעם שומר מיט'ן שליסל צו עפענען פאר אונז דעם טויער פון ביה"ח - ווי געשריבן בשעתו).

מיר שטעלן זיך זאגן תהלים, און פלוצלינג וואקסט ארויס דער דאיען אין אוהל זייענדיג מעוטף בטלית ומעוטר בתפילין... אזוי בהיסח הדעת, אומאפגעשמועסט און אומגעראכטן, האט ער באשלאסן צו כאפן דעם נץ ביים קארג, ווי זיין שטייגער איז מערערע מאל אינעם יאר, בפרט ווען ער דערזעט זיך אויף דער וואך אין דעם פריען שעה פון עלות השחר. דער עולם האט זיך נישט געקענט אפוואונדערן פון דעם ספאנטאנען תפלת שחרית וואס דער דאיען האט אפגעראכטן דארט ברוב פאר והדר, און מען האט ווייטער געזאגט תהלים און זיך משתתף געווען מיט די געהויבענע עת רצון וואס האט זיך געשאפן דורך דעם תפלת שחרית פונעם דאיען שליט"א. נאכ'ן ענדיגן תהלים, האב איך אנגעהויבן א תנועה'לע פון דעם "רחמים רבים" ניגון, וואס א צווייטער האט איבערגענומען און ווייטער געפירט. (ליידער האב איך בשעת מעשה נישט געוואוסט אז מיינע קינדער שטאמען פון דעם גרויסן צדיק וואס ליגט דארט, און עס האט מיר געפעלט דער פארבינדונג צו די הייליגע ציונים אויפ'ן ארט - - ברצות ה' וועט מען דאס ביום מן הימים מוזן משלים זיין, משיח זאל אודאי פריער קומען).

נאך תפלת שחרית פונעם דאיען און אמירת יהי רצון נאך תהלים פון די חבריא, האט מען זיך שטייטליך צוריקגעשלעפט צום פאיאכעלע, ווען די געטרייע חברים שלעפן ווייטער ר' טוב ה' לכל ביי די ארעמעס ווי א קריגס געפאלענער רח"ל. יעדע ריר איז אים נעבעך אנגעקומען שווער, און ער האט געקרעכצט פאר יסורים און מתפלל געווען צום אויבערשטן עס זאל אים לייכטער ווערן. דער עולם איז שוין מיינסטנס געווען אויפ'ן באס, ווען מען באמערקט אז דער דאיען פעלט.

דא דארף איך מקדים זיין א שטיקל גמרא וואס מען לערנט גראדע די וואך אין חק לישראל, און עס איז באזירט אויף א פסוק פון די וואכעדיגע סדרה (ממש תורה לשמה...).

דער פסוק זאגט (דברים ז, יד) "ברוך תהיה מכל העמים, לא יהי' בך עקר ועקרה ובבהמתך". דרש'נען חז"ל (בכורות מד:) ווען וועסטו נישט זיין קיין עקר ל"ע, ווען דו וועסט זיך אויפפירן ווי א בהמה, טייטשט רש"י: שתשים עצמך כבהמה שלא תהא צנוע בהטלת מים. דאס איז בהמשך צו וואס די גמ' זאגט א שורה בעפאר, אז אויב א מענטש איז נצרך לנקביו און ער האלט זיך איין, קען דאס גורם זיין ער זאל חלילה נתעקר ווערן, עיין שם.

דאס גייט אזוי ווייט, אז רבי אבא דער זוהן פון רבי חייא בר אבא פסק'נט: א מענטש מעג משתין זיין פארנט פון א רבים, אבער ער מעג נישט טרינקען וואסער פארנט פון א רבים, ווי רש"י ערקלערט, אז ביים עסן און טרינקען דארף מען זיך פירן באשיידן, אבער ביים לאזן וואסער זאל מען נישט זוכן צו זיין באשיידן, ווייל אז מען ווארט - קען מען חלילה צוקומען לידי סכנה.

די גמרא דערציילט דארט א מעשה שהי', מיט א מענטש וואס האט זיך איינגעהאלטן פון משתין זיין, און זיין בויך איז געווארן אויפגעשוואלן ל"ע. אויך ווערט דארט דערציילט, אז דער הייליגער אמורא שמואל האט אמאל ביים פארלערנען געברויכט ארויסגיין, האט מען אויסגעשפרייט א בגד צווישן אים און דער ציבור, און ער האט דארט משתין געווען. ווען דער עפיזאד איז אנגעקומען צו די אויערן פון זיין פאטער 'אבא בר אבא' (ברכות יח:), האט ער אים געזאגט: איך געב דיר פיר הונדערט גילדן און גיי צי צוריק! ערקלערט רש"י: דרש'ן אז מען טאר נישט ווארטן מיט'ן משתין זיין ביז מען קען זיין באשיידן (זע בן איש חי דארט, וואס לערנט אנדערש פשט). און ער האט דאס מסביר געווען: דו שמואל, ביסט א חשוב'ער פערזענליכקייט און עס איז דיר מעגליך געווען צו ערלעדיגן מען זאל געבן א שפרייט אויס א ליילעך לכבודך, אבער וואס וועט טון א צווייטער וואס עס וועט אים אוממעגליך זיין צו טון דאס? ער וועט דאך אויסווארטן ביז דער עולם צעגייט זיך, און ער וועט דורכדעם צוקומען צו א סכנה ח"ו.

די גמרא דערציילט דארט נאך א מורא'דיגע מעשה וואס האט פאסירט ביים הייליגן אמורא מר בר רב אשי, אבער דאס לאז איך אייך שוין אליין נאכקוקן... דער ציבור כאפט שוין דעם עסק.

איך האב א חבר לרפו"ש, וועלכער ליידט שוין ליידער לאנגע יארן אויף א שווערע מחלה וואס ערלויבט אים נישט צו גיין אויף די אייגענע פיס רח"ל. עס האט זיך אנגעהויבן שוין מיט איבער צענדליג יאר צוריק, ווען צושטייטעלעך האט ער נעבעך פארלוירן די שליטה אויף די גלידער. אין אנהויב האט ער נאך געקענט גיין, אבער האט זיך געמוזט אנלאנען אויף די טישן און בענק ארום, שפעטער האט ער דאס אויך נישט געקענט, ביז היינט וואס ער איז ליידער פארשמאכטעט אין בענקל און אין בעט - ה' ישלח לו רפואה שלימה מהרה בתוך שאר חולי ישראל. געדענק איך אז מיט אזא צען-פופצן יאר צוריק, ווען עס איז אים אנגעקומען יעדע טריט מיט יסורים, האט ער - זייענדיג אין שול אין קעמפ, וואו ער האט געלערנט מיט בחורים - אמאל געברויכט ארויסגיין, און נישט וועלנדיג גיין דעם לאנגן וועג ביז די בתי כסאות הינטערן שול, האט ער זיך צוגעשארט צו א זייטיגע ארויסגאנג, און ערלעדיגט זיינע געברויכן ביי די טרעפ וואס פירן אראפ צו א וועלדל... איך קען אייך גארנישט מסביר זיין וואספארא קולות ער האט געכאפט דערפאר פון זיינס א נאנטער, וועלכער האט זיך נעבעך שרעקליך געשעמט מיט'ן פאקט אז דער יונגערמאן זאל אזאנס אפטון אינמיטן העלן טאג. אבער דער יונגערמאן האט גע'טענה'ט חי וקים אז עס איז א גמרא מפורשת אז מען טאר זיך נישט שעמען ווען עס קומט צו אזעלכע מצבים. און איך האב אים דעמאלטס מחזק געווען מיט'ן צואווייזן אינעווייניג די אויבנדערמאנטע גמרא אין בכורות.

הכלל, אייוועלט קען זיך שטאלצירן מיט איר דאיען, וועלכער האט מקיים געווען דעם שטיקל גמרא מיט'ן גרעסטן הידור, און אן קיין טראפ בושה זיך אוועקגעשטעלט נעבן איינע פון די חצרות אין יאמפעלע און געטון וואס ער האט געהאט צו טון, בשעת דער גאנצער פאיאכעלע וואקלט זיך פאר געלעכטער פון דעם ספעקטאקל. מיר האבן דאס אנגערופן "מעמד הפשרת שלגים", א מעמד וואס האט איבערגעלאזט א געוואלדיגע רושם אין דעם הייליגן שטאט, און וועט געדענקט ווערן לאנגע יארן דורך אלע ביישויער. (איך האף אז דער שטרענגער צענזור וועט מיך נישט באצווינגען צו פארמעקן אויך דעם היינטיגן איינטראגע, פונקט ווי דעם מוצאי-שבת'דיגן באריכט וואס איז ליידער פארשניטן געווארן למחצה לשליש ולרביע בעוה"ר).

ווען דער עולם איז געקומען צו זיך פון דעם מחזה הוד, האט מען זיך אריענטירט און באשלאסן אז אנדערש ווי עס איז געווען געפלאנט, צו דאווענען שחרית אין מעזיבוז, וועט מען צוליב די שפעטע צייט זיך שטעלן דאווענען אויפ'ן באס אונטערוועגנס, און אנקומען קיין מעזיבוז צו פת שחרית.

אזוי ווי עס איז געווען ליכטיג ביים אוועקפארן פון יאמפעלע, האבן מיר געקענט מיטהאלטן דורכ'ן פענסטער ווי דער דארף ערוועקט זיך. מיר האבן זיך געשפירט אזוי פארצייטיש צו מיטהאלטן ווי די הענער קרייען, דער מילכיגער פירט די קאנעס מילך איבער די הייזער, דא און דארט לויפט א הינטל ארום און בילט, און די פויערלעך און פויערטעס באגלייטן די שרצים זייערע צו די שולעס, מאכנדיג פיסטריט אין די פרישע שניי.

איך געדענק נישט ווי לאנג עס האט געדויערט דער וועג פון יאמפעלע קיין מעזיבוז, אבער מיר האבן געהאט רואיג צייט צו דאווענען תפלת שחרית (איך געדענק נישט ווער עס איז געווען דער בעל תפלה). תהלים און שיר השירים און מעביר סדרה זיין האט מען איבערגעלאזט אויף שפעטער, וויבאלד דער קאפ האט שוין נישט געדינט און דער מח האט ענדערש געזוכט צו קלאצן אויף די ווייסע פאנאראמעס וואס זענען אונז פארבייגעפארן ביי די זייטן פונעם באס.

איך האב דאן באאבאכט אז אוקריינע פארמאגט אזויפיל ליידיגע שטחים, אז צווישן איין שטאט און די אנדערע קען מען אויפבויען א גאנצע ריזיגע אידישע ישוב וואס זאל זיין אין די מאס פון וויליאמסבורג, בארא פארק, מאנרא און מאנסי אינאיינעם, און עס וועט מסתמא זיין שפאט ביליג צו בויען דארט און פירן דארט א אידיש לעבן.

איך געדענק נישט צופיל פון דעם וועג צווישן יאמפעלע און מעזיבוז, טאקע ווייל דער מח איז שוין געשלאפן מיט אפענע אויגן, און מעגליך איז אויך געלונגען צו פארשליסן די אויגן אויף קורצע וויילעס, איך געדענק אבער יא ווי שטארק איך האב געציטערט יעדע מאל עס איז אקעגנגעקומען א גרעסערע טראק אדער אויטאבאס אינעם קעגנאיבערדיגן ליניע, ווען אונזער באס האט זיך געדארפט עטוואס נויגן צו רעכטס כדי צו פארמיידן א צוזאמשטויס אויף די שרעקליך שמאלע 'הייוועיס' [ווי שוין געשריבן אין די פריערדיגע קאפיטלען].

ווען מען האט שוין געהאלטן נאנט צום אנקומען קיין מעזיבוז, האט דער מנהל און אחראי פון דער נסיעה, ר' ארחיקה נדד, מיר איבערגעגעבן דעם מייקראפאן, און מכבד געווען צו רעדן אפאר ווערטער אלס הכנה צום געהויבענעם שבת וואס וועט געפראוועט ווערן אין דעם הייליגן שטאט, סמוך ונראה צום ציון המצויינת פון דער אור שבעת הימים - רבינו הבעל שם טוב הקדוש זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל.

דער תוכן הדרשה, ווי אויך דער סדר פון צוזאמשטעלן שותפים אין די צימערן פונעם הכנסת אורחים - אין די קומענדיגע קאפיטל אי"ה.
אוועטאר
Iphone
שר האלף
תגובות: 1319
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 10, 2013 8:57 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Iphone »

איך הער נישט אויף צי לאכן. פיינע נייעס.

מיר פארן אי''ה די וואך צי די הייליגע מקומות, די טאג בוך איז א שיינע הקדמה
גלות איד
שר האלף
תגובות: 1000
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 10, 2017 8:48 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלות איד »

אז מ'שרייבט דא אזוי אויס די מעשה רב פונעם דיין שליט"א וויל איך קודם אנמערקן איז דאס א מעשה רב אז מ'מעג גייט מיט טלית און תפילין און דאוונען באוהל המת?

ווי אויך איז ממש א נס אז זיין שוויגער אז איז נישט מיטגעווען אויף די נסיעה...

אינאיינוועגס וויל איך זיך באדאנקען פאר'ן מיר מיטנעמען דא אויף די נסיעה בשעת איז זיץ מיר דא באקוועם אויף מיין ריקליינער...
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

יא, דאס דאווענען איז געווען מיט אורות גדולות.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

גלות איד האט געשריבן:אז מ'שרייבט דא אזוי אויס די מעשה רב פונעם דיין שליט"א וויל איך קודם אנמערקן איז דאס א מעשה רב אז מ'מעג גייט מיט טלית און תפילין און דאוונען באוהל המת?

ווי אויך איז ממש א נס אז זיין שוויגער אז איז נישט מיטגעווען אויף די נסיעה...

אינאיינוועגס וויל איך זיך באדאנקען פאר'ן מיר מיטנעמען דא אויף די נסיעה בשעת איז זיץ מיר דא באקוועם אויף מיין ריקליינער...

ס'די מעשה מיט מיין שוויגער?
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28197
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

גלות איד האט געשריבן:אז מ'שרייבט דא אזוי אויס די מעשה רב פונעם דיין שליט"א וויל איך קודם אנמערקן איז דאס א מעשה רב אז מ'מעג גייט מיט טלית און תפילין און דאוונען באוהל המת?

ווי אויך איז ממש א נס אז זיין שוויגער אז איז נישט מיטגעווען אויף די נסיעה...

אינאיינוועגס וויל איך זיך באדאנקען פאר'ן מיר מיטנעמען דא אויף די נסיעה בשעת איז זיץ מיר דא באקוועם אויף מיין ריקליינער...

אה, כאטש איינער האט געדענקט די גמרא אין בכורות, אדער שנעל נאכגעקוקט...

---
דער דאיען איז געוואוינט פון אומאן און מירון צו דאווענען באתרא קדישא, מ'דארף טאקע וויסן להלכה וואו איין און וואו אויס

סאכדעס האט געשריבן:יא, דאס דאווענען איז געווען מיט אורות גדולות.

האסט פארזען די צווייטע האלב טאגבוך?
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

לכאורה האט געשריבן:
סאכדעס האט געשריבן:יא, דאס דאווענען איז געווען מיט אורות גדולות.

האסט פארזען די צווייטע האלב טאגבוך?

סרעדסט פון די עבודת הפשרת שלגים? דאס האבעך נאר מיטגעהאלטן ביחידות, דערוילעם האט עס מיטגעהאלטן בשמחה פונדערווייטענס, ווייסעך נישט וואס צו זאגן.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
גלות איד
שר האלף
תגובות: 1000
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 10, 2017 8:48 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלות איד »

לכאורה האט געשריבן:
גלות איד האט געשריבן:אז מ'שרייבט דא אזוי אויס די מעשה רב פונעם דיין שליט"א וויל איך קודם אנמערקן איז דאס א מעשה רב אז מ'מעג גייט מיט טלית און תפילין און דאוונען באוהל המת?

ווי אויך איז ממש א נס אז זיין שוויגער אז איז נישט מיטגעווען אויף די נסיעה...

אינאיינוועגס וויל איך זיך באדאנקען פאר'ן מיר מיטנעמען דא אויף די נסיעה בשעת איז זיץ מיר דא באקוועם אויף מיין ריקליינער...

אה, כאטש איינער האט געדענקט די גמרא אין בכורות, אדער שנעל נאכגעקוקט...

אזא גמרא ווער געדענקט נישט? ס'ווערט פארעכענט ווי תרי תמיהי.

---
דער דאיען איז געוואוינט פון אומאן און מירון צו דאווענען באתרא קדישא, מ'דארף טאקע וויסן להלכה וואו איין און וואו אויס

עס ווואלט טאקע געווען אינטערסאנט צו זען א בירור אויף דעם. ביי רשב"י, קבר רחל, און אין אומאן טאקע איז נהוג אזוי. וואו נאך? לכאורה לפי פשטות השו"ע טאר מען נישט.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”