טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5907
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

היינט?
מארגן?
נעכטן?

א מין צעפראסקעניש!
כבוד המנהל, ווען קומט א המשך?
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28114
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

היינט נישט, מארגן אפשר, נעכטן אמממ, נע
אב לאנדאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 358
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 19, 2019 9:24 am

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אב לאנדאן »

לכאורה האט געשריבן:היינט נישט, מארגן אפשר, נעכטן אמממ, נע

יש מחר שהוא עכשיו ויש מחר שהוא לאחר זמן - רש"י שמות י"ג, פסוק י"ד
בעל מדרגה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3875
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 11:51 pm
לאקאציע: ביים גמרא

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מדרגה »

לכאורה האט געשריבן:היינט נישט, מארגן אפשר, נעכטן אמממ, נע


נו?
אויב זיכט איר א גוטע אקאונטענט, קאנטעקט מיר אין אישי, אדער שיקט א אימעיל צו [email protected].
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28114
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

איך גיי זיך משתדל זיין צו שרייבן א פארזעצונג פונעם טאגבוך לכבוד ראש חודש
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

ווארטן מיר..

זכרון לכולם יהיו.. וברית אבות לבנים תזכור..
חוח בין השושנים האט געשריבן:
בעל מדרגה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3875
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 11:51 pm
לאקאציע: ביים גמרא

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מדרגה »

לכאורה האט געשריבן:איך גיי זיך משתדל זיין צו שרייבן א פארזעצונג פונעם טאגבוך לכבוד ראש חודש


די ליקוי חמה איז ביי דיר א מפיל קינד?..
אויב זיכט איר א גוטע אקאונטענט, קאנטעקט מיר אין אישי, אדער שיקט א אימעיל צו [email protected].
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

בעל מדרגה האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:איך גיי זיך משתדל זיין צו שרייבן א פארזעצונג פונעם טאגבוך לכבוד ראש חודש


די ליקוי חמה איז ביי דיר א מפיל קינד?..

ליקו חמה ווייסעך נישט אבער די קראך פון די פיקל איזבעפעס וואס מ’קען נישט אריבערלאזן אן גארנישט
בעל מדרגה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3875
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 11:51 pm
לאקאציע: ביים גמרא

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מדרגה »

אונז ווארטן מיר נאך.
אויב זיכט איר א גוטע אקאונטענט, קאנטעקט מיר אין אישי, אדער שיקט א אימעיל צו [email protected].
אוועטאר
עומד מן הצד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3393
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 2:18 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עומד מן הצד »

בעל מדרגה האט געשריבן:אונז ווארטן מיר נאך.

בכליון עינים.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28114
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

ראש חודש תמוז תשפ"א - המשך

עס איז בושות נוראות... איך קוק צוריק און איך זע אז די לעצטע טייל פון די טאגבוך איז געשריבן געווארן טאקע אויך אין סאמע ראש חודש טאג... פונקט א מאנאט צוריק (viewtopic.php?p=2768671#p2768671), דאס מיינט אז פון דאן ביז אהער האט שוין איינער געקענט האבן א קינד און אפילו מאכן פדיון הבן... (איך ווערטל זיך אז איך אליינס האב ביידע זאכן געהאט ביי מיר אין שטוב אין די פארלאפענע חודש, אבער דאס איז שוין שלא מן הענין). נו, ז'מני ת'שובה מ'משמשין ו'באין, איך האב חרטה על העבר און איך בין מיך מקבל בלי נדר צו שרייבן אפטער, און טאקע שוין צו אפפארטיגן דעם גאנצן טאגבוך איינמאל פאר אלעמאל, באופן מען זאל שוין קענען אנהייבן פלאנירן דעם קומענדיגן נסיעה...

מיר האלטן אין בארדיטשוב, ווען דער נסיעה איז אנגעקומען צום ערשטן סטאנציע און איך האב פארכאפט א שטיבל וואס ברויך נישט קיין מזוזה (דעם אויסדרוק האב איך לעצטנס געהערט פון מיין מחותן שליט"א... אנקומענדיג צום שמועס מיט'ן בחור און האלטנדיג נאך א שטיקל רייזע, האט ער זיך נאכגעפרעגט בלשון חכמים אויב דער דירה פארמאגט א שטיבל וואס איז נישט מחויב במזוזה). איך בין טאקע נישט געזיצן דארט א חודש צייט... אבער גענוג לאנג אז דער עולם האט זיך אינדערצווישן געוואשן צו א סעודה און פארפירט העפטיגע געשפרעכן וואס איך האב פארפאסט. צו מיינע אויערן האבן דערגרייכט קלאנגען פון מוזיק, און איך האב געטראכט צו מיר אז ביים אריינגיין אין זאל וועל איך זיכער זען א גאנצע ארקעסטרא פון אוקריינישע קלעזמער שפילער (ווי מיר האבן ווירקליך געהאט מוצאי שבת ביי מלוה מלכה, ווי עס וועט אי"ה אויסגעשמועסט ווערן בשעתו, ווען מיר וועלן דארט האלטן אום ר"ח אייר הבעל"ט... [דזשאסט קידינג]), אבער למעשה איז דער מוזיק גענצליך פארשטומט געווארן ביז א קורצע וויילע, און איך האב שפעטער געהערט אז איינער האט מעורר געווען אז עס איז א שאלה צו הערן מוזיק בשעת מען עסט א סעודה, אלס אבילות אויפ'ן חורבן, און דערפאר האט מען דעם קאסעטע שפילער פארלאשן.

איך בין ארויס פון מיין פריוואטן צימער, זיך געוואשן די הענט און געמאכט אן אשר יצר מיט גרויס כוונה (נאכ'ן זיך ארומדרייען ווי פרעה א לענגערע וויילע, האט מען אויטאמאטיש מער אינזין די פירוש המילות דערפון), און זעענדיג אז דער גאנצער עולם זיצט שוין ביים טיש געוואשענערהייט, האב איך פארשטאנען אז יעצט איז נישט דער צייט צו בעטן פאר א מנין מעריב (הגם עס איז שוין געווען נאכט), איך האב געשטעלט א שומר (יעדער איינער איז געווען א שומר פאר'ן צווייטן...) און זיך געגעבן א קראץ דעם קאפ און א ריר אן די שיך זיך צו קענען וואשן צו די סעודה מיט א ברכה (האלטנדיג תיכף נאכ'ן זיך וואשן פון בית הכבוד).

שטייענדיג ביים וואסער לייטונג אין גרויסן עס צימער, ווארטנדיג אז דער טעפל זאל זיך אנפילן, זענען מיינע אויגן געפאלן אויף די הערליכע אויסשטעלונג פון טארטן, קוכן און מערערע סארט פירות, בעיקר פארטריקענטע, וואס די מכניסי אורחים האבן צוגעגרייט פאר אונזערטוועגן לכבוד חמשה עשר בשבט וואס איז נארוואס אוועקגעגאנגען פון אונז.
בארדיטשוב פירות טיש.jpg
בארדיטשוב פירות טיש.jpg (342.14 KiB) געזען 499 מאל

מיר זענען געווען הינטערשטעליג פון אונזער סדר היום, האבן מיר נישט עספיעט אנצוקומען אהין בעצם היום און עסן די פרוכטן לקיים המנהג ישראל. נאטורליך וואלטן מיר זיך יעצט צוגעכאפט צו די פרוכטן און טארטן, האלטנדיג נאך א יומא אריכתא פון א הונגער טאג, אבער איין בליק ווייטער צו די גרויסע צוזאמגעריקטע טיש וואו דער עולם איז געזעצן, האט פארציילט דעם סוד אז עס איז א שאד זיך צו פארקלאפן דעם אפעטיט מיט זייטיגע מאכלים, דען דא קומט א סעודת שלמה בשעתו וואס מיר האבן זעלטן ווען געזען.

אט איז א בילד פון דעם צוגערישטן טיש:
בארדיטשוב טיש.jpg
בארדיטשוב טיש.jpg (251.44 KiB) געזען 499 מאל

דער בענקל וואס איר זעט אונטן פונעם בילד, האט שפעטער געדינט אלס מושב פאר מיר, ווען צו מיין רעכטע זייט זיצט דער דאיען שליט"א (איך האב אראפגעשניטן דמות דיוקנו, עס איז בלויז פארבליבן א משהו פון די בעקיטשע).

הכלל, דער עולם האט זיך געוואשן און ארומגעזעצט די טישן, און ווען איך בין געווען גרייט צו די סעודה איז מיר בלויז פארבליבן דער אויבן-אן בענקל נעבן דאיען. בלית ברירה האב איך מיך דארט אראפגעזעצט... איך האב געמאכט א המוציא, איינגעטינקען דעם שטיקעלע אין זאלץ, און נאכ'ן אראפשלינגען דעם ערשטן ביסן האב איך אנגעהויבן מסדר זיין אין קאפ דער סדר המאכלים וויאזוי מען גייט זיך דא מסדר זיין... פאר אונז איז געליגן א טעלער סעלמאן פיש, ווען דערנעבן ליגן עטליכע סארט טינקעכצער. מ'האט מיר תיכף אנגעזאגט אז דיזע טינקעכצער זענען געמאכט פאר אידן מיט אנדערע סארט טעיסט-באדס, בעת פאר אונז אמעריקאנער אידעלעך איז עס עפעס צו שארף. פארשטייט זיך אז איך האב נישט סתם אזוי אנגענומען דעם לשון הרע'לע, נאר נאכ'ן פארזוכן דערפון האב איך מיך איבערצייגט אז איך בין ארומגענומען מיט חברים וואס זענען פיינע מבינים ב"ה.

צווישן די פיש און די פלייש איז דער מנהג ביי אונז זיך צו וואשן די הענט און טרינקען אביסל לחיים. אויפ'ן טיש איז אבער געווען בלויז פעפסי, וואסער, סעלצער מיט נאך עפעס א צוזאמגעשטעלטע פאנטש געטראנק ביי יעדעמ'ס פלאץ. בלית ברירה האט מען געמאכט דעם קינוח והדחה מיט א שטיקל חלה (א שטיקל? מ'האט מסתמא נישט איבערגעלאזט קיין שריד ופליט פון דעם גרויסן בארכע) און אביסל פרוכט פאנטש. דער הכשר דארט איז געווען בד"ץ העדה החרדית. דער קעכער דארט האט געזאגט אז די השגחה איז זייער שטרענג, מען ערלויבט אים נישט פארשידענע זאכן (עס איז, צום ביישפיל, דא א באזונדערע קאך פאר מילכיג און באזונדער פאר פליישיג, און מען דארף אדורכגיין דעם עס זאל צווישן די צוויי קיכן. בשעת מיר האבן געגעסן די פליישיגע סעודה, איז דער מילכיגער קעך געווען אויף שלאס און ריגל). איך האב שוין מסתמא געשריבן ערגעץ וואו, אבער הגם אלע - אדער רוב - פון די רייזנדע האבן זיך מחי' געווען מיט די פעפסי וכדומה, האב איך א פאלעסי דאס צו טרינקען בלויז ווען דער הכשר איז אויפ'ן פלעשל גופא, נישט ווען מען איז מעיד פון מויל צו אויער אז אלע פעפסי זענען די זעלבע און דער הכשר אויף איין פלענט גילטעט אויף אלע. (דא אין בארדיטשוב ערלויבט דער עדה החרדית צו שטעלן פעפסי אויפ'ן טיש, דאס איז לכאורה זעלבסט א ראי' אז עס איז כשר לדעתם, אבער מיין פאלעסי איז נאך אלץ געווען צו טרינקען ליבערשט וואסער און סעלצער).

נאך פיש קומט נאטורליך זופ, מען רעדט דאך פון א פולשטענדיגע סעודה (פאלט מיר יעצט ביי, אין שו"ע שטייט אז ביי יעדע סעודה גדולה זאל מען איבערלאזן איין געריכט און נישט אויפגעבן, כדי עס זאל עפעס פעלן פון די סעודה אלס זכר לחורבן. ביי יענע סעודה האט בלויז געפעלט א קלייניגקייט, נעמליך פלאץ אין מאגען... דען נאכ'ן עסן דעם ערשטן האלב פונעם מאלצייט, האט מען שווערליך געקענט קוקן אויף די פרישע סחורה וואס האט געהאלטן אין איין אריינקומען). אבער דער זופ איז געקומען מיט א 'טוויסט'... דער טעלער איז באשטאנען פון אן אויסגעהוילטע קויליטש... און עס האט אפילו פארמאגט א דעקל פון דעם זעלבן קויליטש טייג... הכלל, מ'האט אראפגעשניטן דעם אויבערשטן טייל פון א רינדעכיגע קויליטש, אויסגעהוילט דעם ווייכן אינהאלט (ווער האט זוכה געווען דערצו? מסתמא האט מען פון דעם געמאכט אנדערע רעצעפטן, אפשר זופ מאנדלן...), און אריינגעשאטן דערין דעם הייסן געדעכטן פוטערנוס-סקוואש זופ. און דאס איז נישט געווען די איינציגע אויסוואל פון זופ, מ'האט פאר איטליכן צוגעברענגט דערנעבן א געווענליכע טעלער מיט טשיקן זופ, און א טעלערל לאקשן דערנעבן צו קענען אריינלייגן דערינען.

די טעלערס זופ זענען געקומען אויף א טעצל וואס איז באשטאנען פון א רעפטל בוים(!). כ'שטעל מיך פאר אז אין אוקריינע מאנגלט נישט קיין ביימער, אזוי ארום דארפן זיי ניטאמאל אויסוואשן די טעצלעך צווישן איין סעודה און די אנדערע... מ'גייט ארויס אין הויף און מ'צעשניידט נאך א בוים אויף רעפטלעך, און היידא... א טעצל איז באשאפן געווארן.

זופן און טעצל.jpg
זופן און טעצל.jpg (42.57 KiB) געזען 499 מאל


[איך גיי שוין ווייטער אי"ה, כ'וויל נאר זען אויב ס'קומט אויס שיין מיט די בילדער...]
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30703
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

קומט אויס שיין! גיי ווייטער!
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
מי שברך
שר חמש מאות
תגובות: 849
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 3:32 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי שברך »

Keep up! We want more!
אין עוד מלבדו
בעל מדרגה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3875
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 11:51 pm
לאקאציע: ביים גמרא

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מדרגה »

גא"מ
אויב זיכט איר א גוטע אקאונטענט, קאנטעקט מיר אין אישי, אדער שיקט א אימעיל צו [email protected].
אוועטאר
קו הישר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4166
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 5:42 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קו הישר »

הערליך מחיה און נארהאפטיג. #קיפיראפ (שנייד נישט אזויפיל פון די בילדער...)
שיעף גלייך איז אויך גלייך /___\
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2941
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

יאפ די בילדער זענען שיין און מסודר אויפן פלאץ
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9416
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

הערליך!! האף מיראז דעיס אינאר דע פארשפייז.
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28114
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

געענדיגט מיט'ן זופ (און דא גילטעט דער מהרש"א אין מס' מגילה וואס שרייבט אז דער אמורא וואס האט געוואלט אויפעסן אויך דעם טעלער פון די משלוח מנות, האט באקומען א טעלער געמאכט פון צוקער... לענינינו, האט מען געקענט אויפעסן דעם זופ מיט'ן טעלער אינאיינעם), האט מען אפגערוימט און געמאכט פלאץ פאר די פרישע ווארע. און אריינגעקומען איז פאר יעדן איינעם א טעלערל מיט אן אויסוואל פון עטליכע סארט פליישלעך. אבער נאך איידער דער אויג האט זיך געהעריג אנגעזעטיגט, האט א שטילקייט באנומען דעם צימער ווען דער מכניס אורח האט אריינגעברענגט א האלצערנעם טעצל מיט א גאנצע הינדל דערויף(!) ווי פארשטענדליך האט מען אראפגעשטעלט דעם טעלער פארנט פונעם דאיען, וועלכער האט דאס באטראכט מיט גרויס חשק און הערצה פון אלע זייטן, איידער ער האט זיך א ווארף געטון דערויף און מיט עטליכע שטעכעס פונעם גאפל דא און דארט איז אים געלונגען צו ערלעדיגן א תיקון השלם פאר דעם פארווארפענעם נשמה וואס האט זיך דערינען פארוואלגערט.

דערויף האט מען אריינגעברענגט א ריזיגע טעלער לאקשן, און נאכ'ן טועם זיין דערפון עטליכע לעפל, ווער איך געוואויר אז דאס איז נישט מיין פריוואטע שיסל... נאר דאס איז געצילט געווען פאר'ן גאנצן עולם. איך האב דאך נישט געקענט אויסרעכענען מיט די חברה דארט... אויב פאר איטליכן אנוועזנדער קומט זיך צוויי פעסטע טעלערס זופ, און א טעלער פלייש מיט עטליכע צוגעהערן אין באזונדערע טעלערלעך, קען דאך זיין אז דער ריזיגער טעלער לאקשן איז געווידמעט פאר'ן באנוץ פונעם איינצלנעם פארשוין. אקעי, ב"ה, איך מעג עפעס איבערלאזן פאר א צווייטן אויך; כ'האלט שוין סייווי ביי אנא יכנס כל הפשתן הזה.

געענדיגט מיט די הינדלעך פלייש, אבער דער מכניס אורח איז מקיים דעם ילכו מחיל אל חיל... אט קומט אריין א טאץ מיט רינדערן פלייש... און אויטאמאטיש ווערט דאס צוגעפירט צום דאיען, וועלכער נעמט תיכף ארויס אלע ניצוצות פון דארט מיט זיין מאגנאטישע ציאונגס קראפט, איבערלאזנדיג עטוואס שיריים פאר'ן ציבור אויך. נאכ'ן סעודת שלמה בשעתו האט מען געברענגט בענטשערלעך, און מען האט פארקויפט דאס בענטשן (איך געדענק נישט ווער עס האט געקויפט און וועמען מען האט מכבד געווען, איך בעט אז די קאלעגע רייזנדע זאלן אריינפילן די דעטאלן).

ביים זיך אויפשטעלן פון די סעודה, האב איך געהאט אן ערנסטן קלער צוריקצוגיין צום קליינעם צימערל אין די זייט וואס האט מיך אזוי שיין אויפגענומען ביים אנקומען אהער... אבער הערנדיג אז דער עולם גייט תיכף ומיד פארלאזן דעם געביידע און מען שפאנט צו צום דערנעבנדיגן מקוה, האב איך נישט געוואלט בלייבן איינער אליין אין דעם גאסטהויז, און איך האב געוואנדן מיינע טריט אינאיינעם מיט'ן עולם צום מקוה. דער מקוה איז געווען אפן און האט נישט געקאסט קיין געלט (אזוי ווי אלע מקואות וואס איך האב גענוצט אין אוקריינע, אנגעהויבן פון בארדיטשוב און געענדיגט אין מעזבוז. אנדערע זענען אויך געגאנגען אין אומאן, דארט האט מעגליך יא געקאסט עפעס געלט. אין קיעוו האבן מיר דאך שוין געשריבן אז עס האט געקאסט געלט אריינצוגיין אין די מקוה). איך האב מיך גלייך צוגעשארט צום פריוואטן צימער ביים אריינגאנג צו דער מקוה בנין, און הערשט דערנאך בין איך געווען גרייט צו כאפן א טבילה אין דעם באקאנטן בארדיטשובער מקוה.

דער מקוה שטייט שוין עטליכע צענדליג יאר, און האט שוין געזען בעסערע צייטן. עס איז גאנץ קליין אין סייז, און בכלל נישט אפ-טו-דעיט, אבער דאך האט עס פארמאגט האנטוכער, בענק, טושן און אפילו א שוויץ וואס מאנכע האבן גענוצט. איך האב זיך גע'טובל'ט און זיך תיכף אנגעטון און פארלאזט דעם ארט, וויבאלד איך האב געהאט אביסל היימארבעט צו טאן, ווייל מען האט מיר מכבד געווען צו זאגן אפאר דברי הכנה איידער מען גייט זיך משתטח זיין על ציון הקדוש של סניגורן של ישראל בעל קדושת לוי זי"ע. מיט די נאסע פיאות און פריש געבאדענע קערפער בין איך געשטאנען אין די פראסטיגע אוקריינער קעלט אנע מאנטל (דער מאנטל איז געבליבן אויפ'ן פאיאכעלע) און זיך געפארעט ביים טראנק פונעם פאיאכעלע צו טרעפן מיין רענצל, כדי ארויסצונעמען דערפון די פאפירן וואס איך האב מיר צוגעגרייט מיט ענינים אויפ'ן קדושת לוי וכדומה. דער טיר פונעם רענצל אפטיילונג עפנט זיך אבער פלאך (נישט ווי מיר זענען געוואוינט פון די מאנרא/מאנסי באסעס אז עס מאכט זיך אויף אויף ארויף), האב איך מיך עטליכע מאל גוט צוקלאפט דעם קאפ פון דעם טיר וואס איז געשטאנען ווי א ויזתא אינמיטן וועג בשעת איך נישטער נאך מיין רענצל און די פאפירן דערין. גם זו לטובה. (צו מזל האב איך אנגעהאט מיין הוט, און דאס האט איינגעזאפט די זעצעס אנשטאט מיין קאפ).

געטראפן דעם רענצל, ארויסגענומען דעם תהלימ'ל, די צעטעלעך מיט דברי הכנה, די שאכטל ליכט, און אלעס אריינגעשטעלט אין א ליידיגע זעקל וואס האט מיך פון דאן באגלייט לכל אורך הנסיעה אויבן אויפ'ן פאיאכעלע און איז מיטגעקומען מיט מיר צו יעדע קבר. יעצט בין איך צוריק צום הכנסת אורחים געביידע, און אריין פון אן אנדערן טיר - וואו איך האב געטראפן עטליכע פון די מיטרייזנדע - און דארט האב איך אין איילעניש איבערגעבליקט מיינע צעטעלעך צו זיין גרייט אויפ'ן לאנג-ערווארטעטן אויפטריט.

איינער פון די אנוועזנדע האט מיר געזאגט אז אויב איך וויל הערן אפאר דברי התעוררות, קען ער אנרופן זיין פאטער שליט"א וועלכער וועט אויפ'ן ארט קענען זאגן אפאר גוטע זאכן איבער דעם צדיק וועמען מיט גייען אט באזוכן. ער האט זיך נישט געפוילט און תיכף אנגערופן דעם טאטען. ווי נאר ער האט געזאגט פאר'ן טאטען "מיר זענען יעצט אין בארדיטשוב און מיר רישן זיך צו גיין אויפ'ן ציון הקדוש, אפשר קענסטו אונז זאגן עטוואס דברי הכנה", האט מען געהערט פונעם אנדערן זייט טרייבל (וואס איז געווען אויף ספיקערפאון): "דו ווילסט הערן פון מיר דברי הכנה צוצוגיין צום הייליגן קדושת לוי?" און א יאמערליכע כליפעץ האט זיך אריבערגעהערט, ווען דער חשוב'ער איד געבט איבער פאר זיין זוהן - און פאר די פאר אנוועזנדע וואס האבן מיטגעהערט - אויף וואס מען דארף אלץ בעטן און וואס מען קען אלץ אויס'פועל'ן ביי דעם גרויסן צדיק. נאכ'ן צוהערן א מינוט-צוויי, האב איך שוין נישט געדארפט קיין גרויסע התעוררות באקומען, הערנדיג ווי אן ערליכער איד טרייסלט אויף און פלאצט אויס אין א געוויין בלויז פון הערן רעדן איבער אידן וואס גייען זיך אט משתטח זיין ביים ציון הקדוש אין בארדיטשוב.

ווען דער גאנצער עולם איז שוין געווען פארטיג מיט די מקוה/שוויץ און מען איז ארויף אויפ'ן באס, האט דער באס געוואנדן זיינע רעדער צום בית החיים, ווען אויפ'ן וועג שטיי איך ביים מייקראפאון און זאג עטליכע דיבורים פאר'ן ציבור, ווי מיר וועלן אי"ה אויסשמועסן ביים המשך.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28114
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

איינער פון די מיטרייזנדע שיקט מיר אריין יעצט א שענערע בילד פון די זופ. תשואת חן חן לו.
אטעטשמענטס
זופ בארדיטשוב.jpg
זופ בארדיטשוב.jpg (411.02 KiB) געזען 391 מאל
בעל מדרגה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3875
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 11:51 pm
לאקאציע: ביים גמרא

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מדרגה »

געליינט מיט איין אטעם.

איין ווארט: געוואלדיג!
אויב זיכט איר א גוטע אקאונטענט, קאנטעקט מיר אין אישי, אדער שיקט א אימעיל צו [email protected].
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2337
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

בעל מדרגה האט געשריבן:געליינט מיט איין אטעם.

איין ווארט: געוואלדיג!

גא"מ.

א דאנק פארן נעמען די מי צו פארשרייבען די נסיעה.

נאר איין הערה, די דאיען גייט א בעקיטשע אויך אינמיטן וואך?.
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

געוואלדיג, האסטעך מיר אזוי אריינגעשלעפט אינעם תאוות הגשמי, האף איך אז דו וועסט באווייזן די זעלביגע אונז ארויסצוטראגן פונעם פלאנעט און אונז פירן צו די הויכע ספערן מנוחת כבודם פון די ראשונים כמלאכים
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6377
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

הערליך.

ווען מיר זענען געווען און ברדישוב האבען מיר נישט געהאט אפ' א קאווע, (א מקוה יא ב"ה).

דאס איז נישט די איינציגסטע צימער וואס איז פטור ממזוזה, וואלסט אים געדארפט שיקן און לאנדרי רום וכדומה.
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

הרבטייטעלבוים האט געשריבן:דאס איז נישט די איינציגסטע צימער וואס איז פטור ממזוזה, וואלסט אים געדארפט שיקן און לאנדרי רום וכדומה.

קוקט אויס ער האט יא געוואלט דעם שידוך...
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אב לאנדאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 358
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 19, 2019 9:24 am

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אב לאנדאן »

בנוגע פעפס"י אן א הכשר, די עדה זאגט - און אזוי טוען זיי למעשה און חו"ל - אז בלויז פעפס"י מעק"ס און סעווע"ן א"פ פר"י זענען כשר אפילו אן א הכשר (די ביידע האבן נישט קיין צוקער)
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”