טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

מוצאי שבת קודש פרשת קרח, אור ליום א' חקת, ג' תמוז תשפ"א לפ"ק

אין די טעג איידער מיר האבן זיך ארויסגעלאזט צו דער נסיעה, האב איך געשטעלט אין שטוב א פראגע "אויבנאויף, וואו אין אוקריינע וועט זיין ביי מיר די גרעסטע התעוררות?"

די צדדים זענען געווען פארשידנארטיג, די ערשטע סטאנציע וועט דאך זיין ביים סניגורן של ישראל רבי לוי יצחק בן שרה סאשא זי"ע, וועלכער ווערט באטראכט עטוואס ווי אן אינטערנאציאנאלער כלל-חסידי רבי (פילייכט צוליב'ן פאקט אז ער האט נישט איבערגעלאזט דוקא איין קרייז פון אנהענגערשאפט, מיט אייניקלעך און אור אייניקלעך וואס פירן היינט גרויסע הויפן און פאררופן זיך אויף זיין נאמען), דער צדיק וואס האט אנגעבליך געזען בלויז גוטס אויף אידישע קינדער (הגם, מיר אין סאטמאר ווייסן אז די אלע לימודי זכות זיינע זענען בלויז געווען כלפי שמיא, און ער האט זיך זיכער נישט אפגעהאלטן פון מוכיח זיין א איד ביים זען אן עוולה), וועמענ'ס תפילות (ג-ט פון אברהם) און ניגונים (לאמיר מאכן א בייט, ועוד) דערווארעמען אידישע הערצער ביז'ן היינטיגן טאג, און וועמענ'ס הייליגע דברי תורה דינען אלס הכנה דרבה פאר יעדן חנוכה און בכל עת מצוא. [ביי מיין טאטע שליט"א איז איינגעפירט צו לערנען א שטיקל פון סה"ק נועם אלימלך אויף יענע סדרה יעדן פרייטאג צונאכטס תיכף ביים אהיימקומען פון שול, בעפאר שלום עליכם. זיין פאטער זצ"ל פלעגט לערנען אנדערע ספרים אויך, א שטייגער ווי ייטב לב א.ד.ג. אני הקטן פלעג יארן לאנג לערנען א שטיקל נועם אלימלך פון די פרשת השבוע, און מיט עטליכע יאר צוריק האב איך מיר איינגעפירט צו לערנען על הסדר, פון דעקל צו דעקל, און איך האב דאס ב"ה מסיים געווען הארט בעפאר די נסיעה. און דאן באשלאסן אז דער קומענדיגער "פרייטאג צונאכטס ספר" וועט זיין קדושת לוי, פון די הויפט ספרי היסוד אין חסידות. ב"ה איך האלט יעצט אינמיטן פרשת לך].

דער צווייטער סטאנציע אין פולנאה, האט נישט עפעס דירעקט מיט מיר א שייכות. ליידער קומט מיר נישט אויס צו פילעווען אין די פילע ספרי התולדות זי"ע און מיר פאררעכענען זיך נישט אלס אייניקלעך אדער תלמידי תלמידיו אויף א דירעקטן אופן.

די דריטע סטאנציע, שפיטיווקע, הרה"ק מקאריץ זי"ע, ווייטער די זעלבע זאך.

פערטע סטאנציע, האניפאלי, איז שוין יא מער 'היימיש' - אזוי צו זאגן... קודם כל, ליגט דארט דער גרויסער מגיד ר"ר בער ממעזריטש זי"ע, וואס מיר אלע זענען תלמידי תלמידים פון אים. און אויסערדעם, ליגט דארט דער בארימטער צדיק ר"ר זושא זי"ע, וואס מיר קענען זיך באיזה אופן פאררופן אויף אים, טאקע נישט צוליב א ספר פון אים וואס מיר לערנען אדער אז מיר זענען מתלמידי תלמידיו, אבער עפעס א פארבינדונג שפירט יעדער חסיד מיט דעם רבי'ן. אפשר טאקע אלס ברודער פונעם רבי ר' אלימלך זי"ע? [אינטערעסאנטע אנעקדאט: עס דרייט זיך ארום א סגולה - כ'בין נייגעריג אויב עס האט א מקור - אז אויב דארף מען געהאלפן ווערן מיט א ישועה (אפשר דוקא אויף א שידוך?), זאל מען אפרעכטן א יארצייט סעודה ב' שבט לע"נ ר"ר זושא זי"ע מיט א מנין, און מען זאל צוזאגן אז אי"ה איבעראיאר וועלן זיך די זעלבע אידן צוזאמקומען און פראווענען נאך א יארצייט סעודה לע"נ דעם צדיק. ב' שבט תשפ"א האט א געוויסער בחור צוגעשטעלט אזא סעודה ביי זיך אין ישיבה פאר די עלטערע חברים, און לעצטנס איז ער א חתן געווארן מיט אן אייניקל פון ר"ר זושא זי"ע, און דער חתונה וועט מעגליך פארקומען ב' שבט הבעל"ט, מיט די באטייליגונג פון די מנין חברים...]

פינפטע סטאנציע, אויסטראה, דא שפיר איך מיך שוין ממש ווי א בן בית... די ערשטע מקום קדוש וואו איך באזוך א זיידן זי"ע. מיר שטאמען פונעם הייליגן מהרש"א, און מיר האבן די זכי' צו לערנען זיינע ספרים על הש"ס בהלכה ובאגדה [ווען איך בין נאך געזעצן בין כותלי ביהמ"ד, האט זיך אפט געמאכט אז איך האב געדארפט ווארטן אויף מיין חברותא וכדו', און איך האב מיר געמאכט דאן א קביעות צו אויפמישן א מהרש"א חידושי אגדות און זען זיינע פערל רייד. יענע צייטן פלעג איך עוסק זיין אין צוזאמקלייבן אינטערעסאנטע קרישקעלעך פון ספרי קודש, און צווישן די איבער פיר טויזנט ענינים, האב איך איבער צוויי הונדערט זאכן ארויסגענומען פון מהרש"א].

זעקסטע סטאנציע, יאמפאלע, ר"ר מיכל מזלאטשוב זי"ע, האב איך בשעתו געמיינט אז דאס האט נישט קיין דירעקטע שייכות צו מיר און מיין פאמיליע. הערשט נאכ'ן לאנדן צוריק אין ניו יארק האב איך גענומען אין די האנט אריין א קונטרס'ל וואס איז אמאל ערשינען ביי א משפחה חתונה, און באמערקט אז מיינע קינדער זענען גאר זלאטשובער אייניקלעך!

זיבנטע סטאנציע, מעזיבוז, אהה, דא איז דאך יעדער חסיד היימיש, דער רבי פון אונז אלע ליגט דאך דא, מרן אור שבעת הימים זי"ע. אויסערדעם, שטאמען מיינע קינדער שיחיו פונעם הייליגן דגל זי"ע, דער זוהן פון הרבנית אדל ע"ה די טאכטער פונעם בעש"ט זי"ע.

אכטע סטאנציע, האט געזאלט זיין ברסלב, וואו עס ליגט הרה"ק רבי נתן זי"ע, וועלכער איז אנגעבליך א פעטער פאר מיין משפחה. (למעשה האבן מיר איבערגעהיפט ברסלב צוליב מאנגל אין צייט).

ניינטע סטאנציע, אומאן, זייער אן אינטערעסאנטע פלאץ צו באזוכן, זייענדיג וועלט בארימט און באזוכט דורך הונדערטער טויזנטער יערליך, אבער ליידער שפיר איך נישט קיין פערזענליכער קשר צום פלאץ.

הכלל, האב איך געשטעלט א פראגע אינדערהיים: במושכל ראשון, וואו וועט זיין ביי מיר די גרעסטע התעוררות - 1) ביים רבן של ישראל דער קדושת לוי, אדער 2) ביים זיידן דער מהרש"א, אדער 3) ביים מייסד החסידות און עלטער שווער דער בעל שם טוב?

מיינע אינערליכע געפילן האבן מיר געזאגט אז בלוט איז נישט קיין וואסער, און אוסטראה וועט פילייכט זיין מיין הויכפונקט פון די גאנצע נסיעה, זייענדיג דער איינציגער "זיידע" מיינער. אלס צווייטע אויסוואל האב איך געקליבן דעם הייליגן בארדיטשובער, און צולעצט דער בעש"ט.

למעשה? מיין גרעסטע התעוררות איז געווען מוצאי שבת קודש פרשת בשלח (שירה) ביים הייליגן בעל שם טוב'ס ציון, א מעמד נורא וואס איך וועל קיינמאל פארגעסן (כ'ציטער אז דער טאגבוך וועט נישט ריכטיג איבערגעבן די רוישיגע געפילן וואס איך האב דאן געהאט, אבער איך וועל אי"ה פרובירן דאס בעסטע וואס איך קען צו אראפגעבן מיינע מחשבות און דיבורים על אדמת הקודש יענעם מוצאי שבת), דאן קומט אין די רייע דער ציון פונעם זיידן אין אוסטראה, און צולעצט דער הייליגער קדושת לוי.

און עס איז דא אויך א פראקטישע סיבה דערצו, נעמליך ביים בעש"ט הקדוש בין איך געווען פיין אויסגערוהט - האלטנדיג נאך א געהעריגע נאכט שלאף און אפילו שבת נאכמיטאג דרימל, און בכלל נישט הונגעריג - האלטנדיג א קורצע צייט נאך שלש סעודות, און נישט צו לאנג נאך די מיטאג סעודה, און אז דער גוף איז צופרידן, שטערט ער נישט אזוי די נשמה פון זיך מדבק זיין אין עפעס העכערס. אבער קיין בארדיטשוב זענען מיר אנגעקומען מיט א כרס מלאה, זייענדיג עטוואס איבערגעגעסן פון די רייכע מאלצייט וואס די יעניגע הכנסת אורחים האט צוגעשטעלט, אבער אין שלאף האבן מיר היבש אינטערגעמאנגעלט, האלטנדיג נאכ'ן ארומרייזן מיט 2 פליגערס און א פאיאכעלע נאנט צו 20 שעה.

און יעצט, אויף דעם גאר קורצן שטרעזל פון דעם הכנסת אורחים ביז'ן ציון, ליגט גאר אויף מיר דער פליכט צו מעורר זיין דעם חשוב'ן ציבור מיט דברי הכנה צו דעם גרויסן מאמענט. איך האב דאס געזען אלס אוממעגליך, אבער דאך פרובירט דאס בעסטע לפי המצב.

עס איז נישט געווען קיין צייט צו נאכזאגן תורה'לעך אדער דערציילן מעשה'לעך פונעם צדיק, הגם איך מיין אז צוויי זאכן האב איך יא נאכגעזאגט: 1) די מעשה אז אמאל זענען די חסידים געזעצן אין שטוב פונעם הייליגן בארדיטשובער און אזוי געשמועסט, און איינער האט דערציילט בתוך הדברים אז דער גראף פאטאצקי איז מורא'דיג רייך און האט 'אלע תענוגים אויף דער וועלט'... דער הייליגער בארדיטשובער האט אריינשפאצירט און דאס געהערט, האט ער יענעם געפרעגט: זאג נאר, דער גראף פאטאצקי צינדט אפשר חנוכה ליכט? ווייל אויב נישט, וואספארא תענוג קען ער שוין האבן פון זיין גאנצע עולם הזה... 2) א טייטש אויף ויושע ה' 'ביום ההוא' את ישראל מיד מצרים, אז וויבאלד די גאנצע וועלט און אלע אירע טעג זענען באשאפן געווארן צוליב די אידישע פאלק, האט דער טאג אליינס מלמד זכות געווען אויף אידישע קינדער, אז וויבאלד ער זעלבסט איז צוליב זיי באשאפן געווארן, דארפן זיי ניצל ווערן פון די מצרי'שע הענט.

און דאן איז מיר בייגעפאלן א געדאנק וואס האט מיך אליינס געגעבן א טרייסל אויף, און איך האב דאס מיטגעטיילט מיט'ן עולם:

"טייערע אידן, מיר קומען אט אן צום ציון המצויינת פונעם הייליגן צדיק רבי לוי יצחק מבארדיטשוב, וואס בלויז דערמאנען זיין נאמען איז א סגולה אויף ישועות, און צדיקים האבן געזאגט אז אפילו בלויז ערווענען דעם נאמען פונעם שטאט בארדיטשוב, איז שוין מסוגל אויף אלעס גוטס. "לוי יצחק בן שרה סאשא" איז א נאמען וואס מיר אלע זענען אויפגעוואקסן דערמיט. נאך איידער מיר זענען באקאנט געווארן מיט "רבי ישעי' ב"ר משה / רבי חיים זאנוויל ב"ר משה ויוטא צפורה" האבן מיר שוין געשריבן אויף אונזערע בחינות און אויף די גורל צעטלעך דער נאמען פונעם הייליגן בארדיטשובער. כ'געדענק ווען מיר האבן אלס קינד געשווערצט עפעס עסנווארג פון אייראפע קיין אמעריקע (שיריים פון אדמו"ר מהר"י מפשעווארסק זי"ע), האט מען געשריבן א צעטל דערנעבן לוי יצחק בן שרה סאשא און אלעס איז אדורך בשלום.

"טייערע אידן, מיר וואלטן אלע געדארפט יעצט זיין איבערגענומען פון התרגשות אז מיר דערגרייכן ענדליך דעם ערשטן דעסטינאציע פון אונזער ציל און מיר גייען זיך משתטח זיין ביים ציון פון דעם גרויסן צדיק. אבער ליידער זענען מיר נישט דא... די גופים זענען דא, אבער דער קאפ איז ווייט פון מסודר און מיר קענען זיך נישט געהעריג אריענטירן צוצוגיין מיט די ריכטיגע התעוררות צום הייליגן צדיק. און דער סיבה איז הויפטזעכליך וויבאלד מיר האלטן נאך א טאג און א האלב ארומפליען און ארומפארן, זייענדיג מיד און הונגעריג, און יעצט אויפ'ן מינוט אנגעפאשעט...

"לאמיר אבער געבן א טראכט. ווען מיר זאלן יעצט ארויסנעמען א טעלעפאן און אנרופן צו אונזערע שטיבער, און מעלדן אז מיר קומען יעצט אן קיין בארדיטשוב און מען גייט יעצט אנהייבן דעם ערנסטן פאזע פון די אזוי אויסגעגארטע נסיעה... איך ווייס נישט וועגן ענק, אבער ביי מיר אין שטוב בין איך בטוח אז ביים באקומען אזא טעלעפאן רוף, לאזט מען אפ אלעס וואס מען האלט אינמיטן טון, מ'צינדט אן צוויי ליכט און מ'זעצט זיך אראפ ביים טיש מיט א תהלימ'ל וואס ווערט גוט דורכגענעצט, זיך שפירנדיג מקושר מיט אונזער חבריא וואס איז אט יעצט דא.

"אלזא, לאמיר פארגעסן פאר אביסל פון אונזער מידקייט און אלע אנדערע מצבי הגוף, און לאמיר זיך אריינשטעלן אינעם מצב פון אונזערע משפחות וואס האבן אונז געשיקט צו אויסבעטן אלעס גוטס פאר זיך און די קינדער.

"טייערע אידן. מיר האבן זיך אלע באקענט דורך די "אידישע וועלט"... וויסן זאלט איר, אז אויף דער "אידישע וועלט" איז דא - אויסער די אלע געשמאקע שמועסן און ווערטלעך - אסאך צרות ישראל ל"ע. איך בין פערזענליך באקאנט מיט אסאך חברים וואס שרייבן דא צוגלייך מיט אלעמען, אבער אין זייער שטוב איז פינסטער... זיי ווארטן צו ווערן אויפגעראכטן בזרע של קיימא. מיר זענען זייערע שליחים, און מיר דארפן איינרייסן פאר זייערטוועגן."

איך האב שוין נישט געהאט קיין צייט צו מאריך זיין לענגער, ווייל דער באס האט זיך שוין אפגעשטעלט ביים פארקינג לאט קעגנאיבער דעם בית החיים, און מיר זענען אלע אפגעשטיגן מיט א ציטערניש אין די אינערליכע גלידער.

איך מוז אייך זאגן אז דער געדאנק פון אנרופן אהיים, האט זיך גוט אפגערופן ביי מיר אליין... איך האב געבארגט פון איינעם א טעלעפאן, און מיט ציטערדיגע הענט האב איך אנגערופן צו מיר אין שטוב, וואו איך האב מיט א געשטיקטע קול געזאגט די אויבנדערמאנטע זאץ, אז מיר זענען נארוואס אנגעקומען צום הייליגן קדושת לוי, און זי קען זיך מצרף זיין צו אונזערע תפלות. מ'האט מיר געזאגט אז דער צייט איז טאקע פונקט געאייגנט דערפאר, עס איז נאך דא א האלבע שעה אדער מער ביז די קינדער הייבן אן אהיימקומען פון חדר/שולע, און מען האט זיך טאקע אראפגעזעצט צום תהלימ'ל...

(אגב, איך בין כמעט זיכער אז דאס איז נישט געווען מיין ערשטע טעלעפאן רוף צו מיר אין שטוב זינט'ן פארלאזן דעם הויז א טאג בעפאר. איך מיין אז נישט לאנג נאכ'ן פארלאזן דעם קיעווער לופטפעלד - ווי נאר איך האב באשלאסן אז עס איז שוין נישט צו פרי צו רופן קיין ניו יארק - האב איך מיך פארבינדן אהיים און געמאלדן אז מיר זענען ב"ה אנגעקומען בשלום).

דער פארזעצונג האט זיך עטוואס פארלענגערט, וועל איך מיך דא אפשטעלן. אבער איך האף אי"ה ממשיך צו זיין בקרוב, ווי פארשפראכן אז דאס גייט זיך שוין נישט צו לאנג פארציען בס"ד.
בעל מדרגה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3875
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 11:51 pm
לאקאציע: ביים גמרא

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מדרגה »

געוואלדיג!

שוין לאנג נישט אזוי נתעורר געווארן. יישר כח לכאורה.
אויב זיכט איר א גוטע אקאונטענט, קאנטעקט מיר אין אישי, אדער שיקט א אימעיל צו [email protected].
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4179
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע: אין פעלד

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

זייער ווארים און הארציג.

יישר כח!
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

ווי זאגט ביינונז אויף די אידישע וועלט...
אריין אין זאכן וואס מאכן מיר וויינען אשכול
בעל מדרגה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3875
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 11:51 pm
לאקאציע: ביים גמרא

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מדרגה »

מלוה דמלכא האט זיך געגעסן אסאך געשמאקער נאכן ליינער די דברי התעוררות פון הרב לכאורה שליט"א
אויב זיכט איר א גוטע אקאונטענט, קאנטעקט מיר אין אישי, אדער שיקט א אימעיל צו [email protected].
כתוב וחתום
שר האלפיים
תגובות: 2168
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 23, 2021 12:47 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתוב וחתום »

ווארימהארציג!
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6377
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

יישר כח הערליכע קאפיטל.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35242
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

לכאורה, ישר כחכם פאר די ווארימע רייד, איר נעמט אונז ווירקליך אויף א רייד.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

וואוו אזוי שיין אין הארציג...

דאס האב איך פארפאסט....

ייש"כ
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
בעל מדרגה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3875
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 11:51 pm
לאקאציע: ביים גמרא

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מדרגה »

ווען קומט נאך?
אויב זיכט איר א גוטע אקאונטענט, קאנטעקט מיר אין אישי, אדער שיקט א אימעיל צו [email protected].
שמחה מתוך שמחה
שר מאה
תגובות: 190
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 07, 2021 4:58 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחה מתוך שמחה »

לכאורה נישטא קיין ווערטער

הערליך שיין אראפגעלייגט
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5907
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

היינט?
כבוד המנהל, ווען קומט א המשך?
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

מעגליך
בעל מדרגה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3875
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 11:51 pm
לאקאציע: ביים גמרא

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מדרגה »

מיר ווארטן מיט שפאנונג.
אויב זיכט איר א גוטע אקאונטענט, קאנטעקט מיר אין אישי, אדער שיקט א אימעיל צו [email protected].
בעל מדרגה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3875
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 11:51 pm
לאקאציע: ביים גמרא

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מדרגה »

בד"וו ווען איר קענט נישט שרייבן, ביטע קומט דא בכלל נישט אריין, ווען איך זעה א נאטפיקאציע אין די אשכול מיט רויטע אותיות לייג איך אלעס אין א זייט און זעץ זיך אוועק ליינען... אוי לאותו בושה...

(איר קענט ניצן אייער בלויע ניק...)
אויב זיכט איר א גוטע אקאונטענט, קאנטעקט מיר אין אישי, אדער שיקט א אימעיל צו [email protected].
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

צער בעלי חיים
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

דממה דקה האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:עטץ קענטס אויפהערן רודפ'ן?
בעל מדרגה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3875
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 11:51 pm
לאקאציע: ביים גמרא

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מדרגה »

ניין!
אויב זיכט איר א גוטע אקאונטענט, קאנטעקט מיר אין אישי, אדער שיקט א אימעיל צו [email protected].
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

אור ליום ו' תמוז תשפ"א

דער באס האט פארקירט אויף א פרייע שטח קעגנאיבער דעם בארדיטשובער בית החיים (אגב, דאס איז בלויז איינס פון די צוויי בתי חיים אין שטאט, מיר זענען נישט אנגעקומען צום אנדערן, עלטערן בית החיים, וואו עס ליגט דער גרויסער רבי ליבער זצ"ל), און מיר אלע האבן זיך אראפגעריקט מיט אן אימה ויראה, וויסנדיג כי המקום אשר אתה עומד עליה אדמת קודש היא. תיכף ביים אראפקומען פון באס, באמערקן מיר אז מיר זענען נישט אליינס, כאטש מיר זענען געקומען אין א פארשטופטן ליל ששי טיף אינמיטן ווינטער אין די קאראנע צייטן, האבן מיר דא קאמפאניע. טאקע נישט צופיל, אבער איין היימישע פארפאלק, קענטיג פון ארץ ישראל, איז אין די זעלבע צייט אנגעקומען מיט א פריוואטע דרייווער (מעגליך געדינגען דורך אלעקסיי, זיי שטעלן צו אזעלכע פריוואטע קארס אויך, ווי מען האט מיר איבערגעגעבן). איך קען נישט דעם יונגערמאן, אבער ער קוקט אויס צו זיין אן ארץ ישראל'דיגער געבוירענער, אין יארן איז ער לויט אלע ווארשיינליכקייטן עלטער פון אונז אלע, אבער זיין פנים האט דערציילט אז ער האט קיין גרינג לעבן.

פארשטייט זיך אז איך האב אים נישט געפרעגט צוליב וועלכן פראבלעם ער איז געקומען צום צדיק, אבער כמדומה האט איינער געזאגט אז ער איז ל"ע קינדערלאז שוין לענגערע יארן. און אט איז ער געקומען אויף א נסיעה צו קברי צדיקים, און מיר האבן זיך פונקט צונויפגעטראפן ביים הייליגן קדושת לוי, ווען ער האט זיך געשטעלט בזוית זו פונעם ציון הקדוש און די רעבעצין זיינע בזוית אחרת (דארט איז דא א מחיצה-פירהאנג פאר די נשים צדקניות אפטיילונג) און זיי האבן ביידע געפליסטערט קאפיטלעך תהלים פון ווען מיר זענען אנגעקומען און זענען געבליבן אויך שפעטער ווען מיר זענען אוועקגעגאנגען פון דארט. מיר האבן זיך צומארגנס ווידעראמאל באגעגנט מיט דעם יונגערמאן, ווען אויך דאס פארפאלק האט אויסגעקליבן צו פארוויילן דעם שבת קודש אין מעזבוז, און האט אפילו געדאוונט שחרית אין 'אונזער' מנין בבית מדרשו פון הרה"ק בעל אוהב ישראל מאפטא. (פרייטאג צונאכטס האט ער מעגליך אויך געדאוונט מיט אונז, אין דעם בעל שם טוב'ס שול). זאל ער האבן אויסגע'פועל'ט אלעס גוטס פאר זיך און פאר גאנץ כלל ישראל.

דאס אנוועזנהייט פון 'אנדערע' אידן, האט עטוואס אוועקגענומען די היימליכקייט פונעם ציבור. נישט אז מיר זענען שוין בכלל געווען צו שטארק היימיש צווישן אונז, מיר האבן דאך קוים געהאט צייט זיך צו באקענען געהעריג. אבער דאך, צווישן אונז האבן מיר דאך געוואוסט בייערלייפיג וועלכע גאטונג מענטשן מיר זענען, וואו מיר דרייען זיך און וואס אונזערע שאיפות זענען, האבן מיר זיך געשפירט באקוועמליך אין געגנווארט פון די אנדערע, בעת דאס פארפאלק איז ביי אונז געווען ווי 'פרעמדע' אריינדרינגער וואס כאפן עטוואס אוועק דעם פריוואטקייט וואס מיר וואלטן געגארט צו האבן ביים צדיק. פון די אנדערע זייט, איז אפשר גוט געווען צו האבן דארט אויך א איד וואס איז נישט פון אונזער חבורה, אזוי האבן מיר זיך געהאלטן אין די ראמען...

דער עולם האט געצינדן ליכט (דאכט זיך אז עס איז בלויז ערלויבט צו צינדן ליכט אינעם פארצימער - - ס'טוט מיר לייד אז איך געדענק שוין נישט צו קלאר יעדע פרט ופרט צוליב די לאנגע חדשים וואס זענען זיך פארלאפן, אבער לאידך גיסא בין איך מסופק אויב די דאזיגע איינצלהייטן וואלט איך געקענט איבערגעבן פונקטליך ביים שרייבן א טאגבוך תיכף ומיד, זינט דער גרעסטער אבזערווירער און באאבאכטער [אגב, צוויי פון מיינע אור אלטע ניקס אויף היידפארק...] באמערקט אויך נאר וואס אימפענירט אים, און וועט נישט ממש געדענקן יעדן פארשטופן איינצלהייט אפילו א טאג נאך די פאסירונג), און מען האט צווישן זיך אפגעמאכט אז יעצט, ביים באזוכן דעם ערשטן קבר הצדיק, וועט מען זאגן די קאפיטלעך וואס מען פירט זיך שטענדיג צו זאגן ביי קברי צדיקים אדער קברי אבות, דהיינו ספר רביעי שבתהלים (פון צ' ביז ק"ז - ועד בכלל, בדרך כלל).

קיין אפיציעלער בעל תפלה איז נישט געווען, און עס האט נישט אויסגעפעלט, דער עולם האט אינאיינעם אנגעהויבן, אינאיינעם אויסגעלאזט די ענדע פסוקים און גלייך אנגעהויבן דעם קומענדיגן קאפיטל. ווען מען האט געענדיגט, האט מען געזאגט דעם יהי רצון פון נאך תהלים, אבער האלטנדיג אין די נאכט שעות בעפאר חצות, האט מען נישט געזאגט די י"ג מדות של רחמים. דער עולם האט אפגעליינט און אריינגעווארפן די קוויטלעך וואס מען האט מיטגעברענגט פון אמעריקע, און עס האט געהערשט א שטארקע התעוררות ווען יעדער האט זיך פריוואט מתבודד געווען מיט'ן צדיק און געמורמעלט אלע תפילות ובקשות וואס מ'האט געדארפט אראפלאדענען פון הארצן.

איך בין נאך קיינמאל נישט געווען אויף "מקומות הקדושים" אין אייראפע, האב איך נאטורליך נישט געהאט קיין אנונג וויאזוי דער ציון הקדוש קוקט אויס, אבער פונקט פאראיאר נאך פסח איז געווען באריכטעט איבער גראבונגען וואס מען האט דורכגעפירט אין ציון הקדוש פון בעל קדושת לוי כדי צו טרעפן די אריגינעלע יסודות פונעם אוהל הקדוש, און מען האט מצליח געווען צו טרעפן די אריגינעלע קברים פון דעם הייליגן בארדיטשובער צדיק און זיינע זיהן. אלס רעזולטאט פון די באריכטן האב איך מיך איינגערעדט אז היינט צוטאג ווען מען באזוכט דעם הייליגן ארט, קען מען שטיין ביי די אריגינעלע קברים און דאס אנטאפן מיט די הענט, א זאך וואס וואלט ווארשיינליך שטארק צוגעגעבן צום התעוררות וואס הערשט ממילא אויף דעם פארכטיג פלאץ. למעשה, האבן זיך די רענאוואציעס נאכנישט געענדיגט, ווי עס שיינט, און ווען מען קומט אריין אין דעם הייליגן אוהל - נאכ'ן אדורכגיין א לאנגע בריק וואס הייבט זיך אן אינדרויסן פונעם פעלד און פירט די באזוכער איבער קברים ביז צום ציון הקדוש גופא, וואס אלס רעזולטאט קענען כהנים בכלל נישט צוקומען צו דעם קדושת לוי'ס מקום מנוחה - שטייט מען ווי אויף א גאלעריע, וואס ביז פאראיאר האט מען געמיינט אז אט דארט ליגן די צדיקים הקדושים אבער היינט איז דא א גרויסע לאך מיט מחיצות פון דריי זייטן ארום, א שטייגער ווי ווייבער שולן גאלעריעס, פון וואו מען קען אראפקוקן צו די אריגינעלע קברים און אהינשליידערן קוויטלעך, אבער מען קען נישט צוקומען דערצו פיזיש אדער דאס אנרירן.

רעדנדיג פון כהנים, בין איך געוואויר געווארן ביים ארויסגיין פון בארדיטשובער בית החיים און באמערקן די פילע מיטרייזנדע וואס זענען געבליבן שטיין אין די פראסטיגע קעלט אינדרויסן פונעם בית החיים, אז א באדייטנדע צאל פון אונזערע חברה זענען כהנים. מיר זענען געווען א גרופע פון ניינצן, און פון דעם זענען געווען ארום 6-7 כהנים! דאס איז אן אומגעהויערע פראצענט, ווען ארום איינס פון יעדע דריי אידן איז א כהן. און מען דארף פארשטיין אז עס איז א שטיקל מסירות נפש פאר כהנים זיך אונטערצונעמען אזא רייזע, וויסנדיג אז ביי רוב פלעצער קענען זיי נישט צוקומען צום קבר און צומאל קענען זיי ניטאמאל כאפן א בליק דערויף פונדערווייטנס, אדער דארפן זיי גאר שטיין אין די בייסיגע פראסט אינדרויסן בעת די ישראלים און לויים דערווארעמען זיך די גלידער אין דעם הייליגן אוהל.

דאכט זיך אז מ'האט נישט איבערגעזינגען דעם "לאמיר מאכן א בייט" אינעם אוהל הקדוש. כאטש עס איז דארט געווען א גרויסע טאוול אויפ'ן וואנט מיט דעם ניגון און די אנדערע ניגונים פונעם הייליגן צדיק, האבן מיר זיך באגענוגט מיט'ן דאס האבן געזינגען אויפ'ן פיאכעלע אנקומענדיג קיין בארדיטשוב מיט א שטונדע-צוויי פריער. (מיר האבן אויך נישט געוואלט שטערן דאס פארפאלק וואס איז גארנישט שולדיג אז זייערע פריוואטע פלענער האבן זיך צונויפגעטראפן מיט א גרופע פרייליכע אידעלעך וואס זענען אויף אן אויספלוג...)

עס איז שוין געווען שפעט ביינאכט - ארום עלף אזייגער לאקאלע צייט - ווען מיר זענען ארויף אויף דעם פאיכעלע און זיך ארויסגעלאזט אויפ'ן אנדערטהאלבן שעה וועג קיין פולנאה. אונטערוועגנס האבן מיר געהערט פון "שמערי בערי" די היסטאריע פונעם בית החיים אין פולנאה, אז דער הייליגער תולדות און דער הייליגער רבי לייב מוכיח האבן ביידע אויסגעקליבן צו ליגן אין דעם זעלבן שטח וואס איז שוין פון פריער אפגעקויפט געווען דורך א געוויסער איד, א פשוט'ער שניידער, און שפעטער האט מען זיי ביידע באערדיגט זייט ביי זייט, און ווען דער שניידער איז נפטר געווארן איז בדרך נס געפונען געווארן פלאץ צווישן ביידע קברים אים צו לייגן. דער עולם האט שטארק הנאה געהאט צו הערן דעם שטיקל געשיכטע, נאכדערצו קומענדיג פון אזא מייסטער מעשה-דערציילער.

אבער דאס איז בלויז געווען די קורצע רעדע אויפ'ן וועג צווישן בארדיטשוב און פולנאה, און אויב איך געדענק גוט איז דאס פארגעקומען ווען מען האט שוין געהאלטן נאנט צו פולנאה. די רוב צייט איז אבער פארבייגעגאנגען מיט א היסטארישע לאנגע רעדע איבער די יסודות החסידות וואס מען האט געהערט מפום ממלל רברבן, הרבני החסיד הנפלא מוה"ר "טוב ה' לכל" וועמען מיר האבן די זכי' געהאט מיטצוהאבן מיט אונז אויף די נסיעה. דער יונגערמאן איז ב"ה א כרכא דכולא בי', עס שפרידלט פון אים תורה וחסידות, און כאטש ער איז א שטיק ברסלב און איז דבוק צו זיין רבי'ן און די ספרים פון רבי נחמן און רבי נתן וכו', איז ידיו רב לו און ער פילעוועט מיט א גרויס עסק אין אלע ספרי תלמידי בעל שם טוב הקדוש, אנגעהויבן פון די אבות החסידות ווי דער דגל מחנה אפרים, דער תולדות יעקב יוסף, און אזוי ווייטער. איז זעלבסטפארשטענדליך אז ווען ער האט גענומען דאס ווארט אויפ'ן מיקראפאן פונעם פאיאכעלע, האט זיך ממש געגאסן פערל רייד במשך א שעה צייט און נאך א האלבע שעה(!) עס איז אנצונעמען אז ער האט גוט ערקלערט די יסודות פון חסידות, און ער האט נאכגעזאגט שטארקע געדאנקען פון דעם בעל שם טוב און זיינע גרויסע תלמידים, אבער ליידער קען איך אייך נישט איבערגעבן די פונקטליכע אינהאלט פון זיינע רייד, ווייל צוליב די שפעטע שעה און האלטנדיג נאך א טאג-צוויי פון נישט געהעריג זיך אויסרוען, בין איך ממש צוזאמגעפאלן פאר מידקייט און זיך עטוואס אויסגערוהט די מידע ביינער במשך דעם דרשה.

המשך יבא אי"ה
בעל מדרגה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3875
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 11:51 pm
לאקאציע: ביים גמרא

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מדרגה »

עס האט זיך געלוינט צו ווארטן!

א גוטע דזשאב געמאכט הרב לכאורה.

(בד"וו ווי קען מען מדווח זיין א מנהל? עס איז דא א אומאיידעלע ווארט וואס שמעקט קאווע’דיג...)
אויב זיכט איר א גוטע אקאונטענט, קאנטעקט מיר אין אישי, אדער שיקט א אימעיל צו [email protected].
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2337
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

זייער געשמאק צו ליינען און זיך אנווארעמען די נשמה אביסל.

נאר איין הערה, דאכט זיך דאס איז די ערשטע מאל איך זעה די ווארט "אימפענירט".
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

ריזיג שיין, כה לחי
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

בעל מדרגה האט געשריבן:עס האט זיך געלוינט צו ווארטן!

א גוטע דזשאב געמאכט הרב לכאורה.

(בד"וו ווי קען מען מדווח זיין א מנהל? עס איז דא א אומאיידעלע ווארט וואס שמעקט קאווע’דיג...)

וועלכע ווארט?
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6377
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

יישר כח.

איך מיין אז יענע קאפל איז אלעמאל אינטערוועגנס, ווייל מיר האבען זיך אויך באגעגענט מיט אזא קאפל אויפן וועג און עס לאזט נישט איבערנעמען דעם קבר, ממוז זיך איינהאלטן.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

פנימחדשות האט געשריבן:זייער געשמאק צו ליינען און זיך אנווארעמען די נשמה אביסל.

נאר איין הערה, דאכט זיך דאס איז די ערשטע מאל איך זעה די ווארט "אימפענירט".

כ'האב געטראכט אויב איך זאל שרייבן אזא ווארט, למעשה נוצט מען עס אבער ביים רעדן.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”