טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מי שברך
שר חמש מאות
תגובות: 849
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 3:32 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי שברך »

אוי.. איך האב געמיינט אז עס איז דא א פרישע פארזעצאונג..
אין עוד מלבדו
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

לכאורה האט געשריבן:
שלמה מולכו האט געשריבן:ישר כח ר׳ לכאורה,

דאכט זיך מיר אז כהאב אמאל געזעהן שטיין פון טאהשע רבי אין עבודת עבודה ,איבער די געוואלדיגע צער וואס א נשמה האט אויב מ׳לעשט אויס א נשמה לעכט,
און ער פירט אויס אז אויב מ׳ווייסט אז די לעכט וועט נישט נישט אויסברענען אינגאנצן זאל מען בעסער נישט אנצונדן.

(כידוע האט טאהשע רבי געהאט א געוואלדיגע מיט צינדן לעכט).

לגבי וואס שרייבסטו דאס? אז אויב דער ווינט האט געבלאזן האבן מיר נישט געזאלט צינדן בכלל?
אגב, מיר באדערט לעצטנס ווען דער יתומ'ל פארלעשט זיין אויל לעכטל נאכ'ן דאווענען און נעמט זיך עס מיט פאר די נעקסטע תפלה. איז נישט אן ענין עס זאל דוקא אויסברענען?

לכאורה יא אן ענין.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

ליכט ביים עמוד, איז נישט קיין ענין ס'זאל בלייבן ברענען נאכן דאווענען.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
גדל
שר האלפיים
תגובות: 2594
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 27, 2019 9:39 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גדל »

לכאורה האט געשריבן:
גדל האט געשריבן:היינט?

על פי חשבון וואלט היינט געדארפט קומען א פארזעצונג, אבער די חברה האבן מיך פארכאפט צו א פרישע גריל...

א מנהל א גריל ?
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35242
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

אוראייניקל האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:
שלמה מולכו האט געשריבן:ישר כח ר׳ לכאורה,

דאכט זיך מיר אז כהאב אמאל געזעהן שטיין פון טאהשע רבי אין עבודת עבודה ,איבער די געוואלדיגע צער וואס א נשמה האט אויב מ׳לעשט אויס א נשמה לעכט,
און ער פירט אויס אז אויב מ׳ווייסט אז די לעכט וועט נישט נישט אויסברענען אינגאנצן זאל מען בעסער נישט אנצונדן.

(כידוע האט טאהשע רבי געהאט א געוואלדיגע מיט צינדן לעכט).

לגבי וואס שרייבסטו דאס? אז אויב דער ווינט האט געבלאזן האבן מיר נישט געזאלט צינדן בכלל?
אגב, מיר באדערט לעצטנס ווען דער יתומ'ל פארלעשט זיין אויל לעכטל נאכ'ן דאווענען און נעמט זיך עס מיט פאר די נעקסטע תפלה. איז נישט אן ענין עס זאל דוקא אויסברענען?

ליכט ביים עמוד, איז נישט קיין ענין ס'זאל בלייבן ברענען נאכן דאווענען.

מרן טאהשער רבי ז"ל פלעגט נאך זאגן פון ר' מרדכי'לע נאדווערנער ז"ל, אז אויב מ'וועט דארפן אויסלעשן א נשמה ליכט זאל מען עס ענדערש בכלל נישט אנצינדן, ווייל דאס אויסלעשן איז א צער פאר די נשמה.

געדרוקט אין עבודת עבודה בכמה מקומות.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
בעל מדרגה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3875
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 11:51 pm
לאקאציע: ביים גמרא

תגובה דורך בעל מדרגה »

ע"פ הלכה איז נישטא קיין פראבלעם אויסצולעשן נשמה ליכט, אבער ע"פ קבלה וחסידות איז יא דא א פראבלעם.
אויב זיכט איר א גוטע אקאונטענט, קאנטעקט מיר אין אישי, אדער שיקט א אימעיל צו [email protected].
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6377
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

גדל האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:
גדל האט געשריבן:היינט?

על פי חשבון וואלט היינט געדארפט קומען א פארזעצונג, אבער די חברה האבן מיך פארכאפט צו א פרישע גריל...

א מנהל א גריל ?

ער גריייט אן א קאנטער אסיפה נגד די טוהר המחנה אסיפה אזוי האט מען גערעדט. אדער איז ער פון די עסקנים פון די טוהר המחנה אסיפה.
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

farshlufen האט געשריבן:
אוראייניקל האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:
שלמה מולכו האט געשריבן:ישר כח ר׳ לכאורה,

דאכט זיך מיר אז כהאב אמאל געזעהן שטיין פון טאהשע רבי אין עבודת עבודה ,איבער די געוואלדיגע צער וואס א נשמה האט אויב מ׳לעשט אויס א נשמה לעכט,
און ער פירט אויס אז אויב מ׳ווייסט אז די לעכט וועט נישט נישט אויסברענען אינגאנצן זאל מען בעסער נישט אנצונדן.

(כידוע האט טאהשע רבי געהאט א געוואלדיגע מיט צינדן לעכט).

לגבי וואס שרייבסטו דאס? אז אויב דער ווינט האט געבלאזן האבן מיר נישט געזאלט צינדן בכלל?
אגב, מיר באדערט לעצטנס ווען דער יתומ'ל פארלעשט זיין אויל לעכטל נאכ'ן דאווענען און נעמט זיך עס מיט פאר די נעקסטע תפלה. איז נישט אן ענין עס זאל דוקא אויסברענען?

ליכט ביים עמוד, איז נישט קיין ענין ס'זאל בלייבן ברענען נאכן דאווענען.

מרן טאהשער רבי ז"ל פלעגט נאך זאגן פון ר' מרדכי'לע נאדווערנער ז"ל, אז אויב מ'וועט דארפן אויסלעשן א נשמה ליכט זאל מען עס ענדערש בכלל נישט אנצינדן, ווייל דאס אויסלעשן איז א צער פאר די נשמה.

געדרוקט אין עבודת עבודה בכמה מקומות.

אבער כאמור, ליכט פארן עמוד זענען לכבוד התפילה, און זיי זענען נישט קיין נשמה ליכט.
אפילו ס'איז נהוג אז איינער וואס איז אין יאר צינדט עס אן לע"נ, ווערט עס נאכנישט קיין נשמה ליכט דערפאר.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35242
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

דאס אייערס א חידוש?

ווייל ס'איז קלאר מפי סופרים ובפרים אז כאטש ס'איז א הלכה צו צינדן ביים עמוד איז דאך דער ענין פון א נר נשמה - בפשטות - דארט.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
ארלאנדא
שר האלף
תגובות: 1804
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 09, 2020 8:47 am

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארלאנדא »

אפשר זאל איינער עפענען א אשכול " הערות און שמועסן איבער לכאורה'ס טאגביך אשכול" און דא לאזן בלויז פאר די טאגבוך אליינס?

#נישט פעיר

#נישטאיך

#רויטציטויט
הק' אלי' ראובן לאנדא
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

ארלאנדא האט געשריבן:אפשר זאל איינער עפענען א אשכול " הערות און שמועסן איבער לכאורה'ס טאגביך אשכול" און דא לאזן בלויז פאר די טאגבוך אליינס?

#נישט פעיר

#נישטאיך

#רויטציטויט

דאס איז נאר גוט טאמער ער גייט פאראויס ווי שנעלער אבער אזוי ווי עס נעמט אסאך מאל צייט ביז דער הרב לכאורה איז ממשיך איז כדאי שלא ישאר הנייר חלק פילט מען אן מיט הערות...
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
בעל מדרגה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3875
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 11:51 pm
לאקאציע: ביים גמרא

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מדרגה »

לכאורה האט געשריבן:
בעל מדרגה האט געשריבן:צ/ק

ווען וועט @לכאורה ווייטער שרייבן די טאגבוך.

אפשר מארגן, אי"ה
אויב זיכט איר א גוטע אקאונטענט, קאנטעקט מיר אין אישי, אדער שיקט א אימעיל צו [email protected].
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

דאס איז עס!!! מיר שטעלן אראפ אן אולטימאטום!!! די טאגבוך דארף זיין קאמפליטיד ביי אר ביפאר די מעמד האיומה רויט צו טויט!!!!!
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
בעל מדרגה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3875
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 11:51 pm
לאקאציע: ביים גמרא

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מדרגה »

לכאורה האט געשריבן:צ/ק
איך דארף נאך היינט שרייבן א קאפיטל פארזעצונג אינעם טאגבוך, אי"ה

מיר ווארטן נאך.
אויב זיכט איר א גוטע אקאונטענט, קאנטעקט מיר אין אישי, אדער שיקט א אימעיל צו [email protected].
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

ליל ששי פ' בלק, אור ליום ט"ו תמוז - יומא דהילולא קדישא של האור החיים הקדוש זי"ע - תשפ"א לפ"ק

מיר האלטן אינמיטן שילדערן דעם לילא אריכתא פון ליל ששי פרשת בשלח העעל"ט, ווען א קבוצה פון ניינצן אידעלעך האבן ארומגעריטן איבער די צעהאקטע ראודס פון אוקריינע, גייענדיג פון איין מקום קדוש צום צווייטן אויסצו'פועל'ן ישועות פאר אונז און אלעמען. דער אינעווייניג פונעם באס, אירע רייזנדע און געשמאקע געשפרעכן, האבן מיך געהאלטן היבש פארנומען, אבער יעדע וויילע האב איך זיכער געמאכט צו כאפן א בליק דורך די פענסטער אויף מיין לינקע זייט (ווי געשריבן, בין איך געזיצן ביי די רעכטע רייע פון זיצן, אבער מיט'ן רוקן צום דרייווער) און אויפכאפן קאמישע בילדער אוועקצולייגן אין מיין מח קעמערל. אלס נייגעריגער האב איך פרובירט אפצוליינען די שילדן אונטערוועגנס, און ווען דאס איז מיר צומאל געלונגען, איז עס געווען צו פארדאנקען א קינדערישע אקט וואס איך האב געטון א יאר בערך בעפאר מיין בר מצוה, ביים טרעפן אין א שולכל א סידור וואס איז געדרוקט געווארן ספעציעל פאר די יוצאי רוסיא וואס האבן זיך יענערצייט ארויסדערזען פון הינטערן אייזערנעם פירהאנג צו די פרייע וועלט.

ווי געשריבן אין אנדערע טאגביכער, פלעגן מיר יעדן בין כסא לעשור פארוויילן אין איינע פון די שטאטן וואו מיין פאטער שליט"א האט געדינט אלס "חזן". צופיל זאכן צו טון האבן מיר נישט געהאט אויפ'ן אגענדע, קוים געהאט מיט וועמען צו טוישן א ווארט, האב איך מיך צוגעשארט צו דעם אינטערעסאנטן 'רוסישן' סידור'ל, און אויפגעמישט צו "קדיש", פרובירנדיג אויפצוכאפן די 'סיריליק' אלפאבעטן דורך אפליינען דעם קדיש אויף זייערע בוכשטאבן. דער סידור האט פארמאגט די לשון הקודש'דיגע אותיות אויף די רעכטע זייט און די 'סיריליק' אותיות - וואס מען נוצט אין די רוסישע לענדער - אויף די לינקע זייט, אזוי אז א צוועלף יעריג נייגעריג קינד האט זיך גאנץ לייכט געקענט אויסלערנען וועלכע אות איז וועלכע אלפאבעט. איך האב זיך בשעתו פארצייכנט די אותיות אויף א פאפירל, אבער צוזאמען מיט אסאך אנדערע קינדערישע 'וויכטיגע' דאקומענטן איז דאס אויך נישט מיטגעקומען מיט מיר שפעטער אין לעבן. היינט צוטאגס געדענק איך שוין נישט אלע אותיות, אבער געוויסע פון זיי יא, און דאס איז מיר גענוג געווען צו קענען עטוואס אויסליינען די נעמען פון געשעפטן, שטעט און גאסן.

איין אנעקדאט האט מיר מיין שכן אויפ'ן באס, ידידי ר' שמערי בערי לעצטנס דערמאנט. אז איך האב אבזערווירט אז די אוקריינער מוזן זיין עפעס שרעקליך קראנק און צוגעבינדן צום דראג-סטאר... ווייל ממש אויף יעדע גאס ווינקל האט זיך אפגעליינט פונעם שילד אויפ'ן געשעפט: Аптека (איר קענט ליינען? אלע אותיות זענען די זעלבע ווי די לאטיינישע/ענגלישע, אויסער די צווייטע, וואס קוקט אויס ווי א "ח" און ליינט זיך ווי א "p". אלזא ליינט זיך דאס "אפטעיקע" = אפטייק, מעדעצין געשעפט).

אבער רוב צייט בין איך צו שטארק פארנומען געווען צו הערן און שפרעכן מיט די ארומיגע, און אויך איז געווען שטאק טונקל אינדרויסן און מען האט נישט געקענט זען מער ווי טונקעלע גאסן און צומאל א קעגנקומענדע אויטא. אגב, די 'הייוועיס' צווישן די שטעטלעך וואס מיר האבן באזוכט דעם נאכט, זענען ליבערשט 'אונטערגעסלעך' אין די קעטקילס בערג... איך האב מיר ממש איינגעהאלטן דעם אטעם יעדע וויילע ווען א גרעסערע טראק איז געקומען צו פארן אויף דעם קעגנאיבערדיגן ליניע און ביידע האבן זיך געדארפט עטוואס ציען צו די אקסלען פונעם ראוד כדי נישט צו כאפן קיין קוש אין פנים אריין.

{נאכ'ן אפשרייבן דעם היינטיגן קאפיטל, האב איך מיך געכאפט אז איך האב איבערגעהיפט איין סטאנציע, האניפאלי. מיר וועלן זיך אי"ה צוריקקערן דערצו ביים קומענדיגן מאל}

פארן מיר אזוי קיין אוסטראה, מקום מנוחת זקיני המהרש"א זי"ע. בין איך דען דער איינציגער אייניקל פונעם מהרש"א? פרעג בעסער: ווער איז דען נישט קיין אייניקל פונעם מהרש"א... אבער איך האב מיך געשפירט זייער היימיש צו פארן צום זיידן, ווי געשמועסט אין פריערדיגן קאפיטל. ווען מיר זענען אנגעקומען קיין אוסטראה, איז שוין געווען גאר שפעט אין די נאכט (איך האב נישט קיין מושג וויפיל אזייגער מיר זענען אנגעקומען צו די אלע שטעט, הלואי זאלן זיך די קאלעגע נוסעים אנרופן מיט וואס זיי ווייסן). דער שניי וואס איז געגאנגען די גאנצע צייט האט זיך שוין ערנסט אנגעהויבן קלעבן אויף דער ערד, ווען מיר שפאצירן אריין אין א ריזיגע אור אלטע בית החיים, וואס - אנדערש ווי מיר האבן געזען ביז אהער - פארמאגט ריזן הויכע מצבות, ממש א שטאק הויך! א פחד האט אונז באנומען צו שפאנען צווישן די רייעס מעכטיגע מצבות וואס דערציילן א וועלט, זיי דערציילן איבער א פארגאנגענהייט וואס איז נישט דא, אידן וואס האבן דא געלעבט און געשאפן, געלערנט און געדינט דעם אויבערשטן, און דאן איז געקומען זייער צייט און מען האט זיי באהאלטן אונטער א באמבאסטישע שטיין וואס פרובירט שילדערן פאר די קומענדיגע דורות איבער וועמען און פון וועלכע צייטן די רעדע איז.

אונזער גרופע האט זיך צעטיילט, א חלק עולם איז צוערשט געגאנגען צום קבר פון רבי ייבי, וועלכער ליגט נישט אין קיין אהל, נאר אביסל טיפער אין א וועלדל אריין מיט א שטיקל דעכל, בעת איך, מיט נאך א שטיקל סוויטע, זענען מיר געגאנגען דעם לאנגן גראדן וועג ביז'ן אנדערן עק בית החיים, וואו עס געפונט זיך א באשיידענע הייזקע וואס דערינען ליגט דער גרויסער זיידע!

איך בין געווען מיד, צעמישט פון אזויפיל ארומפארן און ארומפליען, און אריינקומענדיג אין זיידנ'ס אויפנאמע צימער האב איך מיך פשוט נישט געקענט איינהאלטן און אויסגעשריגן פאר אלע אנוועזנדע: "זיידע, מיר זענען געקומען צו דיר... מיר לערנען דיין ספר און מיר זענען געקומען פועל'ן ישועות אין דיין זכות..."

דער עולם האט געצינדן ליכט, געזאגט תהלים, און איך האב נאכגעזאגט א געדאנק פונעם הייליגן מהרש"א אלס שפתותיו דובבות (כ'מיין אז איך האב איבערגעזאגט דעם טייטש אויף "אלקא דמאיר ענני", אז דאס מיינט 'דער באשעפער וואס האט ליכטיג געמאכט פאר אידישע קינדער ביים נס חנוכה, זאל אונז העלפן'), און זיך געשטעלט זאגן תהלים מיט א הויך קול, כבן המתחטא סמוך ונראה לציון זקינו. כ'האב מיך פארזוימט דארט אביסל לענגער ווי דער איבריגער עולם, און אפגעליינט אלע מיינע קוויטלעך מיט א רואיגקייט, זייענדיג טיף איבערגענומען פון דעם געפיל אז אט דא ליגט מיינס א זיידע פון וועמען איך שטאם אפ, הגם מיר זענען אפגעטיילט מיט ארום פיר הונדערט יאר און א גייסטליכע ווייטקייט פון ליכט יארן.

איך בין ארויס דער לעצטער, צוגעמאכט דעם אייזערנעם טויער, און זיך געזעגנט פונעם זיידן גייענדיג רוקוועגס, און פון דארט געוואנדן מיינע טריט צום ציון פון רבי ייבי, וואו מען האט ווידעראמאל געצינדן ליכט און געזאגט נאך קאפיטלעך תהלים.

אויפ'ן וועג ארויס, האט אונז אפגעווארט אן אלטע באבושקע מיט אמפערס הייסע וואסער און א טעפל, יעדער האט זיך אפגעגאסן די הענט און איר באצאלט מיט א טאלער. איך האב אויסגערופן "שלא לשם קידושין" און אריינגעגעבן דעם דאלער אין אירע פארקנייטשע הענט, הגם ווען איך וואלט געווען מער אויסגערוהט און 'ביי זיך', וואלט איך עס מסתמא אראפגעלייגט ערגעץ וואו פאר איר צו נעמען אליינס.

המשך יבא אי"ה
בעל מדרגה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3875
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 11:51 pm
לאקאציע: ביים גמרא

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מדרגה »

געליינט מיט דארשט.
אויב זיכט איר א גוטע אקאונטענט, קאנטעקט מיר אין אישי, אדער שיקט א אימעיל צו [email protected].
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6377
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

איר זאלט האבען געפועלט אלעס גוטס.
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

קאלט און הייס
יישר כח

און???
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

אפגעלעזט.. גרייט אויפ'ן קומענדיגע..

לכאורה האט געשריבן:
ווי געשריבן אין אנדערע טאגביכער, פלעגן מיר יעדן בין כסא לעשור פארוויילן אין איינע פון די שטאטן וואו מיין פאטער שליט"א האט געדינט אלס "חזן". צופיל זאכן צו טון האבן מיר נישט געהאט אויפ'ן אגענדע, קוים געהאט מיט וועמען צו טוישן א ווארט, האב איך מיך צוגעשארט צו דעם אינטערעסאנטן 'רוסישן' סידור'ל, און אויפגעמישט צו "קדיש", פרובירנדיג אויפצוכאפן די 'סיריליק' אלפאבעטן דורך אפליינען דעם קדיש אויף זייערע בוכשטאבן. דער סידור האט פארמאגט די לשון הקודש'דיגע אותיות אויף די רעכטע זייט און די 'סיריליק' אותיות - וואס מען נוצט אין די רוסישע לענדער - אויף די לינקע זייט, אזוי אז א צוועלף יעריג נייגעריג קינד האט זיך גאנץ לייכט געקענט אויסלערנען וועלכע אות איז וועלכע אלפאבעט. איך האב זיך בשעתו פארצייכנט די אותיות אויף א פאפירל, אבער צוזאמען מיט אסאך אנדערע קינדערישע 'וויכטיגע' דאקומענטן איז דאס אויך נישט מיטגעקומען מיט מיר שפעטער אין לעבן. היינט צוטאגס געדענק איך שוין נישט אלע אותיות, אבער געוויסע פון זיי יא, און דאס איז מיר גענוג געווען צו קענען עטוואס אויסליינען די נעמען פון געשעפטן, שטעט און גאסן.

דערמאנסט מיר, איך בין אמאל סטאק געבליבן מיט נאך אפאר יונגעלייטלעך אין לעמבערג, אוןז יך דעדארפט אנייצע געבן צו רעדן מיט אן אוקריינער גוי (בכתב|) און טרעפן אן אדרעס..

האמיר גענומען א סידור'ל פונעם שול דארט, און זיך געלערנט די שפראך..
חוח בין השושנים האט געשריבן:
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

שלא לשם קידושין....דער האט דעם קאפ אויפן פלאץ
פירורים יהא הפקר
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
א פרישע מקורב
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 11, 2020 2:31 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א פרישע מקורב »

9:40
בארדיטשוב

12:00 Am
פולנאה

1:00
שפטיווקא

האניפאלי
2:00
איך פרעג נאר... איך בין בסך הכל א פרישע מקורב...
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

יישר כח מקורב

איז דאס די צייט פון אנקומען צום ציון? אוועקפארן?

פונקטליכע צייט, אדער בערך?
א פרישע מקורב
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 11, 2020 2:31 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א פרישע מקורב »

צייט פון אנקומען צום ציון.

פונקטליכע זמנים, צו זיין מער מדיוק

12:10 פולנאה

האניפאלי 2:18
איך פרעג נאר... איך בין בסך הכל א פרישע מקורב...
א פרישע מקורב
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 11, 2020 2:31 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א פרישע מקורב »

וויטער האב איך שוין נישט פארשריבען, אפשר קענען די אנדערע מיטגלידער געדענקען.
איך פרעג נאר... איך בין בסך הכל א פרישע מקורב...
א פרישע מקורב
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 11, 2020 2:31 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א פרישע מקורב »

אזויפיל זע איך יא
קיין מעזשביזש זעמער אנגעקומען ערב שבת בערך 12:00 פ.מ.

און צום עיר הגעגועים אומאן זעמער אנגעקומען 5:30 זונטאג פארטאגס
אטעטשמענטס
Screenshot_20210625-174501.png
Screenshot_20210625-174501.png (494.69 KiB) געזען 715 מאל
איך פרעג נאר... איך בין בסך הכל א פרישע מקורב...
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”